6} שט 878118016 ש|ס1וסטק 06המנ 1025 161121המז פום 1 1161168296 21016045 1:000021100 פיט א נזסס. 6ז14טס-10)60100190מ1 נו141116.00גס-װ1015ץ//:פק וזה 010081108 16049סעק 116111896 106 0 זסן ץ50161 סחזוחס 1066טסזט 15 01611601חז 1015 זס 10ז 60006‏ 101ס'זסוזווזסס זסי1 צוחס 56ט 01ח50זסקן 100שס1011 406 81 פו 0001006 16096ט ,56ט זס)ס עחט :09 011װזס נזסס. 6ז14טס-04100190)ס1מו 0000200? 21016049 116114296 סח 1' 0 פיט יש 1 ב) : ? ; בי יס 8 די = =, 5 = = = ת+ 5 םי : 7 = = : 3 = 8 0 =) 7 2 8 -- 3 8 1 |- 5 זי ר ם 5 כײ 3 4 רז 6 2 = 2 : = 0 זי | 3 | יי ת) כוּ *; רי 2 ה *; -/ נײַע דערציילונגען. דאָ רע כײַ קינע. די רײַזנדערן ש. 6שו'זיצר זײןט.?,. 2 י.י" י"ע מארק ראזומני. דער זעץ מיטן פויסט . . . . 21 ציוע גאַָרעמאן; עקס גאַרשטר 043. . א- 2 ) . 27 כאיִם בײדער. אנטקעגן דער זון געװענדט (לידער) 33 כאיִם מעלאמוד. אזי גייט די װעלט (ראָמאן). ציי- נכעונוך אן 4 קאוראמשתאר 3 + +++ + "...א געפונענע מאנוסקריפּט. פּערעץ מארקיש. פון דער יהי שער בער טע 6 . 6 6 26 יי 7יש פון אונדזער קלאסיק. שאָ לע םיא לײי כעם. דער גליק- לעכסטער אין קאָדני און אנדערע מאָנאָלאָגן. צייכע- נונגען פון ה. אינגער און פ. פּאָלישטשוק . . . . 11 מאָטל גרוּװמאן רוסישע שנייען (לידער). . . . 86 אונדזער קאָסמאָס-װינקל. יע. א. ק א ר פּאָ וו. דער אָנהײיב 89 װעלװל װערניק. מײַן ריינער קוואל (לידער) . . 101 ליטעראטור-קריטיק. ביבליַאָגראפיע. פראגן פון קונסט אלעקסאנדער גאװרילאָװ. די ענערגיע פון גוטסקײַט ארי ר ר ציבעט ‏ אירמע דרוקער. פון טאָף צו א נײַעם אלעף . . 113 אונדזערע מיטיילונגען. ליב װוילסקער. באם אור- קוואל פון דער , פּושקיניאנע" בא ייִדן . . . . . 124 ילונמון גיא זור שסארשעאטער + . + .+. . 136 וי יפוה וי שציעי אב טג ג 2 . 6 6.. 10 עס װערט פאָרגעזעצט זער שמועס, װאָס ,סאָװעטיש היימ- לאנד" האָט אָנגעהויבן. מ. טאָ ראָפּאָװ סקי. עס האָבן זיך פארברידערט דער פּאָליצײַ מיטן פּראָ- ייטש +-ע באט יע 2 ןש 3". ג "2 (- אע די פּאָטשט פון , סאָװועטיש היימלאנד". אין אן איינהטט- , ל א ב י ‏ י א ‏ עם יי הויפּטירעדאקטאָר װוינקל פון געזעלשאפטלעכן פארשפּרייטער. איך טייל זיך מיט. מײַן דערפארוגג זטי.דמול++ +. } { ...; פאן א ווערגעליס בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגשן . . . . . . . 1600 צו אונדזער קינסטלערישער בײַלאגע. גריגאָרי פריד. רעדקאַלעגיע: געדאנקען וװעגן מײַן שאפונג + + + + . . . . 163 כראָניקץ + . . . . . . . 66, 123, 144, 147, 157, 165 מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָווע- כ. ביידער (שטעלפארטרעטער פון טישער ליטעראשוף + .+ 6". : שי 2 .2 שו הויפּטירעדאקטאָר), פאר די, װאָס לערנען יידיש . . . . . . . . . . 169 ;אַמיד זינגען נײע לייעף . . +', 2 .י. . .י. , 10 ש. גאָרדאָ, ט. גען, רעזומע לוט די מאטעריאלן פונעם נומער (רוסיש, ענגליש) | נאָטע לוריע, ב. מאָגילנער, ב. מילער, כ. מעלאמוד, ה. פּאָליאנקער, '. שוסטעך (פאראנטװאָרטלעכער = סעקרעטאר), י. שרײַבמאן נײַע דערציילונגען דאַרע כײַקינע די רײַונדערן דאָס דאָרף, װוּ זי איז צוריק מיט פינף און זיבעציק יאָר געקומען אף דער וועלט, הייסט קליין-ווילייקע. דאָ איז זי געוואקסן, דערנאָך שווער באטראקעוועט אין הויף באם היגן פּאַ- רעץ: דאָ האָט זי יונגערהייט ליב באקומעז זייער שאָכנס זון יאָזעסן, כאסענע געהאט מיט אים, מיטן געטרײַען, האָרעפּאשנעם יאָזעסן, װאָס איז אָפּגעגאנגען מיטן זיבעטן שווייס,. ארומפא- דיענדיק ארום די פּריצישע פערד. דאָ, אין דאָרף, זײַנען מיט דער צײַט געבוירן געװאָרן בא זיי צוויי שיינע קינדער--א זון גושקעס, און א טאָכטער -- אלדאָנע; און טאקע דאָ האָט אין א שטיקל צײַט ארום איר יאָזעסן אין א װיסטן, אין א פינצטערן טאָג באפאלן א קרענק, װאָס האָט אים אין מעשעך פון דריי מעסלעס פארקוילט און אוועקגענומען פון דער וועלט, א קרענק, וועלכע דער היגער פעלדשער האָט אפילע ניט געװוּסט, וי אָנצורופן. שוין אָן דעם מאן האָט זי אופגעצויגן די צוויי קינדער זייערע. אין יאָרן ארום, אָן אים, דעם זיידן, געװאָרן א באָבע און אן עלטערבאָבע פון זײַנע און אירע אייניקלעך און אורייניקלעך. דאָס דאָזיקע דאָרף איז איצט ניט קיין װיסטער העק, װי אין די אלטע צײַטן. עס װײַזט זיך איר גאָר אויס צומאָל, אז דאָס דאָרף זייערס געפינט זיך, אויב ניט אין סאמע מיט פון אלע וועגן, איז פאָרט ערגעץ ניט װײַט פון דאָרטן, װי גלײַך עס װאָלט אומבאמערקט זיך געגעבן א רוק אָפּ פון זײַן טויבו ווינקל און א שפּרײַז געטאָן נעענטער צו דער גרויסער און טומלדיקער וועלט. מיט אלע זײַנע סעדער און גערטנער, מיט די געפלאסטערטע און שטוי- ביקע געסלעך און גאסן, מיט אלע שטיבלעך אוז טאקע אויך מיט זייער כאטע, װוּ זי לעבט איניינעם מיט דער טאָכטער, מיט אלדאָנען, מיטן איידעם און מיט די אייניקלעך, א גי גץ- טאָן נעענטער צו די ליכטיקע און שיינע שטעט פון קאנט און אפילע צו מאָסקװע, װוּ אף א גרויסן זאװאָד ארבעט שוין א סאך יאָרן איר זון גושקעס. ווער רעדט שוין פון ווילנע. אמאָל איז ווילנע פון קליין-ווילייקע געווען אזוי װײַט... און איצט-- מיט דער האנט צו דערלאנגען. א קנאפּע שאָ, אזוי זאָגט מען, --און אן עלעקטרישער צוג ברענגט דיך קיין ווילנע. עמעס, דער צוג שטעלט זיך ניט אָפּ אין קליין-וילייקע. די סטאנציע איז אין גרויס-װוילייקע, דרײַ קילאָמעטער פונדאנען. אָבער אהין גייט פון זיי אן אוטאָבוס, א שיינער אװטאָבוס, א ציכטיקער, א געראמער, מיט ווייכע לעדערנע בענק, מיט װײַסע אָדער געקווייטלטע פאָרהאנגלעך אף די גרויסע פענצטער, אן אװטאָבוס, װוּ אין דעם שאָפערס קאבינע רעדט די ראדיאָ פון אלע שטעט: פון ווילנע, פון לענינגראד, פון מאָסקװע און שטענדיק אָדער מע זינגט דאָרט, אָדער מע דערציילט אינטערעסאנטע זאכן, עמעס, ניט אלץ, װאָס מע דערציילט, פארשטייט זי. צי עפשער דערגייען פּאָשעט ניט די װערטער צו איר אויער, כאָטש קיין איניאָנים אין גרויס-ווילייקע האָס זי ניט, נאָר פאָרן אהין מיטן אװטאָבוס האָט זי ליב, און ווען ניט אלדאָנע, װאָלט זי ניט נאָר אלע טאָג, נאָר עטלעכע מאָל א טאָג זיך נִיט געפוילט דורכמאכן די דאָזיקע רײַזע הין און צוריק. איר געפעלט שטארק, װאָס קי- מאט שטענדיק, װי נאָר זי גייט צו צום אװטאָבוס און װיל ארופקלעטערו אף די טרעפּלעך, 3 געפינט זיך עמעצער, װאָס טראָגט זי מאמעש ארײַן אף די הענט אין דער מאשין. און אז זי קומט ארייַן -- און זי איז דאָך דאָרט ניט פון די ערשטע, װײַל ביז דער אװטאָבוס קומט צו זיי אין דאָרף, שטעלט ער זיך אָפּ עטלעכע מאָל אין וועג און עס טרעפט, אז קיין פרײַע ער- טער זײַנען שוין ניטאָ, --- שפּרינגען אוף עטלעכע מענטשן מיטאמאָל. איינער בעט: -- באָבעשי, זעצט זיך אף מײַן אָרט. א צווייטער דערווידערט: -- אף דײַן אָרט טרייסלט... דײַן באנק איז דאָך אף א ראָד. באָבעשי, קומט אהער, דאָ איז בעסער. מישט זיך ארײַן א דריטער און מאכט א פּשאָרע: -- באָבעשי, פאָלגט מיך, פארנעמט מײַן פּלאץ -- באם אָפענעם פענצטער. פון דער רײַזע גופע האָט זי גרויס פארגעניגן. אגמעסנעפעש האָט זי נאָר, בייס זי ווארט אפן אװטאָבוס. איבערהויפּט דערקוטשעט איר דאָס קליינווארג. די שנעקלעך וייסן שוין, אז איר אלדאָנע וויל ניט לײַדן דער מאמעס פאָרעכץ, און קוים דערזעעז זיי. װי זי זעצט זיך אוועק אף דער באנק דאָרטן, װוּ אלע פּאסאזשירן ווארטן אף דער מאשין, לאָזן זיי זיך לויפן אָנזאָגן איר טאָכטער די בסורע: -- מומינקע, אײַער באָבעשי ווארט שוין אפן אװטאָבוס, אלדאָנע לאָזט זיך לאנג ניט בעטן און וואקסט טייקעף אויס לעבן איר. דעריבער קומט איר אויס, דער אלטער, לעצטנס כיטרעווען. אף דער באנק זעצט זי זיך שוין ניט. פארקערט, אף דער באנק קוקט זי אפילע ניט, זי שטעלט זיך צו איר גאָר מיט דער פּלײיצע, און אין יענער זײַט, פונוואנען עס דארף אָנקומען דער אװטאָבוס, גיט זי אויך קיין קוק ניט, זי פארייסט דעם קאָפּ צום הימל און שטייט אזוי. אָבער סײַװויסײַ געלינגט איר ניט שטענדיק איבערכיטרעווען דאָס קליינווארג. האָט זי קיין אנדער בריירע ניט געהאט-- געמוזט ארײַנעמען אין קאָן די קלייט, לעבן וועלכער דער אװטאָבוס שטעלט זיך אָפּ. א קאָפּ פון א מיניסטער -- אזוי שאצט זי אליין אָפּ --- האָט מען געדארפט האָבן אף די פּלײיצעס, קעדיי אויספּלאנעווען אזוי, װי זי האָט עס אויסגעפּלאנעװעט און אויסגערעכנט. אויב זי װעט שטיין אין דרויסן, האָט זי באטראכט, און קוקן אינעם שויפענצטער, װעט זי אויסקומען מיט דער פּלייצע צו דער גאס און ניט שטענדיק װעט זי גלײַך דערהערן, -- מיטן געהער איז שוין בא איר ניט אזוי פויגלדיק, ---אז דער אװטאָבוס איז געקומען, לויף דערנאָך צו אים. דארף מען, הייסט עס, ארײַן אין קלייט. אָבער דאָ איז װוידער ניט אלץ קעשורע: װי נאָר זי קומט אהין ארײַן, װוערט גלײַך א טומל. אז די פארקויפערנס דערזעען זי, -- מעג שטיין די גרעסטע ריי, --- פרעגן זיי טייקעף: --- װאָס באדארפט איר, באָבעשי? אָדער די קוינים כאפּן זיך; -- באָבעשי, קומט אהער, שטעלט זיך פאר מיר.. באָבעשי... באָבעשי-. די ערשטע צייט פלעגט זי זיך גאָר פארלירן, שטיין און פּינטלען מיט די אויגן. דער- נאָך איז זי געפאלן אף א סייכל; -- באלד על איך זיך דערמאָנען, נאָך װאָס איך בין געקומען. זי הערט דאָך, װי אלטע לײַט קלאָגן זיך אָפט, אז זיי פארגעסן, נאָך װאָס זיי גייען און נאָך װאָס זיי שטייען, און כאָטש זי האָט ניט קיין טײַנעס צוּ איר זיקאָרן ---אז זי גייט, ווייסט זי, נאָך װאָס זי גייט, און אז זי טוט עפּעס, ווייסט זי, װאָס זי האָט צו טאָן,---נאָר קיין אנדער אויסוועג איז בא איר ניט געוען, װי ריידן לאָשנהאָרע אף איר זיקאָרן און זיך אוועקשטעלן באם שויפענצטער, קלוימערשט אף דערמאָנען זיך דאָס, װאָס זי האָט ניט פאר- געסן, און דערװײַל ארויסקוקן אין דרויסן אפן אװטאָבוס. אז קיינער פארשטעלט איר ניט די גאס, איז גוט, דערזעט זי דעם אװטאָבוס פונדערװײַטנס-- ער פאָרט צו אהער פון א בארגי- קער גאס, און זי גייט באלד ארויס פון קלייט, ניט קוקנדיק אין זײַן זײַט. אן אנדערש מאָל שטעלט זיך אויס פון יענער זײַט שויפענצטער א גאנץ רעדל, פּונקט װוי די גאס װאָלט געווען קליין, און עס נעמט גאָר קיין סאָף ניט צום ריידן, מאכט זיך טאקע, אז זי פארזעט אמאָל די מאשין, אין אװטאָבוס גייט זי שטענדיק אריין, האלטנדיק אָנגעגרײיט דאָס געלט אפן בילעט. ניט אזוי, װי אנדערע פּאסאזשירן, װאָס הייבן אָן צו נישטערו אין די אייגענע קעשענעס ערשט דעמלט, ווען עס גייט צו זיי צו דער קאָנדוקטאָר, װי גלײַך זיי האָבן זיך ניט געריכט אף אים. אפילע דאָס קויפן דעם בילעט פארשאפט איר אויך פרייד. מיט קיין אױסגאָב האָט זי ניט ליב האָבן צו טאָן. דאָך מאכט זיך, אז זי האָט ניט קיין פּיטאקל, װי אפצולאָכעס --- בלויז גריוועניקעס. אלדאָנען װעט זי דאָך ניט זאָגן? ,כ'דארף א פּיטאקל", יענע װעט זיך גלײַך : אָנשטױסן, צוליב װאָס זי דארף עס און אופהייבן א גוואלד, דאן זאָגט זי אין אזעלכע פאלן דעם קאָנדוקטאָר; --- אפן אױסגאָב גיט מיִר א בילעט אף צוריקוועגס, איינמאָל האָט א נײַער קאָנדוקטאָר געפּרוּוט איר זאָגן, ווען זי האָט אים אויסגעשטרעקט די האנט מיטן פארפּרעסטן פּיטאקל אין קולעק: -- פאָרט, באָבעשי, אזוי, אָן א בילעט. זי האָט אים אויסגעמוסערט--איידל, שטיל, אָבער ער האָט פארשטאנען און פארגץ- דענקט, אז זי נייטיקט זיך ניט אין קיין נעדאָװועס. דעם בילעט אירן האָט זי ליב האלטן אין האנט, אלע זאָלן בעפיירעש זען, אז זי איז א פאסאזשיר מיט אלע פאסאזשירן גלײַך. זי האָט באמערקט, אז די יוגנט, ייִנגלעך און מייד- לעך -- ייִנגלעך, עמעס, בישטיקע, און די מיידלעך ניט באהאלטענערהייט--װי נאָר דער קאָנדוקטאָר גיט זיי אין די הענט דעם בילעט זייערן, עסן זֵיי זיך גלײַך אײַן אין אים מיט די אויגן. אמאָל בלײַבן זי צופרידן און גיבן צו װיסף ,א גליקלעכער", אמאָל-- באהאלט מען דעם בילעט שװײַגנדיק, אפילע מיט א פארבאָרגענעם זיפץ. אז עס פאָרן מיידלעך, בא- קאנטע צװישן זיך, קוקן זיי נאָך ארײַן איינע דער אנדערער אין די בילעטן. בעשום-אויפן קאָן זי ניט פארשטיין, װאָס זעען זיי דאָרט, אין די בילעטן. פארװאָס גיט דער קאָנדוקטאָר פארן זעלבן געלט איינער א גליקלעכן בילעט, דער אנדערער ---ניט? ער טיילט זיי דאָך פון איינעם און דעם זעלבן טאש, רײַסט זיי אָפּ פון איינער און דער זעלבער פּאפּירענער סטענ- גע... אוז ויָאזוי שיידט מען אונטער א גליקלעכן בילעט פון א געוויינלעכן, --- דאָס פארשטייט זי אויך ניט. איינמאָל, ווען לעבן איר איז געזעסן אף דער באנק אינעם אװטאָבוס א מיידעלע פון א יאָר דרײַצן, װעלכע האָט א שײַנענדיקע געמאָלדן אלע פּאסאזשירן ,און בא מיר איז א גליקלעכער!", האָט די אלטיטשקע באוויזן דעם גליקלעכן מיידעלע איר בילעט און געפרעגט: -- אנו, טו א קוק, ליבינקע, מײַן בילעט איז עפשער אויך א גליקלעכער? דאָס מיידעלע האָט גענומען דער באָבעשיס בילעט, לאנג געקוקט אף אים, געכעזשבנט, געכעזשבנט און טרויעריק געזאָגט: -- ניין, באָבעשי, עלף און פערצן, גלײַך האָט פון עפּעס א באנק זיך אופגעהויבן א יונגערמאן, צוגעגאנגען און גע- זאָגט: -- באװוײַזט מיר, באָבעשי, אײַער בילעט. כ'מיין, אײַער שכיינע האָט געהאט א טאָעס אינעם כעזשבן. אפילע ניט געבנדיק רעכט קיין קוק אף איר בילעט, האָט ער געזאָגט: -- א גליקלעכער, באָבעשי. זײַט זיכער, אײַער בילעט איז א גליקלעכער. אדהײיעם ווייסט זי ניט, ויִאזוי דערקענען זי עס. פרעגן שעמט זי זיך. טאָמער װעט זי ניט גלײַך קענען אופכאפּן די כאָכמע דערפון, אָבער ווען עס מאכט זיך, אז אירע א שכיינע אף דער אװוטאָבוס-באנק באטראכּט דעם אייגענעם בילעט, באװײַזט זי אָפט יענער אויך איר בילעט. אז מע דערהערט איר פראגע, ענטפערן איר מיטאמאָל עטלעכע שטימען פון אלע זײַטן אװוטאָבוס, נאָך איידער איר שכיינע האָט באוויזן אויסכעזשבענען, צי איז דער באָבעשיס בילעט א גליקלעכער: -- באָבעשי, אײַער בילעט איז א מאזלדיקער, װאָס פאר א פראגע.. צי איז איר בילעט טאקע א גליקלעכער, צי ניט, בלײַבט זי ניט וויסנדיק, נאָר צופרידן איז זי, מאכמעס זי זעט לוט די אױגן, אז די אלע, װאָס זאָגן איר אָן גליק, זײַנען צופרירן. דער וועג קיין גרויס-ווילייקע איז זייער א שיינער און פארשאפט איר האנאָע. פאָרנדיק אהין, סטארעט זי זיך ניט טראכטן, װאָס עס דערווארט זי באם אומקערן זיך אהיים. ווען װעט עס נאָך זײַף זי װיל ניט טראכטן וועגן דעם, אז אלדאָנע װעט איר גלײַך א זאָג טאָן -- ביסט שוין װידער געפאָרף א מענטש זאָל ניט קאָנען אײַנזיצן אין שטוב. געדענק, מאמע, טאָמער װעסטו נאָכאמאָל... אָבער אלדאָנע זאָגט ניט, װאָס װעט זײַן, אז די מאמע אירע װעט נאָכאמאָל פאָרן, װײַל, ערשטנס, ווייסט זי, די טאָכטער, אז עס װעט גאָרנישט ניט זײַן, װי ס'איז גאָרנישט ניט גע- ווען ביז אהער, און, צווייטנס, ווייסט זי, אלדאָנע, אז די מאמע אירע װעט װוידער און װוידער פאָרָן, קאָלזמאן עס װעט זיך לאָזן. דאָך פארשאפט איר פאָרט אגמעסנעפעש דער טאָכטערס באָרעכהאבע. אלדאָנען איז אָפּט װייניק איר מוסערזאָגן, סטארעט זי זיך נאָך ארײַנציִען אינעם שמועס דעם מאן אירן, וולאדאסן; ת) --- וולאדאס, װאָס שווייגסטו? סאָפקאָלסאָף קאָנסטו עפּעס זאָגן דער רײַזנדיקער שוויגער דײַנער, צי ניט? וולאדאס שװוייגט. ער מאכט זיך, אז ער הערט אפילע ניט, װאָס דאָס ווײַב זאָגט, מער ניט, ער הייבט אָן פלייסיקער טאָן דאָס שטיקל ארבעט, װאָס ער טוט. עס געלינגט אים טאָ- מיד פּאקן א רעגע, ווען אלדאָנע פארקוקט זיך, און א פריילעכן װוּנק טאָן צו דער שוויגער, װוי איינער רעדט: --- מאָלאָדיעץ, כאפּט ארייַן נאָך א פאָר. ווער-ווער, נאָר ער ווייסט דעם זיסן טאם, װאָס מע פילט, אז די רעדער דרייען זיך אונ- טער דיר, און עס טראָגט דיך, און עס יאָגט דיך, אז עס שווינדלט אזש פאר די אויגן. ער איז ביז דער פּענסיע געווען א שאָפער פון א לאסטמאשין, דערנאָך א טראקטאָריסט. איצט קאָן ער מער ניט ארבעטן. די פיס ברעכן אים, ווערז געשװאָלן, א נאָכװײעניש פון דער מיל- כאָמע. די אלטע אליין שווייגט אויך. זי װועט דאָך ניט גיין דערציילן אלדאָנען, אז זי, די מאמע אירע, גיט זיך גאָר-גאָר ניט שטענדיק נאָך. צום בײיַשפּיל, וועז זי קומט אין גרויס-װוילייקע, און אף דער סטאנציע שטייט גראָד דער עלעקטרישער באן, װוּ עס איז אף אן עמאלירט שילדל מיט גרויסע שווארצע אויסיעס אָנגעשריבן: ,גרויס-ווילייקע --- ווילנע", און דער יעיצערהאָרע טרעט צו איר צו מאמעש מיט א מעסער צום האלדז: ,גיי ארײַן אין וואגאָן און פאָר צו קיין ווילנע", ענטפערט זי אים: ,גלייב מיר, איך װאָלט א באלן געווען צופאָרן קיין ווילנע. כ'גע- דענק אפילע ניט, ווען בין איך דאָרט געװען. דער ועג אָבער געדויערט לאנג. כ'האָב זיך שוין געהאט נאָכגעפרעגט: א שאָ אהין, א שאָ צוריק, און דאָרטן קומט אויס ווארטן, ביז דער צוג גייט אָפּ... צופיל צײַט*. דער יעיצערהאָרע געפינט טייקעף א טערעץ: ;װאָס איז דיר די נאפקעמינע? וייניקער מיט א שאָ צי מער מיט א שאָ.. האָסט קיין צײַט ניט צי װאָס!* אָבער דערװײַל האָט זי נאָך דעם יעיצערהאָרע ניט נאָכגעגעבן. זי האָט נאָך א סימען, אז זייער דאָרף, קליין-װוילייקע, איז איצט אף א סאך נעענטער צו דער ארומיקער וועלט, וי פריִער. פון אומעטום קומען צו פאָרן צו זיי אין דאָרף מענטשן. ווער עס קומט אף עטלעכע שאָ, װוער -- אף א גאנצן טאָג, ווער ---אף עטלעכע טעג צי אפילע אף א גאנצן זומער. וער פלעגט אין אירע יונגע יאָרן פאָרן אהער? סײַדן עפעס א פּאָרעץ פלעגט אף פארפּינעטע פערד זיך אראָפּשטעלן קיין קליין-װוילייקע און אין די גרויסארטיקע צימערן פונעם פּאלאץ שיקערן גאנצע טעג און שפּילן אין קאָרטן מיטן היגן פּאָרעץ. איצט לעבן אף דער וועלט אנדערע מענטשן, זיי קומען קיין קליין-װילייקע האנאָע האָבן פון דער נאטור. מע קומט אף מאשינעס, אף מאָטאָציקלען, אף אװטאָבוסן, װוי צוויי טראָפּן וואסער ענלעכע אף יענע, מיט וועלכע זי פאָרט אמאָל, און אפילע אף נאָך שענערע און גרע- סערע. אין אלע צייַטן פון יאָר פאָרט מען צו זיי אין דאָרף. זומער קומט מען זיך באָדן אין דער קליינער ווילייקע ---אזוי הייסט זייער טײַך, אזוי וי דאָס דאָרף. ס'איז טאקע א טײַך-- איינער אין דער וועלט. עמעס, קיין אנדערע טײַכן האָט זי ניט געזען, נאָר זי הערט, װי די געקומענע מענטשן לויבן אים. הײַנט, װאָס איז װוערט דער ווייכער װײַסער זאמד באם ברעג פון טײַך און דער געדיכטער אלטער וואלד, װאָס גייט צו צום סאמע ראנד פונעם זאמדיקן פּאס, און די סעדער לעבן יעדער כאטע... און די גערטנער... וועסנע קומט מען צו זיי קלײַבן קווייטן און טרינקען בערעזע-זאפט. הארבסט קומט מען זיך שפּיגלען אין די פארבן פון וואלד, זוכן שװאָמען. ווינטער פאָרט מען דאָ אף ליזשעס צי מע כאפּט פיש אונטערן אײַז. זי לאָזט קיינמאָל ניט דורך קיין געלעגנהײַט צו כאפּן א שמועס מיט די אָנגעפאָרענע. אמאָל גייס זי צו, וען די שטאָטישע סמאליען זיך אף דער זון באם טײַך, אמאָל, ווען זיי קומען ארויס פונעם וואלד מיט קוייטן אין די הענט צי מיט קוישלעך שװאָמען, אָדער מיט סלאָיקלעך פּאָזעמקעס. פריִער פון אלץ פרעגט זי, פון וועלכער שטאָט די מענטשן זײַנען. אוז ס'איז נאָך ניט געווען דער פאל, מע זאָל ניט גערן זײַן איר ענטפערן. מע זאָגט איר, װי די שטאָט צי דאָס שטעטל הייסט. אָפט רעכנט מען דערבײַ אויס די מײַלעס פון יענע מעקוימעס, ניט פארגעסנדיק א לויב טאָן אין טאָג ארײַן קליין-װילייקע. עמעס, זי פארגעסט גלײַך סײַ די נעמען פון די שטעט און שטעטלעך, סײַ די מײַלעס זייערע, נאָר זי פאלט בא זיך ניס אראָפֿ, און לאָזט זיך גיין צו אנדערע מענטשן מיט דער זעלבער פראגע: --- פונוואנען זײַנט איר? אויב עס לאָזט זיך, גיט זי די שטאָטישע מענטשן אייצעס, וועלכע מינים שװאָמען און יאגעדעס װוּ זוכן, לויט וועלכע סימאָנים. אין פישפאנג איז זי ניט זייער באָקי. דאָך האָט זי שטענדיק א שטיקל אייצע אויך פאר די אָנגעפאָרענע פישער. מע הערט זי אויס אופמערקזאם, שמייכלענדיק גוטמוטיק. מע פרעגט זי אפילע אמאָל עפּעס איבער. זי פארשטייט, אז אָפט 6 מאכט ‏ מען נאָר אן אָנשטע?, אז עס גייען אָן אירע איצעס, טוט זי א קלוגן שמייכל און בלײַבט אלציינס צופרידן פונעם געשפּרעך. יונגע פרויען, וועלכע זי כאפּט איבער אפן וועג פון וואלד, לאָזן זיך ניט זעלטו צו זייערע מאשינעס און טראָגן איר ארויס מאטאָנעס, גע- בראכטע פון די גרויסע שטעט: פּושקעלעך מיט קאָנפעטן, שקארמיצלעך מיט זיסווארג, גע- בעקס, איבער אלדאָנען קאָן זי די מאטאָנעס ניט ברענגען אין שטוב. איינמאָל, טאקע דאָס ערשטע מאָל, ווען מע האָט איר געשענקט א שקארמיץ מיט קאָנ- פעטן, האָט זי די מאטאָנע געבראכט אהיים, אױיסגעשאָטן אפן טישטעך דעם הויפן צוקערקעס אין פארשיידנקאָליריקע גלאנציקע פּאפּירלעך און מיט שטאָלץ אָנגעזאָגט, פון וועלכער שטאָט זי שטאמעז און װאָס פאר א שיינע יונגע פרוי האָט זיי איר אונטערגעטראָגן. אלדאָנע האָט גלײַך אָנגעהױיבן גוואלדעווען: --- זאָג מיר, צוליב װאָס האָסטו עס גענומען? אלדאָנע האָט א כאפּ געטאָן פון בופעט א שיסעלע מיט פּונקט אזא סכוירע, א קנאק געטאָן מיט דעם איבערן טיש און באנײַס זיך צעשריען; -- אָט די קאָנפעטן שטאמען אויך פון א שטאָט, דו ווייסט דאָך, אז בא אונדז איז ניטאָ קיין קאָנפעטן-פאבריק, די אלטיטשקע האָט דערנאָך ניט איין מאָל זיך געפּרווט אָפּזאָגן פון די מאטאָנעס. די עמעסע סיבע האָט זי דערבײַ פארשוויגן, זי האָט געטײַנעט: ,צוליב װאָס! מע דארף ניט.."-- האָט זי אָבער געזען, אז די מענטשן באליידיקן זיך. ווייסט זי שוין, אז אָפּזאָגן זיך פון די מאטאָנעס דארף מען ניט. זי נעמט זיי, באדאנקט, און ווען די מאשין מיט די מאטאָנע-געבער פארשווינדט אין די קנוילן שטויב, צעטיילט זי די נאשערײַען די כעװרעלײַט אין גאס, ס'איז אָבער געקומען א טאָג, װעז פון גרויס טומל האָט זי ביכלאל פארגעסן אָן אירע אמפּערנישן מיט אלדאָנען, זי האָט אפילע פארגעסן ועגן אירע פאָרעכצן מיטן אװטאָבוס, קיין קליין-ווילייקע זײַנען געקומען ארטיסטן פון דער װײַטער, גרויסער און שיינער שטאָט קיָעוו. וועגן קיִעוו האָט זי א סאך געהערט. פאר א קיעװער יונגנמאן האָט כאסענע געהאט איר זונס טאָכטער נאטאשע, דאָס אייניקל אירס, און זי װוינט איצט מיט דער פאמי- ליע אין קיִעוו. נאטאשע איז שוין מיט מאזל אליין געװאָרן א מאמע. און גושקעס, דער אל- טערס זון און נאטאשעס טאטע, ---א זיידע. איז זי, הייסט עס, שוין אן עלטערבאָבע. מאשענקע רופט מען איר אורייניקל. האקלאל, די ארטיסטן, וועלכע זײַנען אראָפּגעקומען צו זיי אין דאָרף מאכן א פילם, האָבן פארגעסן געמאכט אלע אירע פריִערדיקע פארגעניגנס. געקומען צו פאָרן זײַנען די ארטיסטן אף א סאך אויסערגעוויינלעך שיינע מאשינעס און אװטאָבוסן. געבראכט מיט זיך גרויסע לעמפּ, װאָס בלענדן, װי די זון, און זשומענדיקע מא- שינדלעך, װאָס דרייען דעם פילם. די ארטיסטן-- מענער און פרויען -- פוצן זיך דערביי אויס אין אזעלכע שיינע קליידער און גארניטערס, הוטן און שוכווארג, װאָס האָבן דעם אמאָ- ליקן קליינווילייקער פּאָרעץ מיט דער פּריצטע זיך אפילע ניט געכאָלעמט. די אלטע איז געווען אזוי באגײַסטערט פון די ארטיסטן, אז אלדאָנע האָט מאמעש מיט גוואלד געדארפט זי פירן אהיים עפּעס איבערכאפּן. זי פלעגט עפּעס א קײַ טאָן און ווידער אוועק אהין, װוּ מע האָט געדרייט דעם פילם. ס'איז איר א שאָד געווען פארלירן א מינוט אפילע. װי א פארקישעפטע איז זי געשטאנען און געקוקט פונדערװײַטנס אפן װוּנדער, כאָטש דאָס שטיין אירס האָט זי שטארק געקימערט. ס'איז איר ניט אָנגעשטאנען די קאָמפּאניע, מיט וועלכער זי שטייט דאָ אָפּ גאנצע שאָען און מיט וועלכער זי גייט נאָך די ארטיסטן, ווען זי קלײַבן זיך אריבער איניינעם מיט די מאשינדלעך אף אן אנדער אָרט. און דעריקער: ס'איז זומער. מענטשן האָרעװען, סײַ אין קאָלװירט, סײַ בא דער אײגענער באלעבאטישקײַט. זי װאָלט אויך געווען א באלן העלפן דער טאָכטער אין שטוב, אפן גאָרטן, אין סעדל, טײַנעט אָבער שטענדיק יענע, װי נאָר זי דערזעט אין דער מאמעס הענט א סאפּקע, א הראבליע צי אפילע א בעזעם: ,איך בעט דיך, מאמע, האָב אף מיר ראכמאָנעס. רו זיך אָפּ. האָסט שוין דײַנס אָפּגעהאָרעװעט". װאָס זשע באקומט זיך? זי, װאָס איז א גאנץ לעבן געװוינט צו האָ- רעווען, שטייט איצט צװישן קליינווארג, װאָס קלײַבן ערשט קויכעס און סייכל צו האָרעװען. קאָן איר אָנשטײן זיך טאָפּטשען צװישן אזעלכע לײַט? זוכט זי אָפּ צװישן אוילעם נאָך א צוויי-דרײַ אזעלכע אלטיטשקע, וי זי, און זיי גייען אָפּ א ביסל אין א זײַט, אינמאָל, ווען א יונגע שיינע ארטיסטקע, אן אָנגעטאָנענע אין א בלויען זײַדענעם קלייד, האָט נאָך דעם, װי זי האָט לאנג געמאכט מיט די הענט, װי זי געזעגנט זיך מיט עמעצן, זיך געהויבן אף די שיפץ פינגער, װי זי װאָלט זיך אײַנגעקוקט ערגעץ אין דער װײַט, -- ארויס 7 א צופרידענע פון אונטער די לעמפּ און געבליבן שטיין ניט װײַט פון איר, פון דער אלטיטש- קער, האָט זי, װי איר שטייגער איז, גלײַך פארפירט מיט דער ארטיסטקע א געשפּרעך: --- וויאזוי װעט הייסן אײַער קינאָ? ניט שטענדיק גיי איך אין קלוב, נאָר אָט די קינאָ װאָלט איך געגאנגען א קוק טאָן. -- דער באדינגלעכער נאָמען איז ,, ווען יאגעדעס ווערן רייף". זי האָט ניט געװוּסט, װאָס הייסט עס ,דער באדינגלעכער נאָמען", איבערפרעגן אָבער האָט זי קיין צײַט ניט געהאט, מאכמעס זי האָט נאָך א סאך זאכן געדארפט פרעגן בא דער ארטיסטקע און מוירע געהאט, אז יענע קאָן אלע װײַלע אוועקגיין. װײַל די ארטיסטקע האָט איר געענטפערט שטיל, קימאט אפן אויער, האָט די קינפטיקע צושויערן פונעם פילם אויך זיך באמיט ריידן שטיל, זי האָט ארומגעזוימט מיט די דארע דלאָניעס דאָס מויל און געפרעגט: --- און ווען איז פאָרגעקומעו די געשיכטע אין דער קינאָ? די ארטיסטקע האָט זיך אָנגעבויגן צו איר נאָענט-נאָענט, און, װוי אײַנרומענדיק א סאָד, געזאָגט; --- אוי, באָבעשי, לאנג איז עס געווען. נאָך איידער איר זײַנט געבוירן געװאָרן. --- דער- נאָך, װי זי װאָלט עפּעס אונטערגעכעזשבנט, זיך פאריכט: און עפשער זײַנט איר שוין געווען אף דער וועלט... אָבער נאָך גאָר א פּיצל. די אלטע האָט שוין געװאָלט אָנהייבן דערציילן, אז זי האָט אין קיעוו אן אייניקל מיט אן אורייניקל, האָט עפּעס איינער געגעבן א מאך צו דער ארטיסטקע מיט דער האנט, און זי איז גלײַך אנטלאָפן אונטער די לעמפּ. טאקע דעם זעלבן טאָג, פארנאכט, ווען מע האָט אפן גאנצן פּלאץ פארלאָשן אלע לעמפּ, אױיסגעשלאָסן אלע זשומענדיקע מאשינדלעך און עס איז געװאָרן מיטאמאָל שטיל און װאָ- כעדיק, און אפילע די ארטיסטן, װאָס זײַנען נאָך אלץ געוען יאָמטעװדיק אָנגעטאָן, האָבן באקומען עפּעס א היימישן אויסזען, איז זי צוגעגאנגען צו איינעם אן ארטיסט, זייער א יונגן, וועלכער איז איר שוין לאנג געפעלן געווען מיט זײַן שיינעם שטאלט און לעבעדיקע גוטע אויגן, און געזאָגט אים: -- איך האָב אין קיעוו אן אייניקל, מײַן זונס טאָכטער, נאטאשע, און אן אורייניקל-- מאשענקע. ער האָט זיך, קענטיק, דערפרייט מיט דער דאָזיקער בסורע, לײַכט ארומגענומען זי און ארײַן מיט איר אינעם געזעמל פון די ארטיסטן: --- כאוויירים, די דאָזיקע באָבעשי... -- ער האָט זיך אָנגעבױיגן צו איר און געפרעגט:-- וי רופט מען אייך? -- אָט אזוי רופט מען מיך טאקע -- באָבעשי, --- האָט זי געזאָגט, --- אוז די, וועלכע ווייסן מײַן נאָמען, רופן מיך באָבעשי יאנינע. -- כאוויירים, --- האָט ווידער געזאָגט דער ארטיסט, --- די באָבעשי יאנינע האָט אין קיעװו אן אייניקל נאטאשע, איר זונס א טאָכטער, און אן אורייניקל--נאטאשעס טאָכטער --מא- שענקע. דער ארטיסט האָט זי באגלייט אהיים. מיטן וועג האָט ער בא איר געפרעגט, צי וייסט זי אלטע ליטווישע פאָלקסלידער, פאָלקסמײיסעס און שפּריכװערטער, ער זאמלט פאָלקלאָר, האָט ער געזאָגט, און איר געגעבן צו פארשטיין, װאָס דאָס הייסט. -- װאָס זשע, האָט זי זיך אף אים שיר ניט באלידיקט,--זי האָט יונגערהייט ניט געזונגען קיין לידער? נישקאָשע, אז זי װועט ועלן, װעט זי זיך דערמאָנען ניט איין ליד, און מײַסעס פארשפּאָרט זי זיך דערמאָנען -- זי געדענקט זיי אזוי אויך. זאָל ער אפילע פרעגו בא איר היגן אייניקל, בא יאניסן, בא דער טאָכטערס מיזיניק, װעט ער הערן, וויפל שיינע מיי- סעס זי האָט יאניסן דערציילט און דערציילט אים נאָך איצט אויך. דער ארטיסט האָט געזאָגט, אז אויב זי װעט אים דערלויבן, װעט ער קומען צו איר א צווייט מאָל מיט א העפט, אין וועלכן ער פארשרייבט דעם פאָלקלאָר, און ארײיַנשרײַבן אהין אויך אירע מײַיסעס און לידער. ווען זי זיַנען ביידע, זי מיטן ארטיסט, אריין אין שטוב, האָט זי אין אדלאָנעס אויגן דערזען ניט בלויז פארווונדערונג, נאָר עפּעס אזוי װוי א פאָרװוּרף (אלדאָנע איז זיך דערנאָך מוידע געווען, אז זי האָט געמיינט, די מאמע האָט מיט גוואלד געבראכט צו פירן אהער דעם ארטיסט). דער ארטיסט האָט געהאלטן װאָרט און איז אף מאָרגן געקומען מיט זײַן גראָבן העפט, . שוין היפּש א פארשריבענעם. האָט זיך אױיסגעלאָזט, אז אלדאָנע און וולאדאס וילן, אז ער זאָל פארשרייבן אויך זייערע באליבטע לידער. האָבן זיי אלע אינדרײַען--זי, און די טאָכ- טער, און דער איידעם -- געזונגען, װי זיי האָבן געקענט, און ער איז געזעסן אן ערנסטער, 8 אן ארײַנגעטראכטער און געשריבן. און װאָס עס איז דער באָבעשי יאנינען איבערהױיפּט גע- פעלן געװאָרן --- דאָס איז דער אויפן פונעם פארשרײיבן. אז ווערטער קאָן מען פארשרייבן-- דאָס האָט זי געװוּסט, און ער האָט פארשריבן סײַ די װערטער, סײַ די ניגונים און טאקע גלײַך, אפן אָרט, איבערגעזונגען די לידער, נאָר א סאך שענער, וי זיי האָבן געזונגען. כאָטש אלדאָנע זינגט אויך אזוי שיין, אז ס'א פארגעניגן צו הערן. און נאָך איז געווען דער באָבעשי צום הארצן, װאָס דער ארטיסט האָט מיט יעדער פארשריבענער ליד זיך געפרייט אזוֹי, װי ער זאָל געפינען א בריליאנט. ניט איין מאָל איז ער נאָכדעם געוועז צוגאסט. אמאָל פלעגט ער פארשרייבן א ליד, א מײַסע, אמאָל גלאט אזוי אריינקומען. מיט איר, מיט דער באָבעשי יאנינע, פלעגט ער זיך שטענדיק אופגעלייגט באגריסן. באגעגענענדיק זי אין גאס, אָדער דערזעענדיק זי צװישן די נײַגעריקע, פלעגט ער, ארויסגייענדיק פון אונטער די סארפעדיקע לעמפּ, גוטמוטיק א שמייכל טאָן צו איר, א מאך טאָן מיט דער האנט אָדער געבן א פריילעכן װוּנק. וויאזויארום עס איז געקומען צו רייד, אז עס װאָלט געווען גוט, זי זאָל פאָרן מיט די ארטיסטן קיין קיעוו, קעדיי זיך זען מיט איר אייניקל און פאריינוועגס זיך באקאנען מיטן אורייניקל, --- ווייסן זיי בלויז אינצווייען, זי און דער ארטיסט. קיין איידעס זײַנען דערביי ניט געווען. : דער טאָכטער מיטן איידעם האָט זי דעם שמועס איבערגעגעבן אזוי: -- דער ארטיסט האָט בא מיר געפרעגט: ;איר האָט, דאכט זיך, שוין לאנג ניט געזען זיך מיט נאטאשען? אויב אזוי, װאָלט עפשער קעדײי געווען, איר זאָלט צופאָרן מיט אונדז קיין קיעוו. מיר קלײַבן זיך שוין אין װעג. טוט מִיר די טויווע, באָבעשי יאנינע, און פאָרט מיט אונדז". איך האָב אים געזאָגט: אלץ הייסט לאנג זיך ניט געזעף נאטאשע איז בא אונדז געווען, ווען זי איז אריבער אפן צווייטן צי אפן דריטן קורס פון אינסטיטוט. דעם אינסטיטוט האָט זי פארענדיקט פארדריייאָרן צי אפילע פארפיריאָרן. הײַנט מאכט אליין דעם כעזשבן. און מאשענקען האָב איך נאָך ביכלאל ניט געזען. כאָטש זי איז שוין אלט א יאָר מיט צען כאדאָשים. אָבער וועגן דעם פאָרן קיין קיעוו,--- די אלטיטשקע האָט זיך געסטארעט מיט אלע קויכעס ריידן ערנסט און קוקן בייסמייסע נאָר אפן איידעם, אקוראט וי די טאָכטער װאָלט גאָר אין צימער ניט געווען.---װעל איך נאָך גוט א טראכט טאָן און זיך האלטן אן אייצע מיט מײַן אלדאָנען. אָבער איך מיין, אז איך װעל טאקע פאָרן מיט אײַך. אלדאָנע האָט זיך געװענדט צום מאן, װי די מאמע װאָלט גאָר ניט געווען דערביי: -- הערסט, וולאדאס, כ'קאָן דיר שוערן, אז װי נאָר די ארטיסטן האָבן זיך באויזן, האָב איך דערפילט, אז עפּעס א שפּיצל וועט זי מיר אָפּטאָן, מײַן מאמע. -- װאָס עפּעס נאָר דיר?---האָט געענטפערט וולאדאס.--זי האָט אָפּגעטאָן א שפּיצל אלע פרויען פון קליין-װילייקע. א סימען -- פון אײַך אלעמען האָט ער אויסגעקליבן זי איינע און נעמט זי מיט קיין קיעװו. -- האָסט בעפיירעש געזאָגט א כאָכמע--איז אלדאָנע געװוען ניט צופרידן, --אָבער צום געלעכטער איז נאָך װײַט. די אלטע האָט שוין לאנג באמערקט, אז דער איידעם איז אף איר מער ענלעך, װי די טאָכטער. און װאָס שיײיעך אלדאָנען, -- האָט די אלטע מאמע געטראכט,-- קאָן מען אפילע אין קינאָ קיין בעסערע, קיין געטרײַערע טאָכטער פון איר נ"ט אױיסטראכטן. אײי, זי ויל ניט, אז די מאמע אירע זאָל ארומפאָרן... איז זי עפשער טאקע גערעכט. װאָס זשע, זי אליין, די פאָרערן, פארשטייט דען ניט, אז געזינטער װאָלט פאר איר געוויס געווען, וען זי זיצט אין שטוב, -- זי פארשטייט... נאָר... יעדער מענטשן, -- שפּאסט זי מיט זיך אליין,---זײַנען װײַזט אויס, באם געבוירן אָפּגעמאָסטן ניט נאָר די יאָרן, נאָר אויך די קילאָמעטערס, װאָס ער דארף דורכפאָרן... איר פעלט נאָך אפּאָנעם צום כעזשבן.. אָט װוּ דער הונט ליגט בא- גראָבן. שווער איז אויך דעם ארטיסט אָנגעקומען--וואלענטין האָט ער געהייסן--- איר רײַוע קיין קיִעוו. ער האָט לאנג געטשאטעוועט די מינוט, ווען באם דירעקטאָר פונעם פילם, באם עלטערן, פולן, גאנץ פלעגמאטישן אָבער איינצייטיק אויך נערוועזו דאוויד איסייעוויטשן זאָל זיך אויס- געבן א גוטע שטימונג. ווען עס האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז די פּאסיקע צײַט איז געקומען, האָט ער געזאָגט דעם דירעקטאָר; --- דאוויד איסייעוויטש, דערלויבט, ביטע, איינער א ווילער פרוי פון קליין-ווילייקע פאָרן מיט אונדז קיין קיעוו, דאָס הייסט אין אונדזער אװטאָבוס.. איר פארשטיט, בא איר אײניקל, באטאשע הײיסט זי און וװינען וװינט זי אין קיִעװו, איז געבוירן געװאָרן א טאָכטער, מאשענקע. הייסט עס, אז מאשענקע איז איר אוריי- ניקל, אוז אלט איז זי א יאָר מיט צען כאדאָשים. אָבער פאר אָט דער גאנצער צײַט האָבן זי זיך נאָך קיין איין מאָל ניט געזען, די עלטערבאָבע מיטן אורייניקל, און וויבאלד זיי האָבן זיך ניט געזען, זײַנען זי פּערזענלעך ניט באקאנט. דערװוּסט זיך וועגן דעם, האָב איך מיט שרעק א טראכט געטאָן וועגן זיך. כ'האָב זיך פאָרגעשטעלט, װי בא מײַן װיטקען װעט גע- בוירן ווערן א טאָכטער, אגעוו, איז ער נעכטן געווען א באלסימכע, ער איז אלט געװאָרן פינף כאדאָשים, און עס קאָן זייער געמאָלט זײַן, אז מע װעט זײַן טאָכטער אויך א נאָמען געבן נאטאשע, און בא יענער נאטאשע, בא מײַן איניקל, װעט געבוירן װערן א קינד. צי װעט מען דאָס קינד אויך אָנרופן מאשענקע, וייס איך ניט, װײַל װי א זאך מאכט זיך קאָן נאָך געבוירן װערן א ייַנגעלע, און אָט דאָס ייִנגעלע צי דאָס מיידעלע, מײַן אורייניקל, װעט אלט װערן א יאָר מיט צען כאדאָשים, און מיר װעלן נאָך פּערזענלעך ניט זײַן באקאנט.. דאוויד איסײַעװיטש האָט זיך געשטארקט, געשטארקט און סאָפּקאָלסאָף ארויס פון די קיילים; -- עפשער האָט איר אין זינען יענע זקיינע, מיט װעלכער איר פירט זיך ארום די גאנצע צײַט? -- אוב עס װעט אײַך געלינגען --האָט דער ארטיסט, ואלענטין שמייכלענדיק געזאָגט און א װוּנק געטאָן צוֹ די כעװרע אקטיאָרן זיי זאָלן אים אונטערהאלטן.-- געפינען א פרוי פון א יאָר צוואנציק, װאָס האָט אין קיִעװו אן אורייניקל פון א יאָר מיט צען כאדאָשים, וועלכע האָבן זיך נאָך אויך ניט געזען, זאָגט מיר, ביטע, װעל איך זיך ווענדן צו אײַך מיט א הישטאדלעס פאר איר אויך... דאוויד איסײַעװיטש האָט מער ניט געװאָלט הערן די פריילעכע פּלאפּלערײַ, וועלכע האָט קענטיק פארװײַלט די ארטיסטן, אָבער ניט אים. -- איר שטעלט זיך פאָר, װאָס מיט אזא מענטשן קאָן פּאסירן אין ועג? נאָך אין אן אוטאָבוס דערצו? ס'איז ביכלאל א נעס, װאָס זי האלט זיך אף די פיס. אן אלטיטשקע, א שוואכּינקע, הויט און ביין... דאוויד איסייעוויטשן האָט גאָרנישט ניט געהאָלפן. וועגן דעם דאָזיקן געשפּרעך האָט די אָנגעבעטענע פּאסאזשירקע ניט געװוּסט. זי האָט געװוּסט, אז איר רײַזע מיט די ארטיסטן קיין קִיִעוו איז טױזנט מאָל טשיקאווער פון אלע אירע פאָרעכצן ביז אצינד. זי װעט שוין האָבן װאָס צו דערציילן. אלע ארטיסטן זײַנען גע- ווען צופרידן, ווען וואלענטין איז מיט איר ארײַן אינעם אװטאָבוס. אלע האָבן זיי צו איר גערעדט, געשמייכלט, געפאָכעט מיט די הענט, וי זיי װאָלטן זי לאנג ניט געזען, באזעצט זי אף א באזונדער באנק. איר באקאנטע ארטיסטקע, וועלכע האָט איר געהאט דערציילט וועגן פילם, האָט אוועקגעלייגט אף דער באנק לעבן איר אן אויסגענייט קישעלע און געזאָגט; -- באָבעשי, דאָס קישעלע װעט איר אונטערלייגן צוקאָפּנס, אז איר װעט זיך ועלן צולייגן, -- איך װעל זיך ניט װעלן צולייגן, -- האָט זי געענטפערט, --- איך װעל די גאנצע צײַט קוקן אין פענצטער, האָט מען װידער געלאכט. בלויז איינער, אן עלטערער מענטש, א פולער, אן ערנסטער, א שטרענגער, װי זי האָט באמערקט, האָט ניט נאָר װאָס ניט געלאכט, ער האָט אפילע קיין קוק ניט געטאָן אין איר זײַט, גראָד צו אים האָט דער ארטיסט וואלענטין זי צוגעפירט און געזאָגט: -- באָבעשי יאנינע, באקאנט זיך מיט אונדזער דירעקטאָר פונעם פילם. דער דירעקטאָר האָט איר דערלאנגט די האנט, עפּעס א זאָג געטאָן שטיל, טייקעף געעפנט זײַן גרויסן פּאָרטפעל, װאָס איז געלעגן לעבן אים, און אָנגעהױבן איבערקלײַבן זײַנע פּאפּירן, די ארטיסטן האָבן איר אין וועג אָפּגעגעבן קאָװעד, װאָס בעסער און שענער קאָן גאָר ניט זײַן. אלע מאָל האָט עמעצער אנדערש געפרעגט בא איר, װי פילט זי זיך, און די גאנצע צײַט איז מען זי מעכאבעד געווען מיט נאשערײַען. און ניט בלויז די ארטיסטקעס, די אר- טיסטן אויך, פאָרגעלייגט נאָכאנאנד א באר, א פּוטער-בולקעלע, א קאָנפעט... עטלעכע מאָל האָט דער אװטאָבוס אין וועג זיך אָפּגעשטעלט, קעדיי די ארטיסטן זאָלן זיך א קאפּל דורכגיין אף דער פרישער לופט און זיך אױסגלײַכן די ביינער. איר באקאנטע ארטיסטקע פלעגט אלע מאָל אויסוואקסן לעבן איר און פּונקט װי זי, די באָבעשי יאנינע, װאָלט געווען א פּיצל קינד, זי געפירט שפּאצירן. 10 איינמאָל, ווען דער אװוטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט, האָבן די ארטיסטן זיך געקליבן גיין אין א גאָרקיך עסן ווארמעס, זי האָט זיך געפּרוּװוט אָפּזאָגן; -- איך בין ניט הונגעריק. די ארטיסטן האָבן אָבער אפילע הערן ועגן דעם ניט געװאָלט, און זייער שטרענגער דירעקטאָר האָט גאָר ניט שטרענג איר געזאָגט: -- דער אפּעטיט קומט באם עסן.. פארנאכט-צו זײַנען זיי פארפאָרן אי דער שטאָט האָמעל, און דאָרט געבליבן נעכטיקן. אינעם פּרעכטיקן האָטעל איז די באָבעשי יאנינע געווען אין איין צימער מיט איר בא- קאנטער ארטיסטקע און מיט נאָך צוויי ארטיסטקעס, מיט וועלכע זי האָט זיך באקאנט שוין אין וועג. אפילע באנאכט, ווען מע האָט זיך שוין געלייגט שלאָפן, האָבן זיי אלע דרײַ געהאלטן אין איין זאָרגן וועגן איר. װי נאָר זי פלעגט זיך טאָן א קער אף דער נידעריקער, ברייטער, װי א פעלד, בעט, פלעגט טייקעף עמעצער פון זיי פרעגן: -- באָבעשי, פארװאָס שלאָפט איר ניט? -- באָבעשי, עפשער ווילט איר א טרונק? -- באָבעשי, עפשער איז אײַך ניט באקוועם צו ליגן? ניס באקוועם צו ליגן... עס שלאָפט זיך פּאָשעט ניט... קאָן דען זײַן א מער באקוועמער געלעגער, וי אָס די נידעריקע, הילצערנע בעט, מיט דער ווייכער, ציכטיקער איבערבעט?. אינדערפרי האָבן זיי אלע, זי מיט די ארטיסטן, געגעסן פרישטיק אינעם זעלבן האָטעל, װוּ זיי האָבן גענעכטיקט. געזעסן איז מען בא צונויפגערוקטע, יאָמטעװדיקע טישן, פאר איר האָט מען באשטעלט א באזונדער מין פרישטיק; -- ברענגט, ביטע, דער באָבעשי, פרישן קעז, א מילכיקע קאשע און א גלאָז קאווע. נאָכן פרישטיק האָט מען זיך ווידער געלאָזט אין וועג. פאָרנדיק, האָט זי געטראכט: קאָן דען זײַן א גרעסערער פארגעניגן אין לעבן, װי אָס די שיינע רײַזע אירע, ביפראט, אז פאָרן פאָרט זי צו איר געראָטן אייניקל, װאָס איז שוין אליין א מאמע, און ווּ זי, די אלטע באָבעשי, װועט זײַן אן אָנגעלייגטער גאסט. עס האָט זי, עמעס, געקימערט, װאָס דער דירעקטאָר פארפירט מיט איר ניט קיין רייד. זי האָט אין דעם אײַנגעזען, אז ער איז ניט צופרידן מיט איר. נאָר דעם דאָזיקן ניט אָנגענעמעו געדאנק האָט זי אליין געמאכט צונישט, װי א באװײַז, אז זי איז ניט גערעכט, האָבן איר געדינט די ווערטער ועגן דעם אפּעטיט, װאָס קומט בייסן עסן, וועלכע ער האָט איר געזאָגט. ער רעדט ניט מיט איר, ער קוקט ניט אף איר, ער שמייכלט ניט צו איר, און וועגן װאָס זאָל ער מיט איר ריידן? װאָס דארף ער קוקן אף איר, שמייכלען? און אינגיכן האָט זיך טאקע ארויסגעוויזן, אז דער דירעקטאָר איז אויך ניט קיין שלעכטער מענטש. צופאָרנדיק נעענטער צו קיַעװו, האָבן די ארטיסטן אָנגעהױבן אונטערזאָגן דעם שאָפער, װווהין ער זאָל זיי אָפּפירן אהיים. איינער האָט געזאָגט: -- פעדיעטשקע, לעבן דער אויסשטעלונג זאָלסטו פארקערעווען אף לינקס, מיך ועט דיר זײַן באקוועם אָפּפירן דעם ערשטן, א צווייטע האָט געזאָגט: -- א מאָשל... ס'הייסט מיט דער לינקער האנט דערלאנגען דעם רעכטן אויער. פאָר בעסער פריער... פעדיע האָט געזאָגט: -- ס'איז מיר ניט דאָס ערשטע מאָל, און כ'ווייס, וויָאזוי אײַך אָפּפירן... דער דירעקטאָר האָט אפּאָנעם ניט געװאָלט זיך פארלאָזן אף פעדיען און געזאָגט: -- וואלענטין, איר ווייסט, אף וועלכער גאס װוינט דער באָבעשיס אייניקל? -- מיטן אורייניקל, --- האָט דער ארטיסט פריילעך צוגעגעבן. -- באלד װועל איך אָפּזוכן דעם אדרעס. כ'האָב אים, דאכט זיך, פארשריבן, דער דירעקטאָר האָט געדולדיק געווארט, ביז וואלענטין האָט ניט געײַלט דערלאנגט פון קעשענע זײַן נאָטיץ-ביכל און אָנגעהויבן בלעטערן די זײַטלעך. וואלענטין האָט געקוקט אף איין זײַטל, אף א צווייטן, װוידער געבלעטערט און אָבער געזוכט. די באָבעשי יאנינע האָט זיך אפילע דערשראָקן -- צי האָט ער ניט פארלוירן איר אדרעס. אז ער האָט אים פארשריבן, האָט זי אליין געזען. װאָס װעט זי טאָן, אוב ער האָט אים ערגעץ אהינגעטאָן? אָבער לויט דעם, וי אופגעלייגט ער האָט געזוכט, האָט זי פארשטאנען, אז אויב ער װעט נאָר װועלן, וועט 11 ער אים טייקעף אָפּזוכן, איר אדרעס. די ארטיסטן האָבן געקוקט אף וואלענטינען און גע- שמייכלט. סאָפקאָלסאָף האָט ער געפונען דאָס נייטיקע זײַטל; -- גאָרקי-גאס, נומער 18, דירע---10. נאטאשעס שוויגער הייסט טאמארע מיכײַלאָװנע, דער שווער --- אָסיפּ גריגאָריעװיטש, נאטאשעס מאן.. דער דירעקטאָר האָט געזאָגט פעדיען: --- פריער פון אלץ אף דער גאָרקי-גאס. דער באָבעשי יאנינען איז עס צוערשט ניט געפעלן געווען, עס איז בא איר אויסגע- קומען, אז מע וויל פון איר װאָס גיכער פּאָטער װערן. נאָר דערנאָך האָט זי א קלער געטאָן, אז ער איז טאקע גערעכט, דער דירעקטאָר. ס'איז בעסער, זי זאָל װאָס גיכער קומען צו נא- טאשען, װײַל מיד איז זי, װאָס מיד הייסט, און די ביינער ברעכן איר, און אין קאָפּ הודעט... אין א קורצער צײַט ארום האָבן די ארטיסטן פריילעך אָנגעזאָגט דער באָבעשין: -- אָט איז די גאָרקי-גאס... | ס'האָבן געשװוינדלט פאר די אויגן גרויסע מויערן, סקװוערן, שויפענצטער פון שיינע קראָמען. די ארטיסטן האָבן אלע מאָל אויסגערופן; --- הויז נומער 102! --- נומער 80! -- נומער 60! זי האָט ניט באוויזן זיך ארומקוקן, װי דער אװטאָבוס איז שטיין געבליבן לעבן א שיי- נעם, פילגאָרנדיקן, גרויען מויער. דער ארטיסט וואלענטין איז מיט איר איניינעם ארויס פונעם אװטאָבוס. אלע האָבן זיך מיט איר פרײַנטלעך געזעגנט און גלײַך צוגעפאלן צו די פענצטער, מאמעש באקלעפּט זיי, געפאָכעט מיט די הענט, געװוּנטשן איר א גוטע באגעגעניש מיטן אייניקל און מיטן אוריי- ניקל -- האקלאל, באגלייט זי פּונקט אזוי ליב, װי מע האָט זי באגעגנט, ערשט איצט, דאָס ערשטע מאָל, זינט זי האָט זיך געלאָזט אין וועג, האָט די באָבעשי יאנינע זיך אָנגעהױיבן ערגערן. אופהייבנדיק זיך אף די טרעפּ, האָט זי געזאָגט דעם ארטיסט: -- איך ווייס... אן אייניקל איז טאקע אן אייניקל, אָבער זי ווינט איניינעם מיט איר מאנס עלטערן... עפשער דארפן זיי מיך ניט האָבן פאר קיין גאסט?.. -- איך בין זיכער, באָבעשי יאנינע, אז זיי װועלן זײַן צופרידן, װאָס איר זײַנט געקו- מען, -- האָט ער ערנסט געענטפערט. ניט אָפּט האָט זי געהערט, ער זאָל אזוי ערנסט ריידן. די טיר האָט געעפנט א בלאָנדע שיינע פרוי אין די מיטעלע יאָרן -- איר זײַנט טאמארע מיכײַלאָוונע?--- האָט געפרעגט דער ארטיסט, און ווען יענע האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אף / יאָי, האָט ער פאָרגעזעצט:-- צו אײַך איז געקומען צוגאסט פוז קליין-װילייקע די באָבעשי יאנינע. טאמארע מיכײילאָוונע האָט אזוי א קוק געטאָן, אז דער ארטיסט האָט זיך גלײַך אָנגע- שטויסן וועגן װאָס זי טראכט: אוי, א מין אלטע זי איז.. און א דארינקע.. און אן אײַנ- געהויקערטע... ויאזוי האָט מען זי געלאָזט אין אזא װיײַטן וועג?.. פאר גרויס איבעראשונג האָט טאמארע מיכײלאָװנע ניט גלײַך דערקענט דעם ארטיסט, וועלכן זי האָט א סאך מאָל געזען שפּילן. נאָר באלד האָט זי אף אים פארכידעשט א קוק געטאָן און געזאָגט: --- איר זײַנט דאָך דער ארטיסט וואלענטין....-- און זי האָט אָנגערופן זײַן פאמיליע, -- איז װי קומט צו אײַך די באָבעשי יאנינע?--און זיך א כאפּ געטאָן.--- קומט, ביטע, ארײַן אין שטוב... װאָס שטייען מיר... -- א דאנק, --- האָט ער געענטפערט, -- איך אײַל זיך, צום באדויערן, װי קומט צו אונדז די באָבעשי יאנינע, װוילט איר וויסן? ניט זי איז געקומען צו אונדז, נאָר מיר זײַנען געקומען צו איר. אין קליין-װילייקע האָבן מיר געמאכט א פילם... אָט כאפּט א קוק... -- דורכן אָפּענעם פענצטער אינעם ברייטן קאָרידאָר האָט מען געזען דעם אװטאָבוס, װוּ פון יעדן פענצטערל האָבן ארויסגעקוקט פריילעכע, פאריסענע ארוף פּענעמער פון די ארטיסטן. דאָס איבעריקע האָט טאמארע מיכײַלאָװונע זיך געדארפט אנשטויסן אליין. וואלענטין האָט זיך געזעגנט מיט ביידע פרויען און אראָפּגעלאָפן פון די טרעפּ. ארײַנקומענדיק מיט דער באָבעשי יאנינע אין שטוב, האָט טאמארע מיכײילאָװונע געזאָגט: -- עס באדארף דאָך אזוי טרעפן. ערשט אינדערפרי זײַנען נאטאשע מיט מאריקן אוועק- געפאָרן אף קוראָרט. כאָטש געווען נעכטן קומען.. די אלטיטשקע האָט פארלוירן געקוקט אף נאטאשעס שוויגער. 12 -- ניט געזאָרגט, --- האָט טאמארע מיכײַלאָװנע בארויִקט דעם גאסט, -- אוב יאָרן גייען גיך, איז טעג -- פּליִען. ס'וועלן דורכפליען די פיר און צוואנציק טעג.. זי האָט געהאָלפן דער אלטיטשקער זיך איבערטאָן, געבראכט איר א פּאָר גרינגע פּאנ- טאָפל, אָנשטאָט דעם לאנגן געפאלדעוועטן קלייד געגעבן א מולטן כאלאטל. דערנאָך זי אוועק- געפירט אינעם וואשצימער, אופגעדרייט איין קראן, א צווייטן... מיטן אופנאם איז די באָבעשי יאנינע געבליבן צופרידן. נאטאשעס שוויגער איז זי מע- כאבעד געווען מיט געשמאקע מײַכאָלים און דערנאָך באלייגט אָפּרוען אף א גרויסארטיקער קאנאפּע. פון דעם אלעמען איז דער באָבעשי יאנינען געװאָרן אזוי גוט אפן הארצן, אז זי האָט אפילע רעכט ניס באנומען, אז טאמארע מיכײַלאָװונע איז זייער באצאָרנט. זי האָט זיך ביטער געקלאָגט; -- כ'האָב זיך הײַנט זייער אָנגעמוטשעט מיטן קינד. גיי ווייס... אלע טאָג גייען די קיג- דער אוועק אף דער ארבעט, איך בלײַב מיט מאשענקען און אלץ איז גוט, שא"שטיל. זי הייבט אפילע ניט אָן בענקען נאָך זיי. אפדערנאכט, נאָך דער ארבעט, זיצן זי אויך ניט אין שטוב, גאָט שיקט צו א טעאטער, א קאָנצערט, א געבורטסטאָג, א כאסענע בא פרײַנט... נאָר אין אָװנט איז מיר גאָר גרינג, װי נאָר פון דער ארבעט עס קערט זיך אום מײַן מאן, אָסיפּ גריגאָריעוויטש, דארף שוין מאשע מער קיינעם ניט האָבן זיי האָבן זיך שטארק ליב, דער זיידע מיטן אייניקל. אָבער הײַנט, וי נאָר די קינדעד האָבן צוגעמאכט די טיר, האָט די קליי- נע אָנגעהױבן גוואלדעווען: ;מאמע! מאמע!" זי האָט גאָר דאָס מויל ניט צוגעמאכט, און אזוי, וויינענדיק, אנשלאָפּן געװאָרן. איך ווייס גאָר ניט, ויאזוי על איך אויסהאלטן די אלע פיר און צוואנציק טעג, װי גיך זיי זאָלן ניט פליען... פונעם צווייטן צימער האָט זיך דערהערט א קינדערש כליפּען. -- אוי, מאשענקע האָט זיך שוין אופגעכאפּט:-- האָט טאמארע מיכײַלאָװונע פארבראָכן די הענט, און לאָזנדיק זיך גיין צום ויינענדיקו! קינד, א טראכט געטאָן טאָמער איז מיר װייניק, האָס מיר נאָך גאָט צוגעשיקט א גאסט, װאָס קאָן מיט זײַן אויסזען איבערשרעקן ניט נאָר א קינד. אף איר צערונצלט פּאָנעם זעט מען דאָך א נאָז און אן אָנצײנערדיק, איינגע- פאלן מויל. מע דארף זיך גוט אײַנקוקן אף צו דערזען אירע קלוגע, פריילעכע אויגן.. פונעם צווייטן צימער האָט טאמארע מיכײַלאָוונע דערזען, אז די אלטע הייבט זיך אוף פונעם געלעגער, האָט זי העפלעך געזאָגט: -- ליגט, ליגט, באָבעשי יאנינע... כ'וועל בארויקן דאָס קינד... זי איז בא אונדז א ביס? א ווילדע... זעט אין שטוב װייניק באקאנטע מענטשן... דער אלטיטשקער האָבן פארדראָסן די װערטער ,אומבאקאנטע מענטשן". שטארק פאר- דראָסן. נאָר װאָס קאָן זי טאָן? זי קאָן זיך בלויז טרייסטן: מיט אומבאקאנטע באקאנט מען זיך, אז מע וויל... | אין צווייטן צימער האָט טאמארע מיכײַלאָװונע, װײַזט אויס, גענומען די וויינענדיקע מא- שענקע אף די הענט, װײַל אף א װײַלע איז דאָס קינד שטיל געװאָרן נאָר באלד האָט עס ווידער גענומעז ויינען און װאָס װײַטער אלץ שטארקער. טאמארע מיכײַלאָװונע האָט מיט טרערן אינעם קאָל צוגעזאָגט דעם קינד, -- מאשענקע, אָט הער נאָר אוף ויינען, װעט קומען די מאמע. נאָר דער צוזאָג האָט אויך ניט געהאָלפן. מאשענקע האָט געוויינט, און דאן איז די באָבעשי יאנינע ארײַן אין צימער, װוּ טאמארע מיכײַלאָװונע איז אין אָנ- מאכט געזעסן מיטן שרײַענדיקן קינד אף די הענט אף א פארבעט געלעגער. די באָבעשי איז צוגעגאנגען צו זי און עפּעס זייער שטיל אָנגעהױבן ריידן, איבערפירנדיק דעם בליק פון טאמארע מיכײילאָוונען אפן אורייניקל, טאמארע מיכײַלאָוונע האָט קיין װאָרט ניט פארשטאנען פון אירע רייד, אָבער דאָס קינד האָט פּלוצעם אופגעהערט וויינען. געעפנט ברייט די גרויסע בלויע אויגן און גענומען פּינטלען מיט די ויִעס, אף וועלכע עס האָבן נאָך געבלישטשעט טרערן. די קליינע האָט א צי געטאָן צו דער אלטיטשקער ביידע הענטלעך און ארומגעכאפּט זי באם האלדז, טאמארע מיכײַלאָוונע איז אופגעשטאנען און באזעצט אף איר אָרט די באָבעשי יאנינע מיטן קינד. דאָס אורייניקל האָט אײַנגעניורעט דאָס פארוויינטע פּענעמל אין דער באָבעשיס אויסגעדארטער, איינגעפאלענער ברוסט. - דערנאָך האָט די קליינע מיט ביידע הענטלעך אָנגעהויבן גלעטן די פּארמעט-געלע, אויס- געטריקנטע באקן, שפּעטער א װײַלע באהאלטן די פינגערלעך אין דער אלטערס גרויע, װײַזט 13 אויס, זייער ווייכע האָר, און אלע מאָל פארכידעשט געקוקט אין דער אלטערס טרערנדיקע אויגן. טאמארע מיכײַלאָוונע האָט געזאָגט: -- באָבעשי יאנינע, װאָס פאר א סאָד האָט איר עס איר אײַנגערױמט? די באָבע יאנינע האָט אליין ניט געװוּסט, װאָס האָט זי אזוינס געזאָגט איר אורייניקל. -- װאָס פאר א סאָד האָב איך איר געקאָנט אײַנרױמען? מיסטאמע האָב איך געזאָגט: וויין ניט, טײַערינקע מײַנע, גוטע קינדער וויינען ניט... איך האָב, װײַזט אויס, גערעדט אף ליטוויש. שטענדיק, ווען איך בין דערצאָרנט פון עפּעס, צי ווען איך פריי זיך שטארק.-- כ'האָב אין מײַן לעבן געהאט מערער ליידן וי פריידן, -- הייב איך אָן ריידן אף ליטװיש. הײַנטיקן װוינטער האָט איר אלדאָנעס מיזיניק, יאניס, זיך צוגעקילט און אז די דאָקטערן איז געקומען, האָט זי, די באָבעשי יאנינע, איר דערציילט, ויאזוי דאָס איז געשען, אָבער אז זי רעדט ליטוויש, איז צו איר דערגאנגען ערשט דעמלט, וען די דאָקטערן האָט איר געזאָגט: -- באָבעשי, איך קום צו אײַך פון א װײַטער שטאָט, פון קורסק. ליטװיש האָב איך ערשט ניט לאנג אָנגעהױיבן לערנען. פון דעם, װאָס איר האָט מיר דערציילט, האָב איך פאר- שטאנען געציילטע ווערטער. טאמארע מיכײילאָװונע האָט געזאָגט: -- יאָ, אָבער מאשע פארשטייט דאָך קיין געציילטע װערטער אויך ניט. כ'האָב קיינמאָל ניט געהערט, אז נאטאשע זאָל מיט איר ריידן ליטוויש. װאָס איז דאָ פאָרגעקומען? סײַדן א נעס... די באָבעשי יאנינע האָט געװוּסט, אז ס'איז ניט קיין נעס. זי גלייבט ביכלאל ניט אין קיין ניסים. זי האָט נאָר ניט געקאָנט אויסדריקן מיט װוערטער, װאָס איז דאָ פאָרגעקומען. אפילע אף ליטוויש װאָלט זי עס אויך ניט געקאָנט דערקלערן. עפשער אָט אזוי, װי מאשע האָט באקומען פונעם זיידן, ס'הייסט, פון גושקעס, פון איר, פון דער באָבע יאנינעס זון, די בלאַנדע, עטװאָס געקרײַזלטע האָר, אָט אזוי איז איר אויך איבערגעגעבן געװאָרן די ליבע צו די ווערטער: ,וויין ניט, טײַערער מײַנער, גוטע קינדער ויינען ניט", וועלכע ער פלעגט אזוי אָפט הערן פון איר, פון זײַן מאמען, ווען זי איז נאָך געווען א יונגע, און ער -- א פּיצל קינד. אָבער אזוי װי די באָבעשי יאנינע האָט ליב צו שפּאסן, האָט זי אָנשטאָט אָט די לאנגע רייד, זיך א וויצל געטאָן: -- זי האָט אופגעהערט וויינען, װײַל איך בין איר געפעלן געװאָרן. ווער ווייסט, פארװאָס א קינד הייבט פּלוצעם אָן וויינען און פארװאָס עס הערט אוףיי די וועלט-אופאסונג פונעם קינד איז נאָך ניט דערלערנט ביזן גרונט, און מיר, דערוואקסענע מענטשן, פארשטייען צומאָל ניט, באנעמען ניט ביז דער סאמע טיף אָט די װוּנדערלעכע זועלט -- די קינדער-וועלט. עפשער האָט מאשענקע דערזען די עלטערבאָבע אירע ניט אזא, װוי טאמארע מיכײילאָװונע האָט זי געזען, נאָר א יונגע, א שיינע, דערזען יענע יאנינע, װאָס איז געווען די בעסטע טענצערן און די בעסטע זינגערן אינעם דערפעלע קליין-װוילייקעיי און עפשער איז טאקע, װי די באָבעשי האָט געזאָגט,. מאשענקען פּאָשעט און פּראָסט גע" פעלן געװאָרן איר עלטערבאָבע אָט אזא, װי זי איזי ניט אומזיסט זאָגט מען: ניט דאָס איז ליב, װאָס ס'איז שיין, נאָר דאָס איז שיין, װאָס ס'איז ליב. עס קאָן זייער זײַן נאָך א לאנגן איבערײַס.--א צײַט-מעהאלעך, װאָס לאָזט זיך מעסטן מיט פיל יאָרף-- האָבן זיי זיך באגעגנט אין א שטוב בא אלטע באקאנטע, װוּהין זי איז צופעליק. צי עפשער ניט אינגאנצן צופעליק, געקומען, װי נאָר זי איז ארײַן אין צימער, האָט ער האסטיק זיך גע" געבן א הייב אוף פונעם טיש, בא וועלכן עס איז געזעסן און געמיטלעך געשמועסט א היפּשע מעסיבע. מיט אייניקע פון אָט די מענטשן, ועלכע האָבן זיך אויך ארײַנגעכאפּט אין דער 14 ין גאסטפרײַינטלעכער שטוב, איז זי געווען באקאנט, אנדערע-- געזען דאָס ערשטע מאָל. ער האָט ראשיק א שטופּ געטאָן זײַן בענקל און זיך געלאָזט איר אנטקעגן. די לינקע האנט האָט עֶר געהאלטן אויסגעצויגן לענגויס דעם גוף, די רעכטע, א פארפּרעסטע אין א פויסט, צוגעדריקט צו זיך עטװאָס נידעריקער פון דער ברוסט. די דאָזיקע פויסט זײַנע איז געװען וי אָנגעצילט אף איר רעכטער האנט און שטומערהייט, אומגעדולדיק, אָבער האכנאָעדיק, זיך געבעטן; -- דערלאנג מיר דײַן האנט... כ'וועל זיך פאנאנדערפּרעסן... נו, גיב מיר דײַן האנט... ער ווייסט, אז איר האנט איז א ווייכע, א ווייכע און א צארטע, און ער ווייסט נאָך, אז די האנט אירע איז א פעסטע. א האנט, װאָס האָט ניט נאָר געהאלטן א פּען נאָר גוט געהאָ- רעוועט בא א וועבשטול, בא א זאָקן-מאשין, איבערגעוואשן, איבערגעפּרעסט אויך ניט װייניק פּעלישקעס פון אירע קינדער און גענוג זיך געייסעקט מיט די טעפּלעך אין קיך, --- האקלאל, געהאט װאָס צו טאָן אין לעבן. זי האָט אים אויסגעשטרעקט איר האנט, און זײַנע פֿינגער, פארפּרעסטע ביז ווייטעק אין פויסט, האָבן, װי פויגלען, ארויסגעלאָזטע אף דער פרײַ, זיך געגעבן א גלײַך אױס, צוליב עפּעס זיך א הייב אוף געטאָן, דערנאָך געהיט ארומגענומען איר האנט, איר איידעלע און שטארקע האנט. ער האָט עפשער דערבײַ א קלער געטאָ, אז אומזיסט האָט ער געלאָזט זײַן לינקע האנט הענגען לענגויס דעם גוף און אזויארום צוגענומען בא איר די פרייד פון צורירן זיך צו איר האנט, און טאקע גלײַך האָט די לינקע האנט זײַנע זיך א צי געטאָן צו אירער, אָנגערירט זי, און אין א װײַלע ארום האָט איר האנט זיך באהאלטן אין זײַנע צוויי גרויסע הענט מיט דער א ביסל שערשאווער הױיט. ער האָט געקוקט אף איר, און זי האָט פארשטאנען, וועגן װאָס ער טראכט. ער פלעגט זיך שטענדיק כידעשן אף דער דאָזיקער אייגנשאפט אירער --- טרעפן, וועגן װאָס ער טראכט, און ניט אלע מאָל געװען צופרידן דערפון, אויך איצט, קוקנדיק אף אים מיט אירע מידע אױגן, אופכאפּנדיק זײַן בליק, וועלכער האָט א בלאָנדזשע געטאָן איבער אירע ניט געפארבטע, גרויע צי גיכער אפילע שנײי-װײַסע האָר, צונויפגענומענע פון הינטן אין א גאנץ היפּשן, ווייכן קובלעק, האָט זי געטראָפן; -- װאָס ווילסטו מיר זאָגן? צי עפשער ווילסטו זאָגן זיך אליין, אז איך בין א דיסציפּלי- נירטע, כ'ביז ניט אויווער אף די געזעצן פון דער נאטור? ער האָט שטאר געקוקט אף איר און הייזעריק, אפילע בארויגעזלעך, געזאָגט; -- די געזעצן לאָז צורו. נעם ניט אָפּ דאָס שטיקל ברויט בא די יוריסטן. און זאָגן יל איך ניט זיך, זיך האָב איך שוין לאנג געזאָגט, דיר וויל איך זאָגן.. מיטאמאָל האָט זיך אף איר ארופגעוואלגערט א בריישעסדיקע שטילקײַט. די געסט, װועל- כע זײַנען געזעסן ארום דעם קײַלעכדיקן טיש, האָבן אופגעהערט ריידן, און אלע, סײַ די, װאָס זײַנען געזעסן מיטן פּאָנעם צו זיי, סײַ יענע, װאָס זײַנען אויסגעקומען צו זיי מיט דער פלייצע, האָבן זיך אויסגעקערעוועט אין זייער זײַט און אָנגעשפּארט די בליקן אין זײַנע צוויי הענט. אין ועלכע עס איז געװען באהאלטן איר האנט, און בלויז דער באלעבאָסטעס קאָל האָט אומבאהאָלפן געוועקט די שטילקײיט; -- עפשער אײַנשליסן דעם טעלעװיזאָר! הא, עפשער אײַנשליסן דעם טעלעװיזאָר? -- מהו, -- האָט זי געזאָגט, -- שליסט טאקע אײַן דעם טעלעװיזאָר, ביפראט, אז ער איז כא אײַך א פארביקער.---און אים האָט זי געזאָגט:-- דו װוייסט, ביז הײַנט האָב איך ליב בונטע קאָלירן. ווען איך שעם זיך ניט, װאָלט איך אפילע איצט געטראָגן העלע מאלבושים, צעקווייטלטע קליידער, ער וייסט, אז אמאָל-אמאָל האָבן אף אלע אירע קליידער געבליט, גערויטלט זיך, גע- גרינט בלימעלעך, פּאסיקלעך, קײַלעכלעך. ער האָט דעמלט זיך ניט פארטראכט, צי עס פּאסטן איר די דאָזיקע מאלבושים, צי ניט, עפשער װאָלט שענער געװען, װען זי טראָגט ניט די דאָזיקע ציגײַנערשע קליידער אירע. ניט געטראכט, אז אין עפּעס א שיינעם פארנאכט קאָן ער זי דערזען אן אנדערע, ניט אזא... די באלעבאָסטע פון דער שטוב האָט זי געפאָלגט און אײַנגעשלאָסן דעם טעלעװויזאָר. און טייקעף האָט פון װוינקל באם פענצטער, צװישן דעם מאָדערנעם סערוואנט און דעם גרויסאר- טיקן פאָרהאנג אף די שויבן, זיך דערטראָגן א זיסע און הארציקע שטים; די דלאָניעס דײַנע לאָז אראָפּ אין טלַך.. איר דלאָניע האָס זי אראָפּגעלאָזט אין זײַנע הענט, און איר איז אזוי גוט געווען דערפון, אז זי װאָלט זי אף שטענדיק שוין אזוי געלאָזט און זיך געפילט דערפון ניט בלויז זיכערער, 15 נאָר אפילע ייִנגער און שענער. זי האָט ניט בעדייע געהאט זיך אָנשפּארן אף זײַנע הענט. ניין, ניין. פון אן אָנשפּאר האָט זי זיך שוין לאנג אָפּגעװױנט, און װוידער צוגעוווינען זיך איז א גאנצע מאָראָקע. די ליד האָט דערװײַל דערציילט: איך בענק ניט נאָכן װײַטן פרילינג-טאָג, װײַל אָנשטאָט אים -- די ליבע איך פארמאָגי. זי האָט בייז א טראכט געטאָן: ,און אויב איניינעם מיט יענעם שיינעם טאָג איז די ליבע אויך אוועק, װאָס זאָל מען דעמלט טאָן?* און געענטפערט זיך אליין אף דער אײגענער פראגע: ,לעבן. און נאָכאמאָל --- לעבן. אָט אזוי ווי"... דעם בײַשפּיל האָט זי פארשפּאָרט ברענ- גען, זי האָט געװוּסט, וועמען זי האָט אין זינען.. זי האָט די זינגערן ניט געזען, ער האָט איר פארשטעלט דעם גאנצן עקראן פונעם גרויסן טעלעװויזאָר, האָט זי עטװאָס אָנגעבויגן דעם קאָפּ אין א זײַט און דערזען דאָס כיינעוודיקע, באגײַסטערטע פּאָנעם פון דער זינגערן, די קרוין שווארצע האָר אפן קאָפּ, דערזען איר לאנג, ווייס קלייד מיט דער רויטער, צוגעשפּיליעטער רויז אף דער ברוסט. ער האָט זיך אף אן עמעס דערשראָקן, ווען זי האָט א קוק געטאָן אף אים, װײַל אים האָט זיך געדאכט, אז זי װעט פארשטיין, וועגן װאָס ער האָט ערשט א טראכט געטאָן, דעריבער האָט ער זיך דערפרייט, ווען די באלעבאָסטע פון דער שטוב איז װי אויסגעוואקסן לעבן זי: -- װאָס שטייט איר בא דער טיר? גייט זעצט זיך צום טיש.. נו, גייט... ער האָט זיך געזעצט אף זײַן פריערדיק אָרט, פאר איר האָט מען געמאכט אן אָרט קימאט אנטקעגן אים. .געדארפט בעסער זיך אנידערזעצן לעבן אים, באנאנד,--האָט זי געטראכט, אײַנמאָס- טענדיק זיך אפן בענקל, וועלכן מע האָט פון אירטוועגן פרײַ געמאכט, -- געדארפט געווען-." דערנאָך איז אופגעשװווּמען אין מויעך א ווערטל, װאָס ער האָט אמאָל-אמאָל ליב געהאט: ;אלץ איז צום גוטן אין דער דאָזיקער שענסטער פון אלע װעלטן". גאם-זו-לעטויווע -- האָבן דוי- רעס זיך געטרייסט. א גוט ווערטל. טאקע בעסער, װאָס זיי זיצן ניט באנאנד, װאָס זי זיצט אזוי, אז זי קאָן קוקן אף אים, וויפל זי װויל. דערנאָך האָט זי זיך א מוסער געכאָן: װאָס קומט עס מיט דיר פאָר? דײַנע יונגע יאָרן האָבן זיך אומגעקערט צי װאָס? און קוקנדיק אין די שיינענדיקע אויגן פון דער זינגערן אפן עקראן, געקומען צום אויס- פיר: ניין, די יונגע יאָרן האָבן זיך ניט אומגעקערט, פּאָשעט דער געפיל האָט זיך ניט געעל- טערט צי געעלטערט וייניקער, וי דו אליין. אָט אין װאָס עס גייט. די באלעבאָסטע האָט דערלאנגט צום טיש קיבעד, מע האָט געגעסן, געטרונקען טיי. געשפּאסט, גערעדט ערנסטע רייד, און איר איז מיטאמאָל אײַנגעפאלן, אז אפן אָװונט האָט מען סײַ זי, סײַ אים אײַנגעלאדן מיט א געויסן מיין. ס'איז איר פּריקרע געװאָרן דערפון אפן הארצן. אָבער אײנצײַטיק מיטן פארדראָס ---אף װעמען א פארדראָס?-- האָט זיך א טראכט געטאָן: ,געדארפט געווען בעסער דעמלט, -- דער ,דעמלט" ציילט אָן א קײַמעלאָן פון קימאט פערציק יאָר, --- ברענגען אונדז אונטער איין דאך... און צוריק גערעדט, פארװאָס עפּעס איז עמעצער מעכוּיעוו געווען עס טאָן, און זיי זײַנען װאָס, געווען ניט קיין היגע? צי זיי האָבן קיין צײַט אָדער קיין סייכל ניט געהאט א טראכט געבן וועגן זיך?* זי האָט ניט געהערט, ווען מע האָט אָנגעהױבן רוקן די בענקלעך, ווען די געסט זײַנען אופגעשטאנען פונעם טיש, ווען מע איז ארויס אין פאָדערצימער און צוריק ארײַן אָנגעטאָ- נענע -- ווער אין זומער-מאנטלען, ער אין װאָלענע קאָפטלעך -- זיך געזעגענען. זי האָט ניט באמערקט, אז די בענקלעך שטייען שוין אין אומאָרדענונג: אייניקע מיט די ווענטלעך צום טיש, אנדערע --- קימאט אינמיטן צימער, װי זײי, די בענקלעך, װאָלטן זיך אויך געקליבן אוועקגיין. זי האָט דערהערט, װי די באלעבאָסטע זאָגט: -- זיץ נאָך א ביסל... געווענדט זיך צו איר, כאָטש ער האָט זיך אויך פונעם אָרט ניט אופגעהויבן, געזעסן, וי פריער, אנטקעגן איר. -- א דאנק, --- האָט זי געזאָגט, -- מיר װעלן אויך גיין... -- מיסטאמע האָט זי זיך פא" רויטלט, װײַל זי האָט דערפילט, װי דאָס בלוט האָט איר א פלייץ געטאָן צום פּאָנעם, ס'איז איר געװאָרן הייס, זי האָט דערשראָקן זיך ארומגעקוקט, וועלנדיק פארשטיין, צי איז דער- גאנגען צו עמעצן איר פּלוצעמדיקער, נארישער ,מיר", און, פאריכטנדיק דעם טאָעס, געזאָגט הויך: --- ניין, ניין, איך װעל אויך גיין. :וי 5--1 אין דרויסן זײַנען אלע געסט ארויס אײינצײַטיק. אף דער גרױסשטאָטישער באלעבטער שיינער גאס האָט זיך געגעבן א גאָס ארײַן א היפּשע, טומלדיקע, אופגעלייגטע קאָמפּאניע פון גאָר ניט קיין יונגע מענטשן. אין גאס האָט מען פאָרגעזעצט דעם ניט פארענדיקטן שמועס,-- עס זײַנען דאָ שמועסן, וועלכע האָבן ניט קיין סאָף, --- מע האָט זיך באנײַס א קאָן געאמפּערט איבער עפעס א נײַעם פילם, קיין אײינהײַטלעכע מיינונג אין דער אָפּשאצונג איז ניט געווען צו מערקן. מער ניט, אין איין פּראט זײַנען אלע אײַנשטימיק געווען -- דער אָװנט איז זייער א שיינער, א שטילער, א מעכײַעדיקער, אן עמעסע סאָפּזומערדיקע מאטאָנע. אפן וועג איז די קאָמפּאניע אלע מאָל קלענער געװאָרן. װער עס האָט זיך געלאָזט גיין צום טראמװײַ, צום טראָלײבוס, צו דער מעטראָ, װער עס האָט נאָך געדארפט זיך ארײַנכאפּן אין א מאגאזין, און בלויז זיי ביידע האָבן ניט געײַלט זיך ארײַנזעצן אין טראנספּאָרט, צִי ארײַנגיין אין א קראָם זיך באװאָרענען אף מאָרגן מיט פרישטיק, זי זײַנען שװײַגנדיק געגאנגען לענגויס א גרינער קיעװער גאס, װאָס אוב גיין און גייז איבער אירע געפלאסטערטע טראָטוארן, קאָן מען קומען צום דניעפּער. פון מאָל צו מאָל זײַנען זיי צוגעקומעז נאָענט איינס צום אנדערן, געגאנגען אזוי עטלעכע שפּאן און װוידער געלאָזט צווישן זיך, װי א בופער, א שטיק בלויען אָונט... אזויארום, ווען עמעצער װאָלט גע- װאָלט זיך דערקונדיקן, צי גייען זיי איניינעם צי באזונדער, װאָלט דער עמעץ אלע מאָל גע- קאָנט מאכן אן אנדער אויספיר. אין א שטיקל צײַט ארום, ווען זיי זײַנען געקומען נאָענט איינס צום אנדערן, האָט זי דערהערט, וי ער פרעגט בא איר; = צי האָט ער איר פארגעבן עפּעס א פראגע, נאָר אזוי שטיל, אז זי האָט די ווערטער ניט געהערט, צי ער איז זיכער, אז זי פארשטייט, --- וי ס'איז שוין ניט איין מאָל ביז איצט גע- ווען, -- װאָס װיל ער, זי זאָל אים זאָגן, און מיט זײַן ,נו"י טרײַבט ער זי א ביסל אונטער, ס'איז א מין סימען, אז ער ווארט, זי זאָל אים שוין באלד ענטפערן, אז לענגער קאָן ער ניט אָדער וויל ניט ווארטן.. -- אנו" איז זעקס און פופציק, אזוי דאכט זיך?-- האָט זי געזאָגט. אין יענער װײַט, װען זיי זײַנען נאָך געווען יונג און פלעגן זיך אָפּט באגעגענען, איז אין זייער קרײַז, אז ס'איז קיין כיישעק ניט געווען צו ענטפערן אף עפעס א פראגע צי עס האָט זיך גלאט געװאָלט א כאָכמע טאָן אָנגעגאנגען אזא ענטפער אף א אנו?"--זעקס און פופציק, -- ביסט גערעכט, -- האָט ער געזאָגט. און װי עס זאָל אים זייער נייטיק זײַן איר געבן צו פארשטיין, אז די דאָזיקע צאָל איז ניט קיין קאָנסטאנטע, פאר וועלכער מע דארף זיך אָנ- כאפּן מיט ביידע הענט, האָט ער אָנגעהױבן שטאמלען!---א נאפקעמינע... איין און פופציק צי זעקס און פופציק, --א קוק געטאָן אף איר און אנשוויגן געװאָרן ער האָט קאָנטיק פאָרט געווארט אף אן ענטפער: נאָר װאָס האָט זי אים געקאָנט ענט- פערן? זי האָט אים געקאָנט זאָגן: ,װוּהין רופסטו מיך? יענע סטאנציע, וועלכע דו האָסט אין זינען, איז שוין לאנג אף דער ועלט ניטאָ... און אפילע, ווען זי װאָלט ניט פארשוװוּנדן, װאָס װאָלט געווען די פּולע! זיך אומקערן װידער אהין! זאָגט מען אָבער, אז אומקערן זיך איז א שלעכטער סימען"... געזאָגט האָט זי גאָר עפּעס אנדערש; -- טו א קוק, איאָ, די לעװאָנע איז ענלעך אף א גאָלדן שיפעלע... -- װאָס עפּעס א גאָלדנס? גיכער א זילבערנס... ער איז אנשוויגן געװאָרן, אוז זי האָט געזאָגט: -- מהו, --- און ס'איז ווידער געװאָרן שטיל, שפּעטער א ביסל האָט ער געזאָגט: -- אגעוו, געדענק איך, װי איך האָב זיך געכידעשט, זײַענדיק א קינד, וען כ'האָב איבערגעלייענט, אז די לעװאָנע-שײַן איז ניט אירע, נאָר אן אָפּגעשפּיגלטע פון דער זון, און בא אונדז הייסט עס: עס שיינט די לעװאַנע. -- מהו, --- איז זי ווידער מיט אים מאסקים געווען. מע איז װײַטער געגאנגען שװײַגנדיק. ער האָט, אפּאָנעם, נאָך אלץ געווארט אפן ענט- פער: זי האָט געזען פאר די אויגן די פארשװוּנדענע װײַטע סטאנציע זייערע. זייער א שיינע סטאנציע, ניטאָ װאָס צו ריידן, אָבער אזא װײַטע... 17 דערנאָך האָט זי באמערקט, אז ער כאפּט אלע מאָל א קוק אף די בונט-געפארבטע-- אין רויט, אין גרין, אין בלוי --- שמאָלע הויכע שטיבעלעך, װוּ עס הענגען טעלעפאָנען-אװו- טאָמאטן. ׂ' -- ביסט עמעצן שולדיק א קלונג דורכן טעלעפאָן-- האָט זי געפרעגט בא אים. --- שולדיק, --- האָט ער געענטפערט. לעבן אזא קישעף-שטיבעלע זײיַנען זיי געבליבן שטיין. זײַן האנט האָט זיך געגעבן א שלײַך ארײַן אין דער קעשענע פונעם לײַכטן זומער- מאנט? און פון דאָרט ארויס מיט א געווינס: געהאלטן עטלעכע צװייקאָפּעקע-מאטבייעס. ער האָט אויסגעשטרעקט איר זײַן עטװאָס פארבויגענע דלאָניע, װאָס איז מיטאמאָל ענלעך גע- װאָרן אף א שיפעלע, אפן דעק פון וועלכן עס האָבן זיך גאָלדיק צעגלאנצט אנטקעגן דער שײַן פונעם לאמטערן די צווייערס. מיט דער אנדערער האנט האָט ער צעעפנט דאָס טירל פונעם טעלעפאָן-אווטאָמאט און געזאָגט: -- ביטע, עפשער דארפסטו אויך א קלונג טאָן? -- ניין, --- האָט זי געזאָגט, --- איך דארף ניט, ער איז אלץ געשטאנען אנטקעגן איר, צוהאלטנדיק מיט איין האנט דאָס טירל, עס וֹאֶל זיך ניט פארמאכן, און, אויסשטרעקנדיק די צוייטע, װוי פריִער, צו איר, טאָמער װעט זי איבערטראכטן און פאָרט נעמען א מאטבייע, קעדיי א קלונג טאָן עמעצן. דערנאָך האָט ער געזאָגט; -- פארשטייסט, זינט איך בין געבליבן... -- ער האָט זיך פארהאקט, ניט געקאָנט ארויס- ברענגען אינדערהויך דאָס װאָרט ,, אליין". פארװאָס? ער האָט ניט געװאָלט, ניט געטאָרט צי פּאָשעט ניט געדארפט אראָפּברענגען אהער, אינעם דאָזיקן אָװונט, זײַן פארשטאָרבענע פרוי. בא אים איז געווען א גוט װײַב. א גע- טרײַע, א קלוגע, און זי איז דערין ניט שולדיק געווען--און טאקע ער אויך.--װאָס א גאנץ לעבן האָט ער ניט געקאָנט פארגעסן אָט די פרוי, וועלכער ער שטרעקט איצט אס זײַן האנט מיט די צװייקאָפּעקע-מאטבייעס, די פרוי, וועלכע שטייט איצט אזוי נאָענט לעבן אים און וועלכע האָט פאר א גאנצן אָװנט קיין פריילעכן שמייכל ניט געטאָן פארלאָזנדיק זיך אף איר, אז זי פארשטייט, בא װאָס ער האָט זיך פארהאקט, האָט ער פאָרגעזעצט; -- ...רופט מיך דער זון מיינער אלע אפדערנאכט אוף צום אָמעד: ;טאטע, א גוטנאָװונט דיר...* א װאָרט אהער, א װאָרט אהין, ביז ער דערהערט, וי איך זאָג אים: ;א גוטע נאכט". די שנור מיינע לאכט פון אים: ,דאָס קלינגען אלע פארנאכט איז בא אים, װי א שלאָף-גע- טראנק. אנדערש װעט ער בעשום-אויפן ניט אנשלאָפן ווערן. ,מאכעטייסע, --- זאָג איך איר, -- אבי די דאָזיקע רעפוע שאט ניט צום געזונט, איז שוין גוט". זי איז א דאָקטער, דארף זי וויסן, װאָס ס'איז גוט פארן געזונט. ביכלאל איז זי בא אונדז ניט פון די גרינגע פּאסאשירן. צוטרעפן איר איז גאנץ שווער. האָט ליב זיך אן אמפּער טאָן. נאָר װאָס שײײַעך דעם דאָזיקן מין שלאָף-געטראנק, איז זי מיט מיר מאסקים: ,װאָס עמעס --איז עמעס, צום געזונט שאט עס ניט". זי און דער זון זײַנען גאנצע באלעבאטים בא מיר אין שטוב. אפילע שליסלען פון מײַן דירע האָבן זיי מער, וי איך. איך האָב איין שליסל. זיי--- גאנצע צוויי. אָפט ווייס איך נישט ניט בלויז, ווען זיי זײַנען געווען בא מיר, נאָר אפילע ווער פון זיי איז געווען. אין דער היים טרעפן זיי מיך זעלטן. שוין א היפּש ביסל יאָרן, װי כ'בין באשעפטיקט אינעם ראט פון די מילכאָמע-וועטעראנען. מיר פירן דורך שמֿועסן, לעקציעס, פאָרטראָגן אין שולן, אין קול- טור-הייזער. און ניט בלויז אין שטאָט --- אין די ראיאָנען אויך. אמאָל דארף מען באזאָרגן א כאווער מיט אן אָרט אין א סאנאטאָריע צי אין אן אָפּרוױ-הױז. האקלאל, אינדערפרי גי איך ארויס פון שטוב און קער זיך אום, װי עס מאכט זיך: אמאָל באטאָג, און אמאָל פארנאכט. אריינגייענדיק אין שטוב, דערקען איך גלײַך, װער פון די אייניקלעך איז געווען בא מיר. דער עלטערער, מישע, קומט צו מיר, װי א שטיקל טרעגער. ער לערנט אפן דריטן קורס פון מעדיצינישן אינסטיטוט, נאָר דאָס שטערט אים ניט מיר ארײַנטראָגן עפּעס:װאָס פון פּראָי דוקטן. די מיזינקע, װען זי קומט, מאכט זי בא מיר אָרדענונג: שטעלט איבער און לײַגט איבער, װאָס עס לאָזט זיך. נאָך איר באלעבאטעווען קאָן איך אין בופעטל ניט געפינען נישט קיין לעפל, נישט קיין טעלער. פארפּלאָנטערן קאָן איך בלויז די וויזיטן פון דער שנור מיטן זון, --- א װײַלע האָט ער געשוויגן און דערנאָך:---נו, מע דארף קלינגען. אז ס'איז גוט צום געזונט, איז דאָך ניט שײַעך... -- ער האָט אלץ ניט אָפּגעלאָזט דאָס טירל, נִיט צוגענומען די 18 האנט מיט די מאטבייעס, ניט אריבערגעשפּאנט די שוועל פונעם בונט-געפארבטן שטיבעלע. --- קלינג עפשער דו אָן דער טאָכטער צי די זין... זי האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ אף ,ניין", -- מײַנע יאָרשים פארלאָזן זיך אף מײַן זעלבשטענדיקײַט, -- האָט זי געזאָגט, --- אויב עמעצער פון זיי צי אפילע ס'וועט טרעפן א נעס און אלע דרײַ װעלן הײַנט מיר אָנקלינגען און זיך ניט דערווארטן אף קיין ענטפער, וועלן זי מאכן א ריכטיקן אויספיר: די מאמע איז ניטאָ אין דער היים. מײַן בכאָר, אשטייגער, דערשרעקט זיך אפילע, אז ער קלינגט אָן. און איך גיי גלײַך צו צום טעלעפאָן. ,װאָס זיצסטו אין שטוב, מאמע? װי פילסטו זיך?" ,איך פיל זיך גוט, -- זאָג איך. אים, ווען אפילע איך פיל זיך ניט גאָר גוט, -- און אין שטוב זיץ איך, -- גיב איך אים צו פארשטיין, --- מאכמעס איך האָב א שטוב". ,הער אױס, מאמע:-- װיל ער מיר ניט נאָכגעבן, -- אָבער פון יענער זײַט שטוב האָסטו אזא טײַערן אָװנט. פאָלג מיך, מאמע, און גי ארויס א ביסל אין דרויסן.,.* : די טאָכטער הייבט אָז געוויינלעך אונדזער טעלעפאָן-שמועס אן ערעך אזוי, -- אוי, -- זאָגט זי מיט א פארכאפּטן אָטעם, װי זי װאָלט דורכגעלאָפן א לאנגע דיסטאנ- ציע און געשלאָגן אלע רעקאָרדן, און ווארפט זיך גלײַך ארוף מיט טײַנעס אף מײַן טעלע- פאָן: -- װאָס איז עס בא דיר פאר א טעלעפאָן? אָדער ער איז פארנומען, אָדער דו נעמסט ניט דאָס טרײַבל... איך קלינג שוין עפשער א האלבע שאָ, ביז איך האָב זיך קוים דערקלונ- גֶען... און נעכטן האָב איך געקלונגען... אומזיסט... און אייערנעכטן.. איך נעם זיך אָן פאר מײַן טעלעפאָן; -- כוץ דיר, דערקלינגט זיך צו מיר יעדערער, װער עס ויל. און איך דערקלינג זיך אויך, װוּהין איך װויל. הײַנט, צום בײַשפּיל, האָט מיר געקלונגעז, -- כ'רוף אָן דעם נאָמען פון מײַנער א כאווערטע, -- און האָט קיין שום שװעריקײַטן דערבײַ ניט געהאט... און געכטן האָב איך עטלעכע מאָל געקלונגען: דורכגעקאַנטראָלירט, צי מײַן זייגער גייט ריכטיק, זיך דערװוּסט אין דער סינאָפּטישער ביוראָ, וויפל מעטער פליט הײַנט דורך פאר א מינוט דער ווינט... כ'װאָלט,. פארשטייט זיך, געװאָלט איר אויסלייגן א גרעסערע רעשימע פון די, װאָס האָבן מיר געקלונגען, נאָר מײַן טעלעפאָן האָבן קיין סאך מיטשמועסער ניט מאטריעך געווען און עס בלײַיבט מיר נאָר איבערלייגן די שולד פון מײַן טעלעפאָן אף אירן. -- װי דו זעסט, איז בא מיר א גוטער טעלעפאָן, -- זאָג איך, -- דײַן טעלעפאָן טוג אף קאפּאָרעס, דער אויספיר געפעלט איר, מאכמעס איך הער, װי פריילעך מײַן טעכטערל צעלאכט זיך, און זאָגט; ימאמע, װאָס מאכסטו? וי פילסטו זיך! דער מיזיניק מײַנער.." זי האָט א טראכט געטאָן, אז ער קאָן נאָך מיינען, אז זי קלאָגט זיך אף אירע טײַערע קינדער, האָט זי געזאָגט; -- אקלאל, צום אָמעד רופן זיי מיך ניט אוף. װאָס זשע, זײי וייסן ניט, אז פרויען רופט מען ניט אוף? ער איז ארײַן אינעם שטיבעלע און געלאָזט אָפן די טיר. זי איז אָפּגעגאנגען אין א זײַט און דערזען, װי דאָס טירל האָט פּאמעלעך זיך אָנגעהױבן פארמאכן, דערנאָך הארט זיך פארקלאפּט. װי אָפּגעגרײַזעט אים פון איר, נאָר אין א מינוט ארום איז ער שוין געשטאנען אפן שוועל פונעם שטיבעלע און א שײַנענדיקער אָנגעזאָגט; -- מײַן זון האָט געבעטן איבערגעבן דיר א גרוס, -- און צוקומענדיק נעענטער:--- ער ווייסט וועגן דיר... זי האָט א רעגע זיך געקווענקלט. דערנאָך האָט ער דערהערט; -- מײַנע קינדער ווייסן אויך וועגן דיר, זיי האַבן לאנג שפּאצירט איבער די שפּעט-אָװנטיקע גאסן. מער געשוויגן, װי גערעדט. צוקומענדיק צום ראָג פון קרעשטשאטיק און קאלינין-פּלאץ, דאָרט, װוּ עס שטעלט זיך אָפּ ;איר" טראָלײיבוס, האָט זי געזאָגט; -- ס'איז שוין שפּעט, דו ביסט אויך געוויס מיד... אָן גייט פּונקט מײַן טראָלײבוס... דו דארפסט, דאכט זיך, פאָרן מיטן זעכצנטן? -- א שיינע מײַסע, -- האָט ער געזאָגט, --- װאָס בין איך געװאָרן אויס דזשענטלמען צי װאָס? אין דער שפּעטער שאָ זײַנען אין טראָלײבוס קימאט אלע בענק געװען פרײַ. אין עקסטן ווינקל, ארײַנגעצויגן דעם קאָפּ אין די פּלייצעס, האָט געדרעמלט א באָכער. אף איי- נער פון דִיי מיטלסטע בענק האָט א יונגע פרוי, ניט זשאלעווענדיק די אויגן, געלייענט א בוך בא דער שײַן פון מאטאָוון טראָלייבוס-לעמפּל, 19 זי האָט זיך אוועקגעזעצט בא א פענצטער, ער -- לעבן איר. געזעסן איז ער ניט באקוועם, אפן סאמע ראנד פון דער באנק. צװישן זיי איז געבליבן פּלאץ עפשער פאר נאָך א פּאסאזשיר. דער טראָלייבוס איז ניט געפאָרן-- ער איז געפלויגן פונקט וי אלע טראָלײיבוסן פון שטאָט װאָלטן זיך געיאָגט נאָך אים און ער האָט געמוזט זיך ראטעווען, אנטלויפן פון זיי. מיט יעדער מינוט האָט זיך דערנעענטערט איר שטוב, און עס האָט זיך איר מיטאמאָל אָנגעהויבן דאכטן, אז ניט בלויז דער טראָלײבוס פליט צו איר שטוב, נאָר די שטוב איז אויך ארויסגעלאָפן אנטקעגן דער יאָגנדיקער מאשין. זי האָט געטראכט: נו, יאָגט די מאשין... אריינקומענדיק אין טראָלײבוס, האָט זי דאָך געװוּסט, אז אינגיכן וועט זי זיײַן בא איר שטוב. זיי וועלן אראָפּשטײַגן, און לעבן דער פּאראד-טיר װעט זי אויס" שטרעקו די האנט: -- א גוטע נאכט... און שוין. פארװאָס עפּעס , שוין?* עפשער וועט ער זאָגן: --- איצט ווייס איך שוין, אין װאָס פאר א הויז דו ווינסט. איך װאָלט נאָך װעלן ויסן די דירע.י. און עפשער װעט ער באם געזעגענען זיך בלויז ווינטשן איר א גוטע נאכט.. איז עס אויך ניט מעסוקן. זיי וועלן זיך נאָך באגעגענען. אומבאדינגט. װוּ? ווען? דאָס ווייסט זי ניט. עפשער אין א שטוב בא זייערע פרייַנט, אזוי וי הײַנט. עפשער װעט ער איר אָנקלינגען און אײַנלאדן אין טעאטער, אף א קאָנצערט, אף א בלומען-אויסשטעלונג, צי אינעם באָטאנישן גאָרטן, ווען עס װעט בליִען דער בעזייי און אויב ניט! אויב ניט -- איז דער הימל סייווי ניט בא דער ערד. זײַן טעלעפאָן-נומער ווייסט זי. ווייסט שוין לאנג. זי האָט אים פּאָשעס ביז איצט קיינ" מאָל ניט געקלונגען. און איצט--איצט איז עפּעס אנדערש. אין איינעם א שינעם אָװונט -- עפשער װעט עס זײַן א ווינטער-פארנאכט, ווען זי װעט דורכן פענצטער דערזען א בלענדיק-װיײַסע וועלט, גאָלדענע שנייעלעך וװעלן ווימלען ארום די לאמטערנס, א טאטע צי א מאמע וװעלן פירן פארביי איר שטוב א קינד אף א שליטעלע.. אָדער א מילדער פרילינג- דיקער אָװנט, ווען די קינפטיקע בלעטער אף די ביימער װעלן זיך נאָך קוטען אין זייערע קלעפּיקע קנאָספּן-העמדעלעך, וען מילי-מיליאסן גרעזעלעך װעל צעשפּארנדיק די ערד, נאָך ניט זיכער ארויסקריכן אף דער ליכטיקער שײַן, צי א זומער-פארנאכט, ווען אין דער- ביייִקן סעדל װעלן זיך צעבליִען די לינדנביימער און מיט זייער זיסן דופט פארשיקערן אזוי, אז עס זאָל זיך פארדרייען דער קאָפּ, צי גאָר אז אומעטיקער, טיף-הארבסטיקער אָװנט, וען רעגנדלעך וװעלן פּויקן און פּױקן אין די שויבן, מיט זייערע קאלטע און שװװערע קײַלעכלעך אראָפּרײַסן די לעצטע בלעטער אף די צװײַגן און אױסשפּרײטן מיט זיי די ערויי אין איינעם א שיינעם אָװנט װעט זי צוגיין צום טעלעפאָן און אָנקלינגען אים. ווען זי װעט הערן, װי דער טעלעפאָן, שאלנדיק, רופט אים, װעט זי עפשער גאָר כאראָ- טע קריגן, װאָס זי האָט אים אָנגעקלונגען, ס'קאָן זייער זײַן, אז עס װעט אפילע דורכלויפן א געדאנק: ,אָט על איך אוועקלייגן דאָס טרײַבל צוריק אין זײַן נעסט... און אויס...* נאָר זי װעט דאָס טרײַבל ניט אוועקלייגן, זי װעט עס האלטן שטארק-שטארק מיט אירע ציטערנדיקע הענט, דריקן עס צום אויער און אָנגעשטרענגט ווארטן. ווען זי װעט דערהערן זײַן שטים: --- ;האלאָ"... אָדער ,איך הער"... אָדער ;יאָ"...--- זי ווייסט דאָך ניט, ויָאזוי ער ענטפערט אפן רוף פון טעלעפאָן, -- װעט זי. סטארענדיק זיך ניט ארױיסװײַזן איר אומרו שטיל-שטיל זאָגן: --- דאָס בין אי יי -- דו קלינגסט פון דער היים?--- װעט ער בא איר פרעגן. זי װועט שװײַגן, װײַל פון אופרעגונג װעט זי ניט קאָנען ריידן, --- דערלויב מיר קומען, -- װעט זי דערהערן און ניט גלייבן די אייגענע אויערן. זי ועט זיך סטארען נעמען אין די הענט, נאָר סייַװי װעט זי ענטפערן קימאט שעפּטשענ" דיק: -- ביטע... כ'וועל ווארטן... -- לאנג ווארטן װעט דיר ניט אויסקומען...--- װעט ער זאָגן, -- איך לויף שויןי פארװאָס קאָן אזוינס ניט זײַן? עס קאָן זייער זײַן מארק ראזומני דער זעץ מיטן פויסט די ליטעראטן זײַנען געזעסן איז קאפע און האָבן בא א גלאָז װײַן ערנסט און אין א װויץ ארומגערעדט קאָלערלײי שרײַבערישע איניאָנים. דערבײַ איז געקומען צו רייד וועגן איינער א נאָװעלע, װאָס איז לעצטנס אָפּגעדרוקט געווען אין א זשורנאל, -- איז טאָך גענומען, איז די נאָװעלע ניט קיין שלעכטע,-- האָט איינער פון די מיט- שמועסער, דער נאָװעליסט, געזאָגט. --א שאָד איז נאָר, װאָס אין איר איז קיין סאָף ניט פאראן... -- װאָס הייסט ;קיין סאָף ניט פאראן"? די נאָװעלע איז דאָך פארענדיקט! און אף װאָס פאר א סאָף האָסטו געווארט? -- ווילסט וויסן, אף װאָס פאר א סאָף איך האָב געווארט?!--- האָט דער נאָוועליסט אויס- גערופן, און דערבײַ א זעץ געטאָן מיטן פויסט איבערן מירמלנעם טישל, אז די פלעשער און די גלעזער האָבן מיט א געדריבזל זיך צעטאנצט, און די שכיינים פון די דערבײַיקע טישלעך האָבן אופגעציטערט. -- אָט אף װאָס פאר א סאָף! א נאָוועלע מוז פארענדיקט װערן מיט א זעץ מיטן פויסט! דערמאָנט זיך נאָר די וערטער פון דעם אלטן געטע: א נאַָוװועלע, האָט ער געזאָגט, איז א באשרײַבונג פון אן אויסטערלישער פאסירונג! איר הערט? אן אויס- טער-לי-שער! און וויבאלד אן אויסטערלישער -- דאָס זאָג איך שוין.--מוז איר סאָף אויך זײַן אויסטערליש, ער מוז איבעראשן און אופטרייסלען, אזוי װי א זעץ מיטן פויסט! איז אוועק א שמועס וועגן דעם, ויָאזוי א נאָוועלע דארף, אייגנטלעך, פארענדיקט װערן. דער נאָוועליסט האָט געװאָלט ניט אנדערש װי א זעץ מיטן פויסט: דער דראמאטורג האָט געהאלטן פון א סאָף וי אן אומדריי פון שליסל: דער קריטיקער, װידער, האָט געפאָדערט אזא סאָף, װאָס זאָל מיט זײַן אומדערווארטקײַט זײַן בעקויעך אנידערוואליען אן אָקס פון די פיס.. -- איבער װאָס אמפּערן מיר זיך?-- האָט דער דראמאטורג איבערגעריסן דעם שטרײיט, --- איבער דעם, ויָאזוי אָנצורופן דעם סאָף? אָבער איך זע דאָך, אז מיר האלטן זיך אלע בא דער זעלביקער מיינונג, אז א באנאלער סאָף איז לאנגװײַליק און אנטשפּרעכט ניט דעם כאראקטער פון א נאָװעלע: װאָלט, לוט מײַן מיינונג, גלײַכער געווען, אָנשטאָט אָט די אבסטראקטע ריי- דערײַען, פאָרלייגן אזעלכע נאָװעלן, װאָס זאָלן דינען װי אן איליוסטראציע. איז לייג איך דעריבער פאָר, יעדער איינער פון אונדז זאָל דערציילן א נאָוועלע---אלציינס, צי אן אויס- געלייענטע, צי אן אויסגעטראכטע, צי אן איבערגעלעבטע, נאָר אזא נאָוועלע, װאָס פארענדיקט זיך מיט א זעץ מיטן פויסט, צי מיט אן אומדריי פון שליסל, אָדער גאָר מיט אזא סאָף, װאָס זאָל קאָנען אנידערוואליען אן אָקס פון די פיס. און עפשער גאָר אלע דרײַ זאכן צוזאמעױי מאסקים? --- און ער האָט צוגעגעבן---און אזוי װי דער דאָזיקער ניט גאָר קרומער פאָר- שלאָג איז מײַנער, נעם איך זיך דאָס רעכט אלס ערשטער צו דערציילן א נאָװועלע, װאָס איך האָב אמאָל ערגעץ געלייענט און װאָס האָט זיך מיר ביז הײַנט פארגעדענקט. טאקע צוליב איר אומדערווארטן, איבעראשנדיקן סאָף. ווילט איר הערן? און ער האָט דערציילט אן אויסטערלישע געשיכטע ועגן דעם, װי אינמאָל האָט א רוימישער לעגיאָנער, װאָס איז געשטעלט געװאָרן אף דער וואך אָפּצוהיטן טליִעס מיט פיר אופגעהאנגענע, האָט. שטייענדיק אף זײַן פּאָסטן, פּלוצלינג דערהערט א געויין, װאָס האָט זיך דערטראָגן פון דעם דערבײַיִקן צווינטער. אוועק אהין, האָט ער דאָרט געפונען א פרױי ליגן איבער א קייווער-בערגל און יאָמערלעך ויינען. דער לעגיאָנער האָט זי אופגעהויבן, בארויִקט, און זי האָט דורך טרערן דערציילט, אז דאָ, אונטער דעם בערגל, איז באגראָבן איר מאן, װעמען זי באוויינט טאָג און נאכט, װײַל זינט ער איז געשטאָרבן, איז שוין פאר איר אין לעבז מער קיין טרייסט ניט פאראן. אָבער עס האָט זיך געמאכט אזוי, אז זי האָט יאָ געפונען א טרייסט אין די אָרעמס פון דעם לעגיאָנער טאקע אף דעם זעלביקן בערגל, אונ- טער וועלכן איר אזוי ביטער באוויינטער מאן איז באערדיקט געווען... נאָר ווען נאָכן רויש פון דער נאכט האָט דער לעגיאָנער סאָפּקאָלסאָף זיך דערמאָנט אין זײַנע פליכטן און איז אוועק א קוק טאָן, װי עס האלט מיט די טליֶעס, האָט ער צו זײַן גרויסער שרעק געפונען דאָרט נאָר דרײַ געהאנגענע -- דער פערטער איז פארשװוּנדף און קעדיי די צאָל פיר זאָל 21 שטימען, האָט ער, צוזאמען מיט דער אלמאָנע, אױיסגעגראָבן פון קייווער איר אומפארגעסלעכן מאן און אופגעהאנגען אים אָנשטאָט דעם פערטן פארשװונדענעם.. -- אָט אזעלכע זײיַנען זיי, די ווייבער!.--האָטס דער קריטיקער אופגעזיפצט, -- מ'קאָן גאָרניט זאָגן: דער סאָף איז גוט... און איצט, נאָך דעם װי מיר האָבן אויסגעהערט די נאָוועלע פון אונדזער כאווער, װעל איך אויך דערציילן א נאָוועלע, װאָס איך האָב אמאָל געלייענט, און זי האָט זיך מיר פארקריצט אין זיקאָרן. מייַן נאָװועלע איז פון אן אנדער מין, זי שפּילט זיך ניט אָפּ אף א צווינטער און אויך ניט אין די אנטישע צײַטן. איר האנדלונג קומט פאָר אין אן אריסטאָקראטישער הײַנטצײַטיקער ווילע, און די העלדן אירע זײַנען ניט קיין ליבע- פולע לעגיאָנערן און ניט קיין וויסטע אלמאָנעס... נו, איר װעט אליין הערן: -- אין איינער אן אריסטאָקראטישער ווילע האָט אין א שפּעטער באנאכטיקער שאָ מיט- אמאָל זיך שטארק צעבילט דאָס שטוביקע הינטל--א סימען, אז אין שטוב האָט זיך אריינ- געכאפּט א גאנעוו. די גאנצע מישפּאָכע אוֹן דער פּערסאָנאל באדינער האָבן צעשראָקענע זיך אופגעכאפּט פון שלאָף, אלע זײַנען ארױיסגעלאָפן פון זייערע צימערן און מ'האָט גענומען זוכן אוּן נישטערן, און ענדלעך האָט מען ערגעץ אין קיך געפונען א באהאלטענעם מאנצבל-- דעם קאוואליער פון דער קעכן. פארשטייט זיך, אז דער אופגערעגטער באלעבאָס האָט טייקעף ארויסגעטריבן דאָס זינדיקע פּאָרל, די זיטלעכקײײַט איז אופגעשטעלט געװאָרן, און דער גאנ- צער צערודערטער אוילעם איז זיך פאנאנדערגעגאנגען, יעדער צו זיך אין צימער, יעדער האָט זיך געלייגט אין זײַן בעט. אָבער קאָן מען דען רויק אײַנשלאָפּן נאָך אזא שענדלעכער געשעעניש, װאָס האָט צעטרייסלט די יעסוידעס פון מאָראל און אָנשטענדיקײַט, און נאָך אין אזא רעספּעקטאבעלן הויז? און קעדיי זיך בארויִקן, האָט יעדער איינער אריינגענומען צו זיך א בײַשלאָפער: דער באלעבאָס-- די פראנצויזישע גוּווערנאנטקע, די באלעבאָסטע -- דעם שאָפער, דער עלטערער זון -- דאָס קאמער-מיידל, די עלטערע טאָכטער -- דעם הויזלערער.. נאָכּן היפשן אויסלאכן זיך איבער דעם דאָזיקן אומדערווארטן סאָף, האָט דער נאָװועליסט ארויסגעזאָגט זײַן מיינונג וועגן די ביידע געשיכטעס, דאָס הייסט וועגן דעם, וי זיי האָבן זיך פארענדיקט. -- יאָ, -- האָט ער געזאָגט, --- ביידע דערציילטע נאָװועלן האָבן זיך טאקע פארענדיקט, וי עס פאָדערט זיך: אומגעריכט און איבעראשנדיק. אָבער... -- װאָס .אָבער"?-- האָבן די אנדערע צוויי אומגעדולדיק געפרעגט. -- אָבער די דאָזיקע סאָפן, -- האָט ער דערקלערט, -- זײַנען דאָך צוגעטראכטע! עמעס, זיי זײַנען טאקע איבעראשנדיק, אָט אזוי װי עס פאָדערט זיך, אָבער מ'דארף ניט פארגעסן אז זיי זיַנען אויסגעטראכט געװאָרן דורך שארפזיניקע ליטעראטן. אָפּטמאָל אָבער זעען מיר, וי דאָס לעבן אליין קאָן אָן דער הילף פון א וועלכן-ניט-איז אװטאָר צוטראכטן אזא איבע- ראשנדיקן סאָף, צו וועלכן קיין שארפזיניקער שרײַבער װעט זיך ניט דערטראכטן! װי עס האָט פּאסירט מיט מיר. אָט װעל איך אײַך דערציילן א געשעעניש פון מײַן אייגענעם לעבן, און דעמלט ועט איר זיך איבערצייגן אין דעם. און דערצו איז אין מיַן פאל דאָס לעבן געגאנגען נאָך װײַטער און האָט צוגעטראכט ניט בלויז אן איבעראשנדיקן סאָף, נאָר אויך אן אומדער- ווארטן מיטן און אן אומגעריכטן אָנהייב. דאָס הייסט: גאנצע דרי זעץ מיטן פויסט! און ווען איר װעט דאָס אויסהערן, װעט איר אליין אורטיילן, װער ס'איז א גרעסערער מײַסטער: די ליטעראטור, צי דאָס לעבן. און ער האָט אָנגעהױיבן: --- אין מײַנע יונגע יאָרן איז מיר אויסגעקומען א געוויסע צײַט לעבן אין דײַטשלאנד, אין האמבורג, װוּ איך האָב געארבעט אין א באנק און אין די אָװונטן, אלס פרײַער צוהערער, באזוכט לעקציעס אין אוניווערסיטעט. אין דער דערבײַיקער שטאָט ליובעק האָט געװוינט מייַנע א מומע, מײַן פאָטערס א שװעסטער, װאָס אדאנק איר בין איך טאקע געקומען קיין דיַטשלאנד: זי האָט געהאלטן אין איין שרײַבן צו מײַן פאָטער ;שיק אריבער דײַן ייִנגל צו אונדז קיין דײַטשלאנד, דאָ װעט ער וװערן א לײַט". זי איז אזוי לאנג צוגעשטאנען צו מיינע עלטערן, ביז זי האָט זיי ענדלעך אײַנגערעדט, און זיי האָבן מיט א שווער געמיט אָפּגעלאָזט דעם בעניאָכיד. װעט איר פרעגן, װי קומט די מומע קיין דײַטשלאנד? דאָס איז געװען אין די אכציקער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, ווען אין רוסלאנד זײַנען אױיסגעבראָכן די שוי- דערלעכע פּאָגראָמען, און ייִדן האָבן מאסנװײַז אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע. דעמלט האָט די מומע-- הענע האָט זי געהייסן --- צוזאמען מיט איר מאן, א געוועזענעם יעשיװעבאָכער, אויך פארלאָזט די אלטע היים, אָבער אפן וועג האָבן דײַטשישע ייִדן איבערגערעדט איר מאן צו בלײַבן אין דייטשלאנד, אוּן דאָס יונגע פּאָרל האָט זיך באזעצט אין ליובעק, װוּ דער געוועזענער יעשיװעבאָכער איז געװאָרן א כאזן און א שויכעט. איצט איז די מומע שױן 22 זינט יאָרן געוועז אן אלמאָנע, אויסגעהאלטן דורך אירע זין, רײַכע קױפּלײַט, און װוען בא איר פאָטער (און מײַן זיידן), דעם זשאגערער ראָוו, איז געשטאָרבן זײַן רעבעצן, האָט די טאָכטער אים אריבערגענומען צו זיך קיין ליובעק. די ליובעקער געמיינדע האָט אים אָפּגעגעבן גרויס קאָװועד, און ער איז דאָ. בא דער זײַט פון דעם אָפיציִעלן ראבינער דיר קארלעבאך, געװאָרן דער ניט-אָפּיציֶעלער ראָוו און גענומען פירן אף די וועגן פון ייִדישקײַט די דײַטשמערישע ליובעקער ייִדן.. נו, װי איר זעט, בין איך א ביסל פארפאָרן קיין בויבעריק, נאָר אזויווי מײַן נאָוועלע װעט זײַן אן אװטאָביָאָגראפישע, איז מיר שוין אויסגעקומען אײַך צו באקאנען מיט א קאפּיטל פאמיליע-כראָניק, -- האלטן מיר, הייסט עס, בא דעם זייד, װעלכער איז אין ליובעק געװאָרן, װי די דײַטשן רופן דאָס, ,זעעלזאָרגער", דאָס הייסט ,נעשאָמע-פארזאָרגער". פארשטייט זיך, אז, זאָרגנדיק פאר דער ייִדישקײַט פון די ליובעקער ייִדן, האָט דער זיידע שוין אוואדע ניט דורכגעלאָזט די געלעגנהײַט צו זאָרגן אויך פאר דער ייִדישקײַט פון זײַן אייניקל, וועלכער איז צו יענער צײַט אראָפּגעקומען קיין האמבורג, ארבעט דאָרטן אין א באנק, אוואדע אויך אום שאבעס (דעם זיידן האָט מען, נאטירלעך, ניט אױסגעזאָגט דעם ביטערן עמעס, אז איך ארבעט טאקע אום שאבעס, נאָר אזוי וי קיין בלינדער פאנאטיקער איז ער ניט געװען און פארשטאנען האָט ער, אז דאָס איז די פאָדערונג פון דער צײַט, האָט ער זיך געמאכט ניט וויסנדיק..., און קעדיי איך זאָל ניט פארגעסן מײַן ייִדישקײַט, האָב איך אלע פרײַע זונטיק געמוזט פארברענגען באם זיידנס זײַט אין ליובעק, און אין דעם טאָג האָט ער מיט מיר געלערנט א בלאט געמאָרע, מיך ארײַנגעפירט אין דער וועלט פון מוסער און מיך פארזאָרגט מיט אזויפיל ייִדישקײַט, עס זאָל מיר קלעקן אף דער גאנצער גאָיִשער װאָך אין האמבורג.. און דאָ װעל איך אײַך אױסזאָגן א סאָד, אז האגאם איך האָב מײַן זיידן ליב געהאט און געאכטעט, װאָלט איך פונדעסטוועגן מיט א גרעסערן כיישעק פארבראכט דעם פרײַען זונטיק מיט מײַנע האמבורגער יונגע פּרײַנט, און באזונדערס מיט די פרײַנדנס.. און מיינט איר, אז בא זײַן קלוגשאפט האָט דער זיידע ניט פארשטאנען מײַנע שטימונגען? אוואדע יאָ, און אײינמאָל האָט ער מיר טאקע געזאָגט: ,איך וייס, מײַן קינד, איך ווייס, אז דיר װילט זיך בעסער פארברענגען דײַן פרײַען טאָג מיט יונגווארג... איך פארשטיי דיך זייער גוט, אָבער דײַן קומען צו מיר איז מיר א גרויסע פרייד אף די אלטע יאָרן איז טו מיר דאָס, קאָלזמאן איך לעב...* (אין קלאמערן גיב איך צו, אז װעגן דעם דאָזיקן שמועס דערצייל איך, קעדיי איר זאָלט באקומען א פאָרשטעלונג פון דעם, װאָס פאר א מענטש מײַן זיידע איז געװועה וויפל פארשטענדעניש ער האָט געהאט פאר די געפילן פון א יוגנטלעכן.--און דאָס אין צל- טער פון איבער 90 יאָר! און ווען איר װעט דאָס אײַנזען, װעט אײַך שוין פארשטענדלעך זײַן דער איקער, צו װאָס איך פיר: דער זעץ מיטן פויסט, אָדער אפילע נאָך מער-- דאָס אנידערוואליען דעם אָקס פון די פיס), -- קלאָר, אז, הערנדיק אזעלכע ווערטער, האָב איך זיך שוין פאָרגענומען אף לעהאבע טאָן דעם ווילן פון מײַן גוטן, קלוגן זיידן, און מער ניט באטראכט די זונטיקדיקע גאסטראָלן קיין ליובעק װי א שװערע לאסט.. האָב איך שוין יעדן שאבעס-אָװונט, אין איין און דער זעלבער צײַט, זיך געזעצט אין דעם גלײַכן שנעלצוג, װאָס האָט אין א קנאפער שאָ ארום מיך געבראכט קיין ליובעק, כ'בין אוועק צו דעם באשיידענעם דירעלע אף דער גאס ,מיו- לענבריקע", װוּ דער זיידע, די מומע און דאָס גאנצע הויזגעזינד האָבן שוין געווארט אפן אָנקום פון דעם גרויסשטאָטישן גאסט. אזוי איז צוגעגאנגען אין מעשעך פון א לענגערער צײַט אָן שום שטערונגען. איך בין אָנגעקומען יעדן שאבעסענאכט פּינקטלעך, װי א זייגער, און דער זיידע און די מומע האָבן געשעפּט פון מיר נאכעס... דארף זיך אָבער מאכן אײינמאָל אין א װינטערדיקן שאבעס אפדער- נאכט, וע איך בין װי שטענדיק געגאנגען צום װאָקזאל, אז צופעליק איז מיר אנטקעגנגעקו- מען פרױילײַן אמאנדא פּרענצלאו, זייער א שיינע סטודענטקע, צו וועלכער איך בין געווען ניט אינגאנצן גלײַכגילטיק. איך האָב זיך באגריסט און שוין געװאָלט (כ'בין זיך מוידע--ניט שטארק געװאָלט...) װײַטער גיין. אָבער זי האָט מיך פארהאלטן און מיט פרייד אויסגערופן. -- א גליקלעכער צופאל האָט דיך געבראכט אף מײַן וועג! מוטי האָט מיר היינט צו- געשיקט פון איר מעקלענבורגער דאָרף א מאטאָנע, א פּעקעלע מיט גוטע זאכן, און איך קאָן זיך פארגינען א הוליע טאָן. איז לאד איך דיך אײַן צו מיר צום אָוונט-עסן. איך האָב באדאנקט און מיט א שװוער הארץ זיך אנטשולדיקט, אז ליידער קאָן איך די אײַנלאדונג ניט אָנעמען, װײַל איך מוז פאָרן קיין ליובעק צו מײַן ,גראָספאטער". אָבער אמאנדא האָט פון דעם גאָר ניט געװאָלט הערן. 23 -- ווי? --- האָט זי זיך באליידיקט. --- דו זאָגסט זיך אָפּ צו פארברענגען מיט מיר דעם אָװנט? װאָס האָט דיר אזוי אָנגעברענט דער גראָספאטער? און איז דאָס טאקע אן עמעסער ;אָפּאפּא"? איך קען דאָך דיר!.-- און זי האָט א כיינעוודיקן װאָרן געטאָן מיטן פינגער, -- זע נאָר, װי שיין דער אָװנט איז! לאָמיר זיך א ביסל דורכשפּאצירן, נאָכדעם װעלן מיר ארײיַנגיין צו מיר צום עסן, און צו דײַן אָפּאפּא װעסטו פאָרן מיט א פּאָר שאָ שפּעטער! אוואדע איז דער ניסאָיען געווען ניט קיין קליינער: פון איין װאָגשאָל האָט אראָפּגעקוקט דער זיידע מיטן בלאט געמאָרע און מיט די מוסער-ספאָרים, און פון דעם צווייט1 האָט פאר- פירעריש אראָפּגעװוּנקען די שיינע אמאנדא... האָב איך זיך א רעגעלע געקווענקלט, אָבער צום סאָף דעם ניסאָען ניט בײַגעשטאנען און נאָכגעגעבן דעם יעיצערהאָרע. מיר האָבן לאנג שפּאצירט איבער דעם פּרעכטיקו הארוועסטעהודערוועג, װאָס איז גע- לעגן פארכאָלעמט אין לעװאָנע-שײַן און זיס געדרעמלט אונטער דעם פּוכיקן, פאר האמבורג אזוי זעלטענעם, שניי. מיר האָבן זיך געװאָרפן מיט שנײי-גאָמלקעס, זיך געגליטשט און גע- שטיפט, און נאָכן היפּשן אָנשפּילן און אָנפרירן זיך ארײַן אין אמאנדאס ווארעמען, געמיט- לעכן צימער, זיך צוגעזעצט צום שיין געדעקטן טיש-- און איז דען א װוּנדער, אז בא דעם זעטיקן מאָלצײַט, װאָס איז אין יענע אינפליאציע-יאָרן אין דײַטשלאנד געװען ניט פון די אָפטע פארגעניגנס, און אונטערן רויש פון דעם דאָרפישן היימגעשטעלטן װײַן, און דערצו נאָך אין דער געזעלשאפט פון דער רייצנדער און ניט צו שטרענגער פרױילײַן האָט מײַן צוואנ" ציקיאָריק בלוט אופגעזאָדן?.. און געענדיקט האָט זיך דער דאָזיקער שיקערער אָװנט דערמיט, װאָס איך האָב פארגעסן אלץ אין דער וועלט, זיך אָפּגעזאָגט פון דער נעסיע קיין ליובעק און געבליבן בא מײַן אמאנדא... -- געוויס איז דאָס א שיינע געשיכטע!-- האָט דער קריטיקער זיך אָנגערופן נאָכדעם, װי דער דערציילער האָט פארענדיקט און זיך אף א װײַלע פארטראכט, וי זיך איבערגעבנ- דיק זײַנע זיכרוינעס. --- און זאָגן דיר דעם עמעס: ווען איך בין ייִנגער, װאָלט איך דיר טאקע מעקאנע געווען... אָבער אין אונדזער הײַנטיקער טעמע פאסט זיך דאָס ניט אינגאנצן ארײין! װײַל-- איז דען אָט דער באנאלער סאָף יענער זעץ מיטן פויסט, װאָס דו אליין האָסט געפאָדערט? צי שוין זשע... -- שא-שא, כאפּ ניט!-- האָט דער נאָוועליסט אים איבערגעשלאָג, -- דער זעץ מיטן פויסט קומט נאָך, און זײַן װעט דאָס ניט בלויז איין זעץ, נאָר גאנצע דרײַ, װי איך האָב צוגעזאָגט. איז הער געדולדיק אויס, װאָס נאָכדעם איז געשעף און ער האָט װײַטער דערציילט: --- די װוּנדערלעכע נאכט איז גיך פארפלויגן, און דערמאָנט זיך, װוּ איך האלט אין דער וועלט, האָב איך ערשט דעמלט, ווען דורך די שפּאלטן פון דעם פענצטער-פאָרהאנג האָט מיט א כמורנעם אויג שוין ארײַנגעקוקט דער פארטאָג. דאָ האָט מיר מיטאמאָל א צופּ געטאָן באם הארצן, און כ'בין אופגעשפּרונגען, װי אן אָפּגעבריטער, געשווינד ארײַן אין מײַנע מאלבו" שים, און, אפילע זיך ניט געזעגענענדיק מיט דער שלאָפּנדיקער אמאנדא, הענדום-פּענדום ארויסגעלאָפן פון שטוב און אין איין אָטעם זיך אװעקגעלאָזט צום װאָקזאל. דאָרטן איז צו מײַן גליק גראָד געשטאנען א צוג, װאָס פירט קיין ליובעק, איך בין ארײַן אין וואגאָן, אויס- געזוכט א פרייַ אָרט, זיך צוגעשפּארט צום וואגאָן-ווענטל און טייקעף אײַנגעדרעמלט. ווען מיך האָט אופגעוועקט דעם שאפנערס אויסרוף / ליובעק!", איז שוין געווען גרויסער טאָג. איך בין ארויס אפן באקאנטן װאָקזאל, אין איין אָטעם אוועק צו דער מומעס דירע און האָב מיט א ציטערדיקער האנט אָנגעקלונגען אין טיר-גלעקל. מײַן הארץ האָט געקלאפּט, וי בא א גאזלען, אין דערווארטונג פון דעם הארבן פּסאק, װאָס כ'וועל דאָ באלד ארײַנכאפּן. אָבער ווען די טיר האָט זיך פאר מיר געעפנט, איז געשען עפּעס אווינס, װאָס האָט מיך אינגאנצן דערפּלעפט: די מומע הענע, מײַן שטענדיק אזוי שטרענגע און אויסגעהאלטענע מומע, איז מיר אומדערווארט ארופגעפאלן אפן האלדז און באדעקט מיט קושף און באלד איז אויך דער זיידע ארויסגעקומען פון זײַן צימער, האָט זיך אויך צעקושט מיט מיר און דורך טרערן געשעפּטשעט: ,געלױיבט איז האשעם ייִסבאָרעך! געלויבט איז זײַן נאָמען = און אָט איז זיך שוין צונויפגעלאָפן דאָס גאנצע הויזגעזינד, און אלע האָבן מיך מיט גרויס פרייד באגריסט. ;װאָס טוט זיך דאָ?! --- האָב איך אין צעטומלטקײַט געטראכט. -- װאָס איז די סימכע מיט מיר אזוי גרויס? צי שוין זשע, --- האָב איך אין זיך א שמייכל געטאָ, -- קומט מיר אזא קאבאָלעס-פּאָנעם אין זכוס פון דער פארגאנגענער נאכט?".. א צײַט לאנג בין איך געשטאנען, װי א ליימענער גוילעם, ניט געקאָנט קיין װאָרט ארויסברענגען און נאָר זיך געלאָזט האלדזן און קושן. ערשט ווען דער אלגעמיינער אזשיאָי 24 טאזש האָט זיך א ביסל אײַנגעלײיגט, האָב איך באקומען לאָשן און מיט א ציטערדיקער שטים געפרעגט, מיט װאָס האָב איך פארדינט אזא באגײַסטערטן אופנאם? האָט די מומע דורך טרערן אויסגערופן; -- דו פרעגסט נאָך? דו ביסט דאָך בא אונדז א געפונענער! מיר זײַנען גליקלעך, װאָס מיר זעען דיך א לעבעדיקן! מיט די ווערטער איז זי ארײַנגעלאָפן צו זיך אין צימער, באלד זיך צודיקגעקערט און מיר דערלאנגט א צײיַטונג. פאר מיינע אויגן האָט א שוינד? געטאָן אן איבערשריפט מיט פעטע אויסיעס: ,גרויסע אייזנבאן-קאטאסטראָפע אף דער ליניע האמבורג---ליובעק", און דער טעקסט, װאָס איך האָב מיט א פארטײַעטן אָטעם איבערגעלייענט, האָט דערציילט, אז דער שנעלצוג האמבורג---ליובעק איז נעכטן, 21 אזייגער, אראָפּ פון די רעלסן, זיך אראָפּנעקײַקלט פון דעם הויכן באן-אָנשיט, און דערביי זײַנען אומגעקומען צענדליקער מענטשן. די צײַטונג איז מיר ארויסגעפאלן פון די הענט: מיט דעם זעלבן צוג האָב איך דאָך געזאָלט פאָרן! געזאָלט... ווען ניט אמאנדא! | -- איצט פארשטייסטו שוין אונדזער פרייד?--- האָט די מומע אין גרויס גערירטקייט געזאָגט. --- מיר ווייסן דאָך, אז דו פאָרסט שטענדיק מיט דעם צוג! דעם גאנצן טאָג האָט אין הויז געהערשט א יאָמטעװדיקע שטימונג, און אינאָװונט זיינען אראָפּגעקומען כאָשעװע געסט, די פּניי פון דער ליובעקער געמיינדע, מ'האָט לעקאָװעד מיר אײַנגעאָרדנט א גאנצן באנקעט, אלע האָבן מיר אָפּגעגעבן מאזלטאָוו צו מײַן װוּנדערלעכער רעטונג, דער זיידע האָט פּײַערלעך ,געבענטשט מיט מיר גוימ?":, מ'האָט געהאלטן רעדעס און געלויבט דעם אייבערשטן, און איך האָב זיך דערבײַ געטראכט, אז ער האָט געהאט א גוטן שוטעף, אָט דער אייבערשטער... און נאָר איין זאך האָט מיר געשראָק די מומע און דער זיידע זאָלן מיר ניט טאָן א פרעג, פארװאָס איך בין מיט אָט דעם שטענדיקן צוג מײַנעם ניט געפאָרן, און מאכמעס װאָס פאר א סיבע איך בין פאָריקע נאכט ביכלאל ניט געקומען קיין ליובעק-- א זאך, װאָס האָט ביז איצט מיט מיר קיינמאָל ניט פּאסירט. נאָר מײַן שרעק איז געווען אן אומזיסטע, װײַל פון גרויס פרייד און אופגערעגטקײַט האָט מען אינגאנצן פארגעסן מיר צו שטעלן אָט די נאטירלעכע פראגע. און איך בין ארויס א טרוקענער.. דאָ איז אים דער דראמאטורג אריינגעפאלן אין די רייד; -- דעם עמעס געזאָגט, מיין פריינט, דערמאָנט מיר די גאנצע געשיכטע מיט דײַן װוּנ- דערלעכער רעטונג דעם בארימטן ,דועס עקס מאכינא" פון די אנטיקע טראגעדיעס, וען דער גויר?ל האָט זיך אריינגעמישט און אָפּגעראטעװעט דעם העלד פון אן אומגליק.. דאָס, װאָס עס איז מיט דיר געשען, איז טאקע וויל און אינטערעסאנט, נאָר איך זע דאָ ניט דעם געהעריקן סאָף, דעם זעץ מיטן פויסט, וועגן וועלכן מיר האָבן אָפּגעמאכט צו ריידן. אונדזער טעמע איז דאָך--- אזא סאָף מיט אזא זעץ, װאָס די העלדן דערלאנגען אליין, אָן דער הילף פון זײַטיקע קויכעס... װועסטו מיר אנטשולדיקן, אָבער איך זע ניט אײַן קיין שייכעס צווישן דײַן װוּנדערלעכער רעטונג און דעם זעץ מיטן פויסט! -- האָסט א טאָעס!-- האָט דער נאָװעליסט געזאָגט.---א שײַכעס איז פאראן, און א גרויסע שייכעס! װײַל אָן אָט דעם דעוס עקס מאכינא, װי דו רופסט עס אָן אָן אָט דער שפּיל פונעם גוירל װאָלט ניט געקומען צו יענעם איבעראשנדיקן און אומדערווארטן סאָף, וועגן וועלכן איך װעל נאָך דערציילף און דאָס װעט זײַן א סאָף מיט אזא זעץ, װאָס קאָן בעעמעס אנידערוואליען אן אָקס פון די פיס.. איז הערט: -- ווען איך בין אין א װאָך ארום װידער געקומען קיין ליובעק און געמיינט, אז אלץ איז שוין פארגעסן און פארגעבן, און קיינער װעט זיך שוין צו דער פאסירונג ניט אומקערן, האָט זיך אָבער ארויסגעוויזן, אז ס'איז ניט אזוי. און' װער, מיינט איר, האָט פונדאָסנײַ און גאָר אף אן אומגעריכטן אויפן דאָס דערמאַנט? דאפקע דער זיידע, וועמען ס'איז שוין באװוּסט געווען מיט אלע פּראָטים דער סאָד פון מיין װוּנדערלעכער רעטונג! ויאזוי איז דאָס געשען? שפּעטער האָב איך זיך דערװוּסט, אז דער מומעס אן אייניקל, א באָכער אין מײַנע יאָרן, פאר וועמען איך האָב אין יענעם פּײַערלעכן טאָג אין געהיים זיך געהאט אויסבארימט מיט מײַן ניצאָכן, האָט --- צי װײַל ער האָט זיך געגרייסט מיט מײַן בעריעשאפט ,זעט, װאָס פאר א העלדישן קאָרעוו איך האָב", צִי מיט דער בייזער קאװאָנע מיר אונטערשטעלן א פיסל-- אויסגעפּלאפּלט מײַן סאָד פאר אלעמען, און אזוי האָט זיך דאָס איבערדערציילט פון איינעם צום אנדערן, ביז עס איז לעסאָף דערגאנגען צום זיידן... און ווען איך האָב זיך געזעצט צום : א בראָכע, װאָס װוערט געזאָגט נאָכן אױיסמײַדן א סאקאָנע. 29 טיש און װי א פּלײַסיקער טאלמיד שוין געװאָלט זיך נעמען צום שיִער, האָט דער זיידע מיך אָנגעקוקט פון איבער די שפּאקולן, און מיט זײַן שטילער, הארציקער שטים געזאָגט: -- איך ווייס, מײַן קינד, איך וייס אלץ, װאָס מיט דיר האָט אין יענעם אפדערנאכט פּאסירט... און איך מוז דיר זאָגן, אז איך האָב זיך פארטראכט וועגן דעם, טאקע גאָר שטארק... דאָ איז מיר מײַן הארץ אײַנגעפאלן אין דערווארטונג פון א הארבן אויסרייד, און עפשער פון נאָך עפּעס ערגערס, װי ביכלאל ארויסטרײיבן פון שטוב אזא שאָלטעק, אזא פּאָשע-ייס- ראָעל... אָבער ס'איז געשען עפּעס גאָר אומדערווארטס! דער זיידע האָט מיך ערנסט און מילד אָנגעקוקט און געזאָגט: -- און ווייסט, מײַין קינד, צו װאָס פאר א מאסקאָנע איך בין געקומען? אז.. אז דער נעס, װאָס איז זיך מיט דיר פארלאָפן, איז געווען ניט אנדערש, וי א צייכן מין האשאָמאיִם, און אז... (ער האָט זיך פארהוסט און נאָכדעם שטי? און װוי זיך שעמענדיק ארויסגעבראכט) אז... אז אָט די... נעקייווע... װאָס איז געקומען אף דײַן. װועג און דיך פארהאלטן.. זאָלסט מיט יענעם צוג ניט פאָרן.. איז געווען א שאָליִעך.. יאָ, מײַן קינד, א שאָליִעך, װאָס די האזשגאָכע פּראָטים, וועלכע באגלייט אונדז אף אלע אונדזערע ועגן, האָט דיר געשיקט.. געשיקט, קעדיי דיך צו ראטעווען... דורך. שטרויכלונג... איר פארשטייט דאָך, אז בא די װערטער האָב איך לײַכטער אָפּגעאָטעמט! און נאָכדעם, װוי דער זיידע האָט אזוי אומדערווארט אף א געטלעכן אויפן געקאשערט מײַן כעט, האָט ער זיך צוגעבויגן צו מיר, אין זײַנע אָדלער-אוגן, וועלכע האָבן אפילע צו 92 יאָר ניט פארלאָרן זייער שארפן גלאנץ, האָבן זיך צעשפּילט מאמזערשע פּײַערלעך, און מיט א שעלמישן שמייכל האָט ער א פרעג געטאָן: --- איז זאָג מיר נאָר, זון מײַנער, ביסטו צופרידן געװוען זיך צו באגעגענען מיט א שאָליֶעך, װאָס האָט אָנגענומען גראָד אָט אזא געשטאלט?.. און עפשער װאָלט דיר מער געווען צום הארצן א שאָליִעך מיט באָרד און פּייעס, הא? זאָג דעם עמעס..---און אראָפּװישנדיק דאָס שטיפערישע שמייכעלע פון זײַן ליבן פּאָנעם, האָט ער ערנסט צוגעגעבן:--יאָ, ביסט געשטאנען פאר א ניסאָיען און טאקע אים ניט בייגעשטאנען באאוווינעסיינו האָראבים... אָבער דער ריבוינעשעלוילעם האָט דאָך אזוי געװאָלט, און ער ווייסט דאָך שטענדיק, װאָס ער טוט. מיסטאמע האָט געדארפט זײַן אזוי, און ניט אנדערש.. איז בענטש איך דיך, זאָל די איי- בערשטע האזשגאָכע דיך טאָמיד היטן און באשירעמען און,--ער האָט גוטברודעריש און, ווי מיר האָט זיך געדאכט, מיט פיל פארשטענדעניש זיך צעשמייכלט,--זאָל דיר אלע מאָל צושיקן אזעלכע שעליכים... און אויב דו װעסט דערבײַי אפילע געשטרויכלט װערן א ביסל, וועט דער אייבערשטער אין זײַן גרויסן כעסעד דיר מיכל זײַן איך האָב נאָכגעזאָגט דעם זיידן װאָרט אין װאָרט און--זאָל מיר דאָס ניט פארעכנט ווערן פאר קיין זינד-- געטראכט האָב איך דערביי וועגן אמאנדאן און וועגן דעם, אז אויך זי איז ניט באשאפן געװאָרן אומזיסט און אומנישט.. און מיר דאכט זיך, אז מײַן גוטער, קלוגער און מיטן הארצן יונגער זיידע האָט דערביי אויך דאָס אייגענע געטראכט, און נאָך מער: אז ער האָט דעם דאָזיקן פּיירעק טאקע אומישנע אויסגעקליבן פאר אונדזער הײַנטיקן לימעד... -- יאָדאָדאָ... -- האָט דער דראמאטורג פילבאדײַטנדיק אויסגעצויגן דעם ,יאָ* נאָכן אויס- הערן די דאָזיקע נאָוועלע מיט איר כיינעװודיקן, אינגאנצן אומדערווארטן סאָף. --- שוין איינ- מאָל א פּאסירונג! טאקע אן אויסטערלישע פּאסירונג, א נאָוועלע אין געטעס געשמאק! אָבער זאָג מיר נאָר דעם עמעס, -- האָט ער מיט א שמייכל זיך געװוענדט צום נאָװעליסט, --- האָסט אין די שפּעטערדיקע יאָרן אָפט זיך באנוצט מיט דער מערקווירדיקער אינדולגענציע, װאָס דער זיידע דײַנער האָט דיר אזוי ברייטהארציק ארויסגעגעבן?.. --- װאָס זאָל איך דאָ לייקענען?-- האָט דער נאָװועליסט זיך מוידע געווען, -- טאקע גאנץ אָפּט, צווישן אונדז גערעדט...--- און מיט א זיפץ צוגעגעבן:-- און שטענדיק, ווען נאָר איך בין געשטאנען און ווען נאָר איך שטיי פאר א ניסאָיען געשטרויכלט צו וערן, דערמאָן איך זיך אין מײַן ליבן, אײיביק יונגן זיידן און אין זײַן צוגעזאָגטער זינד-פארגעבונג, און דעמלט.. -- און די דערמאָנונג האלט דיך אָפּ פון זינדיקן?---איז דער דראמאטורג אים אריינ- געפאלן אין די רייד, -- דו האָסט מיר ניט געלאָזט פארענדיקן! איך האָב געװאָלט זאָגן, אז דעמלט זע איך שוין אויך, אזוי װוי מײַן זיידע, אין דער פרוי אף מײַן וועג א שאָליִעך פון הימל, און דעמלט זינדיק איך שוין מיטן העסקעם און מיטן העכשער פון מײַן גאָטספאָרכטיקן זיידן, דעם ליט- וישן ראָוו, וועלכער האָט אזוי קלוג, אזוי פארשטענדענישפול און אזוי װוײַטזיכטיק אויסגע- טײַטשט אף א הימלשן אויפן די ערדישע ליבע פון זײַן זינדיק אייניקל... שירע גאָרשמאן זעקס נאָוװועלן די (אטור פראוועט יאָמטעװ ווען איך האָב עס דערזען, איז מיר געקומען אפן זינען, װי דער זיידע הייבט מיך צו די צװײַגן און זאָגט גיך, אומגעדולדיק: ,זעסט, קוק, אָט פּיקן זיי זיך דורך!" געוויס, װאָדען? כ'האָב געקוקט און געזען, אז איך בין באהעפט געװאָרן צו דער נאטור. איצט בין איך גע- פאָרן קיין דאָרעם-מאָלדאװיע, און איך האָב דערזען, אז דער גאנצער שעטעך, װווּ מײַנע אויגן גרייכן נאָר, איז באדעקט מיט צארטן פלאטער. אונטערן הויכן קלאָרן זומערדיקן הימל האָב איך ניט געקאָנט זען קיין בלעטער און קיין צװײַגן, איך האָב געזען נאָר דאָס בליונג, װאָס האָט זיך מיר אויסגעװיזן װי מוירעדיקע טשאטעס אומגעזעענע זומער-פייגעלעך, וועלכע האָבן ארומגערײַעט די ביימער פון אונטן ביז אויבן. דאָס איז געווען אזא מין פּײַערלעכקײַט, אזא פּראכט, אז דאָס הארץ איז מיר ארויסגעשפּרונגען און זיך באהעפט מיט דעם. איך האָב עס געזען, איך װעל עס קינמאָל ניט פארגעסן. אָבער ס'איז געקומען א טאָג, ווען איך בין צוריקגעפאָרן קיין מאָסקװע. איך בין געפאָרן מיטן פירמע-צוג ,מאָלדאָװוע", פארבײַי מײַן קופּע האָבן געשווינדלט ,דורשטנדיקע", און אין מײַן קופּע, װאָס איז געווען ניט װײַט פונעם וואגאָןרעסטאָראן, איז געזעסן א פּאָרל, װאָס האָט די גאנצע צײַט געגעסן און איבערגעשאָטן דעם שפּיק, די פּאָמידאָרן, די אוגערקעס מיט קלינגענדיקע װוערטער: , פאָנעטיק, לינגוויסטיק, ארכיטעקטאָניק". זי זײַנען מיר ניט געווען צום הארצן, דעריבער האָב איך זיך געהאלטן אין קאָרידאָר, און דערפאר האָב איך עס דערזען. יאָ, דערפאר װאָס איך בין געזעסן אפן בענקעלע, װאָס ווארפט זיך אָפּ פון וואנט, אין קאָרידאָר, פון דער לעצטער קופּע איז ארויסגעגאנגען א יונגע מוטער מיט א קליינטשיק מיידעלע. אפילע די, וועלכע זײַנען צוריקגעגאנגען פון וואגאָן-רעסטאָראן מיט ניט קיין זיכערע טריט, האָבן אויך באמערקט, װי פּרעכטיק דאָס קינד איז, און געשמייכלט צו דעם. ס'איז דאָ א באהויפּטונג, אז אלע מאמעס האָבן ליב זייערע קינדער. מיסטאמע איז דאָס אזוּי. אָבער אזא נעשאָמעדיקע, נאכעסדיקע, פריידיקע ליבע, מיט ועלכער די מאמע האָט געקוקט אף דעם מיידעלע, האָב איך זעלטן געזען. דאָס מיידעלע איז געװען מילד-כיינעוודיק, פונעם העלד- זעלע, פון דעם איילנבייגעלע ביז די פינגערלעך איז זי געווען איבערגעבונדן װי מיט פעדעם און באכיינגריבלט. די מוטער האָט עס אלע װײַלע א כאפּ געטאָן אף די הענט און אזוי מאָדנע, מיט די ליפּן, אויסגעװישט דאָס פּענעמל, דאָס העלדזעלע און די הענטלעך. דאָס קינד האָט געלאכט, געקײַכט. די מוטער האָט פּלוצעם א קוק געגעבן אף מיר. איך האָב ריכטיק פארשטאנען איר קוק. מײַנער האָט געזאָגט: ,,אײַער מיידעלע און איר זײַנט פּרעכטיק. אהין, װוּ איר פאָרט און װוּ איר װעט זיך געפינען, װעט מען פארשפּאָרן אײַנשליסן די עלעקטרע- שײַן". בא די ווערטער האָבן פאר מײַנע אויגן געפלאטערט די בליִענדיקע ביימער, און איך האָב א טראכט געטאָן; א נעשאָמע פון א מענטשן קאָן זײַן אײינצײַטיק אין א סאך ערטער. אלעץ ווילן שלאָפן וי נאָר רעמע איז געקומען מיטן טעכטערל פון שפּיטאָל, האָט זיך איבערגעקערט אלץ מיטן קאָפּ אראָפּ. דערבײַ האָט רעמע געטאָן פארקערט, װי די מאמע האָט געייצעט, און בא- מערקט; 7 -- װאָס דערציילסטו מיר מײַסעס, ויאזוי דו האָסט מיך געהאָדעװעט. דאָס איז געווען מיט דרי און צוואנציק יאָר צוריק. און איך האָף, אז איך האָב ניט אזוי געשריִען, װי מײַן טאָכטער. סאָפיע מארקאָוונע האָט גאָרנישט געקאָנט דערווידערן, דאָס אייניקל, רעמעס טעכטערל, האָט מען שוין פארשריבן אין זאגס, מע רופט זי, נעמלעך, דינע. דער זיידע האָט עס גלײַך פארדרייט , דינע-קעלכעלע". דינעלע האָט נאָך ניט געװוּסט, אז זי האָט א צונאָמען, זי האָט זיך געלערנט לעבן אין דער ארומרינגלענדיקער אומענדלעכקײַט, װוּהין זי איז געצװוּנגען געװאָרן צו קומען פון אזא ענג-ווארעמער, גרײַטער כיִעסדיקײַט. זי האָט זיך געלערנט לעבן מיטן קעסיידערדיקן געשריי, זי פלעגט אנשוויגן ווערן אף דריי-פיר שאָ אין מעסלעס און אף די קורצע האפּסאָקעס בייס זי איז געלעגן בא דער ברוסט. די איבעריקע צײַט האָט זי דורכויס געשריִען. סאָפיע מארקאָוונע האָט פאָרגעװאָרפן דעם מאן; -- קוקנדיק אף דיר, ווארף איך אָפּ די אקסיאָמע, אז. זיידעס האָבן מער ליב די אייניק- לעך, וי זייערע קינדער, --- װאָס ווילסטו פון מיר, סאָפיע? איך בין ניט קיין זיידע, איך בין א בעזשענעץ.-- דאָס איז געווען קימאט ריכטיק, װײַל ער האָט ניט געקאָנט ארבעטן אין שטוב, און אזויווי ער איז געווען זייער א באהאוונטער אינזשעניער, איז ער אועקגעפאָרן אין קליאזמער פּאנ- סיאָנאט. סאָפיע מארקאָוונע האָט אָפּט איבערגעריסן איר שװײַיגן און געייצעט: -- רעמע, האלט זי ניט אזוי לאנג בא דער ברוסט, זי זויגט צופיל, טוט איר ויי דאָס בײַכל, דערפאר שרייט זי. -- איך קוק דאָך אפן זייגער, צוועלף מינוט זויגט זי. -- וויפל מאָל האָב איך געזאָגט,. אז מע דארף קויפן א װאָג. ווען ס'איז דאָ א ואָג, װאָלט מען פארשפּאָרט צו טראכטן: ס'איז גענוג, צי ס'איז צופיל.. די מאנצבלשע העלפט פון דער מישפּאָכע איז אין שטוב ניט געװען. דער זיידע -- אין פּאנסיאָנאט, דער טאטע איז מיט נאָך סטודענטן אװעקגעפאָרן ערגעץ אונטער װאָראָניעזש בויען כאזער-שטאלן. סאָפיע מארקאָוונע פלעגט אוועקגיין אף דער ארבעט, זי האָט נאָך גע- האט פיר יאָר צו דעם פּענסיע-עלטער. נאָר בייס זי איז געווען אין שטוב, דעריקער אין די רו-טעג, האָט זי שוין קיין אייצעס ניט געגעבן. זי האָט געבאָדן, געגעבן קראָפּ-וואסערל, געלייגט א טרוקן קאָמפּרעסל צום בײַכל, װײַל זי איז געווען איבערצײיגט, אז די בעסטע טרופע איז ווארעמקײַט. אָבער דינעלע האָט ניט װינציקער געשריען, װי פריִער. די קינדער- דאָקטערשע האָט געטרייסט; -- עס טרעפט, אז נײַ-געבאָרענע שרייען ביז דרײַ מאָנאט און אפילע ביז זעקס.. --- אויב דאָס װעט, כאָלילע, טרעפן מיט אונדזערער, זײַנען מיר פארפאלן. מײַן מאן דארף קומען פון פּאנסיאָנאט, װוּ װעט ער פּראָיעקטירן? -- דאָ קאָן איך איַך גאָרנישט ניט זאָגן, װײַל אײַער אייניקל װעט נאָך לאנג איגנאָ- רירן אלץ, אכוץ עסן, -- אזוי האָט די דאָקטערשע געטרייסט און איז אוועק. א װאָג האָט מען געקויפט, עס האָט זיך ארויסגעוויזן, אז פאר פופצן מינוט נעמט די נעלע הונדערט דרייסיק, הונדערט פופציק גראם. און ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס זי שרײַט, איז איר דעם ערשטן כוידעש צוגעקומען דרײַ הונדערט גראם. דער זיידע איז טאקע מיט מאזל געקומען פונעם פּאנסיאָנאט און זיך געווערטלט; -- דאָס שרײַען גייט איר אין קראפט. פונדעסטוועגן, האָבן זיי גענומען טראכטן, אז מע דארף פאר די יונגע קויפן א קאָאָ- פּעראטיווע דירע. דינעלע האָט װינציקער געשריגן אין דער נײַער קאָאָפּעראטיווער דירע. איצטער האָט דער זיידע |געבענקט, אפילע מערער וי די באָבע. דינעלע איז אלט געװאָרן צוויי מיט א האלב יאָר, דער טאטע, פּאווליק, איז געווען זייער געדולדיק צו איר. כאָטש ער מיט רעמען האָבן פארגעסן וועגן קינאָ, וועגן טעאטער און אנדערע פארװוײילונגען, ער האָט געקאָנט גע- דולדיק ווארטן, ביז דינעלע פלעגט קײַען און ענדלעך אראָפּשלינגען א שטיקעלע פלייש- קניידל, ער האָט אפילע אופגענייט פאר דינעלעס גרינער מאלפּע א געל קאָפטל, װי פאר דער הויף-ראמערן. דערװײײַל איז דינעלע געוואקסן, כאָטש זי איז איצט אויך א קאפּריזע, אָבער זי איז א באוועגלעכע, רעדט אלץ. װי נאָר דער טאטע איז געקומען אין שטוב, האָט זי אים געטראָגן די שטעקשיך אנטקעגן, אירע טונקל-ברוינע הערלעך און גרויסע ברוינע אייגעלעך מיט די לאנגע װיִעס זײַנען װי אנטקעגנגעפלויגן צו טאטע-מאמע און צו באָבע-זיידע. גראָד 28 איצטער האָט דער זיידע אויך געהאט א סאך געדולד צו דינעלען, די רו-טעג פלעגט ער קימאט אינגאנצן פארברענגען מיט איר, אנומלטן האָט פּאװליק זי געהאָדעװעט מיט גרויס געדולד, און ווען זי האָט שוין קימאט אופגעגעסן א היפּש שטיקעלע הינער-פלייש, האָט זי פּלוצעם א שלוכץ געטאָן און אלץ אויס- געבראָכן. דאָס איז געווען ניט דאָס ערשטע מאָל, אָבער דאָס מאָל האָט זיך צו אָװנט-צו געהויבן די טעמפּעראטור באם קינד, באנאכט האָט די גיכע הילף אוועקגעפירט דינעלען אין קינדער-שפּיטאָל. רעמע און סאָפּיע מארקאָוונע זײַנען געווען אזוי פארלאָרן, אז אין שפּיטאָל איז מיט דינעלען געפאָרן פּאווליק, און ער האָט געפּױעלט, אז נאָך דער אפּענדיציט-אָפּערא- ציע זאָל ער זײַן מיטן קינד אין שפּיטאָל. אָבער פּלוצעם האָט מען פון אינסטיטוט ארויסגע- רופן פּאווליקן, און ער האָט געמוזט פאָרן מיט סטודענטן קלײַבן קארטאָפל. דאן איז דער זיידע, גריגאָרי מארקאָװיטש, אוועק אין שפּיטאָל און האָט אײַנגעטײַנעט מיטן דאָקטער, אז ער װעט בלײַבן אף פּאװוליקס אָרט. דער דאָקטער פונעם אָפּטײל, װוּ ס'איז געלעגן דינעלע, איז ניט אײַנגעגאנגען אף דעם. גריגאָרי מארקאָוויטש איז אָבער ניט אָפּגעטראָטן פון זײַנס. -- איך על אלץ אזוי טאָן, װי מיין איידעם. דער איידעם האָט דאָך מיר דערציילט, אז אין דער גאנצער אָפּטײלונג איז דאָ נאָר איין ניאניע, און אוב די קליינע קינדער מאכן א קלײיניקײַט, ליגן זי נאס א גאנצע נאכט. גיט מיר א װײַסן כאלאט, און איך װעל אלץ טאָן, וי די באדינערנס. איך על אכטונג געבן ניט נאָר אף מײַן אייניקל, איך װעל אכטונג געבן אף אלע קלענערע קינדער. ענדלעך איז דער דאָקטער איינגעגאנגען, גריגאָרי מארקאָוויטש איז געבליבן לעם דינעלען און ער האָט טאקע אלץ געטאָן ניט ערגער, װי די איינציקע ניאניע, װאָס האָט באדינט פינף און צוואנציק קינדער, דינעלען איז שוין בעסער. באם שפּיטאָל, אנטקעגן פענצטער פון דעם דריטן שטאָק, שטייט סאָפיע מארקאָוונע און רעמע, זיי קוקן אהין צום פענצטער, װוּ גריגאָרי מארקאָוויטש שטייט מיט דינעלען אף די הענט, עפּעס-װאָס רעדט ער צו זיי, נאָר זיי הערן ניט. דערנאָך גייען זיי מיט זייערע פּעקלעך עסנווארג אין אופנאם-כאָל און גיבן איבער װאָס זיי האָבן געבראכט. אזוי טאָגטעגלעך. ווען מע האָט דינעלען אויסגעשריבן, האָט זיך אקוראט פּאווליק צוריקגעקערט פון די קארטאָפּליעס, און דעם נאָענטסטן רו-טאָג, בייס גריגאָרי מארקאָוויטש און סאָפּיע מארקאָוונע זײַנען געקומען צו די קינדער אף מיטיק, האָט סאָפיע מארקאָוונע גע- פּרוּווט זיך ווערטלען וועגן דעם זיידן. האָט ער אוועקגעלייגט דעם לעפל אפן טעלער און האָט מיט א שמייכל געזאָגט: -- ס'איז ניט אזוי וויכטיק אופצוווארפן דעם זיידן, אז ער האָט ניט זייער ליב דאָס אייניקל, װי ס'איז געװוּנטשן, מע זאָל האָבן א ניכטערן קאָפּ בייס עס טרעפט אן אומגליק, כוץ דערוף, דארף איך דיר זאָגן, סאָפיע, אז עטלעכע קינדער פון דינעלעס פאלאטע האָבן געגעסן גוט בלויז דאן, ווען איך האָב זיי געהאָדעװעט. כאנעקע וי איך האָב ליב געהאט כאנעקע, אזוי האָב איך ניט געקאָנט פארטראָגן ערעוו כאנעקע. די גאנצע שטוב איז געווען אין פעדערן. ניט אזוי די פעדערן, װי דער פּוך, װאָס איז גע- פלויגן איבער דער גאנצער שטוב. ס'האָט זיך מיר געדוכט, אז איך עס פּוך מיט ברויט. דערנאָך פלעגט די באָבע אראָפּװיקלען פון די גענדזענע פּוֹלקעס די גראָב-גריבלדיקע שמאלץ, די פּלאָסטערס ארויסנעמען איינס-און-צוויי, דער זיידע האָט געהאָלפן שנײַדן די שמאלץ אף דער פּייסעכדיקער ברעט, מע האָט עס ארײַנגעלייגט אין א גרויסער אויסגעווייסטער קו- פּערנער פאן און געשטעלט אפן דרייפוס, אונטער וועלכן ס'האָט געברענט א פּײַער. די באָבע האָט געשיילט ציבעלעס אין דער גרויסער פּאָרצעלײַענער שיסל. איך האָב ליב געהאט זיך צוהערן, װי אין דער קופּערנער פאן הייבט אָן בלעזלען און פּלאפּלען. דערנאָך האָט מען גע- װאָרפן די ציבעלעס אין פאן ארײיַן. אויגנבליקלעך איז די שטוב אָנגעפילט געװאָרן מיט אזא 29 רייעך. אז איך געדענק עס ביז הײַנט, און איך האָב אויך ניט פארגעסן, וי איך פלעג אױסשרײַען צו דער באָבען: ,גיב מיר גיכער ברויט מיט שמאלץ!". ,און מיט צונג ווילסטו ניט?"---איצטער דוכט זיך מיר, אז װי נאָר די באָבע פלעגט ארויסברענגען די ווערטער ,און מיט צונג", פלעגט זיך עפענען די טיר, און דער פעטער הענעך מיט די גלעקלעך איז שױן דאָ. ער טוט אויס דעם וועג-מאנטל און לאָזט הערן דעם פּיזמען, וי אלע יאָר. ,אײַשעס כאיל מִי נימצע, װי נעמט מען אזא װייַב, װי מײַן שפּרינצע: פון נאָז רינט, פון די אויגן טרערט, די שטוב איז דרײַ טעג ניט אויסגעקערט. קריכט זי אפן בוידעם נעמען די אײיער, פאר- לירט זי דעם פארטעך מיטן שלייער".. -- הער אוף, הענעך, האָב ראכמאָנעס. ערשטנס, רופט מען דײײַן װײַב יענטע. וועהאשיי- ניס, איז זי ניט אזא שלימאזל, און ביז הענעך מיטן זיידן מיט לייב דעם פּאָרעש גיבן זיך שאָלעם-אלייכעם,. דערציילט מיר די באָבע א מײַסע: : | -- הערסט, מיסעמיידעסטע, אז מײַן מאמע, דײַן עלטערבאָבע מירעלע, אָלעהאשאָלעם, האָט אנומלטן געפּרעגלט שמאלץ אף פּייסעך און געטײַנעט צו איר מאן, צו דײַן עלטערזיידן, באָרעכן, אָלעװהאשאָלעם, כ'ווייס ניט, װי איך װעל האיאָר אויסקומען,. די שמאלץ איז געווען דין און די פּלאָסטערס שיטער, עס װעט זײַן נאָר זיך צוֹ באלעקן. װי זי זאָגט עס, לאָזט זיך אראָפּ א האנט פונעם קוימען און פון די פינגער נעמט רינען שמאלץ. די פאן איז שוין פוֹל. באָרעך, שרײַ איך, גיב נאָך א פּייסעכדיקע קיילע!--- דערלאנגט דער זיידע א פּייסעכ- דיקן געגלייזטן טאָפּ, אין א פּינטל מיטן אויג איז דער טאָפּ אויך פול. גיב נאָך א קיילע,-- שרײַ איך צום זיידן. אינמיטנדערינען עפנט זיך די טיר, עס לויפט ארײַן מערע-איטל די שטריקערקע מיט א געשריי. װאָסי? זי האָט א טאָעס געהאט, אריינגעלייגט די שמאלץ אין דער כאָמעצדיקער פאן און געשטעלט פּרעגלען. װי זי איז ארײַן מיט דער בסורע, איז די האַנט נעלעם געװאָרן, און די שמאלץ פון דער צוייטער קיילע איז אויסגערונען ביז א לעק. קיין סימען האָט מען אין ערגעץ ניט געזען, װי דאָס װאָלט א מאלעך אָפּגעלעקט. דעמלט איז מיר די מײַסע אויך געפעלן געווען. און װי האָט עס געקאָנט ניט געפעלן זײַן: די שטוב האָט געשמעקט מיט גריבענעס, אז מע האָט געקאָנט כאלעשן. דער זיידע, דער פעטער הענעך און רעב לייב דער פּאָרעש זײַנען אוועק צו מײַרעװ, און בייס זיי זיינען צו- ריקגעקומען, איז שוֹין אין שטוב געווען יאָמטעו. די גענדזענע גריבענעס אין א גרויסער פּאָרצעלײַענער שיסל, אף א האלבקײַלעכדיקן צינענעם פּאָלומעסעק--א בארג לאטקעס. די באָבע אײַלט אונטער דעם זיידן; --- מארודעווע ניט, עליע. צינד דאָס ערשטע ליכטל, דער זיידע שמעלצט ארײַן א ליכטל אין כאנעקע-לעמפּל, צינדט עס אָן און מאכט די געוויסע בראָכע, װאָס דער ריבוינעשעלוילעם האָט אים מעזאקע געווען אָנצוצינדן דאָס ערשטע ליכטל. און מע זעצט זיך צום טיש. די געזײַערטע קרויט מיט די אנטאָנאָוקעס צעגייען אין אלע גלידער. וועגן די לאטקעס איז ניטאָ װאָס צו ריידן. זיי זײַנען אין דער מאָס צוגעברוינט, אז מע בײַסט אָפּ א שטיקל לאטקע, וױיסט מען ניט, װוּ דאָס איז אהינגעקומען. דערנאָך דערלאנגט די באָבע גענדזענע פּוֹלקעס, לעבערלעך, װאָס זי האָט געפּרעגלט אינעם פאן שמאלץ. אלע גלידער צעגייען פון מעסיקעס, ביז איצט איז מיר דער טאם אונטערן גומען דערנאָך זינגען מיר אלע , מאָויס צור יעשואָסי", װאָס איז דער טײַטש: טאטע אין הימל, מײַן פעסטונג איז דײַן הילף". אָפּגעגעסן, געשפּילט אין דריידל, געקראָגן כאנעקע-געלט א גאנצן גילדן, פּינטלט צו מיר מיט די שווארצע אויגן דער פעטער הענעך און זאָגט מאמעש אין מײַן אוער ארײַן: ,קאטאץ. קאטאץ!", געוויס װעלן מיר פאָרן קאטאץ, אלע באלעבאטים האָבן דאָך פערד, אָבער אזוינע סוסים, װי בא ייִסראָעל דעם פּאָטשטעי, האָט קיינער ניט. זײַן עלטערער זון רוּווקע טרײַבט די פערד, וי א רועך. דער שליטן איז אָנגעפּאקט מיט מיידלעך און ייִנגלעך, קוילעס און געלעכ- טערס טראָגן זיך ביז צום הימל. פון אונטער די פערדס טלאָען פליט שניי אף אלעמען: ,היי, היי, לאָקשן דריי, פארפל-צימעס אָן אן איי, אלע מיידלעך ווארפט אין שניי!" --- שרײַט רוּווקע און יאָגט מיט אלע קויכעס די פערד. אָבער די באלעגאָלעס מיט די קאצאָווים לאָזן זיך ניט איבעריאָגן, עס ליגן שוין ייִנגלעך און מיידלעך אין שניי, פון די קװיטשערײַען קאָן מען פארטויבט װערן. די גלעקער קלינגען, געלעכטערס הילכן, די אָנטרײַבער שרײַען העכער פון -אלעמען: ;שמא ייִסראָעל, אראָפּ פון וועג, ווייך פלייש איז הײַנט בעזאָל", שפּעט אין אָװונט קום איך מיטן פעטער הענעך, די באָבע שרײַט און זיַדלט; 2* 30 -- גיב נאָר א קוק אף זיך, טרייפענער ביין, װוי דו זעסט אויס, האָסט זיך גוט אויס- געוואליעט מיט די זשוליקעס אין שניי. די מינוט זאָלסטו מיר ארויסגיין אין געהעפט און אָפּשאָקלען דעם מאנטל און די װאָליקלעך! אין א װײַלינקע ארום האָט מיך גלײַך וי ארומגענומען דער קישן, און איך האָב שוין ניט געזען ניט די באָבע, ניט דעם זיידן, ניט דעם פעטער הענעך.. דער װעג אי לאנג און פּײַנלעך דער וועג איז פּײַנלעך, לאנג, בלייך, זייער אומעטיק. כאָטש איך גיי דאָ ניט אליין. זאלבעפערט גייען מיר דאָ. א סאָראָקע, א בלויערל, א װאָראָבײיטשיק, און הינטער אונדז שפּרינגט נאָך א טיפּעש א װאָראָנע. אָט טוט זי זיך א טראָג אף רעכטס, אָט אף לינקס. דער וועג איז אזוי בלייך און אָרעמבלוטיק. קאָן זײַן, אז דאָס איז אזוי, װײַל די סאָסנעס זײַנען גרין און זאפטיק. כאָטש די נאָדלבײימער זײַנען אלעמאָל גרין, זײַנען זיי איצט, אין פריען פרילינג, אנדערש גרין. זי זײַנען פריש אוֹן זאפטיק... שטארק גרין זײַנען זיי און פול מיט האָפּענונג. יעדער נאָדל אף די צװײַגן איז פולער און קײַלעכדיקער געװאָרן. זיי זײַנען באגאָסן מיט זון, מיט כיעס.. און דער וועג איז לאנג-לאנג, אומעטיק-אומעטיק. און דו ווייסט אפילע ניט, אז איך קום צו דיר, געדענקסט ניט, אז מיר פלעגן דאָ גיין און דו פלעגסט צו מיר זאָגן: .קוק זיך אײַן, וי גיריק די בינען פאלן צו צו די קווייטן. איצטער גיב א קוק אף מוישע ראביינוס קיִעלעך, קוק זיך גוט צו, װי שווארץ געפּינטלט זײַנען זייערע רויטע קופערטלעך".. -- יאָ, דו האָסט געזען און האָסט מיך אויך אופמערקזאם געמאכט. אָבער איך אײַל זיך נִיט צו דיר. װאָס האָב איך זיך צו אײַל, דו װעסט דאָך אפילע ניט װיסן אז איך בין געקומען, דער בעועם װאָס איז דאָס פאר א מין אומגעדאכטער, ווייך-הארטער שארנדיקער קלאנג? ס'איז נאָך גאנץ פרי, דער זונס מילדע, ליכטיקע פינגער זײַנען נאָך קורץ, זיי קאָנען ניט צעטרײַבן דעם גראָוון הארבסט-נעפּל, װאָס איז דאָס פאר א קלאנג, צו אלדי רוכעס! עס רײַבט דעם אספאלט, װי מיט א ריבײַזן. איך זע דורך דער שויב: דער הויף-אופראמער קערט מיטן הארטן בעזעם די הארבסט- בלעטער. ס'איז שוין א היפּשער בארג, אן אופגעבלאָזענער, א געלבער, און דער בעזעם שארט נאָך אלץ צו נאָך און נאָך. ס'איז אויסגעקומען צו הערן ,גאָלדענער הארבסט", ,גאָלדענע בלעטער", אז ויי צו די ביימער, ווען זייערע בלעטער נעמען װערן געלב, דאן זײַנען די ביימער קראנק אף פלעק- טיפוס, און דער װינט שמײַסט און שמײַסט, א סאך בלעטער זײַנען שוין אָפּגעפליקט, הענגען אפן שטענגל, װאָס האָט זיי צונױפגענאָפּלט מיטן צװײַג, בייס זיי האָבן זיך פארקנאָספּט... און דער בעזעם שארט און שארט, רײַבט און רײַבט, די הורבע בלעטער װערט אלץ גרעסער און גרעסער. װאָס איז דאָס פאר א ניווזיק, אָט דער בעזעם, איצט איז ער פון איינע ריטער, הארטע, װי דראָט. אָבער אמאָל איז ער דאָך אויך געװען-- צװײַגן. בלעטער האָבן אף אים געגרינט, פייגל האָבן אים באצוויטשערט, אזא פארזעעניש, ער קאָן זיך אפילע ניט דערמאָנען וועגן יענע גרינע מעסיקעדיקע צײַטן און ער וייסט ניט, אז װי נאָר דער הויף- צוראמער וװועט אונטערצינדן די בלעטער, װעט ער אים, דעם בעזעם, אראָפּשלײַדערן פונעם שטעקן און --- אין פלאם ארייַן, 1 פיַערדיקע בלעטער אָנהײב ווינטער. אין וואלד, אף די ברעגן פונעם מאָסקװע-טײַך. דער וואלד איז פאר- טראכט, שטרענג. הייזעריקלעך שאָרכן יאָדלע- און סאָסנע-צװײיגן, וי זיי װאָלטן געדראָעט: דער זומער איז אוועק, דער ווינטער מיט זײַן קאלטן אָטעם קומט, װאָרצל און קרוין מוזן איצט פארהיטן יעדן טראָפּן ווארעמקײײַט. שאָפּעלע בעריאָזעס שמייסן מיט די הוילע צווייגן דעם געדיכטן שניי. טרעפט א צווייג אין א צווייג,. שטויסט זיך אָפּ מיט א הארטן קלאפּ, פאָכעט װײײַטער. די צװײַגן איז שווער זיך צו באוועגן, זיי זײַנען פארהילט אין שניי, װוי אין טאכריכים. די אייבערשטע קאָנען ניט זען, אז די אונטערשטע פלאטערן װויניט-װוּ רויטע בלעטער, װי פלעמלעך פײַער... אף א דין אָדערל-שטענגל האלטן זיך די פּײַערדיקע בלעטלעך מיט אלע קויכעס פאר דער נאקעטער צװײַג, ראנגלען זיך מיטן ווינט, לאָזן זיך ניט אראָפּפליקן, וילן ניט ארופגעשפּיזט ווערן אף די סאָסנע-נאָדלען, װי יענע, וועלכע דער ווינט איז בײַגעקומען און איצט פלאטערן זיי דורכ- געלעכערטע, בלייכע, ביז די שטייפע, פרעמדע גרינקײַט װעט זיי צעפּיצלען און צעוייען. אזא אייַנגעאקשנטער, אזא שטארקער וינט. ער פליט אָן אף די פארבליבענע בלעטער פון אלע זײַטן, אָבער די בלעטער לאָזן זיך ניט, זיי טוען זיך א בייג, א פלאטער, און זיי מײידן אויס דאָס אומפארמײידלעכע, זיי ווילן ניט צו יענע, וועלכע דער װינט האָט אראָפּגעשמיסן, געיאָגט און געטריבן, ביז זיי זײַנען ליגן געבליבן. זיי ליגן צופוסנס פון די ביימער-שטאמען, צוגעפּאטשטע פון שניי.. קאלטער ווינטער הערשט אין וואלד, מאָסקװע-טײַך שטראָמט ברומענדיק, דרייט זיך, קערעוועט, גלײַכט זיך אויס, גיסט זיך ארײין, װי אין א ברייטן ריזיקן כאָמוט, װאָס די ברע- געס האָבן אויסגעפורעמט און באהאלטן אין טונקעלע שאָטנס הינטער די קוסטעס.. פון הינ- טער די קוסטעס ארויס מיט א שוימיקן שטראָם צו דער שײַן און זיך געבייזערט, געמוסערט און געװעקט די פארגליווערטע שווערע צווייגן, פליסט זיך דער טײַך װײַטער. אייניקע רויטע בלעטער וערן אװעקגעטראָגן מיטן שוים, אָבער אנדערע האלטן זיך נאָך. זיי האלטן זיך מיטן שטענגל-אָדערל פאר די צװײַגן, קאָרטשען זיך אײַן, נעמען זיך פאנאנדער, וי פלעמלעך פײַער. זיי האָבן דאָך אין זיך שײיַן און ווארעמקייט פון דער זומער-זון, זיי װועלן אויסווארטן, זיי וועלן אויסשטיין, זיי זײַנען פוֹל מיט אויסדויער, זיי װעלן דערלעבן צו זען קנאָספּן און עס װעט זיי צומאזלען זיך באגעגענען מיט גרינגע, יונגע, קרעפטיקע ברידער, װאָס װעלן א פאָכע טאָן פארװוּנדערט, וי זיי װאָלטן זאָגן: זעט נאָר, די אלטע צאפּלען נאָך! / 2--195 כאלם,ב יי דער אנטקעגן דער זון געווענרט ,דאבל יו-זיבעציק ננין" דער , פאָטער" פון דער נײטראָ-באָמבע סאמיועל קאָען האָט אָנ גערופן זײַן ,בעבי" מיטן נאַמען ,דאבל ין-79" ס'רײַסט אין מײַן וועלט זיך ארײַן, ברומענדיק, גרילצנדיק, גרימענדיק: ;דאבל יו-זיבעציק ניין!", ,;דאבל יו-נײַן און זיבעציק!י.. און איך האָב געמיינט, אז באצאָלט האָב איך גוט מיט אלץ, װאָס געווען איז מיר טײַער; מײַן שטאם איז דערטרונקען געװאָרן אין בלוט, מײַן היים מ'האָט געלאָזט מיטן פײַער. טוט נאָר א בלינצל די שײַן-- זע איך אן אייפל א כליפּעדיקס. ;דאבל יו-זיבעציק ניין!* ;דאבל יו-נײַן און זיבעציק!"... איז לאָזט זיך גאָר אויס, אז געווען עס איז קארג, אז א סאך כ'בין נאָך שולדיק געבליבן.-- געוואקסן עס איז נאָך פון כויוועס דער בארג, װאָס מע האָט אף מײַן קאָנטע פארשריבן, זעט, װי א שלאנג בײַסט זיך איין, הערט, װוי זי לאכט צו מיר שיפּענדיק: ;דאבל יו-זיבעציק ניין!", ;דאבל יו-נײַן און זיבעציק!".. מ'האָט דעם כעזשבן געפירט און מיט אייפער געשפּירט פון די בונקערס מיט זילבערנע דאשעקס, װוי די קינדערלעך כ'האָב פאר די הענטלעך געפירט, און געשפּילט וי זיי האָבן זיך ראשיק. איצטער, װוּ כ'זאָל נאָר ניט זײַן, יאָגט זיך נאָך מיר אָט דאָס שיפּענדיקס; ,דאבל יו-זיבעציק ניין!", ,;דאבל יו-נײַן און זיבעציק!".., ווען כ'האָב צו די אייניקלעך מײַנע גערעדט, אז עס קאָן זיי שוין גאָרנישט ניט דראָען, זײַן /(דאבל יו-זיבעציק נײַן* האָט געגלעט מיט ליבשאפט פּראָפּעסאָר סעם קאָען. 3 --- שיין ביסטו, קינד מײַנס, און פּײַן, -- האָט ער געזונגען, זיך קוויקנדיק. --- ,דאבל יו-זיבעציק נײייַן!", ,דאבל יו-נײַן און זיבעציק!".. ווען ס'פלעגן צו ארבעט באגייסטערטע גיין די בויער, און וועבער, און זייער, זײַן ,בעבי" אוועקגעשטעלט האָט ער אליין אפן מאלעכהאמאָוועס-קאָנוייער. --- בעבי, מײַן טרייסט און מייַן שײַן-- פליט פון טראנסמיסיעס, = יע ,;דאבל יו-זיבעציק נייַן!* ,;דאבל יו-נײַן און זיבעציק!"... ווען דער אינזשעניער האָט אף וואטמאן זײַן פּלאן פון א פּאלעץ א נייעם געצייכנט, דער פאָטער פון ;דאבל יו" האָט פון עקראן טײַװלאָניש מיט כוצפּע געשמייכלט: --- מיילע, דײיַן פּאלעץ וועט זײַן, דו אָבער גויסען וועסט כריפּעדיק -- ,;דאב? יו-זיבעציק נייף", ,דאבל יו-נײַן און זיבעציק!"... ;דאבל-יו-זיבעציק ניין!", ,דאבל י-נײַן און זיבעציק!"... אוי, ניט געדאכט זאָלסטו זײַן --- אויסגיין אליין זאָלסטו כריפּעדיק! באלאדע וועגן ברויט -- גיי, --- האָט מיר די פרוי מייַנע פארטרויט, גיי אין קלייט און קויף צום פרישטיק ברויט. די פארקויפערן געווען איז העפלעך-מילד, אף איר פּאָנעם האָבן שפּרענקעלעך געשפּילט. בעקלעך --- רויזן, ליפּן --- פיַער-פלאם, און א גוטע דארף זי זײַן מיסטאם... -- ביטע, -- האָב איך זיך צו איר געװוענדט,-- וועגט מיר אָפּ... פארשטייט זיך, אויב איר קענט... -- כ'קען, -- האָט זי געענטפערט, -- יונגערמאן, װאָס איר ווילט, עס איז בא אונדז פאראן. ברויט און בולקעס --- סאָרטן קאָלערליי... װאָס זשע זאָל איך אָפּקלײַבן פון זיי? 24 --.כ'זע, -- איך זאָג. איר, -- נאָר א ביטע כ'האָב; וועגט צוערשט א שטיקל זון מיר אָפּ. װײַל איר ווייסט געוויס דאָך פונדערפון -- װאָסער ברויט באגייט זיך אָן א זון? -- יאָ, איך ווייס, --- זי שאָקלט מיטן קאָפּ, און א שטיקל זון זי וועגט מיר אָפּ. -- אָבער, --- כ'זאָג איר, -- ברויט דארף האָבן דופט, ראכוועס ברייטע און א פרישע לופט. שנײַדט מיר אָפּ פון יענער טיפער הויך א שטיק בלויען הימל -- כ'דארף עס אויך. -- יאָ, -- זי שאָקלט ווידער מיטן קאָפּ, און א שטיקל הימל וועגט זי אָפּ, -- איצט א רעגן דארף איך צו דער זאך--- ניט קיין ביסל, אָבער ניט קיין סאך, -- ביטע, -- זאָגט זי, -- כ'נעם אים באלד אראָנּ און א רעגן וועגט זי גלײַך מיר אָפּ, -- אוב אזוי, -- איך זאָג, -- ווען זײַן װעט הייס, װעט מיר דעמלט ליב זײַן אויך דער שווייס. -- שווייס? אוואדע, --- ענטפערט זי. --- איך האָב! און פון מי דעם שווייס זי וועגט מיר אָפּ. -- נו, און װאָס דאָס אלץ עס האָט א ווערט, -- זאָג איך, --- ווען עס איז ניטאָ קיין ערד? -- ביטע, --- זאָגט זי, --- מאסקים כ'בין מיט אײיַך, -- און וועגט אָפּ א שטיקל ערד מיר גלײַך, זאָג איך דער פארקויפערן:---א דאנק! איצטער װעט מיר קלעקן ברויט אֹף לאנג, -- נאָר, -- זי שטעלט מיך אָפּ, --- וי איך פארשטיי, פעלט נאָך עפּעס אײַך פארן פארזיי... זוימען דארף מען האָבן, יונגערמאן, ניט געבליבן איז בא מיר קיין גראן. ענטפער איך: --- אוואדע, ניט גענוג, אָבער טוט אין פענצטער נאָר א קוק. שוואלבן ווארטן שוין בא אונדזער טיר, פון דעם שײיַער זוימען ברענגען מיר! -- נו, --- מײַן װײַב מיך פרעגט, -- דו האָסט געבראכט? שיט איך אויס פאר איר א גאנצע פּראכט: א שטיק זון, א שטיקל ערד, און לופט, און א בלויען הימל, פול מיט דופט. און פון מי איך װויש ניט אויס דעם שווייס אינעם פעלד, ווען ס'גייט די ארבעט הייס. און עס צוויטשען שוואלבן, פול מיט פרייד; --- זייט און שנײַדט און עסט געזונטערהייט! באלאדע וועגן מײַן מאמעס שראם -- עפּעס געפעלן מיר ניט דײַנע אויגן, אנו, קום אהער!.-- די שווערד פון דער שייד האָט ארויסגעצויגן דער דעניקינישער אָפיצער. דעם טאטנס געזיכט -- וי פּארמעט געלער, אָן א טראָפּן בלוט, -- װאָס זאמסטו זיך, ייָד, קום אהער, און שנעלער, איך קען אײַך זייער גוט! אָנגעגאָסן מיט רעציכע וערט ער, ס'בליצט פון דער שװוערד די שארף. און מיטאמאָל אנטקעגן דעם מערדער טוט זיך די מאמע א ווארף.. דעם טאטן פארשטעלט און דאָס קינדערש וויגל, אירע פארהויבענע הענט, פּונקס ווי צוויי װײַסע צעשפּרײטע פליגל, האָבן געטאָן א בלענד. ס'האָט ניט דערווארט אָט דער פּאכדן, אפּאָנעם, אזא מין פארצווייפלטן מוט. און פון דער מאמעס האנט אים אין פּאָנעם האָט א שפּריץ געטאָן בלוט.. מע האָט אָט די טרױיעריק-שטאָלצע לעגענדע דערציילט פון דאָר צו דאָר --- ביז דער מאמעס אומגליקלעכער ענדע אין צוויי-און-פערציקסטן יאָר, עס האָט מיט דער מאמעס געוואגטקײײַט עכטער געגרויסט זיך די גאנצע שטוב. אזוי --- מיטן שראם אף דער האנט דער רעכטער -- איז זי געגאן צו דער גרוב. נאָר איידער עס האָט זי א קויל געטראָפן, געמאכט פון איר לעבן אויס, ווידער זי איז מיט איר איינציקן װאָפן אנטקעגן די מערדער ארויס. פּונקט וי געװאָלט פונעם טויט פארשטעלן די אייניקלעך מיט די הענט, וי פליגל זי האָט זיי צום הימל צום העלן אנטקעגן דער זון געווענדט. דער שראם אף דער האנט אף דער רעכטער האָט בלענדיק א פלאקער געטאָן --- און אן עק.. אזא אין דער אײביקײַט איז זי אף שטענדיק װי א לעגענדע אוועק. 39 באלאדע וועגן א מיידעלע און א ייַנגעלע מיט הוילע פיסלעך און מיט הוילע הענטלעך געשטאנען איז א ייַנגעלע אין סקווער, און זײַן עס דארף אוואדע קאלט אים, קענטלעך: א ווינט האָט בייז געבלאָזט פון פעלד אהער. גערוישט עס האָט אין סקווער א הארבסט א שפּעטער, פון רעגן-טראָפּנדלעך מערעזשעס אויסגעוועבט, געפאלן זײַנען געלע נאסע בלעטער און זיך צום לײַב דעם ייִנגעלעס געקלעפּט. נאָר ס'איז געווען דער סקווער נאָך פול מיט קינדער, און פרייד געשטראלט עס האָט פון יעדן בליק-- זיי האָבן זיך געטראָגן מיט געפּילדער, און מאמעס האָבן אָנגעקװעלט פון גליק, און בלויז דאָס קליינינק ייַנגעלע אליין איז געשטאנען נאקעט אפן ראנד פונעם באסיין.. נאָר פּלוצעם האָט א מיידעלע א קליינינקס דערזען עס און פארגאפט געבליבן שטיין. --- אוי, זע נאָר! און וי אויסהאלטן נאָר קאָן עס -- אָן הייזעלעך אפילע, אָן א העמד!--- דאָס מיידעלע געזאָגט האָט מיט ראכמאָנעס, און ס'האָט זיך אזש איר הערצעלע פארקלעמט, וי קאָן מען אין א פּארק א הוילער קומען אין שפּעטן הארבסט --- ס'איז דאָך מעסוקן קאלט! -- אָט באלד כ'וועל דיך דערווארעמען! -- גענומען דאָס מיידעלע האָט גלעטן עס.--- אָט באלד!.. --- און װי זשע רופט מען דיך? נו ענטפער מיר! געשיקט זיך, א שטומער ביסט און ווייסט נאָך ניט קיין װאָרט?.. נאָר וויפל ס'האָט דאָס מיידעלע באמיט זיך, עס רירט זיך ניט דאָס ייַנגעלע פון אָרט. ...פארדריסן װאָלט געקאָנט אזוינס בעעמעס, ווען ניט די שפּיל און קונץ פון דער נאטור; דאָס מיידעלע א לעבעדיקס געווען איז, דאָס ייַנגעלע געווען איז א סקולפּטור... די זעג און דער בוים עס שנײַדט די זעג אין בוים זיך אײַן און ער פארציטערט ווערט און קרעכצט, -- צִי ברענגט עס פרייד? צי ברענגט עס פּײַן? צִי טוס זי גוטס? צי טוט זי שלעכטס! די גזיילע איז, פארשטייט זיך, גרויס, נאָר עפשער בעסער זײַן אים װועט: א פעסטער באלקן פאר א הויז, צי פאר א נײַעם בריק א ברעט. צי עפשער גאָר א פידל אים באשערט איז ווערן אומדערווארט, אז הערן לאנג מע זאָל די שטים פון קישעף-קלאנגען -- יונג און צארט? אזא מין גוירל שוין באשערט -- און ס'ליגט א סייכל אין דערין; װאָס נאָר עס טוט זיך אף דער ערד, באהאלט אין זיך א טיפן זין. און װווי דער ווייטעק איז ניט גרויס באם שטארקן בוים, ווען ס'שנײַדט די זעג, זי שעלטן דארף ער ניט, קומט אויס -- פארקערט, איר דאנקבאר זײַן ער מעג. װײַל װי ניט וויי געטאָן עס האָט, ווען ער געווען איז שוין פארדארט, געטאָן זי האָט א גרויסן גנאָד --- א נײַעם טיקן אים געבראכט, כאיִם מעלאמוד אזוי גייט די ועלט ראָמאן ביז דער לעצטער מינוט האָט וואדים ניט געגלייבט, אז דער געריכט װעט טאקע פאָר- קומען. אלץ איז געווען פאר אים אזוי גרויליק-אומדערווארט און אזוי ווייטעקלעך-אומגערעכ- טיק, אלץ האָט אזוי לאכלוטן ניט געשטימט מיט אלע זײַנע לעבנס-קלאָלים, מיט זײַן איקער- דיקן וועלט-באנעם, מיט זײַן אײַנגעװאָרצלטן קוק אף זאכן און מיט זײַן גאנצער פירונג, אז ס'איז אים פּאָשעט שווער געווען פאָרשטעלן זיך אין דער ראָל פון א באשולדיקטן, אין אזא, וועמען מע קאָן אין א מינדסטער מאָס כוישעד זײַן אין ברעכן מעלוכישע געזעצן. דאָס גאנצע לעבן זײַנס, אלץ, װאָס איז פארבונדן מיט מענטשלעכער אָרנטלעכקײַט, מעסירעסנעפּעשדיקײַט, מיט געוויינלעכער מענטשלעכער אָנשטענדיקײַט, האָט ער געמאָסטן מיט דער סאמע שטרענג- סטער מאָס, גאנץ מעגלעך, אז ער האָט א ביסל איבערגעשאצט זיך אליין. ער איז, פארשטייט זיך, ניט פרײַ פון מענטשלעכע שואכקײַטן. נאָר קיין פּאכדן איז ער קײנמאָל ניט געוען, קיין פרײַנט און כאוויירים האָט ער קיינמאָל ניט פאראטן, און ער פילט ניט אין זיך קיין מינדסטע שפּורן, שטריכן, װאָס זאָלן אים מאכן פיייִק צו באגיין א פארברעכן. דערפאר האָט ער אופגענומען אלץ װי א פארדריסלעכע מיספארשטייעניש, װאָס װעט אזוי אָדער אנדערש אױסגעקלאָרט װערן, און דעריבער זיך באצויגן אומדערלאָזבאר רױק 37 און נאכלעסיק צו דער פאָרלויפיקער אױספאָרשונג. א ביסל האָט אים פארפירט דער מיליצייי- שער אױספאָרשער מיט זײַנע בלויע אויגן און מילד, קימאט מיידלש פּאָנעם. מיט דער מילי- ציע האָט ער געהאט צו טאָן צום ערשטן מאָל אין לעבן, און ער האָט ניט געקאָנט פאָרשטעלן זיך, אז אזעלכע שטילינקע, העפלעכע יונגעלײַט מיט עכט-עלעגאנטע מאנירן זאָלן װעלן אומ- זיסט און אומנישט ארייַנשלעפּן א מענטשן אין א בלאָטע. און אויב זיי שטעלן אפילע אמאָל- א לעפישע קלאָץיקאשע, איז דאָס בלויז אף אױסקלאָרן פאר זיך אליין דעם טאָך פונעם איניען. האָבן זיי זיך גאנץ פּײַן דורכגעשמועסט, ער און דער מיליציע-לייטענאנט, אָפּטמאָל וועגן זאכן, װאָס האָבן צום איניען קיין שום שײַכעס ניט, און ער איז געווען זיכער, אז מיט דעם איז אלץ אויסגעשעפּט. טאקע דערפאר, און אויך איבער א ריי אנדערע סיבעס, האָט ער װעגן גאָרנישט ניט דערציילט ניט דער פרוי און ניט די עלטערן נאָכװאָס אָנטאָן זיי אומזיסטע אגמעסנעפעש? זיי װאָלטן גאָר ניט געגלייבט, אז מיט אים האָט געקאָנט טרעפן עפּעס ענלעכס, פּונקט וי אים אליין איז אויך שווער געווען צו גלייבן, אז ער האָט געקאָנט אָפּטאָן אזא נארישקײַט און אז דאָס זאָל אים ברענגען צו דער באשולדיקונגס-באנק. די ערשטע מינוטן האָט ער נאָך ווי-ניט-איז באנומען זײַן צושטאנד און געפּרווט אױיסקלאָרן פאר זיך אליין זײַן שטעלונג צו אָט דער אומגעלומפּערטער סיטואציע. אים האָט א ביסל שאָקירט די װאָכעדיקײַט, װאָס האָט געהערשט אין געריכט-זאל, און דער זאל אליין: א שמאָלער און לאנגער ניט צוגעראמטער צימער מיט ניט איבעריק װײַסע ווענט, אָנגעשטעלט מיט אלטע, אָפּגעריבענע און צעטראסקעטע בענק פון פארשיידענער פאָרם, פארשיידענער לענג און אויך, װי ער האָט דערבײַ א טראכט געטאָן, פון פארשיידענעם עלטער, גלײַך מע האָט זיי אָקאָרשט צונויפגעטראָגן פון די שכיינעסדיקע הײַזער אף א צופעליקער און ניט קיין דויערנדיקער באגעגעניש. ביז איצט איז ער אף קיין געריכט-זיצונגען ניט געווען, זיי האָבן זיך אים געמאָלט פיל שטרענגער און פּײַערלעכער, און די געויינלעכע װאָכעדיקײַט האָט אים א ביסל געקימערט און א ביסל מיט עפּעס אויך וי באליידיקט. פּונקט װי די צוויי איניאָנים, וועלכע זײַנען באהאנדלט געװאָרן פאר זײַנעם. דער ערשטער איניען איז געווען א קריג צווישן צוויי שכיינים. א פערשקע-בוים געפינט זיך אף דער מעזשע פון זייערע דאטשעס, יעדערער האלט, אז דאָס איז זײַן בוים, און קעדיי א צווייטן זאָל ניט אָנקומען מערער, רײַסט זיי יעדערער אראָפּ, ווען זיי זײַנען נאָך גרין און טערפּקע, און ביידע לײַדן דערפון העזעק. פארן געריכט זײַנען געשטאנען צוויי גאנץ סאָלידע מאנצבלען, מעגלעך, כאָשעװע לײַט אף זייער ארבעט, און וואדימען איז געווען ביז גאָר בי- טערלעך צו זען, װי מענטשן קאָנען אזוי נידעריק פאלן. דערנאָך האָט פארן געריכט זיך געשטעלט א יונג פּאָרפאָלק. זיי זײַנען געווען אָנגעטאָן אזוי, גלײַך זיי זײַנען געקומען אהער דעמאָנסטרירן די סאמע לעצטע און שענסטע מאָדעס. זיי האָבן ניט לאנג צוריק כאסענע געהאט, שוין באוויזן זיך געטן, נאָר זיי קאָנען ניט צע- טיילן דאָס מעבל. ווילן זיי, אז דער געריכט זאָל לייזן פאר זיי דאָס, װאָס זיי אליין קאָנען ניט לייזן... וואדים איז געווען פול מיט פארדראָס אף די סאָלידע מאנצבלען און אף דעם יונגן פּאָרל, אין פארגלײַך מיט זיי האָט זײַן אייגענער איניען אים שוין אויסגעזען ניט אזוי קליינלעך, און ער האָט מיט אומגעדולד געווארט, מע זאָל זיך שוין נעמען פאר אים און ער זאָל זיך װאָס גיכער אָפּפארטיקן. נאָר ווען ער איז צוגעקומען צום טיש, איז מיט אים געשען אזוינס, װאָס עס איז אים דערנאָך שווער געווען צו דערקלערן: אלץ ארום איז מיטאמאָל צעשװוּמען גע- װאָרן, אָנגעװױרן די רעליעפקײַט, די געוויינלעכע קאָנטורן, לויט וועלכע מע קאָן אונטער- שיידן איין זאך פון דער אנדערער. אלץ האָט זיך אויסגעמישט אין איין נעפּלדיקער גליטשי- קײַט: די פּענעמער פון די מענטשן, די בענק, אף וועלכע זי זײַנען געזעסן. בלויז דאָס פּאָנעם פונעם פאָרזיצנדן האָט אים צוגעשמידט צו זיך און ניט געלאָזט אָפּקערעװען זיך אין א זײַט, דאָס איז געווען א כיינעוודיקע יונגע פרוי מיט א לענגלעך פּאָנעם, מיט גלײַך פארקעמטע און הארט-צוגעפּרעסטע האָר, אזוי אז קיין איין קוטשערל זאָל ניט וואגן זיך א דריי טאָן נאָר טראָץ אירע אלע באמיונגען אויסצוזען װאָס שטרענגער, האָט זיך געװאָרפן אין די אויגן איר נאָך מיידלשע אומבאשיצטקײיט. ס'איז געווען צו זען, אז זי פילט זיך נאָך ניט פעסט אין דער ראָל פון א ריכטער און אז זי לעבט שטארק איבער דערפון, װאָס זי דארף פּאסקענען אזעלכע הארבע שײילעס, עמעצן מישפּעטן. --- פאמיליע-נאָמען און פאָטערנאָמען, -- האָט זי שטיל ארויסגעבראכט. --- שאביסאָװויטש וואדים באָריסאָװיטש. -- אײַער פאך, װוּ ארבעט איר און װוּ װווינט איר? 8 די רעדאקציע און די רעדקאַלעגיע פון ,סאָוועטיש היימלאנד" באגריסן האר- ציק דעם שרײַבער כאים מעלאמוד מיט זײַן 775טן געבורטסטאָג און וינטשן אים געזונט, אריכאסיאָמים אוו נײַע שעפערישע דערפאָלגן. דר ייזייקילדררי קיר יי רידיעריק ידידי דריייייידלריר רערעל יוה ייו א אט מיט זײַנע ענטפערס האָט ער װי בארויקט און אונטערגעמונטערט די ריכטער. ער האָט אפילע צוגעשמייכלט, באװײַזנדיק, אז אלץ איז געווען טאקע אזוי און ער קלײַבט זיך גאָרנישט ניט אָפּלייקענען. פּאָשעט דערפאר, װײַל ער זעט ניט אין דעם קיין שום קרימינאל. דערנאָך איז פאָרגעקומען עטװאָס אזוינס, װאָס האָט װידער װי אוועקגעפירט וואדימען פוז דער רעאלער װירקלעכקײַט. וואדימען האָט זיך אָנגעהױבן דוכטן, אז דער ריכטער איז זייער ענלעך אף זײַן פאיִנען. ניט אף דער איצטיקער פאיִנען, נאָר אזא, װי זי האָט אויס- געזען א פּאָר יאָר נאָך זייער כאסענע: דאָס זעלבע מאטעווע פּאָנעם, די זעלבע גלאט פאר- קעמטע האָר און אפילע די שטרענגקײַט אירע, אמאָל א געמאכטע, און אמאָל אן עמעסדיקע. האָט ער שוין אינגאנצן פארגעסן, װוּ ער איז אין דער וועלט, דערמאָנט זיך אלע מאָל עפעס אנדערשס, זייער לאנגאָניקס. דער געריכט האָט זיך א ביסל פארצויגן. אלנפאלס מער, װי אָט דער גאנץ פּאַשעטער איניען האָט געפאָדערט. די סיבע איז באשטאנען אין דעם, װאָס צװישן וואדימען און דער ריכטערן איז זייער אָפּט פאָרגעקומען א שטומער איבערוף, א שטומער שמועס ועגן זאכן, װאָס האָבן גאָרניט צו טאָן מיטן איניען, בייס וועלכן די ריכטערן האָט געהאלטן אין איין רויטלען זיך. גאנץ מעגלעך, אז גראָד איבער דעם, און קעדיי מאכן א סאָף צו אָט דער אומ- געלומפּערטקײַט, האָט זי זיך דערלויבט אזוינס, װאָס זי האָט דערנאָך אליין געהאלטן פאר ניט אינגאנצן טאקטיש, כאָטש פון ריין יורידישן שטאנדפּונקט איז דאָס געווען גאנץ נאָרמאל, -- איך מוז אײַך מאכן א באמערקונג, אז אף איין פראגע האָט איר געענטפערט ניט ריכטיק. איר האָט געזאָגט, אז איר ארבעט אין כימיש-טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט, און איר ארבעט שוין דאָרטן ניט. --- װאָס הייסט? -- האָט וואדים אויסגערופן א דערשטוינטער. -- אָט האלט איך אין די הענט א קאָפּיַע פון דעם באפעל פונעם דירעקטאָר פון אינ- סטיטוט, אז איר זײַט באפרײיט פון דער ארבעט. -- װאָס פאר א באפעל? איך וייס ניט פון קיין שום באפעלן. פאר וועלכער דאטע? מיר האָט מען וועגן דעם ניט געמאָלדן, -- איך באדויער זייער, -- האָט געענטפערט די ריכטערן, ---נאָר דאָס קאָן גאָרנישט ניט ענדערן. דאָס איז געװוען דער ערשטער קלאפּ, װאָס האָט אים טייקעף װי אויסגעניכטערט אוו געצװוּנגען א טראכט טאָן וועגן דעם, װוּ ער געפינט זיך, װאָס מיט אים קומט פאָר און װאָס פאר א באדײַטונג קאָן האָבן דער באפעל פונעם דירעקטאָר פארן אורטייל. און דערנאָך, ווען דער אורטייל איז פאָרגעלייענט געװאָרן, אן אורטייל, װאָס האָט אים אינגאנצן געפּלעט, איז אים שווער געווען אופשטעלן אין זיקאָרן דעם גאנג פונעם פּראָצעס: וועלכע פראגן האָט מען אים פארגעבן און װאָס האָט ער אף זיי געענטפערט. ער האָט אפילע ניט געקאָנט אופשטעלן 39 אין זיקאָרן, צי איז געווען אפן געריכט אן איידעס, כאָטש איין איידעס, און װאָס האָט ער געזאָגט. נאָך אלעמען האָט ער דאָס געהאלטן פאר קלײניקײַטן, ניט קיין װיכטיקע דעטאלן װײַל דעם איקער איז שווער געווען אָפּלײיקענען. נאָר אזא שטרענגער אורטייל? -- פאר ברעכן די פינאנץ-דיסציפּלין און פעלשעווען די פינאנץ-דאָקומענטן א האלב יאָר צוואנגס-ארבעט... -- צוואנגס-ארבעט, צוואנגס-ארבעט, -- האָט ער עטלעכע מאָל איבערגעכאזערט פאר זיך אליין, קעדיי באנעמען דעם טאָך פונעם אורטייל און די פאָלגן, צו וועלכע ער קאָן ברענגע: פאר אים, פאר זײַן פאמיליע און פאר אלע זײַנע אייגענע. און מער פון אלץ... יאָ, מער פון אלץ האָט אים געשראָקן, װוי װעלן דאָס אלץ אופנעמען טאטע-מאמע, װאָס װעלן זיי זאָגן און וויאזוי װעט זיך עס אָפּרופן אף זייער געזונט. באזונדערס אף דער מאמען. ער איז, אפּאָנעם, לאנג געשטאנען, וי צוגעוואקסן צום דיל, פארטאָן אין זײַנע ניט פריי- לעכע געדאנקען. געקומען צו-זיך איז ער ערשט דאן, וען די ריכטערן איז צוגעקומען צו אים, און איר שטים האָט אפסניי א קלונג געטאָן פאר אים היימיש און מיטפילנדיק: -- איר ווילט עפּעס מעלדן? צי עפשער איז אײַך... -- ניין, --- ניין, --- האָט ער ניט געלאָזט איר ענדיקן די פראגע.---אנטשולדיקט. די ריכטערן האָט גראָד געקליבן זיך ארױסזאָגן עפּעס אף א קאָל, נאָר, באטראכט זיך, איז זי, גאָרנישט ניט זאָגנדיק, אוועק. וואדים האָט געפּרוװוט דערטראכטן דאָס, װאָס זי האָט אים געװאָלט זאָגן, נאָר דאָ איז צוגעקומען די קוריערשע פונעם אינסטיטוט, צעעפנט איר פּאפּקעלע און אים דערלאנגט א קאָפּיַע פונעם באפעל פון דעם דירעקטאָר. -- ביטע, שרייבט זיך אונטער. אָט דאָ-אָ. איך האָב אײַך געזוכט עטלעכע שאָ, אנטשול- דיקט... וואדים האָט געלייענט דעם באפעל און געסטארעט זיך פעסטשטעלן, וען האָט ער גע- קאָנט אָנגעשריבן װערן, טרעפן דעם ריכטער אין די הענט און בײַגעלײגט װערן צום אינ- יען?.. נו, יאָ, געוויס נאָך נעכטן אין אָװונט, און איבערגעשיקט געװאָרן אין געריכט צו נײַן אזייגער אינדערפרי. אָפּעראטיו.. א דאנק, א דאנק אײַך, וואסילי פּעטראָװיטש, װאָס איר זאָרגט זיך אזוי פארן קאָװעד פונעם אינסטיטוט און איר גִיט אכטונג, אז אף זײַן ריין פּאָנעם זאָל קיין שטויבעלע ניט פאלן. פּײַן, זייער פּײַן. ,/פאר אומגעזעצלעכע טאטן, וועלכע האָבן זיך אויסגעדריקט אין ברעכן די פינאנץ-דיסציפּלין, באפרײַען דעם כאװער ואדים באָרי- סאָװויטש שאביסאָוויטש פון די פליכטן פון הויפּט-אינזשעניער פון דער פּראָיעקט-ביוראָ?. איז ער װידער געבליבן שטיין, געפּרוּוט אױיסקלאָרן, װאָס עס איז פאר אים ערגער: דער אורטייל וועגן צוואנגס-ארבעט צי דער באפעל ועגן באפרײַען אים פון דער ארבעט. וי װעט ער זיך קאָנען אײַנאָרדענען אף א צווייט אָרט מיט אזא אטעסטאציע? דער ווינטער איז דאָס מאָל געווען א בייזער. ער האָט װי נעקאָמע גענומען פאר די פאָריקע עטלעכע ווינטערס, ווארעמע און שנײלאָזע, מיט זייערע געדיכטע, עסעריקע נעפּלען, מיט זייער אלץ אויסװייקנדיקער פײַכטקײַט, מיט זייערע ווירוסנע גריפּן, וועלכע בײַטן אלע מאָל זייער פּארצעף, און זיי איז זייער שווער צו דעמאסקירן. מיטן גריפּ איז דעם װוינטער געווען צו דערלײַדן, נאָר דער שניי האָט ניט אופגעהערט שיטן, און ס'איז אומעגלעך געווען אים אָפּראמען. אָפּטמאָל איז דער גאנצער שטאָטישער טראנספּאָרט --- די אוטאָבוסן און טראָ- לייבוסן -- געשטאנען פארזונקען העכער די דעכער און ניט געקאָנט רירן זיך פון אָרט. האָבן מענטשן געשפּאנט אף דער ארבעט צופוס פון איין ברעג שטאָט צו דעם צוייטן, אָפּטמאָל פארשפּעטיקט אף דער ארבעט, און אין די באגינענדיקע און פארנאכטיקע שאָען האָט איבער די גאסן געהילכט א פארטויבנדיק סקריפּען פון הונדערטער פיס. און איבער אלע שמאָלע און דורכגעטראָטענע סטעזשקעלעך איז געהאנגען א פּארע פון הונדערטער מײַלער, זיך צו- נויפגעגאָסן אין איין דורכויסיקן, געדיכטן װאָלקן, װאָס איז געהאנגען איבער די קעפּ און זיך באוועגט איניינעם מיט די מענטשן, ארויסגעגאנגען פונעם געריכט-זאל און א כאפּ געטאָן אן איבעריק ביסל פראָסטיקע לופט, האָט וואדים זיך פארהוסט און צוגעלייגט די האנט צום מויל. ס'האָט אים טאקע פאר- כאפט דער אָטעם, נאָר ניט אזוי פונעם פּראָסט, װי פון דעם פּלוצעם אופגעקומענעם דערשי- טערנדיקן געדאנק, אז אריינגעקומען אין געריכט-זאל איז ער אין איין צושטאנד און ארויס פון דאָרטן אין גאָר אן אנדערן. א צושטאנד, װאָס װעט אומפארמײַדלעך ברעכן אין אים אלץ, פון װאָס ס'איז באשטאנען זײַן טאָגטעגלעך לעבן, און אויב טיפער א טראכט טאָן-- דעם זין פון זיין לעבן ביכלאל. ער האָט מיטאמאָל זיך דערפילט שרעקלעך אויסגעלײידיקט און האָט פארשטאנען, אז אים װועט פּאָשעט ניט סטײַען קיין קויעך ארײַנקומען איצט אין אינסטיטוט, 40 קעדיי באקומעז די נייטיקע דאָקומענטן. און נאָך שווערער איז אים געווען פאָרשטעלן זיך, װי וועט ער זיך איצט באגעגענען מיט די מיטארבעטער פונעם אינסטיטוט, באזונדערס מיט די מיטארבעטער פון דער פּראָיעקט-גרופּע, וועלכע האָבן ביז הײַנט אים געהאלטן פאר זייער דירעקטן אָנפירער. מער פון אלץ האָט זיך אים ניט געװאָלט זען מיט אנטאָן גאװורילאָװיטשן, מיט וועמען ער איז א פּאָר יאָר אָפּנעזעסן א טיש בא א טיש. דאָס האָט דאָך געװיס ער ;סיגנאליזירט". דאָס װאָלט שווער געווען צו דערװײַזן, נאָר וואדים צווייפלט ניט, אז דאָס דארף זײַן אנטאָן גאװורילאָװיטשעס ארבעט, ניין, אין אינסטיטוט װעט ער הײַנט ניט גיין. נאָר קומען גלײַך אהיים האָט ער אויך ניט געקאָנט. פאינע װעט אלץ איבערלייענען אף זײַן פּאָנעם, און ער װעט ניט ויסן, וויאזוי דאָס געשעענע צו דערקלערן. ער איז פּאָשעט ניט גרייט דערצו. ער האָט נאָך ניט באוויזן אױסקלאָרן ביזן סאָף פאר זיך אליין זײַן אייגענעם צושטאנד. אוואדע, ווען ער זאָל געווען טראכטן וועגן אזעלכע זאכן בייס דער אױספאָרשונג, װאָלט דאָס עפשער ניט געקומען צום געריכט. | פארנאכט-צו איז דער פראָסט געװאָרן נאָך בייזער. די לופט האָט באקומען א בלוילעכע באפארבונג, געװאָרן אומגעוויינלעך דורכזיכטיק און ס'איז געװאָרן שווער צו עטעמען. וואדים האָט דערפילט, װי עס האָט אים א שניט געטאָן אונטערן הארצן--א שניט מיט א ברי איניינעם, װאָס האָט אים געצװוּנגען אָפּשטעלן זיך און אײַנהאלטן דעם אָטעם. אזוינס האָט מיט אים געטראָפּן צום ערשטן מאָל. ער האָט זייער מוירע געהאט פאר א נײַעם שניט, װאָס זאָל אים אומוואלגערן אינמיטן דער גאס. אָפּגעווארט א פּאָר מינוט, פאָרזיכטיק אן אָטעם געטאָן, זיך איבערצײַגט, אז קיין נײַער ברי דראָעט אים ניט, האָט ער זיך געלאָזט גיין װײַטער און שטיל געזאָגט צו זיך אליין; -- וי מיט א מעסער איבערן הארצן. נאָר דאָס האָט געהאט א שײַכעס ניט צו דעם, װאָס עס איז מיט אים אָקאָרשט געשען נאָר צום איניען, װאָס האָט גוירעם געווען דערצו. אין דער ערשטער ריי צו אנטאָן גאוורילאָ- וויטשן, װאָס איז ביז הײַנט געווען זײַן רעכטע האנט, מיט וועמען ער האָט זיך אָפט געייצעט וועגן זייער קאָמפּליצירטע טעכנישע פראגן. ער האָט אים געהאלטן פאר דעם פּייַקסטן אינ- זשעניער אין דער פּראָיעקט-גרופּע. װי זשע קאָן עס א מענטש האנדלען אזוי נידערטרעכטיק? וי קאָן מען עס פאראטן א כאווער, אויסטראכטן אף אים אזא בילבל? -- עך, אנטאָן גאוורילאָװיטש! אים איז געווען אלציינס, װוּהין גיין און װוּהין פארקערעווען. האָט ער זיך געלאָזט איניי- נעם מיטן מענטשן-שטראָם, וועלכער האָט געשאפן א לאנגע ריי איבער די שמאָלע, אויסגע- טראָטענע סטעזשקעלעך, און איניינעם מיט אלעמען, מיט הונדערטער שיך, שטיול און פּוישטן געהאָרעװעט איבער דעם, אז דער הילכיקער סקריפּ זאָל ניט אָפּגעשואכט װערן. ער האָט שוין דורכגעשפּאנט איבער עטלעכע גאסן און ליקעלעך און ערשט דערנאָך באמערקט, אז די ריי איז געװאָרן קירצער און שיטערער, דער סקריפּ שוואכער, און אז ער שפּאנט איבער גאסן, אף וועלכע ער איז ניט געווען װוער ווייסט וויפ? יאָרן. זיי זעען אים אויס אינגאנצן אומ- באקאנט, גלײַך ער האָט געטראָפן אין א פרעמדן קאנט. ער האָט געדארפט שטארק אָנשט- רענגען דעם זיקאָרן, קעדיי זיך איבערצײַגן, אז דאָס זײַנען די גאסן פון זײַן אייגענער שטאָט, גאסן, װאָס זײַנען פארבונדן מיט זײַן װײַטער יוגנט, מיט פיל איבערגעלעבטן, מיט גוטע און אויך ניט גוטע דערמאָנונגען. די שטאָטישע גאסן האָבן זיך שוין געענדיקט. איצט האָט ער געשפּאנט איבער דער פאָרשטאָט, װווּ די הײַזער זײַנען געווען נידעריקער און שיטערער און דער נעפּל פיל געדיכ- טער. טאקע דער נעפּל, װאָס האָט אים אלץ שטארקער געהאלטן צווישן כאָלעם און װאָר, האָט אפסנײַ ארויסגערופן דאָס געשטאלט פון א פרוי מיט א מאטעוע פּאָנעם און גלאט צוגע- קעמטע האָר. צוערשט איז דאָס געווען די ריכטערן, דערנאָך, ווען זי האָט א ביסל בארוי- געזלעך א קוק געטאָן אף אים, האָט ער דערקענט אין איר זײַן פאיִנען. אין איין אויגנבליק זײַנען זיי ביידע פארשוװווּנדן געװאָרן, און פונעם נעפּל איז ארויסגעשווומען א מיידל מיט א בלענדנדיק-שײַנענדיק פּאָנעם, מיט אויגן, וועלכע האָבן געקאָנט דורכנעמען יעדערן אפילע דאן, ווען זיי זײַנען צוגעזשמורעט. א מיידל מיט ליכטיקע, לאנגע לאָקאָנעס, װאָס זײַנען אראָפּגעהאנגען איבער די אקסלען, װי זײַדענע טרײַבעלעך. זיי האָבן געלעבט מיט זייער בא- זונדער לעבן, אָט די לאָקאָנעס, פארשייַט געשלענגלט זיך, װי זאנגען אפן ווינט, אמאָל גע- שושקעט זיך און אמאָל זיך צעקלונגען מיט צענדליקער גלעקעלעך. טאקע זיי, אָט די פאר- שײַטע לאָקאָנעס, האָבן אים פארקישעפט, און ער האָט זיך פארליבט ביז מעשוגאס סאמע דאן, װוען ער האָט זיך ניט געטאָרט פארליבן. געשען איז דאָס אין יענעם זומער, ווען ער 41 האָט געענדיקט די מיטלשול און איז אָנגעקומען אפן ערשטן קורס פונעם כימיש-טעכנאָלאָי גישן אינסטיטוט. אין דעם ערשטן טאָג אף דער ערשטער לעקציע. די ערשטע צייט איז ער איר נאָכגעגאנגען פוסטריט אָדער געקוקט אף איר פון דער זײַט, פונדערװײַטנס, אזוי אז ער אליין זאָל בלײַבן אומבאמערקט, און זי זאָל אויך גאָרנישט ניט באמערקן. ער האָט זיך אופגעפירט װי א שילער, װאָס מוז מיט אלע קויכעס אויסבא- האלטן זײַנע געפילן פון די ארומיקע און אין דער ערשטער ריי פון זיך אליין. דערנאָך איז אים געװאָרן שטארק ענג אינעם שילערישן העמדעלע און ס'האָט אלץ מערער געלאָזט הערן וועגן זיך דער שוין דערוואקסענער סטודענט. דאָס האָט אים געצװוּנגען שטיקו אין זיך די שילערישע פארשעמטקײַט און אופירן זיך פיל דרייסטער. אָפּטמאָל האָט ער איבערגעכאפּט די מאָס, אופגעפירט זיך גאנץ כוצפּעדיק, זײַענדיק זיכער, אז סײַװי באמערקט זי דאָס ניט, און ס'וועט זיך דערפון גאָרנישט ניט באקומען. נאָר זי האָט אלץ באמערקט, פיל מער, וי אים האָט זיך געדוכט, און ווען ער האָט ענדלעך זיך אָנגענומען מיט מוט און זי אָפּגעשטעלט, האָט זי אים דערלאנגט די האנט און אפילע דערלויבט נעמען זי אונטערן אָרעם, גלײַך זי זײַנען באקאנט ער ווייסט וויפל צײַט. און אלץ מיט אזא שמייכעלע, מיט אזא פארשטייענ- דיקער, מיטפילנדיקער און באוויליקנדיקער מינע. -- איך האָב שוין פון לאנג באמערקט, װי איר גייט מיר נאָך,--- האָט זי ארויסגעבראכט, וי וועגן א גאנץ געוויינלעכער זאך. --- איר זײַט, אפּאָנעם, פונעם שעמעוודיקן צענדליק? -- איך געהער ניט צו קיין שום צענדליק, -- האָט ער אָפּגעענטפערט א ביסל באליידיקט. ער האָט געװאָלט דערמיט זאָגן, אז ער איז ניט פון די, וועלכע מע ציילט אפן צענדליק אָדער אפן טוץ. קאָלזמאן דער הארבסט האָט זיך געהאלטן בא זײַן פריִען אָנהײב און די טעג זײַנען געווען זוניקע און ווארעמע, זײַנען זיי יעדן פארנאכט געלאָפּן צום טײַך. באָדן זיך האָט מען שוין ניט געקאָנט, נאָר זיי האָבן ניט געדארפט זיך באָדן. פאר זיי איז וויכטיק געווען פילן, אז זי זײַנען איינע אליין אף דער גאנצער װעלט און זיי קאָנען זיך אײַנטוקן ביז איבערן קאָפּ אין דעם קילן פארנאכט, אין דעם לויטערן הימל, אין דער װײַטער, פארגייענדיקער זון, אין דעם גאנצן ארום, װאָס איז וי אפסנײַ איבערבאשאפן און פארמאָגט אין זיך אזעלכע פּרעכטיקײיטן, וועלכע זיי האָבן פריִער אפילע ניט כוישעד געווען. זיי האָבן אָפּגעזוכט פאר זיך א געמיטלעך ערטעלע אונטער אן אלטער ווערבע, אף וועלכער די בלעטער האָבן פארהיט זייער לעבעדיקע גרינקײַט, און יעדן פארנאכט באשיט זייערע קעפּ מיט גרינע בלעטער, וועל- כע האָבן שטיל זיך אָפּגעריסן פון די צװײַגן, געפאלן אויך שטיל און זיך אויסגעלייגט איינס אפן אנדערן אין א וייכן אויסבעט. ס'איז געווען פיל אומעטיקס אין דעם, װי לעבעדיקע בלעטער פאלן אזוי שטיל און ווארפן זיך האכנאָעדיק אונטער זייער הארבסטיקן גוירל. נאָר זיי האָט דער אומעט ניט גענומען, פאר זיי איז אלץ ארום געווען פרילינגדיק-באנײַט, און די גאנצע וועלט האָט זיך זיי געדוכט פול מיט בליונג. זיי זײַנען געזעסן צוגעטוליעט מיט די פּלײיצעס צו דעם גראָבן שטאם און זיך אײַנגעקוקט אין וואסער, װאָס איז אויך געלעגן אן אײַנגעשטילטע, גלײַך ס'האָט זיך אָנגעהאָרעװעט פארן לאנגן זומער און איצט רוט עס אָפּ שווימט אין ערגעץ ניט, דרעמלט אן איבערגעמאטערטע, און בלויז א פארבלאָנדזשעט ווינטל צעבלאָזט עס אמאָל אין קליינע, קינדערישע כוואליעלעך. אזוי זיַנען זי אָפּגעזעסן יעדן פארנאכט ביזן שפּעטן אָװנט, אָפּגעזעסן שװײַגנדיק, ניט ארויסגעבראכט קיין װאָרט. דערנאָך, ווען דער הארבסט איז שוין געװאָרן א רעגנדיקער און א בלאָטיקער, און שפּע- טער, ווען ס'האָבן זיך אָנגעהויבן די פרעסט און זאווייען, האָבן זיי יעדן אָװנט שפּאצירט. פּאָשעט שפּאצירט. בלויז שפּאצירט. זיי זײַנען אויסגעווען װוּ די שטאָט האָט א ברעג, זיך פארקליבן אין אלע פארװאָרפנסטע געסלעך, אין אלע פינצטערע ליקעלעך, און אויב זיי פרעגן דערנאָך, װוּ זײַנען זיי געווען און װי הייסן יענע גאסן און געסלעך, װאָלטן זי ניט געקאָנט ענטפערן. זי האָבן ניט געזען פאר זיך קיינעם ניט און גאָרנישט ניט, ניט געפילט די רעגנס און די זאווערוכעס, די שנייען און קעלטן, זיי האָבן ביכלאל גאָרנישט ניט געפילט, כוץ דעם פלאטער פון די אייגענע הערצער. --- וואדים, דימא... פונוואנעז האָסטו זיך גענומען אף מײַן קאָפּ! --- האָט זי געזאָגט שמייכ- לענדיק. די ערשטע צייט האָבן זיי זיך ארומגעפירט מיט א קלאָרן געדאנק, דערנאָך האָט עס זי וי ארומגעפירט, און זיי זײַנען נאָכגעגאנגען פארכאָלעמטע, טאקע גאָר װי פארקישעפטע. זי האָבן ניט געקאָנט פארשטיין, ויָאזוי האָט עס זיי פארפירט אין א קליין, האלב-צעוואלגערט קלויסטערל, אין וועלכן ס'האָבן געבושעװועט װוילדע צוגװוינטן, און ביידע האָבן זיך דער 42 פילט, וי א וויכער האָט זיי פארשליי- ערט און אָטאָט וועט ער זיי א הייב טאָן און אװועקטראָגן אין אויסרייסעניש. פאר שרעק האָבן זיי זיך פעסט ארומגע- נומען, זיך א לאָז געטאָן אין א זײַט, קעדיי ארויסרייסן זיך פונעם ויכער און זיך פארוקט אין א פינצטער און שטיל ווינקעלע. אזוי זײַנען זיי געבליבן זיצן פעסט צוגעטו- ליעט, ארומגענומען. זיי האָבן נאָך אלץ געפלאטערט פון דער נאָרװאָס איבערגע- לעבטער שרעק, נאָר ביסלעכווייז האָט דער פלאטער וי אָנ- געווארעמט זיך, און זיי האָבן זיך דער" פילט שוין גאָר אן- דערש, אזוי וו זיי האָבן נאָך קיינמאָל זיך ניט געפילט, דערפון איז אופגע- קומען א נײע שרעק, פון וועלכער עס האָט פארכאפּט דער אָטעם. קעדיי געפינען א בארעכטיקונג פאר זייער אומגעוויינלעכער צוגעטוליעטקײַט, האָט בא וואדימען זיך ארויסגעכאפּט; -- לאָמיר שווערן.. -- בא װאָס? --- האָט זי געפרעגט. -- בא אָט דעם קלויסטערל. גוט, װאָס ס'איז געווען שטארק פינצטער אוֹן זיי האָבן ניט געקאָנט זען, װי זייערע פץ- נעמער פלאמען, װי ביידע שלאָגן זיך מיט דער דייע: פירן װײַטער דעם אומגעוויינלעכן שמו- עס, צי איבערלאָזן אלץ אין זיך. איז טאקע געבליבן ניט דערזאָגט, וועגן װאָס, אייגנטלעך, קלײַבן זיי זיך שווערן. דערנאָך, ווען זיי האָבן זיך ארויסגעקליבן פונעם קלויסטערל און געקאָנט קוקן איינער דעם אנדערן אין די אויגן, האָבן זיי ביידע זיך געסטארעט פארדעקו די רעשטלעך פון זייער פארויטלטקייט און פארשעמטקײַט מיט דעם, װאָס זיי האָבן ניט אופגעהערט שפּעטן איינער פונעם אנדערן דערפאר, װאָס זיי האָבן אויסגעקליבן פאר זייערע שווּעס דאָס האלב-צעוואל- גערטע קלויסטערל, דער ערשטער קורס איז פאר ביידן דורך, װי איין לאנגער כאָלעם, פול מיט ניט ערדישן װוּנדער, װי א פּרעכטיקער פרילינג, װאָס האָט פארהיט זײַן צוויט אפצולאָכעס די הארבס- טיקע רעגנס און וינטערדיקע זאווייען. ביז ס'איז אָנגעקומען די זומערדיקע סעסיע. זי איז גענוען פאר זיי ביידע אומדערווארט און אויסניכטערנדיק. אוו ערשט דאן האָבן זיי זיך גע- כאפּט, אז פיל לעקציעס האָבן זיי דורכגעלאָזט, פיל ביכער ניט איבערגעלייענט. ערעוו דער סעסיע האָבן זי זיך געגעבן איינער דעם אנדערן א װאָרט, װאָס עס איז פאר זיי ביידן געווען 13 דער שווערסטער ניידער: זיי וועלן זיך ניט זען, זיך ניט באגעגענען, ביז זיי װעלן ניט אָפּי געבן אלע עקזאמענעס. א כוידעש צײַט איז וואדים קימאט ניט געשלאָפן. געגעסן האָט ער אויך בעכיפּאָזנדיק, און אפילע קײַענדיק, ניט אופגעהערט כאזערן און איבערכאזערן זייער א וויכטיקע זאך, װאָס ער האָט געמוזט פארגעדענקען. די מאמע האָט ניט אופגעהערט טײַנען, ער זאָל כאָטש איין נאכט זיך גוט אויסשלאָפן, כאָטש איין מאָל װי געהעריק אָפּעסן, געשראָקן אים, אז ער װערט מיט יעדן טאָג מאָגערער, נאָר וואדים האָט אנדערש ניט געקאָנט. ער האָט דאָך געגעבן דאָס װאָרט. ער האָט אזוי געטרײַ אָפּגעהיט די שווּע, אז אײינמאָל, וען ער האָט אן עפן געטאָן די טיר פון דער אינסטיטוטישער ביבליאָטעק און דערזען פונדערװײַטנס זינען, איז ער גלײַך ארויסגעלאָפן אין דרויסן, ער זאָל זיך מיט איר ניט באגעגענען. אין א כוידעש ארום, נאָך דעם לעצטן עקזאמען, װוען ער איז א פארסאָפּעטער געלאָפן אהין, װוּ זי האָבן באשטעלט זייער באגעגעניש, האָט ער זי דערזען אונטערן אָרעם מיט אן אומבאקאנטן יונגנמאן, וועלכער איז געווען העכער פון איר מיט א קאָפּ. ער האָט געשפּאנט באנאנד, פאריסן דעם קאָפּ ארוף, געקוקט האלב אפן הימל און האלב אין דער װײַטער װײַט- קײַט. אזוי האָט ער געקאָנט דורכשפּאנען אויך פארבײַ אים און ניט באמערקן נאָר זינע האָט אים א צי געטאָן פארן ארבל, -- באקאן זיך, וואדים, דאָס איז מײַן מאן. מיר האָבן נעכטן זיך פארשריבן. באמערקט, װי וואדים הייבט אָן שלינגען די לופט, גלײַך ער ווארגט זיך מיט עפּעס, האָט זי ארופגעלייגט איר האנט אף זײַן אקסל: -- נו, דימאָטשקע, דארפסט דאָך פארשטיין... װאָס פאר א כאָסן ביסטו? מיר האָבן דאָך אפילע ניט גערעדט וועגן דעם. ריכטיק, אוואדע ריכטיק, זיי האָבן טאקע ניט גערעדט ועגן דעם. נאָר מע דארף דען רעדז וועגן אזעלכע זאכן? וועגן דעם טאקע האָט ער איר געװאָלט זאָגן. ער האָט איר געװאָלט דערמאָנען וועגן דעם קלויסטערל, וועגן די ווילדע צוגווינטן און וועגן דער שוווּע. נאָר וויפל ער האָט ניט געצויגן, געשלעפּט פון זיך די װערטער, האָבן זיי ניט געװאָלט ארויסרעדן זיך. האָט ער זיך א ריס געטאָן און איז אװעקגעלאָפן. ער האָט אליין ניט געװוּסט, װוּהין ער לויפט, און איז געװוען ביז גאָר פארכידעשט, ווען ער האָט זיך דערזען באם טײַך לעבן דער אלטער ווערבע. דאָ איז איצט געווען זומערדיק-ראשיק. פארשײַטע שטימען פון ייִנגלעך און מיידלעך האָבן געהילכט איבערן וואסער און איבערן זאמדיקן ברעג. זייער אמאָליקע גרינע העסעבעט איז איצט געווען פול מיט פארגעלטן בלעטער-שטויב, מיט פּאפּירלעך, שקארמיצלעך און מיט אויסגעליידיקטע פלעשלעך -- פרישע און ניט פרישע שפּורן פון פריילעכע און זאָרגלאָזע סודעס. אים האָט זיך געװאָלט וױינען דערפון, װאָס אָט דאָס שטילע ערטעלע, װאָס איז פאר אים הייליק, איז אזוי מיִעס און ברוטאל פארשוועכט געװאָרן. און די ווערבע האָט געשויגן. אירע אראָפּהענגענדיקע צװײַגן זײַנען געווען געדיכט באוואקסן מיט נײַע, יונגע בלעטער. זי האָבן פעטלעך געגלאנצט, גלײַך זיי האָבן זיך נאָרװאָס אױסגעבאָדן, און ס'איז זיי אפילע אפן געדאנק ניט געקומען, אז ס'איז דאָ אף דער װעלט א הארבסט, װאָס װעט זיי אומראכמאָ- נעסדיק אויספליקן. דאָס וואסער אין טײַך איז אויך געפּלאָסן ראשיק און גיך, און וואדים האָט מיט פארדראָס א טראכט געטאָן, אז פון יענע וואסערן, וועלכע האָבן אין פאָריקן הארבסט שטיל און אומבאוועגלעך געדרעמלט, איז שוין קיין טראָפּן ניט געבליבן. און ביכלאל... אלץ, װאָס עס איז געווען אין פאָריקן הארבסט, װעט שוין מער קײנמאָל ניט זײַן. און ער אליין אויך. יאָ, ער אליין אויך... דער דאָזיקער געדאנק האָט בלויז א בליץ געטאָן און ניט גע- סטײַעט. ער האָט אפילע ניט באוויזן אויסלייגן אים אין באזונדערע ווערטער. נאָר דאָס איז געווען גענוג, אז ער זאָל אין יענעם זומערדיקן פארנאכט דערפילן א גרויל, װאָס האָט דורכגענומען דאָס לײַב און געצװוּנגען אים לאָזן זיך לויפן. ער איז געלאָפן בארג-ארוף, וי עמעצער װאָלט זיך געיאָגט נאָך אים און אקשאָנעסדיק אױסגעשריען: --- ניין! נייוּ! ניין! אפילע לויפנדיק האָט ער אף א װײַלע צוגעמאכט די אויגן, ער זאָל ניט זען דאָס, װאָס עס האָט געקאָנט געשען: ויאזוי מע טראָגט אים ארויס פונעם טײַך א דערטרונקענעם און וי טאטע-מאמע בייגן זיך אָן איבער אים. ערשט דערנאָך, ווען ער האָט זיך א ביסל בארויִקט, אינגאנצן אן אױיסגעשעפּטער, האָט ער מיט א נײַעם ווייטעק א טראכט געטאָן װועגן דעם פאראט, װאָס זינע איז באגאנגען בע- נעגייע אים און בענעגייע זייער טרוים. 44 -- װי מיט א מעסער איבערן הארצן, -- האָט דאן בא אים זיך ארויסגעריסן, וויפל יאָרן זײַנען שוין אוועק... שוין באלד פינף און צוואנציק!.. און זינע אליין... זי האָט זיך שוין קימאט אױסגעװעפּט פון זײַן זיקאָרן און דוכט זיך אים אָפט, װי א װײַטער און ניט קלאָרער כאָלעם. װי א װאָלקנדל װאָלט דורכגעשװוּמען, פארשטעלט אף א װײַלע די זון אוז איבערגעצויגן די ערד מיט א קילן שאָטן.. עס טרעפט אמאָל אויך אנדערש. זי גיט אמאָל א שווים ארויס פון די פארלעגערטע טיפענישן, טוט א בלענד מיט אירע שלענגלדיקע לאָקאָנעס, טוט א ברי אָפּ מיט יענע אומפארגעסלעכע פארנאכטן אונטער דער ווערבע, און עס גיט וייטעקלעך א פּרעס אונטערן הארצן פון די צוגװינטן אינעם פארקאָוועטן קלויס- טערל... אלע מאָל, װען עס שווימט ארויס אין זיקאָרן יענץ אומבאגרײַפלעך װײַטע, פילט ער זיך א ביסל שולדיק פאר זײַן פאינען, גלײַך בלויז אין דעם, װאָס ער האָט דערלאָזט, עס זאָל ארויסשווימען, איז פאראן עפּעס ענלעכס אף פאראט בענעגייע איר, און ער סטארעט זיך מיט אלע קויכעס, זי זאָל דאָס ניט באמערקן, | אזוי איז געווען אויך דאָס מאָל. ס'איז יענע בלענדעניש, ס'איז יענער ברי, און אויך יענער פּרעסנדיקער ווייטעק, נאָר קיין געפיל פון שולד פאר פאינען איז ניט געווען. מעגלעך דערפאר, װאָס דאָס לאנגאָניקע האָט זיך אויסגעמישט מיטן הײַנטיקן און דער פארדראָס איבערן באגאנגענעם פאראט האָט געהאט א שײַכעס ניט צו יענעם פארנאכט נאָך די עקוא- מענעס, נאָר צו דעם, װאָס עס האָט געבראכט צום הײַנטיקן געריכט. און דאָך, דאָס זעלבץ--- וי מיט א מעסער איבערן הארצן. פון יענער זױבערקײַט און בלױקײַט איז שוין קיין סימען ניט געבליבן, און פאר די אויגן איז שוין ניט יענער נעפּל, װאָס זעט זיך א ביסל פונדערװײַטנס, נאָר א טונקעלע גע- דיכטקײַט, װאָס האָט צונױיפגעגאָסן איניינעם דעם הימל מיט דער ערד און ארײַנגענומען אויך אים אליין אין אָט דער דורכויסיקער נעפּלדיקײַט. װען ער איז צוגעקומען צום טײַך, האָט מען שוין גאָר ארום ניט געזען. בלױז די שואכע פּײַערלעך, װאָס האָבן ארויסגע- פינקלט פון דער אלץ אײַנשלינגענדיקער פארשנײיטקײַט, האָבן געגעבן אָנצוהערן, אז ערגעץ איז פאראן א שטאָט און אז הינטער די פּליצעס ציִען זיך די שיטערע הײַזער פון דער פאָרשטאָט... ער איז ארופגעקומען אפן אײַז, א פּאָר מאָל א קלאפ געטאָן איבער דעם מיט די פיס, װי אױספּרוונדיק זײַן פּעסטקײַט, און ס'האָט אים אליין אויסגעזען מאָדנע, װאָס גראָד אָט דאָ, לעבן טײַך, װעלכער איז פוֹק פאר אים מיט אזויפיל אומפארגעסלעכן, איז אופגעקומען יענע ניכטערקײַט און קלאָרקײַט פון געדאנק, בייס וועלכע ער האָט באקומען א מעגלעכקײַט אפּסנײַ באטראכטן אלץ, װאָס עס איז געשען ביזן געריכט און אפן געריכט גופע. און שוין שפּאנענדיק צוריק, א היפּש איבערגעפרוירענער און א היפּש אויסגעהונגער- טער, האָט ער געמוזט אנערקענען, אז ער אליין איז אין א גרויסער מאָס שולדיק אין דעם, װאָס ס'איז דערגאנגען צו א געריכט און װאָס ער איז פארמישפּעט צו צוואנגס-ארבעט. און ניט דערפאר, װאָס ער איז באגאנגען אן ערנסטן פארברעכן, נאָר דערפאר, װאָס ער האָט ניט דערשאצט די לאָגישע אומפארמײַדלעכקײַטן און גאָרנישט ניט געטאָן אף דערװײַזן זײַן אומשולד. ערשט איצט האָט ער באנומען די גאנצע לעפּישקײַט פון זײַן אופירונג אפן גע- ריכט, װי אויך דאָס, אז דאָס ערגסטע שטייט אים ערשט פאָר. ער װעט ווידער זיך דארפן שטעלן פאר א מישפּעט, פארן סאמע שטרענגסטן, װוּ ער װעט ניט קאָנען אָפּקומען מיט לֵע- פּישע ענטפערס, נארישע דערקלערונגען און אומגעלומפּערטע פארגלײיכונגען. אהיים איז ער געקומען שפּעט אין אָװנט. שוין לעבן דעם אייגענעם מױיער האָט ער זיך א היפשע צײַט ארומגעדרייט אהין און צוריק, ארײַנגעקוקט אין די פענצטער פון זײַן דירע אפן צווייטן שטאָק, געפּרוּווט פעסטשטעלן, װאָס דאָרטן טוט זיך: צי איז פאינע אין קיך, צי זי זיצט אין צימער און קוקט ארײַן אין א צײַטונג, צי איז דאָרינקע שוין אינדערהיים, צי נאָך אלץ אין מעדינסטיטוט, פארכאפּט מיט אירע ספּאָרטיווע איניאָנים. און דעריקער-- צי איז זי געקומעז אהיים אליין, צי איניינעם מיט איר געמאָלדענעם כאָסן, מיט רעליקן. נאָר לוט דער באוועגונג פון די שאָטנס, לוט דעם, װי ס'האָט זיך אָנגעצונדן און זיך געלאָשן די שײַן אָט אין איין צימער, אָט אין א צווייטן, האָט ער פארשטאנען, אז די וועטשערע האָט מען שוין אָפּגעגעסן אָן אים און איצט איז יעדערער פארנומען מיט זײַנע איניאָנים. דאָרינ- קע איז, זעט אױס, בא זיך אין צימער איינע אליין. ער האָט געדארפט האָבן נאָך עטלעכע מינוט אף אראָפּטרײסלען פון זיך די מאסע פונעם אומגעויינלעך-לאנגן און שווערן וינ- טערדיקז טאָג, אראָפּטרײסלען אויך דעם איבעריקן שניי און ארײַנקומען אין שטוב אריין א רויק"פארמאטערטער, װי נאָך א שװערן טאָג ארבעט און נאָך א פארצויגענער באראטונג, 49 פאינע זאָל גאָרנישט ניט באמערקן. אלנפאלס, אין די ערשטע מינוטן, ביז ער אליין װעט קומען א ביסל צו"זיך, אײַנמאָסטען זיך און צוגעװוינען זיך צו זײַן אומגעויינלעכן צו" שטאנד-- ניט אהין און ניט אהער. פון דער ארבעט באפרײַט, מיט צוואנגס-ארבעט פארזי" כערט אף א האלב יאָר, און ער שטעלט זיך ניט פאָר, װי װעט ער מיט אזא אטעסטאציע זיך קאָנען אײַנאָרדענען אף אן אנדער ארבעט, וי װעט ביכלאל אויסזען דער מאָרגנדיקער טאָג, פון די יונגע יאָרן איז ער פארבליבן א דארלעכער, מיט אײַנגעפאלענע באקן און וי זײַן מאמע האָט אים ניט געפּילנעװעט, האָט ער ניט געקאָנט אָנעמען א ביסל מערער װאָג און מאכן דאָס פּאָנעם א ביסל קײַלעכדיקער. פאינעס באמיונגען האָבן אויך צו גאָרנישט ניט געבראכט. דאָס אליין האָט אים ניט איבעריק געקימערט, נאָר דאָס אײַנגעפאלענע פּאָנעם האָט שטארק רעאגירט אף קעלט, און אים איז אָפט אויסגעקומען אָנרײַבן די באקן, זיי זאָלן אָנװערן די קרירעדיקע בלײיכקײַט. זיי האָבן אויך ניט געקאָנט לײַדן קיין איבעריקע היץי איצט האָט ער ניט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט זיי, װײַל ער האָט ניט פארשטאנען, פון װאָס פלאמען זיי אזוי. געקומען צום געדאנק, אז מיט די באקן װעט ער איצט גאָרנישט ניט אופ- טאָן, אז דאָס װעט ביכלאל גאָרנישט ניט ענדערן, האָט ער האסטיק זיך אופגעהויבן אפן צווייטן שטאָק און, פארגעסן, אז דער שליסל ליגט בא אים אין קעשענע, נאָך האסטיקער אָנגעקלונגען. --- איך גיי,. איך גיי,--האָט ער דערהערט פאינעס שטים.--װאָס האָסטו זיך אי צעקלונגען, װי עמעצער װאָלט זיך געיאָגט נאָך דיר? געעפנט די טיר, האָט זי געפרעגט א פארװוּנדערטע: --- און װוּ איז דײַן שליסל? --- פארשטייסט, איך האָב זיך שטארק אויסגעהונגערט. -- ער זשע צווינגט דיך זיצן דאָרט ביז האלבער נאכט?--האָט זי אים אויסגעמו- סערט, וי ניט באמערקט די לעפּישקײַט פון זײַן ענטפער אף אירע ערשטע צויי פראגף --- דו ווייסט דען ניט?-- האָט ער וי זיך פארענטפערט.--די באשטעלער יאָגן אונ- טער. און מיר אליין אויך. עס ווילט זיך ענדיקן דעם פּראָיעקט פארן טערמין. אלץ איז געגאנגען װוי שטענדיק. ער האָט אױיסגעטאָן דעם מאנטל, אראָפּגענומען און א טרייס? געטאָן דאָס היטל, אראָפּגעשלעפּט די שיך און ארײַן אין שטעקשיך, אָפּגעװאשן די הענט און זיך צוגעזעצט צום טישל, אף וועלכן פאינע האָט אוועקגעשטעלט מיטיק מיט דער וועטשערע איניינעם. נאָר, אפּאָנעם, ניט אלץ איז געווען אראָפּגטרײסלט און ניט אלץ איז מעגלעך געווען צו פארדעקן. װאָס זשע אזוינס האָט פאינע דערזען אף זײַן פארפלאמט פּאָנעם? -- נו, זאָג שוין, װאָס איז דאָרטן בא אײַך געשען?-- האָט זי געפרעגט, צוזעצנדיק זיך לעבן אים אף א בענקל. -- עפשער װעסטו מיר דערלויבן פריִער אָפּעסן? -- איך זע שוין, װי דו עסט. --- ביסט, דוכט זיך, אן עקאָנאָמיסט, ניט קיין פּסיכאָלאָג. -- דיך זע איך שטענדיק אף דורך און דורך. --- װאָס זשע האָסטו אזוינס דערזען אף מיר? -- בא דיר איז א פּאָנעם פון א מענטשן, וועמען מע האָט פארמישפּעט צום טויט. --- שוין גלײַך טאקע צום טויט? ניט מער און ניט װיניקער! דאָס שמייכעלע זײַנס, װאָס האָט געדארפט באָטל מאכן איר כשאד און אויך א ביסל זוייכער מאכן דאָס, אין װאָס ער װעט מוזן זיך מוידע זײַן, האָט דאָס מאָל אים אָפּגעטאָן א שפּיצל. ס'האָט וי אונטערגעדרינדזשעט צװישן די ציטערדיקע קינבאקן און צוגעגעבן זײַן פּאָנעם עטװאָס וויינענדיקס. דאָס האָט אפאנעמעסן אָנגעשראָקן פאיִנען: -- אָבער זאָג שויף! -- װאָס דיר קאָן זיך דוכטן... טױט-שטראָף! סאכאקל א האלב יאָר. -- דו קאָנסט רעדן װוי א מענטש! װאָס פאר א האלב יאָר! --- נו, וי הייסט דאָס... צוואנגס-ארבעט. -- דו ביסט, צי דו מאכסט זיך... --- ערן-װאָרט! -- אָבער װאָס פאר א שייַכעס האָט דאָס צו דיר! -- נארעלע, פארמישפּעט האָט מען טאקע מיך. ארויסגערעדט די עטלעכע וערטער, האָט וואדים פרײַ אָפּגעעטעמט, וי ער װאָלט דורכ- 46 געקומען דאָס ערגסטע און געפערלעכסטע. פאיִנע איז בלייך געװאָרן און האָט אָנגעהױיבן פארהיקען זיך; -- װיווער? וודווער האָט פ-פארמישפּעט? -- װאָס הייסט װער? דער געריכט. -- פאר װאָס? -- פאר װאָס, פאר װאָס... מיסטאמע איז געווען פאר װאָס. פאיִנעס פּאָנעם איז פון בלייך געװאָרן רויט; -- איך וויל וויסן פאר װאָס! האָט ער איבערגעכאזערט אלץ פּינקטלעך לױטן אורטיל, -- פאר ברעכן די פינאנץ-דיסציפּלין און פאר פעלשעווען די פינאנץ-דאָקומענטן, דאָס איז געווען צו אכזאָריעסדיק פון זײַן זײַט, צו ווילד און אומראכמאָנעסדיק. פאינע האָט זיך א הייב געטאָן פונעם בענקל, א גיי געטאָן איבערן צימער, באקוקנדיק וואדימען א ביסל פון דער זײַט, און געפאָכעט מיט ביידע הענט איבערן פּאָנעם, קעדיי אָפּבלאָזן די היץ, װאָס האָט זי מיטאמאָל באשלאָגן. דערנאָך איז זי צוגעגאנגען צו וואדימען און, א װוּנק גע- טאָן אפן אָפענעם קיך"טירל, צוגעלייגט די האנט צו זײַן מױל, ער זאָל שװײַגן. ערשט נאָך דעם איז זי צוגעלאָפן צום טיר? און דאָס צוגעמאכט. -- אָבער שטילער, -- האָט זי ארויסגעבראכט, קוים אײַנהאלטנדיק די ציטערניש,-- דאָרינקע זאָל ניט הערן. װאָס איז געשען? א מאָדנע זאך. איצט האָט וואדים געזען פאר זיך ניט זײַן פאינען נאָר דעם ריכטער מיט איר מאטעווע פּאָנעם און גלאט צוגעקעמטע האָר, און מיט פארדראָס א טראכט געטאָן אז מיטן ריכטער איז אים געווען גרינגער. איצט װעט ער ניט אָפּקומען מיט האלבע ווערטער, ער װעט מחן ארויסלייגן אלץ פונעם אָנהייב ביזן סאָף. פאינע װעט שוין געפינען, וויאזוי ארויסשלעפּן פון אים דאָס, װאָס ער װאָלט דעם ריכטער קיינמאָל ניט געזאָגט. -- פארשטייסט, מיר האָבן באקומען זייער אן ערנסטע און זייער אן אינטערעסאנטע באשטעלונג. ס'איז דאָ צו װאָס צולייגן דעם קאָפּ, -- דאָס ווייס איך. און װײַטער? -- איז דער רעשימע פון אונדזער ביוראָ איז פאראן א סאנטעכניקער, װעלכער איז אונדז אף דער ערשטער צײַט ניט נייטיק, נאָר מיר מוזן זייער האָבן אן ארכיטעקטאָר. -- װאָס זשע איז דערפון געדרונגען? -- דער שעף פון דער פּראָיעקט"ביוראָ, נו, ער, וויאטשעסלאוו אלעקסייעוויטש, האָט אָפּגעזוכט זײער א גוטן ארכיטעקטאָר, נאָר יענעם האָט מען פארװוערט ארבעטן אף צויי שטעלעס. האָט מען געדארפט עפּעס צוטראכטן. --- ער האָט עס געדארפט צוטראכטן? -- דאָס האָט ער, וויאטשעסלאוו אלעקסייעוויטש אזוי געזאָגט: ,טראכט עפּעס צו, מיר מוזן אים דאָך נייטיק האָבן, דעם ארכיטעקטאָר". -- װאָס זשע האָסטו צוגעטראכט? -- איך האָב זיך אונטערגעשריבן אפן צעטל פון ארבעטסלוין פארן סאנטעכניקער און דאָס געלט איבערגעגעבן דעם ארכיטעקטאָר, -- און דאָס איז אלץ? -- אלץ, --- וויפל מאָל האָסטו באקומען? -- פיר מאָל. פאר צוויי כאדאָשים. -- און בלויז פאר דעם האָט מען דיך געמישפּעט? -- בלויז פאר דעם, -- אוי, גאָט מײַנער!. און דו אליין?-- האָט זי אים דורכגענומען מיט א שטרענגה פארניכטנדיקן בליק, װי מע שמײַסט אויס א קינד א לו-יוצלעך.--דו האָסט ניט געקאָנט דערװײַזן? -- װאָס האָב איך געדארפט דערװײיזן? -- אז דאָס געלט האָסטו ניט צוגענומען פאר זיך, -- ניט פאר דעם האָט מען מיך געמישפּעט. דאָס איז געבליבן ניט מער װי א כשאד -- א כשאד, א כשאד. א כשאד אליין איז אויך גענוג, אז דער אורטייל זאָל װוערן פיל הארבּער, איידער דער באשולדיקטער האָט פארדינט. און דער ארכיטעקטאָר אליין? ער האָט ניט געקאָנט איידעס זאָגן? 47 --- אין דעם גייט עס דאָך! ער האָט געגעבן זײַן האסקאָמע מיט א טנײַ, אז זײַן פא" מיליע זאָל אין ערגעץ ניט פיגורירן. װי זשע האָב איך געקאָנט אָנרופן זײַן נאָמען? --- נו, און דער שעף? -- װאָס דער שעף, װאָס דער שעף?--איז וואדים שוין אויך בייז געװאָרן.---אין דער מעלדונג, װאָס יענער מענוּווֹל האָט אָנגעשריבן, איז געווען אָנגעװיזן, אז דאָס געלט האָבן מיר צעטיילט צוישן זיך, איך מיטן שעף. נאָר אף וויפל דער אונטערשריפט איז געװען מיַנער, בין איך דער שולדיקער. -- און דער שעף איז אָפּגעקומען מיט א קליין גרימעניש? --- מע האָט אים אויך אראָפּגענומען פון דער ארבעט. --- װאָס הייסט אויך? --- דאָס הייסט... דאָס הייסט, אז מיך אין דער ערשטער ריי. טאקע שוין אין געריכט- זאל האָב איך באקומען א קאָפּיִע פונעם באפעל. יאָ, פאינע װאָלט זיך געקאָנט אויסטויגן פאר אן עמעסן אױספאָרשער אָדער ריכטער. אָט פרעגט זי אים שוין װוידער אויס: --- און װוי זײַנען דײַנע באציונגען מיטן דירעקטאָר פונעם אינסטיטוט? --- מיט וואסילי פּעטראָװיטשן? װאָס פאר א באציונגען קאָנען זײַן צוישן אונדז? -- דאָס דארפסטו מער וויסן. איך מיין... צי ביסטו ניט באגאנגען בענעגייע אים... איך ווייס? טאקטלאָזיקײַט... מיט עפּעס אים אָנגערירט, צי װאָס? -- פארקערט. ער האָט איין מאָל מיך אפילע געלױבט. איך האָב אים ארײַנגעטראָגן מײַנס אן ארטיקל, געבעטן איבערלייענען, װוייסטו, װאָס ער האָט דערנאָך געזאָגט? -- לעמאָשל? -- ער האָט געזאָגט, אז אונטער אזא טיף-וויסנשאפטלעך ארטיקל װאָלט אפילע ער אליין זיך ניט געשעמט אונטערשרײַבן. -- און װאָס האָסטו אף דעם געענטפערט? -- װאָס האָב איך געדארפט ענטפערן? איך האָב אים באדאנקט. --- און מער גאָרניט? --- װאָס נאָך דען? --- טיפּעש אײינער! ס'איז דאָך געווען געזאָגט מיט א רעמעזלי! --- װאָס קאָן דאָ זײַן פאר א רעמעזל? -- זאָלסט אוועקשטעלן אונטערן ארטיקל אויך זײַן אונטערשריפט. --- וי איז אזוינס מעגלעך? װי האָט ער אזוינס געקאָנט מיינען? --- שוין, איצט איז מיר אלץ קלאָר, -- האָט פאינע װי אונטערגעפירט א סאכאקל איר אויספרעג. -- דו, מיט דײַנע פרומע שטיק. עו װעסטו שוין אָנהײיבן פארשטיין, ויאזוי מע דארף לעבן אף דער וועלט? --- פאיִנע! -- ס'איז געווען אן אויסגעשריי און א ביטע. -- לאָמיר איצט ועגן דעם ניט רעדן. דאָס, ויאזוי איך פארשטיי, װעט בלײַבן ניט געענדערט. --- האָסטו טאקע קאָשער פארדינט דײַן צוואנגס-ארבעט, -- האָט זי געזאָגט בייז, מיט אָפּענער שאָדנפרייד. --- מיילע, דיר קומט עס. איך האָב נאָר מוירע פאר אונדזער דאָרינקעו. עס זאָל, כאָלילע, צום שידעך ניט שאטן. --- זעסטו, גראָד דאָס װעט מיך װײיניק-װאָס קימערן. -- דיר געפעלט ניט דער כאָסן? --- מיר געפעלן ניט די מעכוטאָנים. -- װעסטו זיך ניט קושן מיט זיי. אָבער דאָרינקע... מעגסט זײַן זיכער, פּאוועל מיכײַי לאָװויטש װועט זיך ניט פּאקן מיט אזא נארישקײַט. ס'האָט געהאלטן בא א שארפער קריגערײַ, און װער װייסט, צו װאָס װאָלט דאָס גע" בראכט. אן אנדערש מאָל װאָלט וואדים עפשער געפונען װאָס אָפּענטפערן, הײַנט אָבער האָט ער פּאָשעט קיין קויעך ניט געהאט דערצו. -- איך בעט דיך, -- האָט ער געזאָגט אן אױסגעשעפּטער נאָך דעם לאנגן און שװערן טאָג. --- לאָמיר בעסער שװײַגן. פאינע אליין האָט דערפילט, אז זי האָט איבערגעכאפּט די מאָס און אז זיי זײַנען צוגע- קומען צו א גרענעץ, וועלכע מע טאָר ניט אריבערטרעטן. --- אנטשולדיק, --- האָט זי געזאָגט שוין מער געלאסן. -- איך ווייס אליין ניט... אָבער װאָס טוט מען? 3--5 18 די דאָזיקע פראגע איז געבליבן הענגען אין קיך, װי א שווארצע כמארע, פול מיט ניט קיין אויסגעדונערטן און ניט קיין אויסגעבליצטן. זײַנען זי געזעסן באם טיש, זיך געסטארעט ניט קוקן איינער אפן אנדערן און באהאנדלט אלץ יעדערער אף זײַן אויפן, יעדערער אין זיך. און ביידע האָבן אלע מאָל געכאפט א קוק אף דער טיר, צי האָט דאָרינקע זיך ניט אופגעכאפּט פון שלאָף, צי קלײַבט זי זיך ניט ארײַנקומען אין קיך. דאָס האָט געדארפט באטײַטן, אז ביידע ווילן באװאָרענען, אז דאָרינקע זאָל פון גאָרנישט ניט װיסן. דאָס איז געווען דאָס איינציקע, אין װאָס ביידע זײַנען געקומען צו א שטומער האסקאָמע. דערנאָך זײַנען זי נאָך לאנג געזעסן מיט צוגעמאכטע אויגן, װי אײַנגעדרעמלט. און מיט די געדאנקען זײַנען זי געווען אזוי װײַט אָפּגעשײדט איינער פונעם אנדערן, אז ס'איז שוין גלײַכער גע- ווען, װאָס די דאָזיקע געדאנקען זײַנען געבליבן ניט ארױיסגעזאָגט. פּלוצעם האָט פאינע זיך דערשראָקן פאר עפעס א קװיטש צי א גרילץ, װער װײיסט פונוואנען ער האָט זיך גענומען, איז צוגעגאנגען צום פענצטער; -- הער נאָר, װי דער װינט האָט זיך צעואַיעט! -- יאָ, -- האָט וואדים באשטעטיקט, -- עס הייבט זיך אָן א זאווערוכע. 2 א גאנצע נאכט האָט געוויכערט. ערגעץ אין א שכיינעסדיקער דירע צי אין אונטערשטן שטאָק האָט ניט אופגעהערט צו פּויקן א שלעכט צוגעמאכט פאָרטקעלע. וואדימען האָט אויס- געזען ביז גאָר מאָדנע, װאָס דאפקע אין אזא נאכט האָט בא אים געקאָנט אופקומען א פרי- לינגדיק בילד: ביימער, באזעצט מיט װײַסן צוויט, האָבן אײַנגעהילט אלץ ארום מיט באגי- נענדיקער פארכאָלעמטקײײַט, און עס װילט זיך ערגעץ גיין, לויפן... פונוואנעז זשע האָט פּלוצעם זיך גענומען דער שטורעמווינט? ער האָט אָפּגעריסן פון די ביימער די בלעטער מיטן צוויט, געמאכט פון אלץ טיל-טעל און אױסגעשפּרײט די רד מיט יונג פארשניטענער בליונג. אן אלטער בארנבוים האָט זיך געבויגן צו דער ערד, יאדעש- ליווע געקרעכצט און אונטערגעסקריפּעט. אפּאָנעם, אז דאָס אלץ איז געווען אין אים אליין, אין וואדימען --- די צעהוליעטע זא- ווערוכע און די צעצוויטעטע ביימער. און בלויז דאָס שלעכט אײַנגעמאָסטעטע פענצטער-טירל, װאָס האָט ניט אופגעהערט אליארעמען, איז געווען א דרויסנדיקס. ער איז אפילע אראָפּ פו- נעם געלעגער, צוגעגאנגען צו איין פענצטער, צו א צווייטן. אלץ איז געווען אין אָרדענונג, נאָר סײַװי האָט זיך אים געדוכט, אז די צעבושעוועטע זאווערוכע האָט זיך ארײַנגעריסן אין שטוב און טראָגט אראָפּ פון זייערע ערטער װוּ עפּעס א טישטעכל, װוּ א פאָרהענגל, צעשליי- דערט איבערן דיל װוּ עפּעס א פּאפּירל און מאכט די צימערן דרויסנדיק-אומהיימלעך. גרינער שניי און װײַסער צויט... װינטערדיקע קריע און פרילינגדיקע פארשיקערט- קײַט.. א מאָדנער געמיש פון זינלאָזיקײַטן און מעגושעמדיקע אומגעלומפּערטקײַטן, פון זיי קומט אוף א פּריקרע שנײַדעניש אין די שלייפן און צעוואקסט זיך אין א טעמפּן, פּרעסנדיקן קאָפּװייטעק. וועגן שלאָף איז שוין ניט געווען װאָס צו טראכטן. האָט ער ערשט איצט, נאָך אלעמען, גענומעז אויספרעגן זיך אליין נאָך מער גענוי און שטרענג, איידער זײַן פּאיִנע, און געקומען צום אויספיר, אז ער האָט אין אלע אויפאנים געהאנדלט אומדערלאָזבאר לײַכטױניק. סיי דערמיט, װאָס ער האָט געלאָזט זיך פארפירן פון זײַן שעף, סײַ דערמיט, װאָס ער האָט ניט דערשאצט דאָס קרימינעלע, װאָס ליגט אין אזא טאט. יאָ, פאיִנע איז טאקע גערעכט. א זעל- טענער פאל, ווען ער מוז אנערקענען, אז אין אזעלכע איניאָנים איז זי באהאוונט מער פון אים, דאָס פענצטער-טירעלע האָט ניט אופגעהערט צו פּױקן און ניט געלאָזט דעם שלאָף צו- קומען א ביסל נעענטער. צוגעװוינט אויסצומעסטן און אָפּצושאצן יעדן אייגענעם טאט, װי אויך יעדז דורכגעלאָפּענעם געדאנק, האָט ער אויך איצט געפּרוּװוט דערקלײַבן זיך צו די אורקוואלן, צום סאמע אָנהייב פון דעם, װאָס עס איז אין מעשעך פון יאָרן זיך צעוואקסן און געקומען צו אזא געפערלעכער גרענעץ. דערבײַ האָט ער, װי שטענדיק אין אזעלכע פאלן, גענומען די שולד אף זיך. מער װי ער האָט דאָס אינדערעמעסן פארדינט. ער האָט אלע 49 יאָרן זיך געקאטעוועט דערפאר, װאָס זײַנע געפילן צו פאינען זײַנען ניט אזעלכע, װי זײ װאָלטן געדארפט זײַן. אלע יאָרן האָט אין אים געלעבט א געהיימע שולד פאר דער פרױ און א שטומע טײַנע צו זיך אליין. אָפטמאָל האָט ער דאָס דערקלערט דערמיט, װאָס זייער ליבע איז פאר ביידן געווען א ביסל א פארשפּעטיקטע, און זיי ביידן האָט אויסגעפעלט יענער הייסער פלאם, װאָס קערט וועלטן און ברעכט מױיערן. איצט איז שוין שער צו פעסטשטעלן די מאָס און די שטארקײַט, די שוואכקײַט פון זייער ליבע. און װער ווייסט, צי איז ביכלאל פאראן אין דער װועלט אזא מאָס. אין איין זאך איז ער אָבער זיכער: זי איז געווען טאקע א געמיינזאמע, נאָר קיין געמיינזאמער טרוים איז ניט געװען. געטרוימט האָבן זי יעדערער באזונדער, און יעדערער פארשיידן. דאָס, װאָס זי האָט זיך ארויסגעוויזז א פרוי מיט א כאראקטער, האָט אים װײיניק-װאָס געקימערט. ער האָט איר שטענדיק נאָכגעגעבן, אמאָל מיט א שפּאס און אמאָל בלױז מיט א שמייכל. אָפּטמאָל האָט פאיִנע אפילע געקאָנט דערװײַזן, אז זי איז פון קאָפּ ביז די פיס אײַנגעטונקען אין רוכניִעסדיקן. װײַל--א שייז קלייד, בליאסקענדיקע שטיוועלעך און א בלענדנדיקער בראסלעט מאכן דעם מענטשן שענער אוֹן דערהויבענער. און ער, וואדים, װאָס איז שטענדיק פארנומען מיט זײַנע פּראָיעקטן, האָט אינגאנצן פארלוירן דעם געשמאק צו עסטעטיק. דיסקוטירן מיט פאינען איז געווען אן אומזיסטע טירכע. זי האָט שטענדיק ארויס" געשטעלט אזעלכע ארגומענטן, וועלכע האָבן אים געפּלעט מיט זייער זינלאָזיקײַט. נאָך אלעמען האָט ער ניט אופגעהערט הריזען זיך דערפאר, װאָס זײַנע געפילן צו פאי" נען זײַנען ניט אזעלכע, װי זיי װאָלטן געדארפט זײַן, און געסטארעט זיך אופשטעלן אין זיקאָרן דאָס, װאָס עס איז אמאָל יאָ געװען, דאָס, װאָס ער װעט שטענדיק דערמאַנען מיט גוטן. נאָך דעם, װי זינע האָט אים אזוי פרעך פאראטן, איז ער געווען אופּגעטראָגן אף אלע מיידלעך אין דער וועלט. אָבער אין איינעם א לויטערן זומערדיקן פארנאכט האָט ער דער" הערט א שטים. אים האָט זיך געדוכט, אז זי האָט אים א רוף געטאָן, און ער האָט זיך אויס" געקערעוועט אף צוריק. ניין, קיינער האָט אים ניט גערופן. אים איז אפילע שװער געװען צו באשטימען, װער פון אָט דער מיידלשער כאָפּטע פארמאָגט עס אזא דין, אזא קלינגעװדיק קעלעכל, און אָט דאָס קעלעכל האָט א הילך געטאָן פאר אים, װי א װידערקאָל פון יענער װײַטער צײַט, װוען ער איז יעדן פארנאכט געלאָפן צום טײַך. שוין פינף יאָר האָט ער יענע שטים ניט געהערט, און אים האָט זיך געדוכט, אז זי האָט זיך אינגאנצן אױסגעװעפּט פון זײַן זיקאָרן. און מיטאמאָל.... ער האָט דערפילט, װי דאָס הארץ האָט אָנגעהױבן אונטערטאנצן. און ער האָט געמוזט, געמוזט אָפּזוכן יענע, װאָס טראָגט מיט זיך אלע רעגעוודיקע קלאנגען פון יענע װײַטע פארנאכטן. עטלעכע טעג איז ער ארומגעגאנגען װי א פארכאָלעמטער. יעדן פארנאכט האָט ער שפּאי צירט איבער די סאמע ראשיקע גאסן, זיך אײַנגעהערט אינעם פריילעכן איבערוף פון פאר" שיידענע מיידלשע שטימען, אלץ געזוכט יענע, װאָס האָט אים אזוי פארקישעפט. א נארישע געשיכטע.. ער קאָן ביז הײַנט ניט זאָגן, צי דאָס איז טאקע געװען יענע שטים, װאָס ער האָט דערהערט צום ערשטן מאָל, צי זי איז בלױז געווען ענלעך אף יענערי באקאנט האָבן זי זיך גאנץ צופעליק, און ווען זי האָט אָנגערופן איר נאָמען, איז ער דער" ציטערט געװאָרן. א ביסל איז זי טאקע געווען ענלעך אף דער, ועלכע ער האָט זיך אויס" געמאָלט פאר די עטלעכע פארכאָלעמטע טעג, און א ביסל ניט. געווען איז זי אין איין עלטער מיט אים, עטװאָס העכער פון יענער און אפילע עטװאָס שטאלטנער. איר האָט געפעלט זינעס יונגע פארשײיטקײַט, דערפאר האָט זי פארמאָגט מער װאָגיקס: ערנסטע באדאכטקײַט און אמאָל אפילע שטרענגקײַט. און ניט אזוי אין אירע האנדלונגען, װי אין איר בליק, א בליק, װאָס רעגט, רופט און שרעקט א ביסל אויך. און טאקע די שטים... די שטים, װאָס האָט אלע מאָל ארויסגערופן בא אים דעם פלאטער פון יענעם ערשטן פארנאכט. איז ער פארליבט גע" װאָרן אין אלץ: אין איר שטרענגקײַט און באדאכטקײַט, אין איר קײַלעכדיק פארברענט פּאָ נעם, אין אירע פארטרויערטע שווארצע אויגן און אין אירע גלאט-פארקעמטע שווארצע האָר, וועלכע האָבן שטענדיק געגלאנצט, גלײַך זי איז נאָרװאָס ארויסגעשװוּמען פון אונטערן ווא" סער... יאָ, עס זײַנען געווען פּרעכטיקע און אומפארגעסלעכע אָװנטן, אמאָל ביז גאָר באריי" דעוודיקע און אמאָל ביז ווייטעק שװײַגנדיקע. עס זײַנען געװען טעג און שאָען, פול מיט ; דערווארטונג, און ס'איז געווען... ס'איז געווען... אוואדע איז געווען אלץ. און גליק אױןײי כאָטש, װער קאָן פּינקטלעך זאָגן, װאָס איז דאָס אזוינס, גליק! 50 אָבער פארװאָס. פארװאָס האָט שפּעטער די שטים אָנגעװוירן איר קלינגעװדיקײַט! פאף- װאָס האָט אָנגעהויבן פארשווונדן װערן די פארקישעפטקײַט און ס'איז ביסלעכװײַז אופגע- קומען א שרעקלעכער געפיל פון אָפּגעפרעמדטקײַט? גראָד איצט, װען דאָס האָט זיך אנט- פּלעקט אזוי שוידערלעך-אנטבלויזט, איז אים זייער נייטיק געװוען פעסטשטעל, װען האָט זיך עס אָנגעהויבן און מיט װאָס איז עס מערסטנטייל פארבונדן. צי איז דאָס בלױז א רע- זולטאט פון דער פארשײידנקײַט פון זייערע טרוימען? צי איז ניט צוגעקומען נאָך עפּעס! צי האָט ניט געווירקט אף דעם יענע נאכט אין צוג, ווען ס'האָט װידער א קלונג געטאָן די שטים פון יענע פארנאכטן? ניט קיין ענלעכע און ניט קיין װידערקאָל, נאָר טאקע יענע שטים אליין?., ...דער צוג, װאָס האָט געדארפט אָנקומען אזייגער צען אין אָװנט, האָט פארשפּעטיקט אף עטלעכע שאָ, און ער, אן אויסגעמאטערטער פון א שווערער, פארצויגענער קאָמאנדירונג אין א פארװאָרפענעם ייִשעוו, אָן א לײַטישן האָטעל און אָן א ווארעמען מיטיק, איז געבליבן שטעקן אף דער קליינינקער און שוואך באלויכטענער סטאנציע, ווארטנדיק אף א נעס. צװיי שאָ נאָכאנאנד האָט ער אײַנגעטײַנעט מיט דער קאסירשע, וועלכע האָט געדרעמלט לעבן האלב-צוגעמאכטן פענצטערל, זי זאָל אים אײַנאָרדענען א בילעט אין א קופּיינע װאגאָן. די קאסירשע האָט אלע מאָל, א דערצאָרנטע, צוגעמאכט דאָס פענצטערל און בײיסמײַסע באשאָנ- קען אים, דעם כוצפּעדיקן פּארשוין, מיט ניט קיין איידעלע ווערטער. האָט ער שוין געמוזט אָפּווכן דעם נאטשאלניק פון דער סטאנציע און פאָרנעמען דאָס, װאָס עס איז אים שטענדיק געווען דערוידער: ער האָט זיך פאָרגעשטעלט װער ער איז און צוליב װאָס האָט ער פאר. בראכט אין אָט דעם ייִשעוו אריבער א װאָך. וועגן דעם זאװאָד פון כימישער אינדוסטריע, װאָס האָט זיך דאָ פּראָיעקטירט, האָבן געװוּסט קליין און גרויס, און דאָס האָט לױט זײַן כעזשבן געדארפט װירקן אויך אף דעם נאטשאלניק פון דער סטאנציע. ער האָט קיין טאָעט ניט געהאט. יענער האָט געהייסן דער קאסירשע אף זײַן אכרײַעס פארקויפן א בילעט אין קופּיינע וואגאָן. כאָטש דער צוג שטייט דאָ אינגאנצן דרײַ מינוט, און ערטער, אוב זיי זײַנען פאראן, באקומט מען דאָ בלויז אין די אלגעמיינע וואגאָנען. קוים דערווארט זיך אפן צוג, איז וואדים ארײַנגעשפּרונגען אין וואגאָן א פארסאָפּעטער, געוויזן דער קאַנדוקטאָרשע דעם בילעט. זי האָט געעפנט א קופּע און אים אויסגעבעט דאָס פּרײַע אָרט אף דער אייבערשטער פּאָלקע. ווי-ניט-איז זיך אײַנגעמאָסטעט אוו זיך געקליבן װאָס גיכער אנשלאָפן װערן, האָט ער דערפילט, װי מיטאמאָל האָט אין אים עפּעס א רודעװע געטאָן. אים האָט זיך געדוכט, אז ער האָט דערהערט א באקאנטע, זייער א באקאנטע שטים. באטראכט מער ניכטער דאָס, װאָס אים האָט זיך געדוכט, איז ער געקומען צום אויספיר, אז דאָס איז געווען ניט מער וי א זיפץ. א שטילער זיפץ פון שלאָף. אָבער אויך דער זיפץ... אזא באקאנטער און אזא. רעגעוו" דיקער, װי א װידערקאָל, צי עפשער גאָר אזוינס, װאָס א פארבלאָנדזשעט ווינטעלע האָט פארטראָגן אהער פון זייער װײַט... אזוי איז ער, אפּאָנעם, אנשלאָפן געװאָרן, צי בלויז איין- געדרעמלט, און אלץ, װאָס ער האָט װײַטער געפילט, איז געווען מער ענלעך אף א װײַטער, ניט קלאָרער דערמאָנונג, אָדער גאָר אף אזוינס, װאָס געפינט זיך צווישן כאָלעם און װאָר, ענלעך אף א דורכגעשװווּמענעם װאָלקן, װאָס נעמט אלע מאָל אָן אן אנדער געשטאלט-- אָט א ביסל בוילעטער און אָט אינגאנצן צעשװווּמען. ער האָט זיך אליין אויך דערפילט צווישן די װאָלקנס און געשװוּמען איבער זיי מיט א ניט ערדישער לײַכטקײַט. מיטאמאָל האָט איין װײַט װאָלקנדל זיך אויסגעפורעמט אין א מיידלשער האנט, ווען דורכן וואגאָן"פענצטער האָט אָנגעהױבן ארײַנקוקן דער באגינען און האָט אים ארויסגעפירט פון זײַן פארכאָלעמטקײַט, האָט ער װידער גענומעז ארומקוקן זיך מיט יענער זיכערקייט, אז ערגעץ דאָ. ביז גאָר נאָענט, טאקע באנאנד, שװעבט ארום אין דער לופט אזוינס, װאָס װעט מוזן אינגיכן זיך אנטפּלעקן. מיט אָט דער זיכערקײַט האָט ער זיך פאר- בויגן און ס'האָט זיך גלײַך אים פארדרייט דער קאָפּ, ס'האָט אִים אָנגעהױיבן זיך דוכטן, אז אָט באלד װעט אלץ זיך איבערקערן: אף אים האָבן אָנגעשטרענגט געקוקט א פּאָר ברייט- צעעפנטע אויגן, געקוקט, פול מיט שטוינונג, מיט פרייד, מיט שעמערירנדיקן גלאנץ. אירע אויגן! זי האָבן לאנג געקוקט איינער אפן אנדערן, װי געשלאָגן זיך מיט דער דייע, ניט גלייבן- דיק אין דער מעגלעכקײַט פון אזא נעס.. געקוקט און געשטױנט, זיך געכידעשט און גע- ווארט נאָך אף א נעס: עס זאָלן כאָטש אף א װײַלע פארשווינדן די דורכגעלאָפּענע יאָרף און עס זאָל אופקומען יענע הײמישקײַט, יענע ווארעמע ארומגענומענקײַט, ווען זי זײַנען געזעסן אינעם האלב-צעוואלגערטן קלויסטערל... זײי האָבן צו לאנג געקוקט איינער אפן אנדערן, צו קלאָר אוסגעליענט אלץ, װאָס עס האָט ארויסגעשטראלט פון זייערע ברייט. 1 צעעפנטע אויגן. און מיטאמאָל... װי דערשראָקן זיך, אז די דאָזיקע קעגנזײַטיקע באטראכטונג זאָל ניט אריבער די דערלאָזטע מאָס, האָט זינע ארויסגעבראכט א ביסל העפקערדיק און א ביסל בארויגעזלעך: -- װאָס באקוקסטו מיך אזוי? -- לאנג ניט געזען. -- זיך שטארק געענדערט? קעדיי ענטפערן אף דער פראגע, האָט ער פּריִער געדארפט א טראכט טאָן װיפל יאָרן האָבן זי זיך ניט געזען און אין װאָס באשטייט די ענדערונג. ריכטיקער, װאָס האָט אין איר זיך געענדערט און װאָס איז געבליבן װי געווען. זי איז פארשװווּנדן געװאָרן פון זייער שטאָט טאקע אין יענעם זומער, און ער האָט ניט געװוּסט, װוּהין זי איז אהינגעקומען און װאָס מיט איר איז געשען. צי האָט זי זיך מיט איר מאן איבערגעפירט אין אן אינסטיטוט פון אן אנדער |שטאָט, צי יענער איז ביכלאל קיין סטודענט ניט געװען, געארבעט ערגעץ, און זי איז גלײַך אריבערגעפאָרן צו אים. וויפל זשע יאָרן זײַנען אועק? נו יאָ, פיר יאָר האָט ער זיך געלערנט, כאסענע געהאט האָט ער א יאָר נאָכן ענדיקן דעם אינסטיטוט, און דאָרינקע איז שוין א שילערן פונעם צווייטן קלאס. איז שוין אריבער... ער האָט, אפּאָנעם, צו לאנג גערעכנט, און דאָס האָט געגעבן א מעגלעכקײַט זינען א שפּאס טאָן -- און דו ביסט אלץ אזא, וי געווען. -- אין וועלכן זין? --- דו מוזסט אלץ אויסרעכענען ביז א מילימעטער. --- א פּראָפּעסיאָנעלע געוװױינהײַט. --- װאָס זשע האָסטו אויסגערעכנט? -- װאָס זאָל איך דיר זאָגן? דײַנע אויגן, דײַנע לאָקאָנעס... זינע האָט פארהויבן די האנט אף ברענגען אין אָרדענונג די לאָקאָנעס, און וואדים האָט א ציטער געטאָן פונעם געדאנק, אז דאָס האָט אין דער פינצטער אים א בלענד געטאָן א באוועגונג פון איר האנט, אזוי אים צערודערט און ארויסגערופן יענעם מאָדנעם כאָלעם, ווען אף א װײַטן װאָלקן האָט זיך באוויזן א האנט... מעגלעך, זינען האָט זיך געדוכט, אז זייער שמועס נעמט אָן א געפערלעכע ריכטונג, און עפשער פארקערט -- זי האָט געװאָלט, ער זאָל זען אירע לאָקאָנעס אין פולן גלאנץ. זי האָט זיך אופגעזעצט, א טרייסל געטאָן מיטן קאָפּ, און וואדימען האָט זיך געדוכט, אז די לאָקאָנעס האָבן אָנגעהױבן אונטערקלינגען מיט א שטילן און דינעם קלאנג. דערנאָך האָט זי פּאמעלעך צונויפגעשפּיליעט דאָס דינע כאלאטל און אראָפּגעלאָזט די פיס אין די שטעקשיך. --- איך װעל גיין זיך איבערטאָן, -- האָט זי געזאָגט א ביסל פארשעמט און װידער זיך א נעם געטאָן פאר די לאָקאָנעס.--אין דרײַ שאָ ארום דארף איך אראָפּגײן. דו פאָרסט װײַטער? --- יאָ, פיל װײַטער. --- וועלן מיר כאָטש אָפּפּרישטיקן איניינעם. ווען זי איז אין א האלבער שאָ ארום ארײַן צוריק אין קופּע, האָט ער געמוזט אפסנײַ זי באקוקן און װידער שטוינען. די שמאָלע, מענערישע גוט אױסגעפּרעסטע חויזן און דאָס קורצע, א ביסל ענגלעך קאָפּטעלע האָבן זי געמאכט העכער, איידעלער און שטאלטנער. און די לאָקאָנעס... שוין ניט יענע ווילדע און פארשײַטע טרײַבעלעך, װאָס זײַנען ארומגעשפּרונ" גען איבער די פּלייצעס, װי וועווריקלעך, נאָר עמעסדיק אױסגעמײַסטרעװעטע, אױסגעכאָליע- טע, ביז גאָר סטאטעטשנע, פוֹל מיט אייגענער וירדע, מיט װאָרענענדיקער שטרענגקײַט. זינע מיט איר איבעראשנדיקער גרינגקײַט און עלעגאנטקײַט פון א יונגער שײנהײַט, מיט אלע אױסערלעכקײַטן פון א הײַנטצײַטיקער פרוי, װאָס קאָן זיך אליין גאנץ גוט, װוייסט, װאָס אונטערצושטרײַכן און װאָס צו פארשטעלן, האָט מיטאמאָל אים אריבערגעטראָגן אין גאָר אנדערע צײַטן. באזונדערס, װען זי האָט א קוק געטאָן אף אים מיט יענעם אמאָליקן בליק, פול מיט שטומע בליצעלעך... נו, װאָס װעסטו איצט זאָגן?-- די דאָזיקע פראגע האָט זיך געלײיענט אף איר גלאטן שמייכלענדיקן פּאָנעם, און אין אירע שײַנענדיקע אויגן, פול מיט אומפארשטעלטער פרייד פון א פרוי, װאָס ווייסט, אז זי איז שיין. -- יאָ, -- האָט ער איבעראשט ארױסגעשעפּטשעט. -- מע דארף זאָגןײ. -- װאָס דארף מען זאָגן?-- האָט זי געזאָגט פאָדערנדיק און ארויסרופעריש. -- דו ביסט.., --- נאָך שענער, װוי. געווען? 52 -- נו, יאָ... -- ענדלעך, -- האָט זי וי אָפּגעזיפצט, ארויסגעלאָזט איר אמאָליק שטיפעריש שמייכעלע און וי גאָר אמאָל א שויבער געטאָן זײַנע נאָך ניט צוגעקעמטע האָר. --- איך שטעל זיך פאָר, וי דײַן פרוי דארף זײַן שווער מיט דיר. א גוט װאָרט דארף מען ארויסשלעפּן בא דיר מיט צוואנגען. האָט וואדים אויך ארויסגערופן זײַן אמאָליק שמייכעלע און מיט פולער אונטערטעניקײַט פאנאנדערגענומען די הענט: ,װאָס זאָל איך טאָן, אזא בין איך שויף!" -- נו, יאָ,-- האָט זי אָפּגעענטפערט אף זײַן שטומער אנערקענונג.---גאנץ מעגלעך, זאָלסט געווען זײַן א ביסל באריידעוודיקער... דאָס אופגעוואכטע שמייכעלע האָט זיך געהאלטן אין זיי די גאנצע צײַט, בייס זיי האָבן ארויסגעלייגט אפן קליינינקן טישעלע זייערע שפּײַזירעזערװן. ער--א שטיקל אלטגעבאקן ברויט און א פארטריקנט שטיקל װוּרשט, זי -- עטלעכע צעלאָפאנעווע טאָרבעלעך מיט פיל פארשיידס: געקאָכטע אייער, א געבראָטן הינדעלע, א צעשניטענעם האָניק-לעקעך און די- נינקע פּלעצעלעך. זיי האָבן געשיילט די אייער און געשמייכלט, צוגעביסן און געשמייכלט, געטרונקען טיי אוּן נאָך מער געשמייכלט. באזונדערס דאן, ווען די גלעזער זײַנען אונטער- געשפּרונגען אין זייערע ציטערנדיקע הענט. זיי האָבן געקוקט איינער אפן אנדערן, עפשער מער איינער דורכן אנדערן, און דאָס שטומע שמייכעלע איז געווען אזוי רײַך, אזוי אָנגעזע- טיקט מיט אמאָליקן, שוֹין לאנג ניט געזעענעם, אז זיי האָבן מוירע געהאט ארויסרעדן א װאָרט, די רעגעוודיקע זעונגען זאָלן ניט פארשווינדן. דער צוג האָט געיאָגט אנטקעגן דעם לױטערן, זוניקן באגינען און אוועקגעפירט ביידן אלץ װײַטער צו יענע פארנאכטן לעבן טײַך, צו יענער ווערבע מיט איר גרינעם העסעבעט, צו יענעם קלויסטערל, װאַס זשע האָבן זי פּלוצעם דערפילט אזוינס, װאָס עס האַט פארטריבן דאָס שמייכעלע, און זיי זײַנען געװאָרן ביז גאָר פארומערט, פארטרויערט און װי בארויגעזלעך-אָפּגעפרעמדט? ס'האָט מיטאמאָל ניט געסטײַעט די וערבע, דאָס קלויסטערל, און ס'איז אופגעקומען דאָס, װאָס עס האָט נישט געקאָנט ניט אופקומען. און װעגן דעם האָט מען אוואדע ניט געטאָרט רעדן. נאָר סײַװי האָט זיך גערעדט וועגן דעם, גערעדט אָז װערטער, און בא ביידן--װי א כמארעלע װאָלט פארבויגן זייערע פריַער שטראלנדיקע פּענעמער. זיי איז מיטאמאָל שװוער געװאָרן קוקן איינער אפן אנדערן און זיי האָבן אויסגעקערעװועט די פּענעמער צום פענצטער, וי געװאָלט פעסטשטעלן, פארװאָס איז פּלוצעם אלץ ארום אזוי פארטונקלט געװאָרן. ניין, פון יענער זײַט פענצטער איז דער אָנקומענדיקער טאָג געװאָרן אלץ העכער, און די זון, שוין אופגעהויבן זיך װוײַט פונעם הימל-ראנד, האָט מיטגעטאנצט איניינעם מיטן יאָגנדיקן צוג. נאָר די רעדער האָבן ניט אופגעהערט קלאפן אָפּציילנדיק די אָפּגעפאָרענע װאָרסטן.. די אָפּגעפאָרענע װיאָרסטן און די פארבליבענע מינוטן, זינע האָט די ערשטע דערפילט די געפאר פון אָט דער זיך מינענדיקער שטימונג און געפּרוּווט זי לינדערן מיט א פראגע, װאָס האָט געדארפט פאר ביידן א קלינג טאָן אויסניכ- טערנדיק: -- װאָס איז בא דיר, א ייִנגעלע צי א מיידעלע? -- א מיידעלע, -- האָט ער אָפּגעענטפערט און דערפילט, אז די פראגע און דער ענטפער איז אויסגעוואקסן צווישן זיי וי א וואנט. -- און בא דיר?-- האָט ער געפרעגט מיט א געפאלענער שטים. -- בא מיר אויך א מיידעלע. א שאָד... זי האָט אף א װײײַלע צוגעמאכט די אויגן, װי ניט געװאָלט זען די שטוינונג, װאָס װעט זיך באװײַזן.אף זײַן פּאָנעם. צוגעווארט, ער זאָל פרעגן, װאָס עס איז איר א שאָד און ניט דערווארט; זיך אף זײַן פראגע, האָט זי אליין אף איר געענטפערט: -- איך האָב געמיינט... עפשער כאָטש אונדזערע קינדער.. ערשט איצט האָבן זי באמערקט, אז פאר די באנאכטיקע שאָען זײַנען אין קופע פאָר- געקומען וועזנטלעכע ענדערונגען. ביידע פּאסאזשירן זײַנען אװעק, און זיי זײַנען געבליבן אינצווייען. דערמיט האָבן זיי זיך דערפילט א ביסעלע פרײַער און פיל געבונדענער. די וי- דער אופגעקומענע שװוייגעניש האָט פארמאָגט אין זיך שוין גאָר עפּעס אנדערשס. און ס'איז ווידער געשען דאָס זעלבע: ביידע האָבן מוירע געהאט עפּעס ארויסרעדן, עס זאָל מיט עפּעס א װאָרט ניט צעשטערט װערן דער נעס, די ווּנדערבארע פּאָר שאָ, װאָס װעלן אינגיכן מוזן זיך ענדיקן. און דאָך... דאָך האָט זי ניט געקאָנט אײַנהאלטן זיך פון איין פראגע: -- ביסט גליקלעך? 3 -- פארשטייט זיך, און דו? -- וי אנדערש? אין די פראגן און אין די ענטפערס איז געווען פול מיט געוויטער, און זיי האָבן דאָס ביידע טייקעף דערפילט. און ביידע האָבן זיך דערשראָקן פאר דעם ניט דערזאָגטן, פאר דעם, װאָס עס האָט מעגלעך געקאָנט, נאָר ניט געטאָרט ארױסגעזאָגט װערן. זינע האָט פּלוצעם ארופגעלייגט די הענט אפן טישל. ניט ארופגעלייגט, נאָר אױסגעשפּרײט זיי, פארדעקט דאָס טישטעכל? מיט אירע דינע, לענגלעכע פינגער, יעדער פינגער באזונדער, און יעדער פינגער האָט וי געשריגן צו אים, געבעטן זיך, געדראָעט און געװאָרנט.. צי האָט ער יאָ פארשטאנען, װאָס זי מיינט דערמיט, צי עפשער ניט.. מעגלעך, אז די פינגער האָבן געמיינט גאָר עפּעס אנדערש. עפשער האָט זי אליין ניט געװוּסט, װאָס זי וויל דערמיט זאָגן, נאָר ער האָט אנדערש ניט געקאָנט. ער האָט געמוזט זיי א גלעט טאָן. פּאָשעט גרינג א גלעט טאָן, און שוין. און זאָל אין דעם זײַן דאָס, װאָס זי אליין וויל. זאָל דאָס זײַן ניט מער װי א טרייסט צו דעם ניט ארױסגעזאָגטן, אָדער, אויב זי וויל, --- יענץ מער ויכ- טיקערע, מער וועזנטלעכע, פאר ביידע ביז גאָר טײַערע און אומפארגעסלעכע. זינע האָט מיט גאָרנישט ניט ארויסגעוויזן איר צושטאנד, אפילע מיט קיין ריר ניט געענטפערט אף זײַן גלעט, בלויז צוגעזשמורעט די אויגן און שטיל, שטיל א זיפץ געטאָן, װי אײַנגעזאפּט אין זיך דעם באריר פון זײַנע פינגער. וואדים האָט אלץ פארשטאנען, ריכטיקער, זיך אָנגעשטױסן. א װײַלע האָט ער זיך דערפילט װי פארשיקערט און אָנגעשטרענגט אלע קויכעס אף װאָס גיכער אויסניכטערן זיך. די פארשיקערטקײַט איז פארבײיי, נאָר ס'איז אופגעקומען גאָר א נײַס, אין וועלכן ער האָט ביז איצט אפילע ניט כוישעד געווען---א געפיל פון פיליאָריקער פאר- קניפּטקײַט. ער האָט געפּרוּווט אױיסקלאָרן אָט דעם געפיל, װאָס איז ענלעך אף נאָענטער צי עפשער װײַטער קרויוועשאפט, נאָר דאָס איז געווען צו אָרעם און אײנזײַטיק אף איסדריקן דאָס, װאָס ער האָט געפילט. עפשער איז עס גאָר א באגריף, וועלכער דארף ערשט אויסגע- טײַטשט ווערן. נאָר װי מע זאָל עס ניט אָנרופן, װישט עס מיטאמאָל אָפּ די פארפלויגענע צײַט, מאכט ביז גאָר ווייטעקלעך די פּלוצעם אופגעקומענע נאָענטקײַט און גיט איר צו א נײַעם, ניט קלאָרן געפיל פון בענקעניש און כאראָטע.. עפשער, עפשער האָט טאקע אלץ געקאָנט זײַן אנדערש, און אין דעם, װאָס עס איז געשען, איז שולדיק ניט נאָר זי, נאָר ער אליין אויך. דערנאָך איז אופגעקומען נאָך ערגערס: א געדאנק, אז אין אלעמען איז שולדיק ער אליין. און איבער אים... איבער אים האָט איר ענטפער ועגן גליק א קלונג געטאָן מיט אזויפיל ניט דערזאָגטן, דאָס האָט אוואדע געקאָנט א ביסעלע טרייסטן, נאָר ער האָט ניט געזוכט קיין טרייסט. זייערע געדאנקען האָבן, זעט אויס, ארומגעשוועבט זייער נאָענט איינער לעבן אנדערן, אָפּטמאָל אפילע זיך איבערגעקרייצט, און זינע האָט פּלוצעם ארויסגעזיפצט: -- יאָ, דאָס לעבן טוט אמאָל א דריי מיטן מענטשן... -- אוֹן עפשער פארקערט?--- האָט ער געפּרוּווט דערװוידערן. -- װאָס איז די נאפקעמינע?-- אינעם גלאנץ פון אירע אויגן האָבן קלאָר זיך אָנגעזען א פּאָר דריבנע טרערעלעך. -- טוסט אמאָל אָפּ א זאך ניט באטראכט, און דו מוזסט דערנאָך צאָלן דערפאר דאָס גאנצע לעבן. וואדים האָט שוין כאראָטע געהאט פאר זײַן ,פארקערט", אין וועלכן ס'איז געווען א רעמעזל אף איר אמאָליקער לײַכטזיניקײַט. אים איז געװאָרן אומעטיק פונעם ראכמאָנעס- געפיל, װאָס האָט אים דורכגענומען, װי מיט א פרעסטעלע. ס'האָט זיך גאַר געװאָלט אָנהייבן זי טרייסטן, אײַנרעדן, אז ס'איז ניט אזוי שרעקלעך, אז אלץ װעט זײַן גוט, כאָטש... װאָס איז שרעקלעך, צי ניט שרעקלעך, צי װאָס וועט נאָך זײַן גוט, װאָלט אים שווער געווען דער- קלערן. נאָר איר פּלוצעם אופגעקומענע צוטרױלעכקײַט האָט נאָך מער צערודערט אין אים דעם געפיל פון לאנגאָניקער קרויוועשאפט, און אים האָט זיך זייער געװאָלט מיט עפּעס מיטהעלפן איר, באשיצן זי. און װוידער דאָס זעלבע: פון װאָס און פון װועמען? און צי ניי- טיקט זי זיך אין זײַן הילף און אין זײַן באשיצונג? זייער שמועס האָט זיך פארקליבן אין א טעמפּן ווינקל, אוו ביידע האָבן ניט געװוּסט, וויאזוי ארויסקלײַבן זיך און מיט װאָס פארפולן די פארבליבענע פּאָר שאָ. וואדים האָט שוין ניט געװוּסט, װאָס װויל ער שטארקער: צי דער צוג זאָל נאָך לאנג זיי פירן איניינעם, זיי זאָלן ווידער אָנהייבן דערמאָנעז דאָס אמאָליקע, צי עס זאָל זיך שוין גיכער באװײַזן די סטאנציע, -אף וועלכער זי דארף אראָפּגײן. זיי האָבן ניט באמערקט, װי דער הימל איז פארכמארעט געװאָרן און עס האָט אָנגעהױבן מאראקען א דין, ניט קיין זומערדיק רעגנדל. װי ס'װאָלט אָקאָרשט עמעצן ארויסבאגלייט, איז 4 דאָס א פארסאָפּעטס נאָכגעלאָפן נאָכן צוג און שטיל, װי מיט שטומע טרערן, באוואשן די ווא- גאָפענצטער מיט שמאָלע, גלאנציקע און פארקרימטע פּאסיקלעך. אין קופּע איז געװאָרן ביין- האשמאָשעסדיק טונקל, און די מעגושעמדיקע שאָטנדלעך זײַנען געבליבן הענגען מיט פיל ניט קיין געשטעלטע פראגן און ניט קיין באקומענע ענטפערס: װוּהין יעדערער פאָרט, אהיים צי פון דער היים, װוּ, אייגנטלעך, ארבעט מען און װוּ װוינט מען. און דאָס, װאָס די פראגן זײַנען ניט געשטעלט און ניט פארענטפערט געװאָרן, האָט צוגעגעבן זייער באגעגעניש און זייער גע- זעגעניש פיל טרויעריקס און ווייטעקלעכס. פיל מער, װי זיי איז געקומען. דערפון איז ביידן קלאָר געװאָרן, אז די באגעגעניש װעט ניט האָבן קיין פאָרזעצונג. זי װעט בלײַבן הענגען אין זייער זיקאָרן, װי אָט די ביינהאשמאָשעסדיקע שאָטנדלעך, און װעט בלויז פון מאָל צו מאָל דורכיאָגן אין זייערע געדאנקען ---אמאָל, װי א דורכגעשװוּמענער װאָלקן, און אמאָל, װי א גרויער באגינען. וי מיד געװאָרן פונעם יאָגו אונטערן רעגן, האָט דער צוג אָנגעהױבן גיין װאָס אמאָל פּאמעלעכער. זינע האָט זיך אופגעהויבן, א נעם געטאָן אין האנט איר גרינג טשעמאָדאנטשיקל, און, ניט ארויסגעבראכט קיין װאָרט, זיך געלאָזט צום ארויסגאנג. וואדים איז אוועק נאָך איר, ערשט באם סאמע טירל פונעם ואגאָן האָט זי ארױיסגעשעפּטשעט: -- אָט די באגעגעניש... זי װעט בלײַבן אין מיר אף שטענדיק, -- אין מיר אויך, --- האָט ער אָפּגעענטפערט. -- און איך װאָלט זייער געװאָלט, דו זאָלסט זײַן גליקלעך, -- איך אויך... זייער... ער האָט געװאָלט אראָפּ איניינעם מיט איר פון די טרעפּלעך, נאָר זי האָט אים ניט געלאָזט. עס רעגנט, האָט זי געזאָגט, און ער איז ארויס אָן דעם מאנטל. און שוין אף די טרעפּ.. ער האָט צוערשט ניט פארשטאנען די באוועגונג פון אירע הענט, וועלכע האָבן זיך פארהויבן, װי אף ארומצונעמען. ער האָט זיך א ריס געטאָן, פארבגן דעם קאָפּ, גרייט אָפּענטפערן מיט דעם זעלבן, נאָר ער האָט א טאָעס געהאט. זי האָט בלויז א נעם געטאָן מיט ביידע הענט זײַן אָפּגעלאָזטן און פארקרימטן שניפּס, א צי געטאָן ארוף און אים אויסגעגלײַכט, ער איז נאָך לאנג געשטאנען אף די טרעפּלעך, געקוקט, װי זי גייט אוועק אלץ װײַטער און װײַטער. עפשער װעט זי זיך אף א װײַלע אומקוקן און א פאָכע טאָן אים מיט דער האנט? זי האָט זיך ניט אומגעקוקט, ניט קיין פאָכע געטאָן, בלויז דאָס דינע מאנטעלע אירס, באטריפט מיט די רעגן-טראָפּנס, האָט געגלאנצט װאָס אמאָל שטארקער. זי איז שוין קימאט אינגאנצן פארשװװוּנדן צװישן די פּאסאזשירן, וועלכע האָבן אין אײַלעניש געשפּאנט איבערן פּעראָן, נאָר דאָס מאנטעלע האָט ניט אופגעהערט ארויסגלאנצן, װי געפאָכעט צו אים פונדער- װײַטנס. דאָס איינציקע באקאנטע מאנטעלע צװישן פיל אומבאקאנטע.. אפילע אינדערהיים האָט ער לאנג ניט געקאָנט קומען צו"זיך, זיך געשעמט קוקן פאינען אין די אויגן, זיך געשעמט פאר דער גאנצער ועלט, גלײַך ער האָט אראָפּגעכאפּט בא איר א פיל גרעסערן כיילעק, װי אים איז געקומען. און געסטארעט זיך דעקן דאָס מיט פארשארפ- טער זאָרג און אופמערקזאמקײַיט צו פאינען. מיט דער צײַט האָט יענע באגעגעניש אָנגעװױרן איר פריִערדיקע רעגעװדיקײַט, וי אױסגעװועפּט זיך. און ס'איז שוין ניט געווען קיין נײיטיקײַט זי דעקן מיט עפּעס. אלץ איז אוועק מיטן פריערדיקן גאנג, און גראָד הײַנטיקע נאכט... אין דרויסן האָט זאווערוכעוועט, און אים האָט זיך געדוכט, אז ער זעט ביימער, באפּוצ- טע מיט יונגן צוויט. און ביידע זאכן -- דאָס צעזאווערוכעטע און דאָס צעבליטע -- האָבן אים וי צעוויגט, װי צעהוידעט און אופגעהויבן אף אזא יאָמטעװדיקער הייך, אז ס'האָט זיך אים פארדרייט דער קאָפּ. ער האָט זיך דערשראָקן, אז פאינע זאָל עפּעס ניט דערהערן, ניט דערפילן פון דעם, װאָס מיט אים קומט פאָר, האָט ער זיך אָפּגערוקט א ביסל װײַטער. די שרעק איז געװאָרן נאָך גרעסער, ווען בא אים איז דורכגעלאָפן א געדאנק, אז פאינע, קאָן זײַן, שלאָפּט אויך ניט און איז געוויס אויך פארטיפט אין אירע אייגענע געדאנקען. און אירע געדאנקען דארפן געוויס זײַן זייער װײַט פון זײַנע. זי טראכט געוויס, אז מיט דער מאשין, אף וועלכער זי האָבן עטלעכע יאָר געקליבן געלט, װעט מען מון צוווארטן, און דאָס פארטידיקן די קאנדידאטסקע װוערט אויך אָפּגעלײגט אף אן אומבאשטימטער צײַט. װי קאָן מען עס פארטיי- דיקן א קאנדידאטסקע, ווען מע געפינט זיך אף צוואנגס-ארבעט? { צו דער מאשין איז ער געווען מער װי גלײַכגילטיק. אין דער דיסערטאציע האָט ער ארײַנגעלײגט פינף יאָר לעבן, הונדערטער שלאָפּלאָזע נעכט. נאָר װי דאָס זאָל ניט זײַן, האָט פאיִנע געהאלטן ביידע זאכן פאר שוטפעסדיקע, און איצט האָט אוואדע אין איר אלץ געקאָכט 9 דערפאר, װאָס דאָס, װאָס זי האָט שוין קימאט געהאלטן אין די הענט און װאָס האָט געדארפט איר, דעריקער טאקע איר, צוגעבן מער זעלבסטװירדע און מער כשיוועס בא אלע אירע פרײַנט און מיטארבעטער, און א ביסעלע קינע אויך פון זייער זײַט, האָט פּלוצעם זיך אָפּגע- רוקט אף אזא װײַטן מעהאלעך. וואדים האָט מאמאָשעסדיק געלייענט אירע געדאנקען לוט דעם, װי זי האָט אלע מאָל זיך א קערעווע געטאָן אוּן בייז עפּעס א שעפּטשע געטאָן צו זיך אליין. און עפשער טאקע גראָד צו איִם. און געוויס ווארפט זי אים ווידער אױס, אז ער איז אָפּגעשטאנען פונעם לעבן, פון דער צײַט, אז ער איז צו אלטמאָדיש מיט זײַן אָרנטלעכקײַט, מיט זײַן נארישער פרומקײַט און טוט אלע מאָל אפצולאָכעס זיך אליין. פון אלע זאכן, וועלכע ער האָט באטראכט הײַנטיקע נאכט, זאכן, װאָס האָבן ערשט גע- דארפט אױסגעקלאָרט װערן אין די נאָענטסטע טעג, איז איין זאך אים געװאָרן קלאָר ביזן סאָף. און דערפון איז אים געװאָרן גרינגער אפן הארצן. צו דעם, װאָס עס קומט פאָר צווישן אים און זײַן פאיִנען, צו דער אלץ וואקסנדיקער אָפּגעפרעמדטקײַט, האָט יענע באגעגעניש אין צוג קיין שום שייכעס ניט. בייסן פרישטיק, וועלכן ביידע האָבן זיך געסטארעט אָפּכאפּן שװײַגנדיק, האָט פאינע דאָך נישט געקאָנט ניט ארױסזאָגן דאָס, וועגן װאָס זי האָט די גאנצע נאכט געטראכט: --- װאָלסט געדארפט ארײַנגײן צום טאטן, עפשער װעט ער מיט עפּעס העלפן. ער קען דאָך!.. -- בעשום-אויפן ניט, -- האָט וואדים קימאט אויסגעשריגן. --- דער טאטע, די מאמע, זיי דארפן אוואדע דערפון ניט וויסן! 3 ווען באָריס װלאדימיראָװיטש האָט אפן אנדערן טאָג נאָך דעם, װי ער איז אװעק אף פּענסיע, אוועקגעשטעלט בא זיך אין קיך א שוסטער-בענקעלע, אָנגעטאָן א שוסטערשן פאר- טעך און גענומען לאטען דאָס אלטווארג, װאָס ער האָט ארױיסגעשלעפּט פונעם טיפן אלטמאָ- דישן קאסטן, האָבן די שכיינים געמיינט, אז דאָס איז ניט מער, װי נארישע שטיק פון אן אלטיטשקן אָדער א מין צולאָכעס-שפּיל. פונדעסטוועגן, ערשט נעכטן געווען א דירעקטאָר פון אזא גרויסער שוך-פאבריק, אן אויסגעשטאטער מיט די סאמע מאָדערנסטע אויסלענדישע ווערקשטעלן און אװטאָמאטן! אייניקע האָבן דאָס געהאלטן פאר א שטיקל מעשונאס, װאָס וועט אינגיכן דורכגיין, אנדערע -- פאר א זאך, װאָס יעדער לײַטישער פּענסיאָנער מוז האָבן. שכיינים האָבן געשטוינט, שכיינים האָבן געשפּעט, און זײַן שנור פאינע, אן עקאָנאָמיסטקע אין א גאנץ אָנגעזעענער אונטערנעמונג, איז געווען שטארק אופגעבראכט און טיף באליי- דיקט. װוּ איז אזוינס געהערט געװאָר! איר שווער, װאָס איז געווען איינער פון די כאָשעוו- סטע מענטשן אין שטאָט, א מיטגליד פון שטאָטקאָם פון פּארטיי, א דעפּוטאט פון געגנטלעכן ראט און ביכלאל--א דירעקטאָר פון אזא פאבריק. וועמענס פאמיליע אליין-- שאביסאַ- וויטש -- האָט איר געעפנט די טירן אין אלע קלייטן און געגעבן איר א מעגלעכקײַט פאר- פירן די סאמע נוצלעכע באקאנטשאפטן, נעמט ער און װערט װידער א פּאָשעטער שוסטער און שעמט זיך ניט נעמען א רובל פאר לייגו א לאטקעלע. פאיִנע יעפימאָוונע האָט געהאלטן, אז דער שווער האָט זי אָפּגענארט, באאוולט אוֹן באגאנוועט, צוגענומען בא איר א ביסל פון איר אייגענעם גלאנץ, פון אֹיר אייגענער כשיוועס. בא איר איז אויסגעקומען, אז דאָס האָט דער שווער אָפּגעטאָן אומיסטן, איר אפצולאָכעס, און װי שטענדיק אין אזא פאל, האָט זי אויס- געלאָזט דאָס הארץ אפן שווער מיטן מאן איניינעם. -- אוי, אָט די שאבעסקוידעשס! ס'איז געווען ארויסגעבראכט שטיל, אין זיך, אזוי, אז קיינער זאָל ניט הערן. נאָר דעם שווער האָט זי געפּרוּווט דערװײַזן, אז דער דאָזיקער ,האָבי* איז ניט פאר אים. עס פּאסט אים ניט. באָריס וולאדימיראָװויטש, מיט זײַן גוטמוטיק שמייכעלע, װי מע רעדט אײַן א קליין קינד, וועמען מע דארף געבן צו פארשטיין גאנץ פּאָשעטע זאכן, האָט איר אָפּגעענטפערט: -- פאניטשקע, נארעלע... טו בעסער זיך א גריבל אין דײַנע פינצטערע שאפקעלעך און ישלעפּ ארויס פון דאָרטן דאָס ביסל שוכווארג, װאָס דו האָסט אהין פארװאָרפן, דײַנע, וואדימס אוז דאָרינקעס. איך על צולייגז צו זיי מײַנע הענט, װעלן זיי ווערן שענער, נײַער און מאָדער- 6 נער פון אלץ, נאָך וועלכן מע לויפט ארום איבער די באזעס. און איך על בא דיר דערפאר קיין קאָפּעקע ניט נעמען. פאיִנע איז מאמעש געווען געפּלעפט פונעם שווערס רייד. זיי האָבן א קלונג געטאָן פאר איר אזוי ווילד, אזוי אומגעוויינלעך פּראָסט און שוסטעריש-װאָכעדיק, אז זי האָט דערבײַ א טראכט געטאָן: דער שווער איז טאקע, וי זאָגט מען עס... ראָכל, די שוויגער, האָט אף איר מאנס אופטוען גאָרנישט ניט געזאָגט. זי איז געווען די איינציקע, װער ס'האָט פארשטאנען, װאָס אין דעם עס ליגט. ניט מער, אָפּגעארבעט אריבער דרײַסיק יאָר אין אן אפּטײיק און צוגעוווינט, אז אױך בא איר אין שטוב זאָל אין אלע וונ- קעלעך גלאנצן און פינקלען, איז זי געווען אומצופרידן, װאָס איבער אָט דער שוסטערײַ האָט די קיך אָנגעװױירן איר אפּטיקערישן גלאנץ. נאָר װאָס קאָן זי עפּעס בעסערס צוטראכטן? זי קאָן נאָר יעדן פארנאכט גוט אויסקערן, אלץ אױיסװישן און א ואש טאָן די קאָלירטע פּליטקעלעך פונעם דיל מיט א פּײַכט שמאטקעלע. : באָריס וולאדימיראָוויטש האָט אלץ צוגעקוקט, אלץ אויסגעהערט און געשויגן. ויאזוי האָט ער געזאָלט אלעמען געבן צו פארשטיין, אז דער איניען שוסטערײַ איז פאר אים ניט קיין צולאָכעס-שפּיל, ניט קיין שפּיצל און ניט קיין פּרוּוו ארויסשטעלן זײַן דעמאָקראטישקײיט? ס'איז ביכלאל ניט פון די זאכן, װעלכע מע קאָן דערציילן. װײַל אוב אָנהײיבן רעדן, װוערט דאָס אלץ צעשװוּמען, צעברעקלט אף פּיץיפיצלעך און מע קאָן דאָס שוין דערנאָך ניט צו- נויפנעמען. גיי דערװײַז עמעצן, אז די לעצטע יאָרן האָט ער געטרוימט װאָס גיכער פארלאָזן דעם דירעקטאָרישן פאָטעל און מיטן גאנצן וועזו זיך אײַנטונקען אין יענע װײַטע יאָרן, ווען ער איז געווען יונג, װען דאָס גאנצע לעבן איז געלעגן אין דער צוקונפט, פול מיט הײסן דראנג, מיט רעגעװודיקן טרוים, מיט יענעם כוצפּעדיקן און העפקערדיקן ,דאיאָש", װען ס'האָט זיך געדוכט, אז צו די הימלען איז גאָר ניט אזוי װײַט... און יענץ װײַטע און לאנגאָני- קע קומט אוף פאר די אויגן װי נאָר ער נעמט אין דער האנט א שטיקל דראטװוע, רײיבט זי אָן מיט וואקס און טשעפּעט צו אפן ברעג א הארטע האָר פון א פערדישן עק. אָדער ער נעמט ארײַן אין מויל עטלעכע פלעקלעך, ציט זי פון דאָרטן ארויס אײנציקװײַז און קלאפּט זי ארײַן מיטן גרינגן העמערל אין דער וייכער פּאָדעשװע. און ווען די פלעקעלעך אָדער טשוועקעלעך שטעלן זיך אויס אין א גלײַכער ריי און ער נעמט זיי ארומרײַבן מיטן ראשפּיל, זי זאָלן ניט ארויסשפּארן, הייבט ער אָן צו קװעלן: װי גוט, װי פײַן עס האָט זיך באקומען. אוז עס קומט דערבײַ אוף א זוניק בילד:+: א טײַך, א פיל ברייטערער, װי דער בוג הינטערן שטעטל... און עס הענגט איבערן טײַך א זון, א פיל גרעסערע, װי די, װאָס אפן הימל. און די שטראלן, אזעלכע בלענדנדיקע, הענגען אראָפּ, װי גאָלדענע פרענדזלעך, שאָקלען זיך איבערן וואסער, טונקען זיך אלע מאָל אונטער און שווימען װידער ארויס, פײַכטע, אויסגע- באָדענע און צוגעקעמטע שטראלן, און מע פילט מאמעש, וי זי אליין קוויקן זיך מיט דער פרישער לופט. און איבער דער גאנצער ברייט פונעם טײַך--װײַסע שיפעלעך. זיי שווימען איינס נאָכן אנדערן אין א לאנגער ריי. אף איין שיפל צוויי מענטשן, אף א צווייטן דרײַ; און אף א דריטן אינגאנצן איינער. זיי פאָכען מיט די וועסלעס, װאָס פּליוסקען זיך אין דער ווא- סער, שנײַדן זי, װי מיט מעסערס, און גיבן זיך אלע מאָל א רײַס אוף, באצירט מיט שטראלן. ביסלעכװוײַז װוערן די שיפלעך פארשװוּנדן אין דער װײַט, אהין, װױּ דער הימל איניינעם מיטן טײַך שטעלן אוף א וואנט פון גרויען נעפּל... מעגלעך, אז דאָס איז געקומען פון שמועל דעם שוסטערס מײַסעלעך. ער איז געוען א ביסל א פרומער און א ביסל א טרוימער. איצט קאָן באָריס וולאדימיראַװיטש בלויז װוּנדערן זיך, װי האָט זיך בא יענעם געפּאָרט די פרומקײַט מיט דער טרױימערישקײַט. דאן האָט ער דאָס אופגענומען, װי א גאנץ געוויינלעכע זאך. נאָר די מײַסעלעך זײַנען געווען פון גאָר אן אנדער מין. מײַסעלעך, אין וועלכע דער מאָשל מיטן נימשל זײַנען צונויפגעגאָסן איניינעם. און עפשער זײַנען דאָס געווען גאָר ניט קיין מײײַסעלעך, נאָר טרוימען, ארויסגערעדטע פאר- שטעלט, מיט א פארבאָרגענעם פארדראָס איבער דעם, װאָס פיל מענטשלעכע טרוימען בלײַבן ניט פארווירקלעכט? -- מענטשן שווימע1 שטענדיק אקעגן זייער טרוים...--- דאָס איז, אפּאָנעם, געווען דער נימשל צו דעם מײַסעלע וועגן די װײַסע שיפעלעך מיט די באגילדעטע וועסלעס.--נאָר ניט יעדערן איז באשערט דערשווימען צו זײַן ברעג... װעגן װעלכן ברעג האָט עס געטרוימט דער אָרעמער שוסטער? און װאָס האָט אזױ באפרײַנדעט דעם אלטן שוסטער מיט זײַן, באָרעכס טאטע, וועלװול הראבארניק? אויסערלעך זײַנען זיי געווען זייער ענלעך איינער אפן צוייטן. שמועל שוסטער האָט פּונקט אזוי זיך געהויקערט און אויך אזוי אמאָל גערעדט מיט זיך אליין. די באָרד איז בא 57 שמועלן אויך געווען אזא,. װי באם טאטן--א רויטלעכע, זיך צעוואקסן אין דער ברייט, וי א ווייער, און אראָפּגעהאנגען מיט ניט קיין גלײַכע, שפּיציקע ברעגן נאָר באם טאטן איז די באָרד שטענדיק געווען פול מיט רויטן זאמד, װאָס האָט איר צוגעגעבן א מין גע- פּינטלטקײַט, װוּ ליכטיקער, װוּ טונקעלער, בא שמועלן איז די רױטקײַט געווען א ריינע, א גלאנציקע. נאָר באָרעך איז וי צוגעזאָטן געװאָרן צום אלטן שוסטער ניט איבער זײַן גלאנציקער באָרד, נאָר דערפאר, װאָס יענער האָט אים דערציילט ועגן זײַן טאטן זאכן וועגן וועלכע ער האָט פריִער ניט געװוּסט, און ארויסגעשטעלט אים פאר א מוסטער פון ער- לעכקײַט און אָרנטלעכקײַט. און שפּעטער, ווען ער איז געװאָרן א דערוואקסענער אוו מיט א ליַדנשאפטלעכער זשעדנעקײַט געפּרוּווט שאפן פאר זיך דאָס געשטאלט פונעם טאטן, האָט ער דאָס געטאָן ניט לוט די אייגענע זיכרוינעס, דעם טאטן האָט ער פארלױירן, ווען ער איז אלט געווען א יאָר נײַן, נאָר לויט די דערציילונגען פונעם אלטן שוסטער. דעם עמעס געזאָגט, איז שמוע? געווען ניט פון די געהויבענע שוסטערס, נאָר זיי זײַנען געווען נאָענטע שכיינים, א שטוב לעבן א שטוב, און אלע לאטקעלעך און רובטשיקלעך אף זייערע שקראבעס און אף די שקראבעס פונעם גאנצן העקדעש-געסל איז געווען שמועלס ארבעט. קיין בעסערן שוסטער האָט וועלוול הראבארניק ניט געדארפט, און קיין לײַטישערער מענטש איז פאר אים אף דער װעלט ניט געווען. דעריבער האָט וועלװל ניט איין מאָל אי- בערגעכאזערט: -- ניין, מײַן באָרעכל װעט שוין קיין הראבארניק ניט זײַן,. א שוסטער װעט ער בא מיר װוערן, אן עמעסער באלמעלאָכע! איך על אים אוועקגעבן צו שמועלן לערנען זיך שוס- טעריי. ניטאָ, ניטאָ שוין יענע באָד-גאס מיט איר ניט איבעריק גרויסן ייִכעס. יענץ העקדעש- געסל, װאָס איז געווען ענג צוגעטוליעט צו איר, איז שוין ביכלאל קיין געסל ניט געװען בלויז עטלעכע שיטערע הײַזקעס אפן בערגל, װאָס איז געהאנגעו איבערן יאר, א בערגל, געדיכט פארוואקסן מיט קראָפּעװע און בודיקעס. צי זײַנען טאקע די אלע, װאָס האָבן דאָ געוווינט, געווען אזעלכע שרעקלעכע פּארשוינען, נאָר א שעם אין שטעטל האָבן זיי געהאט ניט קיין גוטן, צונעמענישן נאָך ערגערע. און אָפּטמאָל האָט מען מיט זיי געשראָקן די קינדער אין לײַטישע הייזער. און ס'איז טאקע געוען, פאר װעמען מוירע צו האָבן. ראכמיעל גאזלען האָט געקאַנט אָנשרעקן אלעמען מיט זײַנע בייזע אױגן, כאָטש קיין גאזלען איז ער קיינמאָל ניט געווען, נאָר א פּאָשעטער וואסערפירער. בערעלע מעשומעד איז אליין ניט גע- ווען קיין געשמאדטער, קיינעם ניט געקליבן זיך שמאדן, און װער ווייסט פארװאָס מע האָט אים צוגעטשעפּעט אזא צונאָמען. און ראָסיע די לאנגע? כאָטש.. װאָס איז געווען מוירע צו האָבן פאר איר? זי האָט געקאָנט טרעפן אף קאָרטן, אָפּשפּרעכן פון א גוט אויג, ראטעווען פון כאלאָשעס, אָפּקאטשען פון אן איבערשרעק, היילן פון א צוקילעכץ און פאר א נויט קו" מען צוהילף א קימפּעטאָרן. נאָר קינדער, אז מע רעדט זיי אײַן.. פאר וועלוול הראבארניק האָט קיינער ניט מוירע געהאט. וועלוולען האָבן אלע ליב געהאט. אים און זײַן פערד-און- וועגעלע. דאָס וועגעלע איז געווען א לאנגס און אן איבערגעטריקנטס, פארמאָגט אף די רע- דער בלויז דריי ברעטער, װאָס האָבן געקאָנט ליגן איינע אף דער אנדערער און מאכן אן אָרט פאר די כעוורע, אָדער צושפּארן זיך צו די ליושניעס און לאָזן אָנווארפן אין זיך אזויפיל ליים און זאמד, וויפל דאָס פערדל װעט קאָנען אוועקפירן. דאָס פערדל איז געוען שוין ניט קיין יונגס, א פוילע בריע מיט אױיסגעקראָכענע קליבעס און מיט א היכצנדיק הוס- טעלע. ס'האָט קיינעם ניט געװוּנדערט, װאָס א פערד הוסט מיט ניט קיין פערדישן הוסט, נאָר א כײַע זאָל קאָנען ציילן און מעסטן. פון די הלינישטשעס, װאָס באם בוג, קעגן די קאזאווטשינער בערג, האָט וועלוול געפירט ליים און זאמד פארן גאנצן שטעטל. פונעם שטעטל צו די הלינישטשעס האָט ער געפירט די כעוורע פון דער באָד'גאס. װעלװל האָט זיי געשאָלטן מיט אלע ויסטע קלאָלעס, געפאָכעט מיט דער בײַטש, געטופּעט מיט די פיס, נאָר ס'האָט גאָרנישט ניט געהאָלפן. ער אליין האָט געװוּסט, אז די כעוורע האָבן פאר אים קיין מוירע ניט, װײַל זיי האָבן אים אלע ליב. װי נאָר ער האָט ארויסגעשאָטן פונעם וועגעלע דעם לעצטן עמער זאמד, האָבן זיי שוין פארבויגן די ברעטלעך פון ביידע זײַטן, זיך אויסגעזעצט איינער לעבן אנדערן, גענומען שאָקלען מיט די פיס, גוואלדעווען און פּילדערן אזוי, אז וועלוול זאָל פארשטיין: פאָכען מיט דער בײַטש און שיטן מיט קלאָלעס איז אן אומזיסטע טירכע. סײַװי װעט קיינער ניט הערן זי האָבן גוט געװוּסט, אז זײַן רױגעז איז א געמאכטער, אז ער קאָן ניט זײַן אָן זיי, וי זיי אָן אים. אָן זיי װאָלט אים געווען זייער שווער אָנווארפן אין וועגעלע זײַן סכוירע. אוז װוּ װאָלט ער גענומען אזא געמבע אף שרייען אזוי, מע זאָל הערן אין דער צענטער גאס? 8 -- רויטע זאמד און געלע ליים! -- געלע ליים און רויטע זאמד! ניט שטענדיק האָט מען ביכלאל געדארפט שרײַען. ארומגערינגלט דאָס אָנגעלאָדענע וועגעלע פון אלע זײַטן, האָבן זיי, שפּאנענדיק און אונטערטאנצנדיק, װי דאָס פערדל אליין אויסגעזונגען זייערע באליבטע לידעלעך, א זון מיט א רעגן, די באָבע װעט זיך לייגן. װאָס זשע װעט זי האָבן? א ייִנגל מיט א מיידל, וי זשע װעט דאָס הייסן? זיסל מיטן קרומען פיסל! ס'האָבן זיך גלײַך צעפּראלט אלע טירן און פענצטער, און צעפּאָלאָכעטע װײַבער זײַנען ארויסגעלאָפן אף דער גאס, ווער מיט אן אלטער שיסל, ווער מיט א צעטראסקעטער מולטער און ווער מיט א פארזשאווערטן עמער. אינגיכן איז דאָס וועגעלע געווען אויסגעליידיקט, און מע האָט ווידער געקאָנט ארופכאפּן זיך אף די ברעטער. קינדערשע הערצער האָבן געפלאטערט פאר פרייד און פאר שרעק. דאָס יאדעשליווע פערדל האָט גוט געקענט ציילן, און טאָמער האָט עס דערזען אפן וועגעלע אן איבעריקן פּארשוין, האָט עס אָנגעהויבן דרייען מיטן וויידל: עס נעמט, הייסט עס, ניט מער פון צען כעוורע. פינף פון איין זײַט און פינף פון דער צווייטער. זאָל מען דאָס שמײיסן, זאָל מען דאָס מיימעסן, קיין עלפטן נעמט דאָס ניט. דאָס האָט שוין געדארפט פּאסקענען וועלוול אליין; ווער זאָל עס זײַן דער עלפטער און וועמען ער זאָל אראָפּטרײַבן פונעם וועגעלע. בעטעווע א גוטהארציקער, איז דאָס אים אָנגע- קומען זייער שווער. ער האָט זיך פאָרגעשטעלט, וויפל אגמעסנעפעש פארשאפט ער יענעם, וועלכן ער טרײַבט אראָפּ פונעם וועגעלע. ער האָט לאנג געקראצט די באָרד, ראכמאָנעסדיק געפּינטלט מיט די אויגן און פארקרימט דאָס פּאָנעם. ער האָט װוי געבעטן זיך: , כעוורע, איר ווייסט דאָך גאנץ גוט דאָס מעשוגאס פון מײַן קליפּע. לעמײַ זשע צווינגט איר מיך?" דערנאָך האָט ער אויסגעקערעװועט דאָס פּאָנעם אין א זײַט, ער זאָל אליין ניט זען, אֹף וועצמען דער ביטערער גויר? איז אויסגעפאלן, און א שטעק געטאָן אף עמעצן פון די כעוורע מיטו בײַטשל, און וועמען ס'האָט געטראָפן, דער האָט געמוזט אראָפּשפּרינגען פונעם וועגעלע. זיי זײַנען דאן אלע געװאָרן כניפעניקעס, געלויבט אין טאָג ארײַן דאָס פערדל, דאָס וועגעלע, וועלוולס באָרד און וועלוולס בײַטש. דער לײַדנשאפטלעכער דראנג דורכפאָרן זיך אפן וועגעלע האָט גוירעם געווען אפילע צו גרעסערע אוויירעס. ווען עמעצן האָט זיך איין- געגעבן ארויסגאנווענען פון דער שטוב א שטיקל קוילעטש, א לעקעכל צי א ריפטל קאווענע, האָט ער דאָס געטאָן מיט א גרינג הארץ, אבי מיט עפּעס נויסע-כיין זײַן באם הראבארניק, פונעם שטיקל קוילעטש צי פון א לעקעכל האָט װעלוול קיינמאָל זיך ניט אָפּגעזאָגט, נאָר קויפן אים מיט װאָס-ניט-איז איז געווען אומעגלעך. בא די הלינישטשעס האָבן אלע כעוורע געארבעט ביזן זיבעטן שווייס. װער מיט א לאָ- פּעטע און װער פּאָשעט מיט די זשמעניעס, ביז דאָס פערדל האָט קאָסע א קוק געטאָן אפן װאָגן און אָנגעהױבן דרייען מיטן וויידל: גענוג, הייסט עס, איבערגענוג. האָט וועלוול אָנגץ- הויבן אראָפּווארפן צוריק איין לאָפּעטע, א צווייטע, און אלע מאָל געכאפּט א קוק אפן פערדל. איז דאָס געװאָרן נאָך בייזער, אָנגעהויבן היכצן, גלײַך עמעצער װאָלט עס געװאָרגן, און אלע האָבן שוין פארשטאנען, װאָס דאָס הייסט. איז וועלוול שוין אויך בייז געװאָרן, אראָפּגץ- שאָטן נאָך איין לאָפּעטע מיט זאמד און זיך אויסגעזידלט; -- ווען װועסטו שוין אײַנעמען א מיסע-מעשונע? אין איינעם א נאָכרעגנדיקן באגינען איז וועלװל אוועקגעפאָרן צו די הלינישטשעס, ארײַינגעקראָכן אין גרוב ארײַן מיט דער לאָפּעטע און שוין פון דאָרטן ניט ארויסגעקראָכן; דער רעגן האָט צעשװוענקט די ווענט, האָבן זיי זיך אָפּגעוואלגערט, װי נאָר ער האָט זיך צוגערירט צו זיי, און אים פארשאָטן. דאָס פערדל איז געשטאנען, געווארט, מע זאָל אָנלאָדן דאָס וועגעלע, און אלע מאָל געכאפּט אן אומרויקן קוק צו דער גרוב. דעם איז פּאָשעט גע- ווען קאָשע, פארװאָס הערט זיך ניט, װױי עס שיט זיך די זאמד אין וועגעלע ארײַן און פאר- װאָס זעט מען ניט אזוי לאנג דעם באלעבאָס. דערפילט, אפּאָנעם, אז ס'איז געשען אן אומ- גליק, האָט עס פארקערעוועט צוריק און איז אוועק מיטן פּוסטן וועגעלע איבער די שטעטלשע גאסן. וי עמעצער װאָלט דאָס געשמיסן, איז עס געלאָפן, געשאָקלט מיטן קאָפּ, געװאָרפן מיט דער שיטערער, שוין היפּש אױסגעקראָכענער הריווע און געהירזשעט, געקוויטשעט מיט 9 ניט קיין פערדיש קאָל און אופגעוועקט ניט נאָר די קאפּצאָ- נים פון דער באָד- גאס, נאָר אויך חי באלעבאטים און בא- לעבאָסטעס פון די שכיינישע גאסן, אי- בער וועלכע וועלוול פלעג פאנאנדערפירן זײַן סכוירע. א גאנצן טאָג האָט מען געהאלטן אין איין גראָבן אין די הלינישטשעס, ביז מע האָט זיך דערקליבן צו וועלוו- לען. און א לעװײַע האָט ער געהאט, װוי גאָר א גרויסער צא- דיק: צום בעסוילעם האָט זיך צונויפגע- קליבן קימאט דאָס גאנצע שטעטל. דאן, נאָך דעם, װי מע האָט מעקאבער געווען וועלוולען, האָט דער אלטער זכאריע, א דאר, קליינ- װוּקסיק מענטשעלע, מיט א באָרד ביז די קני, א ייָד, װאָס איז גאנצע טעג אָפּגעזעסן אין בעסמעדרעש, אריינגעקוקט אין זויהאר און פארשטאנען עפּעס אין דער קאבאָלע, ארויסגע- זאָגט פארן אוילעם א האשאָרע, װאָס איז גלײַך צעטראָגן געװאָרן איבער אלע הײַזער און איבערדערציילט געװאָרן מיט גרויס אָפּשײַ און ייָראס-האקאָװועד צו דעם, װאָס איז אזוי אומגעוויינלעך ניפטער געװאָרן, -- וי איך האָב געלייענט אין די הייליקע ספאָרים, -- האָט ער געזאָגט מיט זײַן זינ- גענדיק קעלעכל, -- שטאמען די שאביסאָוויטשעס פון יענע בארימטע שאבעסקוידעשס, צװוישן וועלכע עס זיינען געווען פיל געוינים, גרויסע געלערנטע און היליקע ראבאָנים. און װער ווייסט... װעדליק איך בין זיך מעשאער, איז וועלװול געווען ניט קיין פּאָשעטער הראבארניק, נאָר גאנץ מעגלעך א לאמעדװאָװוניק, פון יענע זעקס און דרײַסיק פארבאָרגענע צאדיקים, אף וועלכע עס שטייט די װעלט און וועלכע לעבן אָפּ זייער לעבן װי קוימענקערער, וואסער- פירער און אפילע װי בעטלערס. מיסטאמע האָט װעלװל געפירט א שטארקן ויקועך מיט גאָט, געסטארעט זיך פּויעלן בא אים זייער ויכטיקס פאר די ייִדן און פאר דער גאנצער וועלט, מעגלעך טאקע געפּויעלט, נאָר געמוזט באצאָלן דערפאר מיט זײַן לעבן. איז לאָמיר האָפן, אז אין זײַן זכוס װעלן אינגיכן קומען יעשועס אף ייִדן געווען איז דאָס אין סאָף זומער פון טױיזנט נײַן הונדערט זעכצנטן. שוין דאָס דריטע יאָר איז געגאנגען די בלוטיקע װעלט-מילכאָמע, אין שטעטל זײַנען אלע מאָל צוגעקומען נייע אלמאָנעס, יעסוימים, קאליקעס, און דער דאלעס, די נויט איז זיך מוירעדיק צעוואקסן, באזונדערס אין די הינטערגעסלעך. האָט יעדערן זיך געװאָלט גלייבן, אז וועלוול הראבארניק איז טאקע פון יענע, און אז ער װעט זײַן דער מייליץ-יוישער פאר דעם, װאָס לעבט אײביק, און וועט אויסבעטן פאר דער וועלט א יעשוע. און כאָטש די יעשוע איז געקומען ערשט אין א האלב יאָר ארום, און כאָטש זי איז געווען ניט קיין פולע, מע האָט נאָר ניט געקאָנט וויסן, װאָס דערפון װעט ארויסקומען, נאָר ווען אין שטעטל איז אָנגעקומען די יעדיע, אז מע האָט אראָפּגעװאָרפן דעם קייסער, האָט דער אלטער זכאריע געזאָגט: -- איר זעט, דאָס איז זײַן, וועלוול הראבארניקס, ארבעט. באָרעכל איז דעמלט אלט געװען א יאָר נײַן נאָר ער איז באגלײַך מיט זײַן מאמען אָפּגעזעסן שיווע אלע זיבן טעג. נאָך דעם, װי זכאריע האָט דערציילט וועגן די שאבעסקוי- דעשעס אזעלכע ניסים, זײַנען יעדן גאנצפרי און פארנאכט זיך צונויפגעגאנגען ניט נאָר די 60 ייִדן פון דער באָד"גאס, נאָר אויך ניט װײיניק פון אלע איבעריקע גאסן. פיל אזעלכע, זייער וואזשנע באלעבאטים, וועלכע האָבן פאר זייער לעבן קײינמאָל ניט אריבערגעטראָטן די שוע5 פון אָט דער אלטער כורווע. אויב זכאריע האָט געזאָגט, ווייסט ער דאָך מיסטאמע. איז מאלע װאָס... זאָל דאָרטן דער הראבארניק פאר אים אויך זאָגן א גוט װאָרט. פאר די זיבן טעג האָט זכאריע אויסגעלערנט באָרעכן זאָגן קאדעש און ניט איין מאָל אײַנגעטײַנעט מיטן יאָ- סעמל, אז אים, דעם טאטן זײַנעם, קומט עס, ער האָט דאָס פארדינט. און נאָך א זאך איז פארבליבן בא באָרעכן אין זיקאָרן פון יענע טרויעריקע טעג. ביז דאן איז ער ארומגעלאָפן איבער דער שטוב און אויך איבערן געסל אין איין לאנג און היפּש געלאטעט העמדל, אין וועלכן ער איז מער ענלעך געווען אף אן אויסגעדארט מיידעלע. אפן צווייטן סאָג נאָך דער לעװײַע האָט מען איבערגענייט פאר אים דעם טאטנס אלטע הויזן. זכאריע האָט געזאָגט, אז ס'איז ניט שיין קומען צו גאָט מיט א קאדעש אין א מיידלש קליידעלע. פון יענעם טאָג הייבט ער עס אָז ציילן זײַנע שווערע ייִנגלשע יאָרף נאָך די זיבן טעג, ווען דוווירע די אלמאָנע האָט זיך אופגעהויבן פון דעם רעדנעטשקע- לע, אף װעלכן זי איז באטאָג געזעסן און באנאכט געשלאָפן, האָט שמועל שוסטער, װאָס איז די אלע טעג דאָ געווען דער באלטפילע, זיך אָנגערופן. -- נו, דוווירע, איצט פארקויף דאָס פערד-און-וועגעלע, לאָמיר צוטראכטן פאר דיר אן אנדער שטיקל פּארנאָסע. און באָרעכלען נעם איך צו זיך. אזוי האָב איך צוגעזאָגט דײַן וועלוולען: מאכן פון אים א גוטן שוסטער, -- װאָס רעדט איר, רעב שמועל, --- האָט דוווירע זיך צעוויינט, ---װוי קאָן איך איבער- לאָזן דאָס שטעטל אָן זאמד און אָן ליים? מיט װאָס וועט מען שמירן און באשיטן די דילן ערעוו שאבעס? אין א פּאָר טעג ארום האָט איבער די שטעטלשע גאסן װוידער זֹיך באוויזן דאָס פערד- און"וועגעלע, פוֹל מיט ליים. בא דער זײַט, מיט די וישקעס אין די הענט, איז געגאנגען דוווירע די אלמאָנע. כעוורעניקעס האָבן, װי פריער, ארומגערינגלט דאָס װעגעלע פון אלע זײַטן, געהאָלפן די װײַבער אָנעמען זייערע עמערס און שיסלען, און װען דאָס ועגעלע איז געװוען אויסגעליידיקט, האָבן זיי אין אײַלעניש פארנומען זייערע ערטער פון ביידע זײַטן און דאָס פערדל -- װי שטענדיק. אין איין אױיגנבליק איבערגעציילט די פּארשוינען און אָנ- געהויבן פאָכען מיטן וויידל און אונטערהירזשען, װי איינער רעדט. -- איר ווייסט דאָך, אז מער װי צען נעם איך ניט. און דווירע, פּונקט װי איר װעלוול, האָט, ניס קוקנדיק אף קיינעם, א טאָרע געטאָן עמעצן מיט דער בײַטש, און יענער האָט געמוזט אראָפּשפּרינגען. ס'האָט זיך געקאָנט דוכטן, אז ס'איז גאָר אזוינס ניט געשען, און ס'האָט זיך גאָרנישט ניט געענדערט... דאָס פערד-און-וועגעלע לאָזט זיך יעדן גאנצפרי אוועק צו די הלינישטשעס, כעוורע פאָרן מיט און העלפן אָנלאָדן, דערנאָך גייען זי נאָך און זינגען אויס זייער לידעלע; א זון מיט א רעגן, די באָבע װועט זיך לייגן, װאָס זשע װעט זי האָבן, א ייִנגל מיט א מיידל... און פּונקט װי פריער, צעעפענעז זיך טירן, און פארפּאליעטע װײַבער אין קאָפּטיכלעך איבער די אויערן לויפן ארויס מיט זייערע עמערס, שיסלען און מולטערס... זיי דוכט זיך געוויס אויך, אז ער לעבט, וועלוול הראבארניק. נאָר באם פורל שטייט די אלמאָנע דווירע, א הויכע און דארע פרוי, אין איר מאנס שטיוול און אין זײַן ברעזענטענעם רעקל. און אלץ אין איר איז מאנצבלש-שטאָלץ און מאנצבלש-שטרענג, פול מיט שפּורן פון נאָך פרישן טרויער, פול מיט יענער שטומער, ווייטעקלעכער ניט צוגעוװוינטקײַט צו איר נײַעם, זייער ביטערן גוירל פון א יונגער אלמאָנע. און די, וועלכע האָבן זיך צוגעקוקט צו איר נעענטער, האָבן געקאָנט באמערקן, אז זי איז גאָר א שיינע, דוווירע, אז אירע אויגן זײַנען פול מיט יונגן כיין, און אז אפילע איר אײַנגעפאלן פּאָנעם פארמאָגט אין זיך צוציענדיקס און רייצן- דיקס. און אז ביכלאל... װען מע באקליידט זי א ביס? לײַטישער, װאָלט מען איר געקאַנט רעדן א גאנץ לײַטישן שידעך, ס'האָט זיך געדוכט, אז אלץ גייט וי פריִער, נאָר דאָס פערדל.. װי נאָר מע איז צו- געפאָרן צו די הלינישטשעס, האָט עס אָנגעהויבן ארבעטן מײַסים: ס'האָט געהאלטן אין איין אונטערטאנצן, שאָקלען מיטן קאָפּ אף ,ניין". ניין און ניין! און אזוי קלאָגעדיק געהירזשעט. אז ס'האָט געריסן באם הארצן. 01 און אין איינער א נאכט... ס'איז שוין געווען הארבסטיק, די נעכט זײַנען געוען לאנגע און היפּש קילבלעכע, און אין די פריע באגינענס האָט איבער די שטעטלשע גאסן זיך געטראָגן דאָס הייזעריקלעכע און אליארעמדיקע פיַפן פונעם שױיפער,--אין אינער פון יענע נעכט האָט דאָס פערדל אויסגעהויכט די נעשאָמע. צי האָט דװוירע דאָס אָנגעפּױעט, ווען ס'איז נאָך געווען פארשוויצט, צי ס'האָט געכאפּט עפּעס אזוינס, פון װאָס דער מאָגן איז קאליע געװאָרן, צי עפשער פון הױלער בענקשאפט נאָכן באלעבאָס. מיט װעמען עס האָט אָפּגעהאָרעװעט אזא לאנג און שווער לעבן. אייגנטלעך, איז דאָס שוין געװוען אן אלטע קליא" טשע, אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן, און עפּעס א מינדסטע קרענק האָט געקאָנט ברענגען צו אזא סאָף. דער אלטער זכאריע, װאָס איז שטענדיק געווען פארטיפט אינעם זויהאר, האָט ארויס" געזאָגט גאָר אן אנדערע האשאָרע: -- מעגלעך, אז דאָס איז געווען ניט קיין פּאָשעט פערדל. מעגלעך, אז אין דעם איז אָפּגעקומען גאָטס שטראָף א זינדיקע נעשאָמע, װאָס איז געװוען צוגעשטעלט פאר א מעשאָ- רעס צום לאמעדװאָווניק. און נאָך די שלוישים, ווען וועלװול הראבארניק האָט זיך א יאװע געטאָן אף דער עמעסער וועלט, האָט ער געפּױעלט באם בעסדין שעל מײַלע, אז אויס, גענוג געווען אָפּקומענישן פאר דער זינדיקער נעשאָמע, און מע מעג זי שוין ארויסבאפרײַען פונעם פערדישן גוף. דערפאר טאקע האָט זכאריע ניט געלאָזט, מע זאָל אָפּשינדן די פעל. ער האָט באצאָלט פאר איר דוווירען מיט מעזומענס און געהייסן אװועקשלעפּן די פּעגירע װײַט פונעם שטעטל, אױסגראָבן א גרוב, באגראָבן און גוט פארשיטן דעם קייווער אזוי, אז קיין שום הונט זאָל ניט קאָנען זיך דערקלײַבן צו איר. און נאָך א לאנגע צײַט איז זכאריע געגאנגען קוק צי דאָס בערגעלע ערד איז אין אָרדענונג, צי ס'האָט קיינער ניט צעשטערט דעם קייווער. דער" נאָך איז געקומען דער ווינטער, ווען אלץ ארום איז געווען פארשאָטן מיט שניי, דערנאָך איז געקומען יענער שטורמישער פרילינג, ווען דִי שניייוואסערן האָבן פארפלייצט אלץ ארום און אליין די הײַזער ארום טײַך זײַנען געשטאנען ביז די פענצטער אין וואסער, יענער פרילינג, װען מע האָט אראָפּגעװאָרפן דעם קייסער. די כעװרעניקעס, פארשײַטע כידער"ייַנגלעך, זיַנען מיטאמאָל געװאָרן דערוואקסענע, ארומגעלאָפן איבערן שטעטל און געשריבן אף די וענט מיט גרויסע אויסיעס, װער מיט שווארצע קױלן און װער מיט קרײַד: אפרײַהײַט, גלײַכהײַט אוּן ברידערלעכקײַט!" און די געשיכטע ועגן דעם, ויאזוי ס'איז אומגעקומען וועלוול הראבארניק און װאָס עס איז געשען מיט זײַן קליאטשע, האָט אָנגעהױבן פארגעסן ווערן. 4 עס קלאפּן די פלעקלעך, עס ציִען זיך דראטװועס, און פאר באָריס װלאדימיראָװיטשן קומען אוף מענטשן, װאָס זײַנען שוין לאנג אף דער װועלט ניטאָ און נאָך וועלכע ער בענקט אזוי, אז ער איז אָפט גרייט א יאָג זיך טאָן אהין, אין יענעם שטעטעלע, װאָס איז שוין אויך ניטאָ, צו יענעם בערגעלע, װאָס איז שוין אויך ניט צוֹ דערקענען. און זי, די שנור פאינע, איז אלץ ניט צופרידן, אלץ אָנגעדראָדלט. געווען אזא געהויבענער דירעקטאָר און געװאָרן א פּאָשעטער שוסטער. װער האָט עס אים געיאָגט אף פּענסיע? ער האָט געקאָנט דירעקטע- רעווען נאָך פיל יאָרן ווען זי זאָל נאָך װויסן, װיאזוי דאָס אלץ איז געשעף װעו עס האָט זיך אָנגעהױבן די רעקאָנסטרוקציע פון דער אלטער שוך-פאבריק און אלע מאָל זײַנען אָנגעקומען װאגאָנען מיט אויסשטאטונג פון פראנקרײַך און איטאליע, די נײַסטע און מאָדערנסטע אװטאָמאטן און האלב-אווטאָמאטן, האָבן אלע געהאָפּט, אז איצט װעט מען אָנהײבן ארױסלאָזן שוכווארג-- אזוינס װי אזעלעכס. די הייסע האָפּענונגען האָבן אונטערגעמונטערט די דירעקציע און דעם ארבעטער-קאָלעקטיוו איבערטראָגן אלע שװעריקײַטן, װעלכע זײַנען פארבונדן מיט דער רעקאָנסטרוקציע, באזונדערס דאָס, װאָס איניינעם מיטן אײַנשטעלן און באהערשן די נײַע טעכניק האָט מען געדארפט זיכערן דעם פּלאן לוט דער אלטער טעכנאָלאָגיע. באָריס ולא" דימיראָוויטש, וועלכער האָט אָפּגעגעבן דער שוך-אינדוסטריע אזויפיל יאָרן איז ארומגע" גאנגען א פּריטשמעליעטער פון די אלע דײַגעס, װאָס האָבן זיך ארופגעװאָרפן אף אים. איינס האָט אים אונטערגעהאלטן--זיסע כאלוימעס. יעדע נאכט--אײינער און דער זעלבער כאָלעם: די רעקאָנסטרוקציע איז פארענדיקט, די ארבעטער האָבן באהערשט די נײַע 4 62 זאשינעס, און אלץ גייט, וי א מיזמער. די פאבריק גיט יעדן כוידעש ארויס טױיזנטער פּאָר זוכווארג פון פארשיידענע מאָדעלן, אָבער די זיסע כאלוימעס זײַנען צעשװווּמען געװאָרן, װי נאָר מע האָט אָנגעהױבן אר- נֶעטן אף די נײַע מאשינעס. קיינער האָט ניט געקאָנט טרעפן די רעטעניש: פארװאָס זאָלן זעלכע פײַנע אווטאָמאטן ארויסגעבן אזויפיל בראק. איז ער ניט געשלאָפן דורך די נעכט, אלץ געזוכט אן אויסוועג, ויָאזוי ברענגען די אבריק צו א טאכלעס און ויָאזוי בארויקן דעם אייגענעם געוויסן. מיטן שעף פונעם גלאווק איז באָריס ולאדימיראָװיטש געווען אן אלטער גוטער-ברודער. יט איין מאָל האָבן זי צוזאמען געדרייט די מויכעס אף צו לייזן פראגן, ועלכע ליזן איז עווען שווער. און ניט איין מאָל האָבן זי ביידע זיך געװוּנדערט, װאָס נאָך אלעמען זײַנען יי דאָך געלייזט געװאָרן, אוז כאָטש דער שעף איז געווען פיל ייִנגער פון אים-- פון דער ייער גענעראציע ברייט"דענקענדיקע אינזשעניערן, האָט ער זיך באצויגן מיט גרויס אָפּטײַ ו באָריס וולאדימיראָװיטשן; פאר זײַן רײַכער דערפארונג, פאר זײַן געניטקײַט און בא" אוונטקײַט אין די פּראָבלעמען פון דער שוך-אינדוסטריע, פאר זײַנע אָרגאניזאטאָרישע יייִקײַטן און ביכלאל, פאר זײַנע ריין מענטשלעכע מײַלעס. אוו ניט איין מאָל האָט ער אויס- עטאפּט בא אים, באם אלטן דירעקטאָר, פארשיידענע אייצעס, וועלכע זײַנען אים גוט צוניצ- עקומען. דערפאר האָבן זי זיך געהאלטן איינער מיטן אנדערן גאנץ פּראָסט, פרײַ פון אלע אדינגלעכקײַטן, אנטשיידן אָפּגעװאָרפן די דיסטאנץ, װאָס מוז אופקומען אין אזעלכע פאלן ון אָפטמאָל ארײַנגעזאָגט איינער דעם אנדערן אזוינס, װאָס װאָלט בענעגייע א צווייטן גע- ען אומדערלאָזבאר, | און נוען א מידער פון דער שלאָפּלאָזער נאכט און פונעם ניט גרינגן עג אין דער ויפּטשטאָט, א שאָ זעקס מיטן צוֹג, איז באָריס ולאדימיראָװיטש ארײַנגעקומען אין גלאווק יפּש א צעקנייטשטער, מיט בוילעטע שפּורן פון אופגערעגטקײַט און אָנגעדראָדלטקײַט, װאָס אָט געמאכט זײַן פּאָנעם, דעם גאנצן אויסזען זײַנעם פיל עלטער פון זײַנע אזוי אויך שוין ט יונגע יאָרן אָטיאָט בא די זיבעציק, און דערלאנגט דעם שעף א מעלדונג, אז מע זאָל ים אָפּלאָזן פון דער ארבעט -- האָט דער שעף פארשטאנען, אז באָריס װלאדימיראָװויטש פּאסט ניט. -- גוט, -- האָט געזאָגט מאקסים פּעטראָװיטש, ארײַנלײגנדיק די מעלדונג אין טיש- נסטל. --- איך װעל הײַנט זײַן באם מיניסטער. מע דארף דאָך א טראכט טאָן, מיט וועמען יַך פארבײַטן, ווארטן איז אויסגעקומען א ביסל לענגער, װי ער האָט געמיינט. צי ס'איז טאקע אזוי ווער געווען צוקלײַבן א נײַעם דירעקטאָר, צי מע האָט אין מיניסטעריום געמיינט, אז דער יטער האָט זיך א ביסל צעהיצט און װעט דערנאָך כאראָטע האָבן. גיכער אזוי. אין א כוידעש ארום האָט די פאבריק באזוכט טאקע דער מיניסטער אליין. געווען א ונגער שמועס, אלץ האָט מען ארומגערעדט, װי באָריס װלאדימיראָוויטש װאָלט זיך אפילע ט געקליבן אוועקגיין פון דער ארבעט. און שוין געזעגענענדיק זיך, האָט דער מיניסטער זאָג געטאָן, וי דערעכאגעוו; -- איז װאָס טראכט איר וועגן אײַער מעלדונג? -- װאָס דארף איך טראכטן? דאָס דארפט איר טראכטן! -- װעט אײַך אויסקומען א ביסל צוּווארטן, -- וויפל, אשטייגער? -- נאָך עטלעכע כאדאָשים. די נײַע קאנדידאטור לערנט זיך אין דער אקאדעמיע. -- נו, מיילע... אוב נייען שיך מוזן שוין אקאדעמיקער.. ווארטן איז אויסגעקומען אריבער א האלב יאָר, און פאר דער צײַט.. װי אנדערש האָט קאָנט זײַן און װי אנדערש האָט ער אליין געקאָנט? האָט ער פאר דער צײַט ניט װייניק געהאָרעװעט. אף דער פאבריק האָט ביסלעכװײַז אלץ זיך געענדערט צום בעסערן. אלנ- 'ס, באָריס װלאדימיראָװיטש האָט זיך שױן ניט געשעמט דורכגיין די גאס, און ס'האָט ם שויז אזוי ניט געמוטשעט דער געוויסן. מע האָט אפילע אָנגעהױבן לויבן זייער שוב- ורג. נאָר ווען מע האָט אים געפרעגט, צי האָט ער ניט איבערגעטראכט, האָט ער געענט- ירט, אז ניין. ס'האָט שוין ניט געפּאסט כאפּן צוריק. און ער איז שוין צוגעװוינט געװאָרן ם געדאנק, אז ס'איז שוין צײַט באפרײַען פאר א צווייטן דאָס דירעקטאָרישע בענקל. ס'איז יין ניט דאָס געזונט, ניט די נערון און ניט די יאָרן און די בענקעניש נאָכן אמאָליקן יסטער-בענקעלע איז געװאָרן װאָס אמאָל שטארקער. האָט ער שוין. געמוזט פאר זיך אליין בערכאזערן דאָס ווערטל, װאָס ער האָט געיארשנט פון שמועל שוסטער; 03 --- אזוי גייט די וועלט. אף פּענסיע האָט מען אים ארויסבאגלייט מיט גרויס פּאָמפּע. דער מיניסטער האָט ארויס- געגעבן א באפעל, אין וועלכן עס זײַנען געווען אָפּגעמערקט זײַנע באזונדערע פארדינסטן פאר דער שוך-אינדוסטריע, וועלכער ער האָט אָפּגעגעבן פופציק יאָר לעבן. די פּרעמיע פו" נעם מיניסטעריום איז אויך געװען א ביז גאָר געהויבענע. נאָר װען דער סעקרעטאר פון פּארטקאָם האָט אים געפרעגט, װאָס פאר א פּרעמיע װאָלט ער געװאָלט אלס אָנדענק פון דער שוך-פאבריק, האָט ער געענטפערט: -- א ווייך שוסטער-בענקעלע און א קאָמפּלעקט אינסטרומענטן. מער פון אלעמען איז געווען צופרידן זײַן ראָכל. זי האָט זייער מוירע געהאט, אז די רעקאַנסטרוקציע, די נײַע אויסשטאטונג און די נײַע דייגעס װעלן אים ברענגען צו אן אינפארקט. און זי, ראָכל, וויל, ער זאָל ארויס אף פּענסיע א געזונטער. פאינע האָט געהאלטן, אז דער שווער האָט א ביסל זיך צוגעיילט. עמעס, ער איז פארבליבן א כאָשעוװוער מענטש, א מיטגליד פון שטאָטקאָם און דעפּוטאט פון געגנטלעכן ראט, נאָר דאָס איז שוין געוען פאר איר ניט דאָס, װאָס פריער, גאָר ניט דאָס. איצט, זיצנדיק אפן שוסטער-בענקעלע, פלעגט ער זיך אָפּט כאפּן, אז עס בענקט זיך א ביסל. עס בענקט זיך נאָך יענע שװערע,. ראשיקע און אומרויַקע טעג, װען אלץ ארום האָט געקאָכט און געזאָטן, און ער אליין איז אויך געווען פול מיט ברען און מיט קאָכע- ניש, מיט יענעם בריענדיקן דראנג, װען דו פארגעסט ועגן אלץ אין דער ועלט. ראָכל ווייסט וועגן זײַנע בענקענישן נאָך דער פאבריק און וועגן זייערע געמיינזאמע בענקע- נישן נאָך יענע װײַטע ציײַטן, ווען ביידע זײַנען געווען יונג און ווען דאָס גאנצע לעבן האָט זיך זיי געמאָלט וי איין גרויסער יאָמטעו, פול מיט פרייד, מיט זון און מיט פארכאפנדיקע געזאנגען. עס איז טאקע א מעכײַע צו קוקן, װי די פלעקלעך קלאפּן זיך ארײַן אין דער פּאָדעשװע, שטעלן זיך אויס אין א גלײַכער ריי, װײַסינקע אוו גלאנציקע, און װי עס ציט זיך גרינג ארויס די דראטווע, אן אָנגעריבענע מיט וואקס, גליטשט זיך צוישן די פינגער, שמעקט מיט לאנגאָניקן און רעגעוודיקן... ...ווען שמועל האָט גענומען באָרעכן פאר א לערן-ייַנגל, האָט ער אײַנגערעדט זײַן מא- מען, ער זאָל נעכטיקן בא אים. זיי דארפן אופשטיין פרי צום ערשטן מיניען זאָגן קאדעש, זיי. דארפן פרי זיך זעצן צו דער ארבעט. און ביכלאל יל ער האָבן באָרעכן שטענדיק פאר די אוגן. ער האָט דאָך צוגעזאָגט װעלװלען מאכן פון אים א מענטש. געמינט האָט ער דעהביי נאָך עפּעס. אוב ער װעט נעכטיקן בא אים, װעט ער שוין בא אים פרישטיקן אויך. און.עסן וועטשערע אויך. װעט שוין זײַן ביילע צוגיסן נאָך א ביסל וואסער, עס זאָל זײַן פאר אים אויך א ביסעלע זופּ אף מיטיק. אזוי צוביסלעך איז באָרעך געװאָרן בא שמועלן א קעסטקינד. יעדן גאנצפרי און פארנאכט זײַנען זיי ביידע געגאנגען אין שוסטערישן שו" לעכל. שמועל האָט געדאוונט, און באָרעך האָט בלויז געזאָגט קאדעש. מיט זײַנע קאדעשן נאָכן טאטן איז באָרעכל אומבאמערקט דורכגעשפּרונגען דורך ביידע רעװאָליוציעס, געװאָרן א ביסל העכער און דארער, און די הויזן זײַנען געװאָרן אף אים שטארק קורץ. -- ס'מאכט ניט אויס, -- האָט אים בארויקט דער אלטער שוסטער.--אבי מע וואקסט.. וועט שוין אלץ זײַן רעכט, ער איז געווען א טרוימער, שמועל, און א שטיקל פילאָסאָף אויך. אָפּטמאָל, װען זי זײַנען אין א פריען פארנאכט געגאנגען צו מינכע פארבײַ דעם מארק, װוּ פארפּוצטע יונגע- לייט האָבן ארומגעשפּאצירט נאָך א גוטן יאריד, האָט דער אלטער שוסטער, װײַזנדיק אף זיי מיט די פינגער, איַנגעטײַנעט מיט אים: --- דו זעסט? זאָלסט זיי קיינמאָל ניט מעקאנע זײַן. נאָך אלעמען פעלט זיי אזוינס, װאָס זיי װעלן שוין קיינמאָל ניט קריגן. א ריינער געוויסן. דו וייסט, װאָס עס הייסט געויסן? בא זייַנע נײַן צי צען יאָר האָט באָרעכל וועגן אזעלכע זאכן נאָך ניט געװוּסט. -- אָט איך, אשטייגער... -- דאָס האָט געדארפט פארטײַטשן באָרעכלען, װאָס עס הייסט געוויסן. --- איך האָב ליב, אז אף יעדער פארדינטער קאָפּעקע זאָל ארויסגלאנצן מײַנער א טראָפּן שווייס. און קעדיי באָרעכל זאָל דאָס פארגעדענקען אף שטענדיקי, האָט ער צוגעגעבן אזוינס, פון װאָס באָרעך האָט א ציטער געטאָף / 4--15 64 -- דאָס איז, דארפסטו יס ניט מײַנע װערטער. דאָס איז דײַן טאטנס צאװאָע. א געזעץ, װאָס די שאבעסקוידעשס גיבן איבער איינער דעם אנדערן פון דאָר צו דאָר, דעם טאטנס צאװאָע איז אים געווען צום הארצן. נאָר ער זײַנען געווען די שאבעסקוי- דעשס און װאָס פאר א שײַכעס האָט עס צו אים, האָט ער דאן אויך ניט געװוּסט. אזוי צי אזוי, נאָר אין יענע פריֶע פארנאכטן, ווען זיי זײַנען געגאנגען אין שוסטערישן שולעכל, האָט שמועל אים איבערגעגעבן דעם טאטנס און אױיך זײַנע קלאָלים, בא וועלכע דער מענטש דארף זיך האלטן, ער זאָל ביזן סאָף בלײַבן א מענטש. -- יאָג זיך ניט נאָך קיין רײַכטימער און זײַ קיינעם ניט מעקאנע אף זי -- פאלשעווע ניט אין דער ארבעט און כיטרעווע ניט אין לעבן. -- זאָלסט קיינמאָל ניס טאָן אזוינס. װאָס דארף אויסבאהאלטן װערן פון א צװוייטן. -- זאָלסט קיינמאָל ניט לײַגן, קיינמאָל ניט כאנפענען. -- היט זיך באליידיקן א צווייטן, א באקאנטן צי אן אומבאקאנטן, ווען באָרעך האָט גענומען אײַנכאזערן פאר זיך די אייגנארטיקע אסערעס האדיברעס און איבערגערעכנט זיי אף די פינגער, איז ער געבליבן אין פארלעגנהײַט. -- עס פעלט צו די צען,-- האָט ער װי פארקלאָגט זיך פארן לערער. -- ס'מאכט ניט אויס, -- האָט שמועל א שמייכל געטאָן, -- מיט דער צײַט װעסטו אליין אָפּזוכן די איבעריקע. דעריקער איז דאָס ווערטל, װאָס דײַן טאטע פלעגט אָפּטמאָל איבער- כאזערן: ,ניע גאָנװײַ אי ניע פאָסטײַ*. פארשטייסט, װאָס דאָס הײיסט! דײַן טאטע האָט שטארק פײַינט געהאט די צװוּאקעס, די פאלשע פרומאקעס, װאָס דאװנען אין צויי פּאָר טפיל פראווען אָפט טאנייסים, נאָר אלע זייערע מײַסים זײַנען פון סאמע גזיילע און גנייווע, נאָכן ערשטן יאָרצײַט האָט ער קיין קאדעש מער ניט געדארפט זאָגן, נאָר יעדן פאר- נאכט איז ער געגאנגען איניינעם מיט שמועלן אין שוסטערישן שולעכל. ניט אזוי צוליבן דאוונען, װוי צוליב די שיינע מײַסעלעך, װאָס דער שוסטער פלעגט דערציילן אפן וועג. מיי- סעלעך ועגן װײַסע שיפלעך, װעגן פארשטעלטע לײַט, װאָס וואנדערן ארום איבער דער וועלט, שטעלן זיך אײַן פארן אָרעמען מענטשן, ווארפן אראָפּ קײיסאָרים, פארטרייבן פּריצים פון זייערע גיטער, נאָר פאר זיך אליין קאָנען זיי קיין גוטס ניט אופּטאָן. א גאנצע װאָך האָט ער גענעכטיקט בא שמועלן און בלויז אף שאבעס פלעגט ער קומען צו זיך אהיים. זײַן מאמע, ,דװוירע די אלמאָנע", האָט זיך געסטארעט דערלאנגען איר פּארנאָסעגעבער דאָס שענסטע אוֹן בעסטע. בא איר אליין איז מיט פּארנאָסע געווען גאנץ ביטער, דאָס געלט, װאָס זי האָט אָפּגעלײגט פאר דער ניט אָפּגעשינדענער קליאטשע און פאר דעם איבערגעטריקנט וועגעלע, איז אינגיכן געװאָרן אויס געלט, און מע האָט פאר דעם גאָר- נישט ניט געקאָנט קריגן. האָט זי גענומען פליקן פעדערן פון די גווירישע גענדז, און א גאנץ יאָר האָט אין איר שטיבל זיך געשיט א שטיל פּוכאָווע שנייעלע, װאָס איז שװער גץ- ווע ארויסבלאָזן אפילע אף שאבעס, צוויי רעװאָליוציעס האָבן אָפּגעשטורעמט אין לאנד, דערנאָך איז געקומען דער ביר. גערקריג, ווען דאָס שטעטל איז מערסטנטייל געלעגן אין די קעלערס און אף די בוידעמס, און נאָך יעדן פּאָגראָם זײַנען צוגעקומען נײַע אלמאָנעס און יעסוימים. דערנאָך איז אָנגעקומען די צײַט פון שיינע נײַס און גוטע האָפענונגען. דאָס גאנצע שטעטל-- נאקעט און באָרװעס, הונגעריק און אויסגעצערט, האָט איניינעם מיט די רויטאר. מיייַשע ראָטעס אָנגעהױבן זינגען נײַע לידער. דערנאָך איז צװישן דעם קלויסטער און דעם בעסמעדרעש אופגעקומען גאָר א נײַע זאך -- דער קאָמיוגישער קלוב, אין איינעם א פראָסטיקן װוינטערדיקן פארנאכט האָבן זיי זיך אופגעהויבן פון זייערע בענקלעך, אױסגעגלײַיכט די פּלײיצעס, ער, באָרעך, גאנץ שטיל, שמועל--מיט א הױכן קרעכץ. זיי האָבן אױיסגעטאָן די פארשמאָלצעוועטע פארטעכער, אָפּגעװאשן די הענט און ארופגעצויגן אף זיך זייערע ווינטערדיקע, געדיכט אָנגעלאטעטע מאלבושים. ביז דער מארק- גאס זײַנען זי געגאנגען איניינעם. נאָר לעבן שלוימע קיווטשיקס שטוב, דאָרט, װוּ מע דארף פארקערעווען צום שוסטערישן שולעכל, האָט באָרעך זיך אָנגערופן; -- ווייסט איר װאָס, רעב שמועל? איך װעל גיין גלײַך אראָפּ, --- װוּהין איז דער אראָפּ! -- האָט שמועל געמאכט זיך ניט וויסנדיק. -- אהין, װוּהין עס גייען איצט אלע כעוורע. --- װוער האָט דיר געזאָגט, אז אלע כעוורע? --- מוישעלע גרויסארטיק, יי אזוי גאָר! טאקע גאנץ גרויסארטיק. װאָס זשע האָט ער דיר געזאָגט? -- ער האָט מיר דערציילט וועגן א נײַ לעבן. 5 -- און דיך ציט שטארק צום נײַעם לעבן? -- זייער. -- נו, אויב אזוי... ווער זשע האָט רעכט דיך פארהאלטן? גיי, גיי, באָרעכל, אהין, װוּהין עס ציט דיך. נאָר איין זאך... זאָלסט ניס פארגעסן, װאָס דײַן טאטע האָט דיר אָנגעזאָגט. -- איך וועל ניט פארגעסן. אזוי האָט אין יענעם ווינטערדיקן פארנאכט באָרעך זיך אװעקגעלאָזט אין דער נײַער וועלט.. אלץ איז געווען װוי פריִער. זיי זײַנען, װי שטענדיק, אופגעשטאנען א גרויסן פארטאָג, נאָר צו שאכרעס איז געגאנגען שמועל אליין. ער, באָרעך, האָט גלײַך געזעצט זיך צו דער ארבעט. דערנאָך האָט די שמועליכע, װי מע האָט זי גערופן,. אן אויסגעדייווערטע ייִדענע, מיט א קוויטשיק קעלעכל, דערלאנגט צום טיש זייער שטענדיקן פרישטיק--א שיטער געקעכץ פון הרעטשענע גרויפּן. איין זאך ---נאָך יענעם ווינטערדיקן פארנאכט, ווען ער האָט אָנגעהױיבן אהיימקומען ביז גאָר שפּעט, איז זײַן וועטשערעי א הירזשענע קאשע, שוין געווען שטארק אויסגעקילט. נאָר דאָס האָט אים ניט געקימערט. נאָך די הייסע פארזאמלונגען האָט די אויסגעקילטע קאשע אויסגעזען פיל געשמאקער. דערנאָך האָט ער אינגאנצן אופגעהערט נעכטיקן בא שמועלן. בא אים האָט ער געגעסן בלויז מיטיק -- דעם ברוינעם ראָסלפלײש פון קארטאָפל און הוילע לונגען. דעם פריִען פריש" טיק און די שפּעטע וועטשערע האָט געגרייט פאר אים די מאמע. ער איז שוין געווען אן עמעסער פארדינער, און די מאמע האָט זיך געקאָנט פארגינען צוגרייטן פאר אים א לײַטײ שע וועטשערעי (פאָרזעצונג קומט) ;דאָס הארץ פון רוסלאנד" אונטער אזא נאָמען האָט דער פארלאג ,סאָוורעמעניק? (,מיט- צײַטלער"), אָנגעעהױבן ארויסגעבן א סעריע ביכער, געווידמעט דער היסטאָרישער אנטוויקלונג פון אלטע רוסישע שטעט. די ערשטע זאמלונג פון דער סעריע דער" אן אויסשטעלונג אין ,דעם 1060 אאָרטאָג פון פססר--א ווירדיקע באגעגע- ניש" -- אזוי רופט זיך אָן די פאַ- טאָיאיליוסטראטיווע אויסשטעלונג, ווועלכע האָט זיך געעפנט אינעם קולטור-הויז פון דעם דאָרף סא" דאָװאָיע אין דער ייִדישער אוו" טאָנאָמער געגנט. דיאגראמעס, 6 ציילט וועגן דער נאָװאָגאָראָדער ערד, וועגן איר רומפולער פאר- גאנגענהײַט און איר הײַנטיקן לעבן. אין דער זאמלונג גייען ארײַן װוערק פון דער רוסישער און סאָ- וועטישער קלאסיק, שאפונגען פון דאָרפישן טאבעלן, פאָטאָגראפיעס דערציילן וועגן די ענדערונגען, װאָס זײַנען פאָרגעקומען אין דער עקאָנאָמיק פונעם אָרטיקן סאָװוירט פאר די יאָרן פונעם צענטן פינפיאָר, און װעגן די פּערספּעקטיון אינעם עלפטן פינפיאָר. די נאָװגאָראָדער פּראָזאיקער און דיכטער. צוישן אנדערע איז פּובליקירט די ליד ,דער סלאוויאנער יאם" פון מאָטל גרוּוומאן, װעלכער לעבט אין אָט דער היסטאָרישער שטאָט. קולטוריהויז מיט אינטערעס באטראכטן די באזוכער דעם סטענד ;זיי האָט באלוינט דאָס היימלאנד", פון װעלכן עס שײַנען אראָפּ די פּאָרטרעטן פון די פאָרגעשריטע- נע פיציכטלער, מעכאניזאטאָרס, מעלקערנס, באערטע מיט אָרדענס און מעדאלן פון פססר. אין די נומערן 12 פארן 1980 און 9 פארן 1981 האָבן מיר פארעפנט- לעכט אומבאוװװוּסטע פראגמענטן פון פּערעץ מארקישעס ניט פארענדיקטער פאָעמע ,יערושע". הײַנט דרוקן מיר נאָך דרײַ פראגמענטן פון אָט דעם װערק, וועלכע האָבן זיך פארהיט אינעם ארכיון פון ,סאָוועטיש היימלאנד". פּערעץ מארקיש פון דער פּאָעמע ,יערושע" נון גרינע ערדישע פאלאצן, הויכע טעג און אָטעמס קורצע,--- גוט איז נעמען זיך געארעמט מיט דער גאנצער ערד ארום! ס'קלאפּט דאָס הארץ זיך ביז צום פּלאצן, ס'קלאפּט דאָס הארץ אף דורך און דורך זיך, ס'קלאפּט א וויווע, ס'קלאפּט א ווארע, און דאָס בלוט אין אנגלען ברומט, אָפּגעװייקט זיך, דורכגעווארעמט מיטן טויט אליין איניינעם האָט זיך עזרע אין די שלאכטן דורך דער היץ און דורך דער קעלט: -- ביסט פאראן! דו לעבסט, דאָנארא! הייסט עס: -- ס'איז פאראן א היימאט! הייסט עס: -- אלץ איז גרינג און לײַכט דאָ! הייסט עס: -- גאָרניט איצטער פעלט! זיס אזוי זײַנען די שטרעקעס, פריש אזוי זײַנען די רוימען, און מיט ליבשאפט איז פארפּויעט יעדער בלאט און יעדער גראָז; ווילט זיך טאָן דאָס הארץ א שטרעק אויס; -- װוינט! פארהאלט מיך ניט! פארטרוי מיר, הימל לויפט און וועגן בלויען, -- ווינט, פארהאלט ניט קיינעם, --- לאָז גייט ער, עזרע, צו דאָנארען, גייט ער איצט צו זײַן באלוינונג, גייט און גלייבט זיך גאָר אליין גיט, צי די ערד איז ווירקלעך ערד; -- זיסטע טײַערסטע געפארן! צי ס'וועט לוינען, צי ניט לוינען.-- זאָל וער ס'וויל זײַן גוירל לייענען, אים איז גוט איצט! ווינטן, הערט! ס'גייט די צײַט מיט אים דערנעבן, ס'גייט א היץ מיט אים איניינעם, און ער פּרוּווט פאר זיי די ווערטער מיט זײַן בריענדיקן קאָל; זיבן מאָל זיגעשמאק דאָס לעבן אף אָט דער געשמאקער ערד דאָ, ווען מע שטעלט עס אײַן כאָטש איין מאָל, איין-און-איינציק מאָל אין קאָף קלאפּט דאָס הארץ אף דורך און דורך זיך! ס'איז די גאנצע ערד געסילעקט פאר זײַן גליקלעכן געלעגער, --- יעדער גראָז זיך נייגט און גריסט; -- וועמען גייט איצט אָן די אורזאך? -- צי װײַל ער לעבט, צי װײַל זי לעבט? צי דערפאר װײַל ס'לעבט דאָס לעבן, אזוי איינפאך, װי מע איז! 67 ס'זײַנען בלויז די אויגן ווארעם, און זיי גליטשן זיך פארביי דאָרט, נאָר ער שלינגט די הוילע װײַטן און ער װועקט מיט טראָט די ערד; -- ביסט פאראן! ביסט דאָ, דאָנארא! איז פאראן מיין זיסטע היימאט! ניט גענומען האָט נאָך קיינער, װאָס אים נעמען איז באשערט! טראָגט זיך עזרע וי נ'יא שטורעם, ס'איז אים גוט איצט אין זײַן היימאט, ער איז קליין פאר איר און ווייניק, פיר יאָר פארבראכט האָט עזרע אינעם װווּזי פיר יאָר געשלאָגן זיך מיט געגנשטאנדן פלײַסיק; ער האָט געדענקט און גוט געװוּסט, אז יעדער בוך ט'אים װוי א קויל אין שלאכט געטרײי זײַן און אים פארגרעסערן דעם גלוסט צו אופגאבן צו דרייסטע, -- געווען איז אים א לוסט זיך אָנלאָדן מיט רײַזעס, זיך דורכדרינגען מיט יעדן מוז און זײַן מיט זיי װי שטאָל און אײַזןף עס האָט א זאָט געטאָן אין לאנד מיט פרייד מיט מעכטיקער פון רויערד, -- צונויפגעזאמלט ס'האָט באנאנד די האנט פון אופשטעלונג און בויוּנג-- א שטיין צו שטיין, און שטאנד צו שטאנד, און יעדערער איז זיך פארטרויען געגאן מיט פרייד און מיט געזאנג. עס האָט א זאָט געטאָן אין לאנד מיט רעגנבויגנדיקע שלייפן א טאָג פארגייט, א צווייטער --- שפּאנט זיך, און צװוישן זיי--- די נאכט זיך מעסט; נאָר ס'קלעקן ניט קיין פיר און צוואנציק געציילטע שאָ פאר א מעסלעס! ס'לויפט עזרע אום פון אָרט צו אָרט דאָרט, וי נאָך דער צײַט ער װאָלט געיאָגט-- יעדער שפּאן זיבא אים אן אָרדער אף צו פארגרעסערן דעם טאָג. און ס'קלעקט קיין צײַט ניט אלץ צו זען דאָרט, :צו זען איז ווייניק דער מעסלעס-- װי ס'האָט די שטאָט זיך דאָ געענדערט, וי ס'האָט געענדערט זיך אָדעס! 8 עפּעס ווילט זיך פון זיך נאָך... נאָר דאָנארא דארף קיין טורעמס, ס'ווייסט דאָנארא ניט פון טרויער -- ניט פון טרוימען וועגן בויען װײַל זי װוייסט ניט פון קיין בראָך.. ס'ווייסט דאָנארא ניט אינגאנצן, נאָך װי ס'דארף צו זײַן איר לעבן זי באקאנט זיך ערשט מיט דעם איצט, זי דערקענט עס ערשט אָט איצט; -- עמעץ האָט עס איר געגעבן, און זי ווייסט ניט, װוער זידער עמעץ... וווז די ארבעט פון צונויפנעמען באנאנד װווּ נאָר א פעלקערשאפט, װוּ נאָר א שייוועט, אים אומקערן צו מי און שטאנד און צו באגער און צו פארשטאנד, ער זאָל א טייל זײַן פונעם לאנד! א לאָז געגעבן אָן א שיר דאָרט זיך האָבן מענגעס -- גרוי און גרין -- און רויע שטעטלדיקע שיכטן אף ארבעט גייען -- ווער --- װוּהין; בא יעדן איינעם אינעם בליק זיך צינדט א טרייסט פון נײַעם לעבן. ס'האָט יעדער איינער א צעבלי זיך פונדאָסניי דאָרטן געגעבן -- און עזרע האָט געטאָן א פאָר אהיים --- און קיינעם ניט דערקענט דאָרט; עס האָט פאר קנאפּע זיבן יאָר דאָס שטעטל זיך אזוי געענדערט.. און ערגעץ האָט דאָס לאנד געקלערט, און ערגעץ האָט דאָס לאנד געהאוועט: --- פאר וועמען אויסטיילן א כיילעק ערד, --- און וועמען פריִער נאָך -- אן אלפאוויט... ווו עס ווארפט זיך אף אים ראש נ'געשריי דאָרט, עס רײַסט זיך בלענדיקער צעשאָט; און ס'קאָן ניט עזרע אונטערשיידן, צי ס'רוישט דער יאם, צי ס'רוישט די שטאָט. די זעלבע העלקײַט פון דער װײַט, נאָר ס'כוואליען הײַזער זיך --- געלאָפּיק, און יאם מיט שטאָט זיך טוישט און בײַט, און איינס איז רוישיקער פון צווייטן, און איינס מיט צווייטן זיך באהעפט -- װוּהין דער קאָפּ זאָל ניט א גי טאָן, איז זון און גאָלד און בלאנק זיך טרעפט. די בונטע ברעגעדיקע בערג זיך רונדיקן נ'אמפיטעאטער; זיי שטייען וי אונטער געווער, און שטום זיי בלעטערן די װײַטן-- זיי זײַנען אָנגעלאָדן --- פול--- זיי טראָגן װאָלקנס, װי א וואכטע, זיי טראָגן ערן-קאראול און קאָנען אלץ זיך ניט דערווארטן, -- זיי ווארטן אלץ אף געסט פון יאמען, זיי קוקן אויס פון דר'הויך די װײַט, אז ניט פארגיין און ניט פארזאמען זאָל זיך אין וועג ערגעץ די פרײיהײַט. זיי האלטן װי א טאץ די יאם-פלאך מיט טעפּיכער פון זון און ברויז: -- עס ועלן קומען מאכנעס דאמפערס און גיין ,פּאָטיאָמקין? וועט פאָרויס! ס'איז יעדער הייל, וי אן אאול, און היל און העל אין אלע היילן, און אלע הילן זיך ארום, און אלע פון דער טיף דערציילן,--- און ס'איז פאר עזרען יעדער שטיין פון שטאָט אָדעס -- אן אָס פון עפּאָס --- כאָטש טוליע צו דאָס מויל צן זיי און מיטן אָטעם טרינק און שעפּ צס, און זויג זיך אָן דאָרט ביז צום אומפאל און אין די שטיינער זיך פארבראָק: אז יעדער ווינקל איז דאָ רומפול, מיט רום זיך רויכערט יעדער ראָג.-- נאָר עזרע איז פון אומלויף -- דול--- מיט זײַנע פיס רעגירט א וויכער; --- אָט דאָ ז'געווען אמאָל א שול, און דאָרט האָט זיך געשלײַפט א קירכע, און דאָ געווען זײַנען צעזייט קאפעען, בירזשעס, נעכט געהיימע; נאָר ס'ווענדט זײַן בליק אָפּ א מוזיי, א שילד מיט בוכשטאבן פון דר'היים נאָך... א שילד מיט בוכשטאבן מיט שטומע, וי שטיינער אוראלטע דערוועקט-- זי יאָגן נאָך זיך אומעטום אים, אז ער זאָל אומפאלן אין וועג, א שילד מיט בוכשטאבן מיט שטומע -- און װי מאצייוועס קוקן זיי; איז ער צעטעכערט און צעטומלט ארײַן אין ייִדישן מוזיי, א ניד'ריק הויז. א צוויי-דרײַ שטיגן, און פענצטער -- אף אשטילער גאס; עס קוקט דאָס הויז גלײַך װי אין ברילן, אז עפשער קומען װעט א גאסט, אז עפשער קומען װעט א קאָרעוו, אז עפשער ט'זיך דערמאָנען װוער אין שטומע אומנייטיקע יאָרן, אין שטומע אומנייטיקע טעג... א קורץ-געהאקטער קאָרידאָר און צימערן -- פארטײַעט --- פיר; ס'קוקט עזרע דאָ, ס'קוקט עזרע דאָרט, און עפּעס פירט אים און פארפירט... און ס'האָט די היים געטאָן אן אָטעם, און ס'האָט א קרעכץ געטאָן די היים --- געגרייט איז דאָ דער טיש פאר שאָטנס, און פאר געשפּענסטער-גאנג --- געהיים... ס'איז שטיל. דער אומעט ליגט און ציט זיך, ער ליגט--א מעס -- געבראכט אהער--- עס פעלט א קישן נאָר אף דר'ערד, און שיווע זאָל מען דאָ נאָך זיצן.. ס'איז אלץ. ס'איז ביזן ביין --- אינגאנצן--- און זיבן מאָל ס'איז שוין פארמערט, עס שאָקלען שאָטנס אף דער וואנט זיך און הייבן זיך ניט אוף שוין מער; אן אלט פּאָרױכעסל פון סאמעט מיט לייבן אויסגענייטע צוויי--- גענייט אזא מין האָט זײַן מאמע מיט יאָרן צ'ריק בא זיך אין דר'היים. און צוויי מענוירעס. מעש. און לײַכטער, א האָדעסל --- פארגרינט פון ראָסט; און ס'גיט מיט שול פון אלץ א שפּאר דאָרט, און ס'גייט דורך לײַב אים דורך א פראָסט.-- און -- ס'איז באנאכט. מע זיצט אף דר'ערד, מע שלאָגט זיך אין די קעפּ איניינעם--- און ס'דאכט זיך עזרען, אז ער הערט א קאָל פון עמעצן באוויינען; ...און אפן בוידעם שלאָפּט א דאך, צוגעדעקט מיט שינדעלעך, און אין שטוב וויינט א קינד נאקעט-הויל, אָן ווינדעלעך... איז װוּ זשע איז זי דאָ, די ציג? איז װוּ זשע איז דאָ, די שטרוי? און עפּעס ווארגט אים און פארציט און -- אויס מיט צאָל, און --- אויס מיט רוים.. אונטער א גלאָז -- מיט שײַן פארליאפּעט, צעקנייטשט און אײַנגעלאָפן -- רונד, זיצט מענדעלעס פארשטויבטע שליאפּע, וי א דערפרוירן-געלע הון.. און ס'דאכט, אז ס'שלאָפּט דאָרט אונטער איר דאָס קליינע מענטשעלע אף קליינע וועגן.-- און ס'שרעקט זיך עזרע טאָן א ריר, עס ניט דערמונטערן, דערוועקן.. ס'איז עזרע מיד. ס'איז עזרע מאט שוין, א קאָל א װײַטס פון ערגעץ פליסט.-- געגאן, געגאן איז זי, די קליאטשע, און אויסגעצויגן דאָ די פיס, און אָפּגעגאן, און אָפּגעטראָטן, און אויסגענישטערט װוּ א נעסט, און אָפּגעגעבן גאָט דעם אָטעם און דאָס געביין --- דער שטאָט אָדעס! און ס'גייט פון אלץ אזא מין אומעט, אן אָרעמקײַט אזא --- פארטייעט:; -- צו װאָס איז ער אהער געקומען? -- צו װאָס איז ער אהער אריין? און נאָכאמאָל באטראכט דאָרט עזרע 69 פון זייַן אמאָל --- דעם גלאנץ און פּראכט: עס גליטשט זײַן אויג זיך איבער גלעזער, און קוקנדיק אף זיי--- ער טראכט: --- צו װאָס האָט איר צוויי טויזנט יאָר געשפּארט, געטומלט און געמערט זיך? און אויסגעפליקט פון זיך די האָר און אויסגעדאוונט זיך די הערצער, און זיך די רוקנס אױסגעהאָרבעט, און אויסגעבויגן זיך די הענט? צו װאָס האָט איר געשלעפּט א טאָרבע און זיך געגאנוועט בא די ווענט? צוליב דעם אויסגענייטן לעמפּערט? צוליב דער ליד וועגן דער ציג? מע װאָלט דאָס אלץ באדארפט א נעם טאָן און ערגעץ אָפּשטױסן צוריק!.. נאָר --- צימער פינף. ס'איז אזוי שטיל דאָרט. די טיר צו אלעמען --- געווענדט; מיט שריפטן שטױביקע און בילדער באהאנגען זײַנען הייסע ווענט ער קוקט זיך אײַן. ער שטרענגט זיך אָן-- װערסטאָווע סלופּעס פונדערװײַטן, און א װאָקזאל, און א וואגאָן צעבראָקט, צעמאָרדעט און צעײַטערט. און עזרע קוקט זיך אינעם פּלאץ אײַן, און עזרע לייענט און דערקאָנט: -- א בלוט-פארשמירטע פּראָקלאמאציע, און א געשאַכטענער רעװקאָם. זי קוקן שטומע, די פּאָרטרעטן, מיט אופגעהאקטע שטיקער לײַב-- ערגעץ אין װײַטן ליגט דאָס שטעטל מיט הימל צוגעדעקט װי בלײַ. -- איז װאָס עזרעס אין מוזיי דאָ? 5 --- מיט וועמען קער ער זיך דאָ אָן? מיט די מענוירעס די צעזייטע? צי דעם געשאָכטענעם רעווקאָם? פונוואנען גייט, װוּהין צעוואקסט זיך זײַן מענטשן-שטאָלץ, זײַן ייַכעס-בריוו-- פון זיידנס בונט קעגן דער טאקסע, צי פון דעם בלוט-פארשמירטן שריפט?.. און צו די בילדער גייט ער צו, און איבער זיי ער קוקט זיך איבער-- פון דעם וואגאָן, פון דעם-אָ צוג איז ער דער איינציקער געבליבן, ווען מ'האָט. געגרייט זיך צו דער מאבט, ווען אף באפעלן מ'האָט געווארט דאָרט.-- -- אָט איז זי, אָט די ערשטע נאכט, -- די ערשטע פון דער רויטער גווארדיע... און ס'גיט א פאל פון אים דער טאָג, און ס'שטעלט זיך פאר אים אָפּ דער זייגער; --- פארװאָס געפינען זיי זיך דאָ? -- װאָס עפּעס דאָ, אין דעם מוזיי גאָר? און עפּעס רײַסט אין אים און פּלאצט, און עפּעס ציט צו דעם געביין אים; --- פארװאָס ניט אפן רויטן פּלאץ? --- פארװואָס ניט דאָרט --- מיט אלע נ'יינעם?.. דערנאָך איז עזרען לײַכט געווען דער װײַטער וועג, אין פּײַן פארהילטער; באגלייט אים האָבן שטילע ווענט מיט ערגעץ שוועבנדיקע בילדער... ס'האָט אים באגלייט זײַן נײַער שטאם, ס'האָט אים באגלייט זײַן נײַע יוגנט, און ערגעץ האָט גערוישט דער יאם און אים געטראָגן צו זײַן צוקונפט. כון +צרג זי זע/נר- אסיל שאָלעםיאלײיכעם דער גליקלעכסטער אין קאָרני די בעסטע צײַט פאָרן אין באן איז--- װייסט איר װען? אָסיען-צײַט, ארום נאָך סוקעס. ס'איז ניט הייס און ניט קאלט, און איר קוקט ניט אָן דעם פארוויינטן הימל מיט דער קלאָגעדיקער פארכוישעכטער ערד. טראָפּנט רעגן שמײַסן אין די פענצטער, קײַקלען זיך אראָפּ אפן פארשוויצטן גלאָז, אזוי װי טרערן, און איר זיצט זיך, װי א פּאָרעץ, אין וואגאָן דריטער קלאס מיט נאָך א סאך אזעלכע מעיוכאָסים, װי איר, און כאפּט א קוק אין דרויסן ארויס, אוז איר דערזעט פונדערװײַטנס--א וועגעלע שלעפּט זיך, טיאָפּקעט אין דער בלאָטע. אפן וועגעלע זיצט, אײַנגעבויג! אינדרײַען, א גאָטס באשעפעניש, מיט א זאק איבערגעדעקט, און לאָזט אויס זײַן ביטער הארץ צום פערדל, נעבעך, אויך א גאָטס באשעפעניש,--און איר דאנקט גאָט, װאָס איר זײַנט אונטער א דאך, צװישן מענטשן. איך ווייס ניט, ויאזוי איר.- איך האָב ליב פאָרן אין באן אָסיען-צײַט, ארום נאָך סוקעס. דאָס ערשטע איז בא מיר -- אן אָרט. האָב איך פארכאפּט אן אָרט און װער שמועסט נאָך אין דער רעכטער האנט, לעבן פענצטער,--בין איך מיר א קייסער. ארויסגענומען דעם פאָרטאבאק, הייבט מען אָן צו פארייכערן א פּאפּיראָס נאָך א פּאפּיראָס און ארומקוקו זיך, װער פאָרט אין וואגאָן און מיט וועמען קאָן מען ריידן א פּאָר וערטער וועגן געשעפט! פּא- סאזשירן, דאכט זיך, ניט צו פארזינדיקן, אָנגעפּאקט, װי הערינג אין א פאס. בערד, נעזער, היטלען, בײַכער, געשטאלטן פון מענטשן. און מענטשן?--ניט איינער. נאָר שא, אָט זיצט עפּעס אין א ווינקעלע איינער אליין א מאָדנער פּארשוין, א פּארשוין ניט װי אלע. בא מיר איז א שארף אויג. ניט קיין געויינלעכן מענטשן װעל איך אײַך באמערקן צװישן הונדערט. דאָס הייסט, אפן קוק איז דאָס אפילע א גאנץ געוויינלעך מענטשל, א ייִד פון די ייִדלעך, װאָס מע מעסט זי אפן מעסטל, אָדער דאָס, װאָס ווערט אָנגערופן בא אונדז: ,א ייִד פון א גאנץ יאָר". נאָר אָנגעטאָן איז ער עפּעס מאָדנע: א קאפּאָטע ניט קיין קאפּאָטע, א כאלאט ניט קיין כאלאט. אפן קאָפּ--א היטל ניט קיין היטל, א יארמלקע ניט קיין יארמלקע. אין די הענט---א שירעם ניט קיין שירעם, א בעזעם ניט קיין בעזעם. א מאָדנע אָנטאָן. נאָר ניט דאָס אָנטאָן איז דער איקער, װי דאָס ייִדל אליין מיט זײַן רירעװדיקײַט, מיט זײַן ארומקוקן זיך אף אלע זײַטן און מיט זײַן ניט קאָנען אײַנזיצן אף אן אָרט, און דער- הויפּט --- מיט זײַן שײַנענדיק, פריילעך, לעבעדיק פּאָנעם און גליקלעך אויסזען. ניט אנדערש, װי דער מענטש האָט אָדער אויסגענומען א הויפּט-טרעפער, אָדער כאסענע געמאכט א טאָכטער אין א מאזלדיקער שאָ, אָדער ארײַנגעגעבן א זון אין גימנאזיע. אלע מינוט כאפּט ער זִיך אוף, טוט א קוק אין פענצטער און א זאָג צו זיך אליין ;א סטאנציע? נאָך ניט?* --- און זעצט זיך אוועק צוריק, אלע מאָל נעענטער צו מיר, א שײיַנענדיקער, א פריילע- כער, א גליקלעכער. 11 בעטעווע, דארפט איר וויסן, בין איך א מענטש, װאָס האָב פײַנט, וי אנדערע, קריכן צו יענעם אין הארצן אריין, אויסטאפּן, אויספרעגן, ווער און װאָס און ווען. איך גיי מיר מיט דעם גאנג, א מענטש װאָס האָט עפעס, וװועט ער עס אליין ארויסגעבן קאכאווע. נאָך דער צוייטער סטאנציע האָט זיך מײַן רירעװדיק ייִדל צוגערוקט צו מיר נאָך א ביסל נעענטער, דאָס הייסט, טאקע גאנץ נאָענט, אזוי, אז זײַן מויל איז אויס- געקומען אקוראט אקעגן מײַן נאָזי --- װווּהין פאָרט א ייָד? איך האָב אָבער פארשטאנען פון זיין פרעגן מיך און פון זײַן ארומ" קוקן זיך און פון זייַן קראצן זיך אונ- טערן היטל, אז אים גייט ניט אָן אזוי, װוּהין איך פאָר, װוי עס וילט זיך אים אויסדערציילן, װוּהין ער פאָרט. און איך האָב אים געטאָן צוליב, דאָס הייסט, איך האָב אים דערוף ניט גע- ענטפערט גאָרנישט, נאָר א פרעג געטאָן: ,און איר װוּהין?"-- און ס'איז אוועק א גאנג. --- איך װוּהין? קיין קאָדני. געהערט אמאָל קאָדני? בין איך א דאָרטיקער בין איך. ניס ווייט פונדאנען. די דריטע סטאנציע. דאָס הייסט, פונדאנען האָבן מיר נאָך אזוי גרויס װױ דריי סטאנציעס. און פון דאָרטן קיין קאָדני באדארף מען נאָך צופאָרן מיט דער אקס א שאָ אָנדערהאלבן. דאָס הייסט, סע רעדט זיך נאָר אזוי: אָנדערהאלבן. אינעמעסן איז דאָס טאקע גאנצע צוויי שאָ, אײײַזערנע צוויי שאָ, נאָך מיט א סמיטשיק. אי דאָס מיט א טנײַ --אױב ס'איז א גוטער וועג און מע פאָרט מיט א פאעטאָן. איך האָב באשטעלט, דורך א דעפּעש. איך האָב געקלאפּט, הייסט דאָס, א דעפּעש, מע זאָל מיר ארויסשיקן א פאעטאָן אף דער סטאנציעי צוליב מיר, מיינט איר? שרעקט אײַך ניט. איך קאָן באשטיין זיך איבערכאפּן זאלבעזעקסט מיט א פּראָסטן באלעגאָלע, אָדער אז ניט, נעמט מען דעם שירעם אין איין האנט און דאָס פעקל אין דער אנדער האנט און מע איז אוילערעגל גלײַך אין שטאָט ארײַן גאנץ פּײַן צופוס. סע טראָגט ניט, פארשטייט איר מיך, אף קיין פאעטאָנעס. װעדליק די גאָלדענע געשעפטן, מעג מען גאָר אינגאנצן זיצן אין דער היים. הא? װאָס זאָגט איר? דאָ איז מײַן פארשוין מאפסיק, טוט א זיפץ און הייבט אָן ריידן שטיל, גלײַך צו מיר אין אוער ארײַן, קוקט זיך פריִער ארום אין אלע זײַטן, אויב קיינער הערט אים ניט אונטער. -- איך פאָר ניט אליין. איך פאָר מיט א פּראָפּעסאָר פאָר איך... װי קום איך צו א פּראָ פּעסאָר? איז אזוי די מײַסע: פון קאשעווארעווקע האָט איר געהערט? א שטעטל אזעלכעס פאראן, הייסט דאָס מיטן נאָמען קאשעווארעווקע. װוינט דאָרטן א ייד א גוויר, אן אופגעקו" מענער גוויר, עפשער האָט איר געהערט פון אים, באָראָדענקאָ הייסט ער, איציקל באָראָ דענקאָ. געפעלט אײַך דער נאָמען? איאָ, א גוייִשער נאָמען? נאָר װאָס קומט ארויס? א גויי" שער נאָמען, א ייִדישער נאָמען --- דערװײַל האָט ער דאָס געלט. און א סאך געלט, גאָר א סאך. ס'איז א סװאָרע, אז בא אונדז אין קאָדני שאצט מען אים קימאט אין א האלבן מיליאָן. און עפשער, אז איר װעט מיך שטארק בעטן, האָט איר בא מיר געפּױעלט, אז ער זאָל פאר- מאָגן דעם גאנצן מיליאָן. דאָס הייסט, װעדליק ער איז, איך בעט איבער אײַער קאָװעד, א דאָוועראכער, װאָלט ער געמעגט פארמאָגן צוויי. אָט האָט איר א רײַע: כאָטש איך זע אײַך דעם ערשטן מאָל, נאָר פארשטיין פארשטיי איך, אז איר פאָרט אויס א װועלט, אוואדע מער פון מיר. זאָגט מיר דעם עמעס: איר האָט עפּעס א סאך מאָל געהערט דעם נאָמען באָראָדענקאַי ער זאָל זיך אויסשטעלן מיט עפּעס א ייִדישער זאך, א גרויסער נעדאָװע, צי װאָס! בא אונדז אין קאָדני האָבן מיר נאָך לעסאטע דערפון עפּעס ניט געהאָרכט. נאָר אויך די אייגענע מײַסע, גאָטס סטראפּטשע בי איך ניט און אף יענעמס קעשענע איז יעדער א ואטרען. איך ריד 72 ניט פון נעדאָװעס און צדאָקע: איך רייד פון מענטשלעכקײַט רייד איך. גאָט האָט דיר גע- האָלפן, דו ביסט אזוי רײַך, אז דו קאָנסט זיך פארגינען אױיסשרײַבן א פּראָפּעסאָר, --- װאָס װועט דיך ארן, אז יענער װעט אויך געניסן דורך דיר דעם זכוס? מע בעט ניט בא דיר קיין געלט, מע בעט בא דיר א גוט װאָרט.-- װאָס כאפּט דיך אוועק דער רועך? װעט איר האָרכן א שיינס, דארף זיך טרעפן א מײַסע, אז מע וװערט געװאָר בא אונדז אין קאָדני (בא אונדז אין קאָדני ווייסט מען אלץ), אז בא דעם קאשעווארעווקער גוויר, בא אָט דעם איציקל באָראָדענ- קאָ, װאָס איך דערצייל אײַך, װערט קראנק, ניט דאָ געדאכט, א טאָכטער. װאָס איז איר קראנקשאפט, מיינט איר! א נעכטיקער טאָג, א פארליבעניש. זי האָט זיך פארליבט אין א גוי, האָט זיך דער גי אָפּגעזאָגט, האָט זי אײַנגענומען סאם (בא אונדז אין קאָדני ווייסט מען אלץ). ערשט נעכטן איז דאָס געווען, איז מען אװעקגעלאָפן און מע האָט אראָפּגעבראכט א פּראָפּעסאָר, דעם גרעסטן פּראָפּעסאָר. בא אזא גוויר שפּילט עפּעס א ראָליע? פאלט מיר ארײַן א געדאנק: אזוי װי דער פּראָפּעסאָר װעט דאָך דאָרט ניט בלײַבן זיצן; הײַנט-מאָרגן פאָרט ער דאָך צוריק; און פאָרן פאָרט ער דאָך סײיװויסײַ דורך אונדזער סטאנציע, דאָס הייסט, פארבײי קאָדני, -- װאָלט עפשער געווען א פּלאן, ער זאָל זיך צוריקוועגס אראָפּכאפּן מיפּאָיעזד לעפּאָיעזד צו אונדז, צו מיר הייסט דאָס?! עס ליגט בא מיר א קינד, ניט פאר אײַך געדאכט. דעהײַנע, װאָס מיינט איר איז בא אים? איך וייס אליין ניט װאָס, עפּעס איז אים אינװייניק. דאָס הייסט, הוסטן, דאנקען גאָט, הוסט ער ניט, און װײַטער, ער זאָל פילן עפּעס א ווייטעק אין הארצן-- איז אויך ניט. נאָר װאָס זשע דען? קיין טראָפּן בלוט, און שוואך, שוואך, װי א פליג. דערפון, װאָס ער עסט ניט. גאָרנישט ניט. ויאזוי, מיינט איר, גאָרנישט ניט! אָבער לאכלוטן גאָרנישט. מילך אמאָל טרינקט ער אויס א גלאָז. איז דאָס --- מיט גוואלד. מע דארף אים אײַנבעטן דארף מען אים. אויסויינען. און װײַטער איז ניט קיין לעפל יויך און ניט קיין ביסן ברויט. פון פלייש שמועסט מען ניט. פלייש קאָן ער גאָר ניט זען. פאר- ווארפט מיטן קאָפּ. דאָס איז פון זינט ער האָט געבלוט. זומער האָט ער, ניט הײַנט געדאכט, געבלוט. איין מאָל, נאָר שטארק. איצט, דאנקען גאָט, שוין מער ניט. האלעװײַי װײַטער. נאָר אָפּגעשוואכט איז ער ---איר קאָנט אײַך גאָרניט מעשאער זײַן. קוים-קוים װאָס ער האלט זיך אף די פיס. א קלײיניקײַט---א מענטש פיבערט, גליט וי אף פּאָקן גליט ער! פון נאָך שוווּעס. נײַן און דרײַסיק מיט א האלבן, אָדער נײַן און דרײַסיק אָן א האלבן. גאָר ניטאָ קיין שום מיטל דערצו. געווען שוין מיט אים באם דאָקטער ניט איין מאָל. נאָר װאָס ווייסן אונדזערע דאָקטױרים? א סאך עסן, זאָגן זיי, א סאך לופט. װוּ זשע? אז פון עסן וויל ער גאָר ניט הערן. און לופט? פונוואנען זאָל זיך נעמען בא אונדז לופט? אין קאָדני-- לופט! כא-כא! א וויל שטעטל קאָדני. א ייִדיש שטעטל. פאראן בא אונדז, קיין אײַנהאָרע, א ביסל ייַדן, פאראן בא אונדז א בעסמעדרעש, פאראן א שול, פאראן א ראָוו, פאראן אלצדינג. נאָר פון צוויי זאכן האָט אונדז גאָט אויסגעהיט: פון לופט און פון פּאָרנאָסע. מיילע, פּארנאָסע איז אָפּגערעדט. פּארנאָסע האָבן מיר, באָרעכהאשעם, איינס פון דאָס אנדערע... און לופט? אז מיר ווילן לופט, גייען מיר אין ,הויף" ארײַן. אין ,הויף", זעט איר, איז שוין דאפקע דאָ לופט. אמאָל, אז קאָדני האָט געהערט צו די פּוילישע פּריצים, האָט מען ניט געטאָרט ארײַנשמעקן אין ,הויף" אריין. די פּריצים האָבן ניט צוגעלאָזט. ניט אזוי די פּריצים, װי די פּריצישע הינט. נאָר זינט קאָדנער ;הויף" איז ארײַנגעפאלן אין ייִדישע הענט, איז געװאָרן אויס הינט, און דער ,הױיף" איז געװאָרן גאָר אן אנדער אהויף". א מעכײַע ארײַנצוגיין אין ,הויף* ארײַן. טאקע פּריצים, פּאָמעשטשיקעס, נאָר ייִדישע פּאָמעשטשיקעס. ריידן ייִדיש, װוי איך מיט אײַיך. און האלטן פון ייִדישקײַט, און האָבן ליב א ייִדן. אז מע שמועסט ייָדן, איז דאָך ניט שייעך! דאָס הייסט, איך װעל אײַך ניט זאָגן, אז זיי זאָלן זײַן אזעלכע גרויסע צאדיקים. באָרעכהאשעם, אין שול ארײַן צו אונדז דאוונען כאפּן זי זיך ניט אזוי שטארק, און, לעהאוודל, צו אונדז אין באָד ארײַן -- אוואדע ניט. און זיי זאָלן מוירע האָבן מעכאלעל-שאבעס זײַן.-- זעט מען עפּעס אויך ניט. און פאר א הינדל, זאָגט מען, אין פּוטער, שרעקן זיי זיך אויך ניט שטארק איבער. נו, און שערן דאָס בערדל, און גיין אָן א היטל, און נאָך אזעלכע זאכן--- פון דעם שמועסט מען ניט. דאָס איז שוין הײַנט אומעטום א װאָכעדיקער גאנג. פאראן שוין בא אונדז, דאנקען גאָט, אין קאָדני אויך אזעלכע באָכערימלעך, װאָס ס'איז זיי שווער דאָס היטל אפן קאָפּ... פּראוודע, קאָדני האָט אף אונדזערע פּאָמעשטשיקעס ניט װאָס צו קלאָגן זיך. אונדזערע ייִדישע פּריצים זײַנען פארן שטעטל גענוג יויצע. פארקערט, פּײַנען זיך אויס, וי װײַט מעגלעך. קומט אָסיען, שיקן זיי ארײַן א הונדערט זעקלעך קארטאָפּליעס פאר אָרעמעלײַט. ווינטער --- שטרוי אף צו הייצן. ערעוו פּייסעך -- מאָעס-כיטים. ניט לאנג האָבן זיי געשענקט ציגל אף א שול. װאָס איז שײַעך? אלצדינג פּײַן, שיין און לײַטיש, װי עס געהער צו זײַן. נאָר אָט דאָס הינדל אין 78 פּוטער זאָל נאָך ניט זײַן, אוי, אָט דאָס הינדעלע!.. מיינט ניט! איך וויל זיי, כאָלילע, דערמיט ניט באריידן. װאָס האָב איך צו זיי! אדעראבע! זיי װועלן אײַך פאר מיר ניט אוועקגעבן קיין זאק באָרשטש. רעב אלטער (מע רופט מיך אלטער רופט מען מיך) איז בא זיי דאָס אייבערשטע פון שטויסל. אז מע דארף האָבן עפּעס אין שטאָט ארײַן מיקויעך א נייטיקער זאך, א נײַעם לועך, צום בײַשפּיל, אף ראָשעשאָנע, מאצעס אף פּייסעך, אף סוקעס הױישײַנעס, אוקעדוימע אזעלכע זאכן, װאָס זייַנען שײַעך צו ייִדישקײַט,--- שיקט מען רופן רעב אלטערן. און מײַן װוײַב אין קלייט? (מײַן װײַב האלט א קלייטל האלט זי) גיבן זיי צו לייזן שיין געלט. פאר זאלץ און פאר פעפער און פאר שוועבעלעך און פאר אלצדינג. דאָס האָט איר אײַך די פּאָי מעשטשיקעס. און זייערע קינדער די סטודענטלעך -- זיי זײַנען פאר מײַן זון גאָר די קאפּאָרע. קומט דער זומער און זיי פאָרן זיך צונויף פון פּייטערבארג, לערנען זיי מיט אים װאָס איר ווילט. זיצן אוועק מיט אים טעגװײַז איבער די ביכלעך. און בא מײַנעם א ביכל, דארפט איר וויסן, איז דאָס כיִעס מיט דער נעשאָמע! טײַערער פונעם טאטן מיט דער מאמען. איך האָב מוירע צו זאָגן, נאָר מיינען מיין איך, אז דאָס ביכ?-- דאָס איז טאקע זײַן מאלכאמאָ- וועס. פון דעם ביכל האָט זיך גענומען דאָס גאנצע אומגליק.. זי דרינגט מיר אפילע, אז ס'איז בא אים פונעם פּריזיוו. װאָס פּריזיוו? ווען פּריזיוו? דעם פּריזיוו האָט ער שוין לאנג פארגעסן. נאָר מיילע, ויאזוי די מייסע איז שוין דאָרטן, צי ביכל, צי פּריזיו --- דערװײַל ליגט בא מיר א קינד, ניט פאר קיין ייִדן געדאכט, און צאנקט, צאנקט נעבעך, גייט אויס װי א ליכט. איין גאָט זאָל זיך אף אים דערבארעמען... א מינוט האָט זיך אף מײַן ייִדלס שײַנענדיק פּאָנעם אָנגערוקט װי א כמארעלע. אָבער ניט מער, װוי איין מינוט. גיך האָט געגעבן א קוק ארויס די זון, פארטריבן די כמארע. און דאָס פּאָנעם האָט בא אים װידער אָנגעהויבן שיינען, די אויגן לײַכטן און דאָס מויל שמייכ- לען. און אָט דערציילט ער װײַטער; -- האקלאל, װוּ זשע האלטן מיר? יאָ, האָב איך מיך מעיאשעוו געווען, איך װעל געבן א לויף קיין קאשעווארעווקע, צו איציקל באָראָדענקאָ, צום גוויר הייסט דאָס. געוויינלעך, האָב איך מיך ניט געלאָזט אין וועג ארײַן גלאט אזוי, װי זאָגט איר, מיט ליידיקע הענט. איך האָב מיטגענומען א בריוו האָב איך מיטגענומען. פון אונדזער ראָוו (דער קאָדנער ראָװו האָט א נאָמען). א שיינעם בריוו: ,העיויס אזויווי גאָט האָט אײַך געהאָלפן, איר זײַנט אימשטאנד אראָפּברענגען צו זיך אין שטוב ארײַן א פּראָפּעסאָר, אז איר דארפט, און אזויווי בא אונדזער אלטערן ליגט, ניט פאר אײַך געדאכט, א זון אפן טויטן-בעט, עפשער װעט זיך דערװעקן 4 8 24 אין אײַער הארץ א פונק פון ראכמאָנעס און איר װעט אראָפּנידערן פון אײַער געצעלט און ארײַנגײן אין דער פפּאָלאָזשעניע* און װעט פּױעלן באם פּראָפּעסאָר, אז צוריק- וועגס, ער פאָרט דאָך סײַװיסײַ פארבײַ קאָדני, זאָל ער זיך אראָפּכאפּן צו אונדז מיפּאָיעזד לעפּאָיעזד אף א פערטל שאָ נאָר, א קוק טאָן אפן קראנקן. אוביסכאר זע"... נו, און אזוי וויי- טער. א שיינע בריוו, פּלוצעם דערהערט זיך א פּײַף, און מיר בלײַבן שטיין. מײַן ייָדֹל טוט זיך א כאפּ אוף. -- אהא! א סטאנציע? אָט טו איך א שפּרונג אין פּערװוע קלאס נאָר אף איין מינוט. איך װעל נאָר געבן א קוק צו מײַן פּראָפּעסאָר, קום איך באלד ארײַן, װעל איך אײַך ?קינטשען* די מײַסע. ארײַנגעקומען איז מײַן ייִדל צוריק מיט נאָך א מער שײַנענדיק פּאָנעם װי פריער. איך זאָל װויסן, אז מע קען זיך אזוי, אויסדריקן. װאָלט איך געזאָגט: עס האָט גערוט אף איס די שכינע. אָנגעבױגן זִיך צו מיר אפן אויער, מאכט ער צו מיר שטיל, װי ער װאָלט מוירע האָבן עמעצן אופוועקן - | -- ער שלאָפּט, דער פּראָפּעסאָר מײַנער. גאָט זאָל העלפן, ער זאָל זיך כאָטש גוט אויס- שלאָפן, אזוי אז ער װעט קומען, זאָל ער קומען מיט א לוטערן קאָפּ... האקיצער, װוּ זשע האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט? אין קאשעווארעווקע, קום איך, הייסט עס, צו פאָרן קיין קאשעווארעווקע און לאָז מיך גלײַך אין שטוב ארײַן, קלינג אָן בא דער טיר איינס און צוויי און דרײַ, שפּרינגט ארויס א נעפעש מיט א פּאָר פיסקעס און מיט א געגאָלטער מאָרדע און באלעקט זיך, װי א קאץ. און מאכט צו מיר בע- לאָשן פאָניע: ;שטאָ נאדא?" זאָג איך צו אים דאפקע אף ייִדיש: , מיסטאמע איז ,נאדא"; ס'זאָל ניט זײַן ,נאדא", װאָלט איך מיך ניט געהעצקעט אהער אזש פון קאָדני".. הערט ער מיך אויס, קײַט און באלעקט זיך און דרייט מיטן קאָפּ: ,מע קאָן ניט איצטער צוטרעטן צו אונדזערע, װאָרעם דער פּראָפּעסאָר זיצט". זאָג איך: אדעראבע, װײַל דער פּראָ- פּעסאָר זיצט. איך בין, זאָג איך, טאקע צוליבן פּראָפּעסאָר אהער געקומען". זאָגט ער צו מיר; ;װאָס פאר א געשעפטן האָט איר מיט א פּראָפּעסאָר?* זאָל איך אים גיין דערציילן מײַסעס! נעם איך און דערלאנג אים דעם ראָװוס בריו: ,גוט איז דיר, זאָג איך, צו שמועסן, אז דו שטייסט פון יענער זײַט, און אף מיר, זאָג איך, גייט א רעגן. נא דיר, זאָג איך, אָט דעם דאָקומענט, און גיב דאָס איבער, זײַ מויכל, דעם באלעבאָס, זאָג איך, גלײַך אים אין די הענט ארײַן". און אליין בלײַב איך שטיין אין דרויסן, פון יענער זײַט טיר, און ווארט ביז מע װעט מיך שיקן רופן. איך ווארט א האלבע שאָ. איך ווארט א שאָ. איך ווארט צוויי. דער רעגן גיסט, א מאבל, און מע רופט מיך עפּעס ניט. הייבט דאָס מיך שוין אָן צו פארדריסן, ניט אזוי פאר זיך, װי פאר אונדזער ראָו. דאָס שרײַבט דאָך ניט קיין ייִנגעלע, דאָס שרייבט דאָך עפּעס א ראָװ!ּ (דער קאָדנער ראָװו האָט א נאָמען). גי איך און טו א צי דאָס גלעקל נאָכאמאָל און נאָכאמאָל. אז סע שפּרינגט ניט ארויס דער אייגענער נעפעש מיט די רויטע פיסקעס, מיט א גוואלד און מיט א רעציכע: ,אן אזעס, זאָגט ער, פון א ייִדן---קלינגעףי" אן אזעס לאָז א ייִדן זאָג איך, שטיין צוויי שאָ אין דרויסן אפן רעגף" און טו מיך א לאָז צו דער טיר און יל ארײַן אינװוייני-- װער? װאָס! פארהאקט די טיר, און רוף מיך קנאקניסל! װאָס זשע טוט מען װײַטער? עפּעס טאקע זייער ניט פריילעך. פאָרן צוריק מיט גאָרנישט איז עפּעס זייער ניט שיין. ערשטנס, א ביזאָיען פאר זיך אליין. איך בין דאָך עפעס א שטיקל באלעבאָס בא אונדז אין קאָדני, כאָלילע, ניט קיין שלעפּער.. און, אגעוו, רײַסט מיר דאָס הארץ: מײַן קינד, נעבעך... איז דאָך אָבער פאראן, װי זאָגט איר, א גרויסער גאָט אף דער ועלט. איך טו א קוק--- עס פאָרט א קארעטע מיט פיר פערד, און גלײַך צו דער טיר. איך טו מיך א נעם צום קו- טשער: װאָס איז פאר א קארעטע און וועמענס איז פערד? װער איך געװאָר, אז דאָס איז טאקע דעם גווירס קארעטע מיטן גווירס פערד. פונעם פּראָפּעסאָרס וועגן. דאָס װועט מען אים אָפּפירן צו דער באן. דאָס װעט מען אים נעמען, דעם פּראָפּעסאָר הייסט עס, און מע װעט אים אָפּפירן צו דער באן. אויב אזוי, טראכט איך מיר, איז דאָך שוין טאקע װידער גוט, אויסגעצייכנט גוט! און איידער איך קוק מיך ארום, עפנט זיך די טיר און עס באװײַזט זיך טאקע ער אליין, דער פּראָפּעסאָר הייסט עס, א קלייניטשקער, אן אלטיטשקער, מיט א פּאַ- נעם -- װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? א מאלעך, א מאלעך פונעם הימל! נאָך אים גייט נאָך דער גוויר, איציקל באָראָדענקאָ, הייסט עס, דאפקע אָן א היטל. און גאָר הינטן גייט דער נעפעש מיט די רויטע פיסקעס, טראָגט נאָך דעם פּראָפּעסאָרס טשעמאָדאנטשיקל. איר זאָלט אָנקוקן א גוויר פון עפשער העכער א מיליאָן, גאָט זאָל מיך ניט שטראָפן פאר די רייד,--- טראָגט ער א פּידזשאק פון געוויינלעכן געוואנט ,דיִאגאָנאל", װי מע טראָגט בא אונדז אין קאָדני, 75 האלט די הענט אין די קעשענעס, און קוקן קוקט ער אָן א זײַט, א ביסל קאסאָקע. איך שטיי און באטראכט: ריבוינעשעלוילעם! אָט דאָס האָט מיליאָנען? נאָר גיי טײיַנע זיך אויס מיט גאָט!.. דערזען מיך שטיין, נעמט ער מיך דורך מיט די קאָסאָקע אויגן און רופט זיך אָן צו מיר; ;װאָס דארפט איר?!* גיי איך צו און מאך צו אים: ,אזוי און אזוי, זאָג איך, דאָס האָב איך אײַך געבראכט, זאָג איך, דעם בריוו פון אונדזער ראָוו האָב איך אײַך געבראכט".. מאכט ער צו מיר: ,פון װאָסער ראָװו?* איר הערט? ער וייסט שוין גאָר ניט, פון װאָסער ראָװו?! ;פון קאָדנער ראָוו, זאָג איך. איך בין א דאָרטיקער בין איך, איך בין אומיסטנע געקומען זאָג איך, פון קאָדני צום פּראָפּעסאָר, זיי זאָלן זיך מאטריַעך זײַן, זאָג איך, קיין קאָדני מי- פּאַיעזד לעפּאָיעזד אף א פערטל שאָ צו מײייַן קינד, זאָג איך. בא מיר איז א קינד, זאָג איך, ניט פאר אײַך געדאכט, טויט-קראנק"... אָט אזוי, מיט די װערטער, זאָג איך צו אים. איך בין אײַך ניט מעגאזעם אף א האָר אפילע. װאָס האָב איך גערעכנט? איך האָב גערעכנט: א מענטשן האָט געטראָפן אן אומגליק, ס'האָט זיך בא איִם געסאמט, ניט דאָ געדאכט, א טאָכטער, עפשער װעט זיך בא אים צעברעכן דאָס הארץ, ער װעט ראכמאָנעס האָבן אף אן אָרעמען טאטן? צום סאָף: ווער --- װאָס? ניט געענטפערט מיר קיין כאָצע דיבער, נאָר א קוק געטאָן מיט די קאָסאָקע אויגן אף דעם נעפעש מיט די רטע פּיסקעס, וי איינער רעדט: ,;טאָמער װאָלסטו אָפּגעראמט פונעם וועג אָט דאָס ייִדל?!* און מײַן פּראָפּעסאָר איז דערװײַל מיטן טשעמאָדאנטשיקל אין קארעטע ארײַן. נאָך איין מינוט ---איז אויס פּראָפּעסאָר! װאָס טוט מען דעמלט? דערזען, אז די שפּיל איז פארן טײַװל, האָב איך מיך מעיאשעוו געװעןף יאווער אָלײַ מאָ. װאָס ס'וועט זײַן װעט זײַן, מע דארף ראטעווען א קינד! און נעם מיך אָן מיט הארץ און -- פּוץ גלײַך אונטער די פערד!.. מיילע, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, אז ס'איז מיר געווען גוט צו ליגן אונטער די פערד?-- ווייס איך ניט. איך געדענק ניט אפילע, וויפל צײַט איך בין געלעגן, און צי בין איך גאָר אינגאנצן געלעגן? עס קאָן זײַן, איך בין גאָר ניט געלעגן. איך ווייס נאָר, אז עס האָט ניט געדויערט אפילע אזויפיל, וויפל איך דערצייל אײַך, איז דער אלטיטשקער, דער פּראָפּעסאָר הייסט עס, שוין געשטאנען לעבן מיר: ;שטאָ טאקאָיע?* און ,גאָלובטשיק!* --- איך זאָל אים ארויסדערציילן אלצדינג, ארױסזאָגן װאָס איז מײַן באגער, איך זאָל גאָר ניט קיין מוירע האָבן. און דער גװויר שטייט בא דער זײַט און קוקט מיך אָן מיט די קאָסאָקע אויגן, און איך רייד! איר דארפט וויסן, אז קייו גרויסער באל- דאברען אף רוסיש בין איך ניט, נאָר דאָס מאָל האָט מיר גאָט עפּעס ארײַנגעגעבן אזא קויעך און עס האָט זיך גערעדט! איך האָב אים אויסדערציילט אלצדינג, װאָס ס'איז בא מיר אֹף דער נעשאָמע. איך האָב אים געזאָגט: אזוי און אזוי, הער פּראָפּעסאָר,. עפשער איז דאָס א באשערטע זאך, אז איר זאָלט זײַן דער שאָליעך מיר אומקערן מײַן קינד, מײַן איין-און- איינציקן זון, װאָס איז געבליבן בא מיר פון זעקס, דעם צו לענגערע יאָר. און אויב, זאָג איך, עס מוז קאָסטן געלט, פארמאָג איך מײַן אייגנס א גאנצן כאָפהײיער, א פינף-און-צוואנצי- קער הייסט עס, כאָלילע ניט מײַנער, זאָג איך, װי קומט צו מיר אזויפיל געלט? דאָס איז מײַן װײַבס פינף-און-צוואנציקער, זאָג איך, ליגט אָנגעגרייט צו פאָרן אין שטאָט ארײין נאָך סכוירע. בין איך מאפקער, זאָג איך, דעם פינף-און-צוואנציקער, כאפּט דער גוטער-יאָר מײַן װײַבס קלייטל, אבי ראטעווען א קינד!.. אזוי זאָג איך און גיי און צעשפּיליע די קאפּאָטע און וויל ארויסבאקומען מײַן פינף-און-צוואנציקער. נעמט דער אלטיטשקער, דער פּראָפּעסאָר הייסט עס, לייגט ארוף אף מיר די האנט: ,ניטשעװאָ?" און הייסט מיר קריכן אין קארעטע -- איך זאָל אזוי דערלעבן טרעפן מײין זון א געזונטן, װוי איך זאָג אײַך ניט קיין ליגן! נו, פרעג איך איַיך, זאָל ער ניט זײַן די קאפּאָרע, איציקל באָראָדענקאָ, מיין איך, פארן פּראָפּעסאָרס מינדסטן נאָגל? ער האָט דאָך מיך שיר ניט געקוילעט אָן א מעסער האָט ער דאָך מיך! גוט, דער אייבערשטער האָט אזוי געפירט, ס'איז מיר אָפּגעראָטן, און װאָס װאָלט געווען, לעמאָשל, ווען כאָלילע פארקערט?.. הא? װאָס זאָגט איר?.. אין וואגאָן ווערט א שטיקל סומאטאָכע, און מײַן ייִדל טוט זיך א װאָרף צום קאַנדוקטאָר; --- קאָדני? == קאָדני, -- זײַט געזונט און פאָרט געזונט און זאָגט ניט קיינעם, מיט וועמען איך פאָר. איך וויל ניט, מע זאָל וויסן בא אונדז אין קאָדני, אז איך בין געקומען מיט א פּראָפּעסאָר. מע װעט זיך צונויפלויפן!.. אזוי מאכט צו מיר דאָס ייִדל בעסאָד-סוידעס און קװועטשט מיר די האנט--און מער | זע איך אים ניט. ערשט אין א פּאָר מינוט ארום, ווען מיר האלטן שוין בא פאָרן װײַטער, דערזע איך דורכן פענצטער טרייסלט זיך א הינקענדיקער טאראנטאס מיט א פּאָר אָפּגעבארעטע פאר- 76 זאָרגטע גרויע פערדלעך. אין טאראנטאס זיצט א קלייניטשקער, אן אלטיטשקער, מיט ברילן מיט יונגע רויטע בעקלעך און מיט א גראָוו בערדל. אקעגן אים, אין פאעטאָן, זיצט מײַן ייִדל אָן א זײַט, הענגט װי אף א פאָדעם, קוקט דעם אלטיטשקן גלײַך אין די אויגן ארײַן און העצקעט זיך, און דאָס פּאָנעם בא אים שײַנט, און די אויגן--אָט-אָט שפּרינגען זיי ארויס, א שאָד, װאָס איך בין ניט קיין פאָטאָגראף און פיר ניט מיט זיך קיין אפאראט. עס װאָלט געװען א יוישער אראָפּצוכאפּן פונעם ייִדל א פּאָרטרעט. לאָז די וועלט זען, װאָס הייסט א גליקלעכער מענטש-- דער גליקלעכסטער מענטש אין קאָדני. א מענטש פון בוענאָס;אײַרעס פאָרן אין באן איז גאָר ניט אזוי אומעטיק, װי אנדערע מיינען. אבי מע טרעפט נאָר אָן א גוטע קאָמפּאניע. אמאָל מאכט זיך אײַך צו פאָרן מיט א סויכער, מיט א מענטשן, װאָס פאר- שטייט געשעפט. דעמלט ווייסט איר גאָר ניט, װוּ די צײַט קומט אהין. און אמאָל טרעפט איר אָן ניט אף קיין סויכער, נאָר אזוי אף א געניטן מענטשן, א קלוגן, א דורכגעטריבענעם, א ,גערוי- כערטע ליולקע", װאָס איז קלאָר די וועלט אף אױסװײיניק. מיט אזא מענטשן איז א פארגעניגן צו פאָרן. מע קאָן פון אים עפּעס נאשן. און אמאָל שיקט אײַך גאָט צו גלאט א לעבעדיקן פאסא- זשיר. א לעבעדיקן און א פריילעכן און א באריידעוודיקן. רעדט ער און רעדט און רעדט. דאָס מויל מאכט זיך אים ניט צו ריידנדיק. און נאָר פון זיך, און נאָר פון זיך, אָס מיט אזא נעפעש איז מיר אויסגעקומען אײנמאָל פאָרן א גאנץ היפּשע שטרעקע. אונדזער באקאנטשאפט האָט זיך אָנגעהויבן -- וויָאזוי הייבט זיך אָן א באקאנטשאפט אין וואגאָן? -- פון א קלײניקײַט: ,ווייסט איר ניט, װיָאזוי הייסט די סטאנציע?" אָדער: װוּ האלט דער זייגער?" אָדער: ;צי האָט איר ניט בא זיך א שוועבעלע?" גיך, גאנץ גיך זײַנען מיר געװאָרן גוטעברידער, גלײַך װי מיר װאָלטן שוין געווען באקאנט װער וױיסט פון ווען אָן אף דער ערשטער סטאנציע, װוּ מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט אף עטלעכע מינוט, האָט ער מיך שוין געכאפּט אונטער דער האנט, צוגעפירט גלײַך צום בופעט, און גאָר ניט געפרענט מיך, צי איך טרינק, צי ניין, האָט ער געהייסן אָנגיסן צוויי גלעזלעך קאָניאק. באלד נאָך דעם האָט ער געגעבן א װוּנק צו מיר, איך זאָל מיך א נעם טאָן צום גאָפּל, און אז מיר זײַנען פארטיק געװאָרן מיט די אלע מינים געזאלצנס און פארבײַסנס, װאָס געפינען זיך אין יעדן בופעט, האָט ער געהייסן אָנגיסן צוויי קופל ביר, פארייכערט --- זיך א ציגאר, מיר א ציגאר-- און אונדזער גוטפּרײַנטשאפט איז געשלאָסן געװאָרן. -- איך דארף אײַך זאָגן גאנץ אָפּנטלעך, אָן א קנאפּ כניפע, -- מאכט צו מיר מײַן נײַער באקאנטער שוין זיצנדיק אין וואגאָן, -- אז איר זײַט מיר געפעלן געװאָרן---איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?-- פון דער ערשטער מינוט, װאָס איך האָב אײַך דערזען. װי איך האָב נאָר א קוק געטאָן אף אײַך, אזוי האָב איך מיר געזאָגט: אָט דאָס איז א מענטש, מיט וועמען מע קאָן ריידן א װאָרט. איך האָב פּײַנט, הערט איר, זיצן װי א נאפודעלע און שװײַגן. איך האָב ליב ריידן מיט א לעבעדיקן מענטשן. און צוֹליב דעם טאקע האָב איך גענומען א בילעט דריטע קלאס, איך זאָל האָבן מיט וועמען צו ריידן. אזוי פאָר איך דאפקע צווייטע קלאס. און ערשטע קלאס, מיינט איר, קאָן איך ניט אויספירן? איך קאָן אויספירן ערשטע קלאס אויך. עפשער רעכנט איר, אז איך בארים זיך פאר אײַך? נאט, זעט. און מיט די ווערטער כאפּט ארויס מײַן פּארשוין פון דער הינטערשטער הויזן-קעשענע און עפנט אוף א טײַסטער, אָנגעפּאקט מיט געלט, טוט א פּאטש מיט דער האנט פון אויבן, וי אף א ווייך קישעלע, און באהאלט דעם טײַסטער צוריק; -- שרעקט זיך ניט, ס'איז דאָ נאָך. איך באטראכט דעם נעפעש און קאָן ניט טרעפן בעשום-אויפן, וויפל ער איז אלט. ס'איז רעכט צו זאָגן--א יאָר פערציק, און ס'איז רעכט צו זאָגן-- עטלעכע און צוואנציק. דאָס פּאָנעם גלאט און קײַלעכיק, א ביסעלע צו שטארק צוגעברענט. קיין סימען פון קיין באָרד און װאָנצעס. אייגעלעך קליינע, בוימלדיקע און לאכנדיקע. און אליין איז דאָס א קליינטשיקס, א קײַלעכיקס, א רירעוודיקס, א לעבעדיקס, אָנגעטאָן פון אויבן ביז אראָפּ נעט און נאָבל, אזוי וי איך האָב ליב: א שנײי-װײַס העמד מיט גאָלדענע קנעפּ, א רײַכער פּלאסטראָןדשניפּס מיט א שיינער נאָדל ארײַנגעשטעקט. א נײַער עלעגאנטער בלויער אָנצוג פון עכט-ענגלישן שע- 77 זױאָט. א פּאָר לאקירטע שיך, קלוגע שיך. א שװערער גאָלדענער רינג אפן פינגער מיט א בריליאנט, װאָס שפּיגלט זיך אָפּ אף דער זון אין טויזנט וואסערן (דער רינג, אוב ער איז נאָר אן עמעסער, דארף ווערט זײַן ניט װינציקער פון פיר-פינף הונדערט, אויב ניט מער). שיין אָנטאָן זיך --- דאָס איז, נאָך מײַן מיינונג, די הויפּט-זאך בא מענטשן. איך האָב ליב אליין שיין אָנטאָן זיך, און האָב ליב, אז יענער גייט שיין אָנגעטאָן. נאָכן אָנטאָן װעל איך איַיך דערקענען, ער ס'איז א פײַנער מענטש, און װוער ניט. פאראן אפילע אזעלכע, וועלכע האלטן, אז ס'איז גאָר קיין רײַע ניט. מע קאָן, זאָגן זיי, גיין שיין אָנגעטאָן און זײַן װאָס אין דער קאָרט. װעל איך אײַך אָבער פרעגן, ענטפערט מיר דערוף: לעמײַ טוט זיך אָן שיין די גאנצע װעלט? לעמיי טראָגט דער אזא מין אָנצוג און דער אזא מין קאָסטיום? לעמײַ קויפט זיך איינער א ,דיפּלאָמאט-שניפּס", אן אטלעסענעם, א גלאטן, פּערל-גרין קאָליר, און דער אנדערער זוכט א ,רעגאט", דאפקע א רויטן און דאפקע מיט װײַסע שפּרענקעלעך? איך װאָלט אײַך געקאָנט ברענגען נאָך א סאך אזעלכע בײַשפּילן, מיין איך אָבער, אז ס'איז ניט קעדײי. אן אוויירע די צײַט, לאָמיר בעסער אומקערן זיך צו מײַן נײַעם באקאנטן און האָרכן, װאָס װעט ער אונדז דערציילן. , -- אזוי, אזוי, ליבער פרײַנט. װוי איר זעט, קאָן איך שוין דאפקע יאָ פאָרן צווייטע קלאס. מיינט איר, איך זשאלעווע געלט? געלט איז בלאָטע, נאָר --- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?-- איך האָב ליב דריטע קלאס. װײַל איך בין אליין א פּראָסטער מענטש, און האָב ליב פּראָסטע מענטשן. איך בין, פארשטייט איר מיך, א דעמאָקראט. איך האָב מײַן קאריערע אָנ- געהויבן קליין, זייער קליין. אָט אזוי אַ! (מײַן נײַער באקאנטער טוט מיר א װײַז מיט דער האנט בא דער ערד, װי קליין ער האָט אָנגעהויבן זײַן קאריערע). און בין געוואקסן העכער און העכער (מײַן נײַער באקאנטער באװײַזט מיר מיט דער האנט ארוף, צו דער סטעליע, זוי װײַט הויך ער איז געוואקסן). ניט מיטאמאָל. כאפּט זיך ניט. נאָר פּאװאָלינקע. ביסלעכװײַז. ביסלעכװײַז. פריִער בין איך געווען א ,מענטש* בא יענעם. װאָס זאָג איך א ,מענטש"! כא- כא-כא! ביז איך בין דערגאנגען צו אזא הויכער שטופע--זײַן בא יענעם א ,מענטש",-- זײַנען אָפּגעלאָפן גענוג-גענוג וואסערף אז איך טו אמאָל א טראכט, הערט איר, װאָס בין איך געווען, אז איך בין געווען א קינד, שטעלן זיך מיר, --איר װעט מיר גלייבן, צי ניט!-- די האָר קאפּויר! איך קאָן מיך, הערט איר, גאָר ניט דערמאָנען וועגן דעם. איך קאָן מיך ניט דערמאָנען און װויל מיך ניט דערמאָנען. איר מיינט עפשער, װײַל סע שטייט מיר ניט אָן? אדעראבע. איך זאָג אלעמען, װער איך בין. אז מע פרעגט מיך: פונוואנען זײַט איר? שעם איך מיך ניט און זאָג, אז איך בין פון א גרויסער מעדינע פון סאָשמאקן. ווייסט איר, װוּ גע- פינט זיך אָט דאָס סאָשמאקן? א שטעטל פאראן אזעלכעס אין קורלאנד, ניט װײַט פון מיטאווע, רופט מען דאָס סאָשמאקן. די גאנצע שטאָט איז אזוי גרויס, אז איך װאָלט זי בא הײַנטיקן טאָג געוויס געקאָנט אָפּקופן מיט אלע אירע פּאָטראָכעס. עס קאָן זײַן, אז איצט האָט זיך די שטאָט איבערגעביטן, אויסגעוואקסן -- װועל איך אײַך ניט זאָגן. נאָר אין מײַנע יאָרן האָט גאנץ סאָשמאקן --- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?-- פארמאָגט מער ניט װי איין מאראנץ, װאָס איז געגאנגען מעיאד-לעיאד, פון איין ווירטן צו דער אנדערער, אף מעכאבעד צו זײַן די געסט שאבעס נאָכן טיש. ;אָט אין דעם סאָשמאקן בין איך דאָס דערצויגן געװאָרן אף הילכיקע פּעטש, טרוקענע קלעפּ, אײַזערנע סטוסאקעס, רויטע פונקען אין די אויגן, בלויע צייכנס אפן לײַב און דערצו א הונגעריקן מאָגן. קיין זאך, הערט איר, געדענק איך ניט אזוי, װוי הונגער. א הונגעריקער בין איך ארויס אף גאָטס וועלט, און הונגער האָב איך געליטן פון זינט איך בין צו מײַן סייכל געקומען. הונגעריק. הארץ-קלעמעניש און מוירעדיקע נודנאָטע... שאט! זשיוויצע, ווייסט איר, װאָס הייסט זשיוויצע? עס וואקסט אף די ביימער און קלעזמער באנוצן עס אפן אָרט פון קאניפאָלי. האָב איך געלעבט מיט דעם--איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?-- קימאט א גאנצן זומער. דאָס איז געווען דער זומער, ווען מײַן שטיפטאטע, א קורנאָסער שנײַדער, האָט מיר אויסגעדרייט א האנט און האָט מיך ארויסגעטריבן פון מײַן מאמעס שטוב, און איך בין אנטלאָפּן פון סאָשמאקן קיין מיטאווע. אָט די האנט, זעט איר? --- עס דארף נאָך זײַן א סימען הײַנט אויך". און מײַן נײַער באקאנטער פארקאטשעט אן ארבל און װײַזט מיר א וייכע געזונטע פוכיקע האנט און דערציילט װײַטער: -- ארומגעבלאָנקעט זיך א הונגעריקער, א נאקעטער, א באָרוועסער אין מיטאווע און אויסגעוואלגערט זיך אין אלע מיסטן, האָב איך, דאנקען גאָט, געקראָגן א שטעלע. די ערשטע שטעלע. איך בין געװאָרן א פירער בא אן אלטן כאזן. דער כאזן איז געווען אמאָל ערגעץ א בארימטער כאזן. אף דער עלטער איז ער בלינד געװאָרן אף ביידע אויגן און געמוזט גיין 7 78 איבער די הײַזער. בין איך דאָס געװאָרן זײַן פירער. די שטעלע אליין װאָלט געווען אפילע נישקאָשע פון א שטעלע, נאָר איבערטראָגן דעם כאזנס קאפּריזן האָט מען באדארפט זײַן פון אײַזן. קיינמאָל, הערט איר, איז ער ניט געווען צופרידן. קיינמאָל. קעסיידער האָט ער נאָר געװאָרטשעט, געקנײַפּט מיך. אויסגעריסן מיר שטיקער פלייש. ער האָט געטײַנעט, אז איך פיר אים ניט אהין װוּ מע דארף. װוּהין, האָט ער געװאָלט, זאָל איך אים פירן---ווייס איך אדאיאָם ניט. א מוירעדיקער קאפּריזנער כאזן! דערצו האָט ער מיך נאָך ארופגעפירט אף גוטע זאכן. ער האָט זיך פאר אלעמען בארימט, -- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?--- אז מײַן טאטץ- מאמע האָבן זיך געשמאדט און מיך האָבן זיי אויך געװאָלט אָפּשמאדן, האָט ער מיך קוים מיט צאָרעס, מיט אנגסטן ארויסגעריסן פון גױיַשע הענט. און איך האָב באדארפט אויסהערן אזעלכע שקאָרים און ניט צעזעצט ווערן פאר געלעכטער! אדעראבע, ער האָט נאָך געפאָדערט פון מיר, אז איך זאָל בײיסמײַסע מאכן א קרום פּאָנעם. -- קורץ און גוט, איך האָב ארויסגעזען, אז איך װעל מיך מיט מײַן כאזן ניט עלטערן האָב איך געשלאָגן קאפּאָרעס מיט מײַן ,שטעלע* און בין אוועק פון מיטאווע קיין ליבאווע. ארומגעדרייט זיך א שטיקל צײַט א הונגעריקער אין ליבאווע, האָב איך מיך דערשלאָגן צו א כאליאסטרע אָרעמע עמיגראנטן. די עמיגראנטן האָבן זיך געקליבן אָפּפאָרן מיטן שיף ערגעץ װײַט, אזש קיין בוענאָס-אײַרעס, האָב איך מיך אָנגעהויבן בעטן בא זיי, מע זאָל מיך אויך נעמען קיין בוענאָס"אײַרעס. װער? װאָס? ס'איז ניט מעגלעך. ס'איז ניט געװענדט אָן זיי, ס'איז געווענדט אָן קאָמיטעט. ויָאזוי דער קאָמיטעט ועט זאָגן. בין איך אוועק אין קאָמיטעט, געוויינט, געכאלעשט, קוים אײַנגעבעטן זיך, מע זאָל מיך נעמען קיין בוענאָס-אײַרעס. -- פרעגט מיך בעכיירעם, װאָס בוענאָס-אײַרעס! װער בוענאָס-אײַרעס? אלע פאָרן, פאָר איך אויך. ערשט, אז מיר זײַנען געקומען קיין בוענאָס-אײַרעס, װער איך געװאָר, אז פאָרן פאָרן מיר, אייגנטלעך װײַטער, און אז בוענאָס-אײַרעס איז ניט מער װי א פּונקט, פונוואנען מע װעט אונדז צעשיקן אין פארשיידענע ערטער. און קאכאווע. מיר זײַנען נאָר געקומען קיין בוענאָס-אײַרעס, אזוי האָט מען אונדז איבערגעשריבן און צעשיקט אין אזעלכע מעקוימעס, ווו אָדאָם האָרישן איז ניט געווען, הערט איר, אפילע אין כאָלעם, און מע האָט אונדז אוועק- געשיקט צו דער ארבעט. װוילט איר דאָך מיסטאמע וויסן, װאָסער ארבעט? פרעגט שוין בעסער ניט. אונדזערע אָוועס-אװוויסיינו אין מיצראים האָבן געוויס ניט געטאָן דאָס, װאָס מיר האָבן געטאָן. און די צאָרעס, װאָס זיי זײַנען אויסגעשטאנען, װי מע דערציילט זיך אָן אין דער האגאָדע, איז אפילע ניט קיין צענטכיילעק, הערט איר, פון דעם, װאָס מיר זײַנען אויסגע- שטאנען. אונדזערע זיידעס האָבן, זאָגט מען, געקנאָטן ליים, געמאכט ציגל און געבויט פּיסעס מיט ראמסעס. א טײַערע מעציִע! װאָלטן זיי זיך פּרוּוון, אזוי װי מיר, באארבעטן מיט די הוילע הענט ברייטע װויסטע סטעפּעס, מיט שטעכלקעס באוואקסן, האָבן צו טאָן מיט מוירע- דיקע גרויסע אָקסן, װאָס מיט איין ריר קאָנען זיי דוירעס זײַן א מענטשן, מיט ווילדע פערד, װאָס מע דארף זיך נאָך זיי יאָגן מיט אן ארקאן הונדערט מײַל, ביז מע כאפּט זיי, פארזוכן כאָטש איין מאָל מאָסקיטעס באנאכט, װאָס רײַסן אויס שטיקער פלייש, אלטע סוכארעס, װאָס האָבן א טאם פון שטיינער, לעבעדיקע װוערעם און פארשימלטן וואסער... איך האָב איינמאָל--- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט? --א קוק געטאָן אין טײַך ארײַן און דערזען מײַן פּאָנעם, האָב איך מיך דערשראָקן פאר זיך אליין. די גאנצע הוט אָפּגעשײלט. די אויגן געשװאָלן. די הענט װי פּאמפּעשקעס. די פיס צעבלוטיקט. פון אויבן ביז אראָפּ באוואקסן, -- דאָס ביסטו? מאָטעק פון סאָשמאקן?!-- אָט אזוי האָב איך א זאָג געטאָן צו זיך אליין און האָב מיך צעלאכט. און טאקע דעם זעלבן טאָג האָב איך א שפּײַ געטאָן אף די גרויסע אָקסן מיט די ווילדע פערד, מיט די וויסטע סטעפּעס, מיט דעם ווערעמדיקן וואסער, און מײַנער איז אוועק צופוס צוריק קיין בוענאָס-אײַרעס, -- נאָר מיר שײַנט, אז אף דער סטאנציע, װאָס מיר שטייען איצט, דארף זײַן א גרויסער בופעט. טוט נאָר א קוק אין ביכל. געפינט איר ניט, אז ס'איז שוין טאקע צײַט עפּעס נעמען אין מויל ארײַן! אגעוו, וועלן מיר האָבן קויעך צו דערציילן װײַטער, -- איבערגעביסן, װי עס געהער צו זײַן, און פארטרונקען מיט ביר, האָבן מיר ווידעראמאל פארייכערט צו ציגארן -- גוטע, שמעקנדיקע, עמעסע האוואנער ציגארן פון בוענאָס-אײַרעס.--- און האָבן זיך אוועקגעזעצט צוריק אין וואגאָן אף אונדזערע ערטער, און מײַן נײַער באקאנ- טער פון בוענאָס-אײַרעס האָט גענומען דערציילן זײַן געשיכטע װײַטער; -- בוענאָס-אײַרעס איז אן ערטל, הערט איר, װאָס זינט גאָט האָט באשאפן די וועלט.. שאט! אין אמעריקע זײַנט איר ווען געווען? אין דער שטאָט ניו-יאָרק? קיינמאָל ניט? און אין לאָנדאָן? ניין! אין מאדריד? קאָנסטאנטינאָפּאָל? פּאריז? אויך ניט! נו, קאָן איך אײַך ניט אױיסמאָלן, װאָס איז אזעלכעס בוענאָס-אײַרעס. איך קאָן אײַך נאָר זאָגן, אז ס'איז א טהאָם, 79 א גענעם. א גענעם מיט א גאניידן. דאָס הייסט, פאר וועמען ס'איז א גענעם, פאר וועמען א גאניידן. מע דארף נאָר ניט זײַן קיין פּעפער און כאפּן דעם רעכטן מאָמענט, קאָן מען מאכן א פארמעגן. דאָרטן וואלגערט זיך --- איר װועט מיר גלייבן, צי ניט?--- גאָלד אין די גאסן. איר גייט, איר טרעט איבער גאָלד. בייגט אײַך אָן, ציט אויס די האנט און נעמט וויפל איר ווילט. נאָר היטן זאָלט איר אײַך, מע זאָל אײַך ניט צעטרעטן מיט די פיס. דעריקער ---ניט אָפּי שטעלן זיך. ניט פארטראכטן זיך. ניט קלערן: וועלכעס פּאסט פאר מיר און וועלכעס ניט? אלצדינג דארף פּאסן. זײַן א מעשאָרעס אין א רעסטאָראן -- איז גוט. א יונג אין א קלייט-- איז גוט. וואשן פלעשלעך אין שענקל --איז גוט. העלפן אונטערשטופּן א וועגעלע -- איז גוט. ארומלויפן איבער דער גאס און אױיסשרײַען די נײַעס פון די צײַטונגען --איז גוט. וואשן הינט-- איז גוט. האָדעװען קעץ---איז גוט. כאפּן מײַז.--איז גוט, און שינדן פון זיי די פעלעכלעך -- איז אויך גוט. מיט איינעם װאָרט---אלצדינג איז גוט, און אלצדינג האָב איך אױסגעפּרוּװוט, און אומעטום האָב איך ארויסגעזען, הערט איר, איין זאך: אז ארבעטן אף יענעם טוג אף קאפּאָרעס. טויזנט מאָל גלײַכער, אז יענער זאָל ארבעטן אף מיר. װאָס זאָל מען טאָן, אז גאָט האָט איין מאָל אזוי באשאפן די וועלט, אז דער דארף שויצן און קאָכן דאָס ביר, און איך דארף עס טרינקען. יענער דארף שוויצן און דרייען ציגארן, און איך דארף זי רייכערן. דער מאשיניסט פון דער באן לאָז פירן דעם לאָקאָמאָטיוו, דער קאָטשעגאר לאָז טראָגן קוילן, דער ארבעטער לאָז שמירן די רעדער, און איך מיט אײַך װעלן זיך, הערט איר, זיצן אָט דאָ אין וואגאָן און דערציילן געשיכטן. געפעלט זיי ניט? לאָזן זיי גיין איבערמאכן די וועלט. איך קוק אף מײַן פּארשוין און טראכט מיר: װאָס קאָן ער זײַן, אָט דער נעפעש? אן אופגעקומענער גוויר? א געוועזענער שנײַדער אין אמעריקע און איצט האָט ער א מאגאזין פון פארטיקע קליידער? צי עפשער טאקע א פאבריקאנט? אָדער א באלעבאָס פון הײַזער? אָדער אזוי א מענטש א קאפּיטאליסט, װאָס לעבט פון פּראָצענט? נאָר לאָמיר אים לאָזן װײַי טער. ער אליין דערציילט דאָס בעסער: -- ס'איז, הערט איר, א קלוגע ועלט און א זיסע װועלט און א גוטע װעלט, און ס'איז א כיִעס, װאָס מע לעבט אף דער װעלט! מע דארף נאָר זען, מע זאָל זיך ניט לאָזן שפּײַען אין דער קאשע. איך האָב מיך געװאָרפן. הערט איר, אף אלע זײַטן. איבערגעדינט, װי עס רעדט זיך, אלע אװױידעזאָרעס. קיין ארבעט איז ניט געווען צו שווער פאר מיר. קיין פּאר- נאָסע איז מיר ניט געווען מיִעס. און אויב איר ווילט וויסן, איז קיין מיִעסע פּארנאָסע גאָר אף דער וועלט ניטאָ. אלע פּארנאָסעס זײַנען שיין. אבי איר האנדלט אָרנטלעך און אבי דאָס װאָרט איז א װאָרט. איך ווייס עס פון זיך אליין. איך װעל מיך, הערט איר, ניט גיין בארימען פאר אײײַך, אז איך בין דער לעמבערגער ראָו. נאָר איר מעגט מיר גלייבן אף נעמאָנעס, אז קיין גאנעוו בין איך ניט. קיין גאזלען בין איך אוואדע ניט. און קיין שווינדלער אויך ניט. לאָמיך האָבן אזא יאָר, הערט איר, װאָס פאר אן אָרנטלעכער סויכער איך בין. איך האנדל אָנשטענדיק. איך נאר קיינעם ניט אָפּ. איך פארקויף דאָס, װאָס איך האָב. קיין קאץ אין זאק איז בא מיר ניטאָ. קורץ, איר ווילט וויסן, װאָס איך בין? איך בין ניט מער װי א ליפעראנט, אָדער, װי בא אײַך ווערט עס אָנגערופן, א ,פּאָדדאטשיק". איך שטעל צו דער וועלט סכוירע. די סכוירע, װאָס אלע ווייסן, נאָר קיינער רעדט ניט פון דעם... פארװאָס? װײַל די וועלט איז שוין צו א קלוגע וועלט, און מענטשן זײַנען שוין צו גײַציק. זיי האָבן פײַנט, אז מע זאָגט זי אף שווארץ, אז ס'איז שווארץ, און אף װײַס, אז ס'איז װײַס. זיי האָבן בעסער ליב, פארקערט, אז מע זאָגט זי אף שווארץ, אז ס'איז װײַס, און אף װײַס, אז ס'איז שווארץ... נו, װאָס װועט איר טאָן מיט זיי?.. -- איך קוק אף מײַן פּארשוין פון בוענאָס-אײַרעס און טראכט מיר: ,ריבוינעשעלוילעם! װאָס איז אזעלכעס אָט דער נעפעש? װאָס פאר א מין ארטיקל שטעלט ער צו, אָט דער ,פּאָד- ראטשיק"? און װאָס רעדט ער דאָס עפּעס אזעלכע מאָדנע דיבורים: ;שווארץ--- װײַס, װײַס-- שווארץ?"... איבערשלאָגן אים אינמיטן און א פרעג טאָן אים: ;פעטער, מיט װאָס האנדלט איר?* --- ווילט זיך מיר ניט. איך לאָז אים בעסער ריידן װײַטער. -- קורץ, װוּ זשע האלטן מיר? בא מײַן איצטיקן געשעפט אין בוענאָס-אײַרעס. מײַן געשעפט אליין איז, אייגנטלעך, ניט אין בוענאָס-אײַרעס. מײַן געשעפט איז, אויב איר ווילט וויסן, אומעטום, אף דער גאנצער וועלט: אין פּאריז, אין לאָנדאָן, אין בודאפּעשט, אין באָסטאָן, און די הױיפּט-קאָנטאָר, דאָס ביוֹראָ, איז אין בוענאָס-אײַרעס. אן אוויירע, װאָס מיר זײַנען . איצט ניט אין בוענאָס-אײַרעס. איך װאָלט אײַך ארײַנפירן צו מיר אין ביוראָ, אײַך װײַזן א קאָנטאָר, מיט ,מענטשן", בא מיר ,מענטשן* לעבן זיך אָפּ--איר װעט מיר גלייבן צי ניט?--- וי די ראָטשילדס. אכט שאָ אין טאָג -- מער ארבעט מען ניט בא מיר א מינוט אפילע. 80 9--פ בא מיר איז א אמענטש" פארעכנט פאר א מענטשן. וייסט איר, פארװאָס? װײַל איך בין אליין אמאָל געווען א ,מענטש". טאקע בא מײַנע איצטיקע שוטפים. מיר זײַנען איצט דרי שוטפים. פריִער זײַנען זיי געווען נאָר צוויי שוטפים, און איך בין געווען בא זיי א ,מענטש". די רעכטע האנט בין איך בא זיי געווען. דאָס גאנצע געשעפט, קאָן מען זאָגן, איז געווען אף מיר. באם קויפן סכוירע, באם פארקויפן סכוירע, באם אָפּשאצן סכוירע, באם סאָרטירן די סכוירע, -- אומעטום איך... בא מיר איז אן אויג---איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?---אז איך טו נאָר א קוק אף א שטיקל סכוירע, װעל איך אײַך באלד זאָגן, וויפל ס'האָט די ווערט און װוּהין עס קאָן גיין.. נאָר דאָס אליין איז נאָך ניט אינגאנצן. בא אונדזער געשעפט איז אן אויג אליין װינציק. מע דארף נאָך האָבן, הערט איר, א נאָז אויך, א כוש-האָרייעך... פאר א מײַל דארף מען קאָנען אָנשמעקן, װוּ עפּעס ליגט. מע דארף פילן, װוּ מע קאָן מאכן א גוט געשעפט און װוּ מע קאָן ברעכן רוק-און-לענד, און נאָך ארײַנקריכן אין א בלאָטע, הערט איר, ביז אריבער די אױיערן, מע זאָל נאָכדעם האָבן צו זינגעֶן און צו זאָגן... צופיל , שטיגו- טערס" הערט איר, פאראן אף דער װעלט. צופיל אױגו קוקן אף אונדזער געשעפט-- או אונדזער געשעפט האָט דאפקע מוירע פאר א גוט-אויג, כא-כא... איין טריט, אז איר מאכט א פאלשן, ועט איר אײַך ניט אָפּוואשן מיט קיין צען וואסערן... באלד עפּעס, ווערט א גוואלד, א געפּילדער, א שמירערײַ אין די גאזעטן. און די גאזעטן דארפן דאָך מער ניט. די גאזעטן זײַנען זיך מעכײַע, אבי זיי האָבן פון װאָס צו קלינגען. צעלייגן זי די זאך אף זיבן און זי- בעציק טעלערלעך, בלאָזן אוף א פּײַער מיט סאקאָנעס-נעפאָשעס און הייבן אוף די גאנצע פּאַ- ליציי... כאָטש אפילע -- איך דארף אײַך זאָגן בעסאָד --- די פּאָליצײ פון דער גאנצער וועלט איז, כא"כא, בא אונדז אין קעשענע... איך זאָל אײַך אָנרופן נאָר די סומע, װאָס אונדז קאָסט אָפּ א יאָר פּאָליצײי אליין,. װעט איר זיך דערשרעקן... בא אונדז -- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט? -- איז א נעסינע פון צען טוזנט, פופצן טויזנט, צוואנציק טויזנט--- פו! מיט די ווערטער טוט מײַן פּארשוין א מאך מיט דער האנט, װי א מענטש, װאָס ווארפט זיך מיט טויזנטער. בײיסמײַסע טוט א בלישטש דער בריליאנטענער רינג אף דער שײַן, און דער מענטש פון בוענאָס-אײַרעס, װאָס ווארפט מיט טויזנטער, שטעלט זיך אָפּ א װײַלע, קוקט, װאָס פאר א רוישעם עס האָבן געמאכט אף מיר די טויזנטער, און פאָרט װײַטער; -- און אז מע דארף אמאָל געבן מער, מיינט איר, איז עפּעס א טערעץ? דערוף זײַנען מיר שוין דאפקע באגלייבט. איך מיין, טאקע מיר, אלע דרײַ שוטפים. וויפל טויזנטער מיר זאָלן ניט אָנװײַזן אף פּאָליצײ, גלייבט מען זיך אף נעמאָנעס... אלע הױצאָעס פירן זיך בא אונדז אף נעמאָנעס. מיר גלייבן זיך איינס דאָס אנדערע אפן װאָרט. איינער פונעם אנדערן וועט ניט פארלייקענען, הערט איר, אף אָט אזויפיל... און, אדעראבע, לאָז איינער פּרוּוון יאָ פארלייקענען, -- װעט ער האָבן א װיסטן סאָף... מיר קענען זיך, הערט איר, גוט איינס דאָס אנדערע, און מיר ווייסן דעם פּלאץ, און מיר זײַנען קלאָר די גאנצע וועלט. יעדער פון אונדז האָט זיך זײַנע אגענטן מיט זײַנע שפּיָאָנען... װאָס דען מיינט איר? געשעפט, װאָס פירט זיך אף געמאָנעס, קאָן אנדערש ניט גיין... געפינט איר ניט, אז ס'װאָלט זײַן בעסער װוי רעכט, מיר זאָלן דאָ אף דער סטאנציע געבן א שפּרונג-אראָפּ און טאָן א שווענק-דורך דעם האלדז? אזוי מאכט צו מיר מײַן פּארשוין און נעמט מיך פאר א האנט און פארקוקט מיר אין די אויגן ארײַן, -- זעלבסטפארשטענדלעך, אז איך האָב גאָרנישט דאקעגן, און מיר גיבן א שפּרונג-אראָפּ אף דער סטאנציע און טוען א שווענק-דורך דעם האלדז. איינס נאָכס אנדערן קנאקן די פלעש- לעך לימאָנאד און מײַן כעוורעמאן טרינקט מיט אזא מין אפּעטיט, אז מע מעג אים מעקאנע זײַן. מיר אָבער גריבלט די גאנצע צײַט אין מויעך איין געדאנק: מיט װאָס פאר א מין אר- טיקל האנדלט ער, אָט דער מענטש פון בוענאָס-אײַרעס? װאָס ווארפט ער זיך אזוי מיט טױיזנטער? און ויָאזוי איז דאָס די פּאָליצײי פון דער גאנצער װעלט בא אים אין קעשענע? און צו װאָס דארפן זיי אגענטן און שפּיָאָנען?.. האנדלט ער ניט מיט קאָנטראבאנד?.. מיט פאלשע בריליאנטן?.. מיט גנייווישע סכוירעס?.. אָדער ער איז גלאט אזוי א פּראלער, א קנא- קער, א בּארימער, פון די פּײַנע בעריעס, װאָס אלצדינג וואקסט בא זיי אונטער דער צונג מעשונע אומגעלומפּערט, אין דער לענג און אין דער ברייט?.. צו אונדז, קאָמיװאָיאזשאָרן, אז עס כאפּט זיך ארײַן אזא מין קונצנמאכער, א באלמעגאזעם, האָבן מיר פאר אים אונדזער אייגענעם נאָמען... ,אנגראָסיסט". דאָס הייסט, א מענטש, װאָס אלצדינג איז בא אים אאנגראָ"... בעלאָשן אשקענאז הייסט דאָס פּאָשעט: א ייַד א שאקרע, װאָס האקט א טשײַניק.. מיר פארייכערן ווידער צו ציגארן, פארנעמן אונדזערע ערטער, און דער מענטש פון בוענאָס- אײַרעס האקט װײַטער; 81 -- װוּ זשע האלטן מיר, אפּאָנעם, בא מײַנע שוטפים. דאָס הייסט, בא מײַנע איצטיקע שוטפים. פּריִער זײַנען זיי געווען מײַנע באלעבאטים, און איך בין געווען, װי איך האָב אײַך שוין געזאָגט, זייער מענטש. איך װעל אײַך ניט אויסטראכטן קיין בילבל, אז זיי זײַנען געווען שלעכטע באלעבאטים. װי האָבן זיי געקאָנט זײַן צו מיר שלעכט, אז איך בין זיי געװען געטרײַ, װי א הונט? זייערער א סענט איז בא מיר געווען, הערט איר, טײַער, אזוי וי מײַן אייגענער. און סאָנים האָב איך מיר געקויפט צוליב זיי, בלוטיקע סאָנים! ס'איז געווען צײַטן-- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?--- װאָס מע האָט מיך איבער מײַן געטריַשאפט געװאָלט סא- מען. טאקע פּאָשעט סאמען. איך מעג מיך בארימען, הערט איר, אז איך האָב זיי געדינט ערלעך, װאָס ערלעכער קאָן שוין גאָר ניט זײַן. עמעס, איך האָב אָן זיך אויך ניט פארגעסן.. א מענטש טאָר קײנמאָל ניט פארגעסן אָן זיך. א מענטש דארף געדענקען, אז ער איז ניט מער װי א מענטש. היינט לעבט ער, און מאָרגן?.. כא-כא! אײיביק זיין בא יענעם איז ניט קיין פּלאן. װאָס בין איך -- אָן הענט? אָן פיס? צי אָן א צונג? אוביפראט, איך האָב געװוּסט, אז אָן מיר קאָנען זיי זיך ניט באגיין א טאָג אפילע. זי קאָנען ניט און טאָרן ניט... װײַל ס'איז דאָ סוידעס, הערט איר, סוידעס מיט סוידעס... װי דער שטייגער איז אין א געשעפט.. בין איך מיך מעיאשעוו אײינמאָל, הערט איר, אין א שיינעם טאָג, און קום ארײַן צו מײַנע בא- לעבאטים און רוף מיך אָן צו זיי: /אדיע, מײַנע הערף* קוקו זיי מיך אָן: ;װאָס הייסט אדיע?" ,אדיע, זאָג איך, הייסט: זײַט געזונט". זאָגן זײ: ,װאָס איז די מײַסע?* זאָג איך: ,ביזוואנעט איז דער שיר?"... ווארפן זיי זיך איבער איינס מיט דאָס אנדערע מיט די אויגן און טוען מיך א פרעג: , וויפל פארמאָג איך קאפּיטאל?* זאָג איך צו זיי: ,וויפל איך זאָל ניט פארמאָגן, זאָג איך, װועט מיר זײַן אף דער ערשטער צײַט גענוג, זאָג איך, און טאָמער, זאָג איך, װעט זײַן קארג, איז גאָט, זאָג איך, א פאָטער און בוענאָס-אײַרעס א שטאָט"... אוואדע האָבן זיי מיך פארשטאנען. פארװאָס זאָלן זיי מיך ניט פארשייטן --- דער מויעך איז זיי אויסגעדארט געװאָרן? און אָט אזוי-אָ זײַנען מיר פון דעמלט אָן געװאָרן שוטפים. דרײַ שוטפים, דרײַ באלעבאטים, גלײַך אף גלײַך. בא אונדז איז ניטאָ--- דעם מער, יענעם װוינציקער. װאָס גאָט גיט... קריגן קריגט מען זיך אויך ניט. צו װאָס זאָל מען זיך קריגן, אז פארדינען פארדינט מען, דאנקען גאָט, גאנץ שיין און דאָס געשעפט וואקסט... די וועלט ווערט גרעסער, און די סכוירע ווערט אלע מאָל טײַערער... איטלעכער פון אונדז נעמט זיך ארויס פון שוטפעס וויפל ער דארף אף דער הױצאָע. מיר זײַנען אלע גרויסע באלהויצאָעס. בא מיר אליין, אָן א װײַב און אָן קינ- דער, גייט אוועק-- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט?-- דרײַ מאָל אזויפיל, װי בא אן אנדערן מיט א װײַב און מיט קינדער. װאָס מיך קאָסט אָפּ א יאָר צדאָקע אליין, װאָלט זיך דאָס אן אנדערער געװוּטשן פארדינען. ס'איז ניטאָ, הערט איר, איין זאך, װאָס זאָל מיך ניט קאָסטן קיין געלט. א שול, א שפּיטאָל, אן עמיגראנטן-קאסע, א קאָנצערט-- בוענאָס-אײַרעס איז, קיין אײַנהאָרע, א שטאָט! און װוּ זײַנען עפּעס אנדערע שטעט? ערעץ-ייַסראָעל-- איר װעט מיַר גלייבן, צי ניט?--- קאָסט מיך שוין אויך געלט. ערשט ניט לאנג קומט מיר אָן א בריוו פון א יעשיווע פון יערושאָלאיִם. א שיינער בריוו, מיט א מאָגנדאָװיד, מיט א שטעמפּל און מיט כסימעס פון ראבאָנים. דער בריוו איז געשריבן גלײַך צו מיר, מיט א שיינעם טיטל: ,האָראבאָני, האגוויר האמעפורסעם רעב מאָרדכע"... ע-ע-עדע!-- טראכט איך מיר. --- וויבאלד זיי זײַנען אזעלכע פיַנע מענטשן און רופן מיך אָן באם נאָמען, קאָן מען קיין כאזער ניט זײַן און מע דארף זיי שיקן א הונדערטער... דאָס האָט איר אײַך זײַטיקע נעדאָוועס. הײַנט װוּ איז ערגעץ מײַן געבורט-שטאָט? סאָשמאקן? סאָשמאקן נעמט צו בא מיר ---איר װועט מיר גלייבן, צי ניט?.-- אלע יאָר אָט אזא היטל מיט געלט! אלע מאָל, אלע מאָל קומט מיר אָן פון סאָשמאקן אן אנדער בריוול. דאָס איז אזא צאָרע, דאָס איז אזא שלאק.. פון מאָעס-כיטים שמועסט מען ניט, אלע פּייסעך א הונדערטער. דאָס איז שוין א , זאקאָן"... אָט פאָר איך איצט קיין סאָשמאקן, ווייס איך פריִער, אז איך װעל ניט אָפּקומען מיט קיין טויזנטער. װאָס זאָג איך, א טוזנטער? האלעװײַ איך זאָל פּאטערן מיט צוויי. אניט, וועלן זײַן אלע דרײי. א קליי- ניקײַט, א מענטש איז ניט געווען אזא צײַט אין דער היים --- פון קינדװײַז אָן, כאיכא! סאָש- מאקן איז דאָך מײַן היים! איך ווייס פריִער, אז די גאנצע שטאָט װעט קאָכן. מע װעט זיך צונויפלויפן. א גדולע: ,מאָטעק איז געקומען, אונדזער מאָטעק פון בוענאָס-אײַרעס!".. א יאָמטעװ! גלייבט מיר, מע קוקט שוין דאָרט ארויס אף מיר, װי אף מאָשיִעכן. נעבעך גרויסע אָרעמעלײַט. פון יעדער סטאנציע גיב איך זיי צו וויסן, אז איך פאָר. איך קלאפּ זיי אלע טאָג א דעפּעש: ,פּריִיעזשאיו, מאָטעק". איך אליין -- איר װועט מיר גלייבן, צי ניט? -- װאָלט שוין אויך וועלן װאָס גיכער קומען צו פאָרן קיין סאָשמאקן. א קוק טאָן אף סאָשמאקן, א קוש טאָן די ערד פון סאָשמאקן, דעם שטויב פון סאָשמאקן. א קאפּאָרע, הערט איר, בוענאָס-אײַרעס: 82 א קאפּאָרע ניו-יאָרק! א קאפּאָרע לאָנדאָן! א קאפּאָרע פּאריז! כא-כא! סאָשמאקן איז דאָך מײַן היים!.. דאָס פּאָנעם פון מײַן פּארשוין האָט זיך בא די ווערטער װי איבערגעביטן. גאָר אן אנדער פּאָנעם. עפּעס איז דאָס וי ייִנגער געװאָרן. ייִנגער און שענער. און די קליינע בוימלדיקע אייגעלעך האָבן באקומען גאָר אן אנדער פײַערל מיט א נײַעם גלאנץ פון פרייד און פון גאד- לעס און פון ליבשאפט. פון עמעסע, ניט געמאכטע ליבשאפט... אן אוויירע איין זאך: װאָס איך ווייס נאָך אלץ ניט אקוראט, מיט װאָס ער האנדלט.. ער לאָזט מיך אָבער לאנג ניט טראכטן און שנײַדט װײַטער; -- איר מיינט, װאָס, אייגנטלעך, פאָר איך קיין סאָשמאקן? א ביסל בענק איך טאקע נאָך דער שטאָט, און א ביסל אף קייווער-אָועס. איך האָב דאָך עפּעס אפן הײיליקן אָרט א פאָטער און א מוטער, און ברידער און שוועסטער --א גאנצע מישפּאָכע. און אגעוו װוילט זיך מיר טאקע כאסענע האָבן אויך. ביזוואנעט איז דער שיר צו זיצן א באָכער? און כאסענע האָבן װויל איך דאפקע פון סאָשמאקן. פון מײַן שטאָט. פון מײַן גראד. פון מײַן מישפּאָכע. איך האָב מיך שוין וועגן דעם איבערגעשריבן מיט מײַנע פרײַנט פון סאָשמאקן, זיי זאָלן מיר נאָכזען עפּעס רעכטס... שרײיבן זיי, איך זאָל נאָר קומען צו פאָרן בעשאָלעם, װעט שוין בעמיילע זײַן רעכט.. אָט אזא מעשוגענער בין איך.. מע האָט מיר שוין פאָרגעלייגט אין בוענאָס-אײַרעס--- איר וועט מיר גלייבן, צי ניט?--- די גרעסטע שינהײַטן פון דער וועלט. איך װאָלט געקאָנט, הערט איר, אויספירן אזעלכעס, װאָס דער טערקישער סולטאן אפילע פארמאָגט דאָס ניט... נאָר איך האָב מיר געזאָגט אײינמאָל פאר אלעמאָל, ניין! כאסענע האָבן פאָר איך קיין סאָשמאקן. איך וויל אן אָנשטענדיק קינד, א ייִדישע טאָכטער. זי מעג זײַן װי אָרעם, װעל איך דערוף ניט קוקן. איך וויל זי אָפּגילטן. די עלטערן אירע אָפּשיטן מיט גאָלד. די גאנצע מישפּאָכע גליק- לעך מאכן. און זי אליין װעל איך ברענגען צו מיר קיין בוענאָס-אײַרעס. איך װעל איר אויס- פּוצן, הערט איר, א פאלאץ, װי פאר א פּרינצעסן. קיין שפּרענקעלע װעל איך אף איר ניט לאָזן פאלן. גליקלעך ועט זי זיך אָפּלעבן בא מיר -- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט? -- וי קיין פרוי אין דער גאנצער װעלטי זי װעט ניט וויסן בא מיר פון קיין זאך, אויסער איר ווירט- שאפט, מיט איר מאן און מיט אירע קינדער. די קינדער װעל איך לאָזן שטודירן. דעם אף דאָקטער, דעם אף אינזשעניער, דעם אף יוריסט. די טעכטער װעל איך אָפּשיקן אין א ייִדישן געשלאָסענעם פּאנסיאָן. װוייסט איר, װוּהין? --- קיין פראנקפורט..? בא די ווערטער קומט אָן דער קאָנדוקטאָר אָפּנעמען די בילעטן. טאָמיד (איך האָב שוין באמערקט וויפל מאָל) טראָגט אָן דער רועך דעם קאָנדוקטאָר פּונקט דעמלט, װען מע דארף אים ניט! אין וואגאָן װוערט א טומל, א מעהומע. אלע כאפן די פּעקלעך, און איך אויך בץ- סויכעם. איך מוז אויסשטײיגן פון וואגאָן, זיך איבערזעצן אף אן אנדער ועג. דער מענטש פון בוענאָס-אײַרעס העלפט מיר צונויפבינדן מײַן באגאזש, און מיר פירן דערװײַל צװוישן זיך א געשפּרעך, וועלכעס איך גיב דאָ איבער פּינקטלעך, װאָרט אין װאָרט; דער מענטש פון בוענאָס-אײַרעס: אױרוא, א שאָד, װאָס איר פּאָרט ניט װוײַטער. ניט זײַן מיט וועמען צו ריידן, איך: װאָס זאָל מען טאָן? פּארנאָסע איז פּארנאָסע. דער מענטש פון בוענאָס-אײַרעס: גוט געאָגט. פּארנאָסע איז פּארנאָסע. איך האָב מוירע, איך װועל מוזן צוצאָלן און אריבערפּעקלען זיך אין צווייטע קלאס. איך קאָן דאנקעז גאָס, אויספירן ערשטע קלאס אויך. בא מיר, אז איך פאָר אין באן.. איך: האָט קיין פאריבל ניט, װאָס איך שלאָג אײַך איבער. מיר האָבן אינגאנצן נאָך א האלבע מינוט צײַט. איך האָב אײַך געװאָלט עפעס פרעגן. דער מענטש פון בוענאָסיאײַרעס: צום בײַשפּילן איך צום בײַשפּיל, איך האָב געװאָלט פרעגן... אָ. מע פײַפט שוין.. װאָס איז, אייגנט- לעך, אײַער געשעפט? מיט װאָס האנדלט איר? ד ער מענטש פון בוענאָסיאײַרעס: מיט װאָס איך האנדל? כא-כא! ניט מיט עסרויגים, מײַן פּרײַנט, האנדל איך, ניט מיט עסרויגים!. איך בין שוין מיט מײַן באגאזש אינגאנצן אף יענער זײַט וואגאָן, און נאָך שטייט מיר פאר די אויגן דער מענטש פון בוענאָס-אײַרעס מיט זײַן גלאטן צופרידענעם פּארצעף, מיט דער שמעקנדיקער ציגאר אין די ציין, און נאָך קלינגט מיר אין די אױערן זײַן אכא-כא"; -- ניט מיט עסרויגים, מײַן פרײַנט, האנדל איך, ניט מיט עסרויגיםו. 58 רער לייריקגייער ווייסט איר, װוּ דאָס בעסטע פאָרעכץ איז? דאָס בעסטע, דאָס שטילסטע און דאָס רויִקסטע? מיטן , ליידיקגייער". אזוי האָבן די באָהאָפּאָליער ייִדן א נאָמען געגעבן די שמאָלע אייזנבאן, װאָס שנײַדט דורך א גאנצע ריי שטעטלעך: באָהאָפּאָלי, הײַסין, טעפּליק, נעמיראָוו, כאשטשעוואטע און נאָך אזעלכע געבענטשטע מעקוימעס, װוּ אָדאָם-האָרישנס פוס האָט קיינמאָל ניט געטראָטן. די באָהאָפּאָליער ייִדן, װאָס האָבן א שעם אף דער װעלט פאר װערטלזאָגערס, דערציילן זיך אָן פונעם ,ליידיקגייער" מײַלעס מיט מײַלעס. ערשטנס, האָט איר קיין מוירע ניט, זאָגן זיי, פאר פארשפּעטיקן. ווען איר זאָלט ניט קומען, כאפּט איר אים. הײַנט װאָס איז ווערט, זאָגן זיי, דאָס, װאָס איר דארפט אײַך ניט שלאָגן פאר אן אָרט? איר קאָנט אָפּפאָרן, זאָגן זיי, א גאנצע שטרעקע איין מענטש אליין, ליגן אויסגעצויגן װי א סראָרע און אויסשלאָפן זיך אף אלע זײַטן דאָס איז לויטער עמעס. שוין א װאָך דרײַ, אז איך רײַז ארום מיטן דאָזיקן , ליידיקגייער" אין יענעם ווינקל און שטיי אף איין אָרט. עפּעס טאקע נאָר װי א מין קישעף! נאָר מיינט ניט, אז איך באקלאָג מיך. אדעראבע. איך בין זייער צופרידן. װאָרעם איך זע מיך דאָרט אָן אזעל- כע שיינע זאכן און איך הער מיך אָן אזויפיל מײַסעס מיט געשיכטן, אז איך ווייס ניט, וען איך על זיי אלע קאָנען ארײַנשרײַבן צו מיר אין סייפער-האזיכרוינעס? ערשטנס -- די געשיכטע, ויאזוי מע האָט געבויט די דאָזיקע אייזנבאן. דאָס איז קעדיי, מע זאָל דאָס באשרײיַבן. | אז ס'איז אָנגעקומען פון פּעטערבורג, אז מע פירט דורך אין יענער געגנט א באן (וויטע איז דעמלט געווען מיניסטער), האָבן ייִדן געזאָגט: ס'א ליגן. װאָס דארף טעפּליק, אָדער גאָלטע, אָדער הייסין, א באן? זיי זײַנען טאקע אנדערש ניט אופגעצויגן געװאָרן נאָר אף אײַזנבאנען?.. אזוי האָבן געטײַנעט די דאָרטיקע ייִדן. און ער שמועסט די באָהאָפּאָליער -- די האָבן געשאָטן מיט גלײַכװערטלעך, וי זייער שטייגער איז, געמאכט כויזעק, געוויזן אף דער האנט: ,ווען אָט דאָ װעט וואקסן האָר*. שפּעטער, אז ס'איז אראָפּגעפאָרן אן אינזשעניער און גענומען פּלאנעווען און מעסטן פעלד, זײַנען ייִדן אנשוויגן געװאָרן, און די באָהאָפּאָליער װערטלזאָגערס האָבן באהאלטן די הענט (זיי האָבן א מײַלע, אז טאָמער טרעפן זיי ניט, נעמען זיי זיך ניט צום הארצן: ,דער לועך, זאָגן זיי, מאכט זיך אויך אמאָל, אז ער טרעפט ניט"..), און דער אוילעם פון דער גאנצער סוויווע ארום האָט זיך א לאָז געטאָן צום אינזשעניער מיט רעקאָמענדאציעס און פּראָטעק- ציעס, מיט בריוו און מיט באקאָשעס --- ער זאָל זיי געבן ארבעט. ייִדן, נעבעך, זוכן פּארנאָסע. טעפּליקער, בערשאדער, הײַסינער און באָהאָפּאָליער באלעבאטים האָבן געהערט דערציילן, אז באם בויען א באן ווערט מען רײַך. א סימען---פּאָליאקאָו... ייִדן סאָכרים --- ניט נאָר די, װאָס האנדלען מיט געהילץ אָדער מיט שטיינער, נאָר אפילע אזעלכע, װאָס ווייסן נאָר ווייץ און קאָרן.-- האָבן זיך אויך א װאָרף געטאָן צו דער באן אלע ייִדן זײיַנען געװאָרן קאָנצעסיאָנערן, פּאָדראטשיקעס, , סטראָיטעלעס פון אײַזנבאנען".. ;אונדזערע פּאָליאקאָווס*--- אזוי האָט מען זיי א נאָמען געגעבן אין באָהאָפּאָליע, און מע האָט שוין גענומען אויסרעכענען באצייטנס, וויפל קאָנען זיי דערביי כאפּן!. בעקיצער, ס'איז געװאָרן אין יענער געגנט, מע קאָן זאָגן, א בעהאָלע, א מין באן-פיבער, װאָס האָט ניט דורכגעלאָזט קיינעם. דער יעיצערהאָרע פון געלט איז גענוג גרויס, און ער וויל עס ניט וערן א פּאָליאקאָוו אין איין שמא-ייַסראָעל? דער געדרענג מיט דער קאָנקורענץ פון די קאָנצעסיאָנערן, פּאָדראטשיקעס און ,באן- סטראָיטעלעס" איז געװאָרן אזוי שטארק, אז מע האָט די ארבעט, זאָגט מען, געמוזט אויסטיילן אלפּי-גױירל. װער עס האָט געהאט גליק בא גאָט און נויסע-כיין געווען אין די אויגן פונעם אינזשעניער, דער האָט געקראָגן ארבעט. און װער עס האָט ניט געקראָגן קיין ארבעט, האָט זיך באנוגנט כאָטש מיט א שטיקל כיילעק בא יענעם. און א שטיקל כיילעק האָט מען אים געמוזט אָפּטרעטן, װאָרעם אז ניט, האָט ער געגעבן אָנצוהערעניש, אז ער וייסט אויך, ווּ ,פייטערבארג" ליגט און װוּ די , פּראװולעניע" געפינט זיך... און מע האָט פארזעצט דעם װײַבס פערל מיט די שאבעסדיקע קאפּאָטעס און מע האָט זיך גענומען דורכפירן א באן, און מע האָט געפּאטערט װוּ װער עס האָט געהאט ערגעץ א גראָשן, און מע האָט פארזאָגט קינדס- קינדער, אז צו א באן טאָר מען זיך ניט צורירן, 84 פונדעסטוועגן, איינס צום אנדערן געהער זיך ניט אָן. ייִדן, נעבעך, זײַנען טאקע געװאָרן בעדיל-האדאל -- נאָר זי האָבן אויסגעפירט, זאָגן זיי, זייערס: א באן האָבן זיי טאקע פאָרט דורכגעפירט, און כאָטש אפילע מע האָט זי אין באָהאָפּאָליע געקרוינט, װוי מיר ווייסן שוין, מיטן נאָמעז ;דער ליידיקגייער", פונדעסטוועגן קאָנען זיי זיך פון אים ניט אָפּלױבן און זיי דערציילן זיך אָן אף אים כידושים, ניסים וועניפלאָעס, לעמאָשל, זי בארימען זיך, אז זינט דער ,ליידיקגייער" איז א ליידיקגייער, האָט זיך נאָך ניט געטראָפן מיט אים קיין אומגליק, װי עס טרעפט זיך, אשטייגער, מיט אנדערע באנען. װאָס איז דער סייכל? דער סייכל זאָגן זיי, איז א פּראָסטער סייכל: װער עס גייט פאװאָליע, דער פאלט ניט.. און דער אליידיקגייער* גייט טאקע פּאװאָליע. שוין א ביס? צו פּאװאָליע. די באָהאָפּאָליער כאכאָמים, װאָס האָבן ליב יעדע זאך מעגאזעם זײַן, דערציילן א מײַסע, װאָס האָט זיך געטראָפּן מיט זייערן טאקע א באָהאָפּאָליער באלעבאָס. א באָהאָפּאָליער באלעבאָס, זאָגן זיי; איז ארויסגעפאָרן מיטן , ליידיקגייער" פון באָהאָפּאָליע צו זײַנעם א מעכוטן קיין כאשטשעוואטע אף א בריס, איז ער אָנגעקומען צו דער בארמיצווע. און נאָך א מײַסע דערציילן זיי פון א בערשאדער מיידל מיט א נעמיראָװוער באָכער, װאָס האָבן זיך געלאָזט צונויפאָרן אף א מיטלפּונקט אָנקוקן זיך. איז ביז מע איז זיך צונויפ- געפאָרן, איז דער באָכער געװאָרן גראָוו װי א טויב און דאָס מיידל האָט שוין ניט געהאט איין צאָן אין מויל. און איבער דעם איז זיך צעגאנגען דער שידעך. ווייסט איר אָבער, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? איך האָב ניט ליב די באָהאָפּאָליער ווערטל- זאָגערס און האָב פײַנט זייערע גוומעס. בא מיר, אז איך באשרײַב א זאך, איז נאָר דאָס, װאָס איך זע מיט מײַנע אויגן, אָדער, ווייניקסטנס, װאָס איך הער פון סאָלידע מענטשן, פון סאָכרים., צום בײַשפּיל, איך האָב אליין געהערט פון א הײַסיַנער סויכער, אז ערשט פאר עטלעכע יאָרן, אום הױישײַנעראבע, האָט זיך געטראָפן בא זיי מיטן , ליידיקגייער" אן אומגליק, מע קאָן זאָגן, א קאטאסטראָפע, װאָס האָט ארויסגערופן א פּאניקע אף דער גאנצער ליניע און אופגערודערט דאָרטן דאָס גאנצע ווינקל. די קאטאסטראָפּע איז געקומען דורך א ייִדן מיט, לעהאוודל, א גאלעך. איך גיב זי אײַך איבער דאָ באלד אין א באזונדער געשיכטע מיטן זעלבן לאָשן, װי איך האָב זי געהערט פונעם הײַסינער סויכער. איך האָב ליב איבערגעבן דאָס, װאָס איך הער פון יענעם. אז איר װעט דאָס לייענען, װעט איר אליין זען, אז די געשיכטע איז אן עמעסע געשיכטע. א הײַסינער סויכער װועט ניט אויסטראכטן. מאָטל ג רוּװמ אן 6 רוסישע שנייען א רוסישע שנייען, אָ. שנייען פון רוסלאנד, איר זײַנט נאָך פון קינדהײַט באקאנט און באװוּסט מיר, ווען שנייען די בערג און די פלאכן פארשיטן, איך פלעג זיך פארקלייַבן אהין מיט מײַן שליטל, אהין, אפן בארג, פון דער הייך אָט דער גרעסטער, שוין דעמלט מײַן וועג און מײַן מוט פלעג איך מעסטן, אָט דאָרט, בא דעם טײַך, בא די ברעגן בא סאמע, עס זײַנען די ייִדישע שטיבלעך געשטאנען, אין שניי, װי אין וואטע, פארהילט און באהאלטן, געווארעמט זי האָבן די שנייען די קאלטע. אָ, רוסישע שנייען, אָ. שנייען פון רוסלאנד, איר האָט מיר באוויזן פון װוּנדער דעם מוסטער, ווען שטאָט איז אין שניי --- אויך באנאכט עס איז ליכטיק, ווען פעלד איז אין שניי --- איז אלץ ריין דאָך און ציכטיק, ווען זויבערע שנייען באדעקן די דעכער, די הײיזער דאן זײַנען אי שענער, אי העכער. אין שנייען דער סאָד -- איז װי פרילינג אין צוויטן, און שנייעלעך טאקע וי צוויט זיך צעשיטן. אָ. רוסישע שנייען אף רוסישע שטרעקעס, איר האָט מיך געלערנט פאר קעלט זיך ניט שרעקן, באגעגענען שטאָלץ, אָן מעהומע, אָן ציטער די גרעסטע זאווייען, דעם גרעסטן געוויטער. און דעמלט, ווען פּלוצלינג פון פרעמדע מעקוימעס געקומען אהער איז דער בלוטיקער סוינע, געבראכט צו אונדז סרייפעס און כורבן אוז ווייען-- אים האָבן געשראָקן די רוסישע שנייען. די שנייען-- זיי קאָנען די וועגן פארמעקן, די שנייען-- זיי קאָנען די אויגן פארקלעפּן, די שליאכן פארשטעלן מיט טונק'לע זאווייען. דאָרט, ניט װײַט, מײַן פרייַנט, אָ, גרויס איז דער קויעך פון רוסישע שנייען! און מיר -- מיט דער רוסישער פרײַנטשאפט באלוינטע, מיר זײַנען פון לאנג צו די שנייען געוװווינט שוין. און שווער עס איז גלייבן און שווער צו פארשטיין, אז ערגעץ פאראן איז א ווינטער אָן שנייען... אָ, רוסישע שנייען, אָ, שנייען פון רוסלאנד, איר זײַנט אין דער וועלט אין דער גאנצער באוװװוּסט שוין. כ'האָב ליב אײַער שפּיל, אײַער ברויז און געווימל, איך גלייב, אז דער שניי איז א נעס פונעם הימל.. אָט דאָ, אף דער רוסישער ערד, כ'בין געבוירן, מיט איר איז פארבונדן מײַן לעבן מײַן גוירל, מיט ליבע און גלויבן, אין בעסטן געמיט, איך זינג וועגן רוסישע שנייען מײַן ליד, ברויט גרייט צעאקערן די גאנצע וועלט. האָט נאָך די שלאכט געפלאקערט, אָפּגערוט א װײַלע שטיל און שווערלעך, נאָר אָט דאָ, אין פרילינגדיקן פעלד, מיט א הילזע פון סנאריאד דאָרט האָבן זי וי בורלאקעס, אף כאלאָקים שטרענג צעטיילט די קערנער אײַנגעשפּאנט אין אקער, און באלד צוגעטראָטן צום פארזיי, האָבן פרויען שווער די טריט געשטעלט. פאָרנט האָט געשפּאנט א פרוי א שלאנקע ווען איך עס -- (אוי, װי שוידערלעך דער רימען רײַבט), איך נעם צונויף די ברעקלעך, און נאָך איר זיס איז ברויט! נאָך פינף זײַנען געגאנגען, נאָר אלע מאָל מיר דאכט: אוז די שטריק, װי לעבעדיקע שלאנגען, אָט די ברעקלעך -- האָבן אײַנגעשניטן זיך אין לײַב... צו דעם ברויט געהערן, ס'האָט די זון געברענט, וי טויזנט שײַטערס װאָס אין טעג אין אומרויִקע, שווערע, װאָלט צעצונדן עמעץ אינעם פעלד, האָבן פרויען, שלינגענדיק די טרערן, נאָר געשפּאנט האָבן די פרויען װײַטער, אינעם פעלד פארזייט, ניט װײַט פון שלאכט.. { 8 זאָגט אָן, אז עס איז גרייט דאָס שטאָל, דו האָסט געזען אמאָל, כ'וויל אויכעט האָבן אָט דאָס גליק, וי אין מארטענען קאָכט מען שטאָל? ס'זאָל לויטער זײַן דער סייכל און דער בליק, כאָטש אין מארטען עס פלאמט און זידט, װאָס טוט זיך דאָרטן, זעט מען ניט, און ווען אין הארצן קאָכט און זידט דאן בלויז דער מײַסטער, כ'זאָל קאָנען זאָגן: בלויז זײַן קאָל פארטיק איז די ליך! 87 געשלעגן פון קינדהײיט צוגעװווינט כ'בין צו געשלעגן.. ווען פון דער גאס כ'האָב זיך אהיים געלאָזט, ניט איין מאָל איז צעפליקט געווען מײַן רעקל, ניט איין מאָל איז אין בלוט געווען די נאָז. די מאמע, א דערשראָקענע, געטײַנעט צום טאטן האָט מיט ווייטעק: יאָסל, זע --- דו טו א קוק אפן מיזיניק דײַנעם, ס'איז ניט קיין ייִנגעלע---א גאזלען גאָר, א שעד! דער טאטע האָט זיך אומגעקוקט ארומעט, א גלעט געטאָן דעם רימען, װי א פריינט, און האָט געזאָגט מיר: קום אהער, מעשומעד, מיט װאָס װועסטו פארענטפערן זיך הײַנט? --- נו, הײַנט... האָב איך געשלאָגן זיך מיט הילקען, -- האָב איך אָן שרעק א זאָג געטאָן געשווינד, -- זאָל ער ניט וואגן אָפּנעמען די פּילקע בא בערעלען -- דעם קליינעם, שוואכן קינד! -- קומט אויס, אז טאקע ריין איז דײַן געװיסן, און דאָך.. די הייזעלעך, מעכילע, טו א שלעפּ, וװוייל סײיװויסײַ דײַן מאלבעש איז צעריסן, דערפאר באקומען װעסטו שיינע קלעפּ. און דאָך.. װײַל פאר א שוואכן האָסט געשטעלט זיך, אוּן זאָלסט פאָרויס מיט יוישער זײַן געבענטשט, כוץ קלעפּ... באקומען וועסט א קאראמעלקע, נא, עס און זײַ א רעכטער מענטש! עס האָבן יאָרן װײַטער זיך געטראָגן, און אויך געשלעגן האָבן זיך געמערט, און זייער אָפט געווען איז שווער צו זאָגן-- ווער איז גערעכט און ער איז ניט גערעכט. ניט קינדערלעך, נאָר מאנצבלען שטרײַטן טאקע, און סיטרעפט אזוי, אז אלץ איז פּונקט פארקערט: פאר דרײיסטקייַט עס באקומט א מענטש טומאקעס, און פאר פּאכדאָנעס גיט מען צו אים רעכט... ניין, ניט פארגעסן כ'וועל דעם טאטנס לערעי כאָטש אָפט איז טאקע ביטער מיר ביז גאָר, נאָר סייוויסיי קיין פּאכדן כ'וועל ניט װערן און מײַן געוויסן--- ער איז ריין און קלאָר. און צו דעם גוירל שרײַ איך: ניט פארפעל מיך, דו מעגסט מיר שענקען קלעפּ, אויב איך בין ווערט, נאָר ניט פארגעסן זאָלסט די קאראמעלקע מיר געבן יעדעס מאָל, ווען כ'בין גערעכט. שפנ יע. א. קאר פּאָװו, גענעראלימאיאָר פון מעדיצינישער דינסט, קאנדידאט פון מעדיצינישע וויסנשאפטן קדאשסמאס-ווינסלל דער אָנהייב ליד האָב א געפיל, אז די כאָשעװוע לייע- נער פון , סאָװועטיש היימלאנד" וועלן מיך באלד א פרעג טאָן, צי ס'איז נאָך ניט צײַט פארענ- דיקן מיט דער אלגעמיינער כאראקטעריסטיק פון דער לאגע אינעם צענטער פון צוגרייטן קאָסמאָנאװטן אין 1960 און דערציילן וועגן די מענטשן, װאָס זײַנען דאָרט געווען טעטיק. איך װועל זיך באמיען עס צו טאָן איצט, קאָנצענטרירנדיק זיך אף דער אויסשליסלעכער מאזל-בראָכעדיקער ראָליע,. װאָס דער הױיפּט- קאָנסטרוקטאָר, דער אקאדעמיקער סערגיי פּאוו" לאָוויטש קאָראָליאָוו, האָט געשפּילט אין דער אויספורעמונג פון דער פּערזענלעכקײַט פון יעדן קאָסמאָנאװט. די יונגע, געזונטע, פיייקע און וויסנדורש- טיקע יאטן, די קינפטיקע קאָסמאָנאװטן, האָבן, קומענדיק אין קאָנטאקט מיט פארשידענע מענטשן, וועלכע האָבן אונדז געהאָלפן זיי צן- גרייטן צום פלוג, גרינג און גיך זיך אָריענטירט אין דער נײַער לאגע און אָפּגעשאצט ,װוער איז ווער". די לערער זייערע האָבן זיי קוואליפיצירט אין קאטעגאָריעס פון ,קענענדיקע", ,מיטלמע- סיקע",. ,/שארפע קעפּ* און ;שטאמלער". די דאָזיקע דיפערענציאציע האָבן די צוהערער דורכגעפירט אומאָפּהענגיק פון דעם גראד בא- װוּסטקײַט און פון דער שטעלע, װאָס יעדער נײַגעקומענער פּעדאגאָג האָט פארנומען. די אָפּשאצונגען האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט זייער סאָף. אָנהייב זע , סאָװועטיש היימלאנד", נומ. 8, 2. טרעפּלעכקײַט און אָריגינעלקײַט. איין זאך קאָן מען זאָגן אף זיכער -- ערודירטע אוּן טאלאנ- טירטע מענטשן זײַנען אף זיכער געפעלן גע- װאָרן די קאָסמאָנאװטן, באלד נאָך דעם, וי סערגיי פּאװלאָװיטש האָט זיך באקאנט מיט די צוהערער פון דעם ערשטן אָטריאד אינעם צענטער פאר צוגרייטן קאָסמאָנאװטן, האָט ער אף א באזונדער אויפן זיך אָנגעהויבן באציען צו זיי און צו אלץ, װאָס האָט געהאט א שייכעס צו זיי. די באציונג איז שטענדיק געווען א געהויבענע, אן אונטערגע- שטראָכן זאָרגעװדיקע, טײילמאָל אפילע א פייַער- לעכע, א ריטועלע. קאָראָליאָוו איז געװען ניט נאָר אן ערשטראנגיקער אינזשעניער-קאַנסטרוקטאָר און גלענצנדער אָרגאניזאטאָר פון ערשטיקער וויסנ- שאפטלעכער פאָרשונג, פון קאָמפּלעקסארטיקער פּראקטישער רעאליזאציע פון אוניקאלע פאר- טראכטן, נאָר אויך א דרייסטער אױספּרוולער פון אָריגינעלער טעכניק. צו דעם אלעמען דארף מען נאָך צוגעבן, אז ער איז געווען אן אופ- מערקזאמער, סובטילער פּסיכאָלאָג, אן אָנפירער מיט א זעלטענער ווירקונגס-קראפט. די מענטשן, וועלכע האָבן מיט אים געארבעט, זײַנען געווען גרייט צו גיין פאר אים ,אין פּײַער און אין וואסער". איך האָב זיך באגעגנט מיטן הױפּט-קאָנסט- רוקטאָר און אים פאָרגעשטעלט מײַנע טאלמי- דים אין דער צײַט, ווען ער, דער לעגענדארער סערגיי פּאװולאָװיטש, האָט זיך געפונען אין זע- ניט פון זײַן רום. מעגלעך, אז דער דאָזיקער 89 מאצעוו האָט געלייגט זײַן כויסעם אף אלץ, װאָס איז געווען פארבונדן מיט אונדזער געמיינזאמער טעטיקײַט, װוי אויך אף די פאָלגנדיקע דערינע- רונגען וועגן דעם גרונטלייגער פון די קאָסמי- שע פלוגן. כאָטש דער הױיפּט-קאָנסטרוקטאָר איז געווען געבענטשט מיט טאלאנטן און פייַקײַטן מיט דער ברייטער האנט, האָט ער טאָמיד זיך גע- האלטן שטרענג-קאָנצענטרירט בייסן לייזן פאר- שיידענע פּראָבלעמען, שטענדיק גרייט געווען צו רעאגירן אפן אָרט. אף וויפל ער איז געווען א מענטש מיט א קאָמפּליצירטן כאראקטער, האָט מען פון אים געקאָנט דערווארטן אומגעריכטע גענג און אומפאָרויסגעזעענע מייסים. אָט די דאָזיקע אומגעריכטקייט אין פארבינדונג מיט דער כאראקטעריסטישער שטרענגער באציונג צו דער ארומרינגלונג האָט געמאכט א באזונדערן אײַנדרוק. טיײילמאָל האָט ער אין עטלעכע מינוט, און אפילע אין געציילטע סעקונדעס, געקאָנט אנטוויקלען א טעטיקײַט, וועלכע איז געווען פּונקט דער היפּעך פון דעם פריִער אָנגענומע- נעם באשלוס אָדער ארויסגעזאָגטער מיינונג. און, פּונקט פארקערט, א לעכאטכילע אָפּגעװאָרפענע מיינונג האָט ער שפּעטער געקאָנט אזוי פאר- טיידיקן און שטיצן, דערװײַזנדיק אירע אומ- צווייפלהאפטע מײַלעס, אז מע האָט זיך נאָר געקאָנט װוּנדערן.. ער האָט אלעמען פארװוּנדערט מיט זײַן דורכדרינגלעכקיײַט, אײַזערנער לאָגיק און אומ- אָפּוװענדבארער איבערצייגונגס-קראפט. דער- בײַ דארף מען געדענקען, אז עס האָט זיך יע- דעס מאָל געהאנדלט ניט ועגן קלײניקײַטן אָדער קאפּריזן פון אן אָנפירער, בעשום-אויפן ניט. קאָראָליאָוו און זײַנע מעקוראָװוים האָבן גע- זוכט די פּאסיקסטע לייזונג אף צו פארווירקלעכן קאָמפּליצירטע קאָנסטרוקטאָרישע טעכנאָלאָגי- שע און אָרגאניזאציאָנעלע באשלוסן, װאָס ניט װייניק טאלאנטירטע, הויך-קוואליפיצירטע ספּעציִאליסטן האָבן שוין געהאט זיך געבראָכן דעם קאָפּ איבער זיי. אין שיין פונעם אויבנגעזאָגטן וועט דעם לייענער, מיין איך, לײַכט זײַן צו פארשטיין, מיט װאָס פאר אן אומרויקער דערווארטונג סערגיי פּאװולאָװיטשעס געהילפן פלעגן ארי- בערטרעטן די שװועל פון זײַן קאבינעט, קעדיי אָנצונעמען א באשלוס אָדער א נייע ווענדונג אין געוויסע איניאָנים. דער הויפּט-קאָנסטרוק- טאָר האָט אליין זיך גוט פאנאנדערגעקליבן אין אלע פראגן, און ווען עמעצער פון זיַנע מיט- העלפער האָט זיך ניט גענוג געוויסנהאפט בא- צויגן צו די פליכטן, האָט ער עס אופגענומען :וי א נעגאטיווע, טײילמאָל אפילע פיינטלעכע באציונג צו אים זעלבסט. דעריבער האָבן טא- קע די מענטשן, וועלכע זײַנען געוועז אונטער 90 זײַן. אָנפירונג, מוירע געהאט, זי זאָלן מיצאד אים ניט פארעכנט וװערן אלס אזעלכע, מיט וועמען ס'איז ,ניטאָ װאָס צו גיין צום טיש" נאָר ווען אין זײַן סוויווע האָבן זיך באוויזן די יונגעלײַט, אָנגעטאָנענע אין מונדירן פון דער קריגס-אוויאציע, האָבן די מיטארבעטער באלד באמערקט, אז מיט קאָראָליאָוון איז פאָר- געקומען עפּעס אומדערווארטס: דער הויפט- קאָנסטרוקטאָר האָט זיך צו די צוהערער באצויגן מיט א באזונדערער אופמערקזאמקייט און אפי- לע גענומען אף זיך די ראָל פון אן אפּעטראָ- פּעס לעגאבע זיי. ער האָט זיך באצויגן צו די יונגע פליער מיט געדולד, מיט פּעדאגאָגישן טאקט, װאָס פריער האָט מען דאָס בא אים ניט שטענדיק באמערקט. באזונדערס האָט ער זיך אינטערעסירט מיטן פּערזענלעכן ווילשטאנד פון יעדן איינעם, ניט געזשאלעװועט קיין צײַט פאר זיי, כאָטש זײַן ארבעטס-טאָג איז געווען פארפולט מיט אויסערסט וויכטיקע און דרינ- גענדיקע איניאָנים פון 8 אינדערפרי ביז 8, און טיילמאָל ביז 10 אפדערנאכט. וויאזוי זשע קאָן מען דערקלערן די סימפּא- טיע, מיט וועלכער ס. פּ. קאָראָליאָוו האָט אָפן און מיט דער ברייטער האנט באשענקט די קו- מענדיקע קאָסמאָנאװטן? ס'איז טאקע קעדײיַ נאָכאמאָל דאָ דערמאָנען, אז דאָס סאמע ויכטיקסטע און דער איקער אינעם לעבן פון דעם דאָזיקן פּראָמינענטן גע- לערנטן, וועלכער האָט טאָמיד געװוּסט, װאָס ער וויל און צו װאָס ער שטרעבט, איז געווען זיַן ארבעט. קאָראָליאָווס וויסנשאפטלעכע טע- טיקײַט איז געווען פארבונדן מיט אומופהער- לעכע פּערמאנענטע זאָרגן: מיט אָנשטרענגונגען און שװעריקײַיטן און אויך מיט זעלטענע, נאָר גרויסע שעפערישע פריידן. אין מעשעך פון זײַן גאנץ ניט לײַכט לעבן איז ער געווען אריינגע- טאָן אין ארבעט ביז איבערן קאָפּ. לאָמיר אויך געדענקען, אז זײַט-בא-זײַט מיט אים האָבן מיט היסלייוועס געזוכט, געשאפן און פּונקט וי ער זעלבסט געליטן און געווען גליקלעך מיט שע- פערישע דערפאָלגן א סאך טאלאנטירטע מיט- קעמפער, דערפארענע און דערפינדערישע מיט- ארבעטער. עס זײַנען צווישן זיי געווען אויך אזעלכע, וועלכע האָבן צוזאמען מיט קאָראָליאָוון דורכגעמאכט דעם גאנצן וועג, װאָס ק. ע. ציאָל- קאָווסקי איז געשטאנען בא זײַן אָנהייב. אוואדע האָט קאָראָליאָװו פאר אזעלכע מיטקעמפער שטענדיק געפונען א בעקאָװעדיק אָרט און שטענדיק זיך געקימערט וועגן זייער אװטאָרי- טעט. פונדעסטוועגן איז אפילע אזעלכע װעטע- ראנען טיילמאָל אויסגעקומען איבערצולעבן שווערע מינוטן באם אויספילן די שטרענגע פּאָדערונגען פונעם אָנפּירער, וועלכער האָט קיינעם און זיך אליין ניט געשאנעוועט. די ערשטע צײַט האָב איך ניט געקאָנט גע- פינען קיין דערקלערונג פאר דער אויסנעמלע- כער הארציקער באציונג מיצאד קאָראָליאָוון צו אונדזערע יונגע פּליֶער. נאָר טראכטנדיק וועגן דעם אין מעשעך פוֹן א לאנגער צײַט, בין איך געקומען צום פאָלגנדיקן אויספיר: נאָך אין די קינדער- אוז יוגנט-יאָרן (אין ניעזשין און שפּע- טער אין אָדעס) האָט קאָראָליאָוון געצויגן צו די הימלען. די פרייד פון פליִען און דער פאָרגע- פיל פון דער גרויסער צוקונפט פון דער אווי- אציע האָבן אים גאנצלעך און ענדגילטיק פאר- כאפּט, אזויווי עס געשעט מיט אלע שטארקע נאטורן. ער שטרעבט דאן מאסיג צו זײַן און אָנײיגענען זיך אלץ, װאָס האָט א דירעקטע שיי- כעס צום קאָנסטרױירן פלי-אפאראטן, און ער גרייט זיך פּערזענלעך אָנטײילצונעמען אין דעם אױספּרוּוון זי אין פלוג. אדאנק זײַן אומגעוויי- לעכער אקשאָנעס, צילגעװענדטקײַט האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו באהערשן די טעכניש-אינ- זשעניערישע קענטענישן און אינצײַטיק זיך פארנעמעז מיט בויען אָריגינעלע פּלאניערן און אעראָפּלאנען. ער האָט אפילע באוויזן אין דער זעלבער צײַט צו פארענדיקן אן אויאציץ- שול, װערנדיק, אזויארום, א דיפּלאָמירטער פליִער, ניט איין מֹאָל איז מיר אויסגעקומען צו הערן, מיט װאָס פאר א שטאָלץ סערגיי פּאוו- לאָװויטש פלעגט דערציילן וועגן זײַן אָנגעהערי- קײַט צו דער אוייאציע ביכלאל און צו דער בא- ליבטער פּראָפּעסיע פון אן אויאטאָר ביפראט. צוליב פארשיידענע סיבעס האָט קאָראָליאָװו געמוזט זיך אָפּזאָגן פון זײַן פּליִער-טעטיקײַט און זיך באשעפטיקן נאָר מיט שאפן די נײיע אוויאציע-טעכניק, ערגעץ טיף אין דער נעשאָמע האָט זיך גע- וויס פארטײַעט א בענקשאפט נאָך דעם טרוים פון ווערן א פּליֶער-אױספּרוּוולער, וועלכער איז ניט מעקוּיעם געװאָרן. אים איז ניט באשערט געווען אליין אױיסצופּרווון אוֹן אָפּשאצן װי גץ- העריק אין פלוג די טעכניק, וועלכע ער האָט געשאפן אף דער ערד. ער האָט זיך געמוזט בא- נוגענעז מיט די אָפּשאצונגען, וועלכע עס האָבן געגעבן די פליער-אױיספּרװולער וועגן די מיי- לעס און כעסרוינעס פון די פון אים קאָנס- טרויָרטע אפּאראטן, אדאנק די באמיונגען פון די סאָוועטישע גע- לערנטע אין שפּיץ מיט קאָראָליאָון, וועלכע האָבן זיך געשטיצט אף די ברייטסטע מעגלעכ- קײַטן, װאָס די סאָציאליסטישע מעלוכע האָט זי געגעבן, האָט געקאָנט צו שטאנד קומען אזא גרויסער װוּנדער אין אזא קורצער צײַט: דאָס שאפן אין סאָוועטנפארבאנד די אינטערקאָנטי- נענטאלע באליסטישע ראקעטע, דאָס ארױסלאָזן דעם קינסטלעכן סאטעליט פון דער ערד, או, ענדלעך, דאָס צוגרייטן דעם מענטשן צום ערשטן פלוג אף דער אָרביטע ארום דער ערד. קאָראָליאָוו מיט זײַן װײַטן קוק און גרויסער דערפארונג האָט ניט גלאט אזוי זיך מעקארעוו געװוען די לעבנסלוסטיקע יונגעלײַט, ועלכע האָבן ארויסגעוויזן א לעבהאפטן אינטערעס צום נײַעם איניען. אוואדע האָט ער געװוּסט, אז זייער דערפארונג איז גאָר א באשיידענע. ער האָט אָבער אויך געװוּסט, אז זיי זײַנען גרייט פולקום זיך אָפּצוגעבן דער קאָסמאָנאװטיק. זיי זײַנען דאָך געווען די, וועמען ער האָט געדארפט אינגיכן פארטרויען דאָס אױספּרװון אין פלוג די אוניקאלע ראקעטן -- די קאָסמישע טעכניק, וועלכע איז געשאפן געװאָרן מיט אזויפיל האָ- רעוואניע. קאָראָליאָוו איז באשטאנען אף דעם, אז די פעסטע הענט פון די קאָסמאָנאװטן, זייערע היי- סע הערצער און אָפּענע קעפ זאָלן מאקסימאל אויסגענוצט װערן. כוץ דעם, האָט ער נאָך גע- װאָלט זיך אײַנשאפן אזעלכע יונגע פרײַנט און מיטהעלפער, וועלכע זײַנען שטענדיק גרייט פּרינציפּיִעל און שרעקלאָז ארױסזאָגן זייער באגרינדעטע מיינונג יעטוידן אָנפירער, װי גרויס זײַן אווטאָריטעט זאָל ניט זײַן, מיר דאכט, אז קאָראָליאָו האָט טיף אין הארצן זיך אליין פאָרגעשטעלט אלס א פליִער- אױספּרװוֹלער, און דאָס האָט אים געהאָלפן זיך שאפן א קלאָר און גענוי בילד פונעם קאָסמישן פלוג, ער האָט געהאט די באדערפעניש זיך צו טיילן מיט די קאָסמאָנאוטן מיט די רעזולטאטן פון זײַן מעכטיקער שעפערישער פאנטאזיע. אונטער זײַן האזשגאָכע האָבן זיי אָנגעהויבן גרייטן די רעאלע, ניט איליװזאָרישע פלוגן אין קאָסמאָס. קאָראָליאָוו פלעגט זײי בא יעדער גינסטיקער געלעגנהײַט פארבעטן צו פאנטא- זירן איניינעם מיט אים. און כאָטש עס איז גץ- ווען אזא באדײַטנדיקער אונטערשייד צװוישן זיי מיט אים, סײַ אין עלטער, סײַ אין לעבנס-דער- פארונג, סיי אין פּראָפּעסיאָנעלער געשולטקײַט, סײַ אין דער גרייס. פון פּערזענלעכן בײַטראָג צו דער זאך, װאָס האָט זיי איצט פארייניקט, האָט קאָראָליאָוו זיי אָנגעבאָטן זײַן פרײַנט- שאפט. נאָך דעם, װי ער האָט אָנגעהױבן מיט זי זיך סיסטעמאטיש צו באגעגענען, האָט ער ניט געקאָנט האלטן פארבאָרגן פון זיי זײַנע טײַערסטע טרוימען. ארױיסזאָגנדיק מײַן מיינונג, בין איך זיכער, אז ס'וועט מיר ניט אויסקומען צו הערן פאָר- װווּרפן פון מענטשן, וועלכע האָבן פּונקט אזוי גוט, װי איך, און מעג זײַן אפילע בעסער, גע- קענט סערגיי פּאװלאָװיטשן, װײַל איך האָב גאָרניט צוגעטראכט און גאָרניט אויסגעטראכט, 41 דערציילנדיק וועגן דער דאָזיקער פּערזענלעכ- קײַט. מיר איז שוין פריער אויסגעקומען צו אָנ- װוײַזן אף סערגיי פּאװלאָויטשעס באזונדערער סימפּאטיע צו אװוטאָריטעטע פּליִער. איך דארף צוגעבן, אז עס האָט זיך גערעדט וועגו אװטאָ- ריטעטע פליִער פון קאָראָליאָװס אייגענעם שטאנדפּונקט. אזוי, צום בײַשפּיל, האָט קאָראָ- ליאָוו פארבעטן מארק לאזארעוויטש גאלײַען בײיצוזיַן בייסן לאָזן אין גאנג די טעכנאָלאָגי- שע שיפן מיט אן אװטאָמאטישן ארבעט-רע" זשים, װאָס עס איז דורכגעפירט געװאָרן ערעוו דעם פליען פונעם מענטשן אין קאָסמאָס. מ. ל. גאליי, וועגן וועלכן איך האָב שוין דער" מאָנט, איז געווען דער ערשטער אינסטרוקטאָר אף אויסצולערנען די קינפטיקע קאָסמאָנאװטן די פּראקטישע געוווינהייטן פון באנוצן זיך אפן טרענאזשאָר מיט די סיסטעמען פון דער שיף. מע דארף באמערקן, אז דער הוױיפּט-קאָנסטרוק- טאָר האָט קאטעגאָריש פארבאָטן צו דערלאָזן די אָנװעזנהײַט פון איבעריקע מענטשן בייסן סטארט. גאליי איז בייגעווען, ווען גאגארין איז ארויסגעפלויגן אף דער קװאָסטאָק"-שיף און דערנאָך אויך בייסן ארויספלי פון אלע פאָלגן- דיקע ;װאָסטאָק"-שיפן. אין דער רעשימע פון די סטארטן האָט ער פיגורירט אלס-- ,קאַנסטרוקטאָר-מעטאָדיסט אף פּילאָטירן קאָס- מישע שיפן"... פאקטיש איז מארק לאזארעוויטש געווען דעם הױפּט-קאָנסטרוקטאָרס פארטרוי- לעכער קאָנסולטאנט. אין א קורצער צייַט ארום האָט זיך צװוישן קאָראָליאָווס געהילפן באוויזן נאָך איינער פון די רומפולסטע פּליַער:אױספּרוּולער -- דער העלד פון סאָוועטנפארבאנד סערגיי ניקאָלײַע- זויטש אנאָכין, וועמען דער הױפּט-קאָנסטרוק- טאָר האָט באופטראָגט צו ווערבירן די קינפטי- קע קאָסמאָנאװטן-אױיספאָרשער און באָרט-אינ- זשעניערן פון צװוישן די יונגע,. קרעפטיקע, געזונטע און דרייסטע מיטארבעטער פון דער אונטערנעמונג אונטער זײײַן, אנאָכינס, אָנפירער- שאפט. ,אין דער נאָענטער צוקונפט, -- האָט סערגיי פּאולאָװויטש געזאָגט, ---װעלן מיר זוערבירן קאָסמאָנאװטן ניט נאָר צווישן פליִער", און ער האָט מיט פארגעניגן גערעדט ועגן דעם, אז אָן ספּעציאליסטן פון ברייטסטן פּראָ- פיל װעלן די קינפטיקע פּראָגראמען פון באהערשן דעם קאָסמאָס זיך ניט קאָנען באגיין, גאלײַען און אנאָכינען האָט קאָראָליאָוו אופ- גענומען און אויסגעהערט אין א באליביקער צײַט. אנדערע מיטארבעטער, אפילע פאר- דינסטפולע און אָנגעזעענע, האָבן אזעלכע פּרי- װוילעגיעס ניט געהאט, כאָטש זיי האָבן אויך 92: געהאט א שײַכעס צו דער פליערישער פּראָ- פעסיע. עס האָט זיך זאָרגעװדיק פארהיט אין זי" קאָרן א גאנצע פּאָרטרעטן-גאלעריי פון עכטע העלדן פונעם אָנהייב-פּעריִאָד פון דער פאָטער- לענדישער קאָסמאָנאװטיק, וועלכע האָבן דער" וויזן דער גאנצער ועלט, אז דער מענטש איז מעסוגל ארויסצוגיין און טעטיק זײַן אין קאָס- מאָס. דאָס ערשטע אָרט אין דער דאָזיקער גא- לעריי פארנעמט און װעט שטענדיק פארנעמען דאָס ליכטיקע געשטאלט פונעם אקאדעמיקער ס. פּ. קאָראָליאָוו. זײַן אויסזען האָט זיך טיף אײַנגעקריצט אין מײַן זיקאָרן;: די מענלע- כע געזיכט-שטריכן,. א דורכדרינגלעך-קאָנ- צענטרירטער בליק פון די קלוגע אויגן מיט כיטרע פייַערלעך, זײַן מאניר קלאָר און דײַט- לעך-קורץ ארױסזאָגן געדאנקען,. אופמערקזאם אויסהערן דעם מיטשמועסער, צושאָקלענדיק דערביי מיטן קאָפּ, זײַן געוװוינהײַט פּאָשעט און שטרענג זיך צו קליידן. אָבער נאָך מער פון דעם האָט זיך פארגעדענקט די אויסשליסלעך ווערטפולע, פילזײַטיקע טעטיקײַט פון דעם גרונטלייגער פון דער פּראקטישער קאָסמאָנאװ- טיק. פארשטייט זיך, אז באזונדער בוילעט האָט זיך פארגעדענקט די פרוכטבארע ווירקונג פו" נעם הױיפּט-קאָנסטרוקטאָר אף מײַן טעטיקײַט באם אָפּקלײַבן און צוגרייטן די ערשטע פּײ לאָטן-קאָסמאָנאװטן. ס'איז א באװווסטע זאך, אז פאר ס. פּ. קאָ- ראָליאָוון האָט ניט עקזיסטירט די אײַנטיילונג פון ,,מײינע* אייסאָקים און ;,ניט מײַנע? איי- סאָקים. ער האָט געהאלטן, אז אלץ, װאָס אין געווען קאָנצענטרירט אף צוגרייטן דעם פלוג פונעם מענטשן אין קאָסמאָס, האָט צו אים א דירעקטע שייכעס און דארף זײַן אונטער זײַן אומיטלבארער אופזיכט. איך האָב אָבער געהאט דעם אייַנדרוק, אז צום אָפּקלײַב פון די קאנדי- דאטן פאר קאָסמאָנאװטן און צו זייער צוגריי- טונג האָט ער ארויסגעוויזן א באזונדערן אינ- טערעס און זיך באצויגן מיט אויסערגעוויינלע- כער אופמערקזאמקײַט. איך האָב שוין עפּעס-װאָס פריִער דערציילט פון די פּרינציפּיַעלע האנאָכעס, וועלכע זײַנען געלייגט געװאָרן אין יעסאָד פונעם אָפּקלײַב פון דער צוגרייטונג פון די ערשטע קאָסמאָ- נאווטן. קיינער פון אונדז האָט ניט געהאט אזא קלאָרע פאָרשטעלונג װעגן דעם ענדציל, װי סערגיי פּאװולאָװיטש. ער האָט אונטערגעזאָגט, ויאזוי מע דארף אונדזערע באמיונגען קאָמבל- נירן מיט דער טעטיקײַט פון אנדערע אויספי- לער פון דער אלגעמיינער פּראָגראם. און עס איז קיינמאָל ניט געשען, אז סערגיי פּאװלאָ- וויטש זאָל ניט קומען צוהילף אין א שווערער מינוט. עס איז מאמעש געווען צום באװוּנדערן זײַן שטענדיקע אינפאָרמירטקײַט וועגן דעם גאנג פון א גוואלדיקער צאָל פארשיידנארטיקע ארבעטן, זײַן טיפע באהאװונטקײַט אין די אופ- גאבעס און צילן פון יעדן אָפּטײל. קאָראָליאָװו האָט גיך און פארנונפטיק באזײײַטיקט אלץ, װאָס האָט געשטערט אָדער טאָרמאָזירט די באווע- גונג פאָרויס. איך קאָן זיך ניט דערמאָנען קיין איין פאל, וען דער הױפּט-קאָנסטרוקטאָר זאָל געווען פארגעסן צו װאָרענען עמעצן וועגן א וויכטיקן איניען, ער זאָל ניט געווען באצייטנס פארפּינקטלעכן און קאָרעקטירן די פארגעבונ- גען. דאָ איז דאָס אָרט צו באמערקן, אז סערגיי פּאוולאָויטש, וועלכער האָט איטלעכן אָנגע- שטעקט מיט זײַן אויסערגעוויינלעכער ארבעט- זאמקײַט, האָט אוֹיך געקאָנט שטרענג פאָדערן און מאָנען אן ענטפער צו דער צײַט פאר אן אָנפארטרױטער ארבעט. ער האָט זיך דערביי ניט גערעכנט דערמיט, צי דער מיטארבעטער איז געווען אים אונטערגעאָרדנט אין דינסט, אָדער ער האָט געהערט צו אן אנדער קאָלעק- טיוו מיטפאָרשער, קאָראָליאָוו פלעגט זעלטן-װוען און קנאפּ- װאָס פארשרײַבן, ער פלעגט אָבער קײנמאָל גאָרניט פארגעסן. מיט א זעלטענעם כוש האָט ער געקאָנט אָפּזוכן און צוציִען צו דער ארבעט קאָמפּעטענטע אויספירער. ער האָט יעדן מיט- ארבעטער איבערצײַגט, אז די אָנפארטרויטע אופגאבע איז פאר אים וי אָנגעמאָסטן און אז די גראנדייעזע ארבעט, װאָס ער נעמט אָנטײלֿ אין איר, װעט געבן גלענצנדע רעזולטאטן, אלץ, װאָס קאָראָליאָוו האָט אונטערגענומען און דורכגעפירט אין די 50-ער יאָרן האָט זיך פארענדיקט אזוי דערפאָלגרײַך, אז צום אָנהײיב פון די 60-ער יאָרן איז שוין זײַן אוטאָריטעט געווען גענוג טײילװײַז צו גאראנטירן דעם דער- פאָלגרײַכן אויסגאנג פון אן אָרדנטלעכער אונ- טערנעמונג, בעלי גוזמע קאָן מען זאָגן, אז דער פּסיכאָ- לאָגישער קלימאט אין די קאָלעקטיוון, וועלכע זײַנען געווען פארבונדן מיט דער קאָסמאָנאװ- טיק, האָט געטראָגן אין זיך די שײַן פון קאָ- ראָליאָווס פּערזענלעכקײַט. ניט נאָר זײַנע בא- פעלן און פאָדערונגען, אפילע זײַנע פּאַשעטע אייצעס און פארלאנגען זײַנען פארוואנדלט גע- װאָרן אין געזעצן און אין א טעטיקײַט-פּראָ- גראם. איך מיין, אז ס'איז קעדײַ געווען וועגן דעם דאָ צו דערמאָנען, װײַל אף אָט דעם פאָן טאקע קאָן מען בעסער באטראכטן די פּראקטי- שע טעטיקײַט פון די קורסאנטן פונעם ערשטן אָטריאד פון דעם צענטער פאר צוגרייטן קאָס- מאָנאװטן, די פּיאָנערן פון דער קאָסמישער רוי-ערד, א וויכטיקער אָרגאניזאטאָרישער, מאָראלי- שער און סטימולירנדיקער פאקטאָר זײַנען גע- ווען די ספּעציַעלע זיצונגען פון דער טעכנישער אָנפירערשאפט (דער הױפּט-קאָנסטרוקטאָר אין אײינצײַטיק געווען אויך דער טעכנישער אָנפי- רער פונעם פּראָיעקט) און די זיצונגען פון דער מעלוכישער קאָמיסיע, אף װעלכע עס פלעגן ארויסטרעטן מיט באריכטן די פאראנטװאָרט- לעכע פאָרשטייער פון די קאָלעקטיון, װאָס האָבן אָנטײלגענומען אין פאנאנדערארבעטן די וויכטיקסטע סיסטעמען פונעם קאָסמישן ראקע- טע-קאָמפּלעקס. די פּײַערלעך-יאָמטעװדיקע אטמאָספער פון אזעלכע זיצונגען, די , הייליקע אװווידע" פון די פאָטאָד און קינאָ-דאָקומענטאליסטן האָבן אונ- טערגעשטראָכן די גראנדיִעזקײַט פון דעם, װאָס עס וװערט געגרייט, און די גוואלדיק-גרויסע פאראנטװאָרטלעכקײַט פון יעדן איינעם, ווער עס האָט געהאט א שײַכעס צום שטורעם פונעם קאָסמאָס. עס האָט זיך געװאָרפן אין די אויגן דער קעגנזײַטיקער צוטרוי, וועלכער איז אנט- שטאנען אין פּראָצעס פון דער געמיינזאמער טעטיקײַט. די באגעגעניש פונעם קאָמאנדיר פון דער שיף און פון זײַן דובליאָר מיט דער סטארטע- ווע קאָמאנדע פון ראקעטשיקעס-אױספּרוּולער בא דער ראקעטע, וועלכע איז שוין געשטאנען א גרייטע צום סטארט, זײַנען אינגיכן פאר- וואנדלט געװאָרן אין א טראדיציע. די דאָזיקע באגעגעניש, -- האָט קאָראָליאָוו געזאָגט, --- גיט די מעגלעכקײַט די אױספּרוולער אף דער ערד און אין קאָסמאָס זיך אָנצוקוקן פּאָנעם-על"פּאַ- נעם און אף אזא אויפן זיך קעגנזײַטיק איבער- צײַגן, אז אלץ, װאָס עס שטייט פאָר אָפּגעטאָן צו װוערן אין פלוג, איז אויסגעפילט און װעט אויסגעפילט ווערן געוויסנהאפט. א גוטע טראדיציע פאר דער ערשטער סע- ריע פלוגן אף די ,װאָסטאָק"-שיפן, א טראדי- ציע, וועלכע קאָראָליאָוו האָט אונטערגעהאלטן, איז געווען דאָס איבערפירן דעם קאָמאנדיר פון דער שיף און זײַן דובליאָר, אף דער נאכט ערעוו דעם סטארט, פונעם האָטעל אין א בא- זונדער שטיבל בישכיינעס מיט דער סטארטע- ווער פּלאטפאָרמע. אדאנק דעם האָט דער הױפּט-קאָנסטרוקטאָר, וועלכער האָט געװוינט אויך אין אזא שטיבל, געהאט די באקװעמע מעגלעכקײַט אָפּטער זיך ארייַנצוכאפּן צו די קאָסמאָנאװטן. א צווייטע טראדיציע זײַנען גע- װאָרן די אפדערנאכטיקע שפּאצירן און שמועסן ערעוו די פלוגן. סערגיי פּאװלאָװיטש האָט אויסגענוצט די געלעגנהײַט צו געבן בייס די שפּאצירן די לעצטע אָנװײַזונגען און דורכמאכן די אָרדנטלעכע ,פּסיכאָלאָגישע אָנלאָדונג" פו- נעם קאָסמאָנאװט. 8 סערגיי פּאװולאָװיטש האָט אכטונג געגעבן, אז די ספּעציאליסטן, וועלכע האָבן באזאָרגט די אויסשטאטונג פארן קאָמאנדיר פון דער שיף און פאר זײַן דובליאָר, זאָלן טאָן זייער זאך בישליימעס. שטרענג און ערנסט און איינ- צײַטיק אויך פייערלעך איז צוגעגאנגען דאָס איבערפירן די קאָסמאָנאװטן צום סטארט אין א ספּעציעלן אװוטאָבוס. פייערלעך האָט געקלון- גען דער ראפּאָרט פונעם קאָמאנדיר פון דער מעלוכישער קאָמיסיע צופוסנס דער ראקעטע. סערגיי פּאװולאָװיטש האָט אָפּט באטאָנט, אז די דערציונג שטייט נאָך העכער פונעם לערנען, ווען מיר האָבן צו טאָן ניט מיט שטו- מער טעכניק, נאָר מיט א לעבעדיקן מענטשן װאָרעם דער מענטש װעט אלץ טאָן פּינקטלע- כער, װאָס גרעסער עס איז זײַן ענטוזיאזם און װאָס שטארקער ער איז פארינטערעסירט אין דעם מאָרגנדיקן טאָג. קאָראָליאָװו זעלבסט האָט זיך שטרענג געהאלטן בא דעם דאָזיקן פּריג" ציפּ, כאָטש, צוריקגעשמועסט, האָט עֶר קיינ- מאָל ניט פארמינערט די ראָליע פון וויסן און קענטענישן און ניט דערליבט, ניט זיך און ניט אן אנדערן, צוצוטרעטן צו דער לייזונג פון ערנסטע פּראָבלעמען אָן דער געהעריקער גע- שולטקײיט, די פּאָזיטיווע רעזולטאטן פון זיַן האשפּאָע האָבן זיך זייער געלאָזט פילן אין דער אידעאָלאָגישער טעטיקײַט באם צוגרייטן די קאָסמאָנאװטן. דאָ האָט מען ברייט אָנגעװענדט דעם קלאל, וועלכער איז אזוי גוט באװוּסט געווען אונד" זערע קורסאנטן פון דער צײַט, ווען זיי זײַנען געווען טעטיק אלס אויאטאָרן: ,לעבן זאָלסטו מיט דער האָפענונג, אז אלץ װעט זײַן אין דער בעסטער אַרדענונג, נאָר זײַ ‏ שטענדיק גרייט צום ערגסטן". יעדער ספּעציאליסט-אָנטײלנע- מער אין צוגרייטן די קאָסמאָנאװטן איז געווען מעכוּעוו צו פארזאָרגן די מאָראלישע און פּסי- כאָלאָגישע , געפארלאָזיקײַט* און אויך קאָנסאָ- לידירן די עמאָציאָנעלע ;אָנגעלאָדנקײַט צום פליִען* פון יעדן צוהערער באזונדער. אין אָנהײב מארט 1961 (פּונקט 12 כאדאָ- שים נאָך דעם, װי עס האָט זיך אָנגעהויבן דער רעגולערער לערן- און טרענירונג- פּראָצעס פו- נעם צענטער) איז צו אונדז אין זוויאָזדנע גע- קומען צו פאָרן א גרויסע, הויך-אװוטאָריטעטע קאָמיסיע. די קאָמיסיע האָט באקומען דעם אופטראָג אָפּצושאצן אלץ, װאָס איז רעאליזירט געװאָרן אין מעשעך פונעם יאָר אין פּראט פון צוגרייטן אונדזערע זעקס קאָסמאָס-פּיַאָנערן צום פלוג: גאגארינען, טיטאָוון, ניקאָלײַעװן, פּאָפּאָ- וויטשן, ביקאָווסקין און נעליובאָוון. זי האָט אויך געדארפט אופנעמען בא זיי דעם מינד- 4 לעכן עקזאמען אף צו באקומען דעם טיטל קאָסמאָנאװט. אינדערעמעסן, האָבן דאן אָפּגעגעבן אן עק- זאמען ניט אזוי דאָס ערשטע ;זעקסטלינג", וי דער גאנצער יונגער קאָלעקטיוו ספּעציאליסטן און אָנפירער פונעם צענטער פאר צוגרייטן קאָסמאָנאװטן. אף יעדן פון די עקזאמענירטע איז דער קאָמיסיע צוגעשטעלט געװאָרן א סאָ- לידע ,דאָסיע*. די דאָקומענטן האָבן געגעבן אן אױיסשעפּנדיקע, אלזײַטיקע כאראקטעריסטיק וועגן יעדן אָבסאָלװענט: זײַן געזונט-צושטאנד, פּסיכישער סטאטוס, פּראָפּעסיאָנעלע קענטע- נישן און געוװינהײײַטן, וועלכע האָבן זיך ארויס- געוויזן אין מעשעך פונעם לערניאָר אין דעם צענטער. קאָנקרעטע יעדיִעס--אָפּשאצונגען קאָלערליי ,ספּראווקעס" -- האָבן זיך קאָמפּלעק- טירט מיט כאראקטעריסטיקעס, אויספירן, בא- שלוסן, אין וועלכע די ספּעציאליסטן האָבן בא- גרינדעט זייערע פּראָגנאָזן וועגן די פּערספּעק- טיוון פון יעדער פּערזאָן פארן פליען אין קאָס- מאָס. אלע זעקס אָבסאָלװענטן האָבן באקומען פונעם צענטער סערטיפיקאטן פון העכסטער קוואליפיקאציע. זיי זײַנען אלע רעקאָמענדירט געװאָרן אלס קאנדידאטן צום פארוירקלעכן דעם ערשטן פלוג אין קאָסמאָס. די הויכגעשטעלטע קאָמיסיע איז געקומען צו אזא אויספיר אפן סמאך פון ריזיקער פאראנטװואָרטלעכער ארבעט, װאָס איז אָפּגעטאָן געװאָרן לעטויוועס דעם פאָטערלאנד און, עס וועט ניט זײַן קיין בארימעריי צו זאָגן, לע" טויוועס דער מענטשהײַט. די פּעדאנטע קאָמיסיע האָט דורכגעשטו" דירט אלע צוגעשטעלטע מאטעריאלן, דורכגע- פירט א מינדלעכן קאָמפּלעקס-עקזאמען מיט אונדזערע ערשטע אָבסאָלװענטן. די רעזולטאטן האָבן פולקום באשטעטיקט די אויספירן און באשלוסן פון די ספּעציְאליסטן און אָנפירער פונעם צענטער פאר צוגרייטן קאָסמאָנאװטן אלץ איז פארפיקסירט געװאָרן אין א פּראָטאָ- קאָל, וועלכער איז שוין הײַנט-צו-טאָג א היס- טאָרישער דאָקומענט. די קאָמאנדשאפט פון דער מיליטערישער אוויאציע, די טעכנישע אָנפירערשאפט פונעם פּראָיעקט ,װאָסטאָק* און, לעסאָף, די מעלוכי- שע קאָמיסיע האָבן אָבער נאָך געװאָלט באקו- מען פונעם צוגרייטונגס-צענטער א באגרינדע- טע רעקאָמענדאציע ועגן דער קאנדידאטור פונעם פליער-קאָסמאָנאװוט נומער 1 אוו פון דער קאנדידאטור פון זײַן דובליאָר. וויאזוי צו ענטפערן אף אזא פראגע האָבן מיר, די אָנפירער און ספּעציאליסטן פונעם צענטער, זיך אָנגעהויבן פארטראכטן נאָך אין הארבסט 1960, ווען עס איז אויסגעטילט גע- *ם װאָרן ;דאָס אוואנגארדנע זעקסטלינג". אזױי- ארום, האָבן מיר געהאט העכער זיבן כאדאָשים צײַט צו באזיניקן די קאנדידאטור פונעם פּא- סיקסטן מענטשן ניט נאָר אף אויסצופילן דער- פאָלגרײַך די ביז גאָר פאראנטװאָרטלעכע אופ- גאבע, נאָר אויך אף דינען אלס בײַשפּיל מיט זײַן װירדיקער אופירונג אין פּעריְאָד נאָכן פארווירקלעכן דעם פלוג (דער קאָפּ זאָל זיך אים ניט פארדרייען פון דער פאָרשטייענדיקער בארימטקײַט און רום, וועלכע װעלן אויספאלן אף זײַן גוירל), קעגנשטעלנדיק און פארגלײַכנדיק איינעם מיטן אנדערן די זעקס פּערזאָן פון דער אוואנ- גארד"גרופּע, האָבן מיר אלץ אָפטער זיך אָפּ- געשטעלט אף גאגארינען און אלץ מער איינ- געשטימט, אז דאָס איז די פּאסיקסטע קאנדי- דאטור פארן ערשטן פלוג. מיר האָבן אין דעם פאל אף גאָרניט געדארפט פארמאכן די אױיגן, אלץ איז צוגעגאנגען ערלעך און אָביעקטיו. מער װי אלע אנדערע האָט יורי פארמאָגט א גוזמע פּאָזיטיווע שטריכן און מײַלעס, איינ- שליסנדיק באצויבערונג, גוטסקײַט און די פייי- קײַט אופצוהיטן אָט די ווּנדערבארע איגן- שאפטן, נויסע-כיין זײַן ניט נאָר אין אָפּטימאלע באדינגונגען, נאָר אויך בייס שווערע ניסיוי- נעס, וועלכע דאָס לעבן האָט מיט זיך מיטגע- בראכט. ספּעציאליסטן פונעם צענטער האָבן פאָר- געלייגט גאגארינען פאר דעם ערשטן קאנדידאט צום פלוג אין קאָסמאָס און טיטאָוון פאר זײַן דובליאָר. אף אונדזער פאָרשלאָג האָבן געגעבן די האסקאָמע אלע העכערע אינסטאנציעס, און ער איז, אין לעצטן סאכאקל, רעאליזירט גע- װאָרן. וי באװוּסט, האָט גאגארין בארעכטיקט זײַן אויסוואל. ער האָט ניט נאָר אויסגעצייכנט פאר- ווירקלעכט זײַן אופגאבע אין פלוג, נאָר אויך אפן גלענצנדיקסטן אויפן זיך אופגעפירט אין מעשעך פונעם גאנצן פּעריִאָד נאָכן פלוג, און דעם פארדינטן רום האָט ער געווידמעט אונד- זער סאָציאליסטישן היימלאנד, גאגארין איז געווען דער ערשטער איינוווי- נער פון אונדזער פּלאנעטע, וועלכער האָט זיך אופגעהויבן אין קאָסמאָס! װער עס האָט נאָר געהאט א שײַכעס צו דער עפּאָכעמאכנדיקער געשעעניש, איז בארעכטיקט צו שטאָלצירן מיט זײַן בײַטראָג, מעג ער זײַן גרויס אָדער קליין! אלעמענס מי האָט געפונען א קאָנצענטרירטן אויסדרוק אינעם אופטו פון דעם געוויסנהאפטן, לעבנסלוסטיקן באצויבערנדיקן רוסישן יאט, װאָס זײַן נאָמען איז גאגארין. סערגיי פּאוולאָװויטש האָט ליב באקומען גא- גארינען וי אן אייגענעם זון. ער פלעגט זאָגן, אז יורי איז די פארקערפּערונג פון דער אייבי- קער יונגשאפט פון אונדזער פאָלק. ,אין זײַן פּערזאָן באהעפטן זיך מאזלדיק נאטירלעכע גװוּרע מיט אן אנאליטישן סייכל און אויס- שליסלעכער ארבעטזאמקײיט". זייער גיך נאָכן פלוג אין קאָסמאָס, וועלכער האָט אופגערודערט די גאנצע וועלט, האָבן אָנ- געהויבן זיך ארױסװײַזץ גאגארינס פּייִקײַטן און טאלאנטן, וועלכע זײַנען ביז דאן ניט גע- ווען באװוּסט ניט אונדז, ניט אים אליין. זייער נאטירלעך האָט ער גענומען אף זיך די מיסיע פון אן אָנגעזעענעם געזעלשאפטלעכן טוער פון דעם ערשטן לאנד פון די סאָוועטן, פון אן אק- טיוון אינטערנאציאָנאלן קעמפער פאר שאָלעם, ער איז אויך געװאָרן א דערציער פון זײַנץ נאָכפאָלגער-קאָסמאָנאװטן. דער קאָסמאָנאװט נומער 1 איז באשטימט געװאָרן פארן פאר- טרעטער פונעם שעף פון דעם צענטער, וועלכן עס איז נאָך זײַן פריצײַטיקן טויט צוגעייגנט געװאָרן זײַן נאָמען. גאגארינס א ווארעמע טרעפלעכע כאראק- טעריסטיק ברענגט אין זײַנע מעמוארן דער העלד פון סאָוועטנפארבאנד, דער פליער-אויס- פאָרשער נומער 8, פּראָפּעסאָר קאָנסטאנטין פּעטראָװויטש פּעאָקטיסטאָו: ,גאגארין האָט קיינמאָל זיך ניט געשטעלט אין דער פּאָזע פון א מענטש -- אן אוניקום. ער האָט זיך שטענ- דיק גערעכנט פאר א געויינלעכן באָסערװע- דאָם, וועלכן עס איז אויסגעקומען צו וירקן אין אויסערגעוויינלעכע באדינגונגען. ער האָט רויִק און באדאכט זיך באצויגן צו זײַן קאָפּ- שווינדלדיקן רום און טרײַ געבליבן זײַן רע- פוטאציע פון א פּאָשעטן רוסישן מענטשן, ווע- מען עס איז באשערט געווען צו זײַן אן ער- שטער אין דער אלוועלט.." מיט א געוויסער צײַט שפּעטער, שוין נאָכן גרויסן טריָומף, מיט וועלכן עס האָבן זיך פאר- ענדיקט גאגארינס און טיטאָווס פלוגן, איז אָפט אויסגעקומען צו הערן פון די װיסנדורשטיקע קאָרעספּאַנדענטן אזא מין פראגע: ,צי האָט דער פאקט, װאָס אין פשא האָט מען אָנגעהויבן מיט א יאָר פריִער צוגרייטן אסטראָנאווטן, גע- האט א ווירקונג אפן צוגרייטן די סאָוועטישע קאָסמאָנאװטן?* איך האָב זיך דערמאָנט וועגן דעם ניט צו- פעליק: עס האָבן זיך געפונען אין אויסלאנד קאָמענטאטאָרן, וועמען ס'האָט זיך געװאָלט א קאפּעטשקע אָפּשוואכן דעם רעזאָנאנס אין דער גאָרער וועלט פון די סאָוועטישע דערפאָלגן אין באהערשן דעם קאָסמאָס. און אזויווי א טייל פון מײַנע כאָשעװע לייענער איז געוויס ניט שטארק אינפאָרמירט, מיט װאָס עס שיידן זיך אונטער די ארבעטן, וועלכע זײַנען אין יענער צײַט דורכגעפירט געװאָרן אין סאָוועטנפאר- 99 אפן שאבעסניק, 1964 יו. א. גאגארין און ג. ס. שאָנין אפן שאבעסניק אין ,זװיאָזדנע", 1965 יו. א. גאגארין אף דער צענטריפוגע, 164--1965 יו א. גאגארין נאָכן אומקערן זיך אפן אעראָדראָם, 1967 ב. װאָלינאָוו, יו. גאגארין און דער קינאָ-אָפּעראטאָר װו. באטורין, 1960 97 באנד און אין פשא, מיין איך, אז עס װעט ניט זײײַן איבעריק גענויער צו באלײַכטן אייניקע אספּעקטן פון דעם איניעןױ ערשטנס, איז דער גאנג פון דער צוגריי" טונג פונעם מענטשן צום קאָסמישן פלוג גע- ווען אָפּהענגיק אין דער ערשטער ריי פון די טעכנישע מיטלען, װאָס מיט זייער הילף האָט מען געקאָנט פארווירקלעכן דעם געוואגטן און דרייסטן פארטראכט. צווייטנס, האָט מען אין א באליביקן פאל געדארפט בייס דער צוגרייטונג אויסארבעטן די נייטיקע פּראָפּעסיאָנעלע גע- װווינהײַטן און באזאָרגן די געהעריקע קענטע- נישן, וועלכע עס מוז באזיצן דער קאָסמישער אָפּעראטאָר, דורכארבעטן אלצדינג, װאָס ער האָט געדארפט ,נעמען אף זיך". איך האָב שוין אין אָנהייב פון מײַנע זיכ- רוינעס בארירט דעם צוייטן טייל פון דער פראגע. די אסטראָנאווטן אין פשא זײייַנען געווען מעכוּיעוו צו שפּילן אן אקטיווע ראָליע אף אלע סטאדיעס פונעם פלוג אינעם לאָזץ אין גאנג די סיסטעמען פון דער שיף ,מערקורי". טאקע צוליב דעם צוועק האָט מען פון די אסטראָ- נאווטן געפאָדערט, זיי זאָלן דורכמאכן פּרעלי- מינארע סובאָרביטאלע פלוגן אף די ראקעטעס. די אסטראָנאווטן האָבן געדארפט פון זייער איי- גענער דערפארונג זיך איבערצייגן אין דער עפעקטיווקייט פון דער סיסטעם פונעם האנט- פּילאָטאזש, וועלכע איז געווען אינסטאלירט אף דער אמעריקאנער קאָסמישער שיף. סאיז קלאָר, אז אף אָט דעם געביט האָבן די אמע- ריקאנער ספּעציאליסטן און די אסטראָנאװוטן געהאט צו ליזן קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען מיר אין סאָוועטנפארבאנד, האָבנדיק אין אונד- זער רעשוס די אױסגעפּרוּװוטע אויסרעגולירטע אװוטאָמאטישע סיסטעם פון דער שיף אװאָס- טאָק", האָבן ניט געהאט די נױיטװענדיקײַט די גאנצע צייַט איינצושליסן דעם קאָסמישן אָפּע- ראטאָר אינעם פּראָצעס פונעם אייגנהאנטיקן מאניפּולירן בייסן פלוג. אונדזערע קאָסמאָנאװטן האָבן ניט געמוזט דורכמאכן קיין פּרעלימינארע סובאָרביטאלע פלוגן אף די ראקעטעס. דאָס אלץ האָט שוין אין א באדײַטנדיקער מאָס פאר- גיכערט די צוגרייטונג פון אונדזערע פּיַאָנערן אין קאָסמאָס. א וועזנטלעכער פּרינציפּיעלער אונטערשייד צווישן די סאָוועטישע און אמעריקאנישע שיפן איז געווען אין דער סיסטעם פון פארזאָרגן דאָס אָטעמען פון די פּילאָטן בייסן פלוג. אף דער ,מערקורי*-שיף האָט דער אסטראָנאווט אריינ- געאָטעמט ריינעם זױיערשטאָף, און דער דרוק אין דער קאבינע איז געווען א נידעריקער. די סיסטעם אפן ,װאָסטאָק* האָט געגעבן א מע- גלעכקײיט דעם קאָסמאָנאװוט פאקטיש צו אָטע- 08 מען נאָרמאל, אוּן דער דרוק אין דער קאבינע איז געווען פון איין אטמאָספער. אזויארום, איז קלאָר, אז די פּראָפּעסי;אָנעלע פליכטן פונעם קאָסמאָנאװט בא אונדז זײַנען געווען פּאָשעטערע און לײַכטערע אין פארגלײַך מיט די אמעריקאנישע. אונדזערע קאָסמאָנאװטן האָבן אָבער געדארפט זײַן די ערשטע אין קאָסמאָס. זיי איז פאָרגעשטאנען פּלײַסיק זיך גרייטן צו דעם אלעמען, װאָס ביז גאגארינען, טיטאָוון, ניקאָלײַעװן, פּאָפּאָװויטשן, ביקאָווסקין און טערעשקאָווען האָט נאָך קיינער ענדגילטיק ניט געקאָנט וויסן און פּראָגנאָזירן. דאָס האָט געהייסן, אז גרייטן האָט מען זיך געדארפט אזוי, אז אין יעדן פלוג פון דער ערשטער סע- ריע, װוּ עס האָט זיך געדארפט באשליסן די פראגע, צי עס איז שוין געקומען די צײַט פארן מענטשן צו פליִען ארום דער ערד, -- זאָל מען זיַן װוי װײַט מעגלעך וייניקער אײַנגע- שטעלט מיטן לעבן. אפילע אויב די פאָרשער האָבן אין זייער רעשוס מאקסימאלע אינפאָר- מאציע, זײַנען זיי אויך ניט בעקויעך פאָרצו- זעצן און באצײַטנס באזײַטיקן אלע מעגלעכע צופעליקייטן. אין אונדזער פאל האָבן זי שטארק געדארפט פילן דעם מאנגל אין פולער און אלזײַטיקער אינפאָרמאציע. אָבער דאָס לעבן האָט ארויסגערוקט אין פאָדערגרונט א דריגענדיקע אופגאבע, און מע האָט זיך געמוזט באשליסן אף א דירעקטן עקספּערימענט. דערפאר האָט זיך באקומען אזוי, אז די סאָוועטישע און אמעריקאנישע פּראָגראמען פון אָפּקלײַבן און צוגרייטן די ערשטע פּליִער צו די שטערן זײַנען געווען פּרינציפּיִעל פארשיי- דענע: פארן ,מערקורי" האָט מען געגרייט אן אָפּעראטאָר, וועלכער האָט פעסט באהערשט די געוווינהייטן פון אקטיוון זעלבשטענדיקן פּיי לאָטירן די שיף, פארן ,װאָסטאָק"---א שרעק- לאָזן אױסשפּירער, וועלכער האָט דער ערשטער געדארפט אָפּשאצן די מעגלעכקײַטן פונעם מענטשלעכן אָרגאניזם, זײַן פסיכישע שטאנד- האפטיקייט אין די באדינגונגען, בייס וועלכע ער איז אויסגעשטעלט אף דער וירקונג פון פיל אומבאװוּסטע פאקטאָרן אין קאָסמישן רוים. װען דער ערשטער קאָסמישער פלוג זאָל געווען זיך פארענדיקן מיט א טראגישן דורכ- פאל, װאָלט די פּילאָטירטע קאָסמאָנאװטיק אָפּ- געװאָרפן געװאָרן אף צוריק ווער וייסט אף וויפל צײַט. ס'װאָלט זיך געשאפן א כאראקטע- ריסטישע אין אזא פאל היפּער-פאָרזיכטיקײַט, און מע װאָלט זיך גענומען זוכן נײַע, מער עפעקטיווע אוז זיכערע מיטלען אף צו פארטיי- דיקן דעם עקיפּאזש בייסן פלוג. ס'איז קעדײַ דאָ אונטערצושטרײַכן, װאָס אייגנטלעך די פּילאָטירטע קאָסמאָנאװטיק (אפן ערשטן עטאפּ פון איר אנטוויקלונג) האָט גע- יארשנט פון די פריִערדיקע ניט-פּילאָטירטע קינסטלעכע ספּוטניקעס פון דער ערד. ערעװ די זעכציקער יאָרן האָט זיך שוין געהאט גע- שאפן א באשטימטער, סטערעאָטיפּישער צו- גאנג צו די ראקעטן-קאָסמישע מיטלען. עס איז באװוּסט, אז די פלוגן פון די קינסטלעכע ספוטניקעס פון דער ערד אָן און מיט פאר- שיידענע באלעכײיַיִם אפן באָרט) זײַנען פאָרגע- קומען אין די באדינגונגען פון אװטאָמאטישן פונקציאָנירן פון אלע באָרט-סיסטעמען. װאָס איז שײַעך דער ראציאָנעלער איינטיי- לונג פון די פונקציעס צװישן דעם קאָסמאָ- נָאווט, וועלכער האָט זיך צום ערשטן מאָל בא- וויזן אפן באָרט, און די שוין דאָרט פונלאנג אײַנגעפונדעוועטע אװוטאָמאטן, האָט זי ניט גע- קאָנט פאָרקומען טייקעף, דאָס הייסט-- בא- גלײַך מיט די ערשטע פלוגן פונעם מענטשן אין קאָסמאָס. עס איז נייטיק געווען א פאר- נונפטיקע פאָרזיכטיקײַט, א סאך פאָרשערישע טעטיקײַט און א באשטימטע מעטאָדישע קאָנ- סעקװענטקײַט, קעדיי צו פארווירקלעכן דעם געהעריקן טעכנישן ,שפּרונג* אין אָט דעם געביט. די אופגאבן, וועלכע זײַנען געשטעלט גע- װאָרן פאר די ערשטע סאָוועטישע לאָצמאנען אין זייער פלוג אינעם ארום-ערדישן רוים, זײַ- נען ניט געווען קיין קאָמפּליצירטע. אָבער מע דארף געדענקען, אז די דאָזיקע פּליִער זײַנען געווען די ערשטע אין דער וועלט-געשיכטע, וועמען עס איז פאָרגעשטאנען צו פארווירקלעכן די אָרביטאלע קאָסמישע פלוגן. צוערשט איין קרײַז ארום דער פּלאנעטע, דערנאָך א מעס- לעס, דרײי, פיר און פינף מעסלעס אף די שיף- ספּוטניקעס פון דער סעריע ,װאָסטאָקי ((6-1), די סאָוועטישע קאָסמאָנאװטן פון דער ערשטער גרופּע זײַנען געווען אויך די ערשטע, װאָס האָבן פארווירקלעכט דאָס ארויסגיין פונעם מענטשן אין אָפּענעם קאָסמאָס (;װאָסכאָד-2*), נאָכן רעאליזירן די פּראָגראם פון דער ער- שטער סעריע פלוגן, האָבן די סאָוועטישע פאָר- שער באקומען די מעגלעכקייַט דורכצופירן די נייטיקע אונטערזוכונגען און פּערפעקציאָנירו- גען. זיי האָבן אָנגעזאמלט א היפשע דערפארונג און באשטימט די װײַטערדיקע אקטיווע ראָליע פונעם קאָסמישן אָפּעראטאָר בייסן פלוג, שטופּנװוײַז ארײַנציִענדיק אים אין פּראָצעס פון שטרענג-פּראָגראמירטער פּילאָטירונג פון דער שיף אין פאל, ווען די אװטאָמאטיק װעט אופ- הערן פונקציאָנירן. די ערשטע קאָסמישע רײַזנדער אף די שיפן ;װאָסטאָק" האָבן געגעבן די פאָרשער און קאָנסטרוקטאָרן די מעגלעכקײַט צו ענטפערן פּאָזיטיוו אף דער פראגע, צי דער מענטש קאָן עקזיסטירן און ארבעטן אין דעם בײַ-ערדישן רוים. עס איז פעסטגעשטעלט געװאָרן, אז די פּסיכאָפיזיִאָלאָגישע רעזערוון פונעם אָרגאניזם דערלויבן דעם קאָסמאָנאװט אויסצופילן א קאָמפּליצירטע און לאנגדױערנדיקע ארבעט אינעם באגרענעצטן שעטעך פון דער שיפס- קאבינע, װוּ עס זײַנען געשאפן געװאָרן די נייטיקע. באדינגונגען אף צו באזאָרגן די לעבנסטעטיקײַט פונעם מענטשן, און עס בלײַבט אומבאזײַטיקט נאָר די װאָגלאָזיקײַט. שפּעטער זײַנען, װי באװוסט, די לעכאטכילע- דיקע פאָדערונגען צום געזונט-צושטאנד פונעם קאָסמאָנאװט אין א געוויסער מאָס מילדער גע- װאָרן. דעליקאטע קאָרעספּאָנדענטן פרעגן גע- וויינלעך: ?עפשער איז טאקע די ערשטע צײַט בייסן אָפּקלײַבן און צוגרייטן די קאָסמאָנאװטן ניט צוגעגאנגען אָן אן איבערסטראכירונג?" אינגאנצן אָפּלײקענען קאָן מען עס ניט. עס זײַנען אף דעם געװען גאָר װאָגיקע סיבעס. ערשטנס, האָט מען נאָך אין יענער ציַט גאָר װייניק געװוּסט וועגן דער ווירקונג פון די באדינגונגען אין קאָסמאָס אפן לעבעדיקן אָר- גאניזם בייסן פלוג (די סוידעספולע װאָגלאָזי- קײַט די ראדיאציע, די מעטעאָרישע געפאר, די פארגיכערונג און טאָרמאָזירונג). מע האָט אויך ניט געקאָנט אויסשליסן די מעגלעכקײַט, אז דער אפּאראט זאָל זיך נעמען דרייען ארום אלע דרײַ אקסן באם אומקערן זיך אף דער מוטער-ערד. צווייטנס, זײַנען די מעדיקער גע- ווען אין אן ערגערער לאגע אין פארגלייך מיט די אינזשעניערן, וועלכע האָבן געקאָנט, ווען עס איז נייטיק געווען, דובלירן די אָנגעװוענדטע טעכנישע מיטלען. די מעדיקער האָבן אזא מעגלעכקײַט ניט געהאט---דער מענטש איז שטארק נאָר מיט דעם, װאָס ער פארמאָגט, שאפן רעזערוון פון זיכערקייט פאר די הויפּט- סיסטעמען פונעם קאָסמאָנאװטס אָרגאניזם האָט מען ניט געקאָנט. נעמענדיק דאָס אין אכט, האָבן מיר גע- שטרעבט פאָרצולייגן פארן פלוג אין קאָסמאָס מענטשן מיט פיל העכערע פּסיכאָפיזיאָלאָגישע אייגנשאפטן און מעגלעכקײַטן. אין אזא לאגע האָבן די אויספירער פון דעם אָפּקלײַב און פון דער צוגרייטונג באקומען א געוויסע רעכט אף א מעסיקער איבערסטראכירונג. איך בין אי- בערצײַגט, אז אָן אזא מין ,סטראכאָווקע* איז ניט מעגלעך געווען דערפאָלגרײיך צו לייזן די געשטעלטע אופגאבע, און מיר װאָלטן אױך געהאט וייניקער שאנסן צו געווינען אין פריד- לעכן פארמעסט מיט די אמעריקאנער. אינקורצן װאָלט מען געקאָנט אף אזא מין פראגע ענטפערן מיט צויי גוט באקאנטע פאָלקסווערטלעך: ,די שרעק האָט גרויסע 99 אויגן? און ,דער טײַװל איז גאָרניט אזוי שרעקלעך, וי מע מאָלט אים..* איך װעל זיך דערלױיבן אָפּצושטעלן נאָר אף איין פראגע, װאָרעם אף איר איז טייל- מאָל אויסגעקומען צו ענטפערן, זײַענדיק אין אויסלאנד. די דאָזיקע פראגע האָט זיך געלאָזט הערן באלד נאָך דער מיטיילונג וועגן דעם ערשטן פלוג פון א סאָװעטישן מענטשן אין קאָסמאָס. עס האָבן זיך געפונען סקעפּטיקער, וועלכע האָבן כוישעד געווען, אז גאגארין איז גאָרניט געווען דער ערשטער, מע האָט פּאָשעט פארשוויגן די אלע, וועלכע זײיַנען אומגעקומען פאר אים, ווען זיי האָבן געפּרוּװוט טאָן די זעל- בע זאך... דער גרעסטער טייל פון די, וועלכע האָבן געשטעלט אזא שײייַלע, האָבן זיך געפילט ניט באקוועם, פארשטייענדיק, אז עס איז ניט קאָ- רעקט פון זייער זײַט. זיי האָבן געװאָלט זיך איבערצייגן אין דער װאָרהאפטיקײַט פונעם ענטפער, אריינקוקנדיק אונדז גלײַך אין די אויגן און צוהערנדיק זיך צו דער אינטאָנאציע אין דער שטים. איך בין זיך מעשײַער, אז די דאָזיקע זשורנאליסטן האָבן זיך ניט גענוג ערנסט פארטראכט וועגן דעם, מיט װאָס פאר א ציל געוויסע קרײַזן האָבן אונטערגעװאָרפן אָט די דעזינפאָרמאציע. עס געדענקט זיך, װוי צאָרנדיק קאָראָליאָו האָט רעאגירט אף אזעלכע רייד. ער האָט דער- קלערט, אז מע דארף זיך ניט צוהערן צו אזא מין רעכילעס. גאגארין, וועלכער איז בײַיגעווען דערביי,. האָט באלד צוגעגעבן, אז כאָטש ער איז פּערזענלעך נאָך ניט באקאנט מיט די אמע- ריקאנער אסטראָנאװוטן, איז ער דאָך אָרעװ, אז זײַנע קאָלעגן פון יענער זײַט אָקעאן װעלן זיך ניט באטייליקן אין אזעלכע אומדאנקבארע פארדאכטן. אף ארויסצולאָזן די ;קאטשקעס" האָט מען אויסגענוצט מענטשן, וועלכע האָבן שוין לאנג פארגעסן, װאָס עס הייסט ערלעכקײַט און גע- וויסן, און זיי זײַנען שטענדיק גרייט פאר יע- דער פּרײַז צו באשמוצן און פארשוועכן דעם באטײַט פון יעדן גרויסן אופטו, אויב ער שטאמט פון דער סאָוועטישער זײַט. וי מיר זעען, האָט עס אויך ניט אויסגעמיטן אונדזער פּריִאָריטעט אינעם געבורט פון קאָסמאָנאװטיק אף דער פּלאנעטע ערד. אייניקע פון די באזונדערס ;נײַגעריקע" האָבן זיך געסטארעט באקומען בא מיר ,אינ- פאָרמאציע" מיט אלע פּישטשעװוקעס ,פונעם ערשטן קוואל", וויסנדיק, אז איך בין געוען אין באשטאנד פון דער אָנפירערשאפט מיטן צענטער פאר צוגרייטן קאָסמאָנאװטן אין מע- שעך פון די ערשטע יאָרן פון זײַן עקזיסטענץ. זיי האָבן ניט אופגעהערט צו גריבלען זיך און געהאלטן אין איין נאָכפרעגן זיך וועגן עפּעס א מיסטעריַעזן און אומצוטריטלעכן ,טרויער""- צימער פון די סאָוועטישע קאָסמאָנאװטן. זיי, די דאָזיקע נײַגעריקע אלדאָס-ווייסער, האָבן אפי- לע געװוּסט צו דערציילן, אז אין דעם דאָזיקן ,מוזיי" זײַנען צונויפגעזאמלט דאָקומענטן, פאָ- טאָגראפיעס, מאלבושים און פּערזענלעכע זאכן פון דרײַ, צי גאָר אפילע פון פינף קאָסמאָ- נאווטן, וועלכע האָבן זיך אָן דערפאָלג געלאָזט פליִען אין קאָסמאָס פאר גאגארינעןיי די אלע דיבורים זײַינען ניט מער וי רעכי- לעס אף די האָרעפּאשניקעס אין אָט דעם גע- ביט, וועלכע האָבן ערלעך און גוטװויליק געטאָן זייער שווערע ארבעט און פיל בײיגעטראָגן צום באהערשן דעם קאָסמאָס, נעמענדיק אף זיך היפּשע שװעריקײַטן און גרויסע סאקאָנעס, אזוינע רייד דריקן אויס ניט מער וי אומדאנק- בארקײַט לעגאבע סאָוועטישע מענטשן, וועלכע האָבן אָפנהארציק דערציילט וועגן די רעזול- טאטן פון זייער ארבעט און ברייטהארציק זיך געטיילט מיט זייער ערשטער דערפארונג. פארענדיקנדיק מייַנע זיכרוינעס אין שייכעס מיט דער געשיכטע פון צוגרייטן די ערשטע קאָסמאָנאװטן, געפין איך פאר נייטיק נאָכאמאָל אונטערצושטרייכן, אז קאָראָליאָװוס און גאגא- רינס נעמען זײַנען ניט נאָר געװאָרן די סימ- באָלן פון דער קאָסמישער ערע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1957 מיטן ארױסלאָזן די אינטערקאָנטינענטאלע באליסטישע ראקעטע און דעם ערשטן קינסטלעכן ספּוטניק פון דער ערד, זיי זײַנען איײינצײַטיק געװאָרן סימבאָלן פון גװוּרע, העלדישקייט און געטריישאפט דעם היימלאנד. װאָס מערער צײַט עס טיילט אונדז אָפּ פון די געשעענישן, וועלכע האָבן זיך אָנ" געהויבן דעם 12 אפּרעל 1961 אפן קאָסמאָדראָם אין בײַקאנור און זיך פארענדיקט מיט דער לאנדונג פון דער קאָסמישער שיף אװאָסטאָק" אפן ברעג פון דער װאָלגע אין 108 מינוט ארום, אלץ טײַערער און באדייטנדיקער, אלץ העלער שיינען די דערפאָלגן פון דער פאָטער- לענדישער וויסנשאפט און אינדוסטריע, אלץ בוילעטער ווערט דער ביישפּיל פונעם העלדנ- מוט, וועלכן ס'האָבן ארויסגעוויזן די זין פון אונדזער גרויסן היימלאנד, ײַדיש--בערל רויזין וו עלװל װערניק זי אד 2665 מײַן ריינער קוואַל ב ר י וו די אלטע בייגעלעך פאפיר.-- דו ביסט מײַן רעטונג דאן געווען, זיי זײַנען געל פון צײַט געװאָרן--- אין יענע טעג, אין רויכיק-דשווארצע. ניין, ניט דעם הארבסט דערמאָנען מיר, נאָר מײַנע העלע פרילינג-יאָרן. דו ביסט געווען פון זון א שטראל, פון ליכטיקער מוזיק די קלאנגען, איך גריבל זיך אצינד אין זיי, מײַן ציכטיקער, מײַן ריינער קוואל, עס װילט זיך עפעס נײַס אנטפּלעקן. װאָס שווער צו אים איז צו דערלאנגען. מיר דוכט זיך: איצט אין שלאכט איך גיי--- דער שאָלעם זאָל אף יעדן קלעקן. די אלטע בייגעלעך פּאפּיר.--- פון פראָנט דרײַעקיקע קאָנװערטן, די בריוו געשריבן האָט מײַן פּעף וי האָט זיך אײַנגעגעבן דיר גאנץ מעגלעך, מיטן בלוט פון הארצן. צום הײַנט דערלאנגען פונעם נעכטן! איך לייען מאיאקאָווסקין איך לייען מאיאקאָווסקין, און ס'דונערט דער הימל, די פּען זײַנע רייניקט דעם שטויב און דעם שימ? און רײַסט אלדאָס ווילדע מיט אײַזערנע צוואנגען, איך הער פון די צוואנגען די הילכיקע קלאנגען. איך לייען מאיאקאָווסקין, און ס'רוישן די יאמען און שורעס דעם דיכטערס, זיי לויכטן, זיי פלאמען מיט ווערטער, װאָס גליִען און בריִעז און ברענען און איינס פונעם צווייטן איז קליגער און שענער, איך לייען מאיאקאָווסקין, און טויזנטער פארבן באהעלן די זון, ס'זאָל דאָס לעבן ניט שטארבן די ערד זאָל אונדז צוויטען מיט גאָלדענע ווייצן, דאָס מענטשלעכע גליק זאָל מיט פרייד שטענדיק רייצן. איך לייען מאיאקאָווסקין און הער די געזאנגען, װאָס לויטערן מויכעס מיט פרישע געדאנקען, אנטרינען זאָל ווערן אף אײביק, אף טאָמיד די נישטיקײַט, פאלשקײַט, דער טרויער און אומעט, איך לייען מאיאקאָווסקין, זײַן קאָל הער איך טאקע -- עס שטורעמט דער ארבעטער-קלאס אין אטאקע, דער עמעס נעמט זיגן, דער שאָלעם נעמט זיגף די מענטשהײַט װעט לעבן אין גרויס פארגעניגף 11 א קינדער-ליד וויפל טעג געפּאטערט, וויפל, און דערנאָך אוועק א נאסער האָט מײַן טאטעניו ביז איצט, און געלייגט זיך שלאָפן באלד. ביז ער האָט פון האָלץ א שיפל װי א מייַסטער אויסגעשניצט-- ..און מיר כאָלעמט זיך א כאָלעם, מיט קאיוטעס, מיט א קוימען, אז איך שווים אין װאָלגע-טײַך, און מיט פענצטערלעך מיט פיל. אינעם יאם איך קום בעשאָלעם -- װועסטו דאָרטן, קינד מייַנס, װווינען, -- מיט מיין שיפעלע באגלײַך. זאָגט מײַן טאטע (אויב איך וויל.... און די גרויסע כוואליעס רוישן וי אין גרויסן אָקעאן, און ניט װײַט פון אונדזער כאטע, און מייַן טאטע זאָגט מיר: /,מוישע, און גאָר נאָענט לעבן וואלד דו ביסט איצט דער קאפּיטאז!" ליגט אן אָזערע א גלאטע, און פאר קינדער פון דער וועלט ס'איז די זון אין איר צעשטראלט. פיל מאטאָנעס כ'פיר אָן געלט. בא דעם ברעג די ווערבעס גרינען, צאפּליעס שפּאנען פראנק-און-פריי, אך, װי כ'וויל, עס זאָל מײַן מאמ כ'האָב געלאָזט מײַן שיפל שווימען : 5 א א און געבאָדן זיך דערביל. מיך ניט אופוועקן אצינד, זיך געפּלױסקט אינעם וואסער ס'זאָל. דאָסיזַמנ קוגער:קאמקו לעבן פעלד און לעבן וואלד, שווימען װײַטער, און געשווינד. באם באר אייו-דאג מיט מיליאָנען יאָר צוריק, און עפשער גאָר נאָך מער, באם שווארצן יאם באזעצט האָט זיך א בארג, א יונגער בער. אדיודדאג --- מעדוועד-גאָרא --- אזוי מע רופט דעם בארג, ער טרינקט דאָס וואסער פונעם יאם, און וואסער איז אים קארג, דאָס מויל פון בער אין שווארצן יאם דאָרט אײביק זינקט, ער טרינקט, דער בער, פון יאם דאָס וואסער טרינקט. א-יו-דאג האָט ליב דעם יאם, זייַן וואסער האָט ער ליב: --- מער וואסער גיב, --- גיב, -- ער בעט באם יאם, -- דו וואסער מערער גיביי. ניט שטילן קאָן דער בער דעם דאָרשט-- קאָן זײַן עס איז זײַן נויט, װײַל וואסער דארפן ביימער, גראָזז אף זײַן גראָבער הויט, און מעגלעך, ווען אזא מין דאָרשט ניט פילן װאָלט דער בער -- פון שווארצן יאם די וואסערן פארפלייצט װאָלטן די בערג. א-יוידאג, דער גרינער בארג, דער שײַנער בער, דער ריז-- די בייזע כוואליעס און די ווינטן שמעטערט מיט די פיס, עס זאָלן וואקסן װייַנטרויבן און בליעו זאָל די ערד, און א-יו-דאג זאָל רויִק לעבן צװוישן קרימער בערג. כם אלעקסאנדער ג א וו ר י ל אַ װו ו וו ליטעראטור-קריטיק | ן ביבליאָגראפיע ראגן פון קונסט ו 1111 די ענערגיע פון גוטסקײַט טאָג"אײַן, טאָגיאױיס קומט יעדן איינעם אויס אויסצוהאלטן דעם עקזאמען אף מענטש- לעכקײַט. און, אומאָפּהענגיק פון די אומ- שטענדן, אין וועלכע ער געפינט זיך, איז נאָר דעם מענטשן אליין געגעבן געװאָרן דער אויס- וואל, וויָאזוי צו האנדלען. װען די יאטן פונעם כוטאָר ,סיני הײַ* אין דעם נײַעם ראָמאן פונעם אוקראינישן שריי- בער אָלעס גאָנטשאר , דײַן באגינען" האָבן אין איינעם א כמארנעם פארנאכט געפונען אין סטעפּ. א קוים לעבעדיקן, דעם אראָפּגעקלאפּטן פליער קיריל זאבאָלאָטני אוּן אים אף א ראָ- גאָזשע געשלעפּט אהיים צו זײיערע מאמעס, האָבן זי גוט געװוּסט, אף װאָס פאר א סאקאָ- נע עס זײַנען אויסגעשטעלט געווען זיי אליין צוזאמען מיט זייערע עלטערן. דאָס האָבן אויך געװוּסט די מאמעס, וען זיי האָבן מיט גרויס מעסירעסנעפעש אויסבאהאלטן זייער ,אָדלער" און אים געהיילט אין די גרויזאמע באדינגונגען פון דער פאשיסטישער אָקופּאצִיע. צי האָבן זיי געקאָנט אנדערש טאָן? אָפּראטעװענדיק פון טוט און שטעלנדיק צוריק אף די פיס קיריל זאבאָלאָטנין און אײַנשטעלנדיק דערבײַ דאָס לעבן פון זייערע קינדער, האָבו די סיניהײַער פרויען אנטפּלעקט זייער נאטירלעכע באשיידץ- נע קאָרבאָנעס-גרײיטקײַט, זייער מענטשלעכן מעהוס. דאָ האָט זיך אין די שווערע באדינגונ- גען פון דער מילכאָמע-צײַט אנטדעקט די פאָלקס-נעשאָמע מיט איר גאנצער דערהויבן- קײַט. און די סיניהײַער אײַנװױנער זײַנען גע- ווען א טיילכל פון דער דאָזיקער נעשאָמע. אי טאקע קֵיין װוּנדער ניט, װאָס קיריל זאבאָלאָטני, דער געועזענער געוואגטער מי- ליטערישער פּליער, װעלכער אי נאָכן קריג געװאָרן א סאָוועטישער דיפּלאָמאט און ער פארטיידיקט די אינטערעסן פון זײַן פאָ- טערלאנד אין אויסלאנד, לייגט פאָר, ניט פאר- טראכטנדיק זיך אף קיין איין מינוט, סאָפּיעף דעם מיידל מיט די שטראלנדיקע אויגן, זי זאָל מיט אים כאסענע האָבן. ער האָט פארגעדענקט אפן גאנצן לעבן דאָס סיניהײַער מיידל, װאָס האָט אים אין יענע גרויזאמע טעג געהײילט און געפלעגט, זיך אזוי צארט געטוליעט צו זײַן הארצן, װאָס איז פארהארטעװעט און פאר- גרעבט געװאָרן אין די קאמפן אף די פראָנטן. סאָפּיִע איז שטארק פארליבט אין איר ,אָד- לער", פונדעסטוועגן סטארעט זי זיך אופרים- טיק אים איבערצײַגן, אז זי, א פּאָשעט מייד? פון א פארװאָרפענעם כוטאָר אין סטעפּ, איז ניט קיין פּאסיקער זיוועג פאר אים, אז ער האָט ארום זיך אין זײַן סוויווע פיל מער ווירדיקע פאָרשטייערנס פונעם שיינעם מין, וועלכע זיי- נעז ווערט זײַן אופמערקזאמקײַט. איז עס אָבער מעגלעך, אז ער, קיריל זאבאָלאָטני, זאָל ניט בלײַבן טרײַ דער ליבע פון יענעם שווערן פּע- ריָאָד אין זײַן לעבן? דער אװטאָר פונעם ראָ- מאז ,דײַן באגינען" שטרײַכט אונטער, אז דאָס, װאָס די דאָרפסלײַט פון סיני הײַ האָבן פאר זאבאָלאָטנין געטאָן, אײַנשטעלנדיק זיך דאָס לעבן, איז פאר אים געווען ניט נאָר א טיפע מאָראלישע דערשײינונג, נאָר אויך א וויכטיקער קער אין זײַן ביאָגראפיע און האָט אין א בא- דײַטנדיקער מאָס באווירקט און בארײַכערט זײַן גײַסטיקן אָנבליק, זײַן װײַטערדיקן וועג אין לעבן. דער איקער-שטריך פון קיריל זאבאָלאָטניס כאראקטער איז די שטרעבונג צו יעדער צײַט באהילפיק זײַן מענטשן אין א נויט. 103 לאָמיר זיך דערמאָנען דעם עפּיזאָד מיטן קאָמבײינער, וועלכן עמעצער האָט איבערגע- פאָרן מיט זײַן מאשין. זאבאָלאָטני און דודא- רעוויטש האָבן זיך געפונען אפן וועג אין אָפּ- רו-הויז און אים געפונען ליגן א צענעריקטן אין קאנאווע באם וועג. יעדער פון זיי ביידע האָט אף זײַן אויפן רעאגירט אפן געשעענעם. דודארעוויטש, א מענטש מיט א קאלטער לע- בער, א ראציאָנאליסט, אפּעלירט צום ;,געזונטן פארשטאנד". ער האלט, אז דאָס ריכטיקסטע וװעט זײַן , זיך ניט ארייַנמישן": עס קאָן נאָך פאלן אף זיי דער כשאר, אז זיי זײַנען עס טא- קע די שולדיקע פונעם אומגליקלעכן פאל. נאָר זאבאָלאָטני איז ניט דער מענטש, וועלכער קען איינגײין אף אזא פאָרשלאָג. פאר אים איז וויכטיק נאָר איינס: א מענטש איז אריינגע- פאלן אין א צאָרע און מע דארף אים העלפן ארויסרייסן זיך פון די נעגל פונעם טויט. ער וויל אפילע ניט טראכטן דערפון, אז עס קאָן שאטן זײַן רעפּוטאציע: מע דארף אָפּראטעװען דעם מענטשן, און יעדער פארדאכט װועט בע- מיילע פארשוונדן וװערן. די סאקאָנעס, אף וועלכע עס זיינען אמאָל געווען אויסגעשטעלט די סיניהייער ייַנגעלעך און זייערע מאמעס, קעדיי אים צו ראטעווען, זײַנען פארבליבן פאר אים װי א דערמאָנונג און א סטימול צו גוטע און גערעכטע מייסים. זיַין גאנץ לעבן האָט ער ליב געהאט קינ" דער, זיי געווען דאנקבאר, מאמעש זיי פארגע- טערט פאר זייער קאָרבאָנעסגרײטקײַט. דאָס דריקט אויס דער שרייבער אין דער ערשטער פראזע פון זײַן ראָמאן און שטעלט אװעק די טעמע ,קינדער" אין סאמע אױבנאָן פונעם קינסטלערישן וװוערק. אין מעשעך פון אלע שפּעטערדיקע יאָרן װעט זאבאָלאָטני ניט אופ- הערן באשטעטיקן -- אָן קיין שום איראָניע-- אז קינדער זײַנען די געטרײַסטע מענטשן אין דער וועלט. איזן די קינדעריאָרן, לויט זאבאָ- לאָטניס מיינונג, זײײַנען פארקאָדירט די ;גענען פוֹן געוויסן* און /, דאָס געפיל פון גערעכטי- קײַט". אלע זײַנע באקאנטע האָבן אף אים געזאָגט, אז פון אים שטראלט ארויס די ;ענערגיע פון גוטסקייט". ווען ער איז געװאָרן א דיפּלאָמאט, האָט ער זײַן טעטיקײַט געװוידמעט צו העלפן קינדער אין די ראמען פון דער אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס, זיך געזאָרגט וועגן אלע אומגליקלעכע און נויטבאדערפטיקע אין דער גאנצער וועלט. ער האָט ניט אופגעהערט צו טראכטן פון זיי, זיך באומרויִקן,. שטרעבן צוֹ פארטיידיקן די אונטערדריקטע און עקס- פּלואטירטע באם קאפּיטאליזם. ווען עס איז בא" װוּסט געװאָרן, אז די באלעבאטים פון די קאָמ" פּאניעס און קאָנצערנס אין אפריקע נוצן אויס אין די גרובנס פון אלמאזן און אין די אוראנאָ- ווע שאכטעס די ביליקסטע ארבעטס-קראפט -- קינדער, איז קיריל זאבאָלאָטני, וועלכער האָט טאָמיד געהאלטן פאר זײַן כויוו זיך אָנצונעמען די קריוודע פון באאוולטע ,געפלויגן", קעדיי פארטיידיקן די אינטערעסן פון די {קליינע 104 שווארצע קנעכט". פאר אים שטעלט זיך ניט די פראגע, פליִען קיין אפריקע, צי ניט פּליִען כאָטש ער האָט שוין זײַן טערמין אָפּגעדינט אין די פארייניקטע נאציִעס און קאָן זיך שוין אומקערן אהיים. א טייל דיפּלאָמאטן האָט גע- האלטן, אז עס איז בעסער אױיסצומײַדן די דאָ- זיקע רײַזע, אָבער זאבאָלאָטני פליט אװועק, קעדיי טאָן אלץ, װאָס ער קאָן, און פּרוּוון רא- טעווען די פארורטיילטע אף א לאנגזאמען אומ- קום. ער פליט איצט פּונקט אזוי, װוי ער איז אמאָל געפלויגן אין שלאכט. אָלעס גאָנטשאר מיט זײַן ראָמאנטישן וועלט-באנעם, מיט זײַן טיפן גלויבן אין די גן- טע אייגנשאפטן פון דער מענטשלעכער נעשאָ- מע האָט דעם קאָמוניסט קיריל זאבאָלאָטנין געשילדערט מיט העלע ראָמאנטישע פארבן, אלס א טרעגער פון גוטסקײַט און גײַסטיקער שיינקייט,. א פארקערפּערונג פון דעם קלאָרן סייכל און מאָראלישער שטאנדהאפטיקײַט. דער מעכאבער האָט זיך געשטעלט די אופגאבע צו דערגרונטעווען זיך צו דעם שוירעש פוז זא- באָלאָטניס כאראטקער, און אים איז געלונגען קינטסלעריש צו באווייזן, אז די דאָזיקע האר- מאָנישע פּערזענלעכקײַט האָט זיך אויסגעפו- רעמט אין א דוירעסדיקער גײַסטיק-מאָראל שער און עסטעטישער סויווע. גאָנטשאר בליַיבט געטריי זײַן ראָמאנטישן וועלט-באנעם אויך אין דעם סימבאָלישן פּאָעטיש-לעגענדארן פינאל פונעם ראָמאן: דער העלד שטארבט ניט, ער ווערט פארשוונדן אין כאָלעל איניינעם מיטן אעראָפּלאן, אף וועלכן ער איז געפלויגן, און סאָפּיִע ווארט אלץ און קאָן זיך ניט דער" ווארטן אף איר ;אײביקן וואנדערער". קוקט זיך אויס די אויגן, זוכנדיק אים אין די ראכ" וועסן פונעם הימל. דער ראָמאן פונעם לענינגראדער שרײַבער דאנייל גראנין ,דאָס בילד" איז אָנגעזעטיקט מיט ערנסטע מאכשאָוועס וועגן דעם מענטשן, זײַן אָרט און זײַן ראָליע אין דער הײַנטיקער וועלט. אין דעם ראָמאן האָט דער אװטאָר פאר- קערפּערט די טעאָרעטישע האנאָכעס, וועלכע ער האָט פּראָקלאמירט אין 1975 אין זײַן אר- טיקל , דער ראָמאן און זײַן העלדי: ,,מיר זײַ- נען געװוינט געװאָרן זיך צו באציען מיט דע- רעכערעץ אין דער ערשטער ריי צו די מענטשן, וועלכע ארבעטן גוט און געוויסנהאפט. הײַנט- צו-טאָג איז שוין אזא צוגאנג ניט גענוג. אין אונדזערע דערציילונגען און עסייען ברענגען מיר ארויס אין פּאָדערגרונט די מײַסים פון מענטשן, װאָס גיבן גוטע רעזולטאטן אין זייער טעטיקײַט. ניט די סיבע, נאָר די רעזולטאטן.. דער װייטערדיקער גאנג פון דער וויסנשאפט- לעך-טעכנישער רעװאָליוציע האָט אָבער גע" צװוּנגען בייטן דעם צוגאנג צו דעם מענטשן בייסן אָפּשאצן זײַן ווערט אלס פּערזענלעכקײַט און אלס געזעלשאפטלעכער טוער. עס באקומען אלץ מער כשיוועס אויך אנדערע מענטשלעכע קוואליטעטן, כאראקטער-ווערטן און נעשאָמע- שײינקײַטן", גראנין האָט אין צענטער פונעם ראָמאן אוועקגעשטעלט דאָס געשטאלט פון סערגיי סטעפּאנאָװיטש לאָסיעוון, דעם פאָרזיצער פו- נעם שטאָט-סאָװעט אין ליקאָו, א שטאָט אין צענטראל-רוסלאנד. לאָסיעוו איז װײַט פונעם טיפּ פון אן אידעאלן,שליימעסדיקן העלד, אָבער ער איז, אָן סאָפעק, א פּאָזיטיװוער מענטש, וועלכער באוועגט זיך דייאלעקטיש, געפינט זיך אין פּראָצעס פון באשטענדיקער אנטוויקלונג און פארענדערונג. די סיפּער-האמײַסע אינעם ראָמאן הייבט זיך אָן דערפון, װאָס,. געפינענדיק זיך אין א קאָמאנדירונג אין מאָסקװע, גייט לאָסיעװוו באזוכן א בילדער-אויסשטעלונג. ער שטעלט זיך צופעליק אָפּ פארן בילד פונעם מאָלער אסטאכאָוו, גייט װײַטער און קערט זיך צוריק אום צום בילד, איין מאָל און נאָך א מאָל. עס שטייט אים פאר די אױיגן א באקאן- טער פייזאזש, נאָר וי עפּעס אין א קישעפדי- קער איבערשטאלטונג. ער איז פארכאפּט פון דער שיינקײַט פונעם בילד, נאָר עס לאָזט אים דערבײַ ניט אָפּ דאָס געפיל פון אומבאגרייפ- לעכס, גלײַך װי עפּעס װאָלט אזוי שיין געזאָגט געװאָרן, נאָר מע האָט עס ניט דערזאָגט ביזן סאָף. און מיטאמאָל שווימען אוף אין זיקאָרן פון דער װייטער קינדהײיט דאָס היז, װוּ די מישפּאָכע קיסליך האָט געװווינט, און ,זשמור- קינס טײַך", װוּ לאָסיעװ האָט זיך געבאָדן אין די קינדער-יאָרן, װוױנענדיק בישכיינעס: אעס האָט זיך אים געדאכט, אז ער הערט, וי זײַן מוטער רופט אים פון הינטער די הויכע ביי- מער: ,סערגיי!"--- און ער לויפט אפן רוף אין דער טיפעניש פון דער װײַסער ראם, אין דער טיפעניש פון דעם דאָזיקן, וי דורך עפּעס א קישעף אופגעהיטן, טאָג פון דער קינדהײַט. מע האָט געקאָנט מיינען, אז יענער װײַטער טאָג איז אף אײיביק פארפאלן און פארגעסן געװאָרן. װײַזט זיך ארויס -- ניין: אָט שטייט ער א לע- בעדיקער פאר לאָסיעװװס אויגן מיט אלע קאָ- לירן, מיטן פּליעסק פונעם וואסער, און ער הערט די צארטע קלאנגען, וועלכע ער האָט דעמלט אופגעכאפּט מיטן קינדערישן אויער: דאָס גרילצן פון די היישעריקן, דאָס קוואקען פון די זשאבעס, אויסגעמישט מיטן גערויש פון דער װײַטער זעג-מיל", דאָס אופגעוואכטע געפיל אין דער נעשאָמע אונטער דער וירקונג פון קונסט איז אזוי שטארק, אז דער פאָרזיצער פונעם ליקאָווער שטאָט-סאָװעט לאָזט זיך גיין אופזוכן דעם מאָ- לערס אלמאָנע מיטן פעסטן באשלוס צו קויפן אסטאכאָווס בילד. ער דינגט זיך פאר דער פּרײַז, װי עס פּאסט פאר א פּראקטישן מענטשן, זוכט אײינצושפּאָרן און, צו זייַן גרויסער פאר- וװווּנדערונג און פרייד,. באקומט ער דאָס בילד אלס ,א מאטאָנע דער שטאָט ליקאָוו". דאָס איז ניט נאָר דער אָנהײב פון דער געשיכטע, נאָר, מעגלעך, פון סערגיי סטעפּאנאָװיטש לאָסיעװס װײַטערדיקן גוירל. נאָך דעם, וי ער קערט זיך אום אין זײַן געבוירן-"שטאָט, ווערט ער, קימאט וי קעגן זײַן ווילן, אריינגעצויגן אינעם קאמף, וועלכן ס'פירט די שטאָט פאר אופהיטן אומבארירט די געגנט, װוּ די קיסליך-מישפּאָ- כע האָט געלעבט באם ברעג פון ,זשמורקינס טײַך" און װוּ עס איז פארפּלאנירט געװאָרן צו בויען א פיליאל פון דער פאבריק פון עלעק- טראָנישע רעכן-מאשינעס (קאָמפּיוטערס). איצט, נאָך דעם, װי ער האָט באקומען דאָס בילד, און אונטער דער וירקונג פון הער לערערן פון מאָלעריי טאניע טוטשקאָווא, באגרייפט עֹר, וי אויך פיל פון זײַנע מיטבירגער, די גאנצע פּראכט ניט נאָר פונעם בילד, נאָר פונעם אוני- קאלן פּייזאזש ארום ,זשמורקינס טײַך?. און ער שליסט זיך איין אין די רייען פון די פארטיי- דיקער פון דער דאָזיקער אייגנארטיקער נע- שאָמע פון דער שטאָט. עס איז גרינג צו זאָגן: ער שליסט זיך אײַן... אײַנגײענדיק אף אזא שריט, טרעט עֶר דאָך ארויס קעגן די אָנגענומענע און פון די העכערע אינסטאנציעס באשטעטיקטע פּלענער, וועלכע ער האָט אליין צוגעגרייט. ענדערן זי איז גאָרניט אזוי פּאָשעט. דאָס האָט אויך בא- טײַט ארויסטרעטן קעגן זיך אליין, קעגן דער עפנטלעכער מיינונג, וועלכע האָט זיך וועגן אים געשאפן, קעגן די גינסטיקע פּערספּעקטיוון פאר זײַן װײַטערדיקער קאריערע. ניין, אוואדע איז ער װײַט פון דעם שליי- מעסדיקן אידעאלן געשטאלט, דער פאָרזיצער פון ליקאָווער שטאָט-אויספירקאָם. אים פעלט עסטעטישע בילדונג, ער איז אָפט צו גראָדלי- ניק (לעמאָשל, אינעם געשפּרעך מיט דעם מאָ- לער אסטאכאָווס אלמאָנע, אָלגע סעראפימאָוו- נע), צו קאטעגאָריש און צו העפטיק. און דאָס האָט דערפירט דערצו, אז ער האָט זיך צע- קריגט מיט װײַב-און-קינדער און האָט אויך פארטויבט דאָס גוטע געפי?ל צו אים בא טאניע טוטשקאָווא, דער פרוי, וועלכע ער האָט ליב באקומען. װײַס ניט קיין איײנדײַטיק געשטאלט איז סערגיי סטעפּאנאָוויטש לאָסיעוו. מע קאָן ניט אָפּלײיקענען, אז ער איז קלוג, ערלעך, פול מיט זאָרג פאר די נייטן פון זיין היײימשטאָט, הערט ניט אוף צו טראכטן, ויאזוי בעסער לייון די דרינגענדע פּראָבלעמען לעטויוועס די שטאָטי- שע איינוווינער. דאָס האָס ער טאקע זיך דער- שלאָגן, מע זאָל בויען אין ליקאָוו א פיליאל פון דעם זאװאָד פון עלעקטראָנישע רעכן-מא- שינעס. און עס איז אוואדע ניט זײַן שולד, װאָס צוליב דער בױויוּנג װועט אויסקומען פארניכטן דאָס װונדערלעכע נאטור-ווינקל, דעם ;זשמור- קין-טײַך* מיט דעם אלטערטימלעכן הויז פון דער קיסליך-:מישפּאָכע באם ברעג. ער האָט, ניט האבנדיק קיין אנונג אין זאכן, וועלכע האָבן א שייכעס צו קונסט, געטראכט נאָר וועגן דעם טעכנישן פּראָגרעס און וועגן דער ,פּערס- פּעקטיוו פון דער שטאָט-בויוּנג". ער לערנט זיך די גאנצע צײַט בא אנדערע מענטשן, קליגערע און מער דערפארענערע אין זייער טעטיקייט. ער אליין איז איינער פון זיי, א באפעלערישער און פארנונפטיקער, א פאָר- זיכטיקער און שרעקלאָזער, א קאָמפּראָמיסלאָ- זער לעגאבע זשוליקעס, נאָר אן אופמערקזא- 105 מער צוֹ די ארגומענטן פון ערנסטע קעגנער. אזוי,. לעמאָשל, האָט ער פארגעדענקט אפן גאנצן לעבן די פראזע פונעם טוער פון בויוּנגס-מיניסטעריום פיגוראָווסקין: ,באמיט אײַך לעכאטכילע מיטפילן דעם יעניקן, קעגן וועלכן איר טרעט ארויס". ער האָט זיך בא פיגוראָווסקין געלערנט די קונסט, ויאזוי זיך צו באגיין מיט מענטש ,פיגוראָווסקי האָט אלעמען איבערצייגט, אז גוטסקייַט און ערלעכ- קײַט דארף מען אויך אָנװוענדן מיט סייכל. מע דארף קאָנען קעמפן. אויב ניט, װעט יעדער זשוליק האָבן די מעגלעכקײַט א טעל מאכן פון די בעסטע אופטוען. אין רעאלן לעבן קאָן מען ניט אָפּהיטן די קלאָלים פון סטעריליזא- ציע. ווילסטו טאָן עפּעס רעכטס, עפּעס נוצ" לעכס, דארפסטו קאָנען זיין אי עלאסטיש, אי אומבייגזאם. פאר זיך זעלבסט דארף ער גאָרניט, לאָ- סיעוו---אלץ פאר דער שטאָט. וועגן װאָס טרוימט ער? װי גוט ואָלט געוען צו האָבן צװוישן די איסגעבויטע הײַזער /אן איבעריקע שטוב", װוּהין ‏ מע װאָלט גע- קאָנט איינקווארטירן לויטן אייגענעם איינזען אזעלכע, וועמענס ריי עס איז נאָך ניט געקומען אף צו געבן זיי וװוין-פּלאץ. ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס אים קומט אויס צו זײַן הארטנעקיק און אמאָל אויך אומדערבארעמדיק, איז ער דאָך א גוטער, געוויסנהאפטער מענטש. ניט זייענ- דיק אימשטאנד צו לייזן די קאָמפּליצירטע וװוינונגס-פּראָבלעם --א יערושע פון די מיל- כאָמע-יאָרן, צו פארקירצן די רייען פון די, װאָס נייטיקו זיך אין וווינונגען, לעבט ער עס שווער איבער. עס כאָלעמען זיך אים כאלוי- מעס-קאָשמארן: ,הילצערנע הײַזער אָנגעשטאָפּ- טע מיט מענטשן, צעקלאפּטע דעכער, װאָס הייבן זיך אונטער און באוועגן זיך, פון די פענצטער פליִען ארויס קינדער, וי פייגל, און מענטשן הענגען אף די טירן, וי אין איבערגע- פולטע טראמװײַען". א גלײַכגילטיקן מענטשן, וועמען עס טוט ניט ויי דעם אנדערנס גוירל, וועלן זיך אזוינע כאלוימעס ניט כאָלעמען. לאָסיעװו איז זייער אקוראט און זאָרגזאם. ער באקומט מעבל און אויסשטאטונג פארן גע- בורט-הויז, רעמאָנטירט די קאנאליזאציע, שפּאָרט אָפּ געלט אף צו בויען א סטאדיאָן פאר די פּיָאָנערן -- אלץ איז וויכטיק אין דער טע- טיקײײַט פונעם פאָרזיצער פון שטאָט-סאָװעט. אין שטאָט קען מען אים אלס אן ענערגישן, אײַנשטעלערישן, דורכדרינגלעכן, געוואגטן אָנ- פירער פון א גרויסן מאסשטאב. אלע אין שטאָט האלטן פאר ריכטיק דעם פאָרשלאָג, ער זאָל פארנעמען דאָס אָרט פונעם ערשטן פארטרע- טער פון דעם פאָרזיצער פון געגנט-אויספיר- קאָם. ער װאָלט מיט רעכט פארנומען די שטעלע, וועלכע מע האָט אים פאָרגעלייגט, און װאָלט ווירקלעך מערער אופגעטאָן, ווען... ווען ער זאָל דערביי ניט געווען באדארפן אויסקלייבן צווישן דער זעלבסטנוץ -- דער פארדינטער העכערונג אין דער דינסט און... דעם מאָראלישן כויוו צו 106 פארטיידיקן די שיינקײַט, באפרידיקן דעם גע- רעכטן פארלאנג פון די שטאָט-אײַנװױנער, בלײַבן טרײַי דעם געגעבענעם װאָרט, אופצו- היטן אומבארירט דעם טיַך מיט דעם הױז באם ברעג, דעם פּאָעטישן צענטער פון דער שטאָט, און שאפן דאָרט א מװזיי. און אָט--- דער קולמינאציע-פּונקט: אן אר- טיקל אין דער צײַטונג ,פּראװודא", װוּ עס רעדט זיך וועגן דעם אײיליקן באשלוס צו צע- שטערן דעם היסטאָריש-ווערטפולן אנסאמבל אין דער שטאָט ליקאָוו. דירעקט פאר דעם איז געווען דער שטרײַט מיט אוּוואראָוון, דעם קלוגן, נאָר איבער דער מאָס ניכטערן, אוטיליטאר-פּראגמאטישן אָנפי- רער פון דער געגנט, וועלכער האָט געהאט בעדייע צו באשטימען לאָסיעװן אלס זײַן ערשטן שטעלפארטרעטער. אין דער פראגע מיט זשמורקינס טײַיך איז אוּוואראָוו אײינגעשפּארט; ,מיט דער הײַנטצײַטיקער טעכניק קאָן מען אויב מע האָט די נייטיקע מיטלען, אויסבויען וועלכן דו ווילסט פּייזאזש מיט וועלדלעך, מיט וואסערפאלן פון די בערג...* ווען מע האָט לאָ- סיעוון פארבעטן צו אווואראָוון אין שטוב, צו- זאמען מיט אנדערע אָנגעזעענע געסט, האָט דער ליקאָװוער פאָרזיצער פון שטאָט-אויספירקאָם ניט אויסגענוצט די געלעגנהײַט צו פארפעס- טיקן זײַנע פּאָזיציעס אלס ערשטער פארטרע- טער אוּוואראָווס און ווידעראמאָל פארפירט א שמועס וועגן דעם, אז מע דארף דאָס קיסליך- הויז פארוואנדלען אין א מוזיי. לאָסיעװ וויל ניט אײַנגיין אף א קאָמפּראָמיס אין דעם איניען, און ער דעמיסיאָנירט: פארלאָזט דעם פּאָסטן פונעם פאָרזיצער פון אויספירקאָם און פאָרט שפּעטער אװעק פון דער שטאָט אף שטענדיק. װאָס האָט עס געקאָנט הייסן ---א דורכפאל? בעשום-אויפן ניט. אוועקגייענדיק, האָט לאָסיעװו אָפּגעראטעװעט דעם איגענעם געויסן, זײַן ערן-װאָרט; מיט זײַן פּראָטעסט-אָפּגאנג האָט ער ניט דערלאָזט, אז אווואראָווס אמביציעזע פּלענער זאָלן אָנגענומען ווערן. און אָט איז דער פינאל --- דער זשמורקין-טײַך איז אָפּגעראטע- וועט געװאָרן, דאָס הויז פון דער קיסליך-מיש- פּאָכע איז געבליבן שטיין, און אין דעם הױיז האָט מען געשאפן אן אינטערעסאנטן היסטאָ- רישן מוזיי. און כאָטש דער זיג האָט א ביסל א ביטערן בײַ-געשמאק -- אף לאָסיעװוס שטול אינעם קאבינעט פון דעם פאָרזיצער האָט זיך אוועקגעזעצט מארשטשיכין, וועלכער האָט צו- געייגנט לאָסיעװוס פארדינסטן פארן אופהיטן דאָס הויז און שאפן דעם מוזיי, איז דער פינאל פונעם ראָמאן אן אָפּטימיסטישער: איינער פון די פּערסאָנאזשן זאָגט פאָרויס, אז לאָסיעװו װועט זיך נאָך אומקערן, װאָרעם ,בא די געשאפענע אומשטענדן װעט מען זיך נייטיקן נאָר אין אזא מענטשן...* די צײַט, אין וועלכער מיר לעבן, אונדזער װירקלעכקײַט נייטיקן זיך אין אזעלכע אָנפירער וי לאָסיעװ--- ערלעכע, גרייטע מאקריוו צו זײַן די אייגענע אינטערעסן, וען דאָס פאָלק און דאָס היימלאנד פאָדערן עס -- קאָמפּראָמיס- לאָזע, באװוּסטזיניקע און געוויסנהאפטע בייסן אויספילן זייערע אמטלעכע און הומאנע פאר- פליכטונגען. דאניִיל גראנין האָט געשאפן א וװערק וועגן אונדזער צײַט, א טיף-פּסיכאָלאָגיש ווערק, און פון דער טיפעניש פון זײַן געמיט מיט שפּאַ- רער קינסטלערישער ליבשאפט איז געמאָלט דער הויפּט-העלד פונעם ראָמאן סערגיי סטע- פּאנאָוויטש לאָסיעו, א געשטאלט, װאָס פאר- געדענקט זיך און רעגט אוף, אן עכט רעאליס- טיש געשטאלט, װאָס דער לייענער װעט ליב באקומען אדאנק זייַן דערציערישער אויסוויר- קונג. ;דעם מענטשנס מײַסים, --- האָט מיט רעכט געשריבן די ,פּראוודא" אין איינעם א לייטאר- טיקל, -- זיינען דער שפּיגל פון זײַן אופירונג. אין זײַנע מײַסים זײַנען קאָנדענסירט זײַנע געדאנקען, געפילן, טרױימען. יעדער טאָג ברענגט מיט זיך אָן א שיר קאָנקרעטע ביי- שפּילן, ויאזוי די געזעלשאפט פונעם אנט- וויקלטן סאָציאליזם שטעלט אין רעשוס פון דעם סאָוועטישן מענטשן ברייטע מעגלעכקײַטן צום פארווירקלעכן דעם שעפערישן פּאָטענ- ציאל, אנטפּלעקן זײַנע פּערזענלעכע מייַלעס. אין אונדזער לאנד גילט דער געזעץ: ,לוט דײַנע מייסים װועט מען דיך שעצן". דאָס פאָ- טערלאנד באלוינט מיט העכסטע באלינונגען מוט און דרייסטקייט. צו נאָבעלע טאטן באציט זיך אונדזער געזעלשאפט מיט גרויס אנערקע- .= דער ראָמאן פונעם אוקראינישן שרייבער יורי מושקעטיק ,פּאָזיציע*, וועלכער שפּיגלט אָפּ אונדזער שנעלשטראָמיקע הייַנטצײַטיקײַט, קאָן דינען אלס באשטעטיקונג פון דעם אויבן- דערמאָנטן. שוין דער נאָמען פונעם ראָמאן אליין איז סימבאָליש, ארויספאָדערנדיק און שטרענג. גלײַך װי דער שרייבער װאָלט גע- װאָלט, אז וי נאָר דער לייענער וועט זיך פאר- טיפן אין לייענען, זאָל ער באלד זיך אליין א פרעג טאָן: ‏ , צי פארמאָג איך זעלבסט אן איי- גענע פּאָזיציע אין לעבן, א הארמאָנישע בא- ציָונג צו דער ארומיקער וועלט און צי בין איך פיייָק די דאָזיקע פּאָזיציע פארטיידיקו יעדן טאָג, יעדע מינוט, אין װאָס פאר א לאגע איך זאָל זיך ניט געפינען?" אף אן איגנארטיקן אויפן, פול מיט טיפן ליריזם, דורכגעדרונגען מיט אוקראיַנישן הומאָר, מיט טרעפלעכע איינ- געוועבטע אין טעקסט פאָלקסווערטלעך דער- ציילט אונדז דער אוװוטאָר די געשיכטע פון ווא" סילי פיאָדאָראָװויטש גרעקן, וועלכער איז בא- װוּסט אין גאנצן ראיאָן אֹלס א פּראָגרעסיווער ווירטשאפטלער, א קאָמוניסט, וועלכער איז גע- בענטשט מיטן גאָב פון מענטשלעכן מאגנע" טיזם. גרעק איז א טיכטיקער און א צילגעווענד- טער מענטש. זײַן הױיפּט-דײַגע איז --- וי װײַט מעגלעך פארבעסערן און פארשענערן דאָס לעבן פון די טוישווים פון זײַן דאָרף. דעם דאָ- זיקן ציל איז אונטערגעװאָרפן זײַן גאנצע טע- טיקײַט: ער האָט אויסגעביט א בעקעריי אין דאָרף (;די מענטשהײַיט שפּײַזט זיך פון קאד- מוינים מיט ליבע און מיט ברויט"), ער האָט דורכגעפירט גאז. דערבײי איז ער טיף איבער- צײַגט און פעסט אין געדאנק: מיט דעם, װאָס ס'איז אָפּגעטאָן געװאָרן, האָט ער פארגרינגערט און פארשענערט מענטשן דאָס לעבן. דער אידיי פונעם סעקרעטאר פון דעם ראיאָנעם פּארטיי- קאָמיטעט ועגן שאפן א קאָמפּלעקס אף דער באזע פון צוויי קאָלװוירטן האָט גרעק לעכאט- כילע זיך קעגנגעשטעלט, אָבער נאָך א ייִשעװו- האדאס האָט ער זיך בארויקט, לאנג געניש- טערט אין די ביכער פון זײַן ביבליאָטעק און געקומען צום אויספיר: ,...קיין וועג אף צוריק איז ניט פאראן... דער איינציק מעגלעכער וועג איז דאָס אינדוסטריַעלע דאָרף". נאָכן אָנעמען דעם דאָזיקן באשלוס האָט ער זיך אקטיוו בא- טײליקט אין דער בויונג פונעם קאָמפּלעקס. פּונקט אזוי וי לאָסיעו' אין גראנינס ,בילד", קומט אויך אויס גרעקן אין יו. מוש- קעטיקס ראָמאן דורכמאכן דעם שווערסטו ני- סאָיען, און ער ספּראוועט זיך מיט אים. דערנאָך קומט אים אויס בײַצושטײן נאָך איין ניסאָיען-- די טײַװע צו זאכן. און אויך דעם עקזאמען האלט ער אויס און קומט ארויס גײַסטיק א פארפעסטיקטער. אין זײַן. טעטיקײַט באגייט ער טיײילמאָל פעלערן און לעבט דערנאָך זיי שווער איבער, שלאָפט ניט דורך די נעכט, קלערנדיק וועגן דעם. ער פירט אן אקשאָנעסדיקן קאמף מיט זיך זעלבסט און בליַיבט קאָנסעקװענט אף זײַן פּאָזיציע, וועלכע באשטייט בא אים פון א גענויער סיסטעם פון קאָמוניסטישע אָנשויוּנגען און פּרינציפּן, וועלכע ער בלײַבט געטריי אין באליביקע, מעג זײַן סאמע שווערסטע באדינ- גונגען. פאר אים איז כאראקטעריסטיש א שטרעבונג צו גײַסטיקײַט, צו גויווער זיין אלע ניסיוינעס פון העװעל-קאָװאָלעמדיקן אוילעמ- האזע. אױיספאָרשנדיק די באציונגען צוישן מענטשן אין דאָרף, װײַזט מושקעטיק אָן אף די יעסוידעסדיקע שינוים אין געדאנקענגאנג, אין דער פּסיכאָלאָגיע פון דעם הײַנטצייטיקן פּױער. כאָטש דער אוװוטאָר פארגעסט אויך ניט צו מאָלן דאָס שטייגערישע אין זײַן ווערק. יורי מושקעטיק האלט אין איין אונטערשטרייכן, אז דאָס געוועב פון קאָלערלײי קעגנזײַטיקע בא- ציונגען צװישן מענטשן אין דעם דאָרף סולא- קי, אין טשערניגאָווער געגנט, גלײַך װוי אומע- טום אין אונדזער לאנד, די הערשנדיקע גײַס- טיקע אטמאָספער איז דורכגעדרונגען מיט דער טראדיציע פון גוטסקײַט, עכטקייט, יוישער -- די מאָראלישע אשירעס פונעם פאָלק, װאָס זי ווערט איבערגעגעבן פון דאָר צו דאָר. אונטערפירנדיק דעם אנאליטישן סאכאקל פון דער לעבנסטעטיקײַט פונעם הױיפּט-העלד פון זײַן װוערק, פארענדיקט מושקעטיק דעם ראָמאן , פּאָזיציע*" מיט גרעקס לײַדנשאפטלע- כער ווידע, וועלכע שפּיגלט אָפּ זײײַן טיפן הו" מאניסטישן קרעדאָ: ;דו טאָרסט ניט אָנעמען קיין באשלוס וועגן אנדערע, איידער דו האָסט 107 באשלאָסן, אז אלץ איז אין פולער אָרדענונג אין שײַכעס מיט דײַן אייגענער פּערזאָן: צי גלייבסטו זיך אליין --- אין דײַן זױיבערקײַט, אין דײַנע אייגענע קויכעס! צי ביסטו איבערצײַגט, אז דו װועסט ניט קריכן פאראקערן א פרעמד פעלד צוליב קליינלעכער אייגננוץ, און אז דו וועסט ניט זוכן זיך אופצוהייבן אפן כעזשבן פון אנדערנס דערנידערונג? און אין לעצטן סא- כאקל דארף מען מענטשן גלייבן, דעמלט ועלן זיי דיר אויך גלייבן", לײיענענדיק מושקעטיקס בוך, האָט מען דאָס געפיל, אז זײַן הויפּט-העלד שטרעבט מיט אלע געדאנקען און זוכענישן צו פארווירקלעכן דאָס געטלעכע געבאָט אין דער פּיעסע פונעם באשקירער פּאָעט מוסטײַ קארים ,פּראָמעטײ?; לערנט אײַך, אז אלע אײַערע מײַסים זאָלן זײַן מיט מענטשלעכקײַט באהעלט, נאָר מיט דעם װועט איר בארעכטיקן אײַער לעבן אף דער וועלט. אָט די טענדענץ פון דער הײַנטצײַטיקער סאָוועטישער פּראָזע האָט טרעפלעך כאראקטע- ריזירט דער אוקראינישער פּאָעט אי. דראטש אין 1979 אין זײַן דיָאלאָג מיט! קריטיקער יו. פּאָקאלטשוק: ,אונדז פעלט א קאָמפּראָמיס- לאָזער אנאליז פון אונדזער לעבן און א טיפער זעלבסט-אנאליז... מיר זײַנען מעכויעוו זיך צון באציִען שטרענג צו זיך אליין, װי צו שעפער פון ליטערארישע ווערטן. מיר דארפן זײַן גרייט ניט נאָר פּרײידיקן, נאָר אליין זיך מיסוואדעץ זײַן". באציִען זיך צום מענטשן מיט ייַראס:הא- קאָװועד און שטרעבן מיט לײַב- און-לעבן צו ברענגען מענטשן גליק און פרייד --- אזא מין רוף קלינגט אלץ העכער און שטארקער אף די זײַטלעך פון אונדזער פילנאציאָנאלער ליטץ- ראטור, די שטרעבונג צו מאָראלישער זעלבסטאָפּ- שאצונג,. צו שטרענגן זעלבסט-אנאליז זײַנען כאראקטעריסטישע שטריכן פונעם העלד פון פּאוועל זאגרעבעלניס ראָמאן ,אימפּעט" פּיאַ- טער אנדרייעוויטש קארנאל. קאָנצענטרירנדיק די אופמערקזאמקייט פונעם לייענער אף דער פּראָבלעם ;וויסנשאפט און מאָראל", צווינגט אים דער אוקראינישער ראָמאניסט צו פאר- טראכטן זיך וועגן מענטשלעכע גױראָלעס אין דער עפּאָכע פון וויסנשאפטלעך-טעכנישער רע- װאָליוציע. פּיאָטער קארנאל, א געלערנטער- קיבערנעטיקער, איז דער דירעקטאָר פון א וויסנשאפטלעך-אינדוסטריעלן קאָמבינאט, וועל- כער פארנעמט זיך מיט קאָנסטרויָרן עלעקטראַ- נישע אפּאראטור. דער קאָמבינאט ארבעט ניט נאָר פאר די איצטיקע באדערפענישן פון דער געזעלשאפט, נאָר פאר דער צוקונפט אויך: קארנאלס גרויסער פארלאנג איז -- דאָס לעבן זאָל ווערן הארמאָנישער. ער ויל מיט דער והילף פון קלוגע מאשינעס באפרייען די שע- פערישע קויכעס פונעם מענטשן און לאָזן זי פרײַ זיך אנטוויקלען. כאָטש ער איז זייער 108 פארליבט אין דער ויסנשאפט, איז קארנאל לאכלוטן ניט גענייגט צו אבסאָליוטיזירן אירע מעגלעכקײַטן: די מאטעמאטישע פאָרמול קאָן דאָך ניט העלפן שאפן א קינסטלערישן שע- דעוור,. די טעאָריע פון וװוארשײיַנלעכקײַט קאָן ניט אויסרעכענען דעם מענטשנס שאנסן זיך צו באגעגענען מיט זײַן איינציק-מעגלעכער ליבע. קארנאל רעדט מיט שטאָלץ וועגן די אומדער- הערטע דערגרייכונגען פון מענטשלעכן געני און רופט ניט לאָזן זיך דערדריקן פונעם פא- טאליסטישן געפיל אין אָנזיכט פון די שטור- מישע פּראָצעסן פון דעם וויסנשאפטלעך-טעכ- נישן פּראָגרעס, וועלכער געפינט זײַן אויסדרוק אין דער טענדענץ צו באציִען זיך צום מענטשן וי צו א מאשין, און פּרוּוון בא אים צונעמען דאָס עמאָציאָנעלע לעבן און דאָס רעכט אף גײַסטיקע זוכענישן. קארנאל װאָרנט קעגן דער געפאר פון פארוואנדלען דעם מענטשן אין א קנעכט פון די זאכן, וועלכע ער אליין האָט באשאפן: , די מענטשלעכע טעטיקייַט פארלירט אין אזעלכע באדינגונגען איר גראנדיעזקײַט, כשיוועס און זין". קארנאל געפינט זיך באשטענדיק אין א מא- צעוו פון קאָנפליקט מיט זיך אליין. זײײַן אי- נערלעכע דראמע באשטייט אין דעם, װאָס ער איז איבער די אויערן פארטאָן אין דער וויסנ- שאפט און אין דורשט נאָך א נאטירלעך לעבן. אן אויסגאנג פון דעם דאָזיקן װידערשפּרוך זוכט קארנאל צו געפינען אין שעפערישער אר- בעט, דער אומגעצוימטער פארלאנג צו דער- גראָבן זיך צום טאָך פונעם עמעס פּאָרט זיך בא אים מיט דעם באשטענדיקן שטרעבן גוי- ווער צו זײַן די אײינזיײיטיקײַיט אין זײַן טעטי- קײַט. פּאוועל זאגרעבעלניס ראָמאן טראָגט אף זיך דעם כויסעם פון טיפער זאָרג וועגן מענטשן, וועגן פאָלק. דער אװטאָר באװײַזט מײַסטער- האפט די פּערזענלעכקײַט פונעם מאָדערנעם סאָוועטישן געלערנטן, דעם טרעגער פון גוטס- קײַט אף דער ערד. אין דער רוסישער ליטעראטור ווערט אלץ בוילעטער באוויזן דאָס געשטאלט פון א קאָ- מוניסט. אנדריי קלימאָוו, דער אגראָנאָם פונעם קאָלװוירט אין אלעקסאנדער גאלקינס גרעסע- רער דערציילונג ;,אין קרײַז פון אלטעגלעכ- קײַט* באציט זיך מיט טיפער פארשטענדעניש און גרויסער אכרײיעס צו דער טעטיקײַט פונעם קאָלעקטיוו כאוויירים און מיטדענקער אוז צו זײַן אייגענעם אָנטײיל אין דער דאָזיקער קאָ- לעקטיווער ארבעט. דעם קאָמוניסט קלימאָוו לייגט מען פאָר ווערן אן אָנפירער פון א סאָווירט. ער איז אָבער אזא מענטש, וועלכער האָט ליב צו לייזן פּראָבלעמען אין מעלוכישן מאסשטאב, פונעם שטאנדפּונקט פון די אינטערעסן פון דעם פאָלק. ער זעט גאנץ גוט, מיט װאָס פאר אן אכטונג עס באציען זיך צו אים זייַנע מיטבירגער, די אײַנוווינער פון זײַן אייגן דאָרף, און ער ווייסט, אז ער איז זיי נייטיק, װײַל מיט זײַן טעטיקײַט איז ער בעקויעך זיי העלפן פארבעסערן און פארשענערן זייער לעבן. און ער בלײַבט אין זײַן היימיש דאָרף ארבעטן אלס אגראָנאָם. אנדריי קלימאָוו שטעלט דאָס געזעלשאפטלעכע העכער פונעם פערזענלעכן. דאָס איז די גץ- זעצלעכע נאָרמע פאר דער אופירונג פון אזא | מענטשן. ער פארגעסט אויך קײנמאָל ניט, אז די אָנ- געהעריקייט צו דער פּארטיי פארפליכטעט דעם מענטשן צו צוגאָבלעכע היסכײַװעסן אין דער ספער פוֹן ארבעט און אויך אין דער ספער פון גײַסטיקע נאָרמעס און פון זיטלעכער אופירונג, נעמענדיק אין אכט, אז דער קאָמוניסט דינט אלס בײַשפּיל פון מאָראלישער אופירונג פאר אלע ארבעטס-מענטשן, ווערט קלאָר, אז יעדער סיכסעך אין זײַן פּערזענלעכן לעבן קאָן שאָדן ברענגען זײַן געזעלשאפטלעכער טעטיקײיט. די באציונגען צווישן אָנפירער און די אונ- טערגעאָרדנטע איז א קאָמפּליצירטער פּראָצעס. ער איז קאָמפּליצירט ניט נאָר דערפאר, װאָס יעדן אָנפירער קומט אויס זיך צוזאמענשטויסן מיט פיל אומבאװוּסטע, אומדערווארטע, פון פריער ניט פאָרויסגעזעענע באדינגונגען און סיטואציעס. דער דאָזיקער פּראָצעס איז קאָמפּ- ליצירט אויך דערפאר, װײַל דער אָנפירער, באזונדערס ווען ער איז א קאָמוניסט, באדארף זײַן פיייַק צו אופנעמען די איבערלעבענישן פון אנדערע מענטשן, וי זײַנע אייגענע, און, אזוי- ארום, האָבן די מעגלעכקײַט ארײַנצודרינגען אין דער מענטשלעכער נעשאָמע. אָנעמענדיק פרעמדע צאָרעס און ליידן, וי זײַנע אייגענע, זוכנדיק און אויסגעפינענדיק דאָס בעסטע און ווערטפולסטע אין די מענטשן אונטער זײַן אָנ- פירונג און דערציענדיק זיי אלס פולווערטיקע מיטגלידער פון דער צוקינפטיקער געזעלשאפט, פארפולקומט ער אײנצײַטיק זיך אליין; קומענ- דיק אין קאָנטאקט מיט זײַנע מיטארבעטער, אויסהערנדיק זייערע געדאנקען און מיינונגען, באקומט ער אן אָנלאָדונג פון גײַסטיקער ענער- גיע, פון עכטער פאָלקסיכאָכמע, און דאָס העלפט אים גױיווער זײַן די אייגענע שווערי- קײַטן, פאריכטן די פעלערן און פארברייטערן די האָריזאָנטן פונעם אייגענעם לעבן. ניקאָלײַ שונדיק האָט געווידמעט זײַן ראַ- מאן ,אין לאנד פון אויגנבלוי" דער פּראָבלעם, וויָאזוֹי עס דארף זיך נויהעג זײַן א קאָמוניסט אלס אָנפירער פון די מאסן, אָלעס גאָנטשאר האָט אמאָל ריכטיק בא- מערקט: ,איך בין טיף איבערצײַגט, אז עס עק- זיסטירט ניט קיין הײַנטצײַטיקע טעמע אין א קרישטאָל-ריינער פאָרֹם. װוען דער שרײַבער בלײַבט געטרײַ דעם לעבנס-עמעס, נעמט אָט די טעמע ארײַן אין זיך קאָלערלײי מענטשלעכע איבערלעבענישן, פרייד און לייד, ליבע און פארלוסטן, געשעענישן פון דער געשיכטע פו- נעם פאָלק און ראיוינעס וועגן דער צוקונפט פון די. פעלקער, וועלכע באװוינען אונדזער פלאנעטע... די מאָראלישע דערפארונג, װאָס איז אײַנגעשלאָסן אין דעם איבערגעלעבטף דערשײַנט אין א נײַער, טײילמאָל אומדערוואר- סער באלויכטונג, און זי װעט נאָך זייער לאנג וועקן און אָנרעגן דעם שרייבערס געדאנק", קאָמפּליצירט איז דער גוירל פון די העלדן אין נ. שונדיקס ווערק. שארף זײַנען די קאֲלי- זיעס פון זייערע כאראקטערן און פון זייערע שטרעבונגען. דער ערשטער סעקרעטאר פון אזאנסקער געגנטקאָם פון דער פּארטיי אילא- ריִאָן סטעפּאנאָװיטש בויאנאָוו פארמאָגט הין- טער זײַנע פּלײיצעס א קאָלאָסאלע קעבנס-דער- פארונג. א טאלאנטפולער מענטש, קאָן ער דענ- קען מאסשטאבארטיק, װי עס פּאסט פאר א מעלוכע-מאן, און דאָס שטערט אים ניט צו טאָן זײַנע טאָגטעגלעכע ארבעטן און נעמען אן אָנ- טייל אין די געוויינלעכע נױיטן פון א פּאָשעטן קאָלװירטניק, בוּיאנאָוו איז א זון פון זײַן צײַט. בייס די קאלטע און הונגעריקע יאָרן פון דער פאָטער- לענדישער מילכאָמע און אין נאָכמילכאָמעדיקן פּעריאָד פון ווידערבוי, ווען פיל הערצער זיי- נען נאָך געווען איבערפולט מיט שמערץ פון אוויידעס און מיט ביטערן ייִעש, האָט בױאָנאָװו געקאָנט מיט זײַן קרעפטיק, צוגענגלעך װאָרט דערווארעמען די פארפרוירענע געמיטער, צו- ריקברענגען דעם גלויבן אין די פארצווייפלטע הערצער, װאָס האָבן פארלוירן די האָפענונג, מאָביליזירן צום טאט די שואכע און אָפּגץ- שטאנענע. פעלאגייע קאָמארקאָווא. די מעל- קערן, וועלכע איז בארימט געװאָרן אין גאנצן לאנד, דערמאָנט בויאנאָוון מיט א גוט װאָרט; ,מיר האָבן אף טאָמיד פארגעדענקט דעם דאָ- זיקן מענטשן, וועלכער האָט אונדז אופגעזוכט אין די קאלטע שטאלן, װוּ מיר זײַנען געזעסן וי פּריטשמעליעטע, דערדריקטע אין אונדזער נויט, און מיט זײַן קרעפטיק װאָרט אונדז אום- געמונטערט, די רוקנס אױסגעגלײַכט". נאָר יענע יאָרן זײַנען אוועק, און אפן אָרט פון שטורמישע, העפטיקע מײיסים איז געקומען די צײַט פון פּלאנמעסיקער טעטיקײַט מיט א פּראקטישן צוגאנג און מיט נײַע איבערציי- גונס-מעטאָדן. נוֹ, און בויאנאָ? ער איז געבליב שטעקן אין די פארגאנגענע צײַטן. זײַן דילעטאנטישער צוגאנג צו דער עקאָנאָמיק, זײַן ערעגײַציקײַט און גאדלעס, פון וועלכע ער האָט זיך ניט גע- קאָנט באפרײיען, האָבן געבראכט צו טרויעריקע רעזולטאטן. ווען ער האָט גענומען אף זיך היס- כײַװעסו איבער די קויכעס, אזעלכע, װאָס האָבן זיך ניט באזירט אף קיין אָביעקטיווע האנאָכעס און גוט-באגרינדעטע כעזשבוינעס --- אויספילן דרײַ פּלענער פון דער אנטוויקלונג פון דער פאָלקסווירטשאפט אין איין יאָר, האָט די געגנט אונטער זײַן אָנפירונג אָנגעהויבן ,, אויספילן* די גענומענע אף זיך היסכײַװעסן מיט פיקטיווע ;סװאָדקעס", מיט צוקויפן פי אין די שכיינעס- דיקע געגנטן אאוו. ווען די דאָזיקע אוואנטו- ריסטישע האנדלונג בויאנאָווס איז אופגעדעקט געװאָרן, האָט זיך אף א טראגישן אויפן פאר- ענדיקט זײַן וועג אין לעבן. גאָר אן אנדער מין מענטש איז בויאנאָווס 109 נאָכפאָלגער אנאטאָלי פּעטראָװויטש סאָקאָלאָוו, א פארטייישער אָנפירער פון נײַעם טאָלק. מיט װאָס איז ער שטארק? װאָס איז כאראקטעריס- טיש פאר זיין ארבעטס-סטיל? אין אים לאָזן זיך דערקענען די װיכטיקסטע הויפּט-שטריכן פון אונדזער צײַטט--אקטיווע וירקזאמקײַט, אינטעלעקטואליזם, הומאניזם, די הויכע קולטור פון א פּארטיי-מאן. סאָקאָלאָוו באמיט זיך צו פארייניקן פּראקטישע טעטיקײַט מיט עמאָציאָ- נעלקײַט. אים באשעפטיקט די פּראָבלעם, װי- אזוי אריינצוברענגען ראָמאנטישע אינספּיראציע אין געשעפטמעסיקן ראציאָנאליזם, האלטנדיק, אז דאָס איז ביז גאָר וויכטיק פאר דער סאָצי- אליסטישער געזעלשאפט. אף די בײַשפּילן פון די באהאנדלטע װערק קאָנען מיר זיך איבערצײַגן, אף וויפל עס איז אויסגעוואקסן, זיך בארײַכערט און פארקאָמ- פּליצירט דאָס געשטאלט פונעם קאָמוניסט, דעם העלד פון אונדזער צײַט. אײנצײַטיק האָט זיך אויך געביטן דער באגריף פונעם העראָיַשן אין דער הײנטצײַטיקער ליטעראטור. די פּערסאָ- נאזשן פון דער קינסטלערישער פּראָזע, לע- מאָשל, אין וולאדיסלאוו טיטאָוס ,דעם טוט אפּצולאָכעס" און אין וולאדימיר אמלינסקיס ;ערנסט שאטאלאָווס לעבנס-געשיכטע" צייכע- נען זיך אױס מיט זײיער העלדישקײַט ניט נאָר אין אויסשליסלעכע, עקסטרעמאלע באדיג- גונגען, נאָר אויך אין טאָגטעגלעכער בויערי- שער טעטיקייט לעטױוועס דעם פאָלק אין קאמף פארן אופבוי פון דער קאָמוניסטישער געזעלשאפט. אין דעם הינזיכט איז אינטערעסאנט דאָס געשטאלט פון באָריס רודײַעװן--- דעם הויפּט- העלד פון װיקטאָר פּאָפּאָווס טרילאָגיע ,דער צעריסענער קרײַז", ,דו װועסט דעראָבערן אין קאמף", , און דאָס הייסט װאָכעדיקײַט..". בלייבנדיק טרײַ די טראדיציעס פון דער סאָוועטישער ליטעראטור,. ועלכע מאקסים גאָרקי האָט פאָרמולירט מיט די ווערטער: די ארבעט, די פּראצע באדארפן מיר אוועקשטעלן אלס דעם הױיפּט:העלד פון אונדזערע ביכער", האָט וו. פּאָפּאָוו פּאָעטיזירט די מי פון די ארבע- טער-מעטאלורגן, געשילדערט, ויאזוי עס אנט- פּלעקן זיך אין זייער ארבעט די בעסטע שטריכן פון זייער כאראקטער. די טעמע פון איניציאטיוו און פאראנט- װואָרטלעכקײַט איז איינע פון די צענטראלע אין הער טרילאָגיע. מיט גרויסער איבערצייגונגס- קראפט װײַזט וו. פּאָפּאָוו, אז די איניציאטיוו איז די מאָס אף צו מעסטן די בירגערלעכע רײַפ- קײַט פונעם מענטשן, די אינערלעכע נויטווענ- דיקייַט צו נעמען אף זיך די פאראנטװאָרטלעכ- קײַט פאר דער געזעלשאפט. דער אינהאלט פון באָריס רודײַעװס לעבן איז--- קאמף, ער קעמפט דערפאר, אז בא די מענטשן פון זײַן זאװאָד זאָל זיך אױיסרייַפן און ! זיגן א באװוּסטזיניקע, זאָרגעװדיקע קאָמוניס- טישע באציונג צו דער ארבעט, ועלכע זײ טוען,. צום לעבן ביכלאל. מיט דעם דאָזיקן 10 קאמף, װאָס עס פירט באָריס רודײַעװו פאר דער פארפולקומונג פון דער פּראָדוקציע און אין וועלכן עס װערן אקטיוו אריינגעצויגן זײַנע כאוויירים-מיטדענקער, פארדינען זיי דאָס רעכט זיך אָנצורופן עכטע באלעבאטים פון זייער לאנד, א גרויסע קינסטלערישע דערגרייכונג פון דער טרילאָגיע באשטייט אין דעם, װאָס באָריס רודייעוו װוערט אין איר ניט פאָרגעשטעלט וי א קעמפער ---א יאָכיד. אינעם ווערק געפינען מיר א גאנצע גאלערייע פון האָרעפּאשניקעס פונעם זאװאָד --- מענטשן, ועלכע זײַנען באהערשט פון די נײַע אידייען און פּלענער, פאר וועלכע זיי זיינען גרייט מאקריוו זײַן זייער אייגענעם וווילשטאנד, די פּערזענלעכע אינטערעסן. די העלדן פונעם ראָמאן זײַנען ארבעטס- מענטשן. זיי באהערשן פולקום די טעכניק, די קונסט פון ארבעט, נעמען אן אקטיוון אָנטײיל אין די וויסנשאפטלעכע פאָרשונגען, טרעטן ארויס אין דער ראָל פון פּיאָנערן אפן געביט פון פארפולקומען די פּראָדוקציע. אף אזא אויפן אנטדעקט דער שרייבער די פירנדיקע ראָל פו- נעם ארבעטער-קלאס אין קאמף פארן וויסנ- שאפטלעך-טעכנישן פּראָגרעס, שילדערט, װי- אזוי עס וואקסט און פארברייטערט זיך די שע- פערישע איניציאטיוו, וועלכע װערט געבוירן אינעם קאָמפּליצירטן פּראָצעס פון דער ויסן- שאפטלעך-טעכנישער רעװאָליוציע. ,;דאָס ווערטפולסטע בא א פּארטיי-טוער, -- האָט מ. אי. קאלינין געשריבן, -- איז: ער זאָל קאָנען פײיערלעך ארבעטן אין א געוויינלעכער װאָכעדיקער סיטואציע, ער זאָל קאָנען טאָג- אײַן,. טאָג-אױס גויווער זײַן אלע שטערונגען, איינע נאָך דער אנדערער, אז די שטרויכלונ- גען, ועלכע דאָס פּראקטישע לעבן שטעלט ארויס יעדן טאָג, יעדע שאָ, זאָלן אנטוויקלען און פארפעסטיקן זײַן אָנשטרענגונג, ניט פאר- געסן בייס אָט דער טאָגטעגלעכער ארבעט די ענד-צילן, קײינמאָל ניט ארױיסלאָזן פון אויג די דאָזיקע ענד-צילן, פאר וועלכע עס קעמפט דער קאָמוניזם". אזעלכע אייגנשאפטן זײַנען אייגנטימלעך אנטאָן וואסיליעוויטש סאָבאָליעװן, דעם ערשטן סעקרעטאר פון סינעגאָרער געגנטקאָם, דעם העלד פון געאָרגי מארקאָווס נײַעם ראָמאן /אף דער שוועל פונעם יאָרהונדערט". אין געאָרֹגִי מארקאָווס שאפן איז דער קאָמוניסט, דער פּארטיי-טוער טאָמיד געווען א פירנדיקע פּער- זענלעכקייט, און אין דעם נײַעם װערק זײַנעם שטעלט ער פאר זיך א ביז גאָר פאראנטװאָרט- לעכע און גאָרניט קיין לײַכטע אופגאבע-- שילדערן דעם נײַעם טיפּ פון א הײַנטצײַטיקן פּארטיי-טוער. די געשעעענישן אינעם ראָמאן וויקלען זיך פאנאנדער אף די סיבירער ראכ- וועסן. דער ראָמאן צייכנט זיך אויס מיט שאר- פע פּראָבלעמען, און מע פילט אין אים דעם הייסן אָטעם פון דער צײַט, אין וועלכער מיר לעבן. דער פריערדיקער סעקרעטאר פון געגנט- קאָם פון דער פּארטיי פּאוועל איוואנאָוויטש פּא- 7* לאָסוכין האָט אין מעשעך פון א לענגערער צײַט פארנומען דעם דאָזיקן פאראנטװאָרטלעכן פּאָסטן, און נאָך זײַן פּלוצעמדיקן טוט איז סאָ- באָליעוו ניט געװוען דער איינציקער קאנדידאט אף צו פארנעמען זײַן אָרט, פאראן נאָך אנדערע קאנדידאטן--- דער צווייטער סעקרעטאר פונעם געגנטקאָם טאָמי- לין, א מענטש מיט א שטארקן וילן און טיפן וויסן, דער פאָרזיצער פונעם געגנטלעכן אויס- פירקאָם קארפּאָו, וועלכער פארמאָגט בילדונג און דערפארונג, דער ערשטער סעקרעטאר פון סינעגאָרער שטאָטקאָם פון דער פארטיי פעטו- כאָ א פארליבטער אין זײַן שטאָט און שטארק אן איבערגעגעבענער דער ארבעט. נאָר יעדערער פון זיי האָט זײַן שוואכקײַט: טאָמילין איז צופיל געוווינט געװאָרן צו זײַן אן אויס- פילער פון פרעמדע באפעלן, און, אזויארום, וועט ער ניט קאָנען אין נייטיקן מאָמענט זעלב- שטענדיק אָנעמען דרייסטע באשלוסן. בא קאר- פּאָוון איז די טעאָרעטישע צוגרייטונג, זײַן אָנ- געלײענטקײַט און זײַן אָנגעלערנטקײַט ;שטארקער פונעם געזונטן פארשטאנד". דער אװטאָר האָט א דיאלעקטישן צוגאנג באם אנאליזירן דעם כאראקטער פון זײַנע העלדן, און צוזאמען מיט די סינעגאָרער קלײַבט ער אויס סאָבאָליעוון אלס ערשטן סעק- רעטאר פון געגנטקאָם פון דער פּארטיי. סאָ- באָליעװו, א פּויערים-זון פונעם דאָרף ראָמאש- קינאָ, איז גוט באקאנט מיטן לעבן פון די פֹּאַ- שעטע דאָרפסלײַט, ער איז פארליבט אין זײַן געגנט און גרויסט זיך מיט איר, נאָר פיל זאכן, װאָס קומען דאָרט פאָר, געפעלן אים לאכלוטן ניט. לוט זײַן ספּעציאליטעט איז ער אן ענערגעטיקער, און ער פארשטייט, אז ווען ער גייט אריבער אף פּארטיי-ארבעט, ווערט פאר אים ניט גענוג די בילדונג, װאָס ער האָט באקומען אין פּאָליטעכנישן אינסטיטוט. ער טרעט ארײַן אין דער אקאדעמיע פון געזעל- שאפטלעכע וויסנשאפטן, פארטיידיקט זיין די- סערטאציע פון א קאנדידאט אף אן אקטועלער טעמע -- קעפעקטיווע מעטאָדן פון עקאָנאָמישן אויסנוצן די נאטירלעכע רעסורסן פונעם סינע- גאָרער ראיאָן". זײַן טעטיקײַט אלס ערשטער סעקרעטאר פון געגנטקאָם הייבט סאָבאָליעװ אָן פונעם גע- נויעם באקאנען זיך מיט די מענטשן אף זייערע ארבעטס"פּלעצער. אף אזא אויפן האָט דער שרײַבער די מעגלעכקײַט ארײַנצופירן זײַן העלד אין דער סאמע געדיכטעניש פון די גע- שעענישן, צונויפשטויסן אים מיט פארשיידענע מענטשן, שילדערן קאָלערלײי טיפּן מיטארבע- טער, מיט וועלכע סאָבאָליעװון װעט אויסקומען צו קומען אין קאָנטאקט אין זײַן פּראקטישער טעטיקײַט און מיט װעלכע ער װעט דארפן לייזן פארשיידענע ווירטשאפטלעכע, סאָציאלע און קולטורעלע פראגן אין דער געגנט. אינגיכן װײַזט זיך ארויס, אז סאָבאָליעװס מעטאָדן, זײַן ארט דענקען, זײַן ארבעטס-סטיל שיידן זיך לעגאמרע אונטער פון די, װאָס זיי- נען געווען אייגנטימלעך זײַן פאָרגייער. דער געוועזענער סעקרעטאר פון געגנטקאָם פון דער פּארטיי פּאָלאָסוכין, איז, אָן סאָפּעק, א סאָלידער טוער, אָבער א מענטש מיט א שווערן כאראק- טער, וועלכן ער האָט ניט געקאָנט און אויך ניט געװאָלט צוימען. ער האָט, אין גרונט, זיך פארלאָזט נאָר אף זיך אליין, ניט גערעכנט זיך מיט קיינעמס מיינונג, זיך ניט באמיט צו שאפן באדינגונגען פאר אָרטיקער איניציאטיוו, דער- שטיקט פיל גוטע האסכאָלעס מיט זײַן אװטאָ- ריטעט, וועלכן ער האָט געהאלטן פאר פעלער- לאָז און, אזויארום, אָנגעטאָן שאָדן אין געוויסע איניאָנים. סאָבאָליעוו דענקט אנדערש און טוט אן- דערש. אים אִיז קלאָר, אז מע דארף אונטער- האלטן דעם טאלאנטירטן אגראָנאָם זאבאבולי- נען, װעלכן פּאָלאָסוֹכין האָט אָן סיבעס אראָפּגענומען פונעם פּאָסטן פון סעקרעטאר פון אויספירקאָם נאָר דערפאר, װײַל ער האָט ארויסגעוויזן אנאליטישע פייייקײיטן און דרייסט- קײַט אין שטעלן וויכטיקע פּראָבלעמען. סאָ- באָליעוו אינטערעסירט זיך מיט די פּראָיעקטן פון ראציַאָנעלער עקספּלואטאציע פון די רייכ- טימער פון סינעגאָריע, וועלכע עס לייגט פאָר דער כיטרער, נאָר פּראקטישער און װייטזיכ- טיקער פאָרזיצער פון דער געגנטלעכער גע- ברויך-קאָאָפּעראציע טערעבילין. ער הערט זיך אופמערקזאם צו צו די ארױסזאָגונגען און שטרעבונגען פונעם פאָלקס-טאלאנט, דעם בע- קער סעראפים פּטאשקין. סאָבאָליעװו רעגט זיך שטארק אוף, ווען ער זעט, װאָס עס טוט זיך אף דער כאזיירים-פערמע. געדאנקלעך פאר- גלײַכט ער זי מיט די זויבערע, ראכװועסדיקע, מיט טעכנישער אויסשטאטונג באזאָרגטע פער- מעס, וועלכע ער האָט געזען אין דענעמארק, און טראכט מיט ווייטעק אין הארצן: ,איז דען דער דענישער פערמער רײַכער פונעם קאַלװוירט ;דער וואלד-טאָל", וועלכער פארמאָגט א קא- פּיטאל פון דרײַ מיליאָן רובל? פארשטייט זיך, אז מע מוז צעברעכן, מיט אלע קױכעס צע- שטערן אזא גלײַכגילטיקע באציונג צום ניַעם...* סאָבאָליעוו פארשטייט גאנץ גוט, אז מיט אדמיניסטראטיווע מיטלען, וועלכע פּאָלאָסוכין האָט אזוי גערן אָנגעװענדט, װעט ער װײַט ניט אוועקגיין, און ער סטארעט זיך סטימולירן די אקטיװוקײַט, הייבן די פאראנטװאָרטלעכקײיט פון די מענטשן פאר זייערע טוונגען. מיט יאָרן צוריק האָט ער געארבעט אלס סעקרעטאר פו- נעם ראיקאָם פון דער פּארטיי אין בעלאָיארסק, און ער האָט דאָרט ניט װײיניק אופגעטאָן, אז דער ראיאָנער צענטער זאָל פארוואנדלט וערן אִין א שטאָט. אין בעלאָיארסק האָט מען דאן געהאט געפונען קוואלן פון נאפט און גאז, און אהין האָט מען, װי אף א נײַי-בוי, צוגעשטעלט אלע נייטיקע מאטעריאלן אין דער ערשטער ריי און אין א גענוגנדיקער מאָס. און דאָס שביי- נעסדיקע סיבירער דאָרף ליסטוויאנקע איז גע- גאנגען בארג-אראָפּ, אײַנגעשרומפּן געװאָרן, די מענטשן האָבן עס פארלאָזט. עס הערן זיך שטימען, אז מע טאָר ניט דערלאָזן, ס'זאָל איין 111 טייל פונעם ראיאָן זיך אנטוויקלען און צעבליען אפן כעזשבן פונעם צוייטן. אין ליסטוויאנקע האָט מען געקאָנט און געדארפט שאפן א וואלד- ווירטשאפט, אוועקשטעלן א זעג-מיל, און דאן װאָלטן די טעריטאָרייעלע באשטאנדטיילן פון סינעגאָריע געקאָנט גלײַכמעסיק זיך אנטוויק- לען, קאָמפּלעקסארטיק. סאָבאָליעװ נעמט אָן די קריטיק, װאָס איז געװוענדט צו אים, ער איז גרייט פאריכטן די דערלאָזטע פעלערן. מיט זיַן עמאָציאָנעלער און דראמאטישער ציילונגס-מאניר ברענגט דער אװטאָר דעם לייענער צו דער איבערצייגונג, אז דאָס, װאָס מע האָט אויסגעקליבן סאָבאָליעװן פון צווישן פיל אנדערע סאָלידע קאנדידאטורן, איז ניט געווען קיין צופּעליקײַט, װײַל זײַן ארבעט- סטיל איז צוגעפּאסט צו די נײַע אופגאבן פון דער עקאָנאָמישער, סאָציאלער און קולטורעלער בויונג, וועלכע שטייען אפן טאָג-סיידער אין לאנד אינעם פּעריִאָד פון דעם רײַפן סאָציא- ליזם. לויט דער גערעכטער באהויפּטונג פונעם ליטעראטור-פאָרשער וו. נאָװױיקאָוו, איז דער ראָמאן ,אף דער שװעל פון יאָרהונדערט" אין איינקלאנג מיט די באשלוסן פונעם 26-טן פּאר- טיי-צוזאמענפאָר און איז דורכגעדרונגען מיט דער זיכערער איבערצייגונג, אז דער נײַער סטיל פון דער פּארטײ-טעטיקײַט, וועלכער לאָזט זיך בוילעט מערקן אין סאָבאָליעװוס טוּוּנ- גען, געדאנקען און פּלענער, װעט ברענגען גינסטיקע רעזולטאטן. קאָלאָסאלע רעזערון, וועלכע זײַנען ביז איצט ניט אויסגענוצט גע- װאָרן, וועלן אײַנגעגלידערט װערן אין דער דינאמישער אנטוויקלונג פון סינעגאָריע, פונעם סיביריר קאנט, פון דעם גאנצן לאנד. עס וואקסט אלץ מער דער אינטערעס פון דער פילשפּראכיקער סאָוועטישער ליטעראטור צו די געשטאלטן פון די מענטשן, וועלכע פאר- קערפּערן דעם פארנונפט, די ערע און דעם גע- וויסן פונעם פאָלק-- די אָרגאניזאטאָרן פונעם קאמף און פון דער פּראָדוקטיװוער מי פון די פאָלקסמאסן. אזעלכע זיינען די געשטאלטן פון אנדריי שטשערבינינען אין אנאטאָלי זשוקאָווס ראָמאן ,א שטוב פארן אייניקל", אזעלכער איז אויך דער יונגער לערער מאסוד, וועלכער קעמפט פאר דער רעװאָליוציאָנערער באנייונג פונעם אוז- בעקישן דאָרף אינעם ראָמאן פונעם אוזבעקישן שרייבער כאמיד גוליאם /,אומשטערבלעכקײַט". פון דעם זעלבן מין איז דאָס געשטאלט פוךן באטשאן ראמישווילי, וועלכער איז אויסגע- האלטן-פּרינציפּיעל אפילע אין אלטעגלעכע טריוויאלע סיטואציעס, אינעם ראָמאן פונעם גרוזינישן פּראָזאיקער נאָדאר דומבאדזע ,דער געזעץ פון דער אײביקײַט". וו, אי. לענין האָט גערופן די שרייבער, זי זאָלן שילדערן אין זייערע ווערק די געשטאלטן פון מענטשן, וועלכע רעפּרעזענטירן אונדזער -דעמאָקראטישן און סאַָציאליסטישן אידעאל. אזעלכע געשטאלטן פארנעמען אלץ א מער כאָשעוו אָרט אין אונדזער קינסטלערישער פּראָזע. וועגן אָט די העלדן קאָן מען זיך אויסדריקן מיט קאָנסטאנטין פעדינס ווערטער: ,...דאָרט, װוּ ער איז געווען, האָט זיך געפונען די הײַנטצײטיקײַט אליין -- ער איז געווען איר באשעפער, גליַיך װי זי, די הײַנטצײַטיקײַט, װאָלט אים געבוירן". דער אָנגעזעענער אוקראינישער דיכטער אנדריי מאלישקאָ מאָלט אין זײַנער א ליד דאָס געשטאלט פונעם קאָמוניסט, וועלכער, שפּאנענ- דיק פאָרויס אף דעם אומענדלעך-שווערן וועג און גױװער זײַענדיק אלע שטרויכלונגען ,נעמט די צוקונפט אין די אייגענע הענט": אף קיין באלוינונג קוקט ער ניט ארויס, קיין אויצרעס גאַלד-אוןיזילבער פעלן אים ניט אויס. אף זײַנע שטארקע פּלײיצעס טראָגן איז ער גרייט די וועלט מיט אירע דײַגעס, וי זי שטייט און גייט. דער קאָמוניסט באטשאנא ראמישווילי אין נ. דומבאדזעס וװוערק פילט באװוּסטזיניק די אומגעהייערע אכרייעס, וועלכע ליגט אף זײַנע פּלייצעס און אף די פּלייצעס פון זײַנע מיט- דענקער --- אופצוהיטן די אומגעהייער-פּרעכטי- קע וועלט, װאָס רינגלט אונדז ארום. ער פאָר- מולירט , דאָס געזעץ פון אײביקײַט", וועלכן ער האָט אליין אנטדעקט: ;דעם מענטשנס נע" שאָמע איז הונדערטפאך שווערער פון זײַן גוף... זי איז אזוי שווער, אז איין מענטש איז ניט בעקויעך זי צו טראָגן... און דערפאר זײַנען מיר, מענטשן, מעכוּיעוו, ווייל מיר לעבן אף דער ועלט, העלפן איינער דעם אנדערן צו פארזאָרגן די אומשטערבלעכקייט פון אונדזערע נעשאָמעס; איר זאָלט זאָרגן פאר מײַנער, איך -- פאר א צווייטנס, דער צווייטער -- פאר א דריטנס און אזוי ווייטער אָן א סאָף.. ניט דערלאָזן, אז דעם מענטשנס טויט, זאָל אונדז, די לעבעדיקע, פארמישפּעטן אף איינזאמקײַט...* אין דעם דאָזיקן ,געזעץ פון דער אייבי" קייַט*--- דעם געזעץ פון מענטשלעכער פרײַנט" שאפט, גוטסקײיט, קאָרבאָנעס-גרײטקײַט איז קאָנצענטרירט דאָס, װאָס איז שײַעך דער קאָי מוניסטישער זיטלעכקײַט. אין די װערק פון די סאָוועטישע שרײַבער פון אונדזער דאָר, װױ פארשיידנארטיק עס זאָלן ניט זײַן זייער טע" מאטיק, דער כאראקטער פון די העלדן, די קאָי ליזיעס און קאָנפליקטן, טראָגן זיי אלע, בע" דערעך קלאל דעם כויסעם פון בױילעטער שע- פערישער אינדיווידואליטעט און קאָנען דינען אלס איבערצייגעוודיקע באשטעטיקונג פון כא" ווער 5. אי. ברעזשנעווס ווערטער אפן ושאא פּארטיי-צוזאמענפאָר וועגן דעם, אז /אין דער סאָוועטישער קונסט היבט זיך אוף א נײַע כוואליע פון שעפערישן אופשווונג". די הארמאָניע פון הומאניסטישע געפילן, װאָס אזעלכע ווערק רופן ארויס בא די לייע- נער, וועלן, אָן סאָפעק, מיטווירקן דער קאָנסאָי לידאציע פון זייערע עטישע יעסידעס פון גוטסקיײַט און גערעכטיקײַט. 7--15 אירמע דרוקער פון טאָף צו א נײַעם אלעף ;פון אלעף ביז טאָף"--אזוי הייסט איינע פון ארן ווערגעליסעס לידער-זאמלונגען. אזא איז געווען דער דיכטערישער סאכאקל אין 0 יאָר. סאכאקל און סיִעם באטײַטף פון טאָף זיך ווידער אומקערן צום אלעף. אזעלכע סאכאקלען און אָנהײבן האָט א. ווערגעליס היפּש דורכגע- מאכט פאר די צװעלף יאָר אין די נײַע פאר אים זשאנרען, פארעפנטלעכנדיק דעם ראָמאן ;די צײַט', די דראמאטישע נאָװעלן, דעם גרויסן ציקל ;נאָטיצן אָן א סיידער" (װאָס די מערהײַט פוז זיי וואקסן װײַט אריבער די נאָ- טיצארטיקײַט), אויך די רײַזעס ,אין פופצן יאָר ארום', װעלכע טראָגן ארײַן א סאך נײַס-- פאר די פופצן יאָר האָט אמעריקע גץ- מאכט א היפּשן האשיויינו נאזאד, און קלאָר, אז די רײַזעס זײַנען געװאָרן סאטיריש שאר- פער און מער אָנגרײַפערישער. דער רײַזעיזשאנער פון ניט שטיין אף איין אָרט, פון זיך טראָגן אינדערלופטן און בא- טרעטן פון מאָל צו מאָל אלץ מער נײַע ערדן, אלץ מער נײַע הימלען, אלץ מער נײַע וועלטן, אנטשפּרעכט דורכויס ווערגעליסעס אומרויקן געמיט פון קינמאָל ניט קאָנען שטילן דעם דורשט, דעם פארלאנג צו וויסן און דערציילן וועגן דעם הײַנטיקן טאָג, נאָכגײין נאָך די טריט, װאָס האָבן אָפּגעשטעמפּלט די געשיכטע פונעם ייִדישן פאָלק אף פארשיידענע ערדן. די נײַגעריקײַט, דאָס אקשאָנעס פון בא- הערשן א נײַעם זשאנער, די קעמפּערישקײַט, דאָס ווארפן זיך גערן אין שלאכט -- זײַנען ניט בלויז אייגנטימלעך פאר די רײַזעס, נאָר פאר אלץ, װאָס עס שרײַבט ווערגעליס. די צײַט--דאָס איז דער טאָך פון זײַן שאפן. אזוי, אז פאר אים איז אבסאָליוט ניט גילטיק דער ,װויל צו די, װאָס קומען צו דער צײַט, װױל צו די, װאָס האָבן ניט פארשפּץ- טיקט". ער האָט פון ערגעץ ניט באדארפט קו- מען, זײַן ערשטער געבורט-אויסגעשריי האָט זיך צונויפגעגאָסן מיטן באָרעכהאבאָ-אויסגע- שריי פון דער נײַער, נאָרװאָס געבוירענער סאָ- ציאליסטישער וועלט. און אוואדע און אוואדע האָט ער ניט געקאָנט פארשפּעטיקן.-- די אֶק- טיאבער-רעװאָליוציע האָט אים פארוויגט מיט אירע פּײַערדיקע ניגונים און אים אופגעוועקט פונעם וויגל מיט אופגעפּלאצטע באָמבעס, בא- שיצט אים אין איר שויס און גלײַך בא זײַנע ערשטע טריט אים אויסגעשטרעקט איר פירן- דיקע און אָנװײַונדיקע האנט, װאָס האָט אים געריכטעט אִין שטענדיקן, אומופהערלעכן פאָ- רויסגאנג, אן ארײַנגעוואקסענער אין דער צײַט און אן ארויסגעוואקסענער פון איר, האָט װערגע- ליס ניט אופגעהערט צו צײַטיקן מיט דער צײַט, די צײַט האָט קיין צײַט ניט, זי איבעראשט אלע װײַלע מיט נײַע מאסיי בריישיס-ענדערוג- גען מיטן רעאליזירן און פארווירקלעכן די שענסטע דאָר-דוירעסדיקע מענטשלעכע טרױי- מען, מיט אירע פארשיידענע סאָציאלע אופ- ברויזן, מיט סאָציאלער אופגעוואכטקײיט פון די פעלקער, ארן ווערגעליס ווייסט ניט פון קיין רו, אים איז פרעמד דער שליסנדיקער פּונקט, דער נאָך- אלעמען-סאָף. ער איז שטענדיק אין קאָך פון די געשעענישן און ענדערונגען, ער ווארט קײינמאָל ניט אפן כעסעד פון דער צײַט, זי זאָל אים אונטערווארפן א טעמע, אונטערזאָגן אן אינהאלט. מיט א באזונדער פארשארפטן געהער געפינט ער אױס דעם באָדן, פון ועלכן די שלאָגנדיקע קוואלן רײַסן זיך מיט א באזונדער קראפט פון טיף אינװייניק אין דרויסן ארויס. אינלאנד און אויסלאנד, דער נעכטן, דער הײַנט און דער מאָרגן, דאָס נאציאָנאלע און אינטערנאציאָנאלע, דאָס פאָלק און די פעל- קער, -- דאָס איז דער אומענדלעכער טעריטאָ- ריע-שעטעך פון זײַן שאפן: צײַטן און וועלטן אין זיער קעגנשטעלונג,--דאָס איז דער שארפשטיין, אף װעלכן עס װערן געשארפט זײַנע סאטירישע פײַלן, װאָס צילן און טרעפן, רײניקן אָפּ דעם װעג, טרײַבן פאנאנדער די װאָלקנס פארן זון-אופגאנג, פאר דער הימל?- לױטערקײַט, פאר דער הארציקער ווארעמער לירישקײַט, פאר דעם שירמיזמויר לעקאָװועד דעם נײַעם סאָוועטישן מענטשן, װאָס װײַזט װוּנדער באם בויען די נײַע וועלט. דאָס פילפלאניקע, אָן װאָס עס איז אומעג- לעך אין אונדזער צײַט צו בויען א קינסטלץ- ריש װוערק, ברענגט צו דער אופווירקונג פון איין זשאנער אפן צווייטן--- די ליריק איז ניט פרײַ פון פּובליציסטיק, און דאָס פּובליציסטי- שע טראָגט אין זיך די דיכטערישע באהויכונג, זי פארמאָגט א היפּשן אָנלאָד פון פּראָזע-שיל- דערונגען, פון פּאָרטרעט און געמעל, פון מאָ- נאָלאָג און דיָאלאָג, פון פּייזאזש, פון קינסטלץ- רישער דעטאל, און דאָס אלץ עפְנט דעם וועג 113 פאר דער קינסטלערישער פּראָזע, פאר דעם ראָמאן און דראמאטישע נאָװעלן. און דאָך איז דער איבערגאנג פוּן דיכטונג צו פּראָזע א ביז גאָר שווערער. ניט איין שריי- בער איז געשטרױכלט געװאָרן אף דעם ועג. ארן ווערגעליס איז איבערגעגאנגען די גרענעץ בעשאָלעם. אין ניט קיין גרויסן ראָמאן, אָן העמשייכים, אָן א צווייטן טייל, אָן א טרי- לאָגיע-פארצױיגנקײַט האָט זיך אים אײַנגעגעבן ארומכאפּן דעם פּעריִאָד פון א האלבן יאָרהונ- דערט, די פארשיידענע צײַטן און פארשיידענע ערטער. דערבײַ ניט אָפּכאפּנדיק, וי פרומע יידן פלעגן אמאָל בא דער מעגילע אין אין אָטעם אָפּכאפּן די נעמען פון האָמאָנס צען באָ- נים וי איין נאָמען. ,די צײַט" איז א ראָמאן פון איבערופן און דיסטאנץ-דערנעענטערונגען א ראָמאן פון דורכגעמאכטע מעהאלעכן און לעבנס-אנטוויק- לונגען, פון אינדיווידואליזירונג און פּסיכאָלאָ- גישער פארטיפערונג, װאָס לאָזן ניט פארלוירן גיין קיין איין ארויסגעפירט געשטאלט. ;די צײַט* געהער צו די ראָמאנען, וועגן וועלכע מ'זאָגט: דאָס װערק, דוכט זיך, איז ניט גרויס, די שילדערונגען זײַנען אָבער ניט קליין, און בעעמעס, דאָס זײַנען דראמאטיש-אָנגעלאָ- דענע, אין א גרויסן מאסשטאב געשילדערטע געשעענישן, וועלכע װערן איבערגעגעבן דורך ניט קיין סאך שורעס. ארן ווערגעליס איז אין זײַנע שעפערישע מיסיעס איינער פון די שעליכים פונעם פאָלק, פון דער פּארטיי, דער ,רויטער מעשולעך", וי עס רופן אים אין אויסלאנד סיי זײַנע אָנהען- גער און סיי זיינע קעגנער. בא די פרײַנט איז דער טיטל רויטער מעשולעך-לישוואך און בא די סאָנים --- ליגניי, ארן ווערגעליס שטאָלצירט מיט זײַנע שלי- כעסן, מיט זײַן פּאָליטישער מיסיע, מיט זײַנע העפטיקע געראנגלען און לײַדנשאפטלעכער פּאָלעמיק. אזא גוירל איז זעלטן באשערט אן עמעס-זוכער און עמעס-זאָגער. דער גויר? פון א קעמפער איז לאכלוטן פרעמד יענע שריי- בער, װאָס שטייען מיכוץ לעמאכנע פונעם פֹּאָ- ליטישן לעבן. דערפאר אָבער איז א גליק צו זײַן א טרעגער פון קאמפס-לײַדנשאפטן. אין דער געשיכטע פון דער ליטעראטור איז פאר- צייכנט, אז נאָך א שארפער רעדע אין פארלא- מענט קעגן דער אופירונג פון די לאָרדן, קעגן דער מאכט פון די מאכטהאָבער, איז בײַראָן געצווונגען געווען פארלאָון דעם פּארלאמענט און אריבערטראָגון דעם פארביטערטן קאמף אין דער שאפונגס-ספער. דאָס האָט ניט געשטערט, נאָר פארקערט, בארייכערט און צוגעגעבן א באזונדערע קראפט זײַנע נײַע ווערק. ענטפערנדיק די פיינשמעקער, װאָס האָבן געהאלטן אין איין טײיַנען, אז דאָס פּובליציס- טישע אטראָפירט דעם פּאָעט, רײַסט אויס מיטן װואָרצל די דיכטונג, האָט בײַראָן דערוויזן, אז זײַן רעדע אין פּארלאמענט, אין וועלכער ער האָט פארטיידיקט די וועבער-ארבעטער פון 14 ענגלאנד, האָט פאר אים געדינט אלס שטויס צו אָנשרײַבן די פּאָעמע ,טשײַלד האראָלד". די שאפונג פון ארן ווערגעליס, וועלכע גע- פינט זיך שטענדיק אף די פאָדערשטע פּאָזי ציעס, איז נאָך איין באװוייז, אז די מוזעס שווייגן ניט, ווען די הארמאטן שיסן, וען די קריגן דויערן. אמאָליקע צײַטן פלעגט מען בא ייָדו זאָגן ,װאָס קומט ארויס פון מײַן פּוליש רעדן. אז מ'לאָזט מיך אין הויף ניט ארײַן". אין טכום האמוישעוו זיינען אלע וועגן, אלע ארייַנגאנגן און ארויסגאנגן געווען אָפּגעשניטן. דער איינ- ציקער באריר מיטן ברייטן ,אָפיציִעלן* קלאל איז באשטאנען אין די פארשיידענע ביטערע גזיירעס, אין דעם אױיסברוך פון פּאָגראָמען אין לערנען מיט די ייִדישע פאָלקסמאסן די סעדרע באָלאָק און די סעדרע לעך-לעכאָ -- פון דאנען ארויס און אהין ניט געקומען. דער טרא- גישער גוירל האָט געבראכט צו דעם, אז פּאָלי- טיק אין שטעטל איז אריבערגעטראָגז געװאָרן אין בעסמעדרעש, אונטערן אויוון, װוּ די כאכמיי האליעזשאנקע האָבן מיט זייער כאָכמע געקערט וועלטן, אראָפּגעװאָרפן קייסאָרים און געקרוינט קײיסאָרים. די דלאָניעס האָבן געדינט אלס לאנד-קארטעס, און די ליניעס אף זיי האָבן גע- פירט אין ניט-געשטויגן און ניט-געפלויגן, די שפּרינגענדיקע, טאנצנדיקע און זיך פארטשע- פּענדיקע פינגער האָבן געוויזן אף מאפּאָלעס און געפייערט ניצכוינעס. די כאכמיי האליע- זשאנקע, די שטעטלדיקע ;דיפּלאָמאטן" און ,פּאָליטיקער* האָבן בארײַכערט די ייִדישע קלאסישע ליטעראטור מיט א שעפע פון אָפּ- שפּאָט און כויזעק. ,אין איינעם פון די טעטעריווקער קרײַז- לעך, --- שרייבט מענדעלע אין זײַן ,מאָסאָעס ביניאָמין האשלישי", -- האָט שטארק געקאָכט פון דער דענסטמאָליקער קרימער מילכאָמע. דער אונטער-אויוון איז זיך צעפאלן אף פאר- שיידענע קיטעס. איטלעכע קיטע מיט איר פּרע- זידענט און מיט איר גאנג אין דער פּאָליטיקע. כײַקל באלמויעך און זײַן קאָמפּאניע איז זייער באשעפטיקט געווען מיט דער מומע וי טען, פלעגט זי צעלייגן אף טעלערלעך און בא" ווייזן די האסבאָרעס און די שפּיצלעך, װאָס אין איר שטעקט. ..און װײַל כײַקל באלמויעך איז געוען פארקאָכט אין וױיטען, דעריבער האָט איציק פאשטן, כײַקלס באשטענדיקער מיסנאגיד אין אלע זאכן, זיך אָנגעטשעפּעט אין דער מומע ראָסיע. ...איז כײַיקל געשטאנען אף א שטיקל שטיי- גער מיט שאָלעם באָקסער, דעם פּרעזידענט פון פעטער ייַשמאָעלס קנופיע, און האָט שױן קיי מאט װי האלב זיך אױסגעגלײַכט מיט בערל פראנצויז, נאפּאָלעאָנס א הייסער כאָסיד, האָט איציק אָנגעמאכט א הארמידער און צוגעצויגן צו זיך טעוויע מאָק, קירעס מענטש". שאָלעם-אלייכעמס קאסרילעווקער מעלאמעד פארנעמט זיך מיט פּאָליטיק אין זײַן פאנטאס- טישן געדאכט -- אין איינעם א דאָנערשטיק, ווען עס האָט גראדע אויסגעפעלט דאָס דרײַערל אף שאבעס, כאפּט ער זיך ארוף אף די פליג- לען פון זײַן פאנטאזיע אוו אנטלויפט פונעם דאָנערשטיק און פון דעם דרײַערל. דער ועג פון זײַן װוּהין קומט צו דעם ,ווען" (ווען איך װאָלט געוען).. קװען איך בין ראָטשילך. פריֶער פון אלץ װאָלט ער זיך אליין באװאָרנט, דערנאָך ‏ דעם פראט--יעדן קאסרילעווקער באזונדער, און דערנאָך װאָלט ער זיך א נעם געטאָן צום קלאל, דער פליִענדיקער האָלענדער מענאכעם- מענדל שפּארט אָן קיין אמעריקע, װוערט פון א צײַטונגס-פארקויפער ---א צײַטונגס-מענטש, א זשורנאליסט. עס געדױיערט ניט לאנג, און דער אנטוישטער מענאכעם-מענדל אנטלויפט פון אמעריקע קיין ווארשע, װוּ עס בליט זיך פאנאנדער זײַן זשורנאליסטישע קאריערע. מע- נאכעם-מענדל װערט א פּאָליטישער איבער- זיכטלער. א מעדינע איז בא אים קײַ און שפּײַ, עס טראָגט אים אינדערלופטן, קאָמבינאציעס נאָך קאָמבינאציעס, פּראָיעקטן נאָך פּראָיעקטן, א פּראָיעקט ארוף און א פּראָיעקט אראָפּ, די- פּלאָמאטישע אײַנפאלן און סטראטעגישע גענג, מענאכעם-מענדלס בריוו צו שיינע-שיינד- לען וועגן די באלקאנישע אומרוען, וועגן דער באלקאנער מילכאָמע ערעוו דער ערשטער וועלט-מילכאָמע שוויבלען און גריבלען מיט פּאָליטיק, מיט כאָכמעס האסטראטעגיע. זיי זיי- נען געשריבן אין דעם זעלבן נוסעך וי זײַנע בריוו פון דער אָדעסער און יעהופּעצער ביר- זשע -- אָט ווערט ער ניסאשער, אָט װעט דער בלויער פויגל אליין ארײַנפליען צו אים אין די הענט ארײַן, און גלײַך לאָזט זיך אס א בוידעם, עס הערט אוף צו פידלען. זיבן מאָל פאלט מענאכעם-מענדל, און ער שטייט אוף אף צו פאלן אן אכט און א נײַנט מאָל. אלע אנער- קענען, אז ער איז א געבוירענער פּאָליטיקער. אן איבעראשטער פון זיך און מיט זיך אליין, פּרוּווט ער אויך איבעראשן זײַן פּלױנעסטע שיינע-שיינדל. ,עס באָמבלען זיך מיר אין קאָפּ אלערליי פּלאנען און פּראָיעקטן, איין פּראָיעקט האָב איך גאָר א גרויסן, א גוואלדיקן פּראָיעקט, װאָס בא א שטיקעלע האצלאָכע, ווען דער איי- בערשטער העלפט נאָר, קאָן איך אזוי ניסגאדל ווערן, אז סזאָל טאקע קלינגען מיט מיר די וועלט". | די ניכטערע און אָנגעלערנטע שיינע-שיינדל זעצט אראָפּ אף דער ערד איר אינדערלופטן זיך טראָגנדיקן מאן: , האלעװײַ עס זאָל אויס- געהאלטן װערן און פון דײַן שרײַבטיש זאָל זיך ניט אױסלאָזן, כאָלילע, דאָס, װאָס פון דײַנע יעהופּעצער וועלדער, אימעניעס און זאװאָד- לעך, װאָס פריִער קישעט עס און קישעט, דער- נאָך קומט די קאץ און לעקט אויס די סמעטע- נע. (..) זינט דו האָסט אָנגעהױבן פירן גע- שעפטן מיט טערקן, הויכע פענצטער, מעלאָכים און מעלוכעס, הייב איך אָן מוירע צוֹ האָבן, ס'זאָל דיך ניט דערפירן, כאָלילע, גאָט ווייסט ווּהק", . די ניט פארווירקלעכטע קאָמבינאציעס און ניט מעקוּיעם געװאָרענע אײַנרעדענישן ברענ- גען צו דעם, אז מענאכעם-מענדל איז געצוון- גען אָפּגעבן דאָס גערעכט שינע-שיינדלעף ;נישטאָ דער נאר, װאָס זאָל זאָגן נעװיִעס פון הײַנט אף מאָרגן, װאָס מאָרגן װעט זײַף (.) פּאָליטיקע איז א בירזשע, און מילכאָמעס זײַנען שפּעגולאציע, און מעלוכעס זײַנען שפּעגולאנטן און דיפּלאָמאטן זײַנען מעקלערס". דער אומרויַקער י.-ל. פּערעץ האָט זיך גע- קלאָגט אף דער באלעבאטישער רו, װאָס עס פילט זיך אין א ריי ווערק פון דער ייִדישער ליטעראטור. ניטאָ קיין שאָלעם ניט נאָר אין די צײַטן פון מילכאָמע, נאָר אויך פאר זיי און נאָך זיי ---;שאָלעם איז בלויז אפן בייסהאקװאָרעס". דער הײַנט קאָן ניט זײַן אָפּגעריסן פונעם נעכטן און פונעם מאָרגן. בלויז אין אָט דער דרײַ-אײניקײַט פון צײַטן קאָן אמבוילעטסטן אנטפּלעקט ווערן יעדע צײַט באזונדער. ;מיר זײַנען א וואנדער-פאָלק, --- האָט פֹּע- רעץ ניט איין מאָל איבערגעכאזערט,--און אונדזער ליטעראטור איז װי א שטייענדיק ווא- סצר". דאָס שטייענדיקע וואסער האָט היפּש צע- קאָלאָטעט און צעבױיטעט שאָלעם:אלייכעם. קאסרילעווקע האָט זיך גענומען רירן פון אָרט, עס האָט זיך אָנגעהויבן די סעדרע לעך- לעכאָ, דער קריִעס יאמסוף, דאָס אָנשפּארן אזש קיין ניו-יאָרק, װוּ דער שלים-שלימאזל האָט געַ- האלטן אין איין מופן פון שלעכטס צו ערגערס. מ'האָט זיך געיאָגט נאָכן אאָלרײַט? וי נאָכן בלויען פויג?ל, װאָס איז אין ניו-יאָרק, נאָך מער וי אין קאסרילעווקע, געפלויגן, אוועקגעפלויגן און זיך ניט געלאָזט כאפן. דער פלינקער און דרייסטער רײַטער אָשער שווארצמאן האָט זיך וויכערדיק דורכגעטראָגן אין אױיסשפּיר, און מיט זײַן איסלייז-װאָרט אָנגעזאָגט און מיט זײַן האנט דער אָנגעשטאָל- טער אָנגעוויזן אף די פארפלייצנדיקע, לויפנדי- קע און זיך ניט אָפּשטעלנדיקע שטראָמען פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע, וועלכע האָבן אופגעריסן אלע פארצאמונגען, אלע הרעבליעס אינעם לעבן, און פונעם לעבן גענומען אריינ- שטראָמען אין דער ליטעראטור. די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער האָבן זיך באם סאמע בעריישעס אײַנגעשלאָסן אין דער פּראָצעסיע, אין די ,פאָרנטיקע רייען פון דער שפּאנענדיקער מענטשהייט". דער שעטעך פון אָרט און צײַט אין ארן ווערגעליסעס ראָמאן ,די צײַט" איז אומגץ- הייער גרויס. ביראָבידזשאן וװוערט א קנופּ- סטאנציע, וועמענס רעלסן עס גייען זיך פאנאנ- דער אין פארשיידענע ריכטונגען, אין פארשיי- דענע װײַטן, װאָס פירן אהין, װוּ עס קומט פאָר דער בלוטיקער געראנגל מיטן צעװילדעװעטן פאשיזם, װוּ עס װוערט דורכגעמאכט דער אי- דעאָלאָגישער האשיוויינו נאזאד, דער פאָלג מיך א גאנג פון דער בירא ביז צום יארדן. די צײַט--א האלבער יאָרהונדערט. דער ערעוו פון דער מילכאָמע, די מילכאָמע און דער 115 נאָכמילכאָמע-פּעריאָד. ‏ שרעקלעכע, אומרויקע יאָרן, װאָס זײַנען פול מיט אומגעריכטקײַטן מיט צופּעליקײײַטן, מיט אומדערווארטקײַטן, מיט צוזאמענטרעפן פון וי פון יענער-װועלט געקו- מענע. אף יעדן טריט און שריט שטײַגט די ווארע װאָר אריבער יעדן דעטעקטיוו. ניט אומ- זיסט הייסט די צווייטע נאָוועלע פונעם ראָמאן ,א מילכאָמע-דעטעקטיוו". אין זיַן פארסאכאקלענדיקן עפּילאָג שרייבט ארן ווערגעליס: , אינעם ראָמאן איז באשריבן די ניט געקינצלטע געשיכטע פון א ייִדישער מישפּאָכע אין א צײַט-אָפּשניט, װאָס שפּרײט זיך אויס פון די בודיאָנישע יאָרן ביז איצטער. א ווערטעלע צו זאָגן! און װײַל איר, די טשאָר- ניצערס, און אײַערע פרײיַנט האָבן נישט אויס- געמיטן ניט דאָס שטעטעלע, ניט ביראָבידזשאן, ניט דניעפּראָהעס מיט קאָמסאָמאָלסק, ניט דעם קריג קעגן היטלערן --- די אָקאָפּעס און די אָש- ווענטשימס, ניט אויסגעמיטן ייִסראָעל-- איז, טײַערער מיַנער, פאלעק, זאָג: װאָס איז עס? צי ניט דאָס לעבן פון אונדזער פאָלק אין דעם האלבן יאָרהונדערט איז דאָס?" בא ארן ווערגעליסעס פאָרגייער איז ביראָ- בידזשאן געשילדערט געװאָרן ראָמאנטיש אלס א נײַ בלעטל אין דער געשיכטע פון דער ייִדי- שער ליטעראטור. עס זײַנען געשילדערט און באזונגען געװאָרן די נעכעמיעס, װאָס האָבן אָקאָרשט געביטן זייער פאך, די שטעטלשע לופט-מענטשן, װאָס האָבן דורכגעמאכט די ווייכע פּאָסאדקע" נאָכן לאנגדויערנדיקן שוועבן אינדערלופטן. ס'האָט איבעראשט דער נײַער פּייזאזש פון אומענדלעכע ראכוועסן, פון שטראָמיק לויפנדיקע טײַכן, פון ועלדער און סאָפּקעס, פון באטראָטענע און נאָך ניט בא- טראָטענע ערדן. די האקנדיקע העק, די זעגנ- דיקע זעגן, דער קראך פון פאלנדיקע ביימער האָבן אופגערודערט וי א נאָך ניט געהערט גע- זאנג, װי א שפּיל אף נאָך ניט געזעענע און נאָך ניט געהערטע אינסטרומענטן. אפילע דאָס געוויינלעכע אין לעבן האָט דאָ אויסגעזען אומגעוויינלעך --גאָר ‏ אן אנדער פריילעכס, גאָר אן אנדער מאזלטאָו, גאָר אן אנדער באָרעכהאבאָ פאר די נאָרװאָס געבוי- רענע. ביראָבידזשאן האָט געהאלטן אין געבוירן ווערן און האָט זיך גענייטיקט אין װאָס מער ביראָבידזשאנצעס. און א געבאָרענער איז דאָך שטענדיק מער וי א געװאָרענער... די אמאָליקע ניט בארירטע טײַגע אין בי- ראָבידזשאן האָט שוין ניט איין גערעטעניש פון איבערגעבורטן און איבערפלאנצונגען געגעבן, זי איז בארייכערט געװאָרן מיט א סאך נײַע געשיכטעס, פאָרגעשיכטעס און נאָכגעשיכטעס. דער דויר הוילעך האָט גענומען אָפּטרעטן זײַן אָרט פארן דויר באָ. נעכעמיע, דער געוועזענער ביראָבידזשאנער הױיפּט-העלד, איז ארויס פון קאָן און גענומען אלץ מער און מער ארײַן אין דער געשיכטע-- געווען א שטעטלדיקער ייד נעכעמיע, א ייד א פערד-הענדלער, א פערד- 16 רײַטער, װאָס האָט געריטן אף זיינע פערד וו אף שאָטנס און דערנאָך געשלאָגן טיפע װאָרצ- לען אינעם ביראָבידזשאנער באָדן. די עלטער, די שוידערלעכע מילכאָמע-איבערלעבונגען, די אומגעהייערע טראגישע פארלוסטן ברעכן אים איין, און ער לאָזט זיך מיטן שטראָם, ניט וויסנדיק. װוּהין עס טראָגט אים. דער העמשעך פון דער ביראָבידזשאנער טעמע איז פול און פול געווען מיט נײַע בעריי- שיסן, מיט נײיע אָנהייבן, עס האָט זיך געשאפן פאר דער ליטעראטור א נײַער מין רויערד. ארן ווערגעליס טיילט אָפּ די קערנער פון דעם שטרוי, די װױלדגראָזן פון די זאפטיקע גראָזן, דאָס געזונט-רייפנדיקע פונעם פויל-אָפּי פאלנדיקן. אין 1948 האָט ווערגעליס צװוישן זײַנע שענסטע געזאנגען אויסגעזונגען דאָס געזאנג וועגן יויסעף בומאגין, וועלכער איז וי א ברו" דער ענלעך געווען צו מאטראָסאָװן (וועמענס ביישפּיל ער האָט נאָכגעטאָן) און װי א זון פו- נעם אייגענעם פאָלק-- צו באר-קאָכבען: צווישן אלע געגנטן און קאנטן האָט יויסעף בומאגין געזען פאר זיך דעם קאנט בא דעם אמור, דאָס לאנד ביראָבידזשאן, און דאָס האָט נאָך היימישער געמאכט זײַן ראכװועסדיק אומענדלעך לאנד, זיַן היימלאנד, און דאָס האָט געגעבן א מעגלעכקײַט בא די שלאכטן פאר ברעסלאו איבערכאזערן מאטראָסאָװס אומ- שטערבלעך-העלדישן טאט. קוק, געגנט ייִדישע, און זײַ אן איידעס, וי שיין עס איז אין דער מינוט דײַן בכאָר, ניין, ניט פארפלעקט דעם רום פון זײַנע זיידעס און אָפּגעהיט דעם קאָװעד פון זײַן דאָר. ...נעם, געגנט ייִדישע, בומאגינס רום און פיר אים ארײַן מיט קאָװעד אין לעגענדעס פון דײַן שטאם, ס'זאָל יויסעף זײַן דער יונגער שיר-יהאשירים פונעם אלטן פאָלק זײַנעם אין לאנד ביראָבידזשאן. סארא ברייטן פארנעם, סארא וװונדערלעכע ראכוועסן עס באקומט דאָ דאָס נאציאָנאלע אין אינטערנאציאָנאלן צוזאמענגוס! אין א צייט ארום, באם באזיניקן דעם בי- ראָבידזשאנער אָנהייב אין דער שײַן פון פאר- שיידענע אומשטענדן און ניסיוינעס, ווען ווער- געליס האָט געשאפן זײַן ראָמאן ;די צײַט", איז אים פּונקט וי צוניץ געקומען די גװיִעס-איי- דעס פון איינעם פון די פּערסאָנאזשן פון דער שילדערונג --- ווערגעליסעס באליבטן העלד יויסעף בומאגין -- וועגן די נאציִאָנאליסטישע װילדגראָזן, וועלכע זײַנען אויסגעריסן געװאָרן פון דעם װײַטן מיזרעך און זיך אין א ציעניסי טישן גילגל איבערגעקייקלט אפן נאָענטן מיז- רעך, קיין ייִסראָעל, אין לאנד פון די אָװעס. אינעם ראָמאן ווערט באוויזן יויסעף בומאגינס וועג פון ביראָבידזשאן ביז ברעסלאו, דער וועג פון דעם קנאָכיק ביינערדיקו גוואר מיט די אָדערדיק-מאָזאָליעסדיקע הענט, וועלכע האָבן פעסט געהאלטן דאָס געװוער באם פארטיידיקן דאָס פאַטערלאנד, און װען עס האָבן אויסגע- פעלט גראנאטעס, האָט דער דאָזיקער גוואר די ברוסט די ברייטע און הארטע צוזאמען מיטן הארץ דעם יונגן מיט דער גרעסטער אָפּפער- װױליקײַט מאקריוו געווען. יויסעף בומאגין, דער דעפּאָיארבעטער, דער וועטעראן פונעם ביראָבידזשאנער װעגענער- זאװאָד,. דער שטענדיק לאכנדיקער כעוורעמאן מיטן אטלעטישן גוף און מיט דער פעסטער נעשאָמע, װוערט ארויסגעשטעלט אף די פאָ- דערשטע פּאָזיציעס אין צוזאמענשטויס מיט אלץ, װאָס איז פּײַנטלעך, פויל און נישטיק. יויסעף בומאגין איז דער ערשטער, װאָס דערפילט גלײַך אין דעם נישטיקן קליינביר- גער שאנאָווסקין א פרעמדן געוויקס, א ווילך- גראָז, אף וועלכן ;ער האָט געקוקט פײַנטלעך". באם באגעגענען דעם עשעלאָן פון די קאָמ- סאָמאָלצעס, װאָס פאָרן בויען א נײַע שטאָט אפן װײַטן מיזרעך, וועלכע װעט דערנאָך אף שטענדיק און אף אײיביק טראָגן דעם מונטערן, יונגן נאָמען קאָמסאָמאָלסק, איז יויסעף בומא- גין פון איבערגעלאָדענער באגייסטערונג ניט בעיעכוילעס צו האלטן א רעדע. אין אזעלכע רירנדיקע מאָמענטן איז שווער צו ריידן, שווער ארויסצוברענגען פון אָנהײיב ביזן סאָף דאָס ליבע, געוויינלעכע װאָרט ,רעביאטא": ;רעביא! הא, רעביא!"... ;דאָס אליין, װאָס דער אטלעטיש געבויטער יונגערמאן מיטן קורצן אָדערדיקן האלדז און מיט די לעבעדיקע גרוילעכע אױגן האָט אזי היימיש אָפּגעקירצט דאָס װאָרט ,רעביאטא",--- שוין דאָס אליין האָט אים געמאכט אין די אויגן פון די אָנגעפאָרענע פאר אן אייגענעם, פאר א ,סװואָיאק"...* דער אייגענער און ,סװאָיאק?" בומאגין ווארפט זיך דער ערשטער אין געשלעג מיט די, װאָס פּרוּוון פארשוועכן די באגייסטערונג אין פארשטערן דעם יאָמטעװ מיט זיערע פינצטערע, אונטערהעצנדיקע פּלאפּלערײַען. בומאגינס רומפולער טױט, שפּעטער --- אף דער מילכאָמע, פארבינדט און פארקניפּט אים אין דעם אײיביקן בונד פון לעבן, אין די אומ- שטערבלעכע בלעטלעך פון דער ייִדישער גע- שיכטע, וועלכע גיסט זיך צונויף און ווערט איינס מיט דער העראָיִשער געשיכטע פונעם סאָוועטנפארבאנד. זיקאָרן איז ניט קיין שאָטן, װאָס פאר- שווינדט. זיקאָרן -- דאָס איז די פעסטונג, וועל- כע לאָזט ניט פארפאלן גיין קיין איין עפּיזאָד, זיקאָרן -- דאָס איז דער רינג, װאָס פארלען- גערט די גאָלדענע קייט. יויסעף בומאגין לאָזט נאָך זיך וױרדיקע ייזקער-זאָגער, װוירדיקע יאָרשים, װאָס טראָגון אין זייער פּאָטענץ זײַן פּאטריָאָטיש-מעסירעסנעפעשדיקע העלדישקײַט. ווען אין דער צײַט פון דער מילכאָמע װאָלט נייטיק געווען און די געשאפענע סיטואציע װאָלט געפאָדערט, דאן װאָלט לאָסיעו, דאן װאָלטן נעכעמיעס זין יודאלעף, פאלעק און דער מיזינָיק אנדרייקע אָן קיינע שום וואקלונגען איבערגעכאזערט בומאגינס אומשטערבלעכן טאט. די געוואגטקײַט און דרײיסטקײַט וועקן זיך אוף אין אנדרייקען אין דער סאמע פרי פון זײַנע ייִנגלשע יאָרן דער בלינד-געװאָרענער פאלעק זעט מיט א באזונדער ליכטיקײַט, מיט דער ליכטיקײַט פון זײַן הארץ די העראָיֵשט דורכגעגאנגענע ועגן פונעם סאָוועטישן מענטשן, דעם עקלדיקן ,ווּ- הין? פון די זומפּיק-קריכנדיקע און אין אַפּ- גרונט פאלנדיקע. די פּאסירונג אפן ביראָבידזשאנער (טיכאָנ- קער) פּאָלוסטאנעק, װוּ עס האָט זיך אָפֹּגץ- שטעלט דער עשעלאָן מיט אכט און צוואנציק צונויפגעשטעלטע טעפּלושקעס, פולע מיט קאָמ- סאָמאָלצעס, װאָס זײַנען געפאָרן װײַטער בויען פארן היימלאנד א נײַע שטאָט אפן אמור, איז געווען דער ערשטער שלאכט-איספּרוװו ניט בלויז פאר יויסעף בומאגינען, נאָר אויך פאר זײַנע מיטצײײַטלער, װאָס האָבן געבויט די ייִדי- שע געגנט. אפן ביראָבידזשאנער פּאָלוסטאנעק שטעלט ארן ווערגעליס ריכטיק פאנאנדער די פארשיידן- ארטיקע, צוזאמענגעשטויסענע קויכעס. דער עפּיזאָד װוערט פארוואנדלט אין יענער פּרעלן- דיע, וועלכע זאָגט פאָרויס דעם װײַטערדיקן גאנג און איז אקומולירט מיט דער ענערגיע- שײַן, װאָס וי װײַט די געשעענישן זאָלן זיך פאנאנדערוויקלעז און די צײַטן זאָלן זיך בײַטן און ענדערן, געשטאלטן זאָלן צעזייט און צע- שפּרײט װערן, װעט זי אָט די שײַן נאָכיאָגן, איבעריאָגן, באלײַכטן און אײַנשליסן זײיערע װײַטערדיקע טריט איז די ערשטע געשטעלטע מעראגלישע טריט. יעדן מין פירט ווערגעליס צונויף מיט זײַן קאָרעװו. ניט אומזיסט װערט אין אלטן ייִדישן פאָלקלאָר געזאָגט, אז דער זארזיר, דער שפּאק- פויגל, װאָס איז פארעכנט אלס װײַט ניט גע- הויבענער זינגער, האָט זיך צונויפגעקאָמפּא- נייעט מיטן ראָב. נישטיקײַט גייט צו נישטי- קײַט, װי דערהויבנס צום דערהויבענעם. בא דער קעגנשטעלונג פון שײַן און שאָטן ווערט ליכטיקער דאָס ליכטיקע, און דאָס שאָטנדיקע נאָך מער שאָטנדיק. דער אױיסגעדראָצלטער קולטורניק פונעם בי- ראָבידזשאנער מוזיי כילוש מאזאָר האלט, אז די ייִדישע יוגנט דארף ניט האָבן צו טאָן מיטן קאָמסאָמאָלישן קאָמסאָמאָלסק, זי דארף בלויז בויען דעם ייִדישן ביראָבידזשאן. ;--- יעװורעי! רוסקיע! זאטשעם סמעשיוואט?". דער מעסער-יונג קאָסטיע פּערפילאָ, ווע- מענס אנקעטע-אָנגאבעס פאלן זיך צונויף מיט כילוש מאזאָרס --- ביידן בינדט צונויף איינע און די זעלבע סינע צום לאנד, סיי פאר די ארעסטירטע טאטעס און סײיַ פאר די איגענע אונטערגעבראָכענע פליגל, -- קאָסטיע פּערפי- לאָוו האלט אונטער מאזאָרן; ;--- דער ייִדישער כאווער איז גערעכט. צו" ליב װאָס דארף א יִד פאָרן װײַטער פון בי- ראָבידזשאן? געקומען אין א ייִדישן ראיאָן, איז באסטא, גענוג! קריך ארויס פון טעפּלושקע'.. 117 , -- ...מע האָט געגעבן די ייִדן א ראאיאָן. װאָס נאָך דארפן זיין" וואניע לאָסיעוו, יודאלעפס סאמע נאָענטער כאווער, טרעט שארף ארויס קעגן דער ,טעאָ- ריע" פון די צוויי , ייִדן-פריינט?: ; -- ...די ייִדן האָבן שוין געהאט א געטאָ, ווילסטו, זיי זאָלן איבערכאזערן?" א באגײַסטערטער פונעם מיטדענקען און מיטשטימען פון זיַין רוסישן כאווער קאָסטיע פּערפילאָוו, װוערט כילוש מאזאָר בא זיך פעס- טער און זיכערער, ביזן באפויל ;ייִדן פאָרן ניט װײַטער. זיי בלייבן נאָר אין ביראָביד- זשאן". פון דער פּלאטפאָרמע האָט עמעצער א פרעג געטאָן: ;-- און אוקראיַנער בלײַבן, הייסט עס, אין קיעוו? און װײיַסרוסן ---נאָר אין מינסק?" עס ברעכט אויס א געשלעג. יאנקעוו שא- נאָווסקי, ‏ דער געװועזענער טעריטאָריאליסט מיטן פּארטיי-בילעט פון א קאָמוניסט אין קע- שענע, װאָס פאר אים איז ער לאכלוטו פרעמד און ניט צום הארצן, איז שטארק דערשלאָגן פון דעם געשלעג. ער איז אָנגעדראָצלט אף יויסעף בומאגינען, וועלכער האָט ניט געלאָזט קומען צום װאָרט די צוויי ,ייִדן-פרײַנט", כי- לוש מאזאָרן און קאָסטיע פּערפילאָוון. ס'איז אים דערווידער די אנטשלאָסנקײַט פון יויסעפן און יודאלעפן-- זי אנטװאָפענען פּערפילאָווס מעסער-בכוירע און שוינען ניט דעם ייִדן כי- לוש מאזאָרן. סארא אוולע! אָט די געשעעניש ווערט אויסגעטייטשט פון שאנאָווסקין מאמעש וי א פּאָגראָם: , -- דאָס, װאָס עס האָט אָפּגעטאָן דער דאָ- זיקער ייִדישער יונגאטש בייסן אָפּשטעל פונעם רוסישן עשעלאָן, -- האָט א מאך געטאָן שא- נאָווסקי, --- דאָס, װאָס ער האָט אזוי קונציק געשלאָגן, װאָלט איך אָנגערופן--א ייִדישער פּאָגראָם אף דער אנדערער זײַט".. פאר דעם דאָזיקן זאָג האָט דער אינסטרוק- טאָר פון ראיויספירקאָם שאנאָווסקי באקומען א פּסאק פונעם פאראנטװאָרטלעכן טוער פון ראיויספירקאָם װענגראָווער. און אזוי מין צו מין און מין קעגן מין. יעדער איינער מיט זײַן מיטגייער און אװועק- גייער, ווען עס שיידן זיך פאנאנדער די וועגן. מארק גריגאָריעוויטש װענגראָווער און נעכע- מיע טשאָרניצער, נעכעמיע טשאָרניצער מיט יעדן איינעם פון זײַנע זין, מארק גריגאָריע- וויטש װעגנראָווער און יאקאָוו גאװורילאָװויטש שאנאָווסקי, שאנאָווסקי און זײַן טאָכטער עס- טער, וואניע לאָסיעװו און יודאלעף, כילוש מא- זאָר און קאָסטיע פּערפילאָוו... מארק גריגאָריעוויטש װענגראָווער קומט אין באריר מיט אלע געשטאלטן--פאר די פריינט איז ער דער סאמע נאָענטסטער, דער קליגסטער באליויעץ און וװעגװײַזער, און פאר די פיינט איז ער דער ערגסטער און געפער- לעכסטער סוינע, נאָך וועלכן מע לאָקערט אף טריט און שריט, קעדיי אים אָפּצוראמען פון וועג. 118 מארק גריגאָריעוויטש װענגראָווער ציט זײַן ייִכעסדיקע ביַאָגראפיע פון דער העלדישער דרייסטקייט און מעסירעסנעפעשדיקן קאמף נאָך אין די בירגערקריג-יאָרן. אין די שווערע שלאכטן האָט אים דורכגעשאָסן א מאכנאָווישע קויל, , דערפאר כריפּעט ער באם ריידן". דער שוואכער און צעבראָכענער גוף פארמאָגט א ביז גאָר פעסטן און מוטיקן גײַסט, װאָס לאָזט אים אף א האָר ניט אָפּ פון די סאמע שווער- סטע געראנגלען און צוזאמענשטטויסן, מיט וועלכע דאָס לעבן פירט אים צונויף. װוענגראָ- ווער איז שטענדיק מעיושעװודיק, האָט פײַנט מעליצע, אויסערלעכן עפעקט, געפינט שטענ- דיק אף די הארבסטע פראגן דעם ריכטיקן היסטאָריש-איבערצייגעװודיקן ענטפער. זײַן פרענטש, דער מאלבעש פונעם בירגערקריג, איז באצירט מיט אן אָרדען פון דער רויטער שלאכט-פאָן אפן לאץ. , קינמאָל האָט ער ניט אָפּגעשפּיליעט דעם אָרדען פונעם פרענטש און קיין איין מאָל דעם פרענטש ניט אָנגע- טאָן". אָט די אויסגעפונענע קינסטלערישע דעטאל געהער צו יענע, װאָס קאָנען מיט געצילטע ווערטער א סאך מער זאָגן װועגן דעם כאראק- טער פונעם געשילדערטן געשטאלט, איידער אנדערע פול אָנגעפילטע און בארידעוודיקע זיַטלעך. באשײידנקײַט-- דאָס איז דער טאָך פון מארק גריגאָריעוויטשעס כאראקטער. וען ער ווערט געשיקט אין די יאָרן פון דער גרוי- סער פאָטערלענדישער מילכאָמע צום גענעראל וואסיליעוו, צו זײַן געוועזענעם דערצויגלינג פון דעם וואפּניארקער קינדערהיים, אלס קאָמי- סאר פון א פּאָלק, שטעלט ער ארויס א קאטע- גאָרישן טניי: ,קיין שום פּערזענלעכע באציונ- גען, קיין מינדסטע פארלײַכטערונג אין דער דינסט און אינעם שטייגער". באשיידנקייט פירט צו דערהויבונג. ווענג- ראָװוער איז געווען פארליבט אין עסטער-ראָ- כעלען, נעכעמיע טשאָרניצערס איצטיקער פרוי. יודאלעף, נעכעמיעס זון, לאָזט זיך אויס, איז גאָר זײַן זון. דאָס גלידערט אים אײַן אף אזוי- פיל אין דער מישפּאָכע, אז אלץ, װאָס איז נאָענט פאר איר, ווערט נאָענט אויך פאר אים. ניט אומזיסט זאָגט עסטער-ראָכעלע, אז זי האָט אף זיך , צוויי באלעבאטים". דאָס אינטערנאציאָנאלע דערװײַטערט ניט מארק גריגאָריעוויטש װענגראָווערן פון דאָס נאציאָנאלע. אלס היסטאָריקער לויטן פאך, אינ- טערעסירט אים די ייִדישע געשיכטע און איר טױיזנטיאָריקער גאנג און אנטויקלונג. דער גוירל פונעם פאָלק איז שטענדיק אױיך זײַן גוירל. קיין ביראָבידזשאן קומט ער אף איבער- צולעבן, דורכמאכן און דערפילן די אלע ענ- דערונגען, װאָס די צײַט האָט געבראכט מיט זיך פאר זיין פאָלק אין סאָוועטנפארבאנד. אף אזא אויפן ווערט מארק גריגאָריעוויטש ווענג- ראָװוער ניט בלויז דער געשיכטע-שרײַבער, נאָר אויך דער איידעס פון די געשיכטלעכע גע- שעענישן. אן איידעס פון דער געשיכטע איז שטענדיק דער סאמע באגלייבטער ריכטער, איך וועמענס אורטײיל עס הערט קײנמאָל ניט אוף צו צאפּלען די צײַט, אזא, װי זי איז גע- ווען. אין א שמועס וועגן געשיכטע און ליטערא- טור האָט מענדעלע מױכער-ספאָרים אונטער- געשטראָכן פארן היסטאָריקער שימען דובנאָוו: ;איך בין אויך א היסטאָריקער. ווען איר וועט קומען צו דער געשיכטע פון די ייִדן אין דעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, װעט איר מון אָנ- קומען צו מײַנע װערק, קעדיי שילדערן דעם לעבנסשטייגער פון די דעמלטיקע ייִדן"... עס װילט זיך מיר איבערפראזירן מענדע- לעס ארױסזאָגונג אף אזא אויפן: װען מארק גריגאָריעװיטש װענגראָווער װאָלט דערלעבט די צײַט, ווען ס'איז דערשינען ארן ווערגעלי- סעס ,די צײַט", װאָלט ער זיך אין זיינע היס- טאָרישע פאָרשונגען ניט געקאָנט באגיין אָן דעם ראָמאן, דער היסטאָריקער װענגראָװוער און דער שרײַבער ווערגעליס זײַנען אינעם ראָמאן ענג צונויפגעבונדן מיט דער געכעמיע-מישפּאַכע, מיט די ביראָבידזשאנצעס. זי ביידע האָבן איינ- געזאפּט אין זיך די זעלבע זאפטן זיך גענערט פון דער זעלבער אייגענער ערד. ביידע האָבן זיי אָנטײלגענומען אין דער גרויסער פּאָטער- לענדישער מילכאָמע, און ביידע זײַנען אף די פאָדערשטע פּאָזיציעס אין קאמף קעגן נאציאָ- נאליזם, קעגן אטאָבעכארטאָניזם. די מעטאָדן פון שילדערן די זעלבע צײַט באם שרײַבער און באם היסטאָריקער זײַנען פארשיידענע, און דעריבער קומט פאָר די קעגנזײַטיקע בארייכערונג, דער שרײַבער קומט צום אלעם ערשטן אף דעם אופגעאקערטן באָדן פון דעם היסטאָרי- קער, און דער היסטאָריקער שעפּט פון דעם שרײַבערס שאפונגען שװוּנג אף טיפער פאר- אלגעמיינערן די אופגעהויבענע פּלאסטן פונעם פאקט, פון דעם, װאָס איז געווען און געשען. די באאָבאכטונגען פון דער צײַט גיבן די מעגלעכקײַט ארן ווערגעליסן אויסצוטיילן מארק גריגאָריעװיטש װענגראָװוערן פון אלע גע- שטאלטן און אים באהויכן מיט דער טיפסטער ליבע און ווארעמקייט. די, װאָס גיבן װייניק, האָבן ליב שטענדיק מאָנען א סאך, און די, װאָס גיבן אוועק אלץ, פאָדערן ניט קיין סכאר. זייער העכסטע באלוי- נונג איז דאָס, װאָס זיי האָבן פאר אלץ געצאָלט מיט זייער בלוט, מיט זייער לײַב און לעבן מיט זייער יוגנט, מיט זייערע סאמע שענסטע און דערהויבנסטע געפילן. אָט דאָס איז דער שליס?, מיט וועלכן ארן ווערגעליס עפנט פאר אונדז פאנאנדער די װענגראָווער-געשטאלט, װאָס זי שטעלט מיט זיך פאָר בעלי-שום סאָ- פעק איינע פון די סאמע אינטערעסאנטסטע, פּאָזיטיוו-אינטעלעקטועלע געשטאלטן אין דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור, יאקאָוו גאװורילאָװיטש שאנאָווסקי איז א מענטש פון דריבנע טריט און פון דריבנע מיי- סים, אײינצײַטיק --- פון אומגעלומפּערטע גרוי- סע האסאָגעס, װאָס שאָקלען אים פאנאנדער וי די ליאלקע-מאטריאָשקע. זײַן נישטיקײַט און אינערלעכע צעפױילטקײַט פּרוּווט ער פארבליצן און פאנאנדעררעגנבויגענען מיט פארשיידענע אפאָריזמען-קאָלירן, פארדונערן מיט דונערדי- קע פראזן. אין דעם ,צווישן אונדז" האָט ער זיך גע- פונען ,צװוישן זיי" --- צווישן די ציעניסטן. א גאנץ לעבן האָט דער טעריטאָריאליסט יאקאָוו גאװורילאָוויטש שאנאָווסקי געטרוימט װעגן א טעריטאָריע פאר יָדן, און ווען דער טרוים איז פארווירקלעכט געװאָרן, האָט עֶר זיך אויס- געדרייט מיט דער פּלייצע צו אים. די ביראָ- בידזשאנער אומענדלעכע ראכוועסן האָבן פאר אים אויסגעזען װי א סדאָם-בעטל, װאָס האָט אפילע ניט אירע דאלעדאמעס, זיי האָבן אים געשטיקט װי אן ענגער קאָלנער, װאָס לאָזט ניט עטעמען, און ער האָט זיך געײַלט װאָס גיכער אים פאנאנדערשלייפן, װאָס גיכער זיך פאנאנדערקנעפּלען. יאקאָוו שאנאָווסקי טײינעט אײַן מיט ווענג- ראָװערן, אז ,ביראָבידזשאן איז ניט פאר ייִדן מיר, ייִדן, אלס פאָלק, צוליב אונדזער נאציאָ- נאלן מאצעוו, דארפן זיך געפינען א מאָקעם- מענוכע אין טומלדיקן ראיאָן פון דער וועלט, ניט אין דער טײַגע?. װענגראָווער לאכט טרעפ- לעך אויס שאנאָווסקין,. דעם אינסטרוקטאָר פונעם ביראָבידזשאנער ערד-אָפּטײל, װאָס האָט געװאָלט א ביראָבידזשאן ,נישט דאָ אין דער טײַגע, נאָר, לעמאָשל, צופוסנס בא די בארימ- טע טרעפּ אין דער ליבער שטאָט אָדעס, אָדער אף דער טעריטאָריע פון דער אומאנער סאָ- פיעווקע, אָדער אין בערדיטשעוו אף די פּיס- קעס"... יעדער צוזאמענשטויס מיט װענגראָווערן, אָדער מיט דער באגײַסטערטער בויערישער יוגנט פארשטארקט יאקאָוו שאנאָווסקיס סינע צו ביראָבידזשאן, צום ראטנפארבאנד, אוז ער הייבט אָן פון מאָל צו מאָל אלץ מער ארויס- קריכן פון זײַן נעשאָמעדיקער אונטערערד מיט אָפּענע ציִעניסטישע דיבורים. איינער פון די גאליציאנער פּלייטים, וועלכע האָבן זיך געראטעװעט פון די היטלערישע קאלך-אויוונס, איז בא דער מיינונג, אז ביראַ- בידזשאן איז אויך א פּאסיקע טעריטאָריע, אויך ביראָבידזשאן קאָן ווערן די היים פון די היימ- לאָזע. שאנאָווסקי האָט דערװידערט, ארויס- זאָגנדיק, װוי זײַן טעווע איז געוען. צוערשט דאָס סאמע איבעראשנדיקע און דערנאָך פאָר- זעצנדיק מיט א טרעפלעכן אפאָריזם, װאָס עס האָט באטײַט, אז ער, שאנאָווסקי, האָט אלץ פאָרויסגעזען אוז ער איז א מייוון אף דעם, װאָס קומט פאָר; -- ביראָבידזשאז איז טויט. איך האָב עָֹסַ אליין געזען. און געדענקט מײַנע װערטער: אויב זיך יאָגן נאָך קיבוש האָאָרעץ, דארף מען זײַן א טעריטאָרייאליסט אין אן אנדער לאנד, ניט אין רוסלאנד, און אויב מיר ווילן עפּעס אופּטאָן אין רוסלאנד, דארף מען זוכן קיבוש האאווי- דע. אוז געדענקט מײַן װיץ: ,ביראָבידזשאן איז א פּאָדעשװע אָן דעם שוך".. 119 יאקאָוו שאנאָווסקיס נאציאָנאליסטישע קאָנ- סעקווענצן גייען איבער אין אפצולאָכעסן, און דאָ איז שוין איין טראָט צו דער סאמע העכס- טער געפאלנקײַט, צו די נידערטרעכטיקסטע אכזאָריעסן. זײַן בייזע ליגנערישע צונג איז די אנטבלויזטע שװערד, װאָס איז זיך נויקעם אין װענגראָװוערן. לוט זײַן מעסירע װערט וענ- גראָװער רעפּרעסירט פאר ניט באגאנגענע זינד, מעסירע ווערט ביכלאל דער טאָך פון יאנ- קעוו שאנאָווסקיס לעבן. ער פּרוּווט אויך אונ- טערשטעלן א פוס דעם קרישטאָל-ריינעם פא- לעקן, דעם מאן פון זײַן טאָכטער. דאָס מאָל האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן דערגייכן זײַן ציל, ער װערט פון אלע זײַטן דעמאס- קירט. דער אױסװוּרף כילוש מאזאָר איז שאנאָוו- סקין מער צום הארצן, איידער פאלעק, פּונקט װי עס געשעט בא שאנאָווסקיס באסיעכידע עסטער, וועלכע ווארפט אוועק פאלעקן און האָט כאסענע פאר. כילוש מאזאָרן, ווען ער איז שוין דאָס אייבערשטע פון שטויסל צוישן די ציע- ניסטישע דינער. כילוש מאזאָר ברענגט אראָפּ זײַן שווער קיין ייִסראָעל. אָט דאָ איז זײַן אָרט, אָט דאָ איז זײַן אויסגעבענקטע טעריטאָריע, אָט דאָ באדארף ער זײַן. כילוש מאזאָר אָרדנט אײַן זײַן שווער פאר אן אָנגעשטעלטן אין סאָכ- נוט. די סאָכנוט-פארוואלטונג באגייט זיך מיט שאנאָווסקין װײַט ניט לײַטיש, מע ווארפט אים ארויס אף דער גאס. מיט עמעצנס הילף איז ער מעגולגל געװאָרן אין ניו-יאָרק. נאָכן אויס- גיפּטיקן זײַן גיפט אפן ראטנפארבאנד, אף בי- ראָבידזשאן, אף די סאָוועטישע מענטשן, װוערט שאנאָווסקי אויסגעשטיגן אף דער גאס און זעט אויס װי א לעבעדיקערהייט צעפרעסענער, וי ווערעם זאָלן אים טאָטשען. אזויארום, האָט זיך אויך דאָס אָפּפאל-גע- שטאלט יאנקעוו שאנאָווסקי באקומען אָריגינעל, נײַ, אָן די מינדסטע טראפארעט-אייגנשאפטן. ס'איז געווען א צײַט אין דער ייִדישער סאָ- וועטישער ליטעראטור, װען א ריי נעגאטיווע געשטאלטן פלעגן זיך באקומען פולבלוטיקער פון די פּאָזיטיװע: ארן ווערגעליס האָט אין זײַן ראָמאן , די צײַט* ניט נאָר אויסגעפונען דעם גלײַכגעװיכט, נאָר דערגרייכט די איבערוועגנ- דיקע מאָס פארן פּאָזיטיוון געשטאלט. עסטער, שאנאָווסקיס טעכטערל, איז דאָס עפּעלע, װאָס קאטשעט זיך װײַט ניט אָפּ פונעם בוים. זי האָט זיך ניט אָנגענומען צום טשאָר- ניצער-שטאם, פאלעק, דער ערנסט-דענקענדי- קער זשורנאליסט, דער מעסירעסנעפעשדיקער פּאטריַאָט פון זײַן לאנד, איז איר לאכלוטן פרעמד, זי פאלט אראָפּ װי אן איבערגעבראָכן צװײַגל און באהעפט זיך צום פוילן סאמהא- מאָװועסדיקן װאָרצל --- צו כילוש מאזאָרן, וועלכן זי נעמט אָן אזוי, װי ער שטייט און גייט. זי באגייַסטערט זיך אפילע מיט דעם, װאָס ער, דער נאצי, איר מאן כילוש מאזאָר, האָט גע- דינט אין געסטאפּאָ און װאָס ער איז איצט א קאָלװעלאָכניק און א קנאקער אין די היסטא- דרוט-פּערעדניעס. 100 די היסטערישע עסטער, װאָס פארמאָגט ניט קיין מענטשישן און נאציאָנאלן שטאָלץ, קיין פרוייִשע ווירדע און מוטער-ליבע, דערקלערט אנדרייען: ,אין קאמף טוג אלץ. אין לעבן איז נישט אזוי פּאָשעט. מאזאָר איז טאקע א קעגנער פון די סאָװועטן, און ער האָט, עמעס, געהאט צו טאָן מיט דער געסטאפּאָ, אָבער צילן זײַנען בא אים געווען אייגענע, איר פארשטייט? ס'איז געווען א קאמף מיט א סאך קאָלירן. מאזאָרס קאָליר איז געווען בלוי-װײַס, ער האָט גערא- טעוועט ייָדן... דורך דער געסטאפּאָ געראטע- וועט... יאָ, יאַז" קאָסטיע פּערפילאָוו און כילוש מאזאָר זײַנען א פּאָר פון גאָט: ,זאָג דעם עמעס, מײַן ייִדי- שער כאווער, צי פארשטייסטו אזוי וי איך, אז מיר ביידע, אונדזער ביידנס גוירל זײַנען וי צוויי ‏ שטיוול א פּאָר".. דער גוירל האָט זי צונויפגעפירט ערעוו דער מילכאָמע און פאר- פעסטיקט זייער פריינטשאפט אין דער צײַט פון דער מילכאָמע, דער ברייט-ארומגעכאפּטער שעטעך פון צײַט און אָרט, ביז ;אלע קנופּן האָבן זיך צע- קניפּט*, --- פארברייטערט די האנדלונגען, דעם אָנװוּקס פון געשעענישן, די סוזשעטישע פא- נאנדערוויקלונג. דער מעסער-יונג, דער באנדיט און וולאסאָוועץ קאָסטיע פּערפילאָוו, ווערט די רעכטע האנט, דער געטרײַסטער אָנטײלנעמער און אויספילער פון דעם נאצי כילוש מאזאָר. דאָס זײַנען זיי די צושטעלער פון די פּראָװאָ- קאטאָרישע רעכילעס-טרײַבנדיקע פאָטאָגראפי- שע מאטעריאלן וועגן ביראָבידזשאן, געמאכט לויטן מעטאָד פון כאזער-פיסל-קאָשער ---;צען באראקן. באם אריינגאנג אין איינעם פון די באראקן זיינען צוגעקלאפּט טראנספּאָראנטן דער טעקסט אף רוסיש: ,סאָוועטישע ייִדף דאָ אין ביראָבידזשאן װועט איר בויען דעם סאָציָא- ליזם אין דער אטמאָספער פון אפעלקער- פריינטשאפט". און מיט קליינע אויסיעס: ,פאר שטערן די איינגעשטעלטע אָרדענונג װעט מען דערשיסן אפן אָרט". די לאָזונגען וועגן סאָציִאליזם און פעלקער- פריינטשאפט וװוערן װי די זיבן פעטע קי אין פּארעס כאָלעם אײַנגעשלונגען אין די דארע דריבנע אויסיעס וועגן ;שיסן אפן אָרט", װאָס דיַטן אָן אף דעם, אז ביראָבידזשאן, ווּהין ייִדן ווערן פארשיקט, איז אלציינס װי א פא- שיסטישער לאגער. און װײַטער דערוויסן מיר זיך, אז ;סאלקע טשאָרניצער, וועלכע האָט זיך פארקויפט צו די רוסישע קאָמוניסטן און איז געװאָרן א דעפּוטאט אין זייער סאָװועט, נעמט איבער בא די ענקאװעדע-לײַט א קאָנצענטרא- ציע-לאגער פאר די סאָוועטישע ייִדן אין דער ביראָבידזשאנער טײיגע". און לאָזץ לאָזט זיך אויס, אז די באראקן מיט דער גאנצער לאנד- שאפט-- דאָס איז א פּלאץ פונעם זאקסענהאו- זער טויט-לאגער... כילוש מאזאָר איז אין דער מילכאָמע-צײַט געווען א הויכער טשין אין דער ציעניסטישער אױיסשפּיר-דינסט ,שערוט-איזראעל". נאָך דער מילכאָמע איז ער איינער פון די רעדלפירער אין סאָכנוט. ער מיִעסט זיך ניט צו פאנגען נעשאָמעס אף איבערצוקערן זיי אף דער רעכ- טער זײַט, אָפּראמען די, װאָס שטעלן זיך אים קעגן. אָס דער שעפּעליאװוער דראָנג, ,;װאָס האָט זיך אמאָל געװאָזגעט אינעם ביראָבידזשאנער מוזיי... געדרייט א קאָפּ סאלקען", שיקט אָפּ מיט א לײַכטן געמיט סאלקען אין טויט-לאגער בירקענאו. קאָסטיע פּערפילאָװון ווערט פאר- טרויט אָפּפירן סאלקען אין טויט-לאגער. אויס- נוצנדיק דעם מאָמענט, ווען ער איז אָפּגעזעסן א נאכט הינטערן שלאָס אין א וינקל פון א פּאקהאוז צוזאמען מיט דער אינגאנצן שוין אױסגעשעפּטער סאלקען, פארגוואלדיקט ער זי. סאלקע רירט זיך פון זינען און פארענדיקט סאָפּקאָלסאָף מיט זעלבסטמאָרד. סאלקעס קיי- ער איז א צוגאָב צו די ליובארער גריבער, ער שליסט זיך אײַן אין די צויי טױזנט שטעטלשע קװאָרים, פּונקט וי די צוויי טויזנט קװאָרים פונעם װאָלינער שטעטעלע ליובאר (אגעוו, ארן ווערגעליסעס געבורט-אָרט) שליסן זיך אײַן אין דעם אומענדלעכן זעקסמיליאָניקן קייווער. אין דעם ראָמאן ווערט באוויזן, ויאזוי א פארעטער באקומט געווער דורך מאָרדן סאָווץ- טישע שלאכטלײַט. עס קומט אָבער אויך די שטראָף פארן פאראט און פאר די מערדערײַען, ;פּערפילאָוו באװײַזט אויסשיסן אין ווענג- ראָװערן און קומט אליין אום מיט א מיעסן טויט. אויסבאהאלטנדיק זיך אין א קלאָזעטל, ער טאפּט מיט א ציטערנדיקער האנט אן אײַזערנע זאך -- ס'איז געווען א פּרעסל -- און מיט דעם א קלאפּ געטאָן דעם אָפיצער איבערן קאָפּ. אראָפּגענומען פונעם געהארגעטן דעם פּיסטאָלעט, האָט ער איבערגעציילט אין אים די פּאטראָנעס, און זעענדיק, אז דער פּיסטאָלעט איז שוין קימאט אױסגעלאָדן, האָט ער מיט פארדראָס זיך ארומגעקוקט אין אלע זײַטן, וי ער װאָלט געזוכט, װעמעז נאָך דערהארגענען קעדיי ארויסבאקומען פּאטראָנעס". פּערפילאָוו האָט דאן פארװװוּנדעט שווער ווענ- גראָווערן, און ער קומט אליין אום מיט א מיִעסן טויט. אויסבאהאלטנדיק זיך אין קלאָזצטל, פאלט ער אראָפּ אין גרוב. ,איוואן לאָסיעװ האָט אָנגעטראָטן מיטן רעכטן פוס אף א סטאר- טשענדיק ברעטל פונעם געזעס און, אָפּקערע- ווענדיק די נאָז פונעם געשטאנק, ארײַנגעשאָסן א לאנגע ריי קוילן אין דער גרוב ארײַן". אן אומריין לעבן-- אן אומריינער טויט.. ניט קיין שענערן טוט איז באשערט געווען יאקאָוו שאנאָווסקין, וועלכער װוערט ארויסגע- װאָרפן אף דער ניו-יאָרקער סוואלקע. דאָס סימבאָליזירנדיקע איז א באדייטנדי- קער עלעמענט אין ווערגעליסעס שאפןן. סימ- באָליש איז פאראלגעמיינערט אינעם ראָמאן די ביראָבידזשאנער טאטשאנקע, וועלכע ,פירט ארויס" ביראָבידזשאן אינעם גרויסן סאָוועטן- פארַבאנד. דער אויסטערלישער העברעיש-יידי- שער נאָמען יודאלעף און אנדרייקע, דער רוסי- שער נאָמען פון נעכעמיעס מיזיניק,---אָט די צוויי װײַטע נעמען ווערן מישפּאָכעדיק נאָענט און ענג פארברידערט, וי זיי זאָלן קומען פון דעם זעלבן און ביבלישן איילע שמועס בניי ייִסראָעל-- אָט דאָס זײַנען די ייִדישע נעמען די אויסערגעוויינלעכע כאווערישע ליבע צװישן יודאלעפן און איוואן לאָסיעװון דערמאָנט די קלאסיש-ביבלישע ליבע צווישן דאָװוידן און יע- הױנאָסאָן. ווען דאָװיד דערוויסט זיך, אז יעהוי- נאָסאָן איז אומגעקומען צוזאמען מיט זײַן פאָ- טער שאָול, דעם מיילעך פון ייִסראָעל, אין שלאכט מיט די פּלישטים, באויינט ער זײַן כאווער מיט די סאמע צארטסטע און עלעגיש- ווייטעקדיקע װוערטער: ;עס טוט מיר ויי פאר דיר, מײַן ברודער יעהױנאָסאָן, דו ביסט מיר געוועז אָנגענעם, דײַן ליבע צו מיר אין געווען וװוּנדערלעכער וי די ליבע צו פרויען". יודאלעף און לאָסיעוו זײַנען וי א צווילינג ארויסגעוואקסן און ארײינגעוואקסן איינער אינעם צווייטן. ,אין די אלציינע בושלאטן און היטלען-אושאנקעס האָבן יודאלעף און איוואן אויסגעזען וי צוויי צווילינג-ברידער, דערביי אויב אין דער יוגנט האָט זיי געמאכט ענלעך מערסטנס דאָס אויסערלעכע: די גרויסע קער- פּערס, ווינקלדיקע פּלײיצעס און פּענעמער, די אומגעלומפּערט סטארטשענדיקע אױערן און גראָבע ליפן, -- האָט איצט די ענלעכקײַט זיך געפילט אויך אין די באוועגונגען אין דעם זיצן און גיין, װאָס עס נעמט זיך פון צופּאסן זיך אין מעשעך פון פיל יאָרן איינער צום צווייטן", ׂ אָפּװענדנדיק זיך אף א רעגע פונעם ראַ- מאן, קאָנען מיר אָנװווייזן, ויאזוי מיט א ביז גאָר טרעפלעכן סימבאָלישן מיין ווערן בילדע- ריש געגעבן אין ווערגעליסעס רייזע-פארציי- כענונגען די פּאָרטרעטן פון די הײַנטצײַטיקע מאָדערנע רעדלדרייער, װאָס זעען אויס היפּש קליינשטעטלדיק אין זייערע גרויסוועלטישע און גרױיסשטאָטישע האסאָגעס; ;לעבן פענצטער ריידן צוויי מאנצבלען אף ייִדיש. אליין דער אויסזען פון אָט דעם פּאָרל איז װוּנדערבאר, איינער שװײַגט, הערט און מרוקעט אונטער, עסנדיק אָן אופהער א פערטל אָף-- ער איז אזוי ראכװעסדיק, פּורים-קוי- לעטשדיק! זײַן פּעמפּיק, א קײַילעכדיקער װי א צוגעשארטער קעסל-פּױק, גרייכט אזוי װײַט פון אים אליין, אז דער צוייטער, א נאָגעלע, א קוצעפּינדריק, דריבנע װי א הנאָם, קורצפיסיק און קורצהענטיק,. מאמעש א מאפּל-קינד, זעט אויס פונדערװײַטנס צוזאמען מיט אים, דעם מעגושעמדיק-גראָבן, װי א סאָראָקע אף א כא- זער... דער מעגושעמדיקער האָט געקוועלט, וי א בולקע אין מילך, זיך געגוידערט, צעגאָפּלט און צעלאָזט זיך, דיק און שטיק, ניט אנדערש-- א געשטאָפּטע גאנדז". די סימבאָליזירנדיקע כוכע-טלולע-געמעלו זײַנען אזוי קאָמיש פול- בלוטיק, אז דער לײיענער איז געצװוּנגען זיך ליובען, װי עס ליובעט זיך דער מעכאבער ;מיטן מעגושעמדיקן, װאָס איז אופגעלאָפן װי טייג אין דייזשע". 121 דער צוריקער פון דער סוזשעט-ליניע פון דעם ראָמאן קיין ביראָבידזשאן, דאָס צוזאמענ- טרעפן זיך װײַטער אין ווין מיצאד א טייל פון די פּערסאָנאזשן --- דאָס אלץ איז קאָמפּאָזיציאָ- נעל פעסט איינגעשלאָסן אין דעם דורכגעמאכטן אנטוויקלונגס-גאנג פון די געשעענישן און האנדלונגען און גיט א מעגלעכקײַט צו פאר- סאכאקלען און אװעקשטעלן יעדן איינעם אף זלין אָרט. נעכעמיע האלט ניט אס זײַן נאװוענאד- לעבן. ייִסראָעל איז ניט זײַ ן ערד, ניט זײַן היים. אים ציט צוריק קיין ביראָבידזשאן. דאָס הארץ זײַנס האלט ניט אויס און פּלאצט. פאר כילוש מאזאָרן איז א טויטער קערפּער אויך א סכוירע, מיט ועלכער מע קאָן האנדלען און שווינדלען, וי מ'פלעגט אמאָל זאָגן --- ער ריַסט פון לעבעדיקע און פון טויטע. כילוש מאזאָר, דער טאָמע שעבעטאָמע, דער שערעץ שעבעשערעץ, דער שאקעץ טעשאקצע- נודמענטש, דער געקויפטער טוער פון סאָכנוט, האלט זיך אין איין טויוולען אין דער מיקווע- לעקסיק. בא אים איז נעכעמיע טשאָרניצער, וועלכער האָט ניט באוויזן א פוס אוװועקשטעלן אינעם לאנד פון די אָװעס, שוין פארעכנט פאר א בירגער פון מעדינאס-ייִסראָעל. אויס טשאָר- ניצער, ער הייסט שוין נעכעמיע בען שאכאר ;און ער דארף דערגרייכן דעם ברעג פון דער אײיביקייט אין זײַן היסטאָריש לאנד". אזא וי נעכעמיע טאָר ניט קומען צו קװוּרע אין מיכוץ לאָאָרעץ, אין דער ביראָבידזשאנער ערד, אין וועלכער ער איז געװען אזוי טיף איינגע- װאָרצלט. א יוירעד, זאָל זײַן אפילע א טויטער, קאָן קאליע מאכן די אליֵא, שלעכט וירקן אף יעדן אוילע, אָפּשלאָגן דעם כיישעק באם /,גאָ- לעס ייִד* צו עמיגרירן קיין ייִסראָעל, עס בײַטן זיך די צײַטן, עס בײַטן זיך דוי- רעס. דער דויר הוילעך טרעט אָפּ זײַן אָרט פארן דויר באָ. פארשיידענע לעבנס, פארשיי- דענע טויטן. צו די שאנאָווסקיס בעט זיך אָנ- ווענדן ביאליקס בייזע וערטער: ;פּונקט וי איער לעבן האָט ניט געהאט קיין טאם און קיין זינען, אזוי האָט קיין טאם און קיין זינען אויך אײַער טויט". בענעגייע צו די װענגראָווערס קאָן מעז אָנװוענדן ביאליקס ווערטער פון דער צווייטער זיײַט: פּונקט וי אײַער לעבן האָט גע- האט א זין, אזוי איז ניט מעגלעך אָפּצוזוכן א זין אין אײַער טויט. נאָכן צווייטן דאָר, דעם דאָר פון די בומא- גינס, יודאלעפס, לאָסיעווס און פאלעקס, וועלכע גייען אף װענגראָווערס וועגן, צײַטיקט דער פארבײַט פון א דריטן דאָר, פון די אנדרייס. ;אנטקעגן דעם שוין געעלטערטן מאאאָרן איז ארויס דער שוין אונטערוואקסנדיקער אנ- דריי"... עס שפּילט און יוירט דער איבערמיש פון צוויי און נאָך אזעלכע בלוט-ריטמען: דער סלא- ווישער און דער ייִדישער". דער איבערמיש - און צונויפמיש פון בלוטן דערצאָרנט און צע- מישט די, װאָס שטייען אף דער וואך פון דער אטאָבעכארטאָנישער ראסן-רײינקײַט. פאנדריי? 122 װאָס איז עס פאר א ייִדישער נאָמען אזא ---אנ- דריי? אין וועלכער יעשיווע האָט אנדריי גע- קנעלט טוירע? און צי טראכט עֶר ניט איבער- געבן דעם ייִדישן העמשעך אין די הענט פון דער האלבער גויקע נאטאשע?". און די צײַט טוט זיך אירס, אוו די צײַט האָט קיין צײַט ניט און ברענגט מיט זיך יעדן טאָג אירע נײַע ענדערונגען. ארן ווערגעליסעס ראָמאן ,די צײַט* איז אן אומרויק ווערק ועגן אומרויקע צײַטן, װאָס באנוגנט זיך ניט מיט סוזשעטישער קונציקײַט, מיט פאנאנדערקנוילן אן אנעקדאָט. ווערגעליסן איז פרעמד דער אידילישער קיטויוו פון פּאטשן זיך אין בײַכל, דער צונויפלעכט פון שטיקלעך זיכרוינעס און שיראים פארבליבענע שטיקלעך פון ניט דערליבטע ליבעס, דער אופמיש פון אָרעמע ביאָגראפישע בלעטלעך, וועלכע האָבן ניט װאָס צו זאָגן און װאָס צו דערציילן. ארן ווערגעליס שרייבט וועגן דעם, װאָס א צווייטער איז ניט מעסוגל צו שרייבן פּונקט אזוי, וי ער שרײייבט. ער וייסט, אז װער עס לעבט ניט אף יענעמס כעזשבן און עפנט אוף א| אייגענע קאָנטע אין דער ליטעראטור, איז באװאָרנט פין איבערכאזערן א צוייטן. ארן ווערגעליסעס קראפט באשטײיט אין דעם, װאָס ער האלט די פּען אין האנט צוזאמען מיטן פּוֹלס פונעם לעבן. ער איז קיינמאָל ניט קיין פּאסיווער באאָבאכטער און פּאסיווער בא- שרייבער. יעדער זשאנער, יעדער סוזשעט איז פאר אים א ניי שלאכטפעלד. און מיט דעם איז טאקע צו דערקלערן, װאָס דאָס פּובליציסטישע אין בעסטן זין פון װאָרט פארלאָזט אים קיין- מאָל ניט. ער איז שטענדיק אין שטרײַט און אין וויקועך, הערט ניט אוף שטעלן און לייזן פּראָבלעמען, פארסאכאקלען דורכגעגאנגענע גע- שיכטלעכע וועגן. דער ראָמאן , די צײַט" איז געקומעו מיט דער צײַט, לעבט מיט דער צײַט און איז א וויכטיקער רינג פאר דער נײַ-אָנקומענדיקער צײַט. די נײַע אנטדעקונגען און אנטפּלעקונגען און דאָס נײַע דערגרייכטע אין דעם ראָמאן בא- שטייט ניט אין דעם, װאָס ווערגעליס טיילט אים פאנאנדער אין נאָװעלן און װאָס ער באװאָרנט זיך מיט דער פארצייכענונג-קאמייע, נאָר דערי- קער אין דעם, װאָס ער האָט אף א קליינעם שעטעך באהערשט פילצאָליקע גרויסע שעטאָ- כים און אומגעהייער גרויסע מעהאלעכן פון דער צײַט. איינע פון שאָלעם-אלייכעמס מאָנומענטאלס- טע געשטאלטן-- טעוויע דער מילכיקער-- ווערט אויך אויסגעשטאלטיקט און אויסגעפו- רעמט אין א ציקל נאַװעלן. שאָלעם-אלייכעם האָט קיין אנדער אויסוואל ניט געהאט, װײַל ווען ער האָט זיך באקאנט מיט טעויען, איז טעוויע אין די אויגן פונעם לייענער דערווייל קיין טעוויע ניט געװען. ער איז געווען נאָך אָרעם אין מײַסים, אין איבערלעבונגעו און אין דראמאטישע צוזאמענשטויסן. דער שרײַבער האָט זיך געהאלטן אין איין באגעגענען און צע- שיידן מיט זײַן באליבט געשטאלט, בא פאר- שיידענע צײַט-אָפּשניטן האָט ער בא טעויען אָפּגענומען א דין-וועכעזשבן, װי עס האלט בא אים, ויָאזוי זײַן בויערקע האָט איבערגעלעבט די שטורעמס פון דער צײַט, װאָס פאר אן ענ- דערונגען זיי האָבן ארײיַנגעטראָגן אין זײַן לעבן. די נאָוועלע ;דאָס גרויסע געוינס" איז גע" שריבן געװאָרן אין 1895. אין פיר יאָר ארום, אין 1899, זעצן פאָר טעװויעס לעבנס-גאנג די נאָוועלן ;א בוידעם" און ,הײַנטיקע קינדער". נאָך א נײַער, לענגערער פּאוזע, אין 1904, ווערט אָנגעשריבן די נאָוועלע ,האָדל". האָדלס שווע- סטער כאווע קומט אויס צו ווארטן ווייניקער -- די נאָוועלע ,כאווע" איז אָנגעשריבן געװאָרן אין 1906. שפּרינצען האָט נאָך מער אָפּגע- גליקט --- די נאָוועלע ,,שפּרינצע* האָט זיך בא- וויזן אין 1907. און ווידער א פּאוזע און נאָכא- מאָל א פּאוזע -- אין צוויי יאָר ארום אין 1909 קומט אראָפּ פון דער פּען די נאָוועלע ,טעוויע פאָרט קיין ערעץ-ייַסראָעל* און אין 1914 --- די נאָוועלע ,לעך-לעכאָ*. גאָר אנדערש זײַנען די פארשיידן בארירטע צײַטן בא ווערגעליסן, אלץ איז אָפּגעזעצט, אלץ איז שוין ארײַן אין דער געשיכטע. בא שאָלעם- אלייכעמען -- דער ,שפּראָצנדיקער אופגאנג", בא ווערגעליסן --- די ,צײַטיקע צײַט", די צײַט פון שניט. מע קאָן זאָגן, אז אינעם ראָמאן , די צײַט* מאכן מיר דורך א פופציקיאָריקע רײַזע איבערן ייִדישן לעבן אין סאָוועטנפארבאנד. מיר געדענקען אויך ווערגעליסעס בוך ארײַזעס", וועלכער פירט אונדז ארום איבער די ייִדישע ייִשוּווים פון דער וועלט אין די 60-ער-- 70 ער יאָרן. די רײַזעס, װוּ ארן ווערגעליס באגעגנט זיך פּאָנעם-על-פּאָנעם, שפּיז צו שפּיז, אין די אטא- קעס מיט די פארשיידענע סאָנים פון דער נײַער סאָציאליסטישער וועלט, האָבן בעלישום-סאָפּעק געהאט א טיפע ווירקונג אף דער קעמפעריש- קײַט פונעם ראָמאן, פּונקט װי דער אָפּהילך פונעם ראָמאן האָט איבערגעלאָזט טיפע קלאנ- גען אין די דראמאטישע נאָװועלן און אפילע אין די ,נאָטיצן אָן א סיידער". כראָניק ייִדישע ליטעראטור און קונסט אינעם קולטור-לעבן אין לייפּציג דער ליײיפּציגער סינאגאָגע-כאָר, וועלכער אין גע- גרינדעט געװאָרן אין 1962, פונקציאָנירט אויך איצט אונטער דער אָנפירונג פונעם באקאנטן זינגער פון דער לייפּציגער אָפּערע העלמוט קלאַָץ. אָט דער אוניקאלער אין אײיראָפּע כאָריקאָלעקטיוו פילט אויס ניט בלויז ייִדישע ליטורגישע מוזיק, נאָר אויך מו- סטערן פונעם ייִַדישן און העברעישן פאָלקלאָר. צוגלײַך מיט די פילצאָליקע ארויסטרעטונגען אין לייפּציג האָט דער כאָר, װעלכן עס איז צוגעײגנט דער טיטל , אויסנעמלעכער פאָלקסיאנסאמבל אין דער דדר", גאסטראָלירט אין פיל אנדערע שטעט פון רעפּובליק און אין אויסלאנד. זײַנע לידער און מע- לאָדיעס װוערן רעגולער איבערגעגעבן אין דער רא" דיֵאָ פון דער דײַטשישער דעמאָקראטישער רעפּו- בליק. אינטערעסאנט גייען דורך די אזויגערופענע יער- לעכע פרימאָרגנס פון דער ייַדישער געמיינדע, אף וועלכע זינגער פון ליפּציג, בערלין און אנדערע שטעט טרעטן ארויס מיט ייַדישע לידער און מיט קינסטלערישע פאָרלעזונגען פון װערק פון דער ילִדי- שער קלאסיק. ניט לאנג צוריק אין דאָ פאָרגעקומען א קאָנ- צערט, אף וועלכן עס האָט מיט באגײַסטערונג אויס- געפילט א פּראָגראם פון ייִדישע זינגלידער די יונגע אקטריסע פון בערלין יאלדי רעבלינג. מיט דערפאָלג זײַנען דורכגעגאנגען אין אונדזער שטאָט די גאסט- ראָלן פונעם ביראָבידזשאנער ייִדישן מוזיקאלן קא- מעריטעאטער. א באזונדער אָרט פארנעמט אינעם ייִדישן קול- טורילעבן הדאָס בוך-וועזן. ס'איז כאראקטעריסטיש, אז האגאם נײַע ביכער אף ייִדישער טעמאטיק װוערן ארויסגעגעבן רעגולער, איז געוויינלעך ניט לײַכט צו קריגן אזא אויסגאבע. דעריבער ויל איך דאָ אָנרופן בלויז די נײַסטע ביכער, דערשינענע אין לייפּציג מיט דער הילף פון די אָרטיקע ארויסגעבער און איבערזעצער. מיט א צײַט צוריק איז דערשי- נען א באנד לידער פון דער דיכטערן ריזל זשיכ- לינסקע, צונויפגעשטעלט און ארויסגעגעבן דורכן לײיפּציגער פארלאג-טוער הובערט ויט, וועלכער איז שוין ברייט באקאנט מיט די שוין פאראנענע זאמ- לונגען ,דער פידלער פון דער געטאָ" און ,מײַנע ייִדישע אויגן. אינעם באװוּסטן לײיפּציגער דיטעריך-יפארלאג אין ניט לאנג צוריק דערשינען אונטערן נאָמען ,דיא" לאָג? א בוך דערציילונגען פון י-ל. פּערעץ און שאָלעם-אלייכעם (װי גלײַך מיידע קלאסיקער פון דער ייִדישער ליטעראטור װאָלטן געפירט א גע- שפּרעך צװוישן זיך). דער פארלאג פאר קינדער האָט ארויסגעגעבן ,די לעגענדע ועגן ציגעלע", רײַך אויסגעפורעמט מיט ליטאָגראפיעס פון טאנכום קאפּ- לאן. גאָר אינגיכן װעט באם פארלאג ,פאָלק אונד וועלט? ארויס פון דרוק שאָלעסיאלייכעמס .שיר" האשירים", אויך איליוסטרירט מיט טאכנום קאפּלאנס ליטאָגראפיעס. צום סאָף וילט זיך דאָ אונטערשטרײַכן, אז אין דער דײַטשישער דעמאָקראטישער רעפּובליק װײַזט ארויס א גרויסן אינטערעס צו דער ייִדישער קול- טור גראָד די יוגנט. ניט צופעליק שליסן אלע מאָל אײַן אין זייער רעפּערטואר ייִדישע זינגלידער די סטודענטן-װאָקאליסטן פונעם ליפּציגער מוזיקאלן אינסטיטוט. די סטודענטקע קריסטא מים, לעמאָשל, פארמאָגט א גאנצע פּראָגראם פון ייִדישע זינגלידער און ייִדישער דיכטונג, מיט וועלכער זי טרעט הויפּט- זאכלעך ארויס אין יוגנטלעכע קלובן. ד"ר גיונצעראָדט (ליפּציג) 123 ליב װווילסק ער מײשייסנינגלן באם אורקוואל פון דער ;פושקינ:אנע' בא *י;דן די ערשטע איבערזעצונג פון פּושקינס ווערק אף העברעיש האָט זיך באוויזן אין יאָר 1861, אף ייִדיש-- אין 1862. װאָס איז שײַעך דעם אלגעמיינעם פּראָצעס פון דער האשפּאָע פון פּושקינס פּאָעזיע אף דער דיכטונג בא ייַדן, איז ער אף העברעיש געווען אינטענסיווער, איידער אף ייִדיש. צו אזעלכע אויספירן קאָן מען קו" מען, פארגלייכנדיק פארשיידענע ביבליאָגרא- פישע קוואלן און אָפּשאצונגען פון ליטעראטור- קריטיקער אף ביידע שפּראכן. סאָוועטישע פאָרשער זיינען נאָך אין די דריײַסיקער יאָרן געקומען איינשטימיק צו דער מיינונג,. אז אין ייִדיש האַט דער פּראָצעס שטארק פארשפּעטיקט. איינער פון זיי --- ל. מי- שקאָווסקי --- האָט געשריבן: ;אף ייִדיש זײַנען ביז דער רעװאַליוציע פּושקינס װוערק קימאט ניט איבערגעזעצט געװאָרן. די עטלעכע פּרוּוון, װאָז מע האָט יאָ געמאכט, זײַנען געווען ניש- טיק. די איבערזעצונגען זייַנען געוועון שלעכטע, און זיי האָבן ניט געקאָנט געבן קיין ריכטיקע פאָרשטעלונג וועגן פּושקינס ריזיקן טאלאנט". נאָך קלאָרער האָט זיך אויסגעדריקט ב. סלוצקי: ,פּושקין איז ביזן 1917 יאָר קימאט אינגאנצן געבליבן אומבאקאנט אין ייִדיש... ער האָט אויך געהאט א קנאפּע וירקונג אף דער ייִדישער פאררעװאָליוציאָנערער דיכטונג". אין זעלבן גײַסט האָט געשריבן א. וועלעד- ניצקי אין 1927: ,די ייִדישע ליטעראטור האָט ביז איצט קימאט ניט פארמאָגט קיין דערפא- רונג פון איבערזעצן פּושקינס ווערק. די ארבעט פון איבערזעצן פּושקינען הייבט זיך, אייגנט- לעך, איצט אָן -- אין דער סאָוועטישער ייַדי- שער ליטעראטור". פאר די ערשטע איבערזעצונגען אין ייִדיש האלט מען די, וועלכע זיינען אָפּגעדרוקט גע- 124 װאָרן אין דעם וועכנטלעכן זשורנאל ,אייראָ- פּעיִשע ליטעראטור", וועלכער איז ארויסגעגעבן געװאָרן אין ווארשע אין 1910 (פארלאג צפּראָ- גרעס") אונטער דער רעדאקציע פון א. רייזען. אלס ערשטע איבערזעצער פון פּושקינען זײַנען אָנגעװיזן: ארן גראָדזענסקי (1891, אומגעקומען אין ווילנע אין 1941), דאנייעל טשארני (1888 -- 9 און לייב נײַדוס (1890---1918), דער זעלבער ב. סלוצקי שרײַבט װײַטער וועגן דער האשפּאָע פון דעם געניאלן רוסישן דיכטער אף אָשער שווארצמאנען און דאָװיד האָפשטײנען, וועלכע ,זײַנען דערצויגן געװאָרן אף פּושקינען. זיי זײַנען געווען, באזונדערס אין די ערשטע יאָרן פון זייער שאפן, זייער שטארק אונטער פּושקינס ווירקונג". ב. סלוצקי באהויפּ- טעט, אז האָפשטײן און שווארצמאן האָבן ,די ערשטע אריינגעבראכט אין דער ייִדישער פּאָע- זיע פּושקינס יאמב, פּושקינס געלײַטערט, קלאָר װאָרט, זײַן פּאטעטישקײײַט, זײַן שטייפן, קלינ- גענדיקן פערז". מיט אָט דעם טעזיס װעלן מיר שפּעטער פּאָלעמיזירן. ס'וועט אָבער ניט זײַן איבערגעטריבן צו זאָגן, אז די סאָוועטישע ייִדישע (און ניט נאָר ייִדישע) שרײַבער, און קױידעמקאָל דיכטער, האָבן ניט אויסגעמיטן די פרוכטבארע ווירקונג פון פּושקינס געניאלע ווערק. וועגן דער ריײַכער האשפּאָע פון דער רוסי- שער קלאסישער פּאָעזיע, און פון פּושקינס בי- פראט, אף דער העברעישער דיכטונג איז פא- ראן א היפּשע ליטעראטור. וועגן דעם שרייבט, לעמאָשל, י. בען-יעשורין (קיטייקישער) אין זײַן מאָנאָגראפיע ,השירה הרוסית והשפּעתה על השירה העברית" (,די רוסישע פּאָעזיע און איר האשפּאָע אף דער העברעישער", טעל-אויוי 5). צווישן די העברעישע דיכטער, וועלכע זײַנען באווירקט געװאָרן דורך פּושקינען, וי אויך דורך אייניקע אנדערע רוסישע דיכטער, זײַנען דאָ איבערגערעכנט י.-"ל. גאָרדאָן, קאָנ- סטאנטין שאפּיראָ, מאָרדכע צווי-מאנע, כ.-1. ביאליק, ש. טשערניכאָווסקי, י. שימאָנאָװיטש, וועגן פּושקינס האשפּאָע אף דער העברעי- שער פּאָעזיע האָבן געשריבן אויך פיל אנדערע, לעמאָשל, ש. טשערניכאָווסקי: ,פּושקין איז אונדזער מעכיצע", י.-א. קלאוזנער אין זיינע ארטיקלען וועגן פושקינען אין ביידע אויסגא- בעס פון דער ,ליטערארישער אלגעמיינער און ייִדישער ענציקלאָפּעדיע". פּושקינס האשפּאָע אף כ."נ. ביאליקן האָבן געווידמעט זייערע פאָר- שונגען יערוכאם-פישל לאכאָװוער ,חיים נחמן ביאליק, חייו ויצירתו" (;כאיִם-נאכמען ביאליק, זײַן לעבן און שאפן") און י. פיכמאן אין זײַנע ביכער ;שירת ביאליק" (,ביאליקס דיכטונג") און ;סופרים בחייהס" (,שרײיַבער, ווען זיי האָבן געלעבט"), ס'איז קעדײַ אויך ברענגען דעם אויספיר, צו וועלכו ס'איז געקומען י. בען-יעשורין (קי- טייקישער) אין זײַן פאָרשונג ,די רוסישע פּאָץ- זיע און איר האשפּאָע אף דער העברעישער? ,מיר דארפן דאנקבאר זײַן דער רוסישער פּאָץ- זיע, וועלכע האָט ---אליין ניט וויסנדיק דער- פוז --- מיטגעהאָלפן דער באנײיונג פון דער הע- ברעיישער דיכטונג. מיר װאָלטן ניט זויכע געווען צו פיל װערק, מיט ועלכע מיר גרויסן זיך איצט, װען ניט די רוסישע פּאָצזיע". פּושקינס װערק זײַנען געקומען צו ייָדן דורך צויי קוואלן. ערשטנס, דורכן רוסישן אָריגינאל. ס'איז ניט אױסגעשלאָס, אז יעכי- דים זײַנען געווען מיט זיי באקאנט נאָך באם דיכטערס לעב צװייטנס, צוערשט דורך איבערזעצונגען אין העברעיִש און דערנאָך אויך אין ייִדיש. אויסער אונדזער ארבעט ,מ. פּלונ- גיָאן און זײַן איבערזעצונג פון פּושקינס לִיךי (;סאָוועטיש היימלאנד", 1981, נומ. 4 גע- ווידמעט די ערשטע איבערזעצונגען פון פּוש- קינען אף ביידע שפּראכן, זײַנען אונדז באװוּסט אויך אנדערע אָפּהאנדלונגען אף אָט דער טעמע: 1 דראגאנאָוו פּ. ד. (1858--1928), ,ווער האָט דער ערשטער גענומען זיך איבערזעצן פּושקינען או! די ערשטע איבערזעצונגען זײַנע אף 50 שפּראכן און דיאלעקטן פון דער וועלט"ג. 2. אפן יעסאָד פון אָט דער ארבעט האָט דער זעלבער אװטאָר פארעפנטלעכט א זעלב- שטענדיקע אויסגאבע אונטערן טיטל: , דער פו- פציקשפּראכיקער פּושקין, ד. ה. די איבערזעצונ- גען פון פּושקינען אין 50 שפּראכן און דיא- לעקטן פון דער וועלט"כ. | תסתהמעקח סטמקסח8 סזא! .)) 11 מסמהזהקה 1 סוטהסתהמהמסמקסה א המתאושץ!! עזאתסמסקסח 4641 238608 90 הא 600 ווהסמסקסח .28 6011 /4אססוקסס611 ---:2קזא 54 לאב ,1899 =קעס28867-116167) .לָבאקסם -668---634 .קזס אין ביידע אויסגאבעס פאלן זיך צונויף די אָנגאבן וועגן די איבערזעצונגעז אין העברעיש און אין דער ,ייִדישער מינדלעכער שפּראך לויטן רוסיש-עסטרײַכיש-פּרײַסישן זשארגאָן אשקענאז". ,וועגן די העברעיישע איבערזעצונ- גען, -- שרײַבט פּ. ד. דראגאנאָוו, --- האָט מיר מיטגעטיילט דער ביבליאָגראף ס. מ. גינזבורג". זעלבסטפארשטענדלעך, אז אין שאָול גינזבורגס (1866---1940) ביבליָאָגראפישער פּינקטלעכקײַט קומט ניט אויס צו צווייפלען. עס ווערן געבראכט 7 איבערזעצונגען, אָנהײבנדיק פונעם 1861 ביזן 189 יאָר. אנדערש אָבער באקומט זיך, ווען דראגאנאָוו שרײַבט ועגן פּושקינס איבערזע- צונגען אין ;דער ייִדישער מינדלעכער שפּראך". ער רופט ניט אָן, װער עס האָט אים אינפאָר- מירט, אָדער, פּינקטלעכער, דעזינפאָרמירט. עס באקומט זיך לעכערלעך. די איין-און-איינציקע אויסגאבע, וועלכע איז דאָ געבראכט.. איז די העברעישע איבערזעצונג פון דער ,,מײַסע וועגן פישער און פישעלע" פון א. ליובאָשיצקין, װאָס זי איז געווען איבערגעדרוקט אין ווארשע אין 9, און גראָד זי פעלט אין דער העברעישער רעשימע. 3 שאָכעטמאן בארוך (1890--1956), ;תרגומי פּושקין בעברית"---,איבערזעצונגען פון פּושקינען אין העברעיַש" (,האארעץ", 19 פעווראל 1937), 4 לאכאָווער שמועל, יצירת א. פּושקין בתרגומי סופריס עברים" ---ע;א. פּושקינס שא- פונג אין איבערזעצונגען פון העברעיישע שריי- בער" (,דאוואר", 10 יון 1949), 5 לאכאָווער שמועל, ,אלכסנדר סרגייביץ פושקין. ביבליוגרפיה" -- ,אלעקסאנדער סער- גייעוויטש פּושקין. ביבליאָגראפיע" (אין זשור- נאל ;יד לקורא" -- ;הילף דעם לײענער", 0, באנד 2). דער אװטאָר האָט דאָ אונטער- געצויגן א סאכאקל פון אלץ, װאָס עס איז אים געווען באװוּסט אפן דאָזיקן געביט. ‏ . װאָס שײַעך פּושקינס װערק, וועלכע זײַנען דערשינען אף ייִדיש, זײַנען אונדז באװוּסט פאָלגנדע ארבעטן; -- סלוצקי, ב. ‏ פּושקין אין ייָדִיש". אר- טיקל אין דער צײַטונג ;עמעס", 1926, 28 יול, -- מישקאָווסקי,. ל. ,פּושקינס װערק אין ייִדיש". ארטיקל אין דער צײַטונג ,שטערף, 6, 2 אָקטיאבער: ;פּושקינס ווערק אין ייִדיש. --- וועגן פושקינען? (ביבליאָגראפיע); אין זײַן בוך ,אלעקסאנדער סערגייעוויטש פּו- שקין. צום הונדערטסטן יאָרטאָג פון זײַן טויט", קיעוו, צענטראלע ייִדישע מעלוכע-ביבליאָטעק א. נ. פון מאָריס ווינטשעווסקי, 1927, -- וועלעדניצקי, א. ,פּושקין אין ייִדיש". זשורנאל ,פארמעסט", 1937, נומ. 1. -- כאשטשעוואצקי מ. ?א. ס. פּושקין און די ייִדישע סאָוועטישע דיכטונג. נאָטיצן". זשורנאל ;פארמעסט" י. 1937, נומער |. 8111181/4 2603 עדהדז 246 11 8808/גץת / 2 ;אצת =) 24 עתסמסקסת .7.6 ,שאאוועדן -02687) .גקעוה העטסק88 א מסאפבהף 250 הו -ז 1899 ,זקע06סזסדן 125 --- פידעלמאן, נ. ,ביבליאָגראפיע פון פּר שקינס וװוערק אין ייִדיש* (סאָוועטישע אויסגא- בעס). זשורנאל ;פארמעסט", 1937, נומ. 1. --- פינקעלשטיין, א. ,א. ס. פּושקינס ווערק, דערשינענע אין ייִדיש*, זשורנאל ;,סאָװעטיש היימלאנד", 1974, נומער 6. (די פריסטע איבערזעצונג איז דאָ דאטירט מיטן יאָר 8 אין רעזולטאט פון אונדזערע פאָרשונגען האָבן מיר געפונען און פעסטגעשטעלט אומבא- װוּסטע אויסגאבעס און איבערדרוקן פון פּוש- קינס איבערזעצונגען אין העברעיש און ייִדיש, וועלכע זײַינען ניט פיקסירט אין אָט די ביז גאָר וויכטיקע און אינטערעסאנטע ארבעטן. זיי בא- װײַזן, אז דאָס וויגעלע פון פּושקינס איבער- זעצונגען אין העברעיש און ייִדיש איז געווען רוסלאנד, מיר מיינען, אז עס האָט ניט קיין זין צו בויען איליוזיעס און זוכן איבערזעצונגען פון פּושקינען בא ייִדן אין די 1820-ער יאָרן. הא- גאם אזעלכע זיינען שוין באװוּסט אין אנדערע שפּראכן: אין פראנצויזיש און דײַטש (1823), שװועדיש (1825), סערביש און פּויליש (1826), איטאליעניש (1828). עס איז אפילע צו פרי זיי זוכן אין די 1820-ער -- אָנהײב 1840-ער יאָרן, ווען עס האָבו זיך שוין באוויזן די איבערזעצוג- גען פון פּושקינען אין אוקראיניש און טשעכיש (1820),, מאָלדאוויש, סערבאָ-כאָרוואטיש און ענגליש (18235), האָלענדיש (1837), דעניש און ארמעניש (1842). די צייט איז נאָך ניט געװען רײַף דערצו. דער קולטורעלער מאצעוו פון די ייִדן אין רוסלאנד איז געווען ניט קיין גינסטי- קער פאר אזעלכע איבערזעצונגען. אף דער גאנצער טעריטאָריע פון רוסלאנד, װוּ עס האָבן געלעבט ייִדן, איז ביזן 1840 ניט געווען קיין איין ייִדישע וועלטלעכע שול, װוּ מע זאָל לער- נען די רוסישע שפּראך און ליטעראטור. גע- װוירקט האָט אויך, פון איין זײַט, די אָפּגעזוג" דערטקייט פון די ייִדן, וועלכע זײַנעז געוען פארשלאָסן אינעם טכום, איזאָלירט פוּן דער רו" סישער באפעלקערונג, און פון דער צוייטער, די דיסקרימינאציע-פּאָליטיק פון דער צארישער רעגירונג בענעגייע ייִדן אין שטעט מיט א געדיכטער רוסישער בא- פעלקערונג האָבן ייִדן, אלס קלאל, ניט גע- װוינט. עס קלינגט אבסאָליוט אומגלייבלעך די יעדיע וועגן א געוועזענעם ;ייִדישן קווארטאל" אין מאָסקװע נאָך פאר דער אינוואזיע פון דער פראנצויזישער ארמיי. די מיטיילונג פון ;הצפירה" (פונעם 16(3) אפּרעל 1912, נומער 4 באזירט זיך אף א דערקלערונג פון אן אָפּיצער פון דער נאפּאָלעאָנישער ארמיי, וועל- כער האָט קלוימערשט גלײַך נאָך דער סרייפע אין מאָסקװע דאָרט זיך אָנגעטראָפן און גע- שמועסט מיט איינעם פונעם אייִדישן קוואר- טאל", וועמענס הויז איז פארברענט געװאָרן צוזאמען מיט די אנדערע הײַזער פון די ייִדן וועלכע האָבן דאָ געװוינט. אלנפאלס, רוסישע אָדער ייִדישע באגלייבלעכע מעקוירים, וועלכע 16 זאָלן אזוינס באשטעטיקן, זײַנען אונדז ניט בא- װוּסט, ערשט ניט לאנג צוריק האָבן מיר זיך אָנ- געשטױסן אף א מערקוירדיקן דאָקומענט, וועלכער באלויכט דעם צושטאנד פון דער בא" האוונטקייט פון ייַדן אין רוסיש אין יענע צײַטן. אים האָט אָנגעשריבן דעם 4 יון 1862 דער פארוואלטער פונעם מיניסטעריום פאר פאָלקס-בילדונג, סטאטס-סעקרעטאר גאָלאָוונין. דאָס איז אן אָפיציִעלע מיטיילונג פון דער ספּע- ציעלער קאנצעליאריע פונעם מיניסטער פאר- פאָלקס-בילדונג וועגן שולן בא ייִדן. ,זי האָבן שוין געבראכט א מערקווירדיקע נוץ,--שרייבט גאָלאָוונין, --- אפן געביט פון בילדונג און פאר- שפּרייטונג פון דער רוסישער שפּראך צוישן ייַדן. אגעוו, דערצו דינען די פּעריִאָדישע אויס- גאבעס בא ייִדן אין רוסיש, אין וועלכע עס בא- טיײיליקן זיך פיל ייִדישע מיטארבעטער, אוז זיי האָבן א באדייטנדיקע צאָל לייענער, אין דער צײַט, ווען מיט 20 יאָר צוריק איז אין גאנץ רוסלאנד ניט געווען אפילע קיין 200 ייַדן, וועלכע זאָלן לייענען, און 20, וועלכע זאָלן שרייבן רוסיש". (לענינגראד, צענטראלער הי- סטאָרישער מעלוכע-ארכיוו פון פססר, פאָנד נומ. 821, ;אָפּיס" 8, נומ. 261, ז. 13--15), אָט אזוי זעט אויס דאָס בילד פון רוסיש בא ייִדן אין אָנהײיב פון די 1840-ער יאָרן. אף א ייִדישער באפעלקערונג פון פיל העכער פון א מיליאָן נעפאשעס (פארגל. די אָנגאבן, וועלכע זײַנען געבראכט אין דער ייִדישער ענציקלאָ- פּעדיע אין רוסיש עהתאהסחסהאאמאפּ 6080620888, באנד 11, שפּאלטן 535--5236) זיינען געוען צוויי מיניאָנים, וועלכע האָבן געקענט שרײַבן רוסיש! צווישן די , צוויי מיניאָנים* איז געווען אריַנ- גערעכנט דער דעמלט יונגער און דערנאָך פּאָ- פּולערער אין דער העברעישער און ייִדישער ליטעראטור דיכטער, פּראָזאיקער, זשורנאליסט און איבערזעצער אוװראָם-בער גאָטלאָבער (1811, אָדער 1810, געשט. 1899). זײַן פּען-- וי וויייט ס'איז אונדז ביז הײַנט געלונגען צו פעסטשטעלן אפן סמאך פון די ביכער-פאָנדן פון די לענינגראדער ביבליאָטעקן -- האָבן מיר צו פארדאנקען די ערשטע איבערזעצונגען פון דער רוסישער פּאָעזיע אין העברעיש ביכלאל. זײַן ערשטער באנד לידער טראָגט דאָס קעפּל ,פרחי האביב*"---,פרילינגס-בלומען, און ער איז אָפּגעדרוקט געװאָרן אין דער טיפּאָגראפיע פון ס. וואקס אין יוזעפאָוו אין 18327. דאָ געפי- נען מיר דריי איבערגעזעצטע לידער פון ג. מ. קאראמזינען און צו איינער פון וו. א. אָזעראָוון און מ. מ. כעראסקאָוון. אגעוו, זײַנען דאָ אויך פאָרגעשטעלט איבערזעצונגען פון דײַטשישע און פראנצויזישע דיכטער א.פּ. גאָטלאָבער האָט זיך דאָ גענוצט מיט דער פארמיטלונג פון רוסישע איבערזעצונגען). מיט די ערשטע איבערזעצונגעז פון פּושקי- נען און פון אייניקע אנדערע קלאסיקער פון דער רוסישער פּאָעזיע קאָן מען זיך באקאנען 8+ ערשט אין א שפּעטערדיקער אויסגאבע, וועלכע איז דער- שינען אין צען יאָר ארום. ריידנדיק וועגן די איבער- זעצונגען פון פּושקינס ווערק אין העברעיַש און יַדיש אינעם אָנפאנג-פּעריָאָד און וועגן זייער ספּעציפישקײַט, דארף מען נעמען אין אכט אייניקע מאָמענטן. דער אונטערשייד צווישן דער רײַכער. רוסישער שפּראך, וועלכע האָט אין פּו- שקינס צײַטן, און טאקע אדאנק אים, דערגרייכט די העכסטע שטאפּלען פון איר אנטוויקלונג, און דער הע- ברעישער איז געווען א קאַ- לאָסאלער. די לעקסיק בא די ערשטע העברעיישע איבער- זעצער איז געװוען א בא- גרענעצטע. זי איז אין בעסטן פאל באשטאנען פון עטלעכע טויזנט װאָרצל-ווערטער פו- נעם טאנאך און פון דער שפּעטערדיקער ליטע- ראטור. מע דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז אפילע די לעקסיק פון דער העברעישער מיטלאלטערלעכער פּאָעזיע, װוי אויך פון דער פּראָזע, פילאָלאָגיע, פילאָסאָפיע, מעדיצין, אס- טראָנאָמיע,. מאטעמאטיק איז דאן נאָך ניט גע- װע! װי געהעריק באקאנט. ניט בעסער האָט אויסגעזען די לאגע אין ייִדיש. די אלגעמיינע בילדונג פון די איבערזעצער איז אויך געווען א גאנץ קנאפּע: דער כיידער, די יעשיווע. א באגרענעצטע צאָל אויסגאבעס אין אײראָפּעיַשע שפּראכן. ווער-ווער, נאָר די איבערזעצער אליין זײַנען געווען גוטע מעווי- נים אף זייערע ליטערארישע קויכעס, גענויער געזאָגט --- שוואכקײיטן. די איבערזעצער און איבערזעצונגען זײַנען ;קינדער פון זייער עפּאָכע* און די רייד וועגן זיי דארפן באגלייט ווערן מיט קאַנקרעטע אָנ- ווײַזונגען. מע דארף זיך ניט װוּנדערן, װאָס, ערשטנס, האלטן ניט אייניקע איבערזעצער פאר מעגלעך צו שאפן קינסטלערישע אין פולן זין פון װאָרט איבערזעצונגעו און באנוגענען זיך מִיט פרײַע געגראמטע אָדער ניט געגראמטע און אפילע וערטערלעכע איבערזעצונגעף צווייטנס, באהאלטן אויס די איבערזעצער זייע- רע נעמען און פארעפנטלעכן די אָפּגעטאָנענע ארבעט אונטער א פּסעװדאָנים, אָדער גאָר אנאָ- נים. דאָס איז טאקע די סיבע פון דעם, װאָס ארום דער אװטאָרשאפט פון אייניקע איבער- זעצונגען זײַנען פאראן כלוקעדייעס. דריטנס, ברענגען ארויס אייניקע איבערזעצונגען בלויז קליינע פראגמענטן פון פּושקינס וװערק. פערטנס, טרעפן זיך איבערזעצונגען, וועלכע ישר רפקייג צי 8 פיל הסרלה פה פישרביר ברציס ביה לקר =יככר אפ זײַנען געמאכט אף אזויפיל פרײַ, אז עס איז קימאט אומעגלעך פעסטצושטעלן לויט זיי פּוש- קינס אָריגינאל. עס טרעפט זיך אױך, אז א ליד איז פארפאסט אף א מאָטיוו פון פּושקינס א ווערק. פינפטנס, איז די צאָל איבערזעצונגען ביז גאָר א קליינע. עמעס, ס'איז ניט אויסגע- שלאָסן, אז א טייל פון זיי איז מיט דער צײַט פארפאלן געװאָרן און פון זֵיי זײַינען צו אונדז ניט דערגאנגען קיין יעדיִעס. נאָך מער, אפילע די איבערזעצונגען, וועלכע זײַנען יאָ צו אונדז דערגאנגען, געפינען זיך אין אזא נישטיקער צאָל עקזעמפּליארן אין דער וועלט, אז ניט יעדן זיַנען זיי צוגענגלעך. ס'איז טאקע קיין כידעש ניט, װאָס די ביז איצטיקע ביבליאָגראפיעס שפּיגלען ניט אָפּ און זײַנען, אייגנטלעך, ניט בעקויעך אָפּצושפּיגלען אין דער נייטיקער מאָס די איבערזעצונגס-טע- טיקײַט אף דעם געביט. פארן פּעריִאָד ביז דעם יאָר 1880 אײַנגעשלאָסן זײַנען אין אלע דער- מאָנטע ביבליאָגראפישע ארבעטן באװוּסט ניט מער וי צוויי אויסגאבעס אין העברעיש: איינע פון 1861, די צווייטע פן 1880, און אין ייִדיש--- קיין איינע ניט. נאָך לאנגע זוכענישן האָט אונדז בעפיירעש אָפּגעגליקט, און אויסער די ביידע דערמאָנטע איבערזעצונגען און די געבראכטע פארן יאָר 1856 אינעם ארטיקל ,מ. פּלונגיאן און זײַן איבערזעצונג פון פּושקינס א ליך", האָבן מיר זיך אָנגעשטױסן אף איבערזעצונגען אין העברעיש סײַ ביז דעם 1861, סײַ פון דער צװישנצײַט 1861--1880, וי אויך אף אין איבערזעצונג אין ייִדיש פונעם געפאָרשטן צײַט- אָפּשניט. אין 1847 איז אין דרוק פון דער אימפּע- ראטאָרישער וויסנשאפט-אקאדעמיע פארעפנט- 127 לעכט געװאָרן א לערנבוך פון דער רוסישער שפּראך פאר ייַדן; ;תבנית ספר החנוך ללמד בני העבריס את לשון רוסיא". דער טיטל אין רוסיש: צאסאססטעזאגקחת א 08020182אעץק זמח400 -2430:402 אסאססצק 8 680668 228646440קחץ דאָס בוך באשטייט פון צויי טיילן. די ערשטע אנטהאלט די גראמאטיק פון דער רו- סישער שפּראך. דער רוסישער טעקסט איז דאָ טראנסקריבירט מיט העברעישע אוױיסיעס און איבערגעזעצט אין העברעיש. די צוייטע שטעלט מיט זיך פאָר א ,,זאמלונג פון בארימטע רוסישע שאפונגען" מיט ווערטערלעכע איבער- זעצונגען אף העברעיִש. דער רוסישער טעקסט, װוּ אלע ווערטער זײַנען נומערירט מיט א לויפנדיקן נומער, איז אָפּגעדרוקט אין דעם אייבערשטן טייל פונעם בלאט, און אין דעם אונטערשטן -- זייערע אנטשפּרעכנדיקע נומע- רירטע איבערזעצונגען אף העברעיִש. מע מוז גלײַך אָפּמערקן, אז דער אויסוואל פון אװוטאָרן און װערק איז דאָ א גאנץ געלונ- גענער. מיר געפינען אינעם לערנבוך אי. קרי- לאָווס פּאָפּולערע מעשאָלים ,דער העלפאנד און דאָס הינטל", ,גענדז", ,דער פוקס און די װייַג- טרויבן*, ,דער דורכגייער און די הינט", ,דער שוואן, דער העכט און דער קרעפּס*, ,דער אייזל און דער סאָלאָוויי", ,דאָס ליבעלע און די מערעשקע"; אי. כעמניצערס ,דער מילכאָמע- טאבאָר* און , דער סאָלאָװײי און דער טשיז- שיק"; מ. דמיטריעווס ,די שלאנג און די פּיאוו- קע", ,דער אָדלער און די שלאנג". אף וויפל עס דערלויבן פעסטשטעלן די מא- טעריאלן פון די ביבליאָטעקן, מיט וועלכע אונדז איז אויסגעקומען זיך צו באקאנען, זײַנען אלע געבראכטע אין אָט דעם בוך דיכטער, אויסער נ מ. קאראמזינען, איבערגעזעצט אין העברעיש צום ערשטן מאָל, פּושקין איז דאָ פאָרגעשטעלט מיט דריי פראגמענטן פון צוויי ווערק: פונעם ,קופּערנעם ריײַטער* צוויי פראגמענטן --- דער ארייַנפיר און ;די פארפלייצונג"; א פראגמענט פון דער טרא- געדיע ,באָריס גאָדונאָוו" ,די ליטווישע גרע- נעץ". פון לערמאָנטאָווס פּאָעזיע איז דאָ אָפּגע- דרוקט ,די טפילע". אין צוזאמענהאנג דערמיט ווילט זיך פארציי- כענען אָט װאָס. לויט דער מיטיילונג פון גאלי- נא. קאָװוראָווא, דער מיטארבעטערן פונעם לע- נינגראדער ,פּושקין-הויז* (אינסטיטוט פון רו- סישער ליטעראטור בא דער וויסנשאפט-אקא- דעמיע פון פססר), איז ,דער קופּערנער ריי- טער" איבערגעזעצט געװאָרן אין 19-טן יה. אף איטאליעניש (די דאטע--ניט קין זיכערע), פּויליש--- אי 18423, פראנצויזיש--1847, שווע- דיש -- 1887, גריכיש -- 1888, דייטש -- 1898, ענגליש--- 1899. , באָריס גאָדונאָװו" איז איבער- געזעצט געװאָרן אף דײַטש (די דאטע--ניט קיין . זיכערע), פראנצויזיש---א. פראגמענט-- אין יאָר 1827 און פולקאָם -- אין /184, אף 128 טערקיש -- אין 1862. ש. לאכאָווער דאטירט די ערשטע איבערזעצונג פון לערמאָנטאָװון אף הע- ברעיש מיטן יאָר 1881. די דיכטונג איז אינעם לערנבוך, אויסער די װערק פון א. ס. פּושקינען און מ. יו. לער- מאָנטאָוון, אויך פאָרגעשטעלט מיט לידער פון פּושקינס מיטצײַטלער --נ. קאראמזין, וו. בע- נעדיקטאָוו, נ. יאזיקאָו, װו. זשוקאָווסקי, פּ. וויאזעמסקי, מ. מוראװיאָוו און אנד. עס וערן אינעם בוך געבראכט איך פֹּאָ- פּולער-וויסנשאפטלעכע ארטיקלען. דער אװװוטאָר פונעם לערנבוך איז לעאָן (לייב) אָסיפּאָװיטש מאנדעלשטאם (1819-- 9)-- דער ערשטער ייָד, וועלכער האָט בא- קומען הויכבילדונג אין א רוסישער הויכשול. ער איז געוויס אן אויסערסט זעלטענע פּערזענ- לעכקײַט אין דער געשיכטע פונעם רוסלענדישן ייַדנטום אין 19-טן יה. פון קינדװײַז אָו האָט ער געשעמט אלס אן /אילוי", צו 123 יאָר שרייבט ער לידער. ער האָט געקענט צען שפּראכן און אף פינף פון זיי גערעדט אבסאָ- ליוט פרײיַ. אין 1844 האָט ער פארענדיקט דעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, וװוּ ער האָט שטודירט לינגוויסטיק פון מיזרעך-שפּראכן. אין אפּרעל 1842, ווען אין פּעטערבורג איז פאָרגע- קומען א קאָנפערענץ פון די ראבאָנים, אף וועל- כער עס איז באהאנדלט געװאָרן די פראגע וועגן אויסבעסערן די לערן-סיסטעם בא ייַדן, און מיצאד דער רעגירונג זײַנען ארױיסגעטראָטן אייניקע אָנגעזעענע פּערזענלעכקײַטן, בעסוי- כעם דער בילדונגס-מיניסטער ס. ס. אוּוואראָוו, האָט ל. מאנדעלשטאם אויסגעפילט די פליכטן פון ראטגעבער און סעקרעטאר. וועז מאקס לי- ליענטאל (1815--1882), דער פּראָפּאגאנדיסט פוּן דער אידיי אופצוהייבן דעם ניוואָ פון דער בילדונג צווישן ייִדן אין רוסלאַנד, איז אָפּגע- פאָרן פונעם לאנד, האָט ל. מאנדעלשטאם אָפי- 8--15 קע מ- ציַעל פארנומען זײַן פּאָסטן. דאָס איז געשען אין 1846. ער האָט זיך גענומען פיבערהאפטיק פאר דער דאָזיקער מיסיע און געגרייט לערןנ- ביכער פאר ייָדן. צווישן זי איז טאקע געווען דער /8020/88סאעק זמת60, דער ערשטער אף דעם געביט. װאָס שייעך דער ווערטערלעכער איבערזע- צונג פון פּושקינס װוערק פון רוסיש אין הע- ברעיֵש, שטימט זי מיט הער הערשנדיקער אין יענע צײַטן ,פּעדאגאָגיק* פונעם כיידער. אף אן ענלעכן אויפן פלעגט מען לערנען כומעש מיט ראשי. די זעלבע ;פּעדאגאָגישע* מיטלען האָט 7. מאנדעלשטאם געװאָלט אײַנפירן אויך באם לערנען די רוסישע שפּראך. ל. מאנדעלשטאם האָט געשריבן און גע- דרוקט זײַנע װערק אין דרײַ שפּראכף הץ- ברעיש, רוסיש און דײַטש. א טייל פון זיי איז פארעפנטלעכט געװאָרן אנאָנים. כאייס דאָוויד ליפּע (1823--1900, געלעבט אין גאליציע, טשערנאָוויץ, אונגארן, וױן), האָט אין זײַן הױיפּט-װערק ;ביבליאָגראפישער לעקסיקאָן, דער געזאמטען ייִדישען ליטעראטור דער גע- גענווארט" (ווין, 1881), אף וועלכן ער האָט גע- ארבעט צענדליקער יאָרן, געבראכט 18 וערק פון ל. מאנדעלשטאמען. צװישן זיי ,משנה תורה"---א װערק פונעם ראמבאם אין דער איבערזעצונג אף דײַטש (פּעטערבורג, 1821), א ווערטערבוך צום טאנאך, פילאָלאָגיש דער- קלערט (אין רוסיש), ;געשיכטע דער יודען" אין 7 בענדער (אין דײַטש), א העברעיש-רוסי- שער וערטערבוך און א רוסיש:העברעישער ווערטערבוך, ביידע האָט ער פארעפנטלעכט אין פּעטערבורג אין 1859. אינעם צענטראלן מעלן- כישן היסטאָרישן ארכיוו פון פססר זײַנען פא- ראן מאטעריאלן, וועלכע זײַנען פארבונדן מיט זײַנע איבערזעצונגען פון טאנאך אין רוסיש, וי אויך וועגו אנדערע זײַנע ארבעטן. ל. מאנ- דעלשטאם האָט געשריבן לידער אין דײַטש און אייניקע קינסטלערישע װערק אין רוסיש. גע- לעבט האָט ער אין דײַטשלאנד און אין רוס- לאנד, הויפּטזאכלעך אין פּעטערבורג, אפן ווא- סיליעווסקי אָסטראָוו, די לעצטע יאָרן געליטן נויט. לעאָן מאנדעלשטאם אלס איבערזעצער פון פּושקינען איז ביז איצט אין ערגעץ ניט אָפּגץ- מערקט, וועגן מ. פּלונגיאנס איבערזעצונג אין הע- ברעיש פון דער ליד ,לעצטע בלומען" האָבן מיר געשריבן אין אונדזער ארטיקל ,מ. פּלונ- גיָאן און זײַן איבערזעצונג פון פּושקינס א ליד" ס'איז קעדיי אָבער נאָך צוגעבן אָט װאָס, ערשטנס, איז פּלונגיאן געוויס געווען בא- שאָנקען מיט דיכטערישע פײיִקײַטן. אין 3-טן באנד פונעם וויסנשאפטלעך-ליטערארישן זאמלבוך ,כנסת ישרא?" (,קנעסעט ייִסראָעל") איז אָפּגעדרוקט זײַן ליד ,ההלך על שפת הים" -- ,, דער װאָגלער אפן ברעג פונעם יאם" (ווארשע, 1888, שפּאלטן 591--592). דער רע- דאקטאָר האָט דאָ צוגעגעבן אזא באמערקונג: ;פון די לידער פון מאָרדכע פּלונגיָאן, וועלכע געפינען זיך בא אונדז אין א קסאוויאד". צווייטנס, שטעלט מיט זיך פאָר פּלונגיאנס איבערזעצונג פון ,די לעצטע בלומען" (1856) די ערשטע איבערזעצונג אין העברעיש פון פּושקינס א וװוערק אין געגראמטע שורעס, אין סילאבישע פערזן. מ. פּלונגיאן אלס איבערזעצער פון פּושקי- נען איז אין דער ליטעראטור ביז איצט אין ערגעץ ניט אָנגעוויזן. אין דער ליטערארישער בײַלאגע ,, השרון" (;האשאראָן") פון דעם צווייטן יאָרגאנג פונעם זשורנאל ,הכרמל" (;האקארמעל") פארן יאָר 1, נומ. 4, ז. 29, איז אָפּגעדרוקט א ליך אין אכט פירשורעדיקע סטראָפן צו עלף זילבן אין א שורע ;אם אשב לי בדד.." ---,וועז איך זיץ מיר אן איינזאמער". אונטערן טעקסט איז אָנגעװיזן: ,תרגום" (איבערזעצונג) ,ג-ן", מיט א פוסנאָטע: ;משירי פּושקין הרוסיאי? --,פון די לידער פונעם רוסישן (דיכטער) פּושקין". דאָס איז די ערשטע איבערזעצונג אין העברעיש פון צאנסקט: לאומאץזע װעהץ טהסתם ה חהת --א ליד, וועל- כע פּושקין האָט אָנגעשריבן דעם 26 דע- קאבער 1820, פארעפנטלעכט איז זי אין דער ;ליטערארטורנאיא גאזעטא? דעם 6 יאנוואר 0, די דאָזיקע איבערזעצונג האָט געהאט א װײַטערדיקע קוריאָזע געשיכטע. אין דער פי- טעראטור-יערושע פונעם פריצײַטיק פארשטאָר- בענעם טאלאנטפולן העברעישן דיכטער און מאַ- לער מאָרדעכיי-צווי מאנע (1859---1886) איז גע- פונען געװאָרן אן איבערזעצונג פון די ערשטע פיר סטראָפן פון דער ליד, און זי איז מעכאניש אײַנגעשלאָסן געװאָרן אין ערשטן באנד פון מ."צ. מאנעס שריפטן (ווארשע, 1897) אלס זײַן ווערק. י. ב. גבריאלוב (גאװוריעלאָוו) האָט וועגן 129 דעם אָפּגעדרוקט אן ארטיקל {המשורר ושירן* --- ,דער דיכטער און זײַן ליד"---אין דער צײַטונג , הצפירה" (צוערשט א ואָכנבלאט, דערנאָך א טעגלעכע צייטונג, דערשינען אין ווארשע, מיט אינטערוואלן, אין 1886--1921) פונעם 21 יון 1899. דער אװטאָר האָט באוויזן, אז מ.-צ. מאנע האָט בלויז לײַכט, אף זײַן גע- שמאק, אויסגערעדאגירט א טיל פון דער איבערזעצונג, וועלכע איז געוען אָפּגעדרוקט אין ;הכרמל" אין 1861. וועגן דעם האָט אויך געשריבן ש. לאכאָווער איז זײַן ביבליאָגראפיע, געווידמעט פּושקינען אין העברעיש. עס זיַנען פאראן צוויי ווערסיעס מיקויעך דעם נאָמען פונעם איבערזעצער, וועלכער האָט זיך אוויסבאהאלטן אונטערן פּסעװדאָנים /ג-ן", אייניקע רופן אים אָן.--יעהודע-לייב גאָרדאָן, אנדערע -- יוינע גערשטיין. עס איז שװוער צו באשטימען, וועלכע מיינונג איז ריכטיקער. ביי- דע דיכטער זיינען געווען גוט באפריינדעט און גאנץ אָפט זיך געטראָפן. עפשער איז ,ג"ן" זיי- ערער א געמיינזאמער פּסעװדאָנים? יוינע גערשטיין (1827--1891) האָט איינער פון די ערשטע געענדיקט די ווילנער ראבאָנים- שול, פארנומען אָפיציִעלע שטעלעס: צוערשט, , אוטשאָני יעווריייי פונעם ווילנער גובערנאטאָר, דערנאָך --,,קאזיאָנער ראָװוי פון ווילנע. אין 0 האָט ער געעפנט א מעכאניש-פּראָפּעסיאָ- נעלע שול בא דער היגער טאלמעטירע, ווע" מענס דירעקטאָר ער איז געווען. ער האָט זיך סיסטעמאטיש געדרוקט אינעם זשורנאל ,הכרמ?", איבערגעזעצט דעם כומעש אין רו- סיש. יעהודע-לייב גאָרדאָן (1830--1892) איז גע- וופן א בארימטער העברעישער דיכטער פון דער האסקאָלע-באוועגונג אין רוסלאנד און ער האָט געהאט אויך א שעם צווישן די רוסן. איי- נער א טוער פון דער פּראװאָסלאװװנער קיר" כע -- סאָפּאָני --- האָט זיך געהאט אויסגעדריקט, אז , גאָרדאָן איז דער ייִדישער פּושקין". אויסער לידער, האָט ער געשאפן מעשאָלים, דערציילוג" גען, פובליציסטישע ארטיקלען. כוץ העברעיש, געשריבן אין רוסיש, דייטש, ייִדיש. עמעס, צו ייִדיש האָט ער זיך באצויגן מיט ביטל: ;דאָס דאָזיקע לאָשן איז די טרויעריקסטע דערשײינונג אין דעם היסטאָרישן לעבן פון דעם ייִדישן פאָלק". פּושקינס ליד 1131112אכ 41668 איז, לוט אונדזערע באאָבאכטונגען,. די ערשטע, װאָס איז געוועו איבערגעזעצט אין ייַדיש. די איבערזעצונג אונטערן טיטל ;די טעליגע פון דעם לעבן" איז פארעפנטלעכט אין 35-טן נו- מער פון דער וועכנטלעכער צייטונג /קול מבשר" (,קאָל מעוואסער", דערשינען אין אָדעס אין די יאָרן 1862---1872) דעם 3/15 אָקטיא- בער 1863. ,די טעליגע פון דעם לעבן" איז בעעמעס אן אויסטערלישע פאר יענע צייטן ליד סיי לויטן אינהאלט, סיי לט דער פאָרם. פּושקין האָט זי פארפאסט אין דער פאָרם פון א פירפוסיקן יאמב,. און דער איבערזעצער האָט געמוזט 130 2 לא אַלון א עי אָשׂימָה. , תַחַת שִׁמְּשִי ָפ שָׁם לִמְבוֹאֲהו 0 2 1 אש ייא אריינלייגן פיל קינסטלערישע דערפינדונגען און איינפאלן, קעדיי צו פארהיטן די מעטריק פונעם אָריגינאל: עס איז דיא משא טאקע שוערליך, נאָר דיא טעליגע געהט זיך גרינג: דיא אלטע צײַט טרײַבט אָן גאנץ עהרליך: א טשאקינדיקער קאָטשעריונג! מיר פליהען ארויף אויף איהר פריהמאָרגען: חאָטש באלד צוזעטץ דעם קאָפּ אױף דרײַא; מען איז ניט פויל, ניט דאָ קיין זאָרגען, מיר שרײַען נאָר: , קאטײַא!" צו מיטטאָג פעהלט קאָראזש, עס איז ביטטער: ניט וועהרט דיא ביינער קיין פּיעטאק; בייא גריבער, בערג געהט דורך א ציטטער: מיר שרײַען שוין: ,האלט אָן, דוראק!" ער הערט אונד אָבער ויא דעם קאָטטער, פארנאכט װערט גרינגער: שוין ניט װײַט; מיר פאָהרען דרימעלדיק צום פאָטער:; דיא פערדליך טרײַבט און טרײַבט --דיא צײַט! דער אװוטאָר פון דער איבערזעצונג האָט זײַן נאָמען פארשיפרירט מיט אויסיעס און נע- קודעס: ,מ--..מ---..ת".. לוט אונדזער אױיספאָר- שונג האָט זיך באקומען, אז דאָס דארף זײַן דער באװוּסטער שריפטשטעלער, יוריסט און קלאל-טוער מענאשע מארגאָליס (מנשה מרג- ליות). שפּעטער האָבן מיר געפוּנען א באשטע- טיקונג דערפון אין ז. רייזענס ,פּסעװדאָנימען אין דער ייִדישער ליטעראטור" (ווילנע, 1929, ז. 28), ווער זשע איז ער, אָט דער ערשטער איבער- זעצער פון פּושקינען אף ייִדיש! מענאשע מארגאָליס איז געבוירן געװאָרן איו 1837 אין בערדיטשעוו. דאָ האָט ער אין דער היגער קאזאָנער שוֹל באקומען זײַן ער- שטע באקאנטשאפט מיט דער רוסישער שפּראך אוז ליטעראטור. פון 1861 שטודירט ער יוריס- פּרודענץ אין קיעווער אוניווערסיטעט, ווּהין ס'איז אים געלונגען ארײַנטרעטן אדאנק דער מיטהילף פונעם באװוּסטן כירורג און פּעדאגאָג נ. א. פּיראָגאָוו. מארגאָליס איז געווען א הייסער אָנהענגער פון דער רוסישער שפּראך און האָט געװאָלט, אז די רוסישע ייִדן זאָלן אוועקווארפן דעם ,זשארגאָן". פונדעסטוועגן איז! בא זײַן מיטווירקונג צום ערשטן מאָל אין רוסלאנד אָרגאניזירט געװאָרן אין קִיעוו א קרײַז פון ייִדישע סטודענטן מיטן ציל צו ,פארעפנטלעכן ביכער פאר דער ייִדישער מאסע און אינטעלי- גענץ". ז. רייזען שטעלט פעסט, אז נאָך אלס סטודענט פון דעם קיעווער אוניווערסיטעט האָט מ. מארגאָליס פארעפנטלעכט ארטיקלען אין דעם /, קול מבשר". ן מ. מארגאָליס האָט אויך שפּעטער, נאָך דעם װי ער האָט פארענדיקט דעם קיעװוער אוני- ווערסיטעט און זיך באזעצט אין אָדעס, ניט אופגעהערט צו מיטארבעטן אין ייִדישע אויס- גאבעס. אויסער די אָדעסער ייִדישע צייטונגען, טרעפן זיך זײַנע ארבעטן אין שאָלעם-אלייכעמס ;די ייִדישע פאָלקס-ביבליַאָטעק", אין דער ער- שטער ייִדישער טעגלעכער צײַטונג אין רוס- לאנד ,דער פריינד" און אין אנד. די ליד עתאבעאנ 4162002 האָט פּושקין פאר- פאסט אין 3 און אָפּגעדרוקט זי צום ערשטן מאָל אין 1825 אין ,מאָסקאָװוסקי טעלעגראף". לוט דער ,פּושקיניאנע", וועלכע ס'האָט צונויפ- געשטעלט וו. אי. מעזשאָוו אין 1886, איז ביז אָט דעם יאָר באװוּסט געוועו בלױז איין-און- איינציקע, איבערזעצונג פון דער דאָזיקער ליד; אף פראנצויזיש אין יאָר 1847. אגעוו. איז די העברעישע איבערזעצונג פון דער ליד דורך ד. פרישמאנען פארעפנטלעכט געװאָרן פיל שפּעטער, ערשט אין 1899. אזויארום,. שטימט ניט מיט דער ווירקלעכ- קײַט דער אױבנדערמאָנטער טעזיס פון ב. סלן- צקי, אז אָ. שווארצמאן און ד. האָפשטײן ,האָבן די ערשטע ארײיַנגעבראכט אין דער ייִדישער פּאָעזיע פּושקינס יאמב". דאָס האָט אָפּגעטאָן אין 1863, דה. מיט פיל יאָרן פריִער,. מענאשע מארגאָליס1, א שילער פונעם 7-טן קלאס פון דער וויל- נער ראבאָניִם-שול שלוימע מאנדעלקערן האָט אין 1866 פארעפנטלעכט אין וילנע א ביכל אונטערן טיטל ,חצים (לייען: כיצים) שנונים"--- ;שארפע פּײַלן". דאָס ביכל אנטהאלט 75 סא- טירעס און עפּיגראמען, מערסטנטייל איבערזע- צונגען. אין סאָף פונעם ביכל איז פאראן א בײַלאגע, וועלכע באשטייט פון צוויי איבערזע- צונגען: איינע -- פון לערמאָנטאָווס , פּאלעסטי- ניש צװוייגל", די צווייטע -- פון פּוֹשׂקינס ,א שפּאנישער ראָמאנס"?. אינעם פאָרװאָרט שרייבט שׂ. מאנדעלקערן: ,די מערהייט שרײַבער פון אונדזער לאנד (געמיינט --- די מערהײַט איבער- זעצער אין העברעיש פון ליטע) זעצן איבער אלטע און נײַע ביכער פון דײַטש. איך זשע האָב אויסגעוויילט לידער פון רוסישע דיכטער, אָנהײבנדיק פון לאָמאָנאָסאָוון און דערזשאווינען און ענדיקנדיק מיט נעקראסאָוון און אָגאריאָװן, אָנגערופן האָב איך די זאמלונג אשושנת הצפון? --,, די צאָפנדיקע ליליע". צוויי פון זיי, אלס בײַשפּיל, ברענג איך דאָ", די זאמלונג ,שושנת הצפון* איז קײיינמאָל ניט דערשינען. פּושקינס , שפּאנישער ראָמאנס" איז גאנץ פרײי איבערגעזעצט, אָנהײיבנדיק פו- נעם טיטל, וועלכער קלינגט אין דער איבערזע- צונג , אהבת ציון". די איבערזעצונג איז פאר- עפנטלעכט געװאָרן צום צוייטן מאָל אינעם בוך פוֹן דעם זעלבן אװוטאָר: ,/שירי שפת עבך" ! אין אָ. שווארצמאנס , אלע לידער" איז ניטאַ קין איבערזעצונג פון פּושקינען. ב. סלוצקי װײַזט אָן, אז ד. האָפּשטײנען איז געלונגען אָפּצודרוקן זײַן ערשטע גרעסערע איבערזעצונג פון פושקינען ,מאַ- צארט און מאָליערי" ערשט אין 1928, ,אי דאָס אויך אלס מוסטער אינעם לערנבוך ,ליטעראטורקענטע- ניש", װאָס ער און פ. שאמעס האָבן ארויסגעגעבן". דאָרט איז אױך אָפּגעדרוקט זײַן איבערזעצונג פון גאנטשאר". עס איז, אױסער דעם, באװוּסט אזא מערקווירדיקער פאַקט: װען ד. האָפשטײן האָט אלס סאָלדאט געדינט אף קאוקאז, האָט ער אין 1912 פארפאסט א ליד, וועלכע איז, לוט מוישע כאשטשע- וואצקים אָפּשאצונג, אין טאָך פארוואנדלט געװאָרן ;אין דער ערשטער בּאגעגעניש פון דער נײַער ייַדי- שער דיכטונג מיט פושקינע און ס'איז מײַן פּײַן פאר מיר דערמיט בארעכטיקט, און ס'איז דערפאר מײַן בענקשאפט אָפט מיר זיס: עס האָט זײַן קאָפּ דאָ אף דעם בארג גענעכטיקט, עס האָבן אָט דעם בארג באטראָטן זײַנע פיס. דליד איז צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט געװאַרן אין 1919 איו ד. האָפשטײנס זאמלונג ,בײַ ועגן". : די ערשטע איבערזעצונג אין פראנצויזיש --אין 7, אי דײַטש --איץן 1854, אין פוױיליש-- אין 7,. 131 (;העברעיישע לידער"), ערשטער באנד, לײַפּציג, 2, אין זעקסטן יאָרגאנג פונעם זשורנאל ,;הכרמל", דאטירט לױטן ייִדישן קאלענדאר דעם 2-טן טאָג אין כױידעש עלול 626 יאָר (1886), זײַטל 128, איז אָפּגעדרוקט שלוימע מאנדעלקערנס א ליד ,דרך כל הארץ" -- ,אזוי איז דער מינהעג פון גאָר דער וועלט" --- מיט אן אונטערקעפּל: ,בעקבות פּושקין הרוססי"-- לויט די מאָטיוון (בוכשטעבלעך: אין די פוס- טריט פון דעם רוסישן (דיכטער) פּושקין". דער מאָטיוו איז גענומען פון פּושקינס ,גאווריליאדא". דאָ מוז גלײַך געזאָגט ווערן. אז פושקין האָט פארפאסט די פּאָעמע נאָך אין אפּרעל 1. פארעפנטלעכט געװאָרן איז זי אָבער-- איבער צענזור-שטערונגען --- ערשט אין פער- ציק יאָר ארום אין א זאמלבוך, וועלכן ס'האָט ארויסגעלאָזט אין לאָנדאָן אין 1861 דער בא- װוּסטער רוסישער דיכטער, פּובליציסט און רע- װאָליוציַאָנערער טוער נ. פּ. אָגאריאָו. הײַנט קאָנען מיר זיך פאָרשטעלן, מיט װאָס פאר א געשמוגלטער ,טרייפער ליטעראטור" האָט זיך פארנומען דער טאלמיד פון דער וילנער רא- באָנים-שול אין דער ערשטער העלפט פון די 0-"ער יאָרן! שלוימע מאנדעלקערן (1846--1902), א שרייבער, א געלערנטער, האָט געשריבן זײַנע ווערק אין העברעיִש, רוסיש, דײַטש און ייִדיש. זײַן הויפּט-װערק איז די קאָנקאָרדאנציע צום העברעישן און אראמעישן טעקסטן פונעם טא- נאך. שפּעטער האָט זי געהאט אייניקע אויסגע- בעסערטע אויסגאבעס. אָנהײבנדיק פון דעם יאָר 6, האָט מאנדעלקערן פארעפנטלעכט אין ווילנע זײַן עפּישע פּאָעמע ?בת שבע או שגיון לדוד", װאָס איז געבויט אף דער באשריבענער אין טאנאך ליבע פונעם מיילעך דאָװיד מיט דער שײינהײַט באט-שעווא, די איבערגעזעצטע פון דײַטש היסטאָרישע דערציילונג אונטערן טיטל ,עזרא הסופר" און זײַן לידער-בוך ,הצים (לייען: כיצים) שנונים". אין 1882---1901 זײַנען אין לייפּציג דערשינען זײַנע דרײַ לידער-זאמ- לונגען,. מערסטנטייל איבערזעצונגען (פון פּוש- קינען, לערמאָנטאָװון, געטען, היינען, לאָנגפעלאָן און אנדערע דיכטער). אין 1890 איז אין לײַפּ- ציג פארעפנטלעכט געװאָרן זײַנע אן איבער- זעצונג,. באגלייט מיטן ענגלישן אָריגינאל, פון בײַראָנס ,,ייִדישע מעלאָדיעס* אונטערן טיטל ;שירי ישרון". ער האָט איבערגעזעצט אויך פיל פוֹן העברעיש אוֹן רוסיש אין אנדערע שפּראכן, װוי אויך פון אנדערע שפּראכן -- אין רוסיש. אין ייִדיש איז פארעפנטלעכט געװאָרן איינע פון זיינע דערציילונגען: ,תחית המתים" (טכיאס האמייסים", ווילנע, 1868). אין 1872, אין 4-טן יאָרגאנג פונעם זשור- נאל ,השחר", האָט זײַן רעדאַקטאָר פּערעץ סמאָ- לענסקין אָפּגעדרוקט דעם ראָמאן קקבורת חמור"---,דאָס באגרעבעניש פון אן איזל". דאָרט (זײַטל 711) ווערט באשריבן, װיָאזוי דער הויפּט-העלד הייבט אָן אף אױסװײיניק, פאר זיך 132 זעלבסט, לייענען אף א קאָל פראגמענטן פון פּושקינס און לערמאָנטאָװס לידער אין דער העברעישער איבערזעצונג--- צו דרײַ שורעס פון יעדער ליד: פּושקינס ,צי גיי איך אום אין גאסן פולע". די זעלבע שורעס פון דער איבערזעצונג זיינען אָפּגעדרוקט אין אלע שפּעטערדיקע אויסגאבעס פון ,קבורת חחמור" אין איינצל- אויסגאבעס (1874, 1880, 1882) און אין ,כל ספרי פּרץ סמולנסקין" --/אלע ביכער פון פּע- רעץ סמאָלענסקין* (1910). ס'איז קעדיי אויך צו באמערקן, אז אין רוסיש האָט זיך געדרוקט מ, קאהאנס אן איבערזעצונג פון סמאָלענסקינס ווערק אין דער װאָכנשריפט קראסוועט" פארן 1. פּערעץ סמאָלענסקין איז געבוירן געװאָרן אִין מאָנאסטירשטשינע, מאָגיליאָװוער גובערניע, ווייסרוסלאנד, אין 1840 (לויט אנדערע קוועלן-- אין 1842 צי אין 1844), געשטאָרבן אין מיראן (דאָרעם-טיראָל) אין 1885. דעביוטירט מיט א קאָרעספּאָנדענץ אין 1862 אין דער צײַטונג ,המליץ"2. איז 1868 קומט ער קיין ווין, װוּ ער גרינדעט דעם ליטערארישן זשורנאל ;השחר"פ, דאָ האָט ער פארעפנטלעכט די מערהײַט זײַנע ארטיקלען און דערציילונגען. זײַנע וויכטיקסטע ווערק: ,הגמול"---,, די באלוינונג", אָדעס, 1867; ;התועה בדרכי החיים" --- ;דער בלאָנדזשנדער אף די לעבנסוועגן", ווין 1868 -- 1870; ;קבורת חמוד" ---,א באגרעבעניש פון אן אייזל", צו- ערשט פארעפנטלעכט געװאָרן אין ;השחר" פארן יאָר 1873 און דערנאָך אויסגעהאלטן עט- לעכע אויסגאבעס אין א בוך-פאָרם. פּ. סמאָלענסקין אלס איבערזעצער פון פּוש- קינס און לערמאָנטאָווס דיכטונג איז ביז איצט אין ערגעץ ניט געווען אָפּגעמערקט. דאָס ערשטע בוך איבערזעצונגען פון פּוש- קינס וערק אין העברעיש איז דערשינען אין ווארשע אין 1879 אָדער אין 1880 (די דאטע איז אָנגעװויזן לויטן ייִדישן לועך: תר"ם) און אנטהאלט. צוויי איבערזעצונגען פון פּושקינס ווערק. אהבה נכזרה" --,די פארשטויסענע לי- בע"--אזוי הייסט דאָס בוך. אהער גײיט ארײַן א פרײַע איבערזעצונג אין ניט גע- גראמטע שורעס פונעם ערשטן בילד פון דער דראמע , רוסאלקא" (פושקין האָט זי אָנגעשריבן אין די יאָרן 1829--1832, צום ערשטן מאָל פארעפנטלעכט אין 41837; די ליד ,די בארעמ- הארציקע מוטער" איז אן איבערזעצונג, אפן ' אף דעם האָט מיר אופמערקזאם געמאכט דער באװוּסטער איבערזעצער פון דער רוסישער קלאסי שער פּאָעזיע אין העברעיש א. אהאראָני, פאר װאָס איך בין אים דאנקבאר. ? ,המליץ" -- געגרינדעט אין אָדעס אין אָקטיאבער 0 אלס װאָכנבלאט. פון יאנוואר 1871 דערשינען אין פּעטערבורג. פון 1886 ביזן 1904 געװוען א טעג-י לעכע צײַטונג. 5,החשר"--,זשורנאל פאר ויסנשאפט, בילדונג און לעבן". דערשינען יערלעך צו 12 העפטן פון פינף דרוקבויגנס, האָט עקזיסטירט ביזן 1884. + די ערשטע פראנצויזישע איבערזעצונג-- 1847, דײַטשישע --1855, ארמענישע-- 1902. זעלבן אויפן, פונעם ראָמאנס אאָװונטצײיט, אין אֹ רעגנדיקן אָסיען* (אָנגעשריבן אין 1814 און צום ערשטן מאָל פארעפנטלעכט אין 11827, דער אװטאָר פון די איבערזעצונגען באהאלט אויס זײַן נאָמען אונטערן פּסעװדאָנים אאחד מבעלי האספּות" -- /איינער פון די בעלי אס- פּוס". די דאָזיקע װאָרט-פארבינדונג איז פיק- סירט בלויז איין מאָל אין טאנאך, און איר אייגנטימלעכער זין איז ניט פעסטגעשטעלט. די ווערטערביכער לייגן פאָר פארשיידענע בא- טײַטן; ;אװוטאָרן*, ;געלערנטף", ק;זאמלער", ;קאָמפּיליאטאָרן", , מעשאָלים-זאמלונגען". מיר זעצן באדינגלעך איבער דעם פּסעװדאָנים ,איי- נער פון די געלערנטעפ". דאָס בוך איז א ביבליַאָגראפישע זעלטנהײיַט, רעכנט זיך ניט אפן באלאנס ניט אין דער לֵע- נינגראדער עפנטלעכער ביבליאָטעק און ניט אין דער אלפארבאנדישער ביבליאָטעק אף וו אי. לענינס נאָמען אין מאָסקװע. איין עקזעמ- פּליאר פארמאָגט די אזויגערופענע ,פרידליאן- דיאנע", וועלכע געהערט ביז הײַנט-צו-טאָג דעם לענינגראדער פיליאל פונעם אינסטיטוט פאר מיזרעך-קענטעניש פון דער ויסנשאפט-אקא- דעמיע פון פססר. אן אנדער עקזעמפּליאר האָט געהערט דער ביבליאָטעק פון דער געוועזענער ;געזעלשאפט פאר קעגנזײַטיקער מיטהילף פון די ייִדישע פּריקאזטשיקעס אין אָדעס". ער איז אָנגעװיזן אין ביידע פארעפנטלעכטע קאטאלאָגן פון דער געזעלשאפט אין דער אָפּטײלונג ,הץ- בראיקא" (אָדעס, 1890 און 1904). דער גוירל פונעם עקזעמפּליאר איז מיר ניט באקאנט. אזוי- ארום, איז ניט אױיסגעשלאָסן, אז דער עקזעמ- פליאר פון דער , פרידליאנדיאנע" זאָל זײַן דער איין-און-איינציקער אין די ביבליאָטעקן פון סאָוועטנפארבאנד. די אָנגאבן וועגן דער דאָזיקער אויסגאבע זײַנען אין דער ביבליאָגראפישער ליטעראטור, װאָלט איך זאָגן, ווידערשפּרעכלעכע: סיי די ארויסגאנגס-אָנגאבן --- יאָר, צאָל זײַטלעך און פאָרמאט --- און סיי דער נאָמען פונעם איבער- זעצער. וי באװוּסט, האָט ארום א העלפט פון דער ;פרידליאנדיאנף" באשריבן שמוע? וינער (1860---1929), איינער פון די בעסטע העברע- ישע ביבליאָגראפן. זײַן קאטאלאָג איז אָנגערופן; ,קהלת (זאמלונג פון. ---?. וו) משה אריה ליב פרידלאנד" און אין לאטייניש: ,ביבליאָטעקא פרידליאנדיאנא", און זי נעמט ארום ,אלע הע- ברעיִשע געדרוקטע ביכער און קסאוויאדן, װועל- כע געפינען זיך אין דער פרידליאנד זאמלונג פונעם ,אזיאטישן מוזיי"י (איצט דער אינסטיטוט פון מיזרעך-קענטענישן) פון דער וויסנשאפט- אקאדעמיע אין סאנקט-פּעטערבורג". דעם דערמאָנטן עקזעמפּליאר פון דער ;פרידליאנדיאנע" האָט ש. ווינער באשריבן אף אזא מין אויפף ,די פארשטויסענע ליבע. א פּיעסע. בּײַגעלײגט צו איר איז ,די ליד פון א : אונדז זײַנען באַװוּסט די אויסגאבעס פון די איבערזעצונגען אין דײַטש: 1877, 1885. ראכמאָנעסדיקער מוטער" פונעם בארימטן רו- סישן דיכטער א. פּושקין. פרײַע איבערזעצונג פון ;אחד מבעלי האספּות"--- מיט א האקדאָמע פון אן אומבאװוּסטן איבערזעצער. ווארשע, אין דער טיפּאָגראפיע פון נ. שריפטגיבער, 1880". ווֹל. צייטלין, דער אװטאָר (אין דײַטש) פון ביבליאָגראפישעס האנדבוך דער נויהעברעישען ליטעראטור זײַט בעגין דער מענדעלסאָנעשת עפּאָכע ביז צום יאהרע 1890 (לייפּציג, 1891--- 5 שרײַבט, אז קאהבה נכזבה" איז אן איבערזעצונג פון כאיִם לאזאר מושקאט פון לן- קאָו?. דאָס בוך באשרײַבט ער אפן פאָלגנדן אויפן: ,די הינטערגעגאנגענע ליבע. דראמאטי- שעס געדיכט פאָן א. פּושקין. אויס דעם רוסי- שען אין העבר. פערזן באארבײיטעט, ווארשע, 9, אין 1905 טרעט אריס י. דאוידזאָן (1879--1939) --- דער בארימטער פאָרשער פון דער העברעישער פּאָעזיע, אװוטאָר פונעם ,אוצר השירה והפּיוט" ---, דער אויצער פונעם הע- ברעישן ליד און פּיעט", װעלכער אנטהאלט ביבליאָגראפישע אָנגאבן פון העכער 36.000 לידער און פּיוטים, פארפאסט פון 2.800 דיכ- טער) מיט אן ארטיקל אין ענגליש ועגן די פּסעװדאָנימען אין דער העברעישער ליטערא- טור (,דזשויִש ענציקלאָפּעדיִא", באנד 10, זײַט- לעך 261-256), אין וועלכן ער רופט אָן, שטיצנ- דיק זיך אף וו. צייטלינס בוך, דעם ,אחר מבע- לי האספּות"---כ. ל. מושקאטן. בא דער זעל- בער מיינונג האלט זיך אויך ש. לאכאָווער, דער שוין דערמאָנטער אװטאָר פון דער ביבליאָגרא- פיע פון פּושקינס איבערזעצונגען אין העברעיש. אין קעגנזאץ צו מושקאטן װוערט אין דער ליטעראטור אויך אָנגערופן אן אנדער פערזענ- לעכקײַט. דער זעלבער צייטלין האָט זיך מיט דער צײַט אָפּגעזאָגט פון זײַן פריערדיקער הא- שאָרע. אין אן ארטיקל אין דײַטש ,אנאָגראמ- מע, איניטיאלען אונד פּסעװדאָנימא נויהעברץי- שער שריפטשטעלער אונד פֿובליציסטען" (אין ;צײַטשריפט פיר העברעישער ביבליאָגראפיץ", פראנקפורט-אפן-מײין. 1905, באנד 9, ז. 81-- 0--113--116)) אידענטיפיצירט ער דעם ,אחד מבעלי האספּות" מיט גאװריעל ליכטענפעלדן (1811--1887) --- א באװוּסטער מאטעמאטיקער דער שווער פון י."ל. פּערעץ). פרידבערג כ. ד. (1876--1961), אװטאָר פון פיל װערק אף די געביטן פון ביבליאָגראפיע, גענעאלאָגיע און געשיכטע, האָט אין זײַן בי" בליַאָגראפישן לעקסיקאָן אידענטיפיצירט דעם ' מױישע מענדעלסאָן (1729 --1786)-- באװוּסטער פילאָסאָף, בארימטער איבערזעצער פון א טייל ב- כער פונעם טאנאך. זײַנע ליטערארישע ארבעטן האָבן געשפּילט א באשליסנדיקע ראָל אין דער אנטוויקלונג פון דער האסקאָלע-באװועגונג אין מיזרעך:אײראַפּע קימאָט בעמעשעך פון גאנצע הונדערט. יאָר. ? מושקאט כאים לאזאר (עליעזער, 1851--1916). געוואנדערט איבער פארשידענע שטעט און שׂטעט- לעך פון רוסלאנד, ליטע און פּוילן. געשריבן און זיך געדרוקט אין העברעיש. פארעפנטלעכט א פּייסעכ- דיקע האגאָדע מיט קאָמענטארן און'מיט אן ארײַן- פיר, װי אויך מיט אן איבערזעצונג אין ייֵדיש. 138 איבערזעצער אלס ג. י. ליכטענפעלד. דער בא- װוּסטער ביבליאָגראף פון דער ווינער קעהילע, פון איר ארכיוו שאָול כײַעס (1884---1925) האָט אין זײַן בוך ,אוצר בדויי השם"---, דער אוי- צער פון די אויסגעטראכטע נעמען" (אין דײַטש געטיטלט; ,,פּסעװדאָנימען --לעקסיקאָן דער הע- ברעישען אונד ייִדישען ליטעראטור"), וין, 2, ז. 21, אָנגעוויזן ביידע נעמען: אונטערן נומער 217: ,אחד מבעלי האסופות"--ג. יי ליכטענפעלד, און אונטערן נומער 2318: ,אחד מבעלי האספּוס"--- כ. ע. מושקאט. א ניט בא- האוונטער לייענער קאָן בעעמעס נישטוימעם ווערן. עס האנדלט זיך דאָך וועגן אן איין-און- איינציקן פּסעװדאָנים, וועלכער איז פאראן אין דער ליטעראטור בלויז איין מאָל אין ,אהבה נכזבה" און מער אין ערגעץ ניט. פון דעם ערשטן אויגנבליק דוכט זיך גאנץ איבערצייגנדיק, אז ג. י. ליכטענפעלד איז טאקע דער ,אחד (איינער פון די) מבעלי האספּוס". אין 7 איז אין ווארשע פארעפנטלעכט געװאָרן א בוֹך ,;ספורים בשיר ושירים שונים"---געגראמטע דערציילונגען און פארשיידענע לידער"---מיט אן אונטערקעפּל: ,מאת שני בעלי אסופּות", דה. פוֹן צוויי ,.בעלי אסופּות". ווער די ביידע זײַנען, איז איצט גאנץ גוט באװוּסט. אין א בריוו פון 4 יול 1888 האָט י.-ל. פּערעץ געשריבו שאָ- לעם-אלייכעמען: ,איך בין דער איינער פון די צוויי ,,בעלי האסופות"... און דער צווייטער איז געווען ליכטענפעלד (,מאזנים"---1929, נו- מעֹר 7, בל. 16). העיויס אין דרײַ יאָר ארום נאָך דער פארעפנטלעכונג פון די ,געגראמטע דערציילונגען און פארשיידענע לידער" באװײַזט זיך אויך אין ווארשע א בוך פון ,איינעם פון די ,בעלי האסופּות", און אז דאָס איז ניט י,-"ל, פּערעץ, איז באװוּסט, װוי צוויי מאָל צויי איז פיר. בלײַבט, קומט אויס, די אידענטיפיצי- רונג פון ליכטענפעלדן קימאט אלס א זעלבסט- פארשטענדלעכע. לאָמיר אָבער זיך ניט אײַלן מיט אויספירן. אינעם אָפּגעדרוקטן מיצאד כ.-י. בארנשטיינען נעקראָלאָג, געװוידמעט דעם אָנדעַנק פון ג. י. ליכטענפעלדן, זײַן געוועזענעם גוטנפרײַנט בע- מעשעך פון די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר, ווערט אין ערגעץ ניט דערמאָנט ;די פארשטויסענע ליבע". נאָך מער, אינעם נעקראָלאָג איז אָנ- געוויזן, אז ליכטענפעלד האָט געקענט פּערפעקט העברעיש און די שפּראך פון די טאלמודים (געמיינט אראמעיש), לאטײיַן, דײַטש, פראנצוי- זיש און פּױליש, און עס ווערט אויך באמערקט, אז די רוסישע שפּראך איז אים געווען אויס- טערליש, פרעמד (שפת רוסיא מורה היתה לו" --- אין זאמלבוך ,קנעסעט ייִסראָעל", וואר- שע, 1887, 2-טער יאָרגאנג, שפּאלטן 356--368). נאָך איין וויכטיקער מאָמענט. דער סטיל פון ;דער פארשטויסענער ליבע", אן איבערזעצונג פון א העכסט פּאָעטיש ווערק אין ניט געגראמ- טע פערזן, איז אן און פאר זיך קאפּױר אין פּארגלייַך מיט ,,געגראמטע דערציילונגען". אזויארום, מוז קאטעגאָריש אָפּגעװאָרפן ווערן אויך די האשאָרע, אז דער פארפאסער פון דער 134 ;פארשטויסענער ליבע" זאָל זײַן ג. י. ליכ- טענפעלד. ניט אומזיסט האָט דער בעסטער קע- נער פון דער העברעישער ליטעראטור פון די לעצטע דרי יאָרהונדערטן ג. קרעסעל אין זײַן ;לעקסיקאָן* ניט געפונען פאר נייטיק צו דער- מאָנען די ,פארשטויסענע ליבע" אינעם ארטיקל וועגן ג. י. ליכטענפעלדן, און אינעם ארטיקל וועגן כ. ?. מושקאטן איז ער יויצע געװען, שטיצנדיק זיך אף וול. צייטלינס ערשטער ארבעט. און אוב ניט כ. ל. מושקאט און ניט ג. י. ליכטענפעלד, איז װער? קעדיי צו געפינען א שליסל צום אװטאָר פון דער ,פֿארשטױיסענער ליבע", פאָדערט זיך א צוגאָב-פאָרשונג: ווער נאָך, אויסער די דער- מאָנטע י.-ל. פּערעץ און ג. י. ליכטענפעלד, האָט זיך אין יענע צײַטן באנוצט מיטן אויסדרוק ,בעלי האספּוס"? ס'איז באװוסט, אז מיטן ,בע- לי האספוס" באנוצן זיך אויך י.-ל. גאָרדאָן (1820---1892) און לעאָן מאנדעלשטאם. אז י,-ל, גאָרדאָן האָט ניט צו טאָן מיט דער ,פארשטוי- סענער ליבע", קאָן מען זיך איבערצײַגן פון דעם, װאָס אין איר זײַנען אויסגעמיטן גראמען, און דאָס איז אין קאגנזאץ צום סטיל פונעם אזויגערופענעם ;ארי המשוררים" -- ;דעם לייב צװישן די דיכטער* פון 19-טן יהי אז ל. מאנדעלשטאם האָט זיך באנוצט מיטן אויסדרוק ,בעלי האספּוס", האָבן מיר באמערקט בא דער פאָלגנדער געלעגנהײַט. דער געוועזע- נער ביבליאָטעקער פון דער לענינגראדער עפנטלעכער ביבליאָטעק און בארימטער גע- לערנטער א. ע. הארקאווי (1835--1919) האָט פארעפנטלעכט א פּראָספּעקט,. וועלכער האָט שוין געטראָגן אף זיך די דערליבעניש פון דער צענזור פונעם 30 אפּרעל 1846 וועגן דעם, אז לעאָן מאנדעלשטאם זאָל ארויסגעבן א כוי- דעש-זשורנאל, דער אינהאלט פונעם זשורנאל האָט געזאָלט זײַן -- ארױיסזאָגונגען וועגן טוירע און העפלעכקייט פון די ,בעלי אספות" (גע- לערנטע). לעאָן מאנדעלשטאם אלס אװטאָר פון ;אהרה נכזרה" איז אין ערגעץ ניט אָנגעוויזן. מיר דערמאָנען דאָ אויך זײַן נאָמען דערװײַל אלס א גאנץ מעגלעכן. אין א. ראָזענפעלדס לייענבוך 2גן שעשו- עים" ---, פארווײילונגס-גאָרטן", וועלכער איז דערשינען צום ערשטן מאָל אין ווארשע אין 0, איז אָפּגעדרוקט אן איבערזעצונג פון די ערשטע 8 שורעס פון פושקינס ליד אווינטער- אָװונט* (אָנגעשריבן אין 1825 און צום ערשטן מאָל פארעפנטלעכט אין 1829) אונטערן טיטל ;סערת סתיו"---,ווינטערדיקער (אייגנטלעך: הארבסטיקער) שטורעם". די ערשטע אויסגאבע פון 1880 איז אין קיין שום פון די דערמאָנטע פושקינס לידער אף העבּרעִיִש ניט אָנגעװיזן, האגאם די דאָזיקע איבערזעצונג איז פיל מאָל איבערגעדרוקט געװאָרן אין אלע שפּעטערדיקע אויסגאבעס פון ,גן שעשועים". אונדז זיינען געווען צוגענגלעך די אויסגאבעס, וועלכע גע- פינען זיך אין די לענינגראדער ביבליאָטעקן (פאר די יאָרן 1890, 1892, 1896, 1899, 1904, 1). אזויארום, איז ‏ ,/סערת סתיו" פארוואנדלט געװאָרן אין דער פּאָפּולערסטער איבערזעצונג פון פּושקינס א ליד בעמעשעך פון עטלעכע יאָרצענדליקער. ארן ראָזענפעלד איז געבוירן געװאָרן אין ברעסטעטשקע, װאָלינער גובערניע, אין 1846, געשטאָרבן אין נאכמוט אין 1916. אין די יאָרן 4--1872 זיך געלערנט אין דער זשיטאָמי- רער ראבאָנים-שול און אין 1875--1876 -- אין דעם פּעטערבורגער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט. פונעם צווייטן קורס איז ער, איבער מאנג? אין געלט, געצװוּנגען -געווען איבערײַסן די לערע, דעמלט טאקע האָט ער צונויפגעשטעלט די זאמלונג לידער, דערציילונגען און מעשאָלים ;גן שעשועים? (װי א לערנביכ? איו העברעיש) װאָס איז דערשינען אין ווארשע אין 1880. אין 0 האָט א. ראָזענפעלד פארעפנטלעכט א 2'טע אויסגעבעסערטע און באדײַטנדיק פאר- גרעסערטע אויסגאבע פון זײַן אגן שעשועים" אין 2 טיילן. אהער איז ארײַן נאָך איין איבערזע- צונג פון פּושקינס א ליד--;אָסיען" אונטערן נאָמען ;שירת בציר", װאָס הייסט, אייגנטלעך, ;דאָס ליד פון צײַט פון אראָפּנעמען װײַן- טרויבן". דאָס אלץ, װאָס אונדז איז געלונגען ביז איצט צו אנטפּלעקן אין די לענינגראדער ביבליאָטעקן (פארן פּעריָאָד 1847--1880, אף העברעיִש און ייִדיש), האָט אן אומדירעקטע שײַכעס צו דער פּושקיניאנע בא ייִדן. מיר קומען צו דער מאס- קאָנע, אז שוין אין יענעם אָנהייב-פּעריִאָד פון דער פּושקיניאנע בא ייִדן האָבן מענטשן, וועל- כע האָבן פארשטאנען ביידע שפּראכן, געהאט א מעגלעכקײַט זיך באקאנען מיט אייניקע מוס- טערן פון פּושקינס רײַכער פּאָעזיע. ס'איז באװוּסט פושקינס אפאָריזם: ,די איבערזעצער זײַנען די ,פּאָטשטאָווע פערד" פון דער בילדונג". אף די מאטעריאלן פון דער הע- ברעיִשער און ייִדישער שפּראך און ליטעראטור קאָן מען זיך לײַכט איבערצײיגן, װאָס פאר א גיגאנטישע טריט עס האָט דורכגעמאכט די ;פּאָטשט-טעכניק" אין די לעצטע 150 אָר, ס'איז גענוג צו פארגלײַכן דעם באשיידענעם אָנהײב פון די איבערזעצונגען פון פּושקינען, וועגז וועלכע מיר האָבן דאָ געשריבן, מיט דעם בילד, װאָס ווערט, לעמאָשל, געבראכט אין דער דערמאָנטער ביבליאָגראפיע פון א. פינקעל- שטיין -- ;א. ס. פּושקינס וערק,. דערשינענע אין ייִדיש". דער אװטאָר האָט געהאט פולע רעכט, ווען ער האָט זי באצייכנט אלס ניט קיין פולקאָמע. מיר קאָנען עס באשטעטיקן אפן סמאך פון דער אייגענער דערפארונג. אין שיי- כעס מיטן פֶּעריִאָד פון 1926 ביז 1940 האָבן מיר זיך אָנגעטראָפן אף פאָלגנדע אויסגאבעס אֹין א בוך-פאָרם (ניט רעכענענדיק די פּעריאָ- דישע), וועלכע זײַנען אין פינקעלשטיינס בי- בליָאָגראפיע ניט דערמאָנט: ;דעם קאפּיטאנס טאָכטער". ייִדיש-- ה. אָרלאנד, קיעוו---כארקאָוו, 0 זײיטן, ,;שאָס?. (דערציילונג), קיִעוו, 1926. 32 זײַטן (קינסטלערישע מאסן-ביבליאָטעק, נומ. 3). דער איבערזעצער איז ניט אָנגעװיזן, ;בעלקינס דערציילונגען". (איבערגעזעצט ד. רויכל, ד. האָפּשטײן), ווארשע, 19237. מיט א פאָרװאָרט פון א. האָלדעס: , פּושקינס פּראָזע", 7 זײַטן, ;דער סטאנציע-אופזעער". (דערציילונג), קיִעוו, 1937 (קינסטלערישע מאסן-ביבליאָטעק, נומער 7), דער איבערזעצער איז ניט אָנגעוויזן, ;דעם קאפּיטאנס טאָכטער". ייִדיש --- ה. אָר- לאנד, 2-טע אופלאגע. קיעוו, 1937, 190 זײַטן, פון פושקינס ליריק (איבערדיכטונגען פון קאלמען ליס), ווארשע, 1937--1938, 47 זײַטן (אויסגאבע , שריפטן", נומ. 1), ליריק און עפּיגראמען. קיעוו, 1928, 148 ז. מיט אן אריינפיר פון ד. האָפּשטײן. דאָס בוך אנטהאלט 73 איבערזעצונגען פון פּושקינס לי- דער אויסער עפּיגראמען און ,מאָראלישע פערזן". אין די איבערזעצונגען האָבן אָנטײל- גענומען ז. אקסעלראָד, מ. דובינסקי, ד. האָפ- שטיין, מ. כאשטשעוואצקי, ה. קאמענעצקי, ב, א. קאנט, י. קאטליאר, י. רימעניק, ?. רעזניק, ;די געשיכטע פון דעם דאָרף גאָריוכינאָ", ייִדיש--ל. רעזניק, קיִעוו, 1927, 40 זײַטן (קינסטלערישע מאסן-ביבליאָטעק, נומ. 14). ;א זאוערוכע". ייִדיש--ד. האָפשטײן, מאָסקװע, ,דער עמעס", 1939, 24 זײַטן. סאטירע. ייִדיש --- מ. אָרלאנד, קיעוו, 1940, 4 ז. אינהאלט: עפּיגראמען און סאטירישע לידער. -- פראגמענטן. -- קאָלעקטיווס. -- סא- טירישע פּאָעמעס און מייסעס. --- קאָמענטארן. דער פארנעם פון די איבערזעצונגען פון פּושקינען אף העברעיש שטייט, װוײַזט אויס, אויך ניט אָפּ פונעם פארנעם אף יִדיש. א רײַע: אין העברעישן קאטאלאָג אפן יאָר 1979 זײַנען אויסגערעכנט פאָלגנדע איבערזעצונגען פון פּושקינס װערק אין א בוך-פאָרם: באָריס גאָדונאָוו. --- דובראָווסקי. --- דער קארגער רי- טער. --- דער נעגער פון פּיאָטער דעם גרויסן. די מאלקע פּיק. -- קליינע טראגעדיעס. -- אלע פּושקינס מײַסעלעך. --- אויסדערוויילטע לירי- שע לידער. -- ראָמאנען און דערציילונגען.--- פושקינס פּאָעזיע. --- דרײַ פּאָעמעס. --- א מײַסע מיט א גילדן הענדעלע (,קטלוג הספרים הכללי" ---,, אלגעמיינער ביכער-קאטאלאָג", 9, יערושאָלאיִם, 1979, ז. 20), דער פּראָצעס פון איבערזעצן פּושקינען אין ייִדיש און העברעיש דויערט. (דערציילונג). 060, יעװוגעני שאָך-מײַסטער ג יק, דער שאָך-טעאטער ווען מע זאָל ניט ויסן אז לעאָנִיד זאָרין איז א באװוּסטער דראמאטורג, דער אװטאָר פון עטלעכע און דרייסיק פּיעסן, צווישן זיי אזעל- כע בארימטע, װוי ,די ווארשעווער מעלאָדיע?: ,דיַאָן", , די קיניגלעכע יאגד", אז קימאט אלע זיינע פּיעסן זיַנען אופגעפירט געװאָרן ניט נאָר אף דער סאָוועטישער, נאָר אויך אף דער אויס- לענדישער בינע, אז ער איז דער זיגער פונעם אלפארבאנדישן קאָנקורס אף דער בעסטער הײַנטצײַטיקער קאָמעדיע: ווען מע זאָל ניט וויסן, אז לעאָניד זאָרין איז א באוווסטער קינאָיסצענאריסט, דער אװטאָר פון די סצענאריען צו פופצן פּאָפּולערע פילמען, צווישן זיי --- /פרידן דעם, װאָס גייט ארײַן", וועלכער האָט באקומע1ן די גרויסע גאָלדענע מעדאל אפן צווישנפעלקערלעכן פעסטיוואל אין װענעציע; ווען מע זאָל ניט וויסן, אז לעאָניד זאָרין איז דער אװטאָר פון פיל דערציילונגען און נאָ- װעלן, פונעם ראָמאן ,דער אלטער מאנ" סקריפּט?; װען מע זאָל דאָס אלץ ניט וױיסן, װאָלט מען, זײַענדיק אין זײַן קאבינעט, גע" קאָנט אף זיכער מאכן אן אויספיר, אז דאָס איז אן ארבעט-צימער פון א שאָך-ספּעציאליסט-- א גראָסמײסטער אָדער אן איבערזיכטלער. א שאָך-טישל מיט א זייגער און צעשטעלטע פי" גורן, א ספּעציעלער אלמער, פארפולט מיט ביכער ועגן שאָך, פאָטאָגראפיעס, אף וועלכע מע זעט דעם באלעבאָס פון דער שטוב אין די פּרעסע-צענטרען אף די גרעסטע שאָך- פארמעסטונגען... א שמועס ועגן די פארבינדונגען צװוישן שאָך און קונסט װאָלט ניט געוועז קיין פולער, ווען מיר װאָלטן ניט איינגעשלאָסן אין אים פאָרשטייער פון דער ליטערארישער שאפונג. אונדזער אויסוואל נייטיקט זיך ניט אין קיין דערקלערונגען. לעאָניד זאָרין איז ניט בלויז א גרויסער פארערער פון שאָך (אנומלטן איז ער אפילע געווען דער טשעמפּיאָן פון צענטראלן 136 ליטעראטן-הויז), נאָר ער איז אויך אן אװטאָר, וועלכער טרעט אָפט ארויס אין דער פּרעסע מיט באטראכטונגען וועגן דער שאָך-קונסט, נאָך מער, וועלכער ווענדט זיך צו דער שאָך-טעמע אין זיײַן ליטערארישער ארבעט. ניט איין מאָל איז אונדז אויסגעקומען באהאנדלען מיט לעאָ- ניד הענריכאָװויטשן די אָדער יענע שאָך-פּראָ- בלעמען. פון אָטֹ די אָפטע באגעגענישן מיטן שרייבער איז אופגעקומען אָט דער שמועס. --- לעאָניד הענריכאָוויטש, ויאזוי האָט זיך אָנגעהױיבן אײַער פארקאָכעניש אין שאָך און פארװאָס דויערט עס אזוי לאנג? -- מיר איז שוין איצט שווער זיך צו דער- מאָנען, וויאזוי דאָס האָט זיך אָנגעהױבן. א סאך גרינגער איז ענטפערן אף דעם צווייטן טייל פון דער פראגע. דאָס דויערט אזוי לאנג דערפאר, װײַל די שאָכשפּיל האָט געמאכט מײַן לעבן אי פריידיקער, אי רײַכער. --- און קיין אגמעסנעפעש האָט זי אײײַך ניט פארשאפט? --- פארשטייט זיך. װי יעדער ליבע. וען איך בין נאָך געווען א ייִנגל, איז מיט מיר גע- שען פּונקט אזא מין געשיכטע, וי מיטן יונגן כלעבניקאָוו, דעם העלד פון מײַן פילם ,דער גראָסמײיסטער*. איך בין געווען שטארק פאר- כאפּט מיט דער שפּיל און פארגעסן, אז אף מיר ווארט א מיידל. ווען כ'האָב סאָפקאָלסאָף זיך אָפּגעריסן פון דער שאָכברעט, האָב איך שוין דאָס מיידל ניט געקאָנט געפינען. געטרייסט בין איך געװאָרן קימאט אין פערציק יאָר ארום, װען כ'האָב דעם דאָזיקן עפּיזאָד ארײַנגע" שטעלט אינעם סצענארי פון דעם פילם. --- ווען מיר קוקן דורך די פּארטיעס פון גרויסע שאכמאטיסטן און באװוּנדערן זייערע טיפע אידייען, אָריגינעלע פארטראכטן און שיינע קאָמבינאציעס, צווייפלען מיר ניט, אז שאָך -- דאָס איז קונסט. װידער איבערצײַגן מיר זיך דערין, װועז מיר לייזן (אויב עס גיט זיך אונדז אײַן)) די מערקװוירדיקע אופגאבעס אוּןן עטיודן,. וועלכע ס'האָבן צונויפגעשטעלט גרויסע שאָךיקאָמפּאָזיטאָרן. דער עסטעטישער עלעמענט אין דער שאָכשפּיל אוֹן אין דער שאָך-קאָמפּאָזיציע איז אומבאשטרײַטבאר. וועגן דעם זײַנען אָנגעשריבן הונדערטער ארטיקלען און ביכער און אונדז ווילט זיך עס ניט איבער- כאזערן. דאָך װאָלט אונדז געווען אינטערעסאנט הערז די מיינונג פון א מענטשן, װאָס, זײַענדיק אן אָנגעזעענער קונסט-טוער, פארשטייט ער אין דער זעלבער צײַט טיף די נאטור פון שאכ- מאט. אין װאָס באשטייט, לויט אייער מיינונג, דאָס געמיינזאמע צווישן שאָך און קינסטלערי- שער שאפונג? -- איך װועל, נאטירלעך, ענטפערן בליז אין אלגעמיינע שטריכן, װייל דאָס איז א טע- מע פאר א ספּעציעלער פאָרשונג, אפילע פאר א בוך. מיר דוכט זיך, אז דער עסטעטישער יעסאָד איז אױסגעדריקט אין דער שאָכשפּיל גענוג בוילעט. די שפּאָרזאמקײַט פון די מיט- לען, די גראציִעזקײַט פון פארווירקלעכן דעם פארטראכט, די קימאט צויבערהאפטע צוזאמענ- ארבעט פון אלע עלעמענטן, װאָס שטעלן צונויף די שפּיל-- דאָס אלץ ווארפט זיך מאמעש אין די אויגן. נאָר ס'איז פאראן אוֹיך א געמיינזאמ- קײַט צווישן שאָך אוֹן קונסט, וועלכע ליגט ניט אף דער אויבערפלאך, -- דאָס איז די באדיי- טונג, וועלכע עס האָט אין דער שפּיל דער אינ- טויִטיווער עלעמענט. ניט אלץ לאָזט זיך פּינקטלעך אויסרעכענען, ניט שטענדיק ביסטו זיכער אין דעם ענדגיל- טיקן רעזולטאט פון דײַן פארטראכט, נאָר עס קומט א ליכטיקע רעגע, און זי פילט דיך אָן מיט גלויבן אין דער ריכטיקײַט פון דײַן בא- שלוס, אפילע ווען דו קאָנסט אים באלד ניט באגרינדן, אָט טאקע אין דער דאָזיקער לִיב- טיקער רעגע שטעקט דער סאָד און די פרייך פון שאפונג. דערמאָנט זיך בא פּושקינען: ,און די װײַט פונעם ראָמאן דעם פרײַען כ'האָב דורך דעם קישעף-קריסטאל נאָך ניט קלאָר געזען". אָט דער ,קישעף-קריסטאל", דורך ועלכן מע זעט דעם ענד-עמעס נאָך אניט קלאָר", איז באקאנט בלויז דעם עכטן קינסטלער-- בא דעם שרײַבטיש צי בא דער שאָכברעט. מיר דוכט, אז ס'איז ריכטיק די מיינונג, אז דער געדאנ- קענגאנג באם שאכמאטיסט איז אונטערגעװאָרפן ניט בלויז לאָגישע סכעמעס, אין א געוויסן זין איז אים אייגנטימלעך בילדערישקײַט. ס'איז קיין סאָפעק ניט, אז דער גרונט-אינ- האלט פונעם שאָך-קאמף שפּיגלט אָפּ אף זײַן ביז גאָר ספּעציפישער מאניר דאָס לעבן פונעם מענטשלעכן גײַסט און זײַן פאָרם איז פיייָק צו פארשאפן ריין-קינסטלערישן גענוס. װאָס האָב איך אין זינען,. ווען איך רייך וועגן מענטשלעכן גײַסט, װאָס איז אויסגע- דריקט אין דער שאָךיפּארטיע? עס גייט קוי- דעמקאָל א רייד וועגן אױספּרווון איער אין- טעלעקט, דעם וילן, די פּיייַקײַט צום אב- סטראקטן דענקען און אין דער זעלבער צײַט וועגן אױספּרוּוון אײַער גײַסטיקע שטאנדהאפ- טיקײַט, װאָס האָב איך אין זינען, וען איך רייד וועגן דער עסטעטישער וירקונג פון יענער פאָרם, אין וועלכער ס'זײַנען אײַנגעפאסט דעם מײַסטערס אידייען, --- פון זײַנע גענג? עס גייט קוידעמקאָל א רייד װעגן שאפן באשטימטע בילדער אף פארשיידענע טעמעס (צוזאמענבינ- דונגען, אָפּווענדונגען,. איבערדעקונגען,. פּאט- אידייען), אָפּט ברעכנדיק דערבײַ די ריכטיקע קאָרעליאציע, ווען די אָדער יענע פיגור, און אמאָל אויך עטלעכע מיטאמאָל ברענגען זיך אלס קאָרבן (א ריין ראָמאנטיש בילד!). שאָך, וי יעדער מין קונסט.-- הייסט שטענ- דיק זוכן נײַס אינעם געוויינלעכן. ווען אף דער ברעט באװוײיזן זיך גוט באקאנטע ואריאנטן, שוין ניט איין מאָל איבערגעכאזערטע סיטוֹא- ציעס, מוז מען אין זיי אלע מאָל ארײַינהויכן א נײַ לעבן. אָט דער טאָגטעגלעכער קאמף מיט רוטינע, אָט די שטענדיקע שטרעבונג צו פריש" קײַט, -- דען ניט זיי בילדן דעם סאמע טאָך פון שאפונג? און, ענדלעך, די שאָך-פּארטיע,. די שאָך- קאָמבינאציע, פּונקט וי דאָס קינסטלערישע ווערק, זײַנען ניט מעגלעך אָן א געוויסער גרונט-אידיי, און װוי אין א קינסטלעריש ווערק, לאָזט זי זיך ניט פאָרמולירן און קומט ניט קיין אנטבלויזטע, נאָר זי אנטשטייט, װוי אן אומגע- ריכטער עמאָציאָנעלער סאכאקל. אין װאָס זשע באשטײט די אלגעמיינע גרונט-אידיי פון שאכמאט? צי ניט דערין, װאָס שאָך שטעלט מיט זיך פאָר א געניאל געשא- פענע מאָדעל פונעם לעבן מיט זײַן אײביקן קאמף, מיט זײַנע אופשטייגן און מאפּאָלעס, מיט דער אָפּטער נױטװענדיקײַט אלץ אָנהייבן פון אָנהייב, נאָכן פאלן זיך וידער אופהייבן אוּן גיין װײַטער? צי ניט דערין, װאָס שאָך גיט אונדז די געגארטע מעגלעכקײַט אָנצופירן מיט די געשעענישן, פארטראכטן און פארווירקלעכן זיי אין לעבן? צי ניט דערין, װאָס שאָך פאר- הארטעוועט אונדזערע נעשאָמעס, שלײַפט דעם מויעך און לערנט, ויאזוי אפסנײַי דערזען דאָס געוויינלעכע? איך נעם זיך ניט אונטער ענטפערן אָפט דוכט זיך מיר, אז אין שאָך איז פארבאָרגן א גרויסער סאָד, וועלכער ווארט, מע זאָל אים אנטפּלעקן. -- װאָס טראכט איר וועגן דעם שאָך אלס א פאָרשטעלונג? פארװאָס שפּירן מענטשן נאָך מיט אזא אינטערעס אין מעשעך פון עטלעכע שאָ נאָך די געשעענישן, װאָס קומען פאָר אף דער שאָכברעט? -- געוויס דערפאר, װאָס אין דער אויסער- לעכער סטאטיק פון שאָך איז פארבאָרגן א קאָ- לאָסאלער אינערלעכער דינאמיזם. די צושויער פילן זיך װוי אָנטײלנעמער פון אָט דער דראמע, וועלכע װערט געשפּילט פאר זײערע איגן, דערביי טרעטן פאר זיי ארויס ניט קיין אויס- פירער פון ראָלן, װי אין טעאטער, נאָר אליין די האנדלענדיקע פּערזאָנען. גיט נאָך צו דעם צוֹ, אז די צושויער באטײליקן זיך אקטיו אינעם גײַסטיקן לעבן פון די שאָך-קינסטלער. 17 אנדערש גערעדט, זיי שטרעבן צו דערגרייכן יענע הייכן, אף וועלכע אָט דאָס לעבן קומט פאָר. -- איר זיינט א שטענדיקער באזוכער פון אלע גרעסטע שאָך-פארמעסטונגען, וועלכע ווערן דורכגעפירט אין מאָסקווע. װאָס פאר א שאָך-פּארטיע, פון די, װאָס איר האָט געזען האָט געמאכט אף אייך א באזונדערס שטארקן אײַנדרוק, האָט איבערגעלאָזט א טיפן שפּור? --- ווען אין דער הױפּטשטאָט קומט פאָר אן אינטערעסאנטער טורניר, ווערט מיין לעבן א סאך שענער און װאָגיקער,. די עטלעכע װאָכן,. װאָס ער דיערט, פארברענג איך אין צושויעריזאל צװוישן אנדערע אזוינע, וי איך, באזעסענע מענטשן. ערגעץ װײיַט אנטרינען די טאָגטעגלעכע איניאָנים, די ליטערארישע דיי- געס און זאָרגן. עס קומט אוף א זעלטענע רוי- קײַט פון געמיט. װאָס פאר א פּארטיע אויסטיילן? ס'איז ניט אזוי פּראָסט ענטפערן אף אָט דער פראגע. מיס- טאמע איז עס פונדעסטוועגן די פּארטיע צװוישן טיימאנאָוון און לוטיקאָוון פונעם לעצטן טור פון דעם אלפארבאנדישן טשעמפּיאָנאט פון 1969 יאָר. ביזוואנען ס'איז געגאנגען די דאָזיקע פּאר- טיע, האָב איך געלעבט, וי מע זאָגט, מיט א פול לעבן. ס'איז געווען אי אָנגעשטרענגטקייט פון געדאנק, אי מיטבאטייליקונג מיט טיימא- נאָווס באגייסטערונג, אי אזארט פון קאמף, אי האָפענונגען, וועלכע עס האָט פארביטן אומרו, און, ענדלעך, גיײַסטיקער אופשטייג, ווען ס'האָט אָפּגעשאלט דער לעצטער אקאָרד פון אָט דעם בעעמעס פּאָליפאָנישן ווערק. עס דערמאָנט זיך נאָך א באגעגעניש פון מער װוי מיט דרייסיק יאָר צוריק, וועלכע איז פאָרגעקומען אויך אינעם טשעמפּיאָנאט פון לאנד, אויך אין לעצטן טור און, אגעו, אף דער זעלבער בינע. אין 1949 יאָר האָט צום ערשטן מאָל העל אופגעשיינט דער שטערן פון יעפים געלער. ערעוו די לעצטע געראנגלען האָט ער פארנומען די ערשטע שורע אין דער טאבעלע, און אלע האָבן געווארט, אז עס װועט געבוירן ווערן א נײַער טשעמפּיאָן און נײַער גראָסמײסטער (אין יענע װײַטע צײַטן פלעגן גראָסמײיסטערס געבוירן ווערן זעלטן). איך גע- דענק אָט דעם אָװונט, געדענק געלערן, וועלכער האָט צוליב אָט דעם פייערלעכן טאָג אָנגעטאָן א בלאָוון אָנצוג, א װײַס העמדל און א העל- בלויען שניפּס. איך געדענק, ויאזוי אין זײַן באליבטער שפּאנישער פּארטיע, ווען ער איז אריינגעפאלן, שפּילנדיק מיט כאָלמאָוון,. אין א שווערער לאגע, האָט ער אומזיסט געפּרװוט ענדערן דעם גאנג פונעם קאמף. קיין סענסא- ציע האָט זיך ניט באקומען. קוים זיך ארויסגע- כאפּט פונעם הודענדיקן מענטשישן בינשטאָק, האָב איך לאנגזאם געשפּאנט צום מעטראָ, צע- רודערט פון אָט דער דראמע, װאָס האָט אָט ערשט זיך אָפּגעשפּילט פאר מיינע אויגן. | -- ,נישקאָשע, --- האָט געזאָגט מיין באגליי- טער, -- אָט דער באָכער האָט געזונטע קינבאקן, ער װועט אויסהאלטן". אין עטלעכע און דרײַסיק 138 יאָר ארום שפּאנט אלץ נאָך אזוי איבער דער בינע מיט זײַן וואקלענדיק גענגעלע געלער, א שװוערלייביקער, א ביס? א גראָװער געלער, װאָס איז שוין דורכגעגאנגען דורך פּײַער, דורך אײַזקאלטער וואסער און מעשענע רערן פון רום. אלץ, וי פּריִער, נאָר דאָס לעבן האָט זיך א סאך געענדערט און א סאך האָט זיך געענ- דערט ארום אונדז. --- פארװאָס, לויט אייער מיינונג, פארכאפּט די שאָכשפּיל ריזיקע מענטשן-מאסן? --- דאָ זײַנען פאראן פיל פאקטאָרן, דע- רונטער אויך די, וועלכע איך האָב שוין דער" מאָנט אין די פריִערדיקע ענטפערס. די שאָכ- שפּיל --- דאָס איז איינע פון די גרעסטע שאפונ- גען פון מענטשלעכן גײַסט. זי ברענגט אונדז די פרייד פון צוזאמענקום, די פרייד פון זעלבסט- דערקענטעניש, העלפט אונדז אין שװערע טעג, שענקט אונדז פיל שאָען מיט פארגעניגן, און אויב זי ברענגט אונדז אמאָל אויך אגמעס- נעפעש, איז דאָס א רעזולטאט פון אונדזער ניט פולקומענהײַט. די שפּיל איז דערין ניט שולדיק. אין דער קונסט צי אין דער וויסנשאפט קאָן דער מענטש פּראקטיש דאָס גאנצע לעבן זיך באוועגן פאָרויס. דער אװטאָריטעט פונעם גע- לערנטן וואקסט מיט דער צײַט, ער באקומט אלץ נײַע און נײַע טיטולן. בלויז ווען זיי דער- גרייכן רייפקייט, שאפן קינסטלער עפּאָכאלע ווערק. באָריס פּאסטערנאק האָט זײַנע בעסטע לידער אָנגעשריבן נאָך זעכציק יאָר. װאָס אָנ- באלאנגט שאָך, איז אפילע בא די אָנגעזעענסטע גראָסמײיסטערס הייבט זיך אָן פריִער אָדער שפּעטער א צײַט פון שעפערישער און ספּאָר- טיווער יערידע און זיי גייען פּאמעלעכן אָפּ אפן צווייטן פּלאן. דאָס באטייט, אז שאָך קאָן ברענ- גען ניט ויניק ליידן אפילע די גרויסע מײיי- סטערס... -- די זאך באשטייט דערין, װאָס די שאָכ- שפּיל פארמאָגט איינע א ספּעציפישע אייגנשאפט, װאָס אונטערשיידט זי פון קונסט (און אפילע פון וויסנשאפט), נעמלעך, -- אן אָביעקטיוון קרי- טערי. אויב איר האָט פארשפּילט, איז אומעג- לעך עס אָפּצולײקענען. ווען אזא אָביעקטיווער קריטערי װאָלט עקזיסטירט אויך אין דער וויסן- שאפט און אין דער קינסטלערישער שאפנג, װאָלטן, קאָן זײַן, ניט אלע הײַנטיקע בארימ- הײַטן פארבליבן אף זייערע ערטער... אזוי צי אזוי, נאָר אין יעטווידער ספער פון טעטיקײַט דארף מען מיט ווירדע באגעגענען יענע הארבע צײַט, ווען דער נאטירלעכער גאנג פון די זאכן ברענגט צו דער פאראָרעמונג פונעם שעפע- רישן פּאָטענציאל, מיט דער צייט הייבן אָן די גראָסמײיסטערס ווייניקער אױיסשפּילן, און אָפטער פארשפּילן זיי. נו, װאָס קאָן מען טאָן? אזא איז ער שוין דער טריבער קרײיזלויף. מיר איז שוין אֹמאָל אויסגעקומען אין צוזאמענהאנג דערמיט צו בא- מערקן: ,א זיג באװוייזט, װאָס דער מענטש קאָן, א מאפּאָלע --- װאָס ער איז ווערט". --- איר זיינט דער אװטאָר פון א סאך פּיעסן. דאָס באטײַט, אז פאר אײַך האָט א באזונדערע ווערט די רײַכקײַט פון מענטשלעכע כאראקטערן. בארײיַכערט אײַך, װי א שרײַבער, דאָס טרעפן זיך מיט שאכמאטיסטן? -- איך קאָן זאָגן, אז אלע גרויסע שאכמא- טיסטן, וועלכע כ'האָב באגעגנט, זײַנען געווען מענטשן אייגנארטיקע, כ'װאָלט געזאָגט, פּיקאנ- טע, אייניקע -- גוטמוטיקער, אנדערע -- שטרענ- גער, איינע האָבן זיך אויסגעטיילט מיט זייער ברייטער נאטור, אנדערע זײַנען געווען, האָט זיך געדוכט, מער פארנומען מיט זיך. נאָר איך האָב ניט באגעגנט צװוישן זיי מענטשן נודנע און טרוקענע -- וועגן שאכמאטיסטן איז אינ- טערעסאנט ניט נאָר צו שרײַבן, נאָר אויך נאָכ- דענקען. -- אָבער אײַך איז דאָך אויסגעקומען צו באגעגענעז זיך מיט באװוּסטע שרײַבער, רע- זשיסערן, ארטיסטן.. -- פארשטייט זיך. און איך זאָג קלאל ניט, אז די שאָך-גראָסמײסטערס געהערט די מאָנאָ- פּאָל אף אייגנארטיקײַט. נאָר ס'איז פאראן נאָך איין וויכטיקער שטריך. שאָך איז געװאָרן א פּראָפּעסיאָנעלע באשעפטיקונג ערשט ניט לאנג, אוז מענטשן, וועלכע האָבן א לאנגע צײַט גע- קעמפט מיטן קאָנסערוואטיזם פון דער געזעל- שאפטלעכער מיינונג, מענטשן, וועלכע האָבן אין אזא לאגע אָפּגעגעבן אלע זייערע קויכעס דער זאך, װאָס זיי האָבן ליב, זײַנען ניט קיין גע- וויינלעכע מענטשן. דער קאמף קעגן פאָרורטיילן שמידט אויס, אלס קלאל, שטארקע כאראקטערן, און אויך די אטמאָספער פון די שאָך-באטאליעס שפּילט א גרויסע ראָליע אינעם אויספורעמען די פּערזענלעכקײַט. אָט דאָס לעבן מיט זײַנע אָפ- טע זיגזאגן,. די באגעגענישן מיט אלץ נײַע און נײַע פּארטנערן. פּרעטענדענטן, דער קאמף צװוישן די אינדיווידואליטעטן, אינטעלעקטן ווילנס, -- דאָס אלץ מאכט, אָן סאָפּעק,. שארפער די אָדער יענע שטריכן, וועלכע דער מענטש גופע פארמאָגט, און מאכט אים ניט ענלעך אֹף אנדערע. די מענטשן, ועלכע שענקען דעם שאכמאט דאָס גאנצע לעב טוען דאָס קלאל ניט דערפאר, װאָס זיי זײיַנען ניט באשאפן גע- װאָרן פאר עפּעס אנדערש. די פּייַקײַטן בא א סאך פון זיי זײַנען אזוינע, אז אויך אין אנדע- רע געביטן פון מענטשלעכער טעטיקײַט װאָלטן זיי געוויס דערגרייכט -- און אייניקע האָבן טא- קע דערגרייכט -- פּונקט אזעלכע הייכן. -- אײַער סצענארי פונעם פילם ;גראָסמיי- סטער" האָט באקומען דעם ערשטן פּריז אפן צווישנפעלקערלעכן פעסטיוואל פון ספּאָרטיווע פילמען אין יוגאָסלאװיע. צי װאָלט איר ניט געװאָלט נאָכאמאָל זיך דערשלאָגן אזא שאָך- דערגרייכונג? -- איך װאָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט. וי איר ווייסט, האָב איך זיך אין דער פּיעסע ,קארנא- וואל" אומגעקערט צו דער פיגור פון א שאב- מאטיסט. איינער פון אירע העלדן איז א שאָך- מײַסטער, װאָס געפינט זיך אין קאָמפּליצירטע פארהעלטענישן מיטן פּראָפּעסאָר עלאָ. -- דעם סצענארי פון ,גראָסמייסטער" האָט איר געווידמעט װו. סימאגינען. דער מאָסקװער גראָסמײסטער איז געווען א ביז גאָר אָריגינע- לער שאכמאטיסט, אָבער קיין באזונדערס גרוי- סע רעזולטאטן האָט ער ניט באויזן. צי קאָן מען, לויט אײַער מיינונג, ריידן וועגן דעם טא- לאַנט פון א שאכּמאטיסט, אוב ער האָט ניט דערגרייכט קיין גרויסע ספּאָרטיווע הייכן? -- די הייך פון טאלאנט דארף מען ניט אומ- באדינגט באשטעטיקן מיטן ניוואָ פון די ספּאָר- טיווע רעזולטאטן. וולאדימיר סימאגין האָט בא- וויזן אזא רײַכקײַט פון אידייען, אזא אָריגינעלע לייזונג פון די פּאָזיציעס, אז ריידן וועגן זײַן טאלאנט קאָנען מיר גאנץ זיכער. אן אנדער זאך איז דאָס, װאָס די ספּאָרטיווע רעזולטאטן האָבן געהאט א ווירקונג אף זײַן פּראקטישער קאר- יערע אלס גראָסמײסטער. נאָר קאריערע און טאלאנט גייען ניט שטענדיק באנאנד. מיר ווייסן וועגן א סאך מערקוירדיקע פאָרשטייער פון קונסט, וועמען ס'האָט ניט געגליקט אי לעבן, כאָטש איצט באשײַנען זייערע ביאָגראפיעס אונדזערע כרעסטאָמאטיעס. -- אין שאָך װוערן, אלס קלאל, העלדן בלויז די טשעמפּיאָנען... -- דאָס דארף אונדז ניט שטערן אָפּצוגעבן דאָס, װאָס עס קומט, יענע, וועלכע האָבן מיט זייערע אידייען מיטגעהאָלפן צו פעסטיקן די שײינקײַט אוּן אומױסשעפּלעכקײַט פון דער שאָך- שפּיל, -- וויָאזוי פּראָגנאָזירט איר די צוקונפט פון דער שאָכשפּיל? -- מעגלעך, אז מײַן ענטפער װעט אײַך אױסװײַזן צו זײַן א ביסל אומדערווארט. מיר האָבן גערעדט וועגן דער געמיינזאמקײַט צװוישן קונסט און שאָך. נאָר, װײַזט אויס, אז שאָך האָט אויך א גרויסארטיקע וויסנשאפטלעכע צוקונפט. איך צווייפל ניט, אז שאכמאט װעט אף א פול- קום אייגנארטיקן אויפן צוניץ קומען דער וויסנ- שאפט. -- בא אונדז זײַנען פאראן א סאך יונגע, טאלאנטפולע שאכמאטיסטן, וועלכע טרעטן ערשט ארײַן אין אָטֿ דער װוּנדערשיינער און דאָרנדיקער װעלט, עס װאָלט זיך געװאָלט הערן, װאָס ווינטשט איר אָט די יונגעלײַט. -- די יונגעלײַט. שאכמאטיסטן און ניט שאכמאטיסטן, ווינטש איך פריִער פאר אלץ איינס: ניט אײַלן זיך! אין יעטווידע, זאָל זײַן די סאמע קאָמפּליצירטע סיטואציעס ניט פאר- לירן דעם מוט, פארהיטן די וירדע. זיך ניט אָפּזאָגן פון די איבערצײַגונגען, באשיידן און צילגעווענדט טאָן זייער זאך. קאָנוענטאלן פון דעדאקציע א פארצויגעגע געשיכטע אין אפּרעל 1976 האָט ;סאָוועטיש היימ- לאנד" פארעפנטלעכט א דאָקומענטירטן מא- טעריאל וועגן וולאדימיר סאמארינען, איינעם פון יענע אױיסגעשפּראָכענע און אמערסטן צי- נישע היטלערישע מעשאָרסים אין דער פארניב- טונג-פראקטיק בענעגייע דעם ייִדישן פאָלק, וועלכע האלטן זיך איצט אוף אין מעשעך פון יאָרצענדליקער בא דער אמעריקאנער מומע. די פּובליקאציע האָט מיט א באזונדערער קראפט געשריגן צום געוויסן, װוײַל,. ערשטנס-- דער נאציסט סאמארין איז געװואָרן א דערציַער פו- נעם אונטערוואקסנדיקן נאָכמילכאָמע-דאָר אין פשא, אן אמטירטער לעקטאָר אין דעם פּאָפַו- לערן אין לאנד יעיל-אוניווערסיטעט, אוףן צווייטנס -- דער געוועזענער אָנטײלנעמער אין דער ייִדן-פארניכטונג האָט זיך צונויפגעניוכעט מיט די ציִעניסטישע קרײַזן אין אמעריקע, און זיי האָבן אים געהאָלפן ארויסצושטעלן זיך אלס ייִדן-פריינט. די סקאנדאליעזע געשיכטע, װאָס איז פאר- צייכנט געװאָרן אף די זײַטן פונעם סאָװועטישן ייִדישן זשורנאל, האָט אופגעפּלאצט וי א באָמ- בע אין דער אמעריקאנער אקאדעמישער געזעל- שאפטלעכקײיט, באזונדערס, נאטירלעך, אין די לערן-קאָרפּוסן און דעקאנאט-צימערן פונעם יעיל-אוניווערסיטעט אין ניו-העיווען. ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז סאמארינס קאָלעגן און אוואדע שוין אויך די דערצויגלינגעוז האָבן גאָר- נישט ניט געװוּסט וועגן דעם, ווער עס איז וולאדימיר סאָקאָלאָוו-סאמארין און מיט װאָס ער האָט אין די מילכאָמע-יאָרן זיך פארנומען אין דער אָקופּירטער סאָוועטישער שטאָט אָרי- אֶָל, װוּ ער איז געווען א רעדאקטאָר פונעם ראסיסטישן בלעטל ,רעטש" און פונוואנען ער איז אנטלאָפן צוזאמען מיט די צעקלאפּטע פא- שיסטישע האָרדעס. וועז דער נומער , סאָוועטיש היימלאנד" מיט דער פּובליקאציע וועגן סאמארינען איז אָנגע- קומען צו די לייענער אינעם יעיל-אוניווערסי- טעט, איז דער איניען באװווסט געװאָרן צווישן די סטודענטן און פּראָפּעסאָרן, און אין דער צייטונג איעיל דיילי ניוס" האָבן גענומען א װאָרט די פארשיידענע טענדענצן אין דעם דאָר- טיקן פּאָליטישן לעבן. פיר פּראָפּעסאָרן האָבן אָנגעשריבן אן אָפענעם בריוו, אין וועלכן זי 10 האָבן געמאָלדן סאמארינען א באָיקאָט -- קיין שום באציונגען מיט אים, ניט פּערזענלעך, ניט לויטן לערך"פּלאן. ס'האָבן זיך געפונען אויך אונטערשטיצער פונעם פאשיסט. אזוי אָדער אנדערש, נאָר סאמארין איז פון די סטודענטישט אאודיטאָריעס פארשווונדן, און געוויסע פארינ- טערעסירטע קרייזן האָבן געהאלטן די זאך פאר פארענדיקט, בייס אנדערע האָבן אופגעהויבן די פראגע וועגן איבערגעבן דעם פארברעכער אין די הענט פון דער סאָוועטישער יוסטיץ. ,סאָווע- טיש היימלאנד" האָט אין דער דאָזיקער סיטוא- ציע אלץ געטאָן, קעדיי ארײיַנטראָגן קלאָרקײַט. ס'זײַנען אָפּגעשיקט געװאָרן אפן אדרעס פון דער אדמיניסטראציע פונעם יעיל-אוניווערסי- טעט פאָטאָסטאטישע קאָפּיעס פון סאמארינס פאשיסטישע פּראָפּאגאנדע-ארויסטרעטונגען אין דער צײַטונג ,רעטש", ספּעציִעל פון זייַנע הע- צע-ארטיקלען קעגן דער ייִדישער באפעלקע- רונג. איצט איז דער איניען ווידער אופגעשווומען אין דער עפנטלעכקײַט. דעם 28-טן יאנוואר ד. י. האָבן די צוויי טאָג-צײַטונגען אין ניו- העיווען מיטגעטיילט, אז דער יויסטיץ-דעפּאר- טאמענט אין וואשינגטאָן האָט סאָפקאָלסאָף בא- שטימט אָנקלאָגן סאָקאָלאָװו-סאמארינען אין פעלשן זײַן פּארגאנגענהײַט בייסן באקומען אמעריקאנער בירגערשאפט. א פאָרשטייער פו- נעם יוסטיץ-דעפּארטאמענט האָט דערקלערט, אז אויב דער געריכט װעט באשטעטיקן די אָנקלאָ- גע, וועצט מען קאָנען ארויסשיקן סאמארינען פו- נעם לאנד. דער נאציסט וװוינט הײַנט אין דער שטאָט מילפאָרד, שטאט קאָנעקטיקוט. קאָלזמאן די טעמע סאמארין שוימט אוף און ווערט פארשוווּנדן און שווימט ווידער אוף אדג. אין די יוסטיץ-קאָרידאָרן און בא די רע- דאקציע-טישן אין פשא, ווארפט זיך אין די אויגן אָט װאָס: דער נאציסט איז 17 יאָר אָן שטערונגען אָפּגעװען א לערער פוֹן דער סטודענטישער יוגנט אין יעיל. ווען ניט די דעמאסקירונג אין ,סאָװעטיש היימלאנד", װאָלט ער עס געווען אויך אף וויי- טער. עס האָבן געדארפט דורכגיין העכער 6 יאָר (נאָך דער פּובליקאציע פון די דאָקומענטן אין ;סאָוועטיש היימלאנד"), ביז די אמעריקאנער יוסטיץ זאָל נעמען עפּעס טאָן. נאָך דער מיטיילונג פונעם 28-טן יאנוואר ד. י. איז געזאָגט געװאָרן, אז די געריכט-בא- מעאָר קאטש.... ;מעיאָר קאטש" באטײַט אפן אמעריקאנער צײַטונגס-ייִדיש -- דער שטאָט-באלעבאָס, ווע- מענס פאמיליע-נאָמען עס איז קאטש. דער מער פון דער שטאָט, הייסט עס. אין אזא אָרט, װי ניו-יאָרק, מיט זײַן מיליאָן ייִדן, מיט דעם אָפ- געשלאָסענעם און שטרענג אָרגאניזירטן ייִדישן מיטלאלטערלעכן שטאָט-כיילעק אף יענער זײַט ברוקלינער בריק און מיט דעם צעיושעטן שאנ- טאזש-טאראראם פון די פילצאָליקע נאציאָנא- ליסטיש-ייִדישע אָרגאניזיישנס, --- אין אָט דער איבערגעלאָזטער אף העפקער שטאָט איז ניט מעגלעך, אז אזא סאָרט קאטש זאָל ווערן ,מע- יאָר קאטש", אויב ער װעט ניט זײַן א געצייג פון דעם טאראראם. װאָס זשע האָט אָפּגעטאָן לעצטנס קאטש, קעדיי װערן, װי עס גלוסט זיך אים, נאָך א גרעסערע שישקע -- גובערנאטאָר פון דעם נין- יאָרקער שטאט, אף זײיער לאָשן ,גוװערנאָר קאטש"? ער האָט געמאכט א סענסיישן, װאָס דארף אופגענומעז ווערן אזוי, אז ער, דער מעכ- טיקער קאטש, גייט ארויס אין א פארמעסט.. איר ווייסט מיט וועמען? מיט דער אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס, וועלכע האָט איר זיץ-אָרט אף דער טעריטאָריע פון ,זײַן שטאָט", און ער טוט עס, קעדיי צו פארטיידיקן , ייִדישץ אינטערעסן", ביכלאל דארף געזאָגט װערן, אז זינט פון דער פעלקער-טריבונע, וועלכע געפינט זיך אף איסט ריווער, קלינגען העכער און שטארקער די שטימען פון פּראָטעסט אין צוזאמענהאנג מיט די ציִעניסטישע פארברעכנס קעגן דער מענטש- הײַט, זינט עס האָבן גענומען דאָס װאָרט צענד- ליקער באפרײַטע פונעם קאָלאָניָאלן יאָך פעלקער, האָבן פשא און ייִסראַעל אופגעהויבן א קאמ- פּאניע פון זידלערײַ און באשמוצונג אין שײַכעס מיט דעם, װאָס עס טוט די אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס ---,יו-ען" אפן אמעריקא- נישן אויסדרוק-לאָשן. כאראקטעריסטיש פאר דעם דאָזיקן גאנג זײיַנען, לעמאָשל, צוויי מי- טיילונגען בלויז אין איין נומער --פארן 18 פעווראל ד. י.---אין דעם ניו-יאָרקער , פאָר- ווערטס": ,קירקפּעטריק" (די פאָרשטייערן פון פשא אין זיכערהייַטס-ראט פון דער אָרגאניזא- ציע פון די פארייניקטע נאציעס) זאָגט: יודען איז א טרויעריקער ספּעקטאקל" און -- , ייִסראָ- על פאָדערט א (נײַע) יודען (בלויז) פון (אזוי- גערופענע:) דעמאָקראטישע לענדער". ? דאָ אומעטום אין די קלאמערן --באמערקווער- טער פון רעד. , סאָוועטיש היימלאנד". האנדלונג ארום דעם סאמארין-איגיען קאָן זיך אָנהײבן אין צוויי כאדאָשים ארום. ווען עס ווערן געשריבן אָט דִי שורעס, זײַנען שוין אדורך פינף כאדאָשים, און עפּעם הערט מען ניט דאָס קאָל פון דער אמעריקאנער פעמידע... עװערנאָר קאטש"ל אגעוו, קירקפּעטריק האָט די אױבנדערמאָן- טע ווערטער געזאָגט אין אירער א רעדע פאר דעם אולטרא-רעאקציאָנערן ,/אמעריקאנער לץ- גיָאָן", און צווישן אנדערס האָט זי געפּאסקנט, אז ;די מערהײַט רעגירונגען אין דער װעלט זײַנען לוט אונדזערע (אמעריקאנער) סטאנ- דארטן שלעכטע רעגירונגען". און ויבאלד ס'זײַנען פאראן אזויפיל רעגירונגען פון לענדער אין דער װעלט, װאָס טוגן ניט דער אמערי- קאנער רעגירונג, קומט די ייִסראָעל-רעגירונג און זאָגט אונטער אן אויסוועג. דער אויסערן- מיניסטער ייִצכאָק שאמיר שרײַט אױס אף א פּרעסע-קאָנפערענץ אין יערושאָלאיִם, אז העיויס בלױז 30 מעלוכעס פון די 157, װאָס גײען ארײַן אין דער וועלט-געמיינשאפט, זײַנען דע- מאָקראטישע, לוט זײַן סטאנדארט און לויטן סטאנדארט פון דעם גענעראל העיג, דארף מען ?שאפן א נײַע אָרגאניזאציע". און קאָלזמאן עס גייט דערװײַל וועגן דעם א רײד, נעמט אף זיך די שוארצע ארבעט ;מעיאָר קאטש", אָנגעהױבן האָט קאטש, װי עס זאָגט אונ- טער די קלאסישע קונסט פון מיליטערישן שטורעם, אונטערצענדיק זײַן כֹאיֶל צו די טרעפּ אנטקעגן דער געבײַדע פון דער יו"ען. מיך זעען אף א בילד עטלעכע יונגעלײַט מיט א גאנץ צווייפלהאפטן, אוב ניט קרימינעלן, אויס- זען. באלד װעט פאר זיי. האלטן א ספיטש דער מעיאָר, וועלכער װעט מעלדן, אז אָט די-אָ טרעפּ בא דער פילבאדײַטנדיקער ,יעשאיע-וואנט", איבער וועלכע סע שפּאנען אָפּט די פאָרשטייער פון 157 מעלוכעס, װעלן פון איצט אָן טראָגן דעם נאָמען פונעם שפּיַאָן שאראנסקי, וועמען דער סאָוועטישער געריכט האָט פאר זײַן פא- ראט באטיילט מיט דער געהעריקער שטראָף. ;טרעפּ פונעם שפּיָאָן שאראנסקי"---א פיין- שמעקנדיקע אידיי פון דעם מעיאָר קאטש. פאר דעם פארדינט ער צו ווערן גובערנאטאָר. ווער האָט אונטערגערוקט קאטשן די דאָזיקע געט- לעכע אידיי? װײַזט זיך ארויס, אז מענדעלע- וויטש --איר געדענקט? איינער פון די פאר- כאפּער פון אן אעראָפּלאן אין לענינגראד, וועל- כער איז שוין אָפּגעזעסן זײַן שטראָף. איצט האָט ער זיך באוויזן אין ניו-יאָרק אלס ,לעק- טאָר". מעיאָר קאטש האָט אף א טומלדיקן צו- נויפקום אין סיטי-האָל באשאָנקען מענדעלע- וויטשן מיטן ,שליסל פון דער שטאָט", װאָס עס האָט געקאָנט באטײַטף פאר דעם, װאָס דו ביסט געגאנגען אף א ריזיקע צו גאנווענען א 141 סאָוועטישן אעראָפּלאן, באקום זשע אָט דעם שליסל און גאנווע דיר אוועק בא ניו-יאָרק דאָס ביסל אָנגעזאמלטן אָפּשײ, װאָס די ועלט- שטאָט פארדינט בא מענטשן פון דער וועלט. אָבער דאָס איז נאָך ניט אלץ. אזעלכע, װי קאטש, ווייסן ניט קיין אָפּשטעל. דער טאָג, ווען דער שטאט ניו-יאָרק װועט ויילן א גוּװערנאָר, דערנעענטערט זיך, און קאטש דארף זיך קא- טשען װוייטער: אראָפּ און ארוף מיט די יו"ען- טרעפּ,. און שאט, א נײַע אידיי!: אף דער יעשאיע-וואנט, אפן ראָג פון דער 43-ער גאס און דער ערשטער עוועניו, זײַנען, װי באװווסט, אויסגעקריצט די ווערטער פונעם נאָװי, אז די מענטשן װעלן איבערשמידן זייערע שװערדן אין אקער-אײיזנס. אין זכוס פון דעם דאָזיקן רוף האָט די אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס אָנגענומען א רעזאָליוציע, אין וועלכער עס ווערט פארורטיילט דאָס אנעקסירן מיצאד ייִסראָעל, מיטן קויעך פון געװוער, די סירישע גאָלאן-הױיכקײַטן. דער מעיאָר פון ניו-יאָרק, װאָס יל אויסדינגען באם ציעניזם דעם מאנ- דאט פון א גובערנאטאָר, איז ארויס מיט איידל לאָשן: ,די יודען איז פארוואנדלט געװאָרן אין א מיסטקאסטן", ,די יודען איז א בייס האקי- סיי", א קלאָזעט, הייסט עס... און ער האָט גע- מאָלדן, אז ער לייענט איצט יעדן טאָג א קא- פיטל פון טאנאך, זוכנדיק אן אנדער פּאָסעק, קעדיי צוגעבן אים אף יעשאיעס וואנט צום אױיבנדערמאָנטן וועגן װעלט-שאָלעם און פעל- קער-פרייַנטשאפט... וועלכן פּאָסעק װעט דער סקאנדאליסט צו" געבן? דערװײַל איז נאָך ניט באװוּסט, אָבער דער געלער ,פאָרװוערטס* זאָגט אים שוין אונ- טער: , ס'איז צו האָפן, אז מעיאָר קאטש װעט זיך אָפּשטעלן אפן פּאָסעק פון טילים קמ"ד, פּסוק יי"א, װוּ דאָװיד האמעלעך האָט מיט קאס געזאָגט: זייער מויל (דאָס מויל פון די פעלקער פון דער וועלט, װאָס רופט אָפּצושטעלן די גאז- לעװאָיעס פונעם ציעניזם בענעגייע אנדערע פעלקער. --- רעד. , סאָוועטיש היימלאנד') רעדט פאלשקייט און זייער רעכטע האנט איז ליגן". דער אין טיפּשעס פאריסענער מעיאָר, וועל- כער גייט אונטער צו זײַן א פּערסאָנאזש פון סאלטיקאָווישטשעדרינען -- א מין גאָראָדניטשי אין די פּראָװינציעלע מעקוימעס, האָט זיך ארומ- גערינגלט מיט אונטערלעקער, וועלכע זאָגן אים שוין צו די קרעסלע פון װיצע-פּרעזידענט און שיר ניט-- פּרעזידענט פונעם לאנד. ,עס איז גוואלדיק שווער צו קעגנשטעלן זיך דעם דרוק פוֹן מענטשן, װאָס זאָגן דיר שטענדיק וי גרויס דו ביסט" -- מורמלט אונטער איינע א מיריאם באקמאן, א מענטש פון זײַן סוויווע. דערװײַל ,װויל נאָך ניט" קאטש זײַן פּרעזידענט פון די פארייניקטע שטאטן, ;אָבער איר קענט דאָך אים, -- זעצט פאָר מיריאם, ---װען ער װעט מאכן דעם באשלוס, װעט עס ניט האָבן קיין שום שײַכעס מיט דעם, װאָס ער האָט פריער געזאָגט"... עס לאָוט זי גריסן די לודמירער מויר אין סאָף פונעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט זייַנען אופגעקומען און האָבן זיך פארשארפט ביז גאָר קאָמפּליצירטע גלאָבאלע פּראָבלעמען. װוּ נעמט מען נײַע ענערגיע-קוואלן? נאפט ווערט ויניקער און וייניקער! עפשער אײַנ- שפּאנען די זון? נו, און מיקויעך אָפּהיטן אונד" זער מאמע-ערד, זי זאָל ניט ווערן א מידבער?-- דאָס איז שוין ניט קיין טעאָריע, ערגעץ-ווּ האקט מען הײַנט אויס די לעצטע װעלדער, גאנצע זאָאָלאָגישע מינים פארשווינדן,. שטארבן אויס, די ערד ווערט אן אקאָרע! און נאָך א סאך אזעלכע דייגעס זײַנען צו" געשטאנען צו דער וועלט און לאָזן זי ניט אָפּ. אויך די ייִדן זייַנען אריינגעצויגן אין כא-" ראקטעריסטישע פאר אונדזער וויסנשאפטלעך- רעװאָליוציאָנערער צײַט גלאָבאלע פּראָבלע- מען. אָט נעמט, לעמאָשל, דאָס ייִדישע ניו-יאָרק. איר וייסט גאָר ניט, װאָס דאָרט טוט זיך! מע ברעכט זיך די מויכעס. מע זוכט אן אויסוועג. די לופט אין די עטלעכע ניו-יאָרקער ,הויפֿן" איז פול מיט שטורעם. ס'איז ניטאָ קיין צײַט -- דער יאָרהונדערט פאָדערט אן ענטפער! 142 עס גייט א הייסע, א גוירלדיקע דיסקוסיע. װײיניק צו זאָגן, אז ס'זײַנען פאראן כלוקעדייעס. עס קומט פאָר א ראנגלעניש, א רײַסעניש! עס מיִען זיך אָן אופהער ארגומענטאטאָרן, דעבא- טאנטן, באר פּלוגטעס, סילאָגיסטן, סּאָפיסטן, פשעטל-זאָגער, דרייער מיטן גראָבן פינגער, באלמאכלויקעסן,. באלדארשאָנים, פּילפּוליסטן, האָרשפּאלטער, מוישע קאפּויערס, באלכאלוי- מעסן. עס ווערן געלאָזט אין גאנג באװאָרענישן, לעמע-און-דעלימע,. שטארקער פּונקט, שוואכער פּונקט, פּראָ און קאָנטרע. מע איז ניט פיל דורכלופטערן א פראגע, נעמען א שטעלנג, ווערן א צאד, שפּארן זיך װי א באָק, וי צװויי אף א קלאדקע, דינגען זיך, טיצען דעם גראָבן פינגער, כאקרענען זיך פארדרייען די פראגע, כאָכמענען זיך, גלאט אין דער וועלט, לאָזן אין גאנג אזעלכע גלייקע ווערטער, וי בעכיין-אובע- כיין, אלזאָ, דערימעך, אל קיין, נעמענדיק אין באטראכט, פאָלגלעך, אזוי ערנאָך, אלפּי סװאָ- רע, דער סייכל איז מיסכייעוויי װאָסי? דער יאָרהונדערט, וי געזאָגט, פאָדערט אן ענטפער: צי מעגן ווייבער טראָגן טאלייסים? 0* װאָס שמייכלט איר? ניין, איר האלט זיך שוין בא די זײַטן. אײַ, הערט אוף צוֹ לאכן וועלן מיר אײַך באװײַזן, אז דער איניען איז ניט אזא פּאַשעטער... װײַל ס'איז דאָך ניטאָ אין אונדזערע טעג קיין מער דרינגענדיקער איניען פארן ייִדישן פאָלק, װוי אײַנפירן טאלייסים פאר װײַבער. אָט זעט איר, דערװײַל איז עס נאָך ניט דערגאנגען צום פארשטאנד פון די פּאָשעטע באָסערװע- דאָמס, נאָר נישקאָשע, די ניו-יאָרקער ראבאָנים וועלן עס ווי-ניט-איז פאסקענען אליין, אין דער פערטליאָר-שריפט ,אוטלוק", וועלכע ס'גיט ארויס די אמעריקאנער ,פרויען- ליגע פאר קאָנסערוואטיווער ייִדישקײַט", איז ארויסגעקומען דער ראָוו סאנדבערג מיט א מיי- מער ,א טאלעס פאר פרויען", און א צווייטער ראָוו -- פּאָראט -- האָט זיך לאנג ניט געלאָזט בעטן און האָט אָפּגעענטפערט מיט זיַנעם א מײַמער, וועלכער רופט זיך אָן א ביסל אנ- דערש ---,א טפילע-בעגעד פאר פרויען". האק- לאל, ניטאָ װאָס צו זיצן דאָרט, פונויבן, און שושקען זיך וועגן שטוב-זאכן בייס די מאנצב- לען שושקען זיך אונטן מיטן ריבוינעשעלױ- לעם. האָראוו סאנדבערג האלט, אז די ויי- בער דארפן זיך אויך פארוויקלען אין טאלייסים און זיך ניט פוילן צו מאכן א בראָכע. ער גע- פינט אן אָנדײַט דערוף באם נאָװאָגרודקער גאָען רעב יעכיעל-מיכל עפּשטײן אין זײַן סיי- פער ,ערוך השולחן", און פון זיך גיט ער צו אף א גאנץ הײַנטצײַטיקן אויפן: , אין אונדזער געזעלשאפט װאָלט שווער געווען צו געפינען א גרויסע צאָל זאכן פון דער האלבאָשע, װאָס זיי- דער צװייענדיקער צונאנג צו די צווייענדיקע בירגערשאפט, וועלכע ס'האָט פּראָקלאמירט פאר ייִדן אין די ,גאָלעס"-לענ- דער דער ציִעניזם, באטײַט, אז יעדער ייֵד, וועלכער איז געבוירן געװאָרן און לעבט אין פראנקרײַך, צי אין מעקסיקע, צי אין די פא- רייניקטע שטאטן, צי אין סאָוועטנפארבאנד, קאָן אין דער זעלבער צײַט זיך רעכענען פאר א בירגער פון ייִסראָעל, דאָס הייסט -- ער קאָן האָבן צוויי פּאספּאָרטן פון פארשיידענע, אפי- לע פײַנטלעכע צװישן זיך מעלוכעס, װאָס עס באטײַט, אז ער האָט געשוווירן טרייַשאפט דער פאָן סיי פון איינער, סיי פון א צוייטער און איז פרײַ ארױסצוּװוײַזז טאָפּלטע מעלוכע- לאָ- יאלקײַט. ווען די קנעסעט האָט אָנגענומען א ספּע- ציעלן געזעץ, וועלכער האָט אונטערגעפירט א ;יורידישן" באזיס אונטער אָט דער מער וי צווייפלהאפטער אײַנשטעלונג, איז עס אופגענו- מען געװאָרן, װי א מיטל ארײייַנצונארן ייִדן קיין ייִסראָעל, פארבינדנדיק זיי מיט דער מעדינע צוערשט אף אן עמאָציאָנעלן, נאציאָנאליסטיש- נען אויסשליסלעך מענעריש אָדער װײַיבעריש". א סימען האָט איר, אז אויב ניט אליין די רע- בעצן סאנדבערג, טראָגט דאָך זיכער איר טאָכ- טער מענערשע הויזן, איז פארװאָס זאָל זי און די רעבעצן אליין אוז ביכלאל אלע ייִדישע וויי- בער ניט ארופציִען אף זיך א טאלעס, און עפשער טאקע, מיט דער צײַט, אויך טפילן, און זיך ניט אװעקשטעלן לויט אלע קלאָלים צו דאוונען? האָראוו פּאָראט איז ניט מאסקים: ,דאָס בײַטן זיך פון מאנצבלען און פרויען מיט זייער האלבאָשע איז גילטיק בלויז אין סאָציאלן (שטייגערישן) זין, ניט אינעם האלאָכישן". איז װאָס זשע טוט מען? דער רעבע האָט באפוילן, און א טפילע-בעגעד, ספּעציִעל א וייבערשער, איז צוגעטראכט געװאָרן. האָראוו יאָנאטאן פֹּאָ- ראט האָט אפילע פאר אים א מאָדערנעם נאַ- מען --- דאווענינג גארמענט, וועלכער װעט אויך האָבן פיר עקן און ציצעס, נאָר װעט באפרי- דיקן דער פרויס ,שפּירעװדיקײַט צוֹ מאָדע", װוּ נעמט מען שאָלעם-אלייכעמען ער זאָל ארײַנלײגן אין מויל פון מאָטל פּייסיס דעם גץ- העריקן קאָמענטאר צום דיווענינג גארמענט... דערװײַל גיבן מיר א ספּראווקע: אין מיטלאלטער פלעגט מען טרעפן אין דײַטשלאנד פרויען, װעלכע האָבן געטראָגן טאלייסים. די בארימטע װאָלינער כסידים-רע- בעצן כאנע-ראָכל ווערבערמאכער--- די מויך פון לודמיר -- האָט געדאוונט אין א טאלעס, די הײַנטיקע אָבסקוראנטן זײַנען, הייסט ע9ס, ניט אָריגינעל. עס לאָזט זיי גריסן די לודמי- רער מויד. ,צוייענדיקער בירגערשאפט" פילבארן און איינצײַטיק, דוכט זיך, װײיניק פאר- פליכטנדיקן אויפן, אָבער אינגיכן פארכאפּנדיק זיי אין א נעץ פון גוירלדיקע היסכײיוועסן, דער ציִעניזם האָט דאָ ארויסגעויזן זײַן פארינטערעסירטקײַט אין צעקריגן די ייִדן מיט די פעלקער אין די פארשיידענע לענדער, קעדיי מיט דעם ארויסרופן א נײַעם אופשטײיג פונעם אנטיסעמיטיזם, א פארדאכט, אז ייִדן זײַנען ניט קיין פּאטריאָטן פון די מעלוכעס, וו זי וווינען, אָדער, נאָך מער---זיי זײַנען אנטי- פּאטריַאָטיש, װאָס עס מוז סאָפּקאָלסאָף ברענגען צו א מאסן-אליא. אזא איז דער ,סייכל", װאָס איז ארײַנגעטאָן אין דער אידיי פון דער אזויגערופענער צווייענ- דיקער בירגערשאפט. וי באװוּסט, האָבן די מערהײַט ייִדן אָפּגעװאָרפן די דאָזיקע פארנא- רערישע שאדכאָנעס פון דער קנעסעט, און די געזונטע אָרגאניזירטע קויכעס אין דער ייִדישער סויווע, וועלכע וייסן די גרויסע ווערט פון פעלקער-פרײַנטשאפט און פון פּא- טריָאָטישע געפילן בענעגייע די געבורט-לענ- 143 דער, האָבן אקטיוו זיך קעגנגעשטעלט דעם גע- פערלעכן שווינדל. דער ציעניזם אָבער זעצט פאָר ביז היינט-צו-טאָג פּראָפּאגאנדירן און לויבן דעם געזעץ פון צוייענדיקער בירגער- שאפט פאר די ייִדן פון דער וועלט. און דאָ האָט געטראָפן אָט װאָס. דער זיכער- הײַט-מיניסטער אין דער בעגין-אדמיניסטרא- ציע אריק שאראָן האָט צוליב געוויסע טײַמים באשטימט איינלאדן פאר זײַנעם א געהילף- באאמטן א ייִדן פון ניו-יאָרק, וועלכער האָט, לויט דעם אייַנגעפירטן פון דער קנעסעט גע- זעץ, געהאט רעכט אף צוייבירגערשאפט און, הייסט עס, אף פארנעמען א מעלוכע-פּאָסטן אין ייַסראָע?ל, וווינענדיק אין אמעריקע. פאָרמעל איז עס טאקע אזוי, אָבער פאקטיש? פאקטיש האָט זיך גענומען פאנאנדערויקלען א פאר- קערטע ,לאָגיק". ,;אויב דו פארקנאסט זיך צו ערעץיייס- ראָעל,--- האָט געשריבן די צייטונג ,דאוואר";-- קאָנסטו ניט אָנהאלטן אין אזא כאסענע קיין בי- צום אָנדענק פון גאמיע, קיין זײַטיקע פארבינדונג 'מיט א צווייט פאָטערלאנד"... עס װערט באשײַמפּערלעך די שפּיל: צו- ערשט יאָ פאָטערלענדישע ביגאמיעווען---ווען מע דארף דעם ,גאָלעס"-ייַד ארײַנכאפּן אין דער ספערע פונעם ;יַסראָעלדיקן פּאטריאָטיזם", צובינדן אים צו א מעלוכע, װאָס האָט אים ניט אופגעצויגן און ניט געהאָדעװעט, װוּ ער איז ניט געבוירן געװאָרן און קײינמאָל דאָרט ניט געווען; אָבער וי נאָר דער נײַער בירגער וויל האָבן א דייע און אויך רעכט, זאָגט מען אים ;לוי", ביגאמיע װערט פּאָסל, די געטרײַשאפט צום געבורט-לאנד פונעם ייַדן, װאָס האָט דאָס גאנ- צע לעבן געהאט בירגערשאפט אין אמעריקע, לעמאָשל, ווערט אנולירט, און דער ייד דארף אָדער עמיגרירן קיין ייִסראָעל, אָדער ייִסראָעל וועט אים גאָרנישט ניט אָנטרױעף אזוי האנדלען די הײַנטצײַטיקע כאפּערס פון מענטשן מיטן ציל צו אויסנוצן זיי אין דער פארווירקלעכונג פון גלאָבאלע אוואנטורעס. מיט א פארשפּעטיקונג האָבן מיר באקומען די טרױעריקע יעדיִע, ‏ אזן אין בוענאָס-אײַרעס איז געשטאָרבן יױעל לינקאָוו- סקי -- דער לאנגיאָריקער פּראַ- גרעסיווער געזעלשאפטלעכער און קולטוריטוער, ‏ א גלענצנדיקער זשורנאליסט, שעףירעדאקטאָר פון דער צווייוועכנטלעכער פאָלקס- אויסגאבע , אונדזער לעבן". יויעל לינקאָווסקי איז געוען אין מעשעך פון יאָרן דער רע- דאקטאָר פון א ריי זאמלביכער אוּן אנטאָלאָגיִעס. צװוישן זיי -- די אויסגאבע ,50 יאָר ייִדישע פּראָג- רעסיווע פּרעסע אין ארגענטינע", ,4 יאָר סאָוועטנפארבאנד" און אנד. ער האָט אויך געװוידמעט פיל צײַט די איבערזעצונגען אף ייִדיש פון אנדערע שפּראכן, דעריקער פון דער סאָוועטישער פילנאצ:אָנאלער ליטעראטור. צו יויעל לינקאָװסקי זײַן 80-יאָריקן יוביליי איז ארויס- געגעבן געװאָרן אין שפּאניש אן אָפּקלײַב פון זײַנע שריפטן. דער טויט פונעם איבערגעגע- בענעם קולטוריגעזעלשאפטלעכן טוער אין א שװוערער פארלוסט פאר די ייַדישע פּראָגרעסיווע קוי- כעס אין ארגענטינע. ,סאָוועטיש היימלאנד" דריקט אויס טיפן מיטלײַד אין שײַכעס מיטן טויט פון יױיעל לינקאָווסקין, 9--+95 קינסטלער גריגאָרי פריד זע דאָס ארטיקל אף דער זײַט 163) פּאָרטרעט פון יאנוש קאָרטשאק אװטאָפּאָרטרעט א זאָקן טרויער איבער די געפאלענע דער מאמעס פּאָרטרעט אין שטאָט = ת צעעפנטע טיר עס װערט פאָרגעזעצט ד ע ד עו מ ונ ם, װאָס יסאַװעטיעו היימ לאנדי ,סאָװועטיש היימלאנד" האָט שרין ניט איין מאָל אופמערקזאם געמאכט דעם לײע- נער אפן פארברעכערישן אליאנס צװישן דער. ציעניסטישער רעאקציע און דער אוק- ראינישער נאציאָנאליסטישער עמיגראציע, וועמענס הענט עס זײַנען אײַנגעטונקט אין בלוט פון יִנדן. די פארעפנטלעכטע ארום אָט דער פראגע מאטעריאלן (וולאדימיר בעליאיעוו ,דער מיטראָפּאָליט אנדריי שעפּטיצקי און דער ראָוו דאָװיד קאהאנע", נומ. 12, 1977 אא.) האָבן ארויסגערופן א גרויסע צאָל בריו אין רעדאקציע. די לייע- נער בעטן, ס'זאָלן פאָרגעזעצט ווערן אזעלכע פּובליקאציעס. = האָכן זיך פארברירערט דער פאָליציי מיטן פּראָװאָקאטאָר ווען דו לייענסט אין דער אויסלענדישער פּרעסע די מיטיילונגען וועגן דער אײנהײַט פון די ציעניסטן מיט די אוקראינישע בורזשואזע נאציאָנאליסטן, קומט אפן געדאנק דאָס װערטל: ,איין פישער זעט דעם צווייטן פישער נאָך פונדערװײַטן". די געװעזענע בלוטיקע פײַנט מעלדן אלץ אָפּטער וועגן זייער איינ- הײַט, און, דורכמאכנדיק פאלשע עקסקורסן אין דער געשיכטע, פּרוּוון זיי ,וויסנשאפטלעך" אָפּװכן די אורקוואלן פון אזא מין דערנעענטערונג. די אורקוואלן זײַנען אָט וועלכע. אין דער צײַט פונעם בירגערקריג האָבן די פּעטליװראָווצעס צוזא- מען מיט די דעניקינצעס געטייט אין אוקראינע קי- מאט 180 טױזנט יידן. איינער פון די נאצואָנאלי- סטישע רעדלפירער מישיאניטש האָט אין זײַן בוך .די בױוּנג פון דער נאציע" מיט א פּאטאָלאָגישן האס באהױפּטעט, אז די ייִדן זײַנען ,פײַנט פון דער אוקראינישער נאציאָנאלער אידיי... דאָס ייִדנטום איז אונדזער סוינע אינװייניק בא אונדז, זיי שעדיקן און װעלן שטענדיק שעדיקן?" און שוין באזונדערס שטארק האָבן זיך צעלאָזט די נאצ;אָנאליסטן אין די טעג פון דער פאשיסטי- שער אָקופּאציע. אָט זײַנען בלויז צוויי ארױסזאָגונ- גען, וועלכע איך האָב גענומען פון די נאצי;אָנאלי- סטישע שאנדיבלעטער פון יענער צײַט: ,װער עס שלאָגט א מאָסקאל, א ליאך, צי א ייָד, דער איו אונדזער פארבינדעטער". ,אפן טאָגיסיידער --די אקציע פון פולקומער פיזישער פארניכטונג פון די ייִדן, דערפאר װײַל די ייִדן-- דאָס זײַנען די פײַנט פון דער ציוויליזאציע און קולטור פון די הויכע () ראסן". איז וועלכע דארף מען נאָך דעם האָבן כוצפּע, קעדיי מע זאָל אין אונדזערע טעג מעלדן אין דעם אויסלענדישן בלעטל 14721447 4100 בא" שײַמפּערלעך אזוינס: ,יעדערער פון אונדז, ווען ער הערט וועגן אװעלכןיניטיאיז אנטיסעמיטיזם צװוישן די אוקראינישע נאציאָנאליסטן, פרעגט מיט װוּנ- דער: אף וועלכן גרונט, אפן גרונט פון וועלכע דאָ- קומענטן און פאקטן קאָן עמעצער אונדז באשולדיקן אין אזוינע פארברעכנס, וועלכע מיר האָבן ניט גע- האט?" אָבער פאקטן און דאָקומענטן זײַנען פאראן גאנצע בערג --- אין דער אײַלעניש איבערגעלאָזטע, ווען די פאשיסטן זײַנען געלאָפן צוזאמען מיט זייע- רע פרײַנט פון לװאָוו. די דאָזיקע מאטעריאלן געפי- נען זיך איצט אינעם לװאָװער ארכיו. אין לאָנדאָן, צווישן די ,דעמאָנסטראנטן", וועלכע האָבן געפּילדערט בא דער סאָוועטישער פאָרשטײ- ערשאפט ועגן ,רעכט פון מענטשן" און ,צװישן- פעלקערלעכן טעראָריזם", האָט מען ביז דער לעצ- טער צײַט געקאָנט באמערקן אזא מין קאָמישן זאָקן מיטן נאָמען -- מיכאיל סולימא. דאָס איז איינער פון די אקטיוויסטן פונעם ,פארבאנד פון די אוקראינצעס אין בראיטאניע", א גרויסער ,ספּעציאליסט" אין פּראט פון פארניכטן מענטשןירעכט און טעראָריזירן אומשולדיקע מענטשן. אין די ארכיוון זײַנען פאר- בליבן די באריכטן פון אָט דעם ,געזעלשאפטלעכן טוער"י, צונויפגעשטעלטע פאר דעם פּאָליצײ-קאָמי- סאריאט פון לװאָוו. פון זיי איז צו זען, אז דעם 4 אווגוסט פון 1942 יאָר האָט ער אף דער שמי- כער"גאס דערהארגעט א ייִדן און בא דעם הויז נומ, 6 פון דער זעלבער גאס דערשאָסן א ייִדישע פרוי, 145 און אף דער גאס זשיראָמני, 18 -- איין פרוי שװער פארװוּנדעט, די צווייטע-- דערהארגעט. אין זײַן באריכט פארן 15 אװגוסט 1942 טײלט מ. סולימא מיט זײַן שעף, אז אף דער גאס נענסקי, 8 האָט ער פּערזענלעך געפונען אזא אָרט, װוּ עס האָבן זיך באהאלטן 18 ייַדן. איין פרוי האָט ער דערשאָסן, די איבעריקע 17 האָט ער אָפּגעפירט אין פּאָליצײי-קאָמיסאריאט. מע װאָלט געקאָנט באװײַזן אויך אנדערע באריכטן פונעם פארברעכער סולימא, נאָר געוויס איז אויך דאָס גענוג. און אָט איז א כאראקטעריסטיק פון אָט דעם סא" דיסט, וועלכע סהאָט געגעבן אים זײַן געוועזענער מיטארבעטער וו. ראָמאנטשוק: -- איך האָב געקענט מיכאיל סולימאן אין פּעריַאָד פון אונדזער ביידנס דינסט אינעם ערשטן קאָמיי סאריאט פון דער אוקראינישער פּאָליציי אין לװאָו. סולימא האָט אָנטײלגענומען אין די ייִדישע אקציעס און בייס אָט דער ארבעט זיך שטארק איזדיעקעװועט איבער די ייִדן. סולימא איז געװען אף אזויפיל בלוטדורשטיק, אז אפילע די פאשיסטן האָבן געקוקט אף אים מיט כידעש. | און אָט איז נאָך איין געשיכטע, וועלכע באזירט זיך אף אָפיציִעלע דאָקומענטן. ניט לאנג צוריק האָט א רעפּאָרטיאָר ‏ פון דער אמעריקאנישער צײַטונג ,טײַמס געראלד רעקאָרד" דערציילט זײַנע לײענער וועגן איינעם, װאָס לעבט אינעם ייַשעװו קערגאָנג" סאָן -- וולאדימיר אָסידאטש, אן אקטיוויסט פון דער דאָרטיקער נאציאָנאליסטישער אָרגאניזאציע און א ,קעמפער פאר די רעכט פונעם מענטשן". די טעטי- קײַט פון אָט דשס באשיידענעם בירגער פון אמע" ריקע איז גענוג פּינקטלעך באוויזן אין דער דאָסיע נומ. 559, וועלכע די זשורנאליסטן האָבן ארויסבא- קומען פונעם ארכיוו. דאָרט זײַנען פאראן אזעלכע שורעס: ,וולאדימיר אָסידאטש איז געבוירן דעם 12 יול 1904 אין דער שטאָט בערעזשאני. ער איז גע- ווען האופּטוואכמייסטער פון דער פּאָליצײי-קאָמאנדע אין דער שטאָט ראוואירוסקאיא, לװאָװער געגנט, דאָס הייסט איינער פון די פינף אָנפירנדיקע טוער פון דער ראוואירוסקער פּאָליצֵיי, וועלכע האָט אָני געציילט אין איר באשטאנד 125 פּאָליצײַען. דער געהאלט בא װ. אָסידאטשן איז געװען 600 מאר- קעס. ערעוו זײַן קומען אף ארבעט אין דער ראווא- רוסקער פּאַליצײי האָט וולאדימיר אָסידאטש זיך גע" לערנט אין דער פּאָליצײי-שול אין לװאָוו פונעם 1 נאָיאבער 1941 ביזן 31 יאנוואר 1942. ער האָט אָנטײלגענומען אינעם פארניכטן די ייִדן אין דער שטאָט ראוואירוסקאיא". אזעלכע דאָקומענטן און פאקטן זײַנען פאראן פיל, אָבער עס וילן זיי ניט באמערקן די הײַנטיקע נאציאָנאליסטישע רעדלפירער אין אויסלאנד. פאר- קערט, זיי באמיען זיך אָפּווארפן יעדעס שטיינדעלע, װאָס ליגט אפן װעג צו שאפן דעם בונד פונעם טרעזובעץ און דעם מאָגנדאָװיד. דער באזיס פון אזא בונד, זײַן פונדאמענט -- דאָס איז דער ויל- דער האס צו די אידייען פונעם קאָמוניזם, צום ראטנפארבאנד. אין דער ארבעט פון דער אזויגערופענער , אוק" ראינישער פרײַער אקאדעמיע", וועלכע ס'האָבן גע- 16 שאפן די געוועזענע בענדעראָווצעס, נעמען אן אק- טיוון אָנטײל די ציעניסטישע טוער מארגאָלין, ליכ- טען, פרידמאן און אנד. מארגאָלין, צום בײַשפּיל, פירט אָן מיט דער ,קאָמיסיע צו דערלערנען די געשיכטע פון די אוק-י ראיִניש-ייַדישע באציונגען". די אופגאבע פון אָט דער קאָמיסיע איז -- רעאביליטירן די אָונאָווצעס, געבן א מעגלעכקײַט די ציעניסטן מיטארבעטן מיט די אוקראינישע בורזשואזע נאציאָנאליסטן. די ציעניסטן און די אוקראינישע נאציאָנאליסטן ארבעטן איצט מיט אין פיל ספערן פון זייער שמוציקער טעטיקײַט לויטן פּרינציפּ פון מאקיאוועלי --,דער סוױינע פון מײַן סוינע איז מײַן פרײַנט". די נײַיגעװאָרענע פרײַנט פירן דורך צוזאמען פּראָפּאגאנדיסטישע און דיווערסיעיאקציעס, רופן ארויס סרייפעס און אופ- רײַסן אין די געבײַדעס פון די סאָוועטישע אנשי טאלטן אין אייניקע לענדער, גרייטן אקטן פון טע- ראָר, שאנטאזשירן די סאָוועטישע ארטיסטן מיט כו- ליגאנישע אָנפאלן, באמיען זיך אונטערצורײַסן זייע- רע ארויסטרעטונגען. מיט דער הילף פון די אָונאָװו- צעס האָבן די ציַעניסטן געפּרוּוט אונטערײַסן די קאָנצערטן פון די באװוּסטע סאָוועטישע מוזיקאנטן סוויאטאָסלאוו ריכטער, דאוויד אויסטראך, לעאָניד קאָגאן, לעוו אָבאָרין, וועלכע האָבן גאסטראָלירט אין פשא. די נאציאָנאליסטישע רעדלפירער אָרגאניזירן דעמאָנסטראציעס צו , פארטיידיקן די געליטענע סאָ- וועטישע ייַדן". דער זשורנאלטשיק לאזז:מה 822 //081082 458 פארעפנטלעכט אָפט אף זײַנע שפּאלטן מאטעריאלן ,וועגן דער ייִדישער פראגע אין סאָוועטנפארבאנד". פון זייער זײַט, נעמען אויך די שטורמאָװיקעס פון דער , ליגע פון פארטיידיקן די ייִדן" אן אקטיון אָנטײל אין די פּראָװאָקאציעס, וועלכע עס אָרגאני- זירן די באנדעראָווצעס לעבן דער פאָרשטייערשאפט פון דער אוקראינישער סאָוועטישער רעפּובליק אין דער אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס. דער ,פירער" פון אָט דער ליגע מעיד קאהאנע האָט גע- געבן א הויכע אָפּשאצונג די געמיינזאמע כוליגאני- שע אקציעס פון די אָונאָװוצעס און ציעניסטן. דאַ ניט לאנג האָט די באנדעראָווישע צײַטונג אההן41 ג8ז0ו0606 מיט באגײַסטערונג מיטגעטיילט: ,די ייִדן (לײיען -- ציעניסטן. --1. ט.) האָבן אין מעשעך פון די לעצטע עטלעכע טעג דורכגעפירט פילצאָליקע דעמאָנסטראציעס קעגן פססר, זיי האָבן געװאָרפן עטלעכע באָמבעס אין די באָלשעוויסטישע הײַזער, רוסישע קאָמיסיעס און פירן דורך אן אינטענסיווע פילזײַטיקע קאמפּאניע מיט דער פּען און מיטן װאָרט, ארײַנלײיגנדיק אין איר א גרויסן קאפיטאל". און װײַטער פרעגט די צײַטונג מיט אייפער: קאון מיר טוען דען ניט װײיניקער?? וי ס'איז צו זען, װערט געפירט, ניט געקוקט אף דער אײנהײַט פון אידייען, א קאמף צװישן די ,פרײַנט", װער עס װעט מער באװײַזן ,ארבעט", װער ס'וועט בעסער דינען די באלעבאטים, װער עס װעט, אזויארום, ארױסרײַסן דעם סאמע פעטן כיילעק. איינער פון די אוקראינישע בורזשואזע נאציאָי נאליסטישע לידערס וו. קוביעוויטש, וענדנדיק זיך צו די ייִסראָעלדיקע שפּארבערס, האָט ארויסגערוקט אזא מין לייזונג: , די ייִדן (לייען -- ציעניסטן. נ. ט.) און די אוקראינער (דאָ -- נאציאָנאליסטן. --1 .ט.) אף אײביק איניינעם--קעגן אראבער און קאָמו- ניסטן!" קעדיי צו קאָאָרדינירן די אונטערײַסערישע טע- טיקײַט פון די ציעניסטן צוזאמען מיט די אוקראל- נישע נאציאָנאליסטן אין פשא האָט מען אויסגעפו- רעמט א שטענדיקע אקאָנפערענץ פון רונדן טיש" װוּ די ציעניסטישע אולטרא פון דער קאהאנע-באנ- דע און די פאָרשטייער פון אנדערע אזעלכע גרופּי- רונגען צוזאמען מיט די באנדערישע גאָרגלשנײַדער טיילן זיך מיט זייער דערפארונג אין געביט פון אנ- טיסאָוועטישער טעטיקײַט. דער אָנפירער פונעם קאנאדער ייידישן קאָנ גרעס" בען קײַפעל האָט אויך ארויסגעזאָגט די גרייט- קײַט זיך צונויפריידן מיט די אוקראינישע נאצ;אָנא- ליסטן וועגן ,דורכפירן געמיינזאמע אקציעס". דער ראָוו סלענים איזן דער שטענדיקער פאָרטרעגער אינעם טאָראָנטער קלוב פון די אָונאָווצעס ,סאָקאָל", אויך די אוקראינישע נאציאָנאליסטן אין ענגלאנד שאפן איצט א ,קאָמיטעט פון אוקראינישיייִדישע פארבינדונגען". בייס איינער אזא טאראראם-צונויפקומעניש אין ניוײיאָרק, װוּ מע האָט אָפּנעמערקט דעם אָרדנטלעכן יוביליי פונעם אזויגערפענעם ,אנטיבאָלשעװיסטישן בלאָק פון פעלקער" האָבן זיך געהערט געשרייען מיט פאָדערונגען" -- צערײַסן מיט פססר און מיט די לענדער פון דער סאָציאליסטישער סיסטעם אלע פארבינדונגען, מעלדן א קרייץיצוג קעגן די באָל- שעוויקעס. וועגן דעם זעלבן גוואלדעווען די ציִע- ניסטן אף זייערע סכאָדקעס. נאָר דאָס װוויען פון די שאקאלן װעט ניט פאר- הילכן די שטים פון עמעס און סייכל. ניט די אונ- טערײַסערישע ראדיאָסטאנציעס, וועלכע זײַנען אַנגע- צילט אף אונדזער לאנד, ניט די ביכעלעך-פּאסק- ווילן, וועלכע עס פּרוּװון דורכשלעפּן דורך אונדזערע גרענעצן די עמיסארן פון די אויסלענדישע אנטיסאָ- וועטישע צענטרען, װעלן קיינעם ניט אָפּנארן און אף זיכער שוין װעלן זיי ניט ,, צעוואשן" דעם סאַ- ציִאליזם, װעגן װאָס מע טרױימט אָפט אזוי אפן מײַרע. עס װעלן ניט העלפן ניט קיין בלאָקן, ניט קיין פארבאנדן, אפילע אזעלכע, וי דער פארבאנד פון באנדעראָווצעס און ציִעניסטן. אף דער סוואלקע פון דער געשיכטע װעלן זיי ליגן אין איין קוטשע מיסט. מ. טאָראָפּאװסקי, לאורעאט פון דער פּרעמיע אפן נאָמען פון יאראָסלאוו גאלאן הי טי עי ינע יע יניע וע ייט 5 /45522.45551 4 :1 2252 240401152422:04 24 כראַניק נײַס פונעם מוזיקאלן לעבן אין קעשענעוו אף איינער פון די שעפערישע פארזאמלונגען אינעם קאָמפּאָזיטאָרן-פארבאנד פון דער מאָלדאווי- שער סאָוועטישער סאָצנאליסטישער רעפּובליק האָבן דורכגעקלונגען זיבן מוזיקאלע באארבעטונגען פון ייִדישע פאָלקסלידער פאר א שטים און פאָרטעפּיאנע. דער אװטאָר פון די באארבעטונגען ---א יונגער קאָמ- פּאָזיטאָר און פיאניסט, וולאדימיר ביטקין-- האָט פאר זיך געשטעלט א ניט לײַכטע אופגאבע: פולקאָם פארהיטן אין די אָפּגעקליבענע פאָלקלאָר-מוסטערן די אייגנארטיקע מעלאָדיעס, די כאראקטערישע ריט- מיק, ניט אָנרירנדיק דעם בילדעריש-פּאָעטישן סיי- דער פון די לידער. און זיי צוגעבן די הײַנטצײַ- טיקע פאָרם פון אן אנטװיקלטער פאָרטעפּיאנע- פאקטור. גופע דער אויסוואל פון די לידער (טײילװײַן גע- נומענע פון מ. בערעגאָווסקיס זאמלונג און טײלװײַז פארשריבענע און דעשיפרירטע פונעם קאַמפּאַזײ טאָר), זייער סוזשעטישע קאָנסעקװענטקײַט און דער סיידער פון אויספילן זיי, האָבן אונדז ארופגעפירט אפן געדאנק צו שאפן א טעמאטישן װאָקאלן ציקל. אין די באארבעטונגען פון מ. ביטקינען זײַנען באוויזן געװאָרן לידער פון דער לירישער ליבע- טעמע (,איך האָב דיך ליב", ,דער קאָלאָמײער באדכן", , שאבעס נאָכן קוגל?, ,דער רעבע עלימיי- לעך"). פאר דער סאָציאלער טעמע, ועלכע איז פארבונדן מיטן אלטן, אָרעמען שטעטל, אין כא- ראקטעריסטיש, לעמאָשל, די ליד , איז געװוען אמאָל א פּאסטעכל", וועלכע ציט זייער צו מיט איר טיפן לירַיזֹם. דער באװוּסטער פאָלקסיליד ,מײַן שטע- טעלע בעלץ" האָט ו. ביטקין מיט זײַנע אייגנאר- טיקע אראנזשיר-מיטלען צוגעגעבן א לאָקאלן מאָל- דאװישן קאָלאָריט (אין דער פאָרטעפּיאנע-סאָלאָ פירט ער ארײַן אינטאָנאציעס פון דער באװוּסטער ,מאָלדאוואניאסקו"). די לידער אין װוו. ביטקינס באארבעטונגען האַט מיט גרויס מײַסטערשאפט און מיט א פילבארן סטיל אויסגעפילט דער פאָלקסיארטיסט פון דער רעפּו- בליק, דער סאָליסט פונעם מאָלדאװישן טעאטער פון אָפּערע און באלעט באָריס ראיסאָו (פאָרטעפּיאנע- אקאָמפּאנימענט פון סערגיי בענגעלסדאָרף). דעם זינגער האָט באזונדערס זיך אײַנגעגעבן אונטערצו- שטרײַכן די כאראקטערישע פאר די פאָלקסלידער קאָלאָריטפולע שטייגער-בילדלעך, אויסקלעפּנדיק" מיט דער פּינקטלעכקײַט פון א סקולפּטאָר די כא- ראקטער-געשטאלטן, קוידעמקאָל אינעם המאָרי- סטיש-גראָטעסקאָװון פּלאן. אין דער זעלבער צײַט פילט ראיסאָװו זייער איידל די ליריק פון דער ליד. אין זײַן אויספילונג שפּירן זיך, אזויארום, ניט בלויז זײַן נאטירלעכע מוזיקאלישקײַט, נאָר אויך זײַן גרוי- סע סצענישע דערפארונג. אין דער באהאנדלונג פון די נײַע באארבעטונגען פון ייִדישע פאָלקסלידער האָבן זיך באטייליקט פיל קאָמפּאָזיטאָרן, מוזיקיפאָרשער, געסט פון רעפּובלי- קאנישן קאָמפּאָזיטאָרן-פארבאנד. וועגן די הויכע קינ- סטלערישע וװערטן פון וו. ביטקינס ארבעטן האָבן גערעדט דער פאָלקסיארטיסט פון דער מאָלדאוי- שער רעפּובליק, לאורעאט פון דער מעלוכע-פּרעמיע ד. געאָרגיצע, דער פארדינסטפולער קולטוריטוער פון מססר, לאורעאט פון דער מעלוכע-פּרעמיע וי זאגאָרסקי, דער פארדינסטפולער קולטוריטוער פון מססר ס. לונגול, די מזיק-פאָרשער אָ. מאָסײקאָ, יע. אבראמאָוויטש, דער קינסטלער יא. אװערבוך און אנד. 147 די פּאָטשט פון| אין אן אינהײַטלעכער מישפּאָכן לאָמיר ארײנקוקן אין דער רעדאקציע-פּאָטשט פון די לעצטע טעג. איר אײגנארטיקײַט באשטייט אין דעם, װאָס זי פארמאָגט א סאך מאטעריאלן, גע- ווידמעט דעם זעכציקסטן יאָרטאָג פונעם סאָוועטנ- פארבאנד. אָט האלטן מיר א פּאקעט מיט א שטעמפּל פון דעם לענינגראדער פּאָטשטאמט. אָפּלעבן נײַן הונ- דערט טעג אין א בלאָקירטער שטאָט--דאָס אליין איז שוין אן און פאר זיך א העלדנטאט. א מענטש, װאָס האָט איבערגעטראָגן אזא מין אױספּרוּוו און מיט ווירדע אים אויסגעהאלטן, פארדינט, מע זאָל אים שעצן, מע זאָל זיך צוהערן צו זײַן װאָרט. אונדזער קאָרעספּאָנדענט און לייענערן פרידע צאלי קינע געהער צו דער קאָהאָרטע לענינגראדער טױי שווים, מיט װעלכער דאָס פאָלק שטאָלצירט, צו וועלכער מיר באציען זיך מיט העכסטן דערעכערעץ. בא פרידע צאלקינע איז געװוען גענוג צײַט צו בא- קלערן איר לעבן. זי איז פעסט איבערצײַגט, אז טראָץ אלע ניסיוינעס און שװעריקײַטן איז זי א גליקלעכּער מענטש, א מאזלדיקער. ס'איז שױן דורכגעגאנגען קימאט א גאנצער יאָרצענדליק פון יענעם טאָג, װען פרידע צאלקינע האָט אף די שפּאלטן פון דער צײַטונג ;ביראָבידזשאנער שטערן? דערציילט װעגן זיך, ועגן אײניקע פּראָטים פונעם לעבן אין לענינגראד בײס דער מילכאָמע, ווען די פאשיסטן האָבן באלאגערט די שטאָט. איצט האָט פרידע צאלקינע צוגעשיקט א בריוו אין , סאָװעטיש היימלאנד". איר געדאנקענ- גאנג האָט זיך פאר ואָט די לעצטע צען יאָר גרינט- לעך ניט געענדערט. זי קלײַבט זיך אָנשרײַבן א פארצייכענונג וועגן דעם סאָװעטישן מענטשן אין לענינגראד בייס דער בלאָקאדע. און זי שרײַבט טאקע גלײַך ארײַן אין א העפטל אייגנארטיקע זיכ- רוינעס. מיר װעלן דאָ ברענגען עטלעכע אויסצוגן. איצט, ווען אונדזער היימלאנד גרייט זיך צום גרויסן און ליכטיקן יאָמטעװ--צום זעכציקסטן אאָרטאָג, זינט ס'איז אויסגעבילדעט געװאָרן דער סאָוועטנפאר- באנד, קלינגען זיי גענוג הײַנטצײַטיק. פרידע צאל- קינע שרײַבט, אז װען מע פארטראכט זיך איבער דער פראגע --אין װאָס באשטייט דער גרעסטער דערפאָלג פון די סאָוועטישע מענטשן פאר אָט די יאָרן און װוּ איז דער קוואל פון אלע אונדזערע זיגן, קומט מען צום אויספיר: די נאָבלסטע דעראָ- 148 בערונג איז די לענינישע פעלקער-פרײַנטשאפט, און טאקע זי איז דער קוואל פון די ניטוועלקנדיקע ניצי כוינעס, װאָס דאָס סאָוועטישע פאָלק האָט אונטער דער אָנפירונג פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי אָפּי געהאלטן אין די שלאכטן און אין דער מי דער קויעך פון דער פעלקער-פרײַנטשאפט, די טיפע טרײַהײַט פון די סאָוועטישע מענטשן צו זייער סאָציאליסטישן פאָטערלאנד האָבן זיך באזונדערס שטארק אנטפּלעקט אין די יאָרן פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע. פרידע צאלקינע דער- ציילט: ,יעדערער פון אונדז, װאָס האָט אין די יאָרן פון קריג געלעבט און געקעמפט, האָט פארהיט אין הארצן אפן גאנצן לעבן אומפארגעסלעכע עפּיזאָדן פון יענער צײַט. מיר איז אויסגעקומען איבערצו- לעבן די טעג פון דער בלאָקאדע אין לענינגראד. אין דער לענין-שטאָט וווין איך פון 1934 יאָר. אין אָנהײב פון דער מילכאָמע איז מײַן מאן, א קאָמו- ניסט פון 1922, פרײַװיליק אװעק אפן פראָנט, און איך האָב אים פארביטן אף זײַן ארבעטסיאַרט אפן לענינגראדער ערשטן אװטאָרעמאָנטיזאװאָד. אין 3 בין איך ארײַנגעטראָטן אין דער קאָמוניסטי- שער פּארטיי. אן ענלעכן גוירל האָבן געהאט מײַנע כאווערטעס. קסעניע מאקסימאָוונא סקימאטאָווא האָט געטאָן אפן זאװאָד א באשיידענע ארבעט --אף א וועגעלע ארויסגעפירט מעטאליסטרוזשקעס פונעם צעך. פאר מיר איז אָט די פּאָשעטע רוסישע פרוי געװען װי אן אייגענע שװעסטער. ס'איז באװוּסט, װוי שװער עס פלעגט דאן זײַן: מע האָט געהונגערט, קיין שום טראנספּאָרט איז ניט געווען, דערקלײַבן זיך אפן זא- װאָד און צוריק אהיים פלעגט מען צופוס, אָנטרעפנ- דיק זיך אין װעג אף לופטיאליארמען. טאָמער בין איך צוליב אָט די סיבעס צו דער צײַט ניט געקומען, האָט קסעניע מאקסימאָוונא זיך שוין באומרויַקט, מוירע געהאט, מיט מיר זאָל עפּעס ניט טרעפן. גע- װױנט האָט זי לעבן דעם זאװאָד, פלעגט זי מיך אָפּט ניט לאָזן גיין אהיים און אָפּטרעטן מיר איר געלעגער, טיילן זיך מיטן לעצטן ביסן. אונדז פלעגט מען דאן אָפט שיקן אף פארשיי- דענע ארבעטן אהין, װוּ עס איז געוען נייטיקער. איינמאָל איז מיר אויסגעקומען א גאנצע נאכט אונ- טערטראָגן האָלץ פונעם ברעג פון טײַך סמאָלענקע, איבער א שמאָל בריקל, אפן דאמף-שיפל, װאָס פלעגט געבן ווארעמקײַט דעם זאװאָד. אינמיטן דער נאכט, װען דער קאָטשעגאר אפן דאמף-שיפל האָט דערזען, אז איך שלאָג זיך ארויס פון די קויכעס, האָט ער מיר געזאָגט: -- גי רו זיך אָפּ, איך װעל אליין אלץ טאָן. פון דעמלט אָן האָט ער גאנצע נעכט אליין גע- טראָגן דאָס האָלץ און אזוי קאָטשעגארעװעט.. דער הונגער האָט געצווּנגען, ניט קוקנדיק אף דער טויט-געפאר, װאָס עס האָבן געטראָגן דעם סױי- נעס ארטילעריע און אװיאציע, דערקלײַבן זיך צום זאװאָדישן גאָרטן אף קופּשטשינע, וועלכן מיר האָבן קאָלעקטיוו מיט די לעצטע קויכעס באארבעט. לאנג- זאם בין איך איינמאָל געגאנגען אהיים מיטן ביסל פרישן גאָרטנווארג אין זאק אף די פּלײצעס. דער וועג איז געווען אומגעהייער לאנג, און די קויכעס- שוואך. נאָך יעדע עטלעכע טריט האָב איך זיך גע- מוזט אָפּרוען. ס'איז געווען א הייסער סאָפזומערדי- קער טאָג. וען איך האָב שוין געמיינט, אז כ'וועל ניט בעקויעך זײַן גיין װײַטער, האָט פּלוצעם לעבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אן ארמייישע לאסטמאשין, און די סאָלדאטן, װאָס זײַנען אין איר געזעסן, כעוורע פון פארשיידענע נאצואָנאליטעטן, האָבן מיך גע- פרעגט: -- אײַך װעט אײַנאָרדענען, אוב מיר װעלן אײַך דערפירן ביז דער סמאָלענסקער גאס? -- פארשטייט זיך, טײַערינקע... אין איין רעגע האָט מען מיך מיטן זאק אופגע- הויבן אף דער מאשין. איך האָב געטראכט: ,סאיז װירקלעכקײַט אָדער כאָלעם!? כ'האָב נאָך ניט בא- וויזן צונויפנעמען זיך מיט די געדאנקען, װי איך בין שוין געװען אפן אָרט.. װען איך זאָל דארפן טופּען צופוס, װער ווייסט, צי כ'װאָלט דערגאנגען? קיינמאָל װעל איך ניט פארגעסן די רוסישע פרוי קסעניע מאקסימאָוונא, דעם קאָטשעגאר, די סאָלדאטן פון יענער ארמייישער מאשין"... אין צוזאמענהאנג מיטן זעכציקסטן יאָרטאָג פון דעם סאָוועטנפארבאנד האָט די אײַנװױנערן פון דער שטאָט קאָראָסטען, זשיטאָמירער געגנט אף אוקראל- נע, קלארע פאקטאָראָװיטש צוגעשיקט א בריוו אין רעדאקציע. דורך דעם זשורנאל ,סאָװעטיש היימ- לאנד" יל זי באגריסן אונדזער סאָוועטיש פאָלק מיט דעם יויוול פון דער מעלוכע. קלארע פאקטאָ- ראָװיטש שרײַבט, אז אין איר זיקאָרן און אין הארצן , לעבן א סאך אדרעסן", װוּ זי איז געווען הערצלעך אופגענומען. אין אלע געגנטן פון סאָוועטג- פארבאנד, װוּ ס'איז איר אויסגעקומען צו ווינען, האָט זי זיך געפילט װי בא זיך אין דער היים. דאָס, װאָס עס האָט איבערגעלעבט קלארע פאקטאָראָ- װיטש, איז גוט באקאנט די מענטשן פון איר דאָר, װײַל איר גוירל איז געווען געגליכן צום גוירל פון פיל אנדערע סאָוועטישע בירגער אין דער ערשטער העלפט פונעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט. ווען ניט די סאָוועטישע רעגירונג, ווען ניט די פילנאציאָנאלע פעלקער-מישפּאָכע, -- ווער ווייסט, װאָס סע װאָלט פּאסירט מיט איר און מיט טױזנטער אזעלכע, וי זי קלארע פאקטאָראָװויטש דערמאָנט זיך: ,אינעם זײער שװערן 1941 יאָר האָט די סאָוועטישע רעגי- רונג אָרגאניזירט אונדזער עוואקואציע פון די ער- טער, אף װעלכע עס האָבן אָנגעגריפן די היטלע- ראָװוצעס. מיך, צוזאמען מיט א גרויסער צאָל מײַנע זעמליאקעס, האָט מען עוואקויַרט אף צאָפן-קאווקאז, אלע זײַנען מיר געװען באטריבט, פארזאָרגט, גע" פאלן בא זיך איבער די צאָרעס, װאָס האָבן זיך אָנגעוואלגערט אף דער היים און אף יעדערן באזונ- דער. בּיז דער סטאנציע ראסשעוואטקע האָבן מיר ניט געװוּסט, אף וװעלכער װעלט מיר זײַנען, דער שװערער װעג האָט אונדז שטארק אויסגעמאטערט. טרעפט זיך אָבער אמאָל מאמעש א ליכטיק מײַסעלע: בא דער אײַזנבאן האָט א גאנצער ייִשעוו אונדן באגעגנט מיט קלעזמער... ביזן סאָף לעבן װעל איך געדענקען די כידושים פון יענער באגעגעניש. דער- נאָך האָט מען אונדן אוועקגעפירט אין דער קאזא- קישער סטאניצע נאָװאָראלעקסאנדראָווסקאיא. אין פּארק זײַנען געווען צוגעגרייט געדעקטע טישן מיט פרישע קוילעטשן און מיט א מעכײַעדיקן ווארעמען ווארמעס. שפּעטער זײַנען אָנגעקומען פּאָרשטייער פון די קאָלװירטן, און מע האָט אונדז אײַנגעאָרדנט, באשטאט מיט אלץ. מיך מיט מײַן מוטער און מיט דער שװועסטער האָט גענומען צו זיך דאריע באבי- טשעווא פון דעם קאָלװירט , סעװעראָװאָסטאָטשני? אלע אָנגעקומענע האָבן שוין אף מאָרגן געקאָנט ארויס אף דער ארבעט. אין 1942 האָב איך אין סטאלינגראדער געגנט גענומען אן אָנטײל אין דער בױונג פון אן אעראָ- דראָם צװישן דעם דאָרף בעריאָזאָווקא און דעם כו- טאָר באָלשאָי ליטשאק. ווען איך דערמאָן זיך אין יענער צײַט, וואכט אוף אין מיר א געפיל פון דאנק- בארקײַט צו ארסעניטשן --זײַן פאמיליע האָב איך פארגעסן, װײַל אלע אין דאָרף האָבן אים גערופן בלויז אזוי, און מיט גרויס אָפּשײַ. אלע מאָל פלעגט ער זיך ארײַנכאפּן אין צימער, וועלכן ער האָט אָפּ- געגעבן די עוואקולרטע, און עפּעס-װאָס זיי ברענגען צו עסן. איינמאָל טראָגט ער ארײַן א פולן עמער מיט שווארצע יאָדערן. ,קנאקט, --טוט ער א מאך כיטרעוואטע מיט צוגעזשמורעטע, רויטע פון שלאָפ- לאָזיקײַט, אויגן, -- קנאקט די יאָדערן, עס זאָל ניט זײַן אומעטיק"... אין אָנהײיב 1943 בין איך שוין געװען אין א טייל פון דער סאָוועטישער ארמיי אפן סטאלינגרא- דער פּראָנט. מע האָט מיר ארויסגעגעבן אלץ, װאָס עס קומט א סאָלדאט, װאָס א סאָלדאט דארף האָבן, נאָר די שיך מײַנע זײַנען געװען א ביסל גרויס- לעך --אָנשטאָט דעם 25יטן נומער האָט מיר דער סטארשינא אויסגעטיילט דעם 42טן, קיין אנדער נומער איז אים אין קאפּטיאָרקע ניט געלונגען אָפּי צוזוכן. דער קאָמאנדיר פון מײַן אָפּטײלונג פלעגט שמייכלען, ווען נאָך דער קאָמאנדע , פּאָל-אָבאָראָטא נאפּראװאָ!", האָב איך און די פיס מײַנע דאפקע יאָ זיך א קער טאָן אף רעכטס, אָבער די שוערע, גי- גאנטישע שיך זײַנען געבליבן שטעקן אפן אָרט. װי א מאלעך, איז ער געװוען פאר מיר, דער קאָמאנ- דיר מײַנער זשערדיעוו. ער האָט שטענדיק געװוּסט, וווּ, ווען און װעמען מע דארף העלפן. אין זיקאָרן איז פארבליבן די פאמיליע פונעם סאָלדאט סאטא- ראָוו. ער פלעגט מיט א שטיל קאָל, מאמעש הארצ- רײַסנדיק, אלעמען דערציילן װעגן זײַן היים אין אוזבעקיסטאן. געלעבט האָבן מיר, מענטשן פון פאר- 149 שיידענע פעלקער, וי איין מישפּאָכע, געטרײַע און אָפּנהארציקע איינער צום אנדערן. קיין העלדישע קעמפערן אף דער מילכאָמע בִּין איך ניט געווען. כ'בין שלאף געװאָרן, און מע האָט מיך אין סאָף 1943 דעמאָביליזירט. פון שפּיטאָל בין איך אװעקגעפאָרן קיין כאלילאָװאָ, אָרענבורגער געגנט. דאָרט האָב איך אויך געלעבט צוישן מענטשן פון פארשיידענע נאציאָנאליטעטן, נאָר אלע זײַנען מיר געווען גלײַך. מע האָט מיר געהאָלפן אָנ- קומען זיך לערנען אין א מיטלשול. דאָרט האָב איך געענדיקט דעם צענטן קלאס. א גרויסן דאנק נאטא- שע יעגאָרטשענקאָ. איך בין געװוען נאָך נִיט פול- קאָם געזונט און ניט געקאָנט אלע טאָג באזוכן די שול. נאטאשע פלעגט מיר ברענגען אהיים אירע ביכער און העלפן מיר אינעם שטיגערילעבן. אונדזער סאָװועטיש לאנד האָט מיר טאָמיד גא- ראנטירט דאָס רעכט צו לערנען זיך. אין קאָראָסטען האָב איך געענדיקט א זיבניאָריקע ייִדישע שול, אין כאלילאָװאָ---א מיטלשול, אין מאָסקװע --א פּעדא- גאָגישן אינסטיטוט. און אומעטום האָב איך זיך גע- פילט גוט, היימיש, אומעטום בין איך געווען צװישן פרײַנט. 27 יאָר האָב איך געארבעט אין קאָראָסטען אלס לערערן, כ'האָב געהאט א מעגלעכקײַט דער- ציֶען די שילער אין קאָמוניסטישן גײַסט. מענטשן פון פיל פעלקער האָב איך באגעגנט אף מײַן לעבנס- וועג, פײַנע, שיינע, אינטערעסאנטע. צװוישן זיי טייל איך אויס מיט א באזונדער ווארעמקײַט דעם דירע- קטאָר פון דער קאָראָסטענער פערטער מיטלשול פּאָראָשינא זינאידע אלעקסאנדראָוונא. זי איז געווען פאר מיר א בײַשפּיל, ויאזוי זיך באציען צו דער ארבעט, ויאזוי ליב האָבן מענטשן ביכלאל און קינ- דער ביפראט, שענקענדיק זיי אלדאָס גוטס פון דײַן נעשאָמע. זינאלדע אלעקסאנדראָוונא װוינט איצט אין לענינגראד. אין טאָג פונעם זעכציקיאָריקן יוביליי פון דעם סאָוועטנפארבאנדד װעל איך וידעראמאָל דערמאָנען די פארשיידענע אדרעסן פון אונדזער גרויס לאנד, װוּ אלע פעלקער האָבן אן אלציינע דע אינעם לעבן. איך װעל טראכטן מיט דאנקבארקײַט װעגן אונדזער סאָוועטישער רעגירונג, װעגן מײַנע עלי טערן, װאָס האָבן מיך דערצויגן אלס פּאטריאָט פון דער סאָוועטישער היים, אלס אינטערנאצ;אָנאליסטי קע". דעם זעכציקסטן יאָרטאָג פון סאָוועטנפארבאנד איז געווידמעט אויך דער בריוו, װאָס עס האָט צוי געשיקט אין רעדאקציע פון דער שטאָט סטאראָקאָנ- סטאנטינאָוו, ‏ כמעלניצקער געגנט, פאינע גרובערי סאווטשוק. זי האָט אנדערש ניט געקאָנט, זי האָט געמוזט אָנשרײַבן וועגן אירע פילצאָליקע קרויווים און װעגן אנדערע ערלעכע, פײַנע סאָוועטישע מענטשן, וועלכע האָבן זי אין די מילכאָמעײאָרן גע- ראטעוועט פונעם טויט. ביזן 1941 איז פאינע גרובער געװען א לע- רערן. יעדער נײַער טאָג פלעג איר פארשאפן פרייד. זי. װערט אויסגעוויילט אלס מיטגליד פון דעם פּלעי נום פון דעם ראיאָנישן קאָמיוג-קאָמיַטעט, טרעט (ארײַן אין דער פּארטיי, װערט פאָרגעשטעלט צו א מעלוכישער באלוינונג. און מיטאמאָל-- אלץ פאר- פאלן, עוואקוירן זיך באװײַזט זי ניט, בלײַבט 150 שטעקן אף דער אָקופּירטער טעריטאָריע, אין בא- דינגונגען פון טעראָר, אָבלאװעס, מערדערײַ. זי נעכטיקט ניט אינדערהיים, באהאלט זיך אויס בא באקאנטע פּוערים אָדער אונטער א סקירדע אין פעלד. אין פעווראל 1942 האָט מען זי צוזאמען מיט אנדערע ייָדן ארויסגעטריבּן אין א פראָסטיקן, וויג- טיקן טאָג קיין קראסילאָוו און דאָרט פארשפּארט אין געטאָ --באנאכט ארײַנגעשטופּט זיי אין א כורװוע פון א שטוב, אָן פענצטער, אָן טירן. ס'איז װײַטעק- דיקישווער געװען צו קוקן אף די לײדן פון די קליינע קינדער. א בארעמהארציקער קראסילאָװוער טוישעוו לאָזט זיי ארײן צו זיך אין צִימער. 54 מענטשן, גדּױיס. און קליין, גרויע און יונגע-- אין איין אלקער! מע האָט געדארפט אויסווארטן א לאנ" גע ריי, קעדיי באקומען א מעגלעכקײַט זיך צוזעצן אף א רעגע. אין עטלעכע טעג ארום הייבט מען אָן ארויסי טראָגן פון געטאָ מייסים. פריִער פאר אלעמען שטארבן קינדער און זקיינים. עפּעס דארף זי, פאי- נע, טאָן, קעדיי דעראָבערן א סקאָרינקע פאר דער שוועסטערס פּיצלעך קינדער. און זי באשטימט דער- קלײַבן זיך צום דאָרף קוזמינאָ, עפשער װעט זיך אײַנגעבן אויסבעטן דאָרטן בא עמעצן א שטיקל ברויט. דאָס איז געווען א פארבאָטענע זאך. די פּאָ- ליצײַען האָבן זי באמערקט, געכאפּט זי, געשלאָגן מיט א גומי-קאנטשיק, ארעסטירט. דערנאָך האָט מען אלע מארטירער אוועקגעפירט צו דער עקזעקוציע. פּאיִנען האָט אָפּגעגליקט --איר קויל איז פארבײַגע- פלויגן. געלעגן איז זי אין דער טויטיגרוב באנאנד מיט די שוין אומגעבראכטע, אליין אן אלפּיינעס לעבן געבליבענע. באנאכט האָט זי, א האלב-הוילע, ארויס- געקאראבקעט זיך פון דער גרוב און איז וידער אוועק קיין קוזמינאָ, צו דער שטוב פון דער קאָל- ווירטלערן דאריע קאָוובאסיוק. פאראן װוּנדערלעכע נעשאָמעס אף דער װעלט, מענטשן, סאָוועטישע מענטשן, וועלכע זײַנען דערצויגן אין פרײַנטשאפט. די אלטע פּױערטע דאריע ארסענאָוונא האָט אופ- גענומען די ייִדישע פרוי, װאָס איז אנטלאָפן פונעם גענעם, װי אן אייגן קינד. זי האָט אָנגעטאָן פאינען אין דאָרפישע מאלבושים, דערקלערט איר, וװיָאזוי זיך פירן, דערציילט װעגן די סאמע ויכטיקסטע אוקראינישע זיטן. אין א װאָך ארום, ווען די דײַטשן און די פּאַליצײַען האָבן אופגעהערט צו נישטערףן האָט פאינע זיך אװעקגעלאָזט אין דעם דאָרף בא" גלאי, סטאראָקאָנסטאנטינאָװער ראיאָן, אויך כמעל- ניצקער געגנט, װוּ זי איז פארן קריג געװוען א לערערן. אין וועג ארײַן האָט איר דאריע ארסע- נאָוונא מיטגעגעבן א לאבן ברויט.. פיאָדער און אנטאָנינע מארטיניוק,. בא װעמען פֿאיַנע איז פארן קריג, ארבעטנדיק אלס לערערן אין דאָרף באגלאי, געווען א קווארטיראנטקע, האָבן זי צוערשט ניט דערקענט. בלויז וען זי האָט אָנ- געהויבן ריידן, האָט איר קאָל אױסגעזאָגט, װער זי איז. די באגעגעניש איז פאָרגעקומען אין הויף, אין שטוב איז מען אפילע ניט ארײַן, װײַל באלד דארפן זיך אומקערן די נײַע קווארטיראנטן-- די דײַטשײ שע סאָלדאטן. פאיִנען פירט מען אװועק אפן בוידעם. די באלעבאטים טרייסטן זי -- זיי וועלן טאָן אלץ, פון רעכטס אף לינקס: פּאוועל גאָרטשאקאָװו, זינאיידא גאָרטשאקאָווא, אנטאָנינא גאָרטשאקאָװוא קעדיי זי זאָל זיך ניט ארײַנפּאקן אין די הענקערס הענט און זי זאָל, װי זי פארלאנגט, זיך קאָנען טרעפן מיט די פארטיזאנער, װעלכע האָבן זיך שוין געלאָזט הערן אין די ארומיקע קאנטן. צוליב דעם מוז מען קױדעמקאָל ארויסבאקומען בא די דײַטשן אן אזויגערופענעם אאוסװײַז--א צײַגעניש. די מארטיניוקס דערמאָנען זיך, אז זיי האָבן גו- טעפרײַנט אין סטאראָקאָנסטאנטינאָװו -- פּיאָטער און אָלגע קיזיון. מע באגעגענט זיך מיט זיי. די קיזיונס זײַנען מאסקים נעמען פאינען צו זיך און איר העלפן. אנטאָנינע מארטיניוק באגלייט פאינען צו די קיזיונס -- זי ריזיקירט מיטן לעבן, אָבער געפינט אין זיך מוט אף אָט דעם אופטו. דערנאָך פלעגט זי פּון מאָל צו מאָל ברענגען פאר פאינען עסנווארג, אליין, אָדער איניינעם מיטן מאן. דער נײיטיקער אאוסװײַז װוערט סאָפּקאָלסאָף דעראָבערט -- דאָ מישן זיך ארײַן אינעם איניען אָלגעס ברודער יעפרעם וולאסאָװיטש און דער געװועזענער סעקרעטאר פו- נעם באגלאיער דאָרפּסאָװעט, דער כאווער טשייקאָ, וועלכער האָט געקראָגן א בלאנק פארן דאָקומענט. יעפרעם וולאסאָוויטש מאכט א שטעמפּל. ס'האָט נאָר געפעלט א פאָטאָגראפיע. פירט אװעק אָלגע װלא- סאָוונא פאינען אין פאָטאָיאטעליע, רופט זי אָן ;שוועסטער" -- און די געגארטע פאָטאָגראפיע ווערט באשטעלט. אין דעם אאוסװײַז פאר פאינען שרײַבט אָלגע וולאסאָוונא אָן, אז ער געהער אנע מיכײַלאָװ- נֹא סאווטשוק. אין פאינעס רעטונג האָבן אָנטײלגענומען א סאך מענטשן. קאָסטושעװיטש, סערגיי וואסיליעוויטש, דער דירעקטאָר פון דער שול אינעם דאָרף גריגאָ- ראָווקע, סטאראָקאָנסטאנטינאָװער ראיאָן, האָט איר אָנגעשריבן א פיקטיווע ספּראװקע, אז זי, דאָס הייסט, אנע מיכײַלאָװנא סאווטשוק, איזן בא אים אין שול געווען אן אופראמערן. זײַן פרוי, מאריע דמיטריעוונא, האָט פאינען געגעבן דעם ברודערס אדרעס אין דער שטאָט זשיטאָמיר, געשענקט איר אין וועג ארײַן א האנטעך, זייף, ברויט, באגלייט זי איבערן בריק, אף וועלכן עס זײַנען געשטאנען פא- שיסטישע סאָלדאטן. דער צװעלפיאָריקער אנאטאָלי קיזיון פלעג איר אין באהעלטעניש ברענגען נײַס און נאָכשפּירן, זי זאָל ניט ארײַנפאלן איבער א צופּעליקײַט צום פײַנט. דער וועג קיין זשיטאָמיר איז גע- װען א שװערער, ס'איז אויסגעקומען נעכטיקן אין וואלד, אין פעלד, אין קאנאוועס פאזע דעם שליאך.. מיט אומגעהייערע שװעריקײַטן דערגרייכט פאינע דעם האָפּן-סאָװירט אינעם דאָרף רעיא, בערדיטשעווער ראאאָן, זשיטאָמירער געגנט. דאָ באגעגנט זי דעם היגן טוישעוו גאָרטשאקאָו, פא- װעל סעמיאָנאָװיטשן. ער נעמט זי ארײַן צו זיך אין דער מישפּאַכע. בא אים אליין זײַנען געווען פיר קינדער, זי די ייִדישע טאָכטער, איז געװאָר די פינפטע. טרעפט זיך אזעלכס, אז זי װערט קראנק. פּאװעל סעמיאָנאָ- װויטש. ברענגט פונעם שכיינעסדיקן דאָרף א פעלדשער. גאָרטשאקאָװס פרוי, אנטאָנינע סידאָראָװונא, שטעלט פאינען צויי מאָל אין טאָג באנקעס. די קינדער זײַנע --אנאטאָ- לי, באָריס און קלאװאָטשקע -- זיצן די גאנצע צײַט בא איר גלעגער. װען פאינע איז געזונט געװאָרן, פארבינדט זי פּאװועל סעמיאָנאָװיטש אפן כוטאָר בעלאָצערקאָװקא הינטער בערדיטשעוו מיט די אונטערערדלער סטעל- ניקאָװויטש, קאטשוק, באָנדארענקאָ. גאָרטשאקאָװס מישפּאָכע האָט די גאנצע צײַט געהאָלפן פאינען אין איר אונטערערדישער, פּארטיזאנישער טעטיקײַט, ;ָאין די שװוערסטע מאָמענטן, -- שרייבט פאינע גרו- בער אין איר בריוו, -- פלעג איך טאָמיד פילן די שטיצע פון אָט דער מישפּאָכע. מיר האָבן זיך אֹף אײיביק באפרײַנדעט. מיט יאָרן שפּעטער, ווען ס'איז געשטאָרבן דער טאטע, פּאװעל סעמיאָנאָװיטש, האָט מען מיך טייקעף ארויסגערופן אף דער לעװײַע, און קיין מער טרויעריקע מינוטן אין מײַן לעבן גע- דענק איך ניט. די צײַט איז אָבער, װי מע זאָגט, דער בעסטער דאָקטער. ווען איך בין אלט געװאָרן 0 יאָר, זײַנען פונעם דאָרף גרישקאָװצי, בערדי- טשעווער ראיאָן, געקומען צו מיר דרײַצן אייגענע פון די גאָרטשאקאָװס -- פון מײַן מישפּאָכע, דרײַצן קרויווים מײַנע הערלעכע. פאר מיר איז דער באגריף ,פעלקער-פרײַנטשאפט" אין סאָוועטנפארבאנד א ביז גאָר קאָנקרעטער. איך וויל, עס זאָל קיינמאָל ניט אָפּגעשוואכּט װערן בא אונדז דער געפיל פון אן אײינהײַטלעכער מישפּאָכע? עס זײַנען פאראן ניט וייניק בײַשפּילן, וועלכע זאָגן איידעס, אז דער געפיל פון אן אײינהײַטלעכער מישפּאָכע קאָן שאפן און שאפט װונדער. געויינ- לעך פארופן מיר זיך אין אָט דעם פּראט אף פיל- צאָליקע פאקטן פון די צװוישנבאצוונגען פונעם ייִדישן פאָלק און דעם רוסישן, אוקראינישן, װײַס- רוסישן, מאָלדאווישן פאָלק. אָבער אָט ליגט זיך אוועק אפן רעדאקציאָנעלן טיש א בריוו, וועלכן עס האָט אונדז אדרעסירט פון סאמארקאנד דער קאנ- דידאט פון טעכנישע ויסנשאפטן, א דאָצענט פון אן ארכיטעקטור-יקאטעדרע אבדוסאלאם סאיִדזשא- נאָוו, -- און אונדזערע פאָרשטעלונגען װערן מי- טאמאָל פריידיק פארברייטערט. מיר דערוויסן זיך אזא געשיכטע. אין װײַטן אוזבעקיסטאן און אויך 151 אין טאדזשיקיסטאן איז גוט באװוּסט דער נאָמען פון גאבריַעל מולאָקאנדאָוון, דעם זינגער און פאר- פאסער פון פאָלקסימוזיק, וועמען זײַנע פארערער האָבן געקרוינט מיט דעם העכסטן פאר אן ארטיסט- װאָקאליסט ניט אָפיציִעלן טיטל -- סאָלאָװײי. געבוירן איז גאבריעל אין סאמע אָנפאנג פונעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט אין דער שטאָט סאמארקאנד. באם טאטן פון דרײַ און צוואנציק קינדער, באם קלייבֿ- הענדלער ארן מולאָקאנדאָװון איז ער געווען דער זי- בעטער און דער באליבטסטער זון. גאבריעל לערנט זיך אין כיידער, דערנאָך א קארג יאָר אין א רוסי- שער שול. די הױפּטידערציונג באקומט ער אָבער בא זיך אין דער מיזאמער פריילעכער מישפּאָכע, אין וועלכער אלע זײַנען געווען פארליבט אין דער מו- זיק און אין די טענץ פון די מיזרעךיפעלקער, אין זיײיער ליטעראטור ביכלאל און ביפראט אין דער פּאָעזיע פון די אוזבעקישע און טאדזשיקיש-פּערסי- שע קלאסיקער נאָװאָי, כאיאם, דזשאמי, כאפיז, סאאדי. אנטדעקן די גראנדיעזע װעלט פון מוזיק האָבן דעם קלייניטשקן גאבריעל געהאָלפן שוין די דעמלט באװוּסטע קונסטיטוער אָ. נאזיראָוו, כ. רא- סולעוו, או. באבאכאנאָוו, ד. איבאדאָוו, יו. גורג -- פרײַנט פון ארן מולאָקאנדאָווס מישאָפּכע. גאבריעלן האָבן געשטיצט אויך זײַנע מוזיקאלישיבאגאבטע שוועסטער און ברידער. דעם טאטנס שטוב איז שטענדיק פול געװוען מיט מוזיקאלישע פאָלקס-אינסטרומענטן, און גאבריעל האָט נאָך קליינערהייט זיך אויסגעלערנט שפּילן אֹף א דוירע, אף א דוטאר, אף א טאמבור, אף א טשאנג, אף א גידזשאק. אינעם טאטנס שטוב האָבן טאָמיד געלעבט דיכטונג, געזאנג, טענץ פון פארשיי- דענע פעלקער. ביז הײַנטיצױטאָג קאָן מען זי טרעפן אין יעדער מישפּאָכע פונעם בארימטן צע- צװײַגטן שטאם, װעלכער האָט ארויסגעגעבן דעם רומפולן ארטיסט גאבר;על מולאָקאנדאָוון. זײַן לעבן און די טעטיקײַט זײַנען ענג פארבונדן מיט דער שעפערישער סוויווע פון דער פילנאציאָנאלער און אייגנארטיקער שטאָט סאמארקאנד. אינעם פאררעװאָליוצ;אָנערן סאמארקאנד האָבן די בוכארער ייִדן געטראָגן אף זיך א צוייענדיקן יאָך -- פון די צארישע קאָלאָניזאטאָרן און פונעם בורזשואזן עמיראט. דעם זעכצניאָריקן גאבריעל, וועלכער האָט שוין דאן דעראָבערט א שעם פון א פּראָפּעסיאָנעלן זינגער און מזיקאנטיטאמבוריסט, פלעגט מען ניט דערללויבן ארויסטרעטן אף דעף בינע פאר א גרויסן אוילעם, און אים איז אויסגע- קומען זינגען און שפּילן בלויז אף ייִדישע כאסענעס. די אָקטיאבערירעװאָליוציע האָט צוזאמען מיט אלע- מען באפרײַט די בוכארער ייִדן פונעם דוירעסדיקן יאָך און פון דער עקספּלואטאציע. אָבער אין די ערשטע רעװאָליוציעיאָרן איז די לאגע אין מיטל- אזיע געווען א קאָמפּליצירטע און װידערשפּרעכלע- כע. פרילינג 1918 האָבן אין דער שטאָט קערמין די טשינאָװוניקעס און לאקייען פונעם עמיר אלימכאן צעבלאָזן א העצע קעגן די בוכארער ייִדן. פיל מיש- פּאָכעס זײַנען געווען געצװוּנגען פארלאָזן זייער היים. די סאמארקאנדער ייִדן האָבן אופגענומען צוויי טויזנט בעזשענצעס, צװישן וועלכע עס זײַנען גע- װען א סאך פארמאטערטע זקינים, הונגעריקע, אומשולדיקע קינדער, קראנקע, שוואנגערע פרויען. 152 די אקסאקאלן פונעם קווארטאל ,מיזרעך? און די אקטיוויסטן, צװישן וועלכע עס זײַנען געװען גאבריעל און זײַנע עלטערע ברידער שאָלאָם, אבאָ, מענאשע און מיכאָעל, האָבן געטאָן אלץ, קעדיי וי ס'געהער צו זײַן אופנעמען די פּלײטים, פארלײַכ- טערן זייער גוירל. מע האָט צוגעגרייט פאר זײי מאלבושים, בעטגעוואנט, גרעט. זיי זײַנען אײַנגע- אָרדנט געװאָרן אף ווינונג, און אף מאָרגן האָט מען אינעם הויף פון איינער א שול געקאָכט אין גרויסע קאזאנעס פּלאָוו אף װיי צו מעכאבעד זײַן טאקע לעטויוועס די פּלײיטים האָבן דאן צום ערשטן מאָל גאבריעל, זײַנע ברידער און זייערע כאוויירים געגעבן א קאָנצערט. עס זײַנען פארקויפט געװאָרן העכער טויזנט ארײַנגאנגסיבילעטן. א קאָמסאָמאָלעץ װערט גאבריעל אין 1920. ער איז אן אקטיווער אָנטײילנעמער און אָרגאניזאטאָר פון דער קינסטלערישער זעלבסטעטיקײַט אין די קלובן פון די סאמארקאנדער קווארטאלן. אין עט- לעכע יאָר ארום, שוין אן אקטיאָר פונעם אנסאמבל ,קאָקױליאק?" (,בלויע בלוזע') און פון ביניאָמין קארס קאָנצערט-גרופּע פאָרט ער ארום אף גאס- טראָלן איבער די קאנטן פון מיטליאזיע. אין 1930 איז ער א מיטגליד פון דער דעלעגאציע פון דער אוזבעקישער סאָװעטן-רעפּובליק אף דער ערשטער אלפארבאנדישער אֶלימפּיאדע פון די פעלקער פון פססר אין מאָסקװע: גאבריעל מולאָקאנדאָוו איז אקטיוו טעטיק אין דעם ייִדישן שטראָם פון דער אוזבעקישיטאדזשיקיי שער קולטור. אין 1932, לויט דער באשטימונג פונעם פאָלקאָמבילד פון דער אוזבעקישער רעפּובליק ווערט אין סאמארקאנד געגרינדעט א ייִדישער מוזיקאליש- דראמאטישער מעלוכע-טעאטער. גאבריעל מולאָקאנ- דאָװו שטייט בעראָש פון דער קאָנצערטיש-עטנאָי גראפישער גרופּע פון אָט דעם טעאטער. פאר א קורצער צײַט האָט דער קאָלעקטיוו צונויפגעזאמלט און באארבעט א רײַכן עטנאָגראפישן מאטעריאל-- העכער דרײַ הונדערט וװערק. גאבריעל מולאָקאנדאָװ איז אין דעם טעאטער א סאָליסט, א מוזיקאנט און אויך א רעזשיסער, קאָמפּאָזיטאָר און באלעטמייס- טער. אים איז באשערט געוװוען דערציען א סאך טאלאנטפולע קינסטלער, ועלכע זײַנען דערנאָך געװאָרן בארימטע און פארדינסטפולע טוער פון טאדזשיקיסטאן און אוזבעקיסטאן, צװוישן זיי -- זײַנע אייגענע קינדער ראשעל און ניסאָן. א. סאידזשאנאָווס בריוו פון סאמארקאנד, וועל- כער איז אדרעסירט דעם זשורנאל , סאָװועטיש היימ- לאנד", איז נאָך איין באװײַז, ויאזוי האנטיבאיהאנט אין אן אײינהײַטלעכער מישפּאָכע, לעבן פארשיידענע פעלקער אין אונדזער לאנד. פון קליינע קוועלעכלעך קלײַבט זיך צונויף איין אלגעמיינער פרישער קוואל, װאָס נערט די סאָוועטישע אלפארבאנדישע קולטור, דעם סאָוועטישן ארט לעבן. צוזאמען מיט בריוו שיקן די לייענער אין רע" דאקציע אויך א היפשע צאָל דאָקומענטן, צװישן זיי -- אוניקאלע, רירנדיקע, צומאָל דערשיטערנדיקע. לייענענדיק אָט די מאטעריאלן, קערן מיר זיך אָפט אום אין די אייביק וייטעקדיקע צײַטן, ווען די עקזיסטענץ פון דער היים, דאָס לעבן פונעם פאָלק און פון יעדן איינעם זײַנען געהאנגען אף א האָר. אין די דאָזיקע דאָקומענטן געפינען מיר צוגאָבלעכע פאקטן, וועלכע זאָגן איידעס וועגן דעם, וי פרוכט- באר עס האָט זיך אנטפּלעקט די פעלקעריפרײַנט- שאפט אין די שווערע יאָרן פונעם געראנגל מיט די פאשיסטן. אָט, אשטייגער, האלטן מיר אין די הענט אן אָפיציעלע צײַגעניש, וועלכע עס האָט ארײַנגע- שיקט אין רעדאקציע אונדזער געזעלשאפטלעכער פארשפּרייטער, דער כאווער נאכליס פון ליטין. די צײַגעניש האָס באקומען דעם 24 יול 1944 אין קו- ליזסקער דאָרפסאָװעט, ליטינער ראיאָן, וויניצער געגנט, דער אוקראינישער פּויער פּ. וו. ציוואק. דער דאָקומענט, װאָס האָט דעם נומער 222, באשטעטיקט, אז פּ. װו. ציוואק האָט אין מײַ כוידעש 1944 אומ- געקערט די עלטערן זייער קינד, װאָס װאָלט זיכער אומגעקומען אין די וויסטע אָקופּאציע-יאָרן, ווען ניט ער, ווען ניט זײַן ברייטהארציקײַט, זײַן קלאָר אויס- געשפּראָכענער אינטערנאציאָנאליזם, װען ניט זײַן געוואגטקלַט. : לייענענדיק די טרוקן"פּראָטאָקאָלישע שורעס פון אָט דער ספּראווקע, בלײַבן מיר פּאָנעםיעל-פּאָנעם מיט די געשעענישן, װאָס האָבן פאסירט אין די מײַרעװיגעגנטן פון אונדזער לאנד ביס דער פא- שיסטישער אינוואזיע און זיי זײַנען פארבליבן אין דער געשיכטע וי אן אומהיילבארע בלוטיקע ווּנד. דאן, אין פרילינג 1942, זײַנען שוין הונדערטער ייִדישע מישפּאָכעס אומגעבראכט, טויזנטער שטייען אף דער שװעל פון אומקום. די פאשיסטישע מער- דער האָבן ניט ראכמאָנעס אפילע אף זױיג-קינדער. און אין אזעלכע באדינגונגען, ווען פאר העלפן יידן דראָעט טויט-שטראָף, דערװועגט זיך אן אוקראינער נעמען פון האנט צו האנט בא א ייִדישער מאמע איר פּיצל קינד, קעדיי עס פארשטעלן מיט זיך אליין. ער שטעלט אײַן זײַן לעבן פארן לעבן פון א ייִדיש נעשאָמעלע. אביקע ערע דערפאר דעם אוקראינישן פּױער ציוואק, דעם איידעלן מענטשן, דעם סאָווע- טישן מענטשן, דעם אינטערנאצײ;אָנאליסט. אייבי- קער רום דעם לאנד, אין וועלכן קיין שום ניסיוינעס / זײַנען ניט בעקויעך פארלעשן דעם געפיל פון אן אײינהײַטלעכער מישפּאָכע. א מערקווירדיקן דאָקומענט האָט צוגעשיקט אין רעדאקציע דער לייענער פּיניע קאליקא פון באקן. אין זײַן בריוו דערציילט אונדזער קאָרעספּאַנדענט, אז די מיטגלידער פונעם קלוב ,פאקעל" -- שילער פון דער דריטער מיטלשול אין דער שטאָט לא- בינסק, קראסנאָדארער געגנט, װוּ בייס דער מילכאָ- מע איז מעסירעסנעפעשדיק אומגעקומען דער עווא- קוירטער אהין פון מאָלדאװיע, פונעם שטעטל בעלץ, פּיאָנער מוסיק פּינקענזאָן, האָבן האיאָר, אין פעװו- ראל כוידעש, דורכגעפירט א פארברייטערטע זיצונג פונעם קלוב אונטערן דעוויז: ,מענטשן, שטייט אוף צו פארטיידיקן דעם פרידן!". אף אָט דער זיצונג איז געווען אײַנגעלאדן די באקינער שילערישע געזעלי שאפט ,איסקאטעל". קלײַבנדיק זיך קיין לאבינסק, האָבן די באקינער שילער צוגעגרייט זייער ווענדונג צו די וועטעראנען פונעם קריג, וועלכע זיי האָבן אויך איבערגעגעבן זייערע לאבינסקער פרײַנט, װאָס באציען. זיך מיט אזא אײידלקײַט צום אָנדענק פונעם ייִַדישן ייִנגל מוסיק פּינקענזאָן. מיר ברענגען דאָ די איבערזעצונג פון אָט דעם דאָקומענט: ,טײַערע וועטעראנען, אָנטײלנעמער פונעם אנ- טיפאשיסטישן וידערשטאנד, װער עס האָט אין שװוערן געראנגל דעראָבערט פאר אונדז די מעגלעכ- קײַט צו לעבן אין שאָלעם, לערנען זיך, דינען דער היים און דעם פאָלק, ליב האָבן און זיך פֿרייעף טײַערע אײַנאָרדענער פון דער באגעגעניש פון צוויי דוירעס סאָוועטישע מענטשף עס באגריסן אײַך די קינדער פון די פעלקער פון אזערבײַדזשאן. מיךר פארטיידיקן דעם שאָלעם און דעם סאָציאליזם בא- נאנד מיט אײַך. מיר װעלן עס טאָן אזוי דערפאָלג- רײַך, װי סהאָבן עס געטאָן אונדזערע טאטעס און זיידעס, װי עס לערנט דער קאָמסאָמאל און אונדזער קאָמוניסטישע פּארטיי. מיר װעלן קײינמאָל ניט דערלאָזן, עס זאָלן אפס- נײַ אָנהײבן רויכערן די שוארצע קױמענס פון אָשװענטשים. מיר געדענקען לענינס געבאָטן װעגן דעם כויוו פון אינטערנאציאָנאליסטן, און מיר װעלן זי פארווירקלעכן אומעטום, ביזן סאָף. מיר וילן מער ניט זען טרעבלינקער װעלדער מיט שטיינער, מיר װעלן ניט דערלאָזן, עס זאָלן נאָכאמאָל ערגעץ- װוּ אומקומען קינדער און זייערע לערער--מיר פארגעסן ניט דעם טוט פון יאנוש קאָרטשאק. יעדער סאָלדאט, וועלכער איז אומגעקומען אין קאמף מיט די פאשיסטן, פאר דער אומאָפּהענגיקײַט פונעם פאָטערלאנד, װעט אף אייביק פארבלײַבן אין אונדזערע הערצער. מיר שעצן הויך דאָס, װאָס איר היט געטרלי אָפּ דעם אָנדענק פונעם יונגן פידלער מוסיק פּינקענזאָן, איינעם פון יענע פּיאָנערן, וועלכע האָבן אָפּגעגעבן זײער לעבן אין קאמף פאר דער פרײַהײַט פון אלע פעלקער אף דער וועלט. מיר װעלן מיטארבעטן מיט אײַך, קעדיי זיך דערשלאָגן, עס זאָל אָפּגעזוכט װוערן דעם סקולפּטאָר לעבעדיעווס ארבעט: און בא אײַך אין דער שטאָט לאבינסק זאָל אופגעשטעלט װערן דער דענקמאָל מוסיק פּינקענזאָנען, װעלכער האָט באזיגט דעם פּײַנט מיט דער גרויסער קראפט פון גײַסט און מיט דעם ניגן פונעם , אינטערנאצואָנאל? אונדזער אזערבײַדזשאנער שול טראָגט מיט שטאָלץ דעם נאָמען פונעם אוקראינער אנטאָן מאקא- רענקאָ. אונדזער שול איז דערװײַל די איינציקע אין סאָוועטנפארבאנד, וועלכע איז באלוינט מיט דער מעדאל פון יאנוש קאָרטשאקןן -- מיר שיקן אײַך א װימפּעל פון אָט דער באלוינונג. זאָלן זיך ענגער באהעפטן די רייען פון קעמפער פארן שאָלעם. ניין -- דעם קריג! זאָלן זײַן גוטע פרײַנט די קינדער פון פארשיי- דענע פעלקער! ערע אונדזער היימלאנד! דער קאָמוניזם װעט זיגן!" די בריוו, וועלכע קומען אָן אין רעדאקציע, בא- װײַזן װידעראמאָל און נאָכאמאָל, אז דער געפיל פון אן אײינהײַטלעכער מישפּאָכע װערט בא די פעלקער פון סאָוועטנפארבאנד ניט פארװועלקט. ' זע ,סאָוועטיש היימלאנד" נומ. 6 פארן 1968, ז. 5--5, און ,סאָװועטיש היימלאנד" נומ. 2 פארן 4, ז. 115---118, פון דער פרישער פּאָטשט ווען דער דאָזיקער נומער פון ,סאָװעטיש היימלאנד" איז שוין געווען אויסגעזעצט, האָבן מיר באקומען פילצאָליקע בריוו פון לייענער מיקויעך די בלוטיקע מײַסים פון די ייַסראָעלדיקע אָקופּאנטן אין ליוואן. איינעם פון די דאָזיקע בריוו ברענגען מיר דאָ אזוי, װי ער איז געשריבן, אָן ענדערונגען. 4042 כ 6+/? 3 בש : | : (7יעט /46/ק 3 3 יביי אין ,10 זק פין , יק /7/ א 072 6 "ח/ אלעשה רז שש 5/3} 4640 2 אזין 7 2א//טן /0 בּו 2ד/2ז 7 577 פון בי /:זא2, זי/ יי גיק 0/וס ק'ן פי/י ‏ 2 47 02 /7/427 4 3 ס 2 יי 01 44 אס 2 היל 2זק /ק, ,2 6צ, 7/ד? אל 2 58 הס און /ו62:0 4 ?זל זס -און יכ 079 שוישן74ז 11 קץ (- 3 /7ק 6י6אָ106 ונק 2 קזָרקאָ/צס פין צי/י 2 -44דס קלעוק א 208 קאן פון 79{ 164 גופאָפֿן / וְּ + עזכשש 2 כקו/ -פ לבקל יארציט פין 1 2 5/6ה/, 2 0 6 4 //6מ? ה זאון צח{/ 2דרפיר. 5 7 2224 2 ;17 כן 9 כזיש/ 2 יי ?/*2 "ז/ ;אל 2/ 7 2748//:? ך 8לן בִּי *יעק//99/2, = 3/), 9, ,א 6 /2 05 23 / עי שׂן? 42 3 4 /3/ אי אל 153 /0/7; 0 728 הס א א7ג- 4 627 /02 3,773/ 3עס. 0242 ציצצזקלן -יו--- 2רן, על זא 7/א/ײט 19 ק'נצרי, 2005 2 2,?/שן, 3, ק"א ר ז/;דס פין, פא ק דפ הצשין =ין. גו/י אש /7אעד אט רע אי מויעצוע. יט 0 גועקן. 6402 :1 60 אט 4 = לט 6 הס'/ 2, 6 062 צר? +/ 263 22 6222 154 פון געזעלשאפטלעכן 3 פארעיפריײיטער פון 5 װוצָטיס איך טייל זיך נויט מװײַן דערפארונג לייע, הירש דעם שנײַדערס טאָכטער פון מיראָ- פּאָל, נאָך גאָר א יונג קינד, האָט אין סאמע אָנהייב פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע פאר- זוכט דעם גרוילעכן טאם פון עלנט. די עלטערן, די ברידער און שװעסטער זײַנען אומגעקומען. וי א בלעטעלע, װאָס איז אראָפּגעריסן פונעם בוים דורך דעם בייזן װוינט, איז זי פארװאָרפן געװאָרן װײַט- װײַט. שוין א קײַלעכדיקע יעסוימע, האָט זי זיך מיט ניסים געראטעוועט און צוזאמען מיט נאָך פיל אזעל- כע קינדער, וי זי, מעגולגל געװאָרן אף יענער זײַט אוראלער בערג -- אין אירקוטסק. קימאט אין דער זעלבער צײַט האָט זיך עוא- קויַרט פון מאָסקװע פרידע שקאָלניק מיט אירע צוויי קליינע מיידעלעך. איר מאן איז שוין געווען אפן פראָנט און פון דאָרט זיך ניט אומגעקערט. וי א פרוי פון א פראָנטאָװיק, האָט מען זי באזאָרגט מיט א צימער. אף דער גאס האָט זי איינמאָל דער- זען ארומגיין א פארוויינטע לייען. זי האָט אײַנגע- לאדן דאָס מיידעלע צו זיך און טאקע שוין איבער- געלאָזט זי אין שטוב. אלע דרײַ מיידעלך צוואמען האָבן זיך געפילט היימלעכער, און פרידע אליין איז געווען רויִקער, ווען זי פלעגט זײַן אף דער ארבעט אין שנײַדער-צעך. לייע איז געװען עלטער פון די צוויי כאווערטעס. שפּעטער איז זי אויך אָנגעקומען ארבעטן אין דעם זעלבן צעך. זיי האָבן גענייט שי- נעלן און מאלבושים פאר דער ארמיי, פארן פראָנט. פינצטער איז געוװוען אפן הארצן, אָבער ביסלעכ- װײַז האָט אָנגעהויבן װוערן אלץ ליכטיקער און ליכ- טיקער. אונדזער ארמיי האָט געטריבן דעם סוינע אֹף מײַרעוו. דער געגארטער זיג האָט זיך דערנעענ- טערט. קליין און גרויס האָבן זיך געפרייט. פיל עוואקוירטע האָבן זיך אומגעקערט צוריק אהיים, אין די פריַער באוווינטע ערטער. פרידע איזן אװעקגעפאָרן קיין מאָסקװע און לייע -- קיין מיראָפּאָל, צו זיך אין שטעטל. פאר לייעס אויגן האָט זיך באוויזן א שוידער ---ניטאָ קיין שטעטל. די פאשיסטישע ראָצכים האָבן פארניכטעט אלץ -- אי די מענטשן, אי די הײַזער. מיט א שווער געמיט האָט לייע אָנגעשריבן פרידען, און יענע האָט איר געענטפערט: ,קום, טײַערע, צו פאָרן. בא אונדז אין שנײַדעריצעך פאָדערן זיך נייטערנס, מע װעט דיך באזאָרגן מיט ארבעט." אזוי איז טאקע געשען. פרידע האָט באגעגנט לײַען װי א מוטער, און ס'איז װוידער געװאָרן איין מישפּאָכע. פיל יאָרן זײַנען אװעק נאָך דער מילכאָמע, נאָר די װוּנדן זײַנען געבליבן. זי קאָנען ניט און װעלן קיינמאָל ניט פארהיילט װערן. אײנמאָל האָט לייע זיך צופעליק באגעגנט מיט א מיראָפּאָלער יוגנט- כאווערטע -- סאָניע דראפּושקע. וויפל פרייד האָט ארויסגערופן די באגעגעניש, ניט צו באשרײַבן. לייע האָט זיך דערװוּסט, אז אין מאָסקװע לעבן צװעלף מיראָפּאָלער מישפּאָכעס. דאָס הארץ האָט גענאָגט: ס'האָט זיך געװאָלט באגעגענען מיט די לאנדסלײַט, דערוויסן זיך װעגן זייער לעבן, און ענדלעך האָבן זיך צונויפגענומען די געוועזענע מיראָפּאָלער טויש- ווים אין דער קווארטיר אפן שאָלעם-פּראָספּעקט בא איינער א מיראָפּאָלער -- סאָניע שלייער. אין א שיינעם פרילינגדיקן זונטיק האָבן זיך בא- געגנט די מיראָפּאָלער פרויען, די גרעסטע טייס אלמאָנעס, וועמענס מענער זײַנען אומגעקומען אף די פראָנטן. די באגעגעניש איז געווען א רירנדיקע. מיט טרערן אין די אויגן האָט מען זיך דערמאָנט די גליקלעכע ייוגנטײאָרן. מע האָט ארומגערעדט יעדערנס גױראָלעס. אייניקע האָבן נאָכן קריג אָפּי געזוכט מישפּאָכע-אײגענע, אנדערע האָבן פארלאָרן אלע נאָענטע. סאָניע דראפּושקע האָט געדינט אין א פלייערזעסקאדריליע און איז באלוינט מיט אָרדענס און מעדאלן, איצט ארבעט זי שוין 32 יאָר אין דער אקאדעמיע אף זשוקאָווסקיס נאָמען. די שװעסטער עסטער, טאניע און סאָרע קראסונסקאיא ארבעטן אין מאָסקװער פאבריקן... איך בין גראָדע געװוען אף דער אינטערעסאנטער באגעגעניש, און, אויסנוצנדיק דעם מאָמענט, האָב איך ארויסגענומען א בוך פון א הײַנטצײַטיקן סאָ- וועטישן ייִדישן דיכטער און פאָרגעלייענט פאר זײי אייניקע לידער, איבערהויפּט ליריק פון דער מיל- כאָמע-צײַט. דאָס האָט געמאכט א שטארקן אײַנדרוק. 159 די לידער אף דער מוטערישפּראך האָבן אויסגענו" מען בא די װוּנדערלעכע פרויען, ארויסגערופן בא זי דערמאָנונגען פון דער הײימשטאָט, פון דער קינדהײַט. כ'האָב אויך באוויזן דעם זשורנאל ,סאָ- וועטיש היימלאנד", וועלכער אין אװעק פון האנט צו האנט. אייניקע פון די פרויען האָבן פּאמעלעך אָנגעהױבן לייענען, אופשטעלן די קענטענישן, װאָס זי האָבן אמאָל באקומען אין דער זיבניאָריקער ייִדישער שול, אנדערע האָבן באשטימט דערלערנען ייִדיש און מיט דער הילף פון די לימודים, וועלכע דרוקן זיך אינעם זשורנאל ,פאר די, װאָס לערנען ייִדיש", ווידער באהערשן דאָס מאמעלאָשן. די כא- וװוערטעס זײַנען געזעסן ביז שפּעט אין דער נאכט און זיך מאמעש ניט געקאָנט צעשיידן. ס'איז בא- שלאָסן געװאָרן, אז די טראדיציע פון באגעגענישן פון די לאנדסלײַט װעט פאָרגעזעצט װערן. אין א צײַט ארום האָבן די מיראָפּאָלער טויש- װוים, איצט אײַנװוינער פון מאָסקװע, זיך באגעגנט נאָכאמאָל בא זייערער א כאװערטע אף דער גאס ,אדמיראל מאקאראָוו". מיט א פריילעכער שטימונג, אױסגעפּוצטע אין די שענסטע קליידער, מיט בלו- מען אין די הענט האָבן זיי זיך געיאװעט, און דער קרײַז פון זייערע שמועסן איז געווען שוין א סאך ברייטער, איידער אף דער ערשטער באגעגעניש. סהאָט זיך געפילט, אז עס זײַנען צוגעקומען נײַע טעמעס, און פיל פון זיי זײַנען גענומען פון די זײַטן פון , סאָװועטיש היימלאנד". דאָס הארץ האָט זיך בא מיר געפרייט, ווען כ'האָב דערזען פאר זיך אופמערקזאמע און פארינטערעסירטע לייענערנס פון דער סאָוועטישער ייִַדישער ליטעראטור. כוץ מײַנע מאָסקװער אבאָנענטן פונעם זשורנאל, בין איך פארבונדן מיט א היפּשער צאָל אין אנדערע שטעט. אין פעווראל 1981 האָב איך באקומען א בריוו פון מײַנעם א פרײַנט, לייב קאָלקין, מיט א ביטע העלפן אים אױיסשרײַבן ,, סאָװועטיש היימלאנד" (איבער זײַן קרענק האָט ער ניט באויזן צו דער צײַט זיך אבאָנירן). כ'האָב אים, פארשטייט זיך, מיטגעהאָלפן. אויך מיט לייענער פון כארקאָוו און שעפּעטאַווקע בין איך פארבונדן. אין אָט די שטעט פארפאָר איך אָפט צו מײַנע קרויווים און פרײַנט. א היפּשע צײַט האָב איך געארבעט אלס לערער אין דער שטאָט נעװעל, דעמלט װעליקאָלוקער געגנט. ס'האָבן זיך פארהיט מײַנע פארבינדונגען מיט א ריי דאָרטיקע טוישווים, פונקט אזעלכע לערער, וי איך -- פּייסעך עפּשטײן, יעפים פּעטשאטניקאָו, איסאק שוויידער און מײַנער א קאָרעוו אװראָם העל- פאנד, אן ארבעטער פון דעם לײַן-זאװאָד. זיי אלע האָבן זיך אבאָנירט אף , סאָוועטיש היימלאנד", און זי זײַנען שטענדיקע ליענער פון דער ייִדישער ליטעראטור. דער אינטערעס צום זשורנאל װערט אלץ שטאר- קער און שטארקער. א צואנציקיאָריקער, לעבט ער איבער א פּעריֵאָד פון קינסטלערישער און אידיייי שער רײַפקײַט,. ער שטייט פעסט אף זײַנע פיס. איצט איז אָפן פאר אים א ברייטע פּערספּעקטיו. ס'ציִען זיך צו אים טויזנטער הערצער פֿון געטרײַע לייענער אין סאָוועטנפארבאנד און אין אנדערע לענדער פון דער וועלט. אין ,סאָװועטיש היימלאנד" דערשײַנען רעגולער די בעסטע װערק פון אונדזערע דיכטער און פּראָזאיקער. א גרויסע צאָל ביכער פון סאָווע- טישע ייִדישע שרײַבער ווערן איבערגעזעצט אף אנ" דערע שפּראכן. אף די זײַטן פון , סאָװעטיש היימ- לאנד" געפינען זייער אָפּשפּיגלונג ליטעראטוריהיסי טאָרישע און געזעלשאפטלעך-פּאָליטישע פּראָבלעמען, פראגן פון דער ליטערארישער יערושע. איך בין א לײענער פונעם זשורנאל פון דעם ערשטן נומער זײַנעם און טאקע דאָס פארפליכטעט מיך צו זײַן אן אקטיווער געזעלשאפטלעכער פאר- שפּרײטער. כאסקל זײַען, מאָס ק וו ע. די ארבעטנדיקע פון ביראָבידזשאן -- דעם שאָלעם-פאָנד די שאָלעםיקעמפער פון ביראָ- בידזשאן האָבן הייס אונטערגע- האלטן דעם רוף פון די פאָרגע- שריטענע קאָלעקטיוון פון כאבא- ראָװוסקער קאנט וועגן אײַנשליסן זיך אינעם כוידעשניק פון מיט- ווירקן דעם סאָװועטישן שאָלעם- פאָנד, װאָס איזן דורכגעגאנגען פונעם 1 יון ביז 1 יול. די מערהײַט ארבעטסיקאָלעק- טיוון האָבן איבערגעקוקט די גע- נומענע היסכײַװעסן אויסצופילן פארן טערמין די יאָריפארגעבונ- גען. אומעטום האָט מען באשלאָסן דורכפירן ארבעטס-וואכטעס פון שאָלעם, שאבעסניקעס און די פארדינטע געלט-מיטלען איבער- געבן אין רעשוס פון דעם שאָ- לעם-פאָנד, אזוי, ‏ אשטייגער, האָט לױטן באשלוס פונעם קאָלעקטיוו פון דעם רעמאָנטבוייטרעסט (פאָרזי- צער פון דער קאָמיסיע פון מיט- ווירקן דעם שאָלעם-פאָנד א. גריג- בערג) יעדער טוער פון דער אונ- טערנעמונג איבערגעגעבן לעטוי- װעס דעם שאָלעםיפאָנד א טייל פון זײַן טעגלעכן ארבעטסלוין, אונטערן דעוויז , דאָס פעסטיקן דעם שאָלעם איז א זאך פון אלע- מען"? זײַנען דורכגעגאנגען די שאָלעם-וואכטעס אויך אף דער װאָליקעסיפאבריק, אפן זאװאָד ,דאלסעלמאש", אף דער זאָקן-פא- בריק, אפן זאװאָד פון קראפט- טראנספאָרמאטאָרס, אפן געהילצ- באארבעטנדיקן קאָמבינאט, אין דער בוי-פארוואלטונג נומ. 254, פונעם טרעסט ביראָבידזשאן-בוי" און אנד. אף די אונטערנעמונגען, אין די יוגנטלעכע צוזאמענוווינונגען, שולן און קולטור-אופקלעריאנש- טאלטן זײַנען פאָרגעקומען באגע- גענישן מיט וועטעראנען פון דער פארטיי, מילכאָמע און מי, טעמא- טישע אָװנטן און מינדלעכע זשור- נאלן. אין די קלובן פון אינטער- נאצ;אָנאלער פרײַנטשאפט זײַנען דורכגעגאנגען פאָטאָ-קאָנקורסן ;די קינדער וילן שאָלעם', ,א גליקלעכע קינדהליט" און אנדערע, צו אונדזערע לייענער און געזעלשאפטלעכע פארשפּרייטער טײַערע פרײַנט! די ליבהאָבער פון ייִדישער ליטעראטור אין סאָוועטנפארבאנד און אין אנדערע לענדער פון דער וועלט האָבן שוין אָפּגעמערקט דעם 20-יאָריקן יוביליי פון ,סאָװעטיש היימ- לאנד", הײַנט צו טאָג קאָנען זיך די ייִדיש-לײענער ניט באגיין אָן דער דאָזיקער אוניקאלער פּעריאָדישער אויסגאבע. פאר דעם דורכגעגאנגענעם נאָכן יוביליי יאָר איז דער זשורנאל װידער בארײַכערט געװאָרן מיט נײַע מעגלעכקײַטן. אָט, לעמאָשל, האָבן די לייענער געבעטן, ס'זאָלן אין ,סאָװוע- טיש היימלאנד" פארעפנטלעכט װערן די בעסטע װערק פון די ייִדישע קלאסיקער, און לעצטנס איז אזא אָפּטײל אײַנגעפירט געװאָרן. א שטארקן אינטערעס רופן אויך ארויס די ערשטע מאטעריאלן אין דעם נײַעם אָפּטײל ,עטנאָגראפיע". פאר דער יוגנט, װאָס לערנט ייִדיש, איז אײַנגעפירט א סובאָפּטײל צו די שפּראך-לימודים אוויָאזוי זאָגט מען עס אף ייִדיש". עס ווערט רײַכער און פארשיידנארטיקער די ביכער-בײַלאגע צום זשורנאל. די רעדאקציע באקומט פיל בריוו, וועמענס אװטאָרן זײַנען דאנקבאר פאר די שטענדיקע רובריקעס ,מיר אינפאָר- מירן אונדזערע לייענער", ,אונדזער קאָסמאָס-װינקל", געפונענע מאנוסקריפּטן", ,מיר ענטפערן אף פראגן פון אונדזערע לייע- נער", ;די פּאָטשט פון , סאָוועטיש היימלאנד", , פריילעכע שו" רעס", ;נײַע ייִדישע זינגלידער", ,לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור", ,דאָס איז טשיקאווע", שוין אָפּגץ- רעדט פון די גרונטאָפּטײלן, אין וועלכע עס וװערט פּובליקירט דאָס בעסטע, װאָס עס שאפן הײַנט צו טאָג די ייִדישע דיכטער, פּראָזאיִקער, ליטעראטור-פאָרשער. אונדזער כויוו איז באװאָרענען, אז יעדערער, װאָס האָט א אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראטור, זאָל וויסן וועגן דעם זשורנאל ,סאָװעטיש היימלאנד" און באקומען אים באצײַטנס. צוליב דעם איז נייטיק, אז די שוין פאראנענע לײענער זאָלן אײינצײַטיק זײַן געזעלשאפטלעכע פארשפּרייטער. וועגן דעם, וויפל נײַע לייענער יעדערער פון אײַך װעט שאפן אין דער האיאָריקער אבאָניר-קאָמפּאניע, בעטן מיר מיטיילן אין א קורץ בריוועלע דער רעדאקציע. מיר מאכן אײַך אופמערקזאם, טײַערע לייענער און געזעל- שאפטלעכע פארשפּרייטער, אז די אבאָנירונג איז ווינטשנסווערט דורכפירן אין די ערשטע װאָכן פון דער אבאָניר-קאָמפּאניע. אין פאל, אויב עס ועלן זיך טרעפן ניט פאָרויסגעזעענע שווערי- קײַטן, דארפט איר וועגן דעם דרינגענדיק סיגנאליזירן דער רעדאקציע, די באדינגונגען וועגן דער אבאָנירונג אפן זשורנאל ,סאָװע- טיש היימלאנד", צוזאמען מיט דער בײַלאגע, זײַנען די זעלבע וי פאראיאָרן; אף איין כוידעש --- 80 קאָפּ, אף דרײַ כאדאָשים -- 2 רובל 40 קאָפּ, אף זעקס כאדאָשים ---4 רובל 80 קאָפּ, אף א יאָר --9 רובל 60 קאָפּ, מיר ווינטשן אײַך דערפאָלג אין דער ארבעט און ווארטן אף אײַערע מיטיילונגען וועגן דעם גאנג פון דער אבאָנירונג. רעדאקציע פון ,סאָוועטיש היימלאנד* 197 טויונטער ארכעמער און איינוװױנער פו די אַרעַמקײטט-קװאַרטאַלן אויף דער רעטאַנסטראַציע פון הס" תדוות אין ירישלים -- מיטן רוף צו דער רעסישיע פון דער רענירונג, אף די פראגן פון אונדזערע לייענער ענטפערן מיר מיט פאָטאַימאטעריאלן איך האָב באקומען א בריוו פון ייס" ראָעל פון מײַנעם א בעאיר, על כער קלאָגט זיך אף די ביז גאָר שװערע ווינונגס-באדינגונגען אין דער מעדינע. באזונדערס, שרײַבט ער, לײַדן די יונגע פּאָרלעך, װאַס האָבן ניט קײן דאך איבערן קאָפּ. זײַט אַזױ גוט און באװײַזט מיט פאָי טאַ-מאטעריאלן, ויאזוי די זאך זעט אױס אין דער װױרקלעכקײַט. אויף דעם דרינגענדן. הילפֿט* ! פוך יישראל און שיקט באַלד - *י ער ביישטייערונג פֿארן ספעציט" ר א יישראל עמוירדזשענסי פאַנדי באָריס װיגאָדסק', ייא 2 ין. שיקט יו י = גאָרקי אויף הילף. נרעסערע הילפטיגעל- קאָמפעי. א ד. אלאס שטייערונג צו: טער זיינעז נויטיק איצט. אַבער בי / דער שווערער פינאַנציעלער לאַנצ / אַופקוהאס. עטפא זאחתם. יי האַכז געמווט פֿאַרקלענערט װערן 6מאוזסק עַוואם וע 0 אין ישראל די הילסס-בודזשעטו. אוז 2 אט =+ = = : פיל גרעסערע חיק וי ביז אצט 106.צ 8 אצ ששא. 10* 158 װױנעננױס / אין יַסראַעל - ען פון ה אַ װווינונג פֿון 8 יינגן פארפאָלק הינטער כייפע עלסערן אין .סלאָמס--הייאעד. אין. אַ שכונה אין דרום תליאבים -- פאַר די קאַלאַנישטן אויף די זיינעז פאַראָן מיליתירן, אָבער אויף א דירה פאָר רי אייגי װײַנער שון די דאַױיקע פאַלאַצן" אי נישטאַ קין געלסי. = העירוה של צ"ץ לֹא עזרה, ער שהגיעו מִים עד מצעי הִמֵיטוּת | 189 +544:::4414444: יי לעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען ||ו|ן פארװאָס פארלאָון זי ייִסראָעל? די, װאָס באשעפטיקן זיך מיט דעם איניען פון פארלאָזן דאָס לאנד, האלטן זיך אָפּ פון א ברייטער, עפנטלעכער דיסקוסיע ארום דעם צענטראלן פאקטאָר, װאָס איז דער יעסאָד פון דער פּראָבלעם: די דיציעניזאציע פון מעדינאס ייִסראָעל. כ'בין איבערצײיגט, אז די פראגע פון דער יערידע און פונעם אָפּפאלן פון אוילים פון ראטנפארבאנד, וועלכע קומען אָן קיין ווין און ווילן זיך ניט באזעצן אין ייִסראָעל, זײַנען צוויי זייטן פון דער זעלבער מאטבייע, און דאָס איז איינע פון די עקזיסטענץ-פּראָבלעמען, אויב ניט די צענטראלע בענעגייע דער צוקונפט פון ייס- ראָעל. מיר שײַנט, עס זײַנען ניטאָ קיין מיי- נונגס-פארשיידנהײיטן, אז די איקערדיקע סיבע ליגט אין דער אָפּשוואכונג פון דער ציעניסטי- שער ארגומענטאציע און אין דער רעגירונגס- פּאָליטיק. די דאָזיקע פּראָבלעם האָט זויכע געווען צו א ברייטער באהאנדלונג. אָבער ביז איצט האָבן די מענטשן, װאָס באשעפטיקן זיך מיט דעם איניען, אָפּגעהאלטן זיך פון באשולדיקן דעם איקערדיקן פאקטאָר: די דעציעניזאציע פון מע- דינאס ייִסראָעל, װי זי זעט אויס אין די אויגן פון מענטשן, וועלכע לעבן אין איר, און אין די אויגן פון די, וועלכע פארלאָזן דאָס לאנד, און בא די, וועלכע האָבן געהאט בעדייע אוילע צו זיַן און פאלן אָפּ אין ווין. דער, װאָס וויל אוילע זײַן, דארף זײַן שטארק אין זײַן עמונע און פארמאָגן א קימאט אומלאָגישע טרײַבקראפט, קעדיי צו קומען אין א לאנד, װאָס געפינט זיך אין פּערמאנענטן אויסנאם-צושטאנד. אין דער גאנצער ועלט, באזונדערס אין אײראָפּע, זוכט מען מיטלען, קעדיי אוױיסמײַדן א צוזאמענשטויס צווישן די גרויסמאכטן, װײַל אײראָפּע װעט זײַן דאָס שלאכטפעלד פאר אטאָמיש געװער, און אין ייִסראָעל װויל מענאכעם בעגיז מיט אלע קויכעס זיין דער אוואנגארד פון דער אויספאנטאזירטער מיַרעוודיקער וועלט קעגן דעם ראטנפארבאנד. ס'איז א סאָפעק, צי אויסער די עקסטרע- מיסטישע קרייזן אין די פארייניקטע שטאטן, אָדער אין לאטײַן-אמעריקע איז נאָך פאראן וועלכער-ניט-איז באשליסנדיקער פּאָליטיקער, 100 װאָס שטרעבט צו פארשארפן די קאלטע מיל- כאָמע אזוי ווי מ. בעגין. די סאָוועטישע ייִדן וועלן אוואדע ניט גיין מיט א קלאָרן געדאנק אין דעם לאנד, וועמענס מאנהיגים פירן דערצו. אויך אן אײיראָפּעיִשער ייד ווייסט גוט דעם בא- טייט פון אזא פּאָליטיק, און דער דורכשניטלע- כער אמעריקאנער ייד האָט שוין געזאָגט זײַן װאָרט בייס דעם געראנגל קעגן דער מילכאָמע אין וויעטנאם. מיר דארפן געדענקען די פארגאנגענהײַט, גאָרנישט ניט פארגעסן. אָבער דוירעס קאָנען ניט עקזיסטירן אונטער דער פּױזנדיקער האש- פּאָע פון דער אָשוענטשים-טראוומע, ביפראט פאר מענטשן, װאָס ווערן מיד פונעם שטענדיקן לעבן אין שאָטנס פון די קוימענס --אויך זי נייטיקן זיך אין א כאָלעם וועגן א צוקינפטיקן לעבן. און איצט, װעז ס'הערט ניט אוף צו שרעקן די ייִסראָעלים, אז די גאנצע וועלט איז קעגן זיי, טוען די יוגנטלעכע, טײלמאָל איך דערוואקסענע, דאָס סאמע רעאלע -- זיי פאר- לאָזן דאָס לאנד. שלאכט-אופטועףי אנטפּלעקו באם מענטשן דעם גאנצן מעסירעסנעפעש. די מילכאָמע איז אָבער א קורצע. נאָך איר קומען לאנגע, גרויע טעג. און אויב אין אזעלכע טעג איז ניט פא- ראן קיין סטאבילקײַט, ניטאָ קיין זיכערקײַט אין קיִעם -- גייט אויך פארלוירן די גרעסטע העראָיִקי ס'האָט זיך אויסגעוויזן, אז עס באװײַזט זיך א ליכט-שטראל אינעם סאָף פון טונעל -- ס'איז אונטערגעשריבן געװאָרן א שאָלעם-העסקעם מיט מיצראיִם. מ'האָט געקאָנט כאָלעמען, אז יעדערער וװעט קאָנען זיצן אין זײַן װײַנשטאָק און טרוימען, אז די שווערדז װועלן פארוואנדלט ווערן אין אקער-אײַזנס. דערװײַל אָבער איז פארקערט. טאָגטעגלעך רעדט מען אײַן די ביר- גער פון ייִסראָעל, אז דער שאָלעם איז א גע- פאר, אז דער סוינע דערנעענטערט זיך פונעם סועץ-קאנאל ביז דער ;גרינער ליניע". די וויזיע פון קאָעקזיסטענץ מיט די פאלעסטינער ארא- בער איז צעשטערט געװאָרן מיט דער פאטא- מאָרגאנא פון דער אװטאָנאָמיע. אף די פארנו" מענע געביטן קומט הײַנט פאקטיש פאָר א 10--35 בירגערקריג, און די אנעקסיע פון גאלאן האָט געשטעלט אף די פיס די גאנצע מעדינע און באוויזן, װאָס עס װעט געשען, ווען ס'וועט גיין א רייד וועגן א מיליאָן 200 טויזנט פּאלעסטי- נער. צו זיי דארף מען נאָך צוגעבן 100 טויזנט אראבער פון יערושאָלאיִם, װאָס אלע מאָל פּראָ- קלאמירן זיי שטרייקן. עמעצער האָט געטײַנעט, אז סאיז ניט וויכטיק, װאָס די , גאָיִם* וועלן טראכטן --- וויב- טיק איז װאָס די ייִדן װועלן טאָן. עפשער איז ער געווען גערעכט, אָבער פון א שמאָלן בליק, ער האָט פארגעסן, אז אין די טפוצעס לעבן 0 פונעם ייִדישן פאָלק, און זיי ווייסן, וי ס'זעט הײַנט אויס ייִסראָעל. און נאָר דער, װאָס פארמאָגט א סטאבילן גלויבן, װעט זיך אופ- הייבן און קומען קיין ייִסראָעל. דערפאר אָבער זײַנען די זין פון די ייִסראָעלים גופע אלץ מער געצװוּנגען צו גיין אף די פארנומענע געביטן און פאנאנדערטרייבן דעמאָנסטראציעס פון מע- נער, וי אויך פון פרויען און שילערנס. מיר רעדן שוין ניט פונעם כורבן, װאָס דאָס אין גוירעם צו זייערע יונגע נעשאָמעס. און דאָס אלץ קומט פאָר אין די ספּעציפישץ באדינגונגען פון דעמאָגראפיע. דער נאטירלע- כער צוּװוּקס פון ייִדן אין ייִסראָעל איז גאָר א קליינער. אויך אוילעם קומען וױיניק (אפילץ ווען עס זײַנען פאראן אזעלכע), בייס די שביי- נים ארום פארמערן זיך אין א שטױינענדיקן טעמפּ. אוב אין יאָר 1956 האָט מיצראים גע- ציילט 24 מיליאָן, זײַנען איצט שין פאראן דאָרט 52 מיליאָן. דאָס איז נאָר איינע פון די מעדינעס, וועלכע רינגלען אונדז ארום. מיר זײַנען איצט אויך איידעס פון עקאָנאָ- מישער אומסטאבילקײַט. סוועט ניט העלפן קיין אקראָבאטישע סטאטיסטיק וועגן אופשטייג פוז דעם רעאלן לוין. די מענטשן פירן זיך לויט דער סיסטעם ,כאפּ ארײַן", האגאם אינעם אונ- טערבאװוּסטזײַן פארשטייען זיי, אז דאָס איז א קאָרטן-הײַזל, געשטעלט אף ואנדערנדיקן זאמד --- און ס'וועט קומען די צײַט פון צאָלן עס וואקסט די ארבעטסלאָזיקײַט. די יוגנטלע- כע, וועלכע געפינען ניט נאָכן ענדיקן די מילי- טער-דינסט קיין באשעפטיקונג און פּארנאָסע, אפילע ווען זיי באקומעז ארבעטסלאָזע אונטער- שטיצונג אין מעשעך פון 7 כאדאָשים, פארלאָזן דאָס לאנד, / אין פארלויף פון א סאך יאָרן איז פאָרגענו- מען געװאָרן א פּרוּוו צו אױספאָרמירן איין פאָלק אין איין גרויסן שמעלצטאָפּ. און האגאם ס'איז זייער א פילבארע טעמע, קאָן מען נישט ניט זאָגן דעם עמעס. די אנטשטייוּנג פון דער מעדינע האָט גע- בראכט אהער פארשטויסענע שװאָטים פון אֹלע עקן וועלט. און טאקע די באוועגונג, פון וועל- כער מענאכעם בעגין שטייט בעראָש און װאָס איז לעכאטכילע געווען אײַנגעשטעלט אף אויס- צונוצן עלעמענטן פון פּסעװדאָדפּראָלעטאריער און ארײַנדרינגען אין יעטװידן שפּאלט פון קעגנזאצן, אופרודערנדיק די געזעלשאפט, האָט ארויסגעהויבן אפן טאָג-אָרדענונג די אנדערש- קײַט אָנשטאָט דעם, װאָס עס פארייניקט. די מענטשן, וועלכע מיר רופן צו קומען קיין ייִסראָעל--- פונעם ראטנפארבאנד, פון די פא- רייניקטע שטאטן, דאָרעם-אמעריקע, אײראָפּט, שטייען דערשטױנטע אנטקעגן דעם דאָזיקן ספּעקטאקל פון באװוּסטזיניקן אונטערווארעמען די קלוימערשט עטנישע קעגנזאצן. און ס'איז ניט קיין װוּנדער, װאָס עס גייט זיי ניט אין לעבן זיך ארײַנצולאָזן אין א זודיקן קעסל, נאפטאָלע פעדער, קנעסעט-דעפּוטאט פון מאפּאם (,ײַסראַעל-שטימע") ,וגנטרוף -- וווהין? דער זשורנאל ;יוגנטרוף" פײַערט זײַן 47- טן יאָרגאנג. דאָס איז א זשורנאל, װאָס ווערט ארויסגעגעבו דורך מענטשן, וועלכע האָבן זיך געשטעלט פאר אן אופגאבע צו פארשפּרייטן פארשטענדעניש פאר דער ייִדישער שפּראך. ;ייִדיש איז אונדזער קיִעם: רעדט, לייענט און שרייבט ייִדישׁ!י" ;יוגנטרוף* איז א מיטגליד-אָרגאניזאציע פון דעם אמעריקאנער ייִדישן סטודענטן-אפּעל. װאָלט אלץ געווען גוט און פיַן און לעיעהודים פריילעך. רופט אָבער ארויס א שטוינונג, אלץ- מיי דער זשורנאל האָט געהאלטן נייטיק ארויס- צוגעבן א ,פּעציִעלן טאָפּל-נומער* מיט אינסי- נואציעס וועגן ייִדן אין סאָוועטנפארבאנד. די דאָזיקע אָרגאניזאציע האָט שוין, װוײַזט אױס, באוויזן איינצופלאנצן ייִדיש אין די ברייטסטע ייִדישע יוגנט-קרײיזן אין די פאריניקטע שטאטן און אין קאנאדע, שוין אָפּגערעדט וועגן אנדערע געגנטן אין דער ועלט.. דאָס איז דאָך אז ,אלוועלטלעכער ייִדישער יוגנט-זשור- נאל". ס'איז זיי געבליבן בלויז צו זאָרגן וועגן ;די סאָוועטישע ייִדן".. די ברייטסטע ועלט-עפנטלעכקײיט איז גוואלדיק באומרויקט פון דער גרױיליקער גע- פאר פון אן אטאָם-מילכאָמע. דאפקע די יוגנט פארנעמט א בעקאָװעדיק אָרט אין די קאמפן אף דער וועלט, אײַנגעשלאָסן די פארייניקטע שטאטן, פאר אָפּשטעלן דעם פאטאלן געיעג פונעם אטאָם-װאָפן, פאר דערפירן צו א סאָ- וועטיש-אמעריקאנער פארשטענדיקונג, פאר אױיסמײַדן א גרויליקע אטאָם-מילכאָמע. די איקערדיקע זאָרג איז אין איצטיקן מאָמענט.-- אױסמײַדן אן אטאָם-מילכאָמע, װאָס קאָן שטעלן אין געפאר דעם קיִעם פון פעלקער און לענ- דער. דעריבער איז גאנץ צוייפלהאפט דאָס ארויסגעבן דורך ,יוגנטרוף? אזא ,ספּעציעלן 161 טאָפּל-נומער", װאָס עס איז ניט קיין אויסדרוק פון זאָרג פאר , אונדזער קיעם". צי װאָלט דער ;יוגנטרוף" ניט געטאָן בעסער, וען ער גיט ארויס א נומער, געווידמעט דער געפאר פון אן אטאָם-מילכאָמע, רופנדיק צו סאָוועטיש-אמע- א בילדל פון דעם לעבן פון ריקאנער קאָאָפּעראציע? צי באטײַט ניט דאָס ארויסגעבן אין איצטיקן מאַמענט אזא , ספּעצי- עלן טאָפּל-נומער* א פּרוּוו צוגיסן א ביסל אייל אפן פײַער פון דער קאלטער מילכאָמע, װאָס איז אין א סטירע צו די אינטערעסן אויך פון אונדזער קיִעם? ,דער וועג" -- טעל-אוויוו ייִדן אין אווסטראליע שעכערעזאדע" קעדיי דער נאָמען פונעם רעפּאָרטאזש זאָל דעם לייענער ניט אריינפירן אין א טאָעס וועגן דעם אינהאלט זײַנעם, װיל איך לעכאטכילע באמערקן, אז עס רעדט זיך אין אים ניט ועגן רימסקי קאָרסאקאָווס ;שעכערעזאדע" און בי- כלאל ניט וועגן מוזיק, נאָר וועגן א ייִדיש קא- פע-הויז מיטן נאָמען ?שעכערעזאדע" אין מעל- בורן אף עקלאנד-סטריט, פארװאָס דעם ייִדישן באלעבאָס איז אײַנגע- פאלן צו געבן זײַן קאפע א נאָמען ?שעכערע- זאדע"-- איז עס זײַן זאך, זײַן געשמאק און זײַן רעכט. און אז די קאפע זײַנע װאָלט, לאָמיר זאָגן, געהייסן מיטן נאָמען ,די נײַנטע" פון בעטהאָװוענען, װאָלט געווען בעסער און פאר- שטענדלעכער? לאָמיר אָנעמען, אז דער ייִדישער באל-האקאפע, וועלכער איז אגעוו, א באקאנטער ייִדישער געזעלשאפטלעכער טוער, האָט ליב מוזיק און ס'איז אים צום הארצו רימסקי קאָר- סאקאָווס ;שעכערעזאדע"-- האָט ער אואדע געהאט א גענוגנדיקע סיבע אזוי אָנצורופו זײַן קאפע-הויז, װי עס הייסט שוין זינט א סאך יאָרן אף עקלאנד-סטריט און דערמאָנט דאָס פּא- ריזשער , פּלעצל". דער עמעס איז, אז אין ;שע- כערעזאדע" װעט איר נישט בלױז ניט הערן רימסקי קאָרסאקאָווס מוזיק, נאָר ביכלאל קיין מוזיק ניט. און װאָלט וועמען פון די שעכערע- זאדניקעס, פוּן די שטאָט-געסט, אײַנגעפאלן צו פאָדערן פונעם באליהאקאפע, ער זאָל אמאָל איינשליסן די ראדיִאָ אף צו הערן א ביסל מו" זיק, װאָלט דער גאנצער אוילעם זײַנער געווען קעגן און געהייסן פארמאכן די ראדיאָ, װײַל ניט קיין מוזיק קומען זיי הערן אין ;שעכערעזאדע". זי קומען הערן איינער דעם אנדערן: װי האלט עס מיטן אמעריקאנער אָדער אווסטראלישן דאָ- לאר, מיט הייזער און דירעס און נאָך אזעלכע מיסכאָרים, װאָס הייבן זיך און פאלן איבער נאכט... די שטענדיקע באזוכער, די שכערעזאדני- קעס, זײַנען ייִדן פון דער גאנצער ועלט, נאָר מערסטנס -- ייִדן פון פּױלן, ייִדן פון שעיירעס האפּלײיטע און אויך ייִדן אווסטראלישע בירגער, געקומענע נאָך פוּן דער צווייטער וועלט-מיל- כאָמע, ייִדן --- שוין ארופגעארבעטע און אופגע- 1602 קומענע גווירים. אין ;שעכערעזאדע* קומען זי אין די שאבאָסים און אין די זונטיקס, ווען מע ארבעט ניט און די געשעפטן זיַנען געשלאָסן זיי קומען שאבעסײיאָמטעװדיק, נאָר ספּאָרטי, מיײַסע אווסטראליִער, בא וװועמען די זונטיקס זײַנען דאפקע די טעג פון פארנעמען זיך מיט זייער הויזגעזינד און מיט דער הויז-ווירטשאפט און דעריקער מיט די גערטנער און גערטנד- לעך ארום די הייזער זייערע. אין ;.שעכערעזאדע* זעט מען זעלטו עמעצן פון דער ייִדיש-רוסישער אימיגראציע -- די נוי- סרים, וועלכע האָבן, פאָרנדיק קיין ייִסראָעל, אויסגעדרייט אין ווין דעם דישעל און זײַנען פארפאָרן קיין אווסטראליע. די רוסישע ייִדן -- האָט מיר עמעצער דערקלערט,--- האלטן זיך ביכלאל ווייט פון ייִדן ניט פון זייער לאנד, רוסלאנד, וי אָפּגערעדט מיט די מענער, קומען אויך די פרויען אין ,; שעכערעזאדע* ניט אין די פאר- מיטיק-שאָען, נאָר פארנאכט-צו, ווען דאָס קאפע- הויז איז מיטן געדיכטן רויך פון סיגארעטן ארויס אויך דער טומל און דער ראש פון אינ" װייניק און פון דרויסן, פון די, װאָס בלײַבן הינטער דער טיר פון דער גרויסער קאפע און --- פירן זייערע שאבעס-יאָמטעװדיקע גע- שעפטן װוי אף א בירזשע. די פרויען--- װי פרויען. זיי קומען שטיל, זעצן זיך שטיל אוועק, רוקן זיך צונויף --- ניט צו פארלירן פון דעם, װאָס יעדע פון זיי וועט דערציילן. וי געוויינלעך, הייבט זיך אָן דער שמועס זייערער אף ייִדיש, נאָר שטיל, עס זאָל, כאָלילע, א זײַטיקער, א פרעמדער ניט הערן אז זיי ריידן אף א שפּראך, װאָס גרילצט אין די אויערן. זיי גייען דערפאר שנעל אריבער פון ייִדיש אף ענגליש און פון ענגליש --אף מאמע- לאָשן... פּױליש, װאָס פירט זיי ארײַן אין א נאָסטאלגישער בענקשאפט צו זייער היימלאנד פּוילן, װוּ זי האָבן, וי זיי זאָגן, אָפּגעלעבט די שענסטע, בעסטע יאָרן אין די פּוילישע קא- פעען, אין דער געזעלשאפט פון דער פּױלישער עליטע--. יויסעף פּאפּערניקאָװו (,אווסטראליער נײַס") !| צו אונדזער { קינסטלערישער ; בײַלאגע . געדאנקען װעגן מײַן שאפונג דאָס ערשטע מאָל האָב איך גענומען דאָס פּענדזל אין דער האנט, ווען איך בין אלט גע- װאָרן פופציק יאָר, אין 1965, אָבער ערנסט האָב איך זיך אָנגעהויבן פארנעמען מיט מאָ- לערײַ אין 1974, ווען איך האָב באקומען די מעגלעכקײַט צו ארבעטן אין ווארשטאט פון דעם אלטן קינסטלער װיקטאָר מארקאָוויטש מידלער. צו יענער צײַט בין איך שוין געווען א קאָמפּאָזיטאָר ‏ מיט א היפּשער שעפערישער דערפארונג, מיט אײגענע קינסטלערישע איבערצײיגונגען. אזא שפּעטע ווענדונג צו מאָ- לערײַ איז פאר מיר ניט געווען ניט קיין שפּי- לערײַ, ניט קיין מיטל פון צײַטפארטרײַב. אויך איצט פרעג איך זיך אליין: װאָס קומט עס פאָר אין דער נעשאָמע פון דעם מענטשן, ווען עס בליצט אוף אין איר אזא פייערל? קאָן זײַן, אז דאָס איז א פארלאנג צו דערקענען דאָס אומבאקאנטע. מײַן ביִאָגראפיע איז א פּאָשעטע. איך בין געבוירן געװאָרן אין 1915 אין פּעטראָגראד. אין די קינדער-יאָרן האָב איך איניינעם מיט די עַל- טערן געוואנדערט איבער פיל שטעט פון רוס- לאנד. אין 1932 בין איך ארײיַנגעטראָטן אין א מוזיקאלער שול, און אי 1939 -- פארענדיקט די מאָסקװער קאָנסערװואטאָריע לויטן קלאס פון קאָמפּאָזיציע. אין דעם זעלבן יאָר איז געוען אויסגעפילט מײיין ערשטע סימפאָניע, און אינ- גיכן האָט אין ראדיַאָיטראנסלירונגען דורכגע- קלונגען די מוזיק צו די פּאָעמעס פון וול. מא" יאקאָווסקי , גוט!* און ,וו. אי. לענין". די מילכאָמע האָט איבערגעריסן מײיַן ערנ- סטע ארבעט אין געביט פון מוזיק. אָבער אלץ, װאָס איך האָב געזען און איבערגעלעבט אין יענע טראגישע אאָרן, האָט ניט געקאָנט ניט ווירקן אף מײיַן װײַטערדיקן שעפערישן וועג. פון מיַינע מוזיקאלע װוערק איז מיר באזונ" דערס טײַער די מאָנאָאָפּערע ;דער טאָגבוך פון אנע פראנק" פאר סאָפּראנאָ און א סימפאָנישן אָרקעסטער. זי איז אָנגעשריבן איו 1969. די ליברעטאָ האָב איך געמאכט אליין. אין איר גרונט ליגט א וירקלעכער דאָקומענט--אנע פראנקס טאָגבוך. מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווען אין האָלאנד האָט מען אויסגעפילט מײַן מאָנאָ- אָפּערע, בין איך געווען אין דעם הויז, װוּ ס'איז פאָר געקומען די טראגעדיע. אכוץ האָלאנד, איז די מאָנאָאָפּערע אויסגע- פילט געװאָרן אין א ריי שטעט פון סאָוועטנ- פארבאנד און אין אמעריקע. מײַן צווייטע מאָנאָאָפּערע ---;די בריוו פון וואן גאָג* פאר א באריטאָן און א קאמער-אָר- 103 קעסטער -- איז אָנגעשריבן אפן טעקסט פון די בריוו פון ווינסענט וואן גאָג צו זײַן ברודער טעאָ. איך רעכן ניט, אז דער באגער אָנצושרײַבן א װערק אפן סמאך פון די בריוו פון דעם גרויסן קינסטלער איז געווען פארבונדן מיט מיַן נייגונג צו מאָלערײַ. די שאפונג פון וואן גאָגן איז מיר געווען באװוּסט, ווען איך בין נאָך געווען א סטודענט פון דער קאָנסערוא- טאָריע, אין די װײַטע פארמילכאָמעדיקע יאָרן. וואן גאָג האָט מיך געפאנגען אפן גאנצן לעבן, איך בין אנציקט פון זײַן טיפער, פארביקער בילדערישקייַט, וי אויך פון דער פילאָסאָפי- שער טיפזיניקײַט פון זײַנע בריוו. מיר גלוסט זיך בארירן נאָך איין פראגע: צי העלפט מיר די מוזיק אין מאָלערײי? צי ווירקט דאָס מאָלערײַ אף דער מויק! איך טראכט, אז דירעקט זייַנען די ביידע מינים קונסט צװוישן זיך ניט פארבונדן. יעדע- רע פון זיי האָט איר אייגנארטיקײַט, איר עס- טעטיק, אירע געזעצן, ---אין א סאך הינזיכטן זיינען זיי אפילע קעגנגעשטעלט. מאָלערײַ איז א קונסט, װאָס האָט צו טאָן מיט רוים. מוזיק צעוויקלט זיך אין צײַט. מאָלערײַ איז זאכ- לעך, --- מוזיק איז אן אבסטראגירנדיקע קונסט (איך נעם דאָ ניט אין אכט אבסטראגירנדיקע מאָלערײַי און פּראָגראם-מוזיק), נאָר, ווארשיינ- לעך, אז מוזיק און מאָלעריי זיַנען פארבונדן מיט עפּעס א דריטס; מעגלעך, אז דאָס איז די געווענדקייט צו אן אלגעמיינעם, גאנץ העכערן ציל, צום עמעס, צום זיטלעכן יעסאָד, ווייל ביידע מינים קונסט -- דאָס זײַנען מיטלען פון דערקענען די וועלט, ביידע שפּיגלען זיי אָפּ די געזעצמעסיקײיַטן פון דער נאטור. דער פאָרשער פון קונסט עזשען פּראָמינטען זאָגט אין זײַן מערקווירדיקן בוך ,די אלטע מייַסטערס", וועלכער איז אָנגעשריבן מער וי מיט הונדערט יאָר צוריק, אז ,די קונסט פון מאָלערײַ איז אין טאָך די קונסט פון אויסדריקן דאָס פארבאָרגענע מיט דער הילף פון דעם אָנ- שוילעכן". װײַזט אויס, אז אויך מוזיק דריקט אויס מיט דער הילף פון קלאנגען עפּעס אזעלכס, װאָס עס איז אומעגלעך איבערגעבן אף אן אנדער אויפן, נאָר צווישן מוזיק און מאָלעריי איז דאָ א סאך ענלעכס אין שעפערישן פּראָצעס גופע: אָנגעשטרענגטע אָפּטמאָל פּײַנלעכע) זוכונגען, אָנצאָליקע איבערארבעטונגען, װאָס זיינען אפ- דערנאכט באהעלט מיט פאָרגעפילן פון דער- פאָלג און אין די גרויע, אומעטיקע פארטאָגן פול מיט ביטערער אנטוישונג. און אין דער זעלבער צײַט ברענגט גראָד דער דאָזיקער הארבער שאפונגס-פּראָצעס די סאמע טיפסטע באפרידיקונג, 164 סיי פאר דעם קאָמפּאָזיטאָר, סײַ פאר דעם מאָלער שטעלט מיט זיך פאָר זײַן קונסט א מיטל צו פירן א געשפּרעך מיט מענטשן זי איז א פאָרם פון מענטשלעכן פארקער. ס'איז פּאראדאָקסאל, נאָר גראָד אין אונדזער טקופע פון גוואלדיקע שנעלקײַטן, פון עלעקטראָ" כעזשבנדיקער טעכניק, פון טעלעוויזיע, טעלע- פאָן, ראדיאָ איז די פּראָבלעם פון מענטשןך- פארקער איינע פון די סאמע קאָמפּליצירטע. ס'איז דאָ אן אלטער מיזרעכדיקער מאָשל, צוויי מענטשן גייען שװײַגנדיק איבערן מידבער, פארמאטערטע, זעצן זיי זיך שטילערהייט צו און נאָך א דױערּנדיקן שװײַגן זאָגט איינער פון זיי: , מײַן מיטגייער איז פארלאָרן געװאָרן", ווידעראמאָל א לאנג שװײַגן, דערנאָך ענטפערט דער אנדערער: ;ניין,. איך בין דאָ. דאָס איז דער וועג פארלאָרן געװאָרן". אין דער הײַנטצײַטיקער וועלט שטייט פאר יעדן דענקענדיקן מענטשן די פּראָבלעם פון אופזוכן דעם וועג, גייענדיק אף וועלכן ער איז אימשטאנד צו פארהיטן די עטישע, זיטלעכע אידעאלן. א סאך קאָמפּאָזיטאָרן ארבעטן אָן דעם אינ- סטרומענט. איך האָב ליב צו שאפן, זיצנדיק בא דער פאָרטעפּיאנע. כ'האָב ליב צו הערז דעם קלאנג, פיזיש אופנעמען די באוועגונג פון די קלאנג-ליניעס. און אין דער זעלבער צײַט, אין מאָלערײַ, פרייט מיך די מעגלעכקײַט צו ארבעטן אין דער אטמאָספער פון קלאנגען. א ריי מיינע בילדער נעם איך אוף וי ,שטילע מוזיק". טאקע די דאָזיקע ליניע אין מײַן שאפונג געפינט זיך אמערסטן אין איינקלאנג מיט מײַן אינערלעכן צושטאנד. קאָז זײַן, אז גראָד דאָס לאָזט זיך פילן אין דעם אװטאָפּאָר- טרעט, וועלכן , סאָוועטיש היימלאנד" רעפּראָדו- צירט הײייַנט, א דערינערונג וועגן דעם פארגאנגענעם איז ,דער פּאָרטרעט פון מײַן מוטער פון 1910/, אין אים איז פאר מיר וויכטיק ניט די ענלעכ- קײַט, נאָר דער צושטאנד, װאָס װוערט געבוירן דורך קאָליר און פאָרם. כאָטש איך זע טאקע אזוי מיַן מוטער פונעם װײַטן יאָר, נאָר רעאל און נאָענט ווערט זי מיר איז די איצטיקע טעג אדאנק דער פארבינדונג פון דער שלאנקער פי- גור אין ראָזן קלייד מיט דעם קאלטן קאָלאָ- ריט פון דעם פּייזאזש, אין אן ענלעכן צושטאנד איז, װי מיר דוכט, געשאפן ,די אָפענע טיר". טאקע גראָד דער צושטאנד (ניט די בילדערישקײַט, וועלכע איז אין דעם פאל נאָר א מיטל) איז דאָ דאָס וויכטיקסטע. דער טונקעלער פאָדערפּלאן, די אָפּענע טיר, די שײַן הינטער איר, דער טיש, די ליכט דארפן ארויסרופן דאָס געפיל פון ווארטן, פון שטילקײַט, פון אָנגעשטרענגטקײַט, און... פון טרויער, דער פּאָרטרעט פון יאנוש קאָרטשאקן איז אָנגעשריבן אין 1978. דער טראגישער אומקום פון מיליאָנען ייִדן אין די יאָרן פון דער מיל- כאָמע, װוי אויך מײַנע אייגענע פראָנט-זיכרוי- נעס (אין דער צײַט פון דער מילכאָמע האָב איך געקעמפט אף דער טעריטאָריע פון ליטע, פּוילן, לעטלאנד, מיזרעך-פּרײַסן), דער גויךר? פון נאָענטע אוּן קרויווים, -- דאָס אלץ האָט געפונען אן אָפּשפּיגלונג אין דעם פאראלגעמיי- נערטן פּאָרטרעט ,דער זאָקן", וועלכער פארהיט אין זײַן גרונט דאָס געשטאלט פון מײַן עלטער- זיידן, אויך אף דעם בילד ,דעם אָנדענק פון די אוועקגעגאנגענע" זײַנען פארצייכנט מיין אייגע- נער ברודער (די פיגור אף רעכטס) און מײַן שוועסטערקינד (אף לינקס) -- א טאנקיסט. ביידע זײַנען זיי אומגעקומען הינטער לענינ- גראד אין די יאָרן 1942 און 1943, פאר אָט די אלע ארבעטן, װי אויך פאר דעם אהויפל" איז כאראקטעריש סטאטישקײַט, װאָס שטרײַכט אונטער דעם אויסערלעכן גלײַב- געוויכט, די רו און אײינצײַטיק די אינערלעכע אָנגעשטרענגטקײַט. ;די שטאָט אין געלער שײַן* איז אָנגעשריבן פריער פון אנדערע ארבעטן -- אין 1974, אין אָט דער זאך האָב איך אויסגענוצט ,מײַן* זעלבסט צוגעטראכטע טעכניק, פון וועלכער איך האָב זיך שפּעטער אָפּגעזאָגט. אגעוו, איבערהויפּט ארבעט איך אין דער טעכניק פון אײיל-מאָלע- רײַ, סע שטעלט זיך מיר פאָר, אז דער הויפּט- מאָטאָר פון באליביקער שאפונג איז די אינער- לעכע באדערפעניש. שוין דערנאָך ווערט קלאָר, צי ס'איז נייטיק דאָס, װאָס דו טוסט, צוליב אנ- דערע מענטשן. נאָר אויב ס'איז טאקע אזוי, אויב דײַן שאפונג, די דערפארונג, די געדאנקען, וי עס װײַזט זיך ארויס, זײַנען נוצלעך און אינ- טערעסאנט פאר אנדערע, -- איז עס א גרויסע פרייד, גריגאָרי פריך י כעצה די הװעגן פון אונטער אזא נאָמען איז אין לאָקאל פון דער סטודיע באם צענטראלן הױז פון דער סאָווע- טישער ארמיי עקספּאָנירט גע- װאָרן א אויסשטעלונג פון קינ- סטלער, ועלכע זײַנען אין אָט דער סטודיע דערצויגן געװאָרן. צװישן די פילצאָליקע שאפון- גען זײַנען פאָרגעשטעלט געװאָרן עלף ארבעטן פונעם קינסטלער שלוימע װערכאָווסקי. צװוישן זי צוויי בילדער אף ייַדישער טע- דער פאָטערלענדישער מילכאָמע מאטיק: ,דער שרײַבער אירמע דרוקער אפן פראָנט" און ,א ייִָך פון געטאָ?. ש. װערכאָווסקי אין א שטענדיקער אװטאָר פונעם זשורנאל , סאָװעטיש היימלאנד? 165 6 1 שואי יי זאיססאאאלאאאעפאאן ייס אלסא -.4 נויט א שנייבל פאָטאָגראפיעס פּאָטאָגראפיעס מיט א שמנייבל 107 מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן | פון דער ייִדישער מאָוועטישער ליטעראטור 1 יל אי קאזאקעוויטש, עמאנויל (1913 -- 1962) -- דיכטער, פּראָזאיַקער. געבוירן אין קרעמענטשוק, א זון פון הע- נעך קאזאקעוויטשן. אין 1930 פאר- ענדיקט דעם כארקאָווער מאשיג" בוייטעכניקום. אָנגעהויבן שרײַבן נאָך אין די סטודענטישע יאָרף אין 1922 אריבערגעפאָרן קיין בי" ראָבידזשאן, געארבעט אלס שעף פון א בווּנג, פאָרזיצער פון א קאָלװירט, דירעקטאָר פונעם ייִדישן מעלוכעיטעאטער, אלס זשורנאליסט. אָנטיילנעמער פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילאָכמע, דורכגעמאכט א װעג פון א סאָלדאט ביז א געהילפס- שעף פון דער אױסשפּירונג פון אן ארמיי, וועלכע האָט געשטױ" רעמט בערלין. אין די דרײַסיקער יאָרן געדרוקט לידער אף יידיש, ארויסגעלאָזט עטלעכע לידער" זאמלונגען, איבערגעזעצט אף ייִדיש די װערק פון פּושקינען, לערמאָנטאָװון, מאיאקאָווסקין. נאָך דער מילכאָמע אָנגעשריבן א רײי פּראָזעיװערק אף רוסיש און אנערקענט געװאָרן אלס איינער פון די באדײַטנדיקסטע פּראָזע"י מײַסטערס אין דער רוסישער סאָ- וועטישער ליטעראטור. װערק: ביראָבידזשאנבוי, לידער, ביראָבידזשאן, ,געזערד", 1932 168 גרויסע ועלט, לידער, פּאָעמעס און געשיכטעס, מאָסקװע, אדעךְ עמעס", 19239; דער וועג קיין בי" ראָבידזשאן, רײַזעיבילדער, מאָסק- װוע, ,דער עמעס", 1940; שאָלעם און כאװוע, ראָמאן אין פערזן, מאָסקװע, ,דער עמעס", 1941; גרינע שאָטנס, דערציילונג, מאָסק- װוע, ,דער עמעס", 1947; (צוזא- מען מיט וד. בערגעלסאָן) ביראָ- בידזשאן, אן אלגעמיינער איבער- זיכט פון דער ייִדישער אװטאָנאָ- מער געגנט, מאָסקװע, ,דער עמעס", 1929; אין רוסיש: דער שטערן (1947); צווייען אין סטעפּ (1948); פרילינג אפן אָדער (1949); דאָס הארץ פון א פרײַנט (1953); דאָס הוין אפן פּלאץ (1956); אין שײַן פון טאָג (1961); דער בלויער העפט (1961). ביבליאָגראפיע: נעקראָלאָג, ,סאָװועטיש היימלאנד", נומ. 0, 2 י. טשערניס, די ערשטע באגעגעניש, ,סאָװעטיש הימ" לאנד", נומ. 4, 1975. קאהאן, אייזיק (1908 --- 1958) -- דיכטער, פּראַזאיַקער, זשורנא- ליסט. געבוירן אין שטעטל דוקאָר, מינסקער געגנט, אין א מישפּאָכע פון א לערער. פארענדיקט דעם מינסקער יידישן פּעדאגאָגישן טעכניקום, געװוען א לערער פון ליטעראטור, דערנאָך א סאך יאָרן געארבעט אין דער רעדאקציע פון דער צײַטונג ,קאָמוניסט? (באָב- רויסק). זיך אָנגעהויבן דרוקן אין די צוואנציקער יאָרן, פארעפנט- לעכט לידער, דערציילונגען און פארצייכענונגען אין די צײַטונגען ,יונגער לענינעץ", ,יונגער ארבע- טער", ,אָקטיאבער", שפּעטער-- אינעם זשורנאל ,שטערן". נאָך + 6 6 דער מילכאָמע געװוען א קאָרעס- פּאָנדענט פון דער צײַטונג ,אייי ניקײַט?, אין װעלכער ער האָט אָפּגעדרוקט א ריי פארצייכענונ" גען. װערק: לידער, מינסק, מעלוכע- פארלאג, 1922; אפן גרינעם גראָז, לידער, מינסק, מעלוכע-פארלאג, 5 קליינע רויטארמייער, פאר קינדער פון מיטעלן און העכערן עלטער (איבערזעצונג פון רוסיש), מינסק, 1931. קאהאן, ב. (דאטעס אומבאװװוּסט) -- געזעלשאפטלעכער טוער, זשור- נאליסט. אין די דרײַסיקער יאָרן געווען איינער פון די רעדאקטאָרן פון דעם כוידעש-זשורנאל ,בא- הערשן די טעכניק פון דער סאָ- ציאליסטישער לאנדווירטשאפטלע- כער פּראָדוקציע?, אָרגאן פון פאָלקאָמערד אוססר און אוקרקאָל- ווירטצענטער, כארקאָוו, 1932-- 4. געדרוקט ארטיקלען אין דער ייִדישער סאָוועטישער פּרעסע וועגן דער ארבעט אין סאָציאליס- טישן דאָרף און אין די ייִדישע נאציאָנאלע ראיאָנען. צוזאמען מיט ה. אָרלאנדן און כ. גילדינען צו" נויפגעשטעלט אֹ זאמלונג ,שלאכטן? (פופצן יאָר אָקטיאבער אין דער קינסטלערישער ליטערא- טור), כארקאָוו--קיעוו, אוקרמעלו- כענאצמינדפארלאג, 1932. װערק: אין קאמף פארן אָרגא- ניזאציאָנעל-ווירטשאפטלעכן פאר- פעסטיקן די קאָלװירטן, כאר- קאָוו---קיעוו, אוקרמעלוכענאצמינד- פארלאג, 19232; 5 יאָר סטאלינ- דאָרפער ראיאָן, מאָסקװע, , עמעס", 9.5 ביבליאָגאפיע: רח. שמרוק, פּרסומים יהודיים בברית המועצות, זוכצעטל. פאר די, װאָס לערנען ייִדיש זוזעהע אחזוזסוהניץבּע חאהת לימעד ווצא (סאָף) (080/46141:6) 2611 אסטצ דעזסזאס 40100206 זמקסאעקת 6266826מעקת 8006 /161022 ע80ס 8 סזעזעעת) .4 32228,6 -1680108 4762 תקח {הס3ן 311236040 אעגאעחסח 8 828 מצסאסח אופגאבע 5*: שרײַבט ארויס די נײַע ווערטער, לייענט און זעצט איבער די צאװאָעס פון שאָלעם-אלייכעם און טאראס שעווטשענקאָ: וװערטער צום טעקסט |: די צאװאָע פון שאָלעס-אלייכעם. 1) או'עקשטעלן 2) איינפאך; 3) בא'האלטן: 4) באפּוצן; 5) באש'יינען: 6) דער גוויר, גווירים: 7) גראָד; 8) די מאציייווע, "ס; 9) דער מעי'וכעס, מעיוכ'אָסים; 10) עמעסע (ר); 11) ערלעך: 2) די צאװואָע, -עס; -גקאץ ,0ז0086012 (9 ;עזגנעגקאץ (4 ;פזעטסק0א ;מד1גדתקת (3 ;108ססקת (2 ;188418ססם (| ((9 :;אתחמזהאגת 24220/006802 (8 ;2860880 ;223 אגא (7 ;60:45 (6 ;טהעז -המהקח ,/8420108014 (10 ;(2/0001465ה46 ;סועמסאנסתסת סם ,סועטס2אנ0אסעסקחת סח 43481752 -32861:121146 (12 ;//זמוציס2תקסת (11 :8816 טעקסט |:; ,ווּ איך זאָל ניט שטארבן, זאָל מען מיך באה'אלטן ניט צװישן אריסטאָקראטן, מעיוכ'אָסים אָדער גווירים, נאָר גראָד צװישן פּראָסטע ייִדן, ארבעטער, מיטן עמעסן פאָלק, אזוי אז די מאציייווע, װאָס מע װועט דערנ'אָך אוועקשטעלן אף מײַן קייווער, זאָל באש'יינען די איינפאכע קװאָרים ארום מיר, און די איינפאכע קװאָרים זאָלן באפּיוצן מײַן מאצייווע, אזוי װי דאָס פּראָסטע, ערלעכע פאָלק האָט פאר מײין לעבן באשיַנט זײַן פאָלקס-שרײַבער" (שאָלעם-אלייכעם), װערטער צום טעקסט : די צאװאָע פון ט. ג. שעווטשענקאָ (פראגמענט אין דער איבער- זעצונג פון ד. האָפּשטײין) {) דער ביין,-ער: 2) ברײטפּאָלעדיק: 3) זיך הערן 4) זען זיך: 5) די לאָנקע, -"ס: 6) מילד; ?) ראשן; 8) דער רוישער. !8260 0810 (4 ;אאעוווטהס 9טדם6 (3 ;000280אסקעגו (9 :;4א00128 :3260 ;פזססא (| -/ענטץ8סס ,/עגטהזאץזון (8 ;פזסואץז (7 ;/תצע? ,העאעהא ,/נטאאנסם (6 ;עה (5 טעקסט וו. ,אז איך וועל שטארבן, איר באה'אלטן זאָלט די ביינער מײַנע צווישן ברייטע, מילדע סטעפּעס אף מײַן היים אוקראינע. די ברײטפּאָלעדיקע לאָנקעס, בערג און דניעפּער דער גרויסער זאָלן זען זיך, עס זאָל זיך הערן, וי ער ראשט דער רוישער" שליסלען צום לימעד וושא ווצא צאססצ א ח/עטסותא 42 20 ,(חגנעץא 46-) 3626 8 התאנסת זסק 6 אעחסם (| (200808840) .{ 0װװ38228 6 6 062688 10 ,6618882 העססת 60 68 אהסם (2 .302016 8 (02614 :60 60/2) 68 גהעתסא 6 -- (4 0248ח160 828 ?6018 601 הווס 08 ,ת324016 08 68 אהסם (3 .אסאהט2ס66 וס הוו6 0 * 10 3887 ת אס אהסם ..!2גטעוזאץ ( צה) -- ?046עמ008720 29280קת0 (זעאנסת) -0160 86 006 684 אחסם .0604 846 526 6021 1106 (פ .(אס51 06) 1666 וס ח02008434 סאנץ 0 זטס האססקסוום א3276 2 ,אעסהתס החסא! צצעגסא2 :6 12212827 08423272 0 זמאגא הסתהט זאוממּעהד20טס 0 אחאגא אהאנסם /1280 חסאת 8 צַקסאעקת א 68 אהסם (0 .(808) גאסת ב4 הגחץ 2 ,/6תסות 8 טס ס46 ע 276 6024124 (0600א) 04תה60 86 8 68 חאהסם (7 !62 ה -אקס88 8012 ע בעמם /02080' 68 הסתעץטאקפפּץאסקסת זוהאנעקז א 0:תא36 22 6 6 03 סזגצָס תעמ /1280 (תסאע 08) הס 4600 ע (| .(20070880) .2 0ת32226 {} 6 80 מססתצץמססקת 806 תֹצָקְתםּ 11 (2 ./0060 אעאג8ס 6 008ס/ץ:0086 0600880ח660 האסקם 8462 0אטה0? פססהענעהס 3100 200צס 88א ,08060:80 10606140 148 (86א פססהאטאסחסם) 8 !,27626: (הגגאנסקת) 8 6066 806 082 620800 ,02088001810א0ס /2684426 סמטעזסע 60 (3 עקח) אסגהק /200200 האנ2680 286 ,סטא2אס 82 08 זעהעס 801 11 (4 12232 גהעזסץחס -46 (5 .266010 06סץָת 0 סזעץס ,80/0 44 (2:07ש0א32 46) 01021אס 86 (22086) , ,(אסזפ 8 0זתצ6 188 סהסהתתתט8ם 210 .אסההתת23 אעסםס 2600 82 עסג2ע128סץ (תצקהם) גאצס8 -116028112811110 (00861116:110) 1160 118 808ץ1:87078 אסתהתתבם אחסמס 169 888 הסהעס ה 6106 ;הסמא 32 זעקזסאס 326 602 2108 ({ :(0880ת200) .3 0עװ3222 א (העתסהס) 6 לװ)חום ה060202 װ106ט ‏ הגזגמא 06 /1068ט (/סאהחם הס ה 8ססדט ,0868תס4 צז06א068 סת צאס זסטחסחן 042 .החעס 26 602עת 06 4106 ה202610ח0 21862 (2 .200 484 זאם (3 8זסקעס ה סדט שאסדסח ההסא הח6 26 08 1068ט (עזסקאסס 2600 8 4810607218267) (00 0?ש) 1010 ?0 אתמטס2 320260127 פהץסעה-סדא 4106 ,עהסהעם (פגץ0122-66א) סאנץ -20216 23 אעהעועס ע ץאקסא אההאס זום :4106 /סמעא 0823274 2102 (4 ?עאטסת { 8סזססקז . (202874) מחסת2א סאטסאנעמת 2106210 ,פהאנ20 חסם1 806022 /מ106ט ,צצסג (5 .א00זססא גהגעק -עזיץ 8 (60 :חחאגצץה אװאעסמס ההסא סהעטהתמת (4) ,002806 סהענ86ס 806028 060זש ,צניס28 -א8א קסמת האזססאומם 0ממ2עזוסתס ע2038 7(‏ אסתס21סעח ה18ס 8 41068 ,ת8016 פזסטס מחסן 2 אע העזסצח 06 4106 ,0102 זהססקח 267 (8.(אבּתק? 8) חהגחסדץ 46 חאזסתס1 /068דט ואס -328620 8 :3106 ,2226 א0806 0 86 :0006 101480 ניע08ק27680282 26ח016) (9 .צז6ת16 2266 828 8ג? ,סהעמעהץ 510 ה2468 (10 .08סטחסק (88ע24008620828) 22600810246/6 ח88 6 +/7065ש ,סאזאסקז העקס08? 0 (11 זאסאעטעעץקזסס סזססקח הוו6 8 068דש ואס? 0 פטצסק ההען 2000 2006 א חחמוסהסת א82806 זוא 4706 ,צָאס ההאנסהגסקת 2 גקסטם (12 .עחגוומתס אסאוועהס עהץס 116 14(‏ העזסנזסקת 86 1668 8 4106 אסתג2ס אסאזשעהס פץס 116 (13 -ץוסותחזמם 116 1668 ה ט106ט ,אסקס?! דאָצענט שימען סאנדלער אאט230800ט עאדגק.! 3 ווענדונג-פאָרמעס. זײַט אזוי גוט! זײַט מויכל! (אנטשולדיקט) ביטע! טײַערער כאװוער! טײַערע כאװערטע! טײַערע כאוויירים! כאָשעווער כאװוער! ליבער פרײינט! 4 א געשפרעך. נאטאף שאָלעם באָריס איסאקאָװיטש! באָריס איסאקאָװיטש אלייכעם שאָלעם, נאטאף מיר האָבן זיך שוין לאנג ניט געזען. װאָס מאכט דער טאטע, די אלייכעם, מאמע? נ: א דאנק, אלע זײַנען גע- זונט. ב. אי.: זייער גוט, װאָס דו ביסט געקומען צו מיר. זעץ זיך אָט דאָ, ביטע. נ: א דאנק, איך האָב צו אײַך א באקאָשע. ב. :װאָס איז די באקאָשע? נ.: איך לערן ייִדיש. נ. דאָס געפעלט מיר. ויל- סטו, אז איך זאָל דיר העלפן? נ; אויב ס'איז מעגלעך. 100 65/401/42-0002430- !דץז 2308 3877 (!דאעההץחו881) !הצהסא 3877 !דס !88830 18/6030 !88350151א 18/609 !אעק8868א 1880605 !4883 613830א !0082 סכּסֿעת -260400824 6 -1104 סעקסם ,װ223/6 אכּהסזזז !2808 1112 !אכּהסנז , זאכּאתכֿה4 .1147 781:0. 1101 עב :06 קגזא ע1813,2 קכ2 זאגא 800 .6338 זא -16 382/838 22 6אחהה 2 .371 -16 6801 צה 800 ,זשן 3560 1 אתב חכב ,קעא צםז פזאץא .6213 20 2 284 צז 806 אע 2888 8 .6803 ?2 זחת בע 800 .זוועתע קכּהת אע 3 ;ץדסהתעם .מתא ?הכֿשסז ססת 2 סחת 307 אח . צכּהתכּזא בע'ס 046 -0682004401144 /8אעק40 .3 2061 16מתצטּ 161ע1138 !0178ץ1100881 |ועועק1088 8/סזסקס11 |נעק1082 8/סזסמסת, (.2:661111111116 16 זעע6ו0608 8) !ע:וועק1088 סעזסמס11 !נוועק1088 /5882826081 !צצקת הזמהתח!ת -264320607 .4 -80 ,816/ע32028018 :8 4 ג דן |װ11082808 סעם :צ+עמ808א11622 סעמקסט 1 /,תץ028018װ/3 1648 .מסעהחסתעם 116 8860ת זמ 42 0163 11.: 0080460, 806 320008. 0 ,סווסקסא טאסטס :11 .ם ,08עה62 .86 80 חסעועקח זמ? .3260 807 ,2012/ץהגאנסת אגם א החסא { ,20460ת0 :1 -868ססמח ?12סמססח 32 סדם :11 .ט ינועהע סוגטץבּע 21 :17 11 8ס1ע28מזו 66 50 :11 .ם 6 ה 4068 ,פע066א זמך ?סח .-803802840 5170 עהסטם :11 א. גערצבערג = =+ ה: 0 יע שי רו א 3 ם : הה ס- הו יש א ם - == ה' -, .1 = 5 8 = םב - (=} |שָ וֹ (ב סד 7 בי יש ו ה = = = ? 8 : כ ב : = 5 סֹ 5 - ָה. * ' הו 2 טּ ן אק : = 5 5 צ = 8 = 8 = = --ע ה : : הו 5 צֵ 2 ב = -ם 5 = 17 = *? ' וסק י 5 = *? בצ בי 8 -=ש יע סּ -; שש ת 5 1 ס- ה' :1 = : 8 =+ = || ס 6 -ת : : : 2 : + אד + איא 4 || מ הּ , 86 ה! הן 26 : 1 8 2827 *וי אי טס +צ8ם *! 8 בא ר הו שארן = יט הו 2 פ טי טי אה 0" ןה א װויי י 5 ס 8 הם 2 :וו : -6 ד;, -זו 8 יב -? 2 2 28 = {( || 2 עה ור +צ- 78 2288 אא-ן 5 +: 3: - שטייט == = 4; 58 ; ה 2 4 : 1 28 ם = |: וו+ו! -ע *; - ו ו צ+ויס ק{2מק יוו 7" אי יי 2 2 = יו 0 +1 2 א א 0 ' 00 זו 29 8 29 וו וְּ בה י יו 2 ב פ פן = ב: +צ- - ו 0 + = 0 ,טי --| 5. : ס +*- 5 4. ז ‏ 26 6? ס = ס 4 אי הת 2 2 = א 8 קה = הו חון 5 ת ?= ת8פ = ה { * 4 = : = ת ‏ 6 -ש בן ר} 24 צ' ‏ = 2 = -? ה; ה 6 *| ה 2 8 8 ת = = , = 8 ו 5 - 8 'ס = א - = : 8 הת { - הז = = 9 ם = ה 8 . 4 ! 4 =; ; 3 יי ו? 8 ם = י' 3 = ו; 2 9 26 2 24 0; בן } תס 8 "ת = הת ת 2 הכ פ -שאב = 8 - = א 8 אה שיר =א 8 : ה; בּ } ); 4 זי = יינ = ' : 6 2 24 + == , -2 50 דע = = .בצ 2 ה = 2 = * םה סי װ 2 ה' ת = ה ה ם = + א : 0 - 1 8 , אע יי ,; ת אע | 2 : :1 * בור בצ י בי : 6} מס מזזס!;סכן 10 קו1מג);סקקס סמ 0046 ט21684000 161ע280) ,מגמז שמטסץ 121201664 2 -06 116 ,מ110ט1סטסע 6 41169/ .106001085 /8וסן 26 214 018 46000050216 10 1360 116 .5020 -0016016 6184{ -24גגן ק467610 10 0621 8162 2 014 116 .0101 0168510021עכן 2 0216 1008 26 ,02ז12:4 206 210510 ?0 1462196' מפושסן סמ} 04 1921 מז 00062108! 6מ} /466, -0006 200 /416040 ,510140גנדז 0108 28 661זסטט 261 כןטסנם 0000624 6410 118 01 6021706 1 216 2611415140 1' 2260 ת1/2068150 01 2105/8 206/1160 106 01 צמג!2 .זסמקגזעס .4152 206 0061 611110/60 118 10136109 ,115קטכן 8'שס60מ1/11:101:4 06811005) 146261615 10 פעס/טפתג/ | 1626 1:261110021 גוס 108גות1זמסס 206 6עץ , "9מספ שױ146 3/ ' ,‏ פֿעס2מ 16665‏ 226 2129221068 106 מזסעע . , "פזמסנזמזס0) 1261101121++ -11 גס 50164 01 1,681000 2 10 242161121'' , "מ106/8 קמ/תנ162 סאסג} 10 416 א = . "289001016)'' 220 "16ט?14ס 6 ,1985 ס? 1128421068 2061 עסכןגפטוסת 10 ע1גקנז2ס 106 ג110אי מ60110ממ0ס מז 1 161 /10 106552826 (526012 2 26 6010 /0406 226 תסות0 506160 406 ת1 6/ג1106/20 גפגשסן 04 פזסטס,1 ,1600 עהסכן' . 1161111204 50016010' 01 קעגפעסטזממג, 2040 406 0616012166 ע21646 סטהם 168עומטסס 6 6:1001021כן סטף1מגט 18} 1148 61526056 תגס 1146188 16245 סמטו 6מ0 סם ,עס -/סטוממ2 106 8106 /2סץ סמ} ת1 {00015061201 106060/ 28 006166 6018(סטפ 01 2096ץ 2 ג115מטקן 0 116101200 50016050' 25460 סעגת 86206/8 (ס|קמזגאס סמס 8 סעסזן -101:00066 ץ606011ץ 15 5604104 1246עקסעקק2 106 206 ,01259108 קנ2עס)11 גפנטטס 4046 . עג ק0914מ:12 162006 ששסת זטס ת! משסםפ 2612 2150 18 1016/056 000914612016) 14 547 0} 6וס11' ,3100150 8ת3ץ600פ ס1ק0סק מטסץ /0} מ80-56000 2 200668 סטג 176 6 20 |1גאו (102882106 106 0} +מסמתס!קקטפֿ 2 25 166מ1וכן ,1000816 סתיז' .1008 מז 6 +ס} פאמגם} 04 1660618 צָתגמז 1606106 66140/8 106 .72/160 2260 סענפתסמס;קץמזסס פסטטפמג/' , '/1219006966 18כן1עספטתג זא" (ח56000 52206 זטס' 25 08טפ 168ט1624 /ג|גוקסץ 18101024104. ,'5סמ1 1 עז216' ,אס /2121 1161101206'8 800160150' '656005() 26260615 0} 166 5031 01 1,68100 2 101 1/12461121. , 88מ0 מפואסן שוסצן , :6266 טס עס} 106 8100טצ 8600005 תוהמ 106 10601100 40 206 , /1046168 04 05ת116, 206 '16ט1,100124 צ/111612 226 111618טצ 6 /18ססכן גצושוסן, עעהעסקמתסומ0ס קָכ אזסשש 2656 סם} מפ:ןסטן -300001218 -1ת1161 /1665טספֿ? 2004 שוסמ 5016 110612016 50וסן מג 1016108166 סמסץזסעקן 8 !ס} 65560021 10616/0/0 15 14 .סמ 8006 םו 11 2000 מז 16 סענסססע 200 1200 -115110401 0110טכן 2 06ע12600 10 /62616ץ 0 0501111005פ 26 2016 16256כן ,10105ע6156 110טכן 206 162646/5 6021 ,50 0מגע 6 מז מ212קנת02ס 06) }0 1064 1186 1116 {קמנזט 018201560 סט! 8016 112922106 1116 0006 24 011106 601101121 106 גז'וס/12 16256כן ,41110010165 מסספעס/מט 01 +6טס 5 52106 406 6 סמסנעס!קקטצ 15 )גאר /1161:01200 5016018' 10 פמסקונספט 1סץ 1256 עס} פאסקסע 80 -- פמזמסגם 6 פאסק40 40 2168טע 2 --- 5מסנן 5 8048 80 0165טז 4 -- ג)מסמז 1 8008 00 0165טע 9 --- :24סץ 6עס עס} 5 106 }2000 פשסת עטסץ 20/216 200 א;סטצ עטסץ מו 00658טפ טסץ גפואי סעץ ".0801111008טפ ג/11ט 1206ז ":ץמגץעט56:6 .ג/ .1 : זתסגעס!קקגטפ צמהץזטסעספ 61 :18546 11118 40 +מסנתס1קקטפ /00010000121108 2060 5ז16640600890*' עו מעאעטפֿחקם ("/0מ110:0618 504 6מ') "116111806 161150ט50" 9 ,6מװ6?מ56 ,9 -80016'' 04 9816 /06גת560/6 6ם} מז 6562160ע0ס1 8 86סיעכן ג/15טוס{. עיזגעס1כמעס!מ00) 112 {0 צמומ22/2 212:8 ,טס1א1 01 1021 1004 מעס?} 8101165 עכן "0מ11611014 5נ) 0' (סטסת 2 01 צ;סוקגגס 1111 סגן) עכ 0 200 6ו110500 /0 מגמזופזסל) 5012 200 0 סע 106 .ץפוטסמזסמג) 64 0טת21612 מזוגם) עֶס ,"10;סטצ 48} תג מש6סף 1210 108 ז50016 01258105 817ע1116 גצטוסן }0 זסםזטג 426 עס 68 /:580 10166 קמ1}מגנקס1 . 4161061, מגמזטטזם) 24011 ,שס90ס24 }0 /6106 מזוגמנ) עס 6סט 5מ000121 5604100 קינוססקן זטסס) 60,עלגומץןמט 0 ג }0 :0226 0 200 ,18160 04 אומעסע /4610 ,6סעספטסאן 01 .1,12181500 שוסעס? עס , "116:10896' ,מנססקן מס1 -ש6/' צכ , "פפסתם) /0 1626 16'' ,6584 21טפטמט מג שמומ18מטק 2180 216 6/ץ 6 :2 מססאש?)סטם מ60600מ000 סן}ן 568טספו) זסת/ט2 146 5006ס24 01 218) עמסט .010: 60010, 1 ע1116ער 14ע80 224 4121124154 50164 מ}גטו 013088 צ0489) 6146 164ט50 /1110211002טמז 04 10006411008 265106010 2000 1218סגת 106 01 סטע סמעץ1 .ש8006ס24 04 ש110עט28) 416420061/ עס 6 מג 06 +0160טפ 106 816 .86118ע / מסזג, צט אססט שוסת 4 ,("סנמ1) "2614 1216 +400 11165עו 006552) עסע/ע 1600 /00012צ 00ע10568 108140מ1 עס עזסטר 2 5ת/00012 "ג2610גמעס/תן" ן פ'תועמפטת .8 4/ 01 5126:005ת112 ג6151טס/, עס 16 1 6מז 254 שצסם |21עצ 1162 80666980' 01 1620615 סם} 4226 1061 1" 6) /מ1מנ?1' '218מסג8ס2) 1116 04 גס1ומעסס1ט (260612 106 מעסג! 0666סעכן 10 סמזג) 2 0416 0641 ספֿ ". 066} 09466ע+ 6טגגן סמטו 16קססק 106 2006 שַמוהוסמזספ 0} ;שסקץזג 4 .2 212101-61606241 קכ , "פמוממ2681 6 2111016 קנגומסנתס0ם סם} 01 6058 506164 01 ג6צנט סן} מס מ 3גש סגש 10056 04 סמס ,(.2160 .0מ08) (8 .140 1556 טס מז 62166ק0ג 1 12:4) -50016' * :}מסנזנמסס 6 18 1616 , "מ154110סטמס?) 1116 פמוגותנזמסג)" 6 עטס מן -21 /(102ת011 106 10 1620618 06 ת60ת2666 סמ מ6ג:6 ץ16621601 צגת /0מ1161012 1511) 6ר , 11814110ננס 2:10021151 מג1מ1ג:א 6} 226 מ1620110 2102156 סנ}} מססש?סט 112006 :ש86ץ361 1261 ,115 +וסמ/2 1160 תג .6065 04 1000 סמ ת}נשי 60מ8121 216 2003 6מ11610012 161180ט50' , "1282 60 :2400 220 עא8ק506 0161מ1, מג111סקסט246 6 16206/3 .011106 /660140112 46 0} 160613 04 4006 2 +88טסצט (ס61 1977 ,12 .סאנ שסגץ61 ./ צָט 121560 604(כטפֿ 16 66טמ1+מסס 26 8016 11021105מגכן גסגטפ 1024 8508 מג(22 7ג2105+ 2 צאפעגקס:סן .21 עס 56 1601עטס 106 מו /סם)נט} 460610260 18 .1161ש126עקן ץי18סטזממג, 6010 פמומזססג!ס} ס} 10 666102466 18 1611613 '5עס1626 04 שוס1טסע 4, -8521 ז40652(2/ גזסע} סמס 18 11616 .3ת465/1 תגמזטת 2 פ} /16066 מסגת .0858 6ג) 01 -{פטמז 1014 226 /81086 2 ,ש00מ111084 240:161) 2004 1618 116 .0ת52:2142 01 טסמנס קנט 2 ת: 121560 206 מזסט 3גטו 116 ,מ126(161514' 4 מ4ג112064:5 מ משסתא-611/י מ14ס ג51110סכן 16 .611216 2402 סג} 01 סגזג סמ פמנזטף 546 מ1 {1ומנ2} 158טוס/, ג41:4019/ -מ010410ט16 106 061096 6010110:114 {1סגענסע:ס 05 גזגמאטג מו פשסן 86} 04 וז *ןן פפּעס186 אענסועסמסק 110006 08222084 אװא680620 82 00180ץ204 0806 0 זואזז סהגעס 2400 .זאסקסדא8 זאזזזמה 0000012סססקה 0187 מסה::2אסץון -סז 1932 00328/8 110606 .זעקץעדפץא ‏ 420080-680620804ץ6 העזעמ83ם ההה 162128 1004/2800186114000 סתסאססטע?ג2קת2-סמתגאזמבץאת 2806208000 עה -408462140 600 /803:128286 20828208ץ21 פחכּעק1260 262082826:) 8 4 ק6סס0ס28סק ,ז1מ2אוע3ץא ,007001 א8א 22001261 צַחהעץק?ז סנצאססע20קזס1 4224 1 4ססקאסע 264:16061 אומגגסאנץה320 עהסקס .6226186240167 א10 8 ,282082אסץ21 החכּעק1826 808װ1288עח800 6220א86 3608401202ע ח 11,044 ע עהסװ221 ?261 600 26סעט -עז אססקחסם 42 4601861268 גאעקסץק 10084816ע22ק1 210108אנס2ססדן 1236/800 } ותתגאקעץאכ 40140124 ,לעעגאגתסק אעק86812א6160 ,ע/121626 8.141עט42/216 ,22 זאװ1210יץ3ע מונסזאסת 68 ,להמססת ה68064082 ה411082 -01188 62 , עזמקעד8קסדעה /00861080 /68064080 04אעסאס התה -קעאג 4 /123618 82 /2806ת2428 0402עח02ת 1123/0210116208 ס עאבּה8ס ‏ 1,)))ט אע080 א 00220126104 העואג2סק תס?ז 1983 2 ומהג 1א80אס00861) 8 ווקץדגקסזעה 682640800 װװ16ע2006 !הטבעקת סעזסקסת) 4 /614440ה.-90 0701 6אנץ ג2קעזג א010242 אעתצקת 8 חע 601036) סות 842 3126 410 ,16 מ8ס2 /06002881484 112 .לתמגתא/סז זװעז46086 -1032888 0ס?סאססטעתסעקסת ס'זסמעתגאעאץ 31000 063 פסעז/060 זעץתסות 46 .8:18קץא2 1602182 01218 000846 616 ,10668 סהססת /גוווגסוונסקח ,תסז 34 -סצח 6480882/7ז װוװ46:0861 :1706 ,עהעססקת עהס?גלעם .קסאעקת 301 הזמ6 0 1 /8מ47200480 אעא6876040 2װ380268עסקת סענשטעץה ח2םסאעה -216 16 88138182101 2016066 /20/8100 .ח2326ק 26עזע0ץ0001861018 8626 1 לטץב3ן ,װ200202606 האתת .82ע220ת4210 װאעקסעק 80808 ומהגעק ע 246:סט 0ע20-6806208 0843210 300 41628 ח20126סת 8862464 /וועתט -262828 -נָההמקצָאכ א העטסאנסתעקת סוומאנעווא 0180088104 838006023866ק -0001084 34 1ת022:0220 אקס?סא 8ק2810 ,אססעת סתסטות 201טעחסת החח -6601 , לעסעחסאצק 41121/:2611216 גאסעסעץ 8חאססנעאססא װ41121 עאעקסץק 16 2,016 ,8122 אס װװע40:0867 411072 ,12162602עט זמססקחסם 48 אס2טסם 6 411086 ,1216461זעזט צענע28 אסעקעאקססטע 4246 ,עעאסמ1ס ,עומקצד8/סזעה. /00861080ס 681 1680/80424, 28 221עק40126 , פעאססח אעקס01א 8 284װ22326 א008086 06 סאנץ אקסמ8סע 46 ,עס604קסנטע 6310 ,0037 46אס6806/2 4 /00322410 10 ,0ת0' 23 1166ניעג. 6102ץאעהסץח -8621סץ2 160עה. ,ע32סקח 6806 48 ע10416760 410 ,242282014 /1ע3006 ,ע1אעשט0סחס066 --זתסת װזג1ן -68068068611 חע 2327 זאז/סז זע/46:086 ס226אקץאנ 0 3488 ,עסקעדהקסדעה //80ס 27 4121678ט 22242212 1061 ;160640200 90000 אמ} .600 הגטצהסת 80 .עס211106,1קססקחס8ק אזעװ061601868 0סאסקמסנהס -20 06111601861111816 24 :411276 46ת2070 ,סחז:2זאעם 8216 אס06022 67 826קסח 8 802010סקח 40מװ62216א2 {אסעחתסת 400 ,עחס?!284ק1ססקח -ציסקס ,14ססווהצָק?? 28/260026סקחסוו זעגאעמבסם עײסס ,86טעהס גן .עאהגחאגא .6282110ק 8 א31?0 06 006:1,16ס 110 זאס11סאנסתעעקת ס 26/82227 װע46:0861 הגגקץאנ 82 עאסעחהסת העמסתסע :0029 זאסהנעסקת 8 תע סזט ,246 16 יחסא 80 --- 6084 1 124 -ת80 40 .סעק 2 -- 46062042 3 2 -ח0א 80 .סעק 4-- 21664068 6 1124 -חסא 00 .סצק 9--- 107 114 טעסא 0 000601644/2 82:042 אסהתאנ ע 20016ק 8 מסצסתסץ 828 א20ת6אל פ.עאסעחהסת 88/1ק06066 11 :עקסא110 א סעאסאנסתאקח 6111812זאס008 ע אאעװ1866ססוותסקח 6 הא 310ק ק (18זע2סן /4:0861088) עה:/8ה זאז/סז זוזװז62086 9 ,מקס6הזסס ,9 פאת -אנעזוא /064186085080 מ 207280662סקח 32סקח 680620828 ה2סאסק08) 2122482 , (15/68) /סחא/2א ומקסת װח2008232ק עהמגתאה!סז װעז46086 46 חװאגמגהתז חחז:מקסת ח (2100482) 2זאמוקס 1 זמקאז!ן ,(גתעת) סתסטאץ3גק ע6קזעזא אסז3 ם 32861600 4128 (זוממסמקסם) 22ץא2ח216 גאח2א גגאסק 8 22004232 עאקז 1286 /662111826חסקסח עהמגתא/סז 0עדס40208 .6518 2611 -זאס/1110 זמקעייגקסדעה. //80604080ט /אסק180סאעז'ס חאקססהסת 8סץאעהסעץח ס6אאקסעק 914460406סת 3 -ק86 8678 , (הס00/מ110) 2 ועמץק'ז 724ז2!0 , (2100882) גקסתוסם 24 68 זמאכּסת 22866 28 36 זומגהז 1286 2 ,(מסעין) גאעט .-62ע/411206 גזוזעאקג יז .1112 681 41 (71008882) 8אח'1 העס28 אקסניס סזאקסש) סח 11606:168 זאסתע160/ זאסדסעק642ס 2 אסזקץדגאגקהת אװחאס00861 ס 60עה6606 קסזמת .1182 זע 188ססץצאסח חבה8ס 0 אזפעקסבּ א 00228886א -- (21008482) 2ס)0מ12 22680248102 חמוגדס האסך אענגזז זמקעץזדגקסזעה 0608670800 /100011811/10112:12110:זת /ת00808 5016111608116 סזחחא /1080 0 0121268 00 /26חץ1ס/גם (0260028) קסאעקת כּאק!1 .2860 . (עהזאס48) 1112 זה+ 2סחהסזק86 2082 0 021ע1611, 1818 601602ועסת ע8עט000606 װזג411 סאעקסעק 3 חעכּכסת 0680228סת אװחאסהסקמ6ס 0 גקסאסמהעם 16002, 8ח400762082176 -2גועאמנץ1ן .0 .2 זץה2ה324 הזה זא/סיז זוװע460867 װה1216עט 16זאס2אנ82ץ סש ,סנעמּזסמץ1ט6 זאעסעקסזא2ק8ג 4 -ס חזהסקסת אה גקסת 846 ,ססקחסם 06/626 סהחא -260ק 1:0100216 צהתסות 0 20082373ק א 00608428108, חאמּסזסזתסת גקזאסון 2אקסטס סתסמטהגזמסאעץאס2 טזסגט ההקסדם ה10230062010 128 ע...חאהד חח8? -0ח1480 2 15 אץגו אהאסמעועהסא 28222272, ,2/072א-ה2קסטס? 02ח611202 -ק6ת) װאע4008008287 0086108404 2010808 { װחאסזס סזא ,אס? 3 סתסמתס ,82 , (8 לא 826קץאכ 8 66272112ח112 גאקסטס 2070 828 הזתע/סז חזע?46086 :08423200 2ק23/080ק א26א2װ4117020 סאעקסעק ם -נסא 280מה2 8זעתתץזססקת 82 /21626דעני סעט2זאעטם 27ע0072 23ק 86 סאנץ -2קיזעזאפּ /101:2:110111:6080ו112 //0אסטעגקאץ ח 62804068ק /1080סעסעס צת -80 אעזפ 6 08483200016 .680668 סוממסקא 680/ת068 אזקסדסא האעק //סעם -ח1116 /20806 זאהסחסקזח!/6 -- 267468 קחאחהגהם) מהגת2160א אסססקח ,(.קח ח 1977 ,19 טֹאֹ. עהזוגהזא/סז זזזעד46:086 ,עו14202 הע1128 זוחממ8ק ה עאמעד -סץח 1286 4706 ,זהססקח אחסזגזח1!' .סועמזאהתסק 8 אססחח אסדסת 6ה/801382 -ה20סקח ,אממּספחסם .8 סוץדתחהסת (צְזאסן זוהסאנתסתסקח חהומס העמהאחה -1000 21 1272842 200007282 אע עחאסקח ?2סקצהה 626א40 זאסזפ 8 24261 -/עאס8סח -116ת2608עססז1 עזאסנעאסצסתסקח זסגתהאמססת 6/6ח216דחט אססחח 0630 -26 סאפסעח 801 .2062ץ0 3600866608428 -- סאעסעח 14224106 .2600) 110 זאס38607, 06 /20042301826ק 0 2ה028208201) 23 2/22423082:) גואגמ2סעה זאזעבּץזא /1800200 סתסועאהסחסע ע 6806 0012846אװאנת12 חע 3668401286ע 8 -680611 10004ע/60 8 ססקוום חע אסהחהסק 80100:18 ,22086אסתץן1 ס492ק146 זעעצסנהסמסק 20 .28קאפ סזסאסקגצעם גסאסק8 022082216) מ 0606 6808 -122217 6אזמהסאנתךף סממחסזעטסותאסע 6880 206אעם 8 680668 6עגסאנסהסח :0 .6011616 114 מיגחץזסזמם אזס0װ803:028 חסזאע 26 101101112 1/1םמועח. 6 11--5 1 ! 421 א העז ווו ד+8ט60 (02112קן 0086108848)) |/וטצית6סואסאנטן וק ץ 28 111411װ102866186צא-סווקעדגקסזת 116 66260016024 ,06 0 /116621660 001034) װהזקס .} 1961 6 חסזדסתת3וז כטה.2416סע0 460086168400 180סמתסוזהתבוץ 0װ/ עתעז?ט8ם 2 קסאהתסץ ההאהמה} 1 ע יט ת ת 0 את טמ ? , (62881008ק 00881:0/0 .ױ32) קסתװ/סט .א 1020 .0 ,168 .7 ,ת צאגתסח/ .8 ,סטקץת. פּזסוז ,קסוטואזס)/ .ם ,קסת אהת .ט ,2א11172406 .11 ,קסאווהתסח .} (צק78סװ668 //01861618611111) קסזטענט וע :228;וקץאכ גוואהתסק ססקת .17 ,1640082 חץ ,עזװס}1 ,2106488 ,101000 :14 ס ע) 6 ת 6 1 1 -- קסזאהגתסץ /וו81הז 7 -- פע18ס/עא66 86161:861111111 01 24 1621114604844 11 8ווווסמזססאנסת ץא 2 ת װ 4 ! .} ,א 2 װ קע 46 .0 זו 2 א זון ק ט } .2 קסזאסעקסא װזגטסת א 0,0200װ 1102‏ 30.06.1982 1800 ט 2860טס -סחעד גתגאעם +7026108/4 7גאק0ס4 . 1808.1982 סח .תסע) האפ 11-30,29 .ת .1166 {| טָא אהאס8קז 9 386 .חסא 80 11042 .5,93-0,129 .ת .אצעט (15,79 .ת 3486 122040/0 סיזסטסתצע1 22668ע0ס אעעעסות2סמסק 22אס411 7 סא. אע גקזסתעד 8גא0מסאססא סזס8664דס28ץצ1'00 עגאסקחט86קזעעסח50:0103 232216286184 אהה26 סח 6062 618דעאס,ן .את08סחקװ0ד 4112811006 ז זועעגקזעהסת .13 ,2806288082 .קסח ,121019 2400888 -ז 1982 ,יתװגתאהסז װװז460086 ההװקעאת 0) ח0א 80 גװס1ן 20811 תהא6)ד:08) החוותס? :פסטאסח 8 ,!סחטאה8א /|) 8664238ק 110886 .א8אשקסז !1 ,סזסאאץב83? שא 0 סכווא 8 אהז .ה ץ א 8 ת ס וא .א .(84ואסקן) ,4868 ץק 76 ,862868 .א אאאזס .8אוון86 .8 -ס/1| יאאהתסת:6גה 0ז0אס6סאהאססגתא 43} -868אתז686) .א 6 א ה 6 ת */ - וא ס ת -סאסא סּוזץקת 4 אההס)! בא הוש אזסת -ק 8 )4 / .= אסחסזץ אאואס6אויססא ושכה ה8וטת8זווסואץאסה) סתתהּצהה .ט ס ה -(תפכןסז8 4866 ,5ז866סח -ג8קז80ה6א8ם פגַּאאזאקא ההאק/זגקספזאת .66188עא6א ווזסקחסם .האק) .ווזסקססת האאזןסבֿ .פ ס ת אק פ8 } .*א א 803880646 .ק 6אץקת ‏ , .6108 .כן 6 א ס את א 8 .ת 88א0060+ אשגון -{ו448ואנטץה 8 מ8תא8 .-קןזסז אוטאז8ואא8!/ט .א א ז .ס 6ת8;8כן035ם .אויןואהסכן אוקזוסּאואס6 -40086 פֿזײסר! .אסוּווופזהּוסהה א -ז060166 אסתסזע .למההתואהסז וז -את הּתסזאותּקןזססקחס8ק סזס/ווספ פאוווסכן); .ז836ז 4 ותהֿווכן{אג 88דס -60 8ֿסאוסאסת התת ופתבאקסזהוא -וכןץזפֿכפּזוות 08סאס686 16408ז86 .עווית! וא'עשסוגוץבּא שווסואסה 8 .648סח ה88סהז ואסאסהאתזווה א ואסאססעקן הא 086ו63? . א68וט3ת 181